"עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

"עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובה דורך שמשון הגיבור »

אייוועלט פעידזש




בס"ד



אל כבוד כל אחד ואחד מבני היהדות החרדית.

תהילה לקל יתברך אז מיר האבן איבערגעלעבט דעם שרעקליכן סכנה גשמי מיט'ן שווערן וויירוס וואס האט זיך אזוי ווילד פארשפרייט, און מיר שטייען שוין כמעט אינגאנצן ארויס דערפון, געזונט און שטארק ב"ה, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ס'איז אוודאי אונזער חוב צו דאנקען אלע וואס האבן זיך אזוי געטריי אוועקגעגעבן במסירת נפש בשעת דער קריזיס האט געברענט, סיי די מעמבער'ס אין "חברה הצלה" וועלכע האבן איינגעשטעלט זייערע לעבנס און געלאפן טאג-און-נאכט ראטעווען אידישע קינדער, סיי די ראשי הקהילות והמוסדות וואס האבן געמאכט קריטישע באשלוסן און פארזארגט זייער ציבור אין די שווערע צייטן, און אוודאי די העלט-קעיר ארבייטער וועלכע האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אונטער שווערע אומשטענדן, און אזוי אויך אלע שטאטישע באאמטע אין שפיץ פון אונזער גאווערנאר ענדראו קאומא יר"ה, וועלכע האט אנגעפירט מיט די סטעיט'ס שעפערישע עמערדזשנסי-רעספאנד צום קריזיס.

אבער טייערע אידן: אצינד שטייען מיר אין א רוחניות'דיגער קריזיס. מיר שרייען אצינד "הצלה" אויף די רוחניות פון אונזערע דורות. הצלה!!!

ס'איז א פאקט אז די אלגעמיינע 'שולעס' זענען געשטעלט געווארן די לעצטע אויף די ליסטע, עס ליגט אינעם 'פערטן פאזע' פון די סטעיט-עפענונג פראצעדור, און ס'איז שוין יעצט נישט זיכער צו אויף סעמפטעמער וועט זיין ערלויבט צו עפענען די שולע'ס. ס'איז פארשטענדליך אז אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס האלט מען שוין ממילא ביים ענדע פונעם אלגעמיינעם שולע-יאר.

אנדערש איז אבער ביי אונז אידישע קינדער, ביי וועמען דאס איז א שרעקליכע סכנה וואס מיר קענען נישט אריבערטראגן בשום אופן. דער חינוך פון אונזערע קינדער איז ביי אונז 'נומער איינס', פיל פריער ווי ביזנעס וכו', און דער פאקט איז אז אונזערע קינדער האבן פאר זיך "א גאנצע פולע זומער זמן", וואס אויב זאלן זיי אגאנץ זומער בלייבן אן קיין געהעריגע חדר/סקול/ישיבות און אן קיין געהעריגער סדר היום, קען ח"ו גיין לטמיון נישט נאר דער 'פארשריט' וואס מען פארפאסט יעצט צו מאכן אין די לימודים, וואס איז אויך גענוג שווער, נאר נאכמער: זייער גאנצער מצב הרוחני איז אין א סכנה עצומה, וואס איז איבריג מסביר צו זיין!

ס'איז א שעת חירום! ס'איז א שעת סכנה! טאטעס און מאמעס ווייסן נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען!

יעדער האט געפרעגט "וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מנהיגים?" און ענליכע שאלות.

אויך ר' יהוסף פריעד הי"ו פון מאנסי – א טאטע פון קינדערלעך ווי אונז אלע – האט געפרעגט די פראגע, אבער נישט אויף די גאס, נאר פון די עסקנים זעלבסט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט די מציאות, אז וויבאלד דאס איז א "לעגאלער" געראנגל, איז נישט מעגליך אז די עסקנים און מנהיגים זאלן זיך ארויסשטעלן, מחמת כמה סיבות אשר אין כאן מקומם להאריך. אבער אלע-ווי-איינער האבן קלארגעשטעלט, אז נאר די עלטערן אליינס זענען די וואס קענען טון צו די זאך, דורכ'ן אליינס פאדערן די עפענונג פון אונזערע מוסדות, און וויבאלד דאס איז א לעגאלע אישו, איז דער אדרעס דערפאר אין געריכט.

זעלבספארשטענדליך אז אונזער פארלאנג איז נישט צו לייגן אין געפאר די געזונט פון אונזערע קינדער ח"ו, נאר אלעס וועט געטון ווערן לויט די אנווייזונגען פון געזונטהייט עקספערטן.

נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט די גרעסטע ברייט-באקאנטע עסקנים, און בהסכמת גדולי הרבנים שליט"א, האט ר' יהוסף גענומען די קוראזש און ארויסגעשטעלט זיין נאמען, מיט א גרייטקייט צו זיין דער תובע וואס פאדערט – בשם אונז אלע, די עלטערן – אז דער געריכט זאל עפענען אונזערע מוסדות, צוליב אונזערע רעליגיעזע רעכטן.

דער לויער איז דא, די דרייסטע חתימה איז אונטערגעשריבן, דער קלאגע איז גרייט, איין זאך וואס מ'דארף איז: געלט! אזא קלאגע וועט אריינציען אין א געפעכט וואס קאסט גרויסע געלטער צו קענען זיגן, און נאר מיט יעדנס הילף וועט מען דאס דערגרייכן בעז"ה.

געדענקט: ס'איז א יחיד וואס שטעלט זיך ארויס מיט די הסכמה פון אלע חרדי'שע עסקנים! ס'איז א יחיד פאר'ן רבים! ס'איז אונזער קאמפ, ר' יהוסף איז אונזער העראאישער שליח, לאמיר פארזיכערן "אונזער" געווינס!

בנפשינו הדבר!!! ובשם השם נעשה ונצליח



פאר פרטים הערט די מעסידזשעס .

מעסעדזש - 1

מעסעדזש - 2

קאמפיין לינק:

https://thechesedfund.com/openmosdos/om

כלנו למערכה, ולה׳ הישועה.

אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך farshlufen »

ווער איז דער דרשן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך שמשון הגיבור »

ער הייסט ר׳ יהוסף פריעד.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך ב שלום »

שמשון הגיבור האט געשריבן:ער הייסט ר׳ יהוסף פריעד.

א באקאנטע יוד און מאנסי
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך מי יודע »

2 אנדערע מענטשן רעדן
ווער איז דער אנדערער וואס רעדט 8 מינוט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע האט געשריבן:2 אנדערע מענטשן רעדן
ווער איז דער אנדערער וואס רעדט 8 מינוט

אויסגעהערט, ס'איז איין פערזאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך סעלצער »

די ערשטע מעסעדש לינק ארבייט שוין נישט ביטע איבערלייגן, יישר כח
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך אחד הרבנים »

די קעפל פונעם אשכול איז מיסליעדינג. עס איז נישט קעגן קאמאו. עס איז קעגן די סטעיט צו עפענען די מוסדות
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אחד הרבנים האט געשריבן:די קעפל פונעם אשכול איז מיסליעדינג. עס איז נישט קעגן קאמאו. עס איז קעגן די סטעיט צו עפענען די מוסדות

לאז, לאז, נישט קיין חילוק, אבי קעגן איינעם
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך ווישוואש »

אחד הרבנים האט געשריבן:די קעפל פונעם אשכול איז מיסליעדינג. עס איז נישט קעגן קאמאו. עס איז קעגן די סטעיט צו עפענען די מוסדות

ס'איז קואמא'ס עקזעקיוטיוו ארדער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך בלא בלא בלא »

ווישוואש האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:די קעפל פונעם אשכול איז מיסליעדינג. עס איז נישט קעגן קאמאו. עס איז קעגן די סטעיט צו עפענען די מוסדות

ס'איז קואמא'ס עקזעקיוטיוו ארדער.

אהאההאהא
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך בלא בלא בלא »

ב שולם האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:ער הייסט ר׳ יהוסף פריעד.

א באקאנטע יוד און מאנסי

פארוואס זאגט ער ניש זיין נאמען?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך אחד הרבנים »

ווישוואש האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:די קעפל פונעם אשכול איז מיסליעדינג. עס איז נישט קעגן קאמאו. עס איז קעגן די סטעיט צו עפענען די מוסדות

ס'איז קואמא'ס עקזעקיוטיוו ארדער.

אבער אין קעפל שטייט נישט איבער וואס דאס איז. עס זעהט עפעס אויס ווי עסקנים האבן זיך ארויסגעלאזט זיכן עפעס מיט וואס אנצוקלאגן דעם גאווערנער יר״ה
לעצט פארראכטן דורך אחד הרבנים אום דינסטאג מאי 19, 2020 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך לכאורה »

קעפל געטוישט
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך בלא בלא בלא »

שמשון הגיבור האט געשריבן:פאר פרטים הערט די מעסידזשעס .

מעסעדזש - 1

מעסעדזש - 2

קאמפיין לינק:

https://thechesedfund.com/openmosdos/om

כלנו למערכה, ולה׳ הישועה.


טויש קעפל צו "י. פ. קעגן צוגעשפארטע ת"ת"
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך Borough Park »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:ער הייסט ר׳ יהוסף פריעד.

א באקאנטע יוד און מאנסי

פארוואס זאגט ער ניש זיין נאמען?

אויף די צווייטע מעסעדז זאגט ער זיין נאמען
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך בלא בלא בלא »

Borough Park האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:ער הייסט ר׳ יהוסף פריעד.

א באקאנטע יוד און מאנסי

פארוואס זאגט ער ניש זיין נאמען?

אויף די צווייטע מעסעדז זאגט ער זיין נאמען

אמת
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט קעגן גאווענער קאומאו

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ס'דאך שוין דא א פעדעראל קלאגע קעגן די גאווערנער'ס ארדער, אפשר קאן עס בייהילפיג זיין פאר די וואס טוען דערין.

זעה דא

יענער קלאגט אן די גאווערנער מיטן סטעיט אטוירני זשענעראל אויף א רייע קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונגען, ווי אויך טענה'ט יענער אז די סטעיט געזעץ וואס קאומו האט גענוצט ארויסצוגעבן זיין ארדער איז אומקאנסטיטוציאנאל אונטער די נ.י. סטעיט קאנסטיטוציע.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך פרישע קוגל »

וואס זאגן די גרויסע עסקנים? משה דוד?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך מומחה יוחס »

חחחחחח
ביז מען וועט געווינען דער זאך וועט שוין לאנג לאנג זיין אפען בעז"ה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך סעלצער »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:פאר פרטים הערט די מעסידזשעס .

מעסעדזש - 1

מעסעדזש - 2

קאמפיין לינק:

https://thechesedfund.com/openmosdos/om

כלנו למערכה, ולה׳ הישועה.


טויש קעפל צו "י. פ. קעגן צוגעשפארטע ת"ת"

מ'דארף מאכן א קידוש צו באקומען א נאמען עסקן?! איעדער וואס טוט פאר צרכי ציבור הייסט א עסקן
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך farshlufen »

מומחה יוחס האט געשריבן:חחחחחח
ביז מען וועט געווינען דער זאך וועט שוין לאנג לאנג זיין אפען בעז"ה

הכל ריוח יעדעס ברעקל וואס מ'טוט פאר אונזער טייערסטע.

כי הם חיינו ואורך ימינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך בלא בלא בלא »

סעלצער האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:פאר פרטים הערט די מעסידזשעס .

מעסעדזש - 1

מעסעדזש - 2

קאמפיין לינק:

https://thechesedfund.com/openmosdos/om

כלנו למערכה, ולה׳ הישועה.


טויש קעפל צו "י. פ. קעגן צוגעשפארטע ת"ת"

מ'דארף מאכן א קידוש צו באקומען א נאמען עסקן?! איעדער וואס טוט פאר צרכי ציבור הייסט א עסקן

שרייב פשוט ווער ס'איז למען ה'פאקט, זה הוא.

האסטע דא שוין איינער פרעגט משה דוד צו ווער.


יעדער מעג טון וואסער וויל, שרייב אבער ווער סאיז אויפן קעפל.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך בלא בלא בלא »

farshlufen האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:חחחחחח
ביז מען וועט געווינען דער זאך וועט שוין לאנג לאנג זיין אפען בעז"ה

הכל ריוח יעדעס ברעקל וואס מ'טוט פאר אונזער טייערסטע.

כי הם חיינו ואורך ימינו.

ס'קען אויך חרוב מאכן
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: עסקנים ארבעטן אויף א פעדעראלע לאסוט צו עפענען מוסדות התורה

תגובה דורך פרישע קוגל »

פרישע קוגל האט געשריבן:וואס זאגן די גרויסע לאנגיעריגע עסקנים? משה דוד?
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”