השתגענו???

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 20, 2020 2:17 pm

זארג נישט האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.

די וואס גייען נישט קיין מאסק שפירן נישט אז זיי דארפן גיין מיט א מאסק, און דאס איז דער ריינער אמת! און דאס איז דער תירוץ.

פארוואס זיי שפירן אזוי, איז דא זייער א סאך סיבות, אבער קיין מאבד עצמם לדעת זענען זיי נישט.

און וועגן דער גוי, וואס איז טאקע מיט דער גוי? ער שפירט יא אז ער מוז עס גיין? און אויב דער תירוץ איז אז יא, אז יעדער גוי וואס שפירט אז ער דארף עס גיין, גייט עס, און דער וואס נישט, נישט, איז וואס יעצט? דארפן מיר גיין ווי נערנים אויף דער גאס מיט א מאסק ביז דער לעצטע גוי וועט עס אויס טוהן.

ילמדנו רבינו ווי אייין און ווי אויס, און היכי דמי חילול ה' און ווען ענדיגט זיך עס??? דארף טאקע איינער וואס האט אנטי-באדיס עס גיין פאר נאך א יאר להוציא מחשש חילול ה'?

איך מיין אז מיר זענען טאקע משוגע געווארן, א דור הפלגה ממש ווי איינער פארשטייט נישט דעם צווייטן, און דער וואס איז נאך נישט משוגע געווארן גייט משוגע ווערען. קיינער פארשטייט נישט יענעם. די וואס גייען נישט קיין מאסקעס פארשטייען נישט פארוואס און פאר ווען ער דארף גיין א מאסק (חוץ משום חילול ה' וואס לא דבר קטן הוא), און די וואס גייען יא מאסקעס מיט דייקנות פארשטייען נישט פארוואס אנדערע גייען עס נישט. א צודרייטע וועלט ווי מען מוז טוהן ווייל יענער האט דער אויבער האנט, און אז נישט איז עס א חילול ה', און אפשר טאקע.

ווייסט איינער דער פתרון ווייל איך בין שוין אין גאנצן צומישט. יא חילול ה'? נישט חילול ה', ווען ווערט עס אויס חילול ה'?

איז חילול ה' תלוי אין דער גאווערנער, מעיאר, אדער גאר דער פרעזידענט? אדער גאר אין דיין גויאישן שכן?

איך וועל פרעגן א ביסל שטערקער. איז חילול ה' תלוי אין דער גאווערנער מיט זיין פארשטינקענע פאליטיק, מעיאר מיט זיין פארשטינקענע פאליטיק, אדער גאר דער פרעזידענט מיט זיין פארשטינקענע פאליטיק? טעיק-יור-פיק! אדער גאר אין דיין גויאישן שכן וויאזוי ער קוקט דיר אן מיט זיין נערישן שכל?

אונז זענען דער עם חכם ונבון, און יעצט קיין אל"ף בי"ת קענען מיר נישט! יעדער האט געוואלט דעם צווייטן צורייסן די לעצטע 10 וואכען! ווי איז אונזער שכל? קענען מיר טאקע נישט פארשטיין איינעם די אנדערן?

איך האב נישט גערעדט פון יא אדער נישט חילול ה׳. לאמיר זאגן די גאנצע מאסק איז א משוגעת. למעשה האלט דער גאווערנער א דרשה יעדן טאג און זאגט אז גיין אן א מאסק טוט צושפרייטן דעם וויירוס. יא גערעכט צו נישט, אבער די גוים פאלגען מער ווייניגער.. ער רעדט אויך אין א וועג אז גיין אן א מאסק הרג׳ט מענטשען און עפי״ר די גוים נעמען עס אן אלס א פאקט. איז נישטא דערביי אן ענין פון דרכי שלום?

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך מאי 20, 2020 2:40 pm

זיכער דארף מען גיין פאר דרכי שלום, אבער גיין מיט א מאסק איז נישט קיין פיקניק (מיר איז עס זייער נישט באקוועם) איז וויפיל איז דער שיעור?

און צו דען האלטן טאקע אלע גוים אז דער גאווערענער איז גערעכט? אין מיין אפשאצונג גיייען עפעס מער ווי האלב (און ווייניגער ווי צוויי דריטל) גוים מאסקעס אויפן גאס. און ווייסען זיי דען נישט דעם גרויסן סוד אז אויב מען האט אנטיבאדיס איז מען שוין פערטיג?

א סאך גוים האבן נישט ליב דער גאווערנער, איז וויאזוי גייט דאס מעסטען וואס מען מוז נאך געבן און ווען מען קען שוין אויף הערען?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך גראמער » פרייטאג מאי 22, 2020 1:29 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וואס איז פשט אז רובא דרובא היימישע יודן גייען נישט מיט קיין מאסק? האט דאס עפעס מיט יודישקייט? איך פרעג נישט אלס געזונטהייט, איך פרעג פשוט אלס דעם גוי. דער גוי קוקט אונז אן ווי אומאחריות׳דיגע חיות... מיר טוען בלויז פיטערען די אלטע אנטיסעמיטישע לאזונג אז יודן פארשפרייטן מחלות... וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ. פאר אביסל אומבאקוועמליכקייט דארפן מיר אלע גוים זאלן קוקן אויף אונז ווי פאנאטישע מחלה פארשפרייטער...
השתעשענו???

אדער אפשר ליגט עפעס מער אינטערדעם וואס איך פארשטיי נישט? ביטע געבן הסבר.


גיין מיט א מאסק יעצט, איז ווי א שירעם נאך א רעגן


אלס געזונטהייט קען מען דעבעטירן, אבער אלס חילול ה׳ מיין איך קען מען נישט דעבעטירן, נאר עס איז א זיכערע פאקט אז ווען א גוי זעהט א איד אן א מאסקע קוקט ער אונז אן ווי אומאחריותדיגע מענטשן. (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך גיי נישט ארויס פון שטוב אן א מאסק, יעדע מאל איך גיי אריבער א גוי שפיר איך ווי איך מאך א קידוש ה׳)

ס'הייסט ווען 90 פארצענט גוים האבן שוין אויך דעם מאסק אוועקגעשליידערט, בלייבט עס א חילול השם?

ווען עקספייערט די לאוזאנג פון חילול השם אין אונזער פאל?


קודם, קוקט אויס אז איר היט די סאשעל-דיסטינסינג אויף די שטארקסטע פארנעם, און איר זענט נאכנישט ארויס פון הויז זינט פורים, און איר האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אויף די גאס. ממנו ילמדו וכן יעשו. לאמיר אייך זאגן אן אינטערעסאנטע זאך: אסאך מענטשן גייען שוין ארויס פון הויז, די גאסן זענען מער ווייניגער פול. אין די אידישע געגענטער זעהט מען טאקע אסאך מאסקעס, אבער רוב ציבור גייט ארום אן מאסקעס, אין א צייט וואס ביי די גוים מיין איך זעהט מען מער מאסקעס. איר האט זיך לכאורה טועה געווען ווען איר האט געשריבן 90%.

לאמיר זאגן אז איר זאלט זיין גערעכט. ווען א גוי גנב'ט, איז ער טאקע א גנב, אבער דא ענדיגט זיך עס, משא"כ ווען א איד גנב'ט, חוץ די עבירה פון גניבה מאכט ער א גרויסע חילול ה'. ווילאנג אונז זענען אין גלות דארפן אונז זיך היטן עקסטערע צוליב דעם און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך גיי נישט ארויס פון הויז אן א מאסק.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 22, 2020 1:39 pm

און ביזען לעצטען גוי וועט עס נישט אויס טוהן וועסטו עס אויך נישט אויס טוהן? איך גלייב נישט אז וועסט ביז דעמאלט ווארטען, און דעס איז זיין קשיא.

ער פרעגט: ווען עקספייערט די לאוזאנג פון חילול השם אין אונזער פאל? און ער פרעגט גוט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 22, 2020 2:24 pm

דא הייבט מען שוין אן געבן א תירוץ צום קשיא
viewtopic.php?p=2200584#p2200584
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: השתגענו???

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 22, 2020 2:27 pm

צ/ק

יא דו?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך קעדילעק » פרייטאג מאי 22, 2020 2:27 pm

ווילאנג רוב גויים, אדער גויים אין אלגעמיין גייען מאסקעס, ספעציעל אז עס איז נאך דער געזעץ, און עס הענגט גרויסע שילדן לענגאויס ניו יארק, דארף מען גיין, ס'זעט אויס אז נישט לאנג וועט עס אנהאלטן, די גויים האבן אויך נישט זייער שטארק ליב דעם נייעם ארויפגעצוואונגענעם מויל שלאס..


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 987שלום און 5 געסט