@ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9198
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואס טוט זיך האט געשריבן:זיינע רעגולאציעס זענען בכלל נישט געווען איבערגעטריבן.
די צייט ווילאנג די רעגולאציעס גייען אן, דאס איז זייער איבערגעטריבן.

גערעכט א חוץ די האספיטעל פאליסיס דאס איז יא געוועהן זייער איבערגעטריבען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

metsboy האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:איעדע ריר וואס ער געט זיך שטינקט פין זיין מחשבה אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
זיין קאפ ליגט אים מער אין 2024 ווי אין די קאוויד 19.
זאל ער גיין ווי די פעפער וואקסט אין לאזן עפענען די שולן אין חדרים.

אז ער לויפט און 2024 גייען אלע עסקנים / מוסדות הייסען שטימען פאר אים.

$1 פאר דיבלאזיא פרעזידענטשעל קאמפיין.......!
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yes_or_no »

מטעמים האט געשריבן:קאומא האט מיט זיינע פאליסיס דעסטרויד אידישע פרנסות, טויזענטער בחורים, יונגלעך און מיידלעך באקומען נישט קיין טראפ פון די וויכטיגע חינוך און די וויכטיגע סטראקטשער, פארקנאקט אידישע בתי מדרשים אן קיין מהלך פון עפענען, זיינע פאליסיס פאר שפיטעלער האבען אין פאקט געהרגעט צענדליגע טויזענטע ניו יארקע ובתוכם הינדערטער אידישע נפשות.

1000%
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

אויב איר זוכט אייער תגובה און איר טרעפט עס נישט, פרובירט קומענדיגע מאל אויסצולאזן די טויטע קללות

אויב איר זוכט אייער ניק און איר טרעפט עס נישט, פרובירט זיך צו האלטן צו די תקנות
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

פרנס היום האט געשריבן:אז 75 פארצענט מוסדות עפענען אויף געהעריג גייען זיי גארנישט קענען טין, מען גייט קיינעם נישט ארעסטירן, די זעלבע מיט געשעפטן יעדער דארף עפענען מיט א ברייטקייט אויף איינמאל

גארנישט? אדער נישט ארעסטירן?
איז דען מעגליך פאר אונזער מוסדות זיך צו דעקן א גאנץ יאהר אהן די שטאטישע הילף? איך רעד נישט נאר פון פערמיטס, נאר אלע סארטן געלטער וואס זיי טיילן.
אויב פארלירט מען דאס, ווער גייט לערנען דעמאלס מיט אונזער קינדער ?

פאר געשעפטן ווייס איך נישט, קען זיין עס לוינט יא צו זיין אפען, און באצאלן טיקעטס ווען מ'יאגט נישט אהן צו פארמאכן די לאדענעס ווען פאליציי קומט.
אבער מוסדות? חס ושלום!!! מ'שפילט מיט פייער!

קרייסלער האט געשריבן:אראפ מיט די טענער ביטע
צד א׳) מלערנט יעצט תורה מתוך הדחק עד יעבור זעם, האפענטליך אין א חודש ארום וועט מען שוין קענען צוריק עפענען געהעריג די בניני המוסדות תמידין כסדרן

צד ב׳) מלערנט יעצט טאקע מתוך הדחק אבער סאיז פארט נישט ווי ווען מאיז געהעריג מסודר, ע״כ לאמיר ארויסגיין מיט מסירת נפש און זיך אנפייפן אויף די מעיאר און גאווענער, אבער סאיז בידם צו פארמאכן דיין בילדינג פאר עטליכע חדשים אדער גאר א יאר צוויי מיט זינלאזע וויילעשענס און מוועט דארפן לערנען מתוך הדחק פאר א לאנגע וויילע

הבחירה בידך! טראכטן מיט ישוב הדעת אדער לאזן די געפילן פירן מיטן קאפ אין וואנט

קלאהר געשריבן צד ב.

מ'קען אסאך מאריך זיין און בעסער באשרייבן צד אלף, אבער ווי רב קרייסלר זאגט, אויב וועלן זיי זיך נעמען צו אונזער ביינער, וועט מען קענען האבן דער זכי'ה זיך מוסר נפש זיין פאר אסאך א לענגערע תקופה.

ממילא אפשר איז מער ריכטיג זיך מוסר נפש זיין דורך אנדערע אופנים, למשל נעמען צוויי דריי שכנים, זאלן זיך טיילן צווישען זיך, און לערנען מיט די קינדער א גאנצע טאג.

מ'שרייבט דאך אז מ'טאר נישט קוקען אויף געלט, איז זאל דער מסירת נפש איד טאקע נישט גיין אין ארבייט, און לערנען מיט די קינדער .

איך מאך נישט אוועק דער פראבלעם.
בכלל נישט, אדרבה, איך זעה דער פראבלעם זייער קלאהר און ווייטאגליך, עכ"פ ביי מיר און שטוב, אבער דער עצה פון זיך שלאגן מיט דער (שלעכטע) רעגירונג, וועט קאסטן אסאך מער קרבנות. רח"ל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פארווייטאגט האט געשריבן:

און וועט לכאורה פארשטאנען מער אויערן ביי גזירת החינוך און א.א.וו.

אפשר דארף זיך גרונדן א גרופי אדמינעסטרטערס מיט פולקאמע פלענעער וויאזוי זיי וועלן טעסטן און סאשעל דיסטענסן א.ד.ג. צו ווייסן אז מיר ומען מיט די גרעסטע מאס פארזיכטיגקייט. א סקול נורס וועט טעסטן קינדער צוויי מאל א וואך, יעדער קינד קען נישט ארויסגיין פון קלאס, נאר איין קלאס אין הויף אויף אמאל, און אויב מען טעסט א קינד פאזיטיוו שפארט מען אפ די קלאס פאר צוויי וואכן און יעדער דארף טעסטן נעגעטיוו פארן צוריקומען. איך חלום סתם אבער אפשר אז מען מאכט טאקע שווערע מסירות נפש פלענעער וועט מען אונז אויסהערן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

פארווייטאגט האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:אז 75 פארצענט מוסדות עפענען אויף געהעריג גייען זיי גארנישט קענען טין, מען גייט קיינעם נישט ארעסטירן, די זעלבע מיט געשעפטן יעדער דארף עפענען מיט א ברייטקייט אויף איינמאל

גארנישט? אדער נישט ארעסטירן?
איז דען מעגליך פאר אונזער מוסדות זיך צו דעקן א גאנץ יאהר אהן די שטאטישע הילף? איך רעד נישט נאר פון פערמיטס, נאר אלע סארטן געלטער וואס זיי טיילן.
אויב פארלירט מען דאס, ווער גייט לערנען דעמאלס מיט אונזער קינדער ?

פאר געשעפטן ווייס איך נישט, קען זיין עס לוינט יא צו זיין אפען, און באצאלן טיקעטס ווען מ'יאגט נישט אהן צו פארמאכן די לאדענעס ווען פאליציי קומט.
אבער מוסדות? חס ושלום!!! מ'שפילט מיט פייער!

חס ושלום צו עפענען דעם גאווערנערס מוסדות אן רשות!
א שפיל מעט פייער!!
הלמאי מ׳קען נאך חלילה וחס פארלירן מיליאנען (גאלאן מילך) און וויאזוי קען מען דען לערנען מיט אידישע קינדער תורה אן דעם? אונז ברויך מיר זיצן און ווארטן אז די גאווערמענט וואס מיינט נאר גוטס (אזוי ווי עס ווערט קלאר אויסגעשמועסט אין די דעילי בריעפינגס) זאל אויפשפארן אונזערע (זייערע) מוסדות. נו לאמיר ווארטן, נעם נאר א בענקעל מיט א שירעם ווייל ס׳האלט יעצט שוין אויף סעפטעמבער אויך נישט.

אונזערע קינדערס חינוך? הו קעירס! נישט חלילה צורירן צו די געלטער ווייל אן דעם ווער וועט לערנען מיט די קינדער??

(אינטערעסאנט אז אין ארץ ישראל ווער עס רעדט אזוי ווערט אנגערופן א ׳ציוני׳..)

ערעב איד ווער האט געלערנט תורה מיט אייער טאטן, זיידן?

באט עניוועי איינער ווייסט וואס אונזער אויפגאבע אלס עלטערן איז?
לערנען מיט די קינדער איז ב״ה דא מוסדות (ווען די רעגירונג לאזט)
געזונט, נעמט די העלט דעפארטמענט קעיר
וואס זיי זאלן ליינען, הערן און זעהן אויף דעם איז געשטעלט די וועד ה..פיל איט אין

#עסקינג_פאר_עי_פרענד
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אבער אויב שפארן זיי אפ די בנינים, וועט מען דארפן לערנען אינדערהיים...

אזוי ווי יעצט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פארוואס ארבעט מען נישט דער גאווערנאר זאל אפטיילן פריוואטע שולעס פון די פובליק שולעס? פריוואטע שולעס זאלן שוין מעגן עפענען פון פעיס 1 למשל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פאריז: קאראנא אין
צוריקגעעפנטע שולעס
פראנקרייך – בלויז איין וואך נאכדעם וואס א דריטל שולע קינדער אין פראנקרייך זענען צוריקגעגאנגען אין די שולעס אלס טייל פון אן אויפלעזונג פון די קאראנא צוימונגען, איז נעכטן באריכטעט געווארן אז מען זעט א באזארגנדע אויפשטייג פון קאראנא קעיסעס אין שולעס. פאריגע וואך האבן די אויטאריטעטן ערלויבט צוריקצועפענען די שולעס פון יונגערע קינדער און איבעריג צו זאגן אז די עלטערן האבן אפגעאטעמט, אבער אצינד הערט מען פון זיבעציג פרישע קאראנא קעיסעס ביי קינדער, אלעס פארבינדן מיט עטליכע שולעס.

פון איד דעילי
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שמעתי אז איינמאל די אפיציעלע סקול יאר ענדיגט זיך גייען זיך די מוסדות עפענען אלץ זוממער דעי קעמפס, סאיז פשוט א לייטער פאר קאומא אראפ צו קריכן פון בוים
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פארווייטאגט האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:אז 75 פארצענט מוסדות עפענען אויף געהעריג גייען זיי גארנישט קענען טין, מען גייט קיינעם נישט ארעסטירן, די זעלבע מיט געשעפטן יעדער דארף עפענען מיט א ברייטקייט אויף איינמאל

גארנישט? אדער נישט ארעסטירן?
איז דען מעגליך פאר אונזער מוסדות זיך צו דעקן א גאנץ יאהר אהן די שטאטישע הילף? יא אויב מ'ווילאיך רעד נישט נאר פון פערמיטס, נאר אלע סארטן געלטער וואס זיי טיילן.
אויב פארלירט מען דאס, ווער גייט לערנען דעמאלס מיט אונזער קינדער ?
און אויב וואלט מען דאס בכלל נישט פארדינט וואלטן די קינדער נאך יעצט געווען אין חדר אן קיין איבערבייס פון צוויי חדשים, און איז נישט אפשר די פארלוירענע געלטער פון אידן דורכויס די יעצטיגע תקופה מער פונעם סכום וואס מ'באקומט פון זיי??
פאר געשעפטן ווייס איך נישט, קען זיין עס לוינט יא צו זיין אפען, און באצאלן טיקעטס ווען מ'יאגט נישט אהן צו פארמאכן די לאדענעס ווען פאליציי קומט.
אבער מוסדות? חס ושלום!!! מ'שפילט מיט פייער! יעדן טאג וואס ס'איז פארמאכט, מטאר זיך בשום אופן נישט לאזן!! מ' האט זיך ליידער צוגעוואוינט אז קינדער אינדערהיים איז נישט אזוי געפערלעך, מ'כאפט שוין נישט דעם חורבן,
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך ווייס פון עטליכע היימישע געשעפטן וואס זענען פארמאכט און זיי זענען אויפן שוועל פון אינטערברעכן, פארוואס וואל מארט און טארגעט און האום דיפא מעג יא זיין אויפן
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

פארווייטאגט האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:אז 75 פארצענט מוסדות עפענען אויף געהעריג גייען זיי גארנישט קענען טין, מען גייט קיינעם נישט ארעסטירן, די זעלבע מיט געשעפטן יעדער דארף עפענען מיט א ברייטקייט אויף איינמאל

גארנישט? אדער נישט ארעסטירן?
איז דען מעגליך פאר אונזער מוסדות זיך צו דעקן א גאנץ יאהר אהן די שטאטישע הילף? איך רעד נישט נאר פון פערמיטס, נאר אלע סארטן געלטער וואס זיי טיילן.
אויב פארלירט מען דאס, ווער גייט לערנען דעמאלס מיט אונזער קינדער ?

פאר געשעפטן ווייס איך נישט, קען זיין עס לוינט יא צו זיין אפען, און באצאלן טיקעטס ווען מ'יאגט נישט אהן צו פארמאכן די לאדענעס ווען פאליציי קומט.
אבער מוסדות? חס ושלום!!! מ'שפילט מיט פייער!

האלטסט אמת׳דיג אז מוסדות קענען זיך נישט אויסהאלטן אן שטאטישע הילף?

דיין מהלך המחשבה איז א געפערליכע רוחניות׳דיגע סכנה! מיט אזא מהלך איז מען גרייט אלעס נאכצוגעבן פאר זיי ווייל מ׳האט נישט קיין ברירה... א שפיל מיט פייער!
קראום
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 15, 2014 4:47 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראום »

לב בשר האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:אז 75 פארצענט מוסדות עפענען אויף געהעריג גייען זיי גארנישט קענען טין, מען גייט קיינעם נישט ארעסטירן, די זעלבע מיט געשעפטן יעדער דארף עפענען מיט א ברייטקייט אויף איינמאל

גארנישט? אדער נישט ארעסטירן?
איז דען מעגליך פאר אונזער מוסדות זיך צו דעקן א גאנץ יאהר אהן די שטאטישע הילף? איך רעד נישט נאר פון פערמיטס, נאר אלע סארטן געלטער וואס זיי טיילן.
אויב פארלירט מען דאס, ווער גייט לערנען דעמאלס מיט אונזער קינדער ?

פאר געשעפטן ווייס איך נישט, קען זיין עס לוינט יא צו זיין אפען, און באצאלן טיקעטס ווען מ'יאגט נישט אהן צו פארמאכן די לאדענעס ווען פאליציי קומט.
אבער מוסדות? חס ושלום!!! מ'שפילט מיט פייער!

האלטסט אמת׳דיג אז מוסדות קענען זיך נישט אויסהאלטן אן שטאטישע הילף?

דיין מהלך המחשבה איז א געפערליכע רוחניות׳דיגע סכנה! מיט אזא מהלך איז מען גרייט אלעס נאכצוגעבן פאר זיי ווייל מ׳האט נישט קיין ברירה... א שפיל מיט פייער!

שמעתי אז דער סאטמערע רבי זי״ע האט זיך געבעטן בשעת׳ן עפענען זיינע מוסדות אז מען זאל נישט נעמען קיין פראגראמען פון די רעגירונג.
קען איינער קאנפירמען?
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

דער עולם איז דא פארנומען מיט מוסדות און געלט, ווייס'ך נישט ווי קומט עס יעצט צוזאם,
די ריגירונג וויל יעצט האלטן אלע עפנטלעכע פלעצער פארמאכט אריינגערעכנט פארוויילונג ערטער, קאווע הייזער, רעסטאראנען, סטעדיאים'ס ספאורטס, ועל כולם סקולס,
ווי לאנג דער גוי האט נישט זיין באר מיט זיינע געימס און זיינע קינדער זענען זיי אויפן קאפ, ווייל סאיז נישטא קיין סקולס, איז דאס א גזירות המלכות בכללות, וואס לדאבוננו זענען מיר אויך אריינגעפאלן אין דעם, אבער די ריגירונג איז שטרענג בדרך כלל אויף יעדן, און בחסדי ד קענען מיר בדרך לא דרך אנגיין מיט שולן אין מוסדות,
ביי די לוי' פון הצדיק ר' חיים מערץ האבן זיי עס לדאבוננו אינפארסירט אן געלט אינוואלווד
ביים טיילן טיקעטס פאר מענטשן איבער מאסקעס איז עס אן געלט אינוואלווד
ביים טיילן טיקעטס פאר געשעפטן איז עס אן געלט אינוואלווד
מען קען נישט עפענען א גרויסע מוסד לעיני השמש אינדערצייט ווען יעדער גוי קוקט אויך ארויס אויף סקולס, און זיך אריינפייפן אין א רעגירונג, אפילו מנעמט נישט קיין דולר איז נישט קיין תורהדיגע און מענטשןליכע מהלך, אויסער דעם וואס יעדער מוסד אפילו אן נעמען א דולר, קען באקומען א גרויסע געלט קנס פארדעם,

אויב רעדן פון מסירת נפש איז דאס לערנען אין די אומשטענדן אין קעלערן, און פארדעקטע פענסטערס, אונטער פחד פון ווערן געמסרט דאס איז די היינטיגע מסירת נפש,
וויפל זענען מיר גרייט אין אונזער פריוואטע לעבן אוועקצוגעבן פון אונזער פערזענלעכע מוציא'ס אויב סקען זיין די מינדסטע חשש ?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ווילסט האבן מסירות נפש, נעם צאם צען קינדער ביי דיר אין דיינונג רום, יעדע טאטע וועט צאלן הונדערט דאלער, איך בין זיכער אז דו וועסט קענען טרעפן א גוטער מלמד וואס איז גרייט צו לערנען מיט די קינדער געהעריג זעקס זיבן שעה א טאג, זיי וועלן נאך אפשר אנקומען מער ווי אין חדר.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:זיינע רעגולאציעס זענען בכלל נישט געווען איבערגעטריבן.
די צייט ווילאנג די רעגולאציעס גייען אן, דאס איז זייער איבערגעטריבן.

ער ליידט פון די 'מעפילים' סינדראם, (איך בין זיכער עס האט עפעס אן ענגלישע נאמען אויך), ווען מען האט געדארפט צושפארן האט ער נישט צוגעשפארט, יעצט ווען עס איז שוין דערנאך טוט ער תשובה אויף אונזער חשבון.
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

covfefe האט געשריבן:פעטיציע צו עפענען די בארדער נאך 5/21 און נישט פארלענגערן
https://www.change.org/openuscanadaborder

ערגעץ האלט עס שוין!
ביטע ארויפלייגן אויף סאשעל מידיא, שיקן פאר אייערע קאנטעקטס, ווי אויך אייערע נישט אידישע מיטארבעטער
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובה דורך אחד הרבנים »

covfefe האט געשריבן:

עס איז נאך דא אפאר אשכולות ווי איר האט דאס נאכנישט אריינגעלייגט.

דיבלאזיא געמאלדען אז זומער סקולס וועלן אויך זיין נאר רימאטלי, נישט קיין אפענע בנינים
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

אחד הרבנים האט געשריבן:דיבלאזיא געמאלדען אז זומער סקולס וועלן אויך זיין נאר רימאטלי, נישט קיין אפענע בנינים

ווען יעצט ביים פרעס קאנפרענס?

אויך פריוואטע סקולס?
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

אחד הרבנים האט געשריבן:
covfefe האט געשריבן:
covfefe האט געשריבן:פעטיציע צו עפענען די בארדער נאך 5/21 און נישט פארלענגערן
https://www.change.org/openuscanadaborder

ערגעץ האלט עס שוין!
ביטע ארויפלייגן אויף סאשעל מידיא, שיקן פאר אייערע קאנטעקטס, ווי אויך אייערע נישט אידישע מיטארבעטער

עס איז נאך דא אפאר אשכולות ווי איר האט דאס נאכנישט אריינגעלייגט.

איך האב עס געלייגט אויף אפאר פלעצער אז ווי מער אידן זאלן עס זען
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

קראום האט געשריבן: שמעתי אז דער סאטמערע רבי זי״ע האט זיך געבעטן בשעת׳ן עפענען זיינע מוסדות אז מען זאל נישט נעמען קיין פראגראמען פון די רעגירונג.
קען איינער קאנפירמען?

קאנפירמען קען איך אויף פארקערט וויאזוי מ'האט געארבעט בעצתו ובשליחתו אויף פארשידענע פראגראמען פון די שטאט, אפי' בילדינגס האט מען גענומען פון די שטאט.
ליין אביסעל און בוצינא קדישא פון ר' סענדר דייטש ע''ה און אילנא דחיי ביי די שמיעסן מיט ר' משה אייזענבערג ע''ה (לעצטענס אוועק) וואס האט געשמיעסט מיט'ן רבי'ן אפאר הוראות וויאזוי צו נעמען)
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום דינסטאג מאי 19, 2020 10:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”