צורידערניש! פאל נישט... (פון זינען)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

צורידערניש! פאל נישט... (פון זינען)

תגובהדורך אמבעסאדער » מיטוואך מאי 20, 2020 4:36 pm

די אשכול איז געאייגנט צו שרייבן פעלער ווי דו האסט געפילט אז די שטייסט בים שוועל פון זינען, און אט אט פאלסטו פון איר אראפ...

נישט פון קיינע צורידענעשן אדער פחדים פון די וויירוס זעלסבט, נאר פון די זייטיגע זאכן און פרעשור וואס מען פילט ווי אימער מען גייט. עס איז אמת אז אסאך דא אויפן וועלטעל וועלן נישט פארשטיין וואס די רעדע איז, ווייל די ביסט דאך ביזי מיטן טאג, אריין אין אשכול און ארויס, אלס פון די אפיס באקוועמליכקייט, אבער פאר אסאך אנדערע געזונטע מענטשען האט די מצב יעצט גאר שטארק זעליש געשאדט, און טאקע ספעציעל שטארק בארירט די באזעסענע צעווישן אונז.

אלזא, שרייבט און ליפטערט אייך, צו זאל עס זיין פון די וואס דיר געמאסטן מיט א מעסטער ביים מקוה אריינגאנג אויב שטייסטו זעקס פיס, בבחינת ה'קאפו'.(יא, דאס קען שעדיגן א מענטש נפשיות'דיג)

אדער די טענה'רייען צו דער/דאס/יענס/יענער איז יא/ניין/נישט/אפשר/זיכער נארמאל/משוגע/גערעכט/ערליך/בין החיים וכו'/וגו'/וד"ל/ואכמ"ל

מיט האפענונג אז זאכן וואס זענען בידינו צו מתקן זיין וועלן ווערן, און וואס נישט זאל זיין 'ישיחנה לאחרים'
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: צורידערניש! פאל נישט... (פון זינען)

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 20, 2020 4:54 pm

איך האב געפילט אז איך שטיי ביים שוועל פון זינען, ווען איך האב געזעהן אז מענטשן איגנארירן אז מ'דארף זיך אכטונג געבן פון א סכנה. ס'האט מיך זייער באוואונדערט. מילא דיך גייט עס נישט אזוי אן, מילא. אבער עס גייט דיך נישט אן מיין לעבן? עס גייט דיך נישט אן דיין לעבן? דאס האט מיך זייער בארירט. און איך האלט אז דאס קומט ווייל מ'האט נישט גענוג אויפגעקלערט אז עס לוינט צו ווארטן כדי צו זיין געזונט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: צורידערניש! פאל נישט... (פון זינען)

תגובהדורך אלופי אדום » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:45 am

הרענדיג דינסטאג ויק"פ אז מארגן.............................


קען מען קומען אויפפיקן די טלית אין ביהמ"ד פון 7 ביז 8

דאווענען אבער קען מען נישט דארט.
מיין לופי'לע........


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זעמל מעל, יוסף פריעדמאן, יש ברירה, פינחס און 33 געסט