וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 11:20 am

גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קימפעטארין איז ריכטיג, ווייל דאס איז היינט אין באנוץ. איך ווייס נישט וועגן דעם מקור, אבער אויב וועסטו רעדן מקורית'דיג וועט מען נישט פארשטיין קיין ווארט וואס דו רעדסט.

מ'ניצט יא אפט "ארבייטער" פאר לשון רבים, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז אזוי.

פארהעלטעניס מיינט באצוג (פראפארשן?), און פארהעלטניסמעסיג מיינט געמאסטן אין באצוג צו עפעס אנדערש = די ארומיגע פאקטן (פראפארשענאל/רעלאטיוו). [ביטע אויסקלארן אויב איך בין ראנג]

קימפעטארין איז זיכער ריכטיג, ווי דו שרייבסט. כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דער השערה אז ס'קומט פון קינדבעטארין, און ס'איז מסתמא נישט אמת, ווייל אין דייטש זאגט מען אויך "קימפיטאַרין" (מיט אן F).

ארבייטער/ארבעטער האט זאג א גוטס געשריבן פארקערט ווי דיר, אז מיט אן ע' איז פאר א רבים. לכאורה איז עס דאס זעלבע ווארט נאר אין אן אנדערן דיאלעקט. היינט שרייבט מען איין ארבעטער און צוויי ארבעטערס.

פארהעלטניס האב איך קיינמאל נישט געהערט אז ס'מיינט אין באצוג, אבער ס'שטימט. דאכט זיך אז פראפארציע קומט נישט דא אריין. דאס ענגלישע ווארט פאר פארהעלטניסמעסיג איז relatively.

דארפסט נישט צוקומען צו דייטש. קימפעט איז א לאנגיעריגער באנוצטע אידישע ווארט, 'פעטארין' איז נישט קיין ווארט.

דער טעות קומט פון באלייכטנוגען, זיי זענען געווען געפערליך שוואך אין שפראך, און פלעגן אפט צוקומען צו אייגענע עם הארצ'ישע קאנקלוזשענס.
למשל בעיבי סיטער האבן זיי געשריבן "בעיביס היטער", וכדומה.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 19, 2020 12:17 pm

בעבי'ס היטער איז נישט קיין טעות, איך גלייך די מליצה. זיי ווייסן אויך אז עס איז נישט אידיש ארגינעל.

די באלייכטונגען האט נישט קיין טעותים אין שפראך, זייער אידיש איז מסורה'דיג פון דורי דורות ירושלימער אידן. נאר מיט די נייע ווערטער האבן זיי א פראבלעם, וואס מיט דעם געבן זיי זיך אויך אן עצה ב"ה. מוזט נישט אלעס אננעמען ווי זיי, אבער זיי האבן נאך אזא מסורה אין שפראך ווי די מעלות וואס איז מלקט פון איבעראל און באשליסט כפי המצב.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 12:56 pm

באשליסן לפי המצב איז אויך א מסורה אין די אידישע שפראך.

בעיביס היטער איז גרייזיג, לשיטתו וואלט געקומען קינדער היטערין אדער עפעס אזוי.

דו האסט ווארשיינליך נישט געליינט צופיל באלייכטונגען, אז דו קענסט אזא זאך זאגן. איך פלעג יעדע וואך ערשטוינט ווערן פון פרישע שרעקליכע טעותים.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 19, 2020 1:33 pm

דאכט זיך בעלייכטונגען. על כל פנים ווען איך פלעג עס ליינען אלס קינד.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג מאי 19, 2020 2:15 pm

מיר מאכט נערוועז אז זיי שרייבן טאלענט. אין אידיש זאגט מען טאלאנט.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 3:06 pm

@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 19, 2020 4:58 pm

קענטאקי האט געשריבן:@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

בעלייכטונגען שרייבט קינד-פעטרין? מסתמא איז עס טאקע גרייזיג. אסאך פלעגן שרייבן קינפעטארין, קען זיין עמיצער האט געמאכט א פשט'ל אז ס'ליגט דא מרומז דאס ווארט קינד.

מעלות באופן כללי איז זייער גוט, כאטש מיט געוויסע זאכן שטים איך נישט איין. צב"ש זייער שרייבן איר/אייך אנשטאט עטץ/ענק. די רעדאקציע'ס אנגעגעבענע סיבה איז וויבאלד אמאל פלעגן בלויז ארויסקומען אידישע צייטשריפטן אין ארץ ישראל, מיט'ן ירושלימ'ער/ליטווישער אקצענט, האט זי אויך גענומען די ליניע. ס'איז א שוואכער תירוץ. פון דער צווייטער זייט מאכט עס א שטארקע צומישעניש, וויבאלד מ'קען זיי נישט געהעריג נאכטון נאכדעם וואס אין אונזער דיאלעקט רעדט מען קלאר נישט אזוי. איך בין חושש אז די אונטערליגנדע סיבה דערצו איז וויבאלד מרס. יונגרייז, די רעדאקטארין פון מעלות, קומט פון ירושלים און דאס איז איר מאמע לשון.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מאי 20, 2020 12:27 am

קענטאקי האט געשריבן: דער טעות קומט פון באלייכטנוגען, זיי זענען געווען געפערליך שוואך אין שפראך, און פלעגן אפט צוקומען צו אייגענע עם הארצ'ישע קאנקלוזשענס.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 20, 2020 12:31 am

קענטאקי האט געשריבן:@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

פיין. געטראפן א ווארט. באופן כללי האב איך מער געגליכן צו ליינען בעלייטונגען ווי מעלות. קען זיין ווייל זיי זענען מער געפינטלט... אבער קיין פרעמדע שפראך און אפטע טעותים געדענק איך נישט.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך מאי 20, 2020 1:26 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

פיין. געטראפן א ווארט. באופן כללי האב איך מער געגליכן צו ליינען בעלייטונגען ווי מעלות. קען זיין ווייל זיי זענען מער געפינטלט... אבער קיין פרעמדע שפראך און אפטע טעותים געדענק איך נישט.

מסתמא זענט איר דאן נאכנישט געווען אזוי באהאוונט אין שפראך ווי היינט, ס'געווען אסאך גרייזן.

גראדע פלעג איך אויך אלס קינד גלייכן בעלייכטונגען, אין א וועג מער פון מעלות, זיי האבן פארקויפט מער פיקציע. אין מעלות האב איך בעיקר הנאה געהאט צו ליינען חינוך ארטיקלען, און זיך פילן משה גרויס.

כ'בין אינגאנצן פארפארן פונעם נושא.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » פרייטאג מאי 22, 2020 12:03 pm

א ריזיגע בעקעלע

א קוגל באקט מען אין א בעקן, נאר אונזער מאמע-לשון, וועלכע גלייכט זייער דאמינוטיוון, האט געמאכט דערפון א בעקעלע.

מילא, וועט זיין בעקנס פאר די חלות און בעקעלעך פאר די בילקעס. צוביסלעך זענען אבער די בעקעלעך געוואקסן, ארויסשטופנדיג גענצליך די בעקנס פון אויוון, און אזוי ארום האבן מיר זיך געטראפן היינט מיט'ן סתירה'דיגן "א ריזיגע בעקעלע".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 22, 2020 12:44 pm

פיין!

אין א ריזיגע בעקעלע מאכט מען א גרויסע בילקע...
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

וואז"מ CHERISH א"א?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 8:17 pm

וואז"מ CHERISH א"א?

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: וואז"מ CHERISH א"א?

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 31, 2020 8:34 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואז"מ CHERISH א"א?

קירש
און פאר אסאך קירשן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואז"מ CHERISH א"א?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 8:38 pm

איינס האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואז"מ CHERISH א"א?

קירש
און פאר אסאך קירשן

פיין CHERRY און CHERRIES ווייס איך שוין, יעצט וויזוי זאגט מען CHERISH?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 31, 2020 8:44 pm

באזארגען/פלעגען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: וואז"מ CHERISH א"א?

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 31, 2020 8:47 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואז"מ CHERISH א"א?

קירש
און פאר אסאך קירשן

פיין CHERRY און CHERRIES ווייס איך שוין, יעצט וויזוי זאגט מען CHERISH?

כאפ איך נישט וואס די ווארט איז,
שרייב א סענטנס מיט די ווארט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 31, 2020 8:49 pm

עס איז א ווארט וואס מען נוצט אויף זיך שטארק אפגעבן מיט איינעם/א חפץ
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מאי 31, 2020 8:49 pm

שעצן?

to love and to cherish till death do us part

צו ליבן און צו שעצן ביז טויט טוט אונז שיידן.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום זונטאג מאי 31, 2020 8:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וואז"מ CHERISH א"א?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 31, 2020 8:50 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואז"מ CHERISH א"א?

שעצן, ארויפקוקן, רעספעקטירן...
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 8:58 pm

In terms of one's own spiritual growth, explained R' Elye, he can fulfill the mitzvos even if he is focusing on the reward. But if he wants his children to follow in his path, then he needs to desire the actual mitzvos - and not just desire them, but cherish them very much.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 9:00 pm

האלטן טייער איז די אבסאלוט דעפינישען, אבער איך זוך א קלינגעדיגע ווארט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 9:01 pm

צו געזונט האט געשריבן:עס איז א ווארט וואס מען נוצט אויף זיך שטארק אפגעבן מיט איינעם/א חפץ

א זאך וואס איז CHERISHED געט מען זיך שטארק אפ מיט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואז"מ CHERISH א"א?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 9:02 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואז"מ CHERISH א"א?

שעצן, ארויפקוקן, רעספעקטירן...

קיין איינע פון זיי איז נישט דער קאפ פונעם נאגל

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 31, 2020 9:03 pm

דאן דארף ער באגערן צו טוהן די מצוות, און נישט נאר דאס ווילן, נאר אויך צייגן שעצונג דערצו
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט