אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

צוריק אין ביהמ"ד
65
41%
אלץ ווייטער געדאווענט אין ביהמ"ד
30
19%
גאס/פארטש/בעקיארד מנין
47
30%
ביחידות
17
11%
 
סך הכל שטימען: 159

איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

נאך וואס דער אנדערע אנקעטע איז כנראה געפלטשט געווארן ווען די ציפערן פון די מתפללים ביחידות האט געגעבןא שפרינג אין געציילטע מינוטן, און זינט דאן שטייט עס די העכסטע, אזוי אויך וועלן דארט מסתמא פון אלע סארט אידן, אויך אזאלעכע וואס דאווענען אלעמאל אליין... שטעלן מיר פאר דער אנקעטע פארן היימישן אייוועלט עולם.
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

העמיר ווייטער דאווענען אין ביהמ"ד, אזוי ווי די לעצטע 7 וואכן בעזר ה'.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

אביסל צו שפעיט געמאכט די אנקעטע, רוב עולם האט שוין געוואויט דארט
וואס הערט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

און אויב זענען נאך פארשפארט, וואו זאל מען דאווענען?

מ'דארף צוטיילן די אנקעטע די שטעט.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

איש מבקש האט געשריבן:נאך וואס דער אנדערע אנקעטע איז כנראה געפלטשט געווארן ווען די ציפערן פון די מתפללים ביחידות האט געגעבןא שפרינג אין געציילטע מינוטן, און זינט דאן שטייט עס די העכסטע, אזוי אויך וועלן דארט מסתמא פון אלע סארט אידן, אויך אזאלעכע וואס דאווענען אלעמאל אליין... שטעלן מיר פאר דער אנקעטע פארן היימישן אייוועלט עולם.

אויב די רעזולטאטן געפעלן אייך נישט מוז זיין אז עס איז געפעלטשט?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

?Is there a doctor that says that it may be reopened
נארגוטס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 11:05 am

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארגוטס »

וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

גולדעס גרין לאנדאן

Kehilla Update on Minyanim - 12th May 2020 – Lag B’Omer 5780

As a group of doctors and Rabbonim in the North West London community, we are writing to provide an update and guidance.

The community has understood the gravity of the situation and adapted quickly to the crisis with restraint and responsibility. We have seen a reduction in infections locally thanks to social distancing measures, but there is a real threat of a second wave.

We are a closely intertwined community which puts us at increased risk in this pandemic. In addition, we still do not know whether people who have already had the virus are protected from getting it a second time. Therefore:

• The government’s social distancing guidelines must be followed
• Anyone who has, or is in a household of someone with, suspected symptoms should be staying at home. Shopping and other practical needs should be carried out with the help of others. Help is available through the NW Kehilla helpline (020 7118 0860)
• Shuls and Botei Medrash must remain closed
• Minyanim - The government has explained that the normalisation of interaction needs to be taken in stages. It is our proposal that the community takes a similar approach regarding minyanim. We will be endeavouring to monitor any flare up in COVID-19 and ח''ו if this is the case will need to revert to more stringent social distancing.

In line with the beginning of the easing of lockdown, we have reviewed our advice. There are different halachic perspectives regarding this matter and we would encourage each person to take guidance from their Rov. Our current recommendations are: In line with the beginning of the easing of lockdown, we have reviewed our advice. There are different halachic perspectives regarding this matter and we would encourage each person to take guidance from their Rov. Our current recommendations are:

Davening at home
Davening at home is the safest option and is required for those who are vulnerable

Garden minyanim
• Garden minyanim are acceptable if properly conducted
• They are clearly only an option for those people who are able to make a minyan with their neighbours across garden fences
• The minyan needs to be comprised only of household members, each davening within their own garden
• There still needs to be social distancing with at least 2 metres between individuals in different gardens
• No indoor minyanim should be held at all
• Vulnerable people should not participate in minyanim
• Any household which is isolating due to a member with COVID symptoms must not join in a minyan
• Every care must be taken not to disturb neighbours. We must remember that minyanim are a manifestation of “V’nikdashti b’soch bnei Yisroel”. If a chilul Hashem occurs, we have, at best, completely missed the point of tefila b’tzibbur and at worst, caused irreparable damage ח''ו

At some point when the government allows larger gatherings, we may be able to conduct outdoor minyanim where people from different households meet in one place. Even then, it will be important that these are closed limited groups with social distancing. Due to the risk of spreading the virus, these are currently unsafe and illegal.

Ultimately, of course we look forward to being able to make a gradual return to our shuls. This is expected to be some months away.

Participants in minyanim not conforming to these guidelines would potentially be placing lives at risk, in all likelihood the lives of those closest to them.

Rav S Y Bixenspanner, Rav E Brief, Rav D Cohn, Dayan A David, Dayan C Ehrentreu, Rav M Eisner, Dayan M Gelley, Rav R Goldblatt, Rav Y M Greenberg, Rav I Halberstadt, Rav Y Hamer, Rav Y M Hertz, Rav M Junik, Rav D Kada, Rav B Knopfler, Rav Y Lev, Rav G Lieberman, Rav A Portal, Rav M Rappaport, Rav A Sebbag, Dayan S Simons, Rav D Stern, Rav D Tugendhaft, Rav Y Weinberg, Rav S F Zimmerman, Rav E Zobin, Rav Y Aronovitz, Rav D Birnbaum, Rav B Grun, Rav S Joseph, Rav Z Lieberman, Rav Y Menahem, Rav R Stepsky.

Dr Y Adler, Dr T Ezra, Dr L Gross, Dr A Gubbay, Dr D Kaufman, Dr M Markiewicz, Dr D Noimark, Dr Y Opat, Dr M Markiewicz, Dr D Noimark, Dr Y Opat, Dr J Rees, Dr F Rosenberg, Dr B Schreiber, Dr B Schreiber, Dr M Semler, Dr D Spitzer, Dr J Spitzer, Dr Y de Wolff.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

Growth hacker האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

?Is there a doctor that says that it may be reopened

נאופס מיט א גרויסען א'.....
אלע דאקטורים שרייען חי וקיים מ'טאר נאך שום אין אופן נישט עפענען קיין בתי מדרשים.... און אלע מיינט טאקע אלע! חסידישע, ליטווישע, מאדערענע, גוישע, וכו' וכו'.....

א מין אין קאפ געהאקאכץ, די גרויסע קהילות זענען געזיצן מיט דאקטורים, פאליס, וכו' און דורך געטוהן דאס ענין בכובד ראש, פארוואס אין דער וועלט זאל איינער וואס האט נישט קיין שום סכנה איבער זיך מעגן דאווענען אן מנין?
זוכט איר דוי?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווייל עס איז דא קראנקע מענטשן וואס וועלן נישט עפענען קיין בתי מדרשים פאר קיין געלט אין די וועלט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מטעמים האט געשריבן:ווייל עס איז דא קראנקע מענטשן וואס וועלן נישט עפענען קיין בתי מדרשים פאר קיין געלט אין די וועלט.

איך צווייפל צו מ'דארף אפיציעל עפענען אלע בתי מדרשים, למעשה זענען דא אסאך עלטערע אידן וואס די מינוט עס גייט זיין אפיציעל אפען, מ'גייט פראקלאמירן אז עס איז אפן, גייען זיי גיין אין ביהמ"ד.

ס'דארף זיין אפען טאקע בערך ווי אזוי ס'איז יעצט אפען..
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בעקיארד מיט מנין.
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום פרייטאג מאי 15, 2020 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

געפאלגט נישט צו דאווענען אין ביהמ"ד, און יעצט יא צו דאווענען. ועשית ככל אשר יוריך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

דונש האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

?Is there a doctor that says that it may be reopened

נאופס מיט א גרויסען א'.....
אלע דאקטורים שרייען חי וקיים מ'טאר נאך שום אין אופן נישט עפענען קיין בתי מדרשים.... און אלע מיינט טאקע אלע! חסידישע, ליטווישע, מאדערענע, גוישע, וכו' וכו'.....

א מין אין קאפ געהאקאכץ, די גרויסע קהילות זענען געזיצן מיט דאקטורים, פאליס, וכו' און דורך געטוהן דאס ענין בכובד ראש, פארוואס אין דער וועלט זאל איינער וואס האט נישט קיין שום סכנה איבער זיך מעגן דאווענען אן מנין?

Please name the doctors you are reffering to
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מ'דארף גרויס רחמי שמים און סיעתא דשמיא און אסאך יודישע תפילות אז עס זאל זיך חלילה נישט פארשפרייטן נאכאמאל. דארף מען אכטונג געבן, אזוי ווי די רבנים האבן געזאגט ביז יעצט אז מ'זאל פאלגן דעת הרופאים. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

Growth hacker האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

?Is there a doctor that says that it may be reopened

נאופס מיט א גרויסען א'.....
אלע דאקטורים שרייען חי וקיים מ'טאר נאך שום אין אופן נישט עפענען קיין בתי מדרשים.... און אלע מיינט טאקע אלע! חסידישע, ליטווישע, מאדערענע, גוישע, וכו' וכו'.....

א מין אין קאפ געהאקאכץ, די גרויסע קהילות זענען געזיצן מיט דאקטורים, פאליס, וכו' און דורך געטוהן דאס ענין בכובד ראש, פארוואס אין דער וועלט זאל איינער וואס האט נישט קיין שום סכנה איבער זיך מעגן דאווענען אן מנין?

Please name the doctors you are reffering to
איך ריפער נישט צו קיינעם!
דער ביהמ"ד איז אפען, אלע דיינים, רבנים, הצלה מעמבערס, חברים, שומרים, דאווענען דארט,
עלטערע אידן מיט א צעטיל פון דאקטאר לאזט מען אריין,
האסט מורא?, גיי אויך נעמען א צעטיל פון דאקטאר, און קום דיך ווייקן בבית ה' אויס צו גיסן דיין הארץ צו הייליגען באשעפער,

נשמה האט געשריבן:מ'דארף גרויס רחמי שמים און סיעתא דשמיא און אסאך יודישע תפילות אז עס זאל זיך חלילה נישט פארשפרייטן נאכאמאל. דארף מען אכטונג געבן, אזוי ווי די רבנים האבן געזאגט ביז יעצט אז מ'זאל פאלגן דעת הרופאים. והשם הטוב יעזור.

רחמי שמים דארף מען על נשימה ונשימה,
און ווען ס'איז דער רצון הבורא, פארהוילט ער פון אונז וואס עס גייט ח"ו קומען און עס געשעט ליידער בעוונותינו וואס עס איז געשען,
און מ'בעט מיר אלע פון השי"ת אז עס זאל זיך שוין אויפהערן די מגפה און אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק און מאריך ימים זיין,
זוכט איר דוי?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דונש האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:מ'דארף גרויס רחמי שמים און סיעתא דשמיא און אסאך יודישע תפילות אז עס זאל זיך חלילה נישט פארשפרייטן נאכאמאל. דארף מען אכטונג געבן, אזוי ווי די רבנים האבן געזאגט ביז יעצט אז מ'זאל פאלגן דעת הרופאים. והשם הטוב יעזור.

רחמי שמים דארף מען על נשימה ונשימה,
און ווען ס'איז דער רצון הבורא, פארהוילט ער פון אונז וואס עס גייט ח"ו קומען און עס געשעט ליידער בעוונותינו וואס עס איז געשען,
און מ'בעט מיר אלע פון השי"ת אז עס זאל זיך שוין אויפהערן די מגפה און אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק און מאריך ימים זיין,

דו גייסט נישט קענען זאגן 'רצון הבורא', אויב דו טוסט 'בידים' אריינשטעלן מענטשן אין א סכנה. דו קענסט נישט זאגן 'מ'בעט', אויב דו טוסט 'בידים' אריינלייגן מענטשן אין א סכנה. דו מצדך דארפט אכטונג געבן. והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

נו ווער לייגט אריין בידים מענטשען אין א סכנה?
זוכט איר דוי?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דונש האט געשריבן:נו ווער לייגט אריין בידים מענטשען אין א סכנה?

חלילה, קיינער לייגט נישט, און קיינער וויל נישט לייגן. והשם הטוב יעזור. און דער אייבערשטער וועט העלפן.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איז דאך זיכער גוט!

קומטס אלע אין די מאסען אין בית ה' אריין, איינרייסן ביים בורא עולם ער זאל אונז אפהיטן פון אלע פגעים ומרעין בישין, און ער זאל אונז ברוב רחמיו וחסדיו באגיסן מיט השפעות ברוח ובגשם,

כולנו לבית המדרש!
זוכט איר דוי?
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

דונש האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:איז נאך דא א רב וואס זאגט אז א געזונטע אינגע מענטש מעג דאווענען ביחידות ?

?Is there a doctor that says that it may be reopened

נאופס מיט א גרויסען א'.....
אלע דאקטורים שרייען חי וקיים מ'טאר נאך שום אין אופן נישט עפענען קיין בתי מדרשים.... און אלע מיינט טאקע אלע! חסידישע, ליטווישע, מאדערענע, גוישע, וכו' וכו'.....

א מין אין קאפ געהאקאכץ, די גרויסע קהילות זענען געזיצן מיט דאקטורים, פאליס, וכו' און דורך געטוהן דאס ענין בכובד ראש, פארוואס אין דער וועלט זאל איינער וואס האט נישט קיין שום סכנה איבער זיך מעגן דאווענען אן מנין?

Please name the doctors you are reffering to
איך ריפער נישט צו קיינעם!
דער ביהמ"ד איז אפען, אלע דיינים, רבנים, הצלה מעמבערס, חברים, שומרים, דאווענען דארט,
עלטערע אידן מיט א צעטיל פון דאקטאר לאזט מען אריין,
האסט מורא?, גיי אויך נעמען א צעטיל פון דאקטאר, און קום דיך ווייקן בבית ה' אויס צו גיסן דיין הארץ צו הייליגען באשעפער,

?Have you answered my question
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

Growth hacker האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:?Is there a doctor that says that it may be reopened

נאופס מיט א גרויסען א'.....
אלע דאקטורים שרייען חי וקיים מ'טאר נאך שום אין אופן נישט עפענען קיין בתי מדרשים.... און אלע מיינט טאקע אלע! חסידישע, ליטווישע, מאדערענע, גוישע, וכו' וכו'.....

א מין אין קאפ געהאקאכץ, די גרויסע קהילות זענען געזיצן מיט דאקטורים, פאליס, וכו' און דורך געטוהן דאס ענין בכובד ראש, פארוואס אין דער וועלט זאל איינער וואס האט נישט קיין שום סכנה איבער זיך מעגן דאווענען אן מנין?

Please name the doctors you are reffering to
איך ריפער נישט צו קיינעם!
דער ביהמ"ד איז אפען, אלע דיינים, רבנים, הצלה מעמבערס, חברים, שומרים, דאווענען דארט,
עלטערע אידן מיט א צעטיל פון דאקטאר לאזט מען אריין,
האסט מורא?, גיי אויך נעמען א צעטיל פון דאקטאר, און קום דיך ווייקן בבית ה' אויס צו גיסן דיין הארץ צו הייליגען באשעפער,

?Have you answered my question

puedes por favor escribir en inglés?
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

נשמה האט געשריבן:מ'דארף גרויס רחמי שמים און סיעתא דשמיא און אסאך יודישע תפילות אז עס זאל זיך חלילה נישט פארשפרייטן נאכאמאל. דארף מען אכטונג געבן, אזוי ווי די רבנים האבן געזאגט ביז יעצט אז מ'זאל פאלגן דעת הרופאים. והשם הטוב יעזור.

מען דארף גרויס רחמי שמים יעדע סעקונדע און רגע, אבער כעת ווינעס קוקט אויס, זעט אויס אז פאר אינגע געזונטע מענטשן איז קיין סכנה ארויסצוגיין, און אולי ער באקומט עס, איז עס אויף גאר א לייכטע אופן, ( ווייס נישט קלאר, נאר ווי עס קוקט אויס אין מיינע פליישיגע אויגן ) איך פארשטיי אז עס איז דא געוויסע וואס האבן נאך א Fair, וגם אני בתוכם, יעצט איך וועל עס ניצן פאר נישט עסן פון איין טעללער הערינג מיט אנדערע, פרובירן צו גיין אין מקוה פרי, וכדו', וואשן די הענט פארם עסן, אדער וועם מען קומט אריין פון גאס, אבער צוריקצוהאלטן פון גיין דאווענען אין בית מדרש. שיקן די קינדער אין ישיבה אדער חדר, אדער אנדערע אידישקייטן זיך צוריקהאלטן וועגען א Fair, נאו וועי, מיר זענען מאמינים בהשם, און מיר ווייסן ווען מיר דארפן נישט גיין אין שול און ווען יא.

פארשטייט זיך דאס איז נישט געזאגט געווארן פאר וואנערבעל מענטשן.

איך דאווען ווייטער ביי אונז אין חצר, ווייל עס איז דא 2 עלטערע אידן, און מיר ווילן ווייטער האבן די מצוה פון זיי מחי' זיין מיט א מנין
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אייוועלט אנקעטע: וואו גייט איר דאווענען דעם שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קלוגע חכם האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:מ'דארף גרויס רחמי שמים און סיעתא דשמיא און אסאך יודישע תפילות אז עס זאל זיך חלילה נישט פארשפרייטן נאכאמאל. דארף מען אכטונג געבן, אזוי ווי די רבנים האבן געזאגט ביז יעצט אז מ'זאל פאלגן דעת הרופאים. והשם הטוב יעזור.

מען דארף גרויס רחמי שמים יעדע סעקונדע און רגע, אבער כעת ווינעס קוקט אויס, זעט אויס אז פאר אינגע געזונטע מענטשן איז קיין סכנה ארויסצוגיין, און אולי ער באקומט עס, איז עס אויף גאר א לייכטע אופן,

איך געדענק אז אגאנץ פורים האב איך אזוי געטראכט: יעדער באקומט עס יעצט דורך די משלוח מנות איינער צום צווייטן, אויף א לייכטן אופן. קוקנדיג אויף פאקטן, איז עס נעבעך נעבעך נישט אזוי געווען. מיר קוקט אויס אז מ'דארף יא אכטונג געבן בעזרת השי"ת. מ'דארף יא. וועסט פרעגן פארוואס איך האב נישט פארפירט פורים, דאס איז ווייל איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סכנה. איך האב געהאלטן אזוי ווי דו שרייבסט יעצט. אז "נע, יעדער באקומט עס לייכט". "העכסטנס עסטו נישט פון איין טעלער". ממש אזוי האב איך געטראכט.

דעמאלסט האב איך געמיינט אז ס'האט נאר מיט'ן עסן אין איין טעלער. אז דער עיקר איז נישט צו עס פון די זעלבע טעלער. וואס טעלער, ווען טעלער. אז מ'איז זיך צאמגעקומען איז עס אויך געווען גענוג אז ס'זאל זיך פארשפרייטן.

אבער יעצט אז מ'איז שוין דורך אזאנע קלעפ, מ'האט זיך אויסגעלערנט עפעס, דארפן מיר נישט האבן איגנארענץ. נישט דאס איז די וועג. די וועג איז צו וויסן אז ס'איז באמת אויפגעהערט, און אזוי אנגיין. אזוי ווי ר' מענדלי וויטעבסק זצ"ל האט געשריבן, אז ווען ער איז געווען זיכער איז ער ארויס אין שטאט.
( ווייס נישט קלאר, נאר ווי עס קוקט אויס אין מיינע פליישיגע אויגן ) איך פארשטיי אז עס איז דא געוויסע וואס האבן נאך א Fair, וגם אני בתוכם, יעצט איך וועל עס ניצן פאר נישט עסן פון איין טעללער הערינג מיט אנדערע, פרובירן צו גיין אין מקוה פרי, וכדו', וואשן די הענט פארם עסן, אדער וועם מען קומט אריין פון גאס, אבער צוריקצוהאלטן פון גיין דאווענען אין בית מדרש. שיקן די קינדער אין ישיבה אדער חדר, אדער אנדערע אידישקייטן זיך צוריקהאלטן וועגען א Fair, נאו וועי, מיר זענען מאמינים בהשם, און מיר ווייסן ווען מיר דארפן נישט גיין אין שול און ווען יא.

פארשטייט זיך דאס איז נישט געזאגט געווארן פאר וואנערבעל מענטשן.

איך דאווען ווייטער ביי אונז אין חצר, ווייל עס איז דא 2 עלטערע אידן, און מיר ווילן ווייטער האבן די מצוה פון זיי מחי' זיין מיט א מנין

וויאזוי וואלט איינער אויסגעקוקט ווען ער זאל קומען פורים זאגן אז מ'זאל בלייבן אינדערהיים? מ'וואלט אים אנגעקוקט פאר עקסטרעם. און וויאזוי וואלט מען אנגעקוקט איינעם וואס קומט זאגן יאנעווער אז מ'זאל צושפארן דעם לאנד פאר צוויי וואכן? עקסטרעם. ער וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט מסביר זיין. ער וואלט פאר אייביג געבליבן אפגעפרעגט.

די ווארט איז: מ'דארף יא אכטונג געבן. נישט זאגן "מ'באקומט עס אויף א לייכטן אופן, ס'וועט נישט שאדן" נישט דאס דארף מען זאגן. די מציאות וואס מ'זעהט דארף זאגן: "מיר זענען ארויס מכלל סכנה".
דער אמת איז נישט אזוי ווי דו שרייבסט. חלילה צו זאגן "פאר אינגע געזונטע מענטשן איז קיין סכנה ארויסצוגיין, און אולי ער באקומט עס, איז עס אויף גאר א לייכטע אופן". ווייל מ'רעדט נישט דא נאר פון אייגענעם לעבן.

דער אמת איז אז די סיבה פארוואס מ'האט אויפגעמאכט איז, ווייל מענטשן האבן א געפיל אז ס'איז שוין באמת אדורך. די געפיל קומט ווייל נייע קעיסעס הערט מען שוין כמעט נישט. וכו' וכו'. א מענטשליכע געפיל האט א כח. ער זעהט, אבער ער קען דיר נישט מסביר זיין פארוואס ער זעהט אזוי. אבער דאס דארפסטו וויסן אז מ'האט נישט געעפענט ווייל ס'איז נישט קיין סכנה פאר יונגע מענטשן. מ'האט געעפנט ווייל פאקטיש שפירט זיך אז ס'איז דורך. אזוי שפירט זיך עס אין די לופט.

דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז טאקע דורך. מ'דארף יא אכטונג געבן. והשם הטוב יעזור.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”