חרדי'שער פרעזידענט קאנדידאט
נתנאל שניט געווינט די וואלען.
פישל בריל, לייביש גלאס,
דער אידישער צוויבל פאליטישע שרייבער.וואשינגטאן די.סי. – נאך איבער א יאר קאמפיינען איבער דאס לאנד, שווערע דעבאטעס אין שטעטל זאל זיצונגען און דעם שווערן פארמעסט, האט די אינדעפענדענט סענעטאר, דער אלטרא-ארטאדאקסישער קאנדידאט נתנאל שניט פון קרית פלינק, ניו יארק געוואונען די פרעזידענטליכע וואלן מיט א לענדסלייד, אנטקעגען זיינע מיטלויפער, דער איסלאמיסט מלאחא מ. באהאללא אין דער בריטישער מיטשעל פארד ביידע לאנגיעריגע קאנגרעס-לייט, ברענדענדיג א פרייליכער געמיהט איבער גאנץ אמעריקע אז סענעטאר נתנאל וועט צוריק-שטעלן אמעריקע צו איהר אמאליגער פראכט.
אמעריקאנער היסטאריקער גיבן איבער פאר 'דער צוויבל' אז עס דערמאנט זיי [להבדיל] ווען מיט יאהרען צוריק האט דער פיהר-אין-פערציג'סטער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אובאמא געווינען די וואלען ברעכענדיג א רעקארד צו ווערן די ערשטע טינקל-הויטיגער אמעריקאנער פרעזידענט, וואס איז נאך דימאלטס געווען א איבעריישונג אין לאנד, אבער אן "האסידיק" פרעזידענט, דאס איז פאר זיי א "ריעל סורפרייז"
קארטאאנס אין מאלערייען, וואו אויך "פאטאשאפ'ד בילדער זענען שוין בשעת די קאמפיין פארשפרייט געווארען איבער'ן לאנד, מיט בילדער וואו א סוכה ווערט געבויעט ביים ווייס'ן הויז, דער אידישער פרעזידענט ביי תשליך אין ביי מצות באקען, אנדערע האבען געשמיעסט וואו שיין וועט זיין דער מעמד קידוש החמה ביים ווייס'ן הויז, זאגענדיג עס וועט זיין אזא מעמד וואו א פרעזידענטליכע איינשווערונגס צערעמאניע, וואו פארשטענדליך וועט די וועלטליכע מידיע באריכטען "לייוו" דער פרעזידענט ביי בדיקת חמץ אין שריפת חמץ, צו די ל"ג בעומר הדלקה ביים ווייסען הויז.
אין א אינטערוויו מיט די סי.ען.ען. נייעס אגענטור האט פרעזידענט-עלעקט נתנאל געזאגט אז ער שפירט אז ער וועט קענען צוריק ברענגען אמעריקע צו איר אמאליגען פארכט, אין ער האפט צו ברענגען פרידען ציווישען די וועלט פיהרער, זאגענדיג אז ער איז היינט אידערפרי געפלויגען קיין צפון איראק מיט זיין שנעל-פליג עראפלאן, זייענדיג אין די לופטען די קארגע האלבע שעה [ציווישען וואשינגטאן אין צפון איראק] איז ער אויפגעקומען מיט א שלום פלאן ציווישען די צפון איראק אין דרום איראק רעגירונג פירער, וואס זייער טיילונג האט צוגעברענגט אז איראן זאל ווידער אויפברענגען פלענער צו אויס-ארבייטען א נוקעלער באמבע, א זאך וואס איז שוין אפגעהאלטען געווארן מיט לאנגע יאהר'ן צוריק ווען מדינת ישראל האט זיך געגרייט אויף א קריג מיט איראן וואס איז אין די לעצטע מינוט אפגעהאלטען געווארען דורך א אויפגעבונג'ס צייכען פון די איראנ'ער פרעזידענט, אין האפענטליך וועט פרעזידענט-עלעקט נתנאל מיט זיין פלאן אפהאלטען איראן פון איצט פלאנען א נוקעלער-באמבע.
פרעזידענט-עלעקט שניט זאגט אז זיין אידיש-קייט וועט בכלל נישט אפעקטירען זיין פרעזידענט-שאפט, ער וועט פיהרען דאס לאנד לויט די אמעריקאנער שטאטוטען, אין זיין רב הרב שטילנשטאנג שליט"א וועט איהם שטיין צו דער האנט אין סיי וואס-פארא הלכה'דיגע שאלות זייענדיג פרעזידענט.
די פרעזידענטליכע קינדער וועלן לערנען אין די חסידי'שע תורת חייקל מוסדות אין וואשינגטאן, אינטער די פיהרערשאפט פון הרב שטילנשטאנג שליט"א, וואס האט אויפגעשטעלט אן ערענסטע חסיד'ישע קווארטל אין וואשינגטאן, מיט היימישע געשעפטען אינטער זיין שטרענגע השגחה.
וואו די סדר העולם, האבן אלע וועלט פיהרער אנגערופען דעם פרעזידענט-עלעקט איהם באגריסען אויף זיין געווינס, דער כינעזער פירער האטש האטעיאה האט ביי זיין וואונטש רוף געזאגט פאר'ן פרעזידענט-עלעקט אז עס איז איהם א כבוד אז דער פרעזידענט גייט שבת מיט א "גאמאכט אין כיניע" עפארדעבל שטריימעל.
צוליב זיכערהייט סיבות האט די סיקרעט סערוויס באשלאסען אז דער פרעזידענט זאל דאווענען אין א שטיב אינעם ווייסען הויז, וואס מען וועט אויס-שטאפירען פאר א ביהמ"ד מיט א ספר תורה אין אלע צוגעהערען, אפי' א ותן-טל-ומטר טאוועל, וואו אויך וועלן געברענגט ווערן אלע טעגליכע אויסגאבעס צום שוהל פונעם ווייסען הויז. עס איז שוין געזעהן געווארן די וואך א מעלדונג אין דער "מודעות יומי" טעגליכע אויסגאבע אז די ווייסע הויז זיכט צו קויפען א מהודר'דיגע ספר תורה, מען זאל זיך פארבינדען מיט א נומער פונעם פרעזידענט-עלעקט'ס שטאב פאר פרטים.
עס איז ערווארטעט א ריזיגער עולם ביים איינשווערונג'ס צערמאניע, ווי עס וועלן זיך באטייליגען מאסן מענטשן, פאליטישע פיהרער אין וואו עס הערט זיך איצט וועלן די היימישע אידישע רבנים אויך קומען קיין וואשינגטאן צו די צערעמאניע.
אידען איבער די וועלט זענען גאר פרייליך אז דער אמעריקאנער פרעזידענט וועט זיין א חסיד'ישער איד, אין ער וועט טיען אסאך לטובת זיינע ברידער אין אמעריקע און איבער די גאנצע וועלט.
אנקעטעס צייגען אז פיהלצאליגע נישט-אידישע וויילער איבער דאס לאנד האבען געזאגט אז זיי וועלן שטימען פאר נתנאל ווייל זיי גלייכען די חסיד'ישע אידען.
אין א תגובה אין די "אידיש וועלט היימישע קרעטשמע" פארום, האט זיך א שרייבער אויסגעדרוקט אז ער האט זיך נישט געגלייבט אז א חסיד'ישער איד וועט נאך אמאל ערוויילט ווערן אלץ פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאט'ן, ער האט געמיינט אז דער פאקט א חסיד'ישער פרעזידענט וועט בלויז פארבלייבען גיט פאר א נייעס באריכט אין "דער צוויבל"