טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אזוי שטילערהייט, בשעת די דעמעקראטן האבן געהאלטן אינמיטן אימפיעטשמענט האט די FBI דיירעקטער קריס רעי אויפגעטרעטן אין קאנגרעסס, שטייצעך אז ער האט עגריט אז עט ליעסט טייל פייסע ריקוועסטס זענען געווען איליגל... אבער די מידיע האט אויפגעכאפט א ליין פון אים...

ווען מ'האטעם געפרעגט וועגן פראסיקיוטן מענטשן, האטער געזאגט אז איך וועל זיין צוריק ביז א שטיק צייט און אסאך פראגעס גייען שוין נישט זיין...

די קוואוט איז נישט פערפעקט, אבער די חברה זאגן אז דא האטער מער ווייניגער געזאגט אז ס'גייען זיין עפעס פראסיקיושענס...

יעדער קען שפעקילירן וואס ער וויל, די ערשטע קאנדידאט איז די FBI לויער, וואס האט געטוישט אן אימעיל און געשיקט צו די פייסע קאורט... אנדערע ווייזן אן אז לעצטענס איז ברעננען זייער שטיל...

אגב, אויף CBS זאגט דארט איינער אז זייערע סארסעס זאגן אז דורהעם וויל דוקא נישט אנקלאגן אויף קיין פראסעס קריימס, ער זאגט אז דאס האט מען צופיהל אביוזד לעצטענס, ער וויל נאר פאוקעסן אויף די מעין אישו...

איי געסס אז נאר ריפאבליקענס קלאגט מען אויף פראסעס קריימס...

פון גרעהם הערט מען אז ער האט אריינגעשיקט פאר די דזשאסטעס דיפארטמענט א ליסטע מיט נעמען וואס ער וויל רופן עדות זאגן, בעסיקלי די וואס האבן אונטערגעשריבן די פיר אפליקעישענס, קאומי, מקקעיב, ראזענשטיין און יעיטס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך האף אז טראמפ האט פעסטע באווייזען ווייל אויב נישט איז ער יצא מדעתו.

אבאמא האט עס קאטעגאריש אפגעלייקענט.

ער לייקענט אז ער האט עס געארדערט, נישט אז עס איז נישט געווען.

אז די עף בי איי זענען געגאנגען ווייערטעפן טראמפ -און פון טראמפ'ס אויסברוך היינט אויף טוויטער ווען ער איז עס געוואיר געווארן- מיינט אז די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג איז אסאך טיפער ווי מ'מיינט.

ארויפגעברענגט לאור המצב..

און ווי ס׳שטעלט זיך ארויס האט כאפצעם נאך די בעסטע אפגעשאצט די מצב, גענוי 3 יאר צוריק. אפלערנענדיג אבאמא׳ס לייקענוג אז ער האט עס נישט ״געארדערט״, הגם נישט געלייקענט אז עס איז בכלל פארגעקומען.

אזוי אויך ווייסט מען שוין היינט אז די רוסלאנד אויספארשונג איז טאקע געגאנגען פיל טיפער ווי מ׳האט דאן געמיינט, און אז מ׳האט עס טאקע געקענט זעהן פון די FBI אביוז.

יעצט ברויך מען נאר געוואויר ווערן אויב ס׳איז טאקע נישט געווען אבאמא׳ס פארארדענונג דירעקט, אדער האט ער עס פלעין ענדזשויט און מיטגעהאלטן. אבער וואס איז שוין זעכער איז, זיין אדמיניסטראציע.. סקאנדאל פריי.

א גוטן.
רשעות קאלטע סעלצער
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך האף אז טראמפ האט פעסטע באווייזען ווייל אויב נישט איז ער יצא מדעתו.

אבאמא האט עס קאטעגאריש אפגעלייקענט.

ער לייקענט אז ער האט עס געארדערט, נישט אז עס איז נישט געווען.

אז די עף בי איי זענען געגאנגען ווייערטעפן טראמפ -און פון טראמפ'ס אויסברוך היינט אויף טוויטער ווען ער איז עס געוואיר געווארן- מיינט אז די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג איז אסאך טיפער ווי מ'מיינט.

ארויפגעברענגט לאור המצב..

און ווי ס׳שטעלט זיך ארויס האט כאפצעם נאך די בעסטע אפגעשאצט די מצב, גענוי 3 יאר צוריק. אפלערנענדיג אבאמא׳ס לייקענוג אז ער האט עס נישט ״געארדערט״, הגם נישט געלייקענט אז עס איז בכלל פארגעקומען.

אזוי אויך ווייסט מען שוין היינט אז די רוסלאנד אויספארשונג איז טאקע געגאנגען פיל טיפער ווי מ׳האט דאן געמיינט, און אז מ׳האט עס טאקע געקענט זעהן פון די FBI אביוז.

יעצט ברויך מען נאר געוואויר ווערן אויב ס׳איז טאקע נישט געווען אבאמא׳ס פארארדענונג דירעקט, אדער האט ער עס פלעין ענדזשויט און מיטגעהאלטן. אבער וואס איז שוין זעכער איז, זיין אדמיניסטראציע.. סקאנדאל פריי.

א גוטן.

דער עיקר איז אז טראמפ האט נישט גוט גהאנדעלט מיט די ריספאנד צו די וויירוס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יאפ, ריכטיג. ווי דאן געזאגט טאקע. און אצינד 3 יאר פון דעמאלטס איז נאכאלץ נישטא קיין שום עווידענס אויף יענער אינפעמאוס באוגעס קלעים. נאט איווען רימאוטלי קלאוס.

און יא, אטאמאטיש סקאנדאל פריי, ווייל א סקאנדאל איז נאר אויב האט ער עס פארארדענט, וואס דאן איז עס א פאליטישע אינוועסטיגעישאן. אבער ווילאנג ס'איז אן אינדעפענדענט עף בי איי אינוועסטיגעישאן, און זיי בריעפן אים ס"ה מיט אפדעיטס וכו' איבער א מעגליכער שפיאן און קאלאברירער מיט א פיינטליך לאנד איז עס שטייצעך די געווענליכע ריספאנסעביליטי פון א פרעזידענט צו וועלן וויסן די פונקטליכע פרטים פון א פאטענציאלע נאציאנאלע זיכערהייט טרעט.

באטטאם ליין, דאס הייבט מיר אן אויסקוקן ווי די קלינטאן באמבשעלס.. יעדן טאג א פרישע "אויפדעקונג", דיסקאוועריס רעכטס און לינקס, די רייט ווינג מידיע הייפד אפ צו די מעקס.. פיינעלי גייט מען איר שוין זעהן אינעם ארענזשען זשאמפ סוט. אבער א רגע דערנאך, די לופט פונעם באלון מאכט פליטה.. הישטא קיין גארנישט.

ס'זעלבע זעה איך דא זיך איבערשפילן די לעצטע 3 יאר, אבאמא, ווייערטעפ, אביוז אוו פאוער, טרעיטער, וכו' אא"וו.. ס'קומט צום ס"ה, וואס האסטו צו צייגן? איז אלס די תירוץ, "דאס איז נאר א טיפה מן הים"... ווארט נאר ווארט וואס גייט נאך ארויסקומען..

שוין, מהאלט מער שוין נאך צופיל טיפה'ס אז כזאל נעמען עניטינג ערענסט אין דעם גאנצן שפיל..

יעצט איך האב אויך ליב זאפטיגע סטאריס, און היות א קריים איז הכל מודה איז דא נישט באגאנגען געווארן דורך עניוואן וואלטיך אפילו געווען אפען צו עפעס געשמאקע "ראונג דואינג" אלס א געפערליכע זאך.

און ווען סקומט צו "ראנג דאינג" קען שטייצעך יעדער אפלערענען פאר זיך וואס דאס מיינט, און ביי די רעכטע איז א גרעי רעקל פון אבאמא אויך געווען ראנג דואינג און ביי די לינקע איז טראמפס קוקן אויפן זוהן די עוולה פונעם סענטרי, אבער איך וואלט עטליעסט געקענט דערהערן אויב קומט מען מיט זאכליכע פאקטן פון ראונג דואינג, אבער רבונו של עולם.. ניטאמאל דאס האט עניוואן צו צייגן..

די עכטע וועם איך שוין איז די וואס לעבן און אטעמען מיט די אמונה אז עני סעקאנד גייט מען זעהן ביידן, אבאמא וכו' אונטער גראטעס, ביי זיי איז עס פשוט א פראגע פון צייט... די מענטשן שוין איך באמת, איי מיען עט סאם פוינט, כווייס נישט ווען אבער כגלייב דאס גייט בדרך הטבע געשעהן, גייען זיי זיך אויפוועקען צום מציאות אז דא איז נישטא קיינע קריימס אויף עניוואן, לא דובים ולא יער, און דאס גייט גאר שטארק ציפן.

אין א געוויסן זין הייבט מען דאס שוין אן צו הערן ביי געוויסע אינעם רעכטן לאגער, ראש לימבאו הייבט שוין אן קרומען אויף בארר, רענד פאול בייזערט זיך שוין געפערליך אויף לינדזי גרעהם וכו' אז מ'זעהט נישט גארנישט זאכליך.. "אלל טאלק נאו עקשאן".. אבער די איבעריגע, ווי העניטי און די סארט ווייניגער שארפע כאפן עס נאך אלץ נישט, און דאס גייט איין טאג געבן אזאנער ציפ אז כאב מורא צו זיך צופיל עס אויסמשל'ן..

נאך א זייטיגע נקודה, פשוט סטראטעגיע ווייז איז ער ביטערליך אויפן ראונג טרעק. עני טראמפ קאמפיין סטראטטגיסט וואס איז אויפגעקומען מיט דעם זשיניעס פלאן פון טראמפ שרייען "אבאמא קרימינאל", לאמיר אים סובפינען, אויספארשען, איינזעצן וכו' און געקלערט אז דאס גייט טוהן עניטינג אנדערש ווי אויפהייצן די גאנצע דעמאקראטישע באזע, און סובורבען פרויען וויילער, צו ארויסקומען שטימען קומענדיגן נאוועמבער אין די מאסן, דער ברויך א קאנסטראקשען זשאב אימידיעטלי, ווייל אין פאליטיקס זיכער נישט.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

פארפאלן, דער רויטער איז גערעכט געווען פון אנהייב. געווען געציילטע אין לאנד וואס האבן געהאלטן אז דער איז נארמאל ווען ער האט געלאזט פאלן די באשולדיגונג אינעם קעפל, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מיליאן פראצענט ריכטיג. אלץ פרעזידענט האט ער אלץ געוויסט מער ווי אונז אלע און אנשטאט דאס איינזעהן שוין דעמאלטס האט אים יעדער געטריט ווי דער משוגענער וואס ער איז אלץ געווען נאר יעצט צו האבן אייער אויפן פנים.

דאס איז עס. די אבאמא אדמיניסטראציע איז געווען די גרעסטע אונטערוועלט גרופע אויפן כדור העולם, אויסניצנדיג די אומגעהויערע פעדעראלע רעגירונג׳ס מאכט פאר סיי וואס אימער כאוות נפשם אין אן אביוז או פאוער קיינמאל געזעהן אין אמעריקע׳ס היסטאריע!

ווי מען קען זעהן האבן זיי אויסגעהערט פלין׳ס טעלעפאנישע געשפרעכן שוין לאאאנג פאר ער האט גערעדט מיטן רוס. וואס האבן זיי געהאט צו זוכן דארט?! וואס האבן באאמטע פון א קעגנערישע אדמיניסטראציע צו זוכן אויפן ליין פון א לוטענעט גענעראל באשטימט איבערצונעמען די נעשינעל סעקיוריטי עדווייזאר פאזיציע אינעם אריינקומענדע פרעזידענט׳ס קאבינעט?!?

איז געווען א פייסא פאר דעם? ווער האט זיי געגעבן די רעכט? און וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף די פייסא פראצעדור אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע איז דאך שוין היינט באקאנט פאר ווער עס ליינט עכטע נייעס, נישט די פעיק נויז פיינט-פון-די-מענטשן פראפעגאנדירער.

און געוויסע ווילן נאך איר זאלט גלייבן אז טראמפ איז א דיקטאטור...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יואב, אויב גייסטע אוועק טויש איך זייטן!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצי, כ׳האב זיך נישט איינגערעדט פאר איין רגע אז דו וועסט טראכטן אנדערש, ס״ה געוואלט זעכער מאכן אז דו ביסט אויפן דעפענסיוו.
רשעות קאלטע סעלצער
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

@כאפצעם איז אויף די דיפענסיוו, די אנדערע וואגן זיך נישט צו ווייזן די פנים ביז מען וועט וויסן די אמת, AKA מידיע סופין!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

כ׳ריש זיך אז סקומט אזא געלונגענע ספין וואס וועט ציבלאזן יעדע האפענונג אז די גרעסטע פאליטישע פארברעכער אין מאדערענע היסטארי וועלן ליידן עני קאסעקווענצן פאר די רשעותן
און די געלעמטע טראמפ אדמיניסטראציע וועט לויפן אפענסיווע
די אויפריכטיגע ריפאבס ווי מקעין (וואס לי״א האט געהאלפן אריינדרינגען די דאסיער אין די גאווערמענט) וועלן ווי פארשטענדליך זיין מוראדיג אויפריכטיג
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

גיבטס טשענס פאר א ריזיגע דיסאפאוינטמענט אזויווי סגייט שוין אן פאר איבער דריי יאר פאר ווער עס האט געהאלטן דעם קאפ גראד
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

rutledge האט געשריבן:גיבטס טשענס פאר א ריזיגע דיסאפאוינטמענט אזויווי סגייט שוין אן פאר איבער דריי יאר פאר ווער עס האט געהאלטן דעם קאפ גראד

איך ערווארט נישט גארנישט, און בעצם ברויך איך גארנישט. דער עיקר אז דער אמת זאל ארויסקומען. די מעינסטרים מידיע ווערט געפראווד צו זיין פעיק, די דעיפ סטעיט שטעלט זיך ארויס צו האבן געווען א ריאלעטעיט, אבאמא איז שווארטץ בכמות ובאיכות, קאומי האט הייער לויעלטי, און טראמפ געווינט א צווייטן טערמין.

פיניש.
רשעות קאלטע סעלצער
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:גיבטס טשענס פאר א ריזיגע דיסאפאוינטמענט אזויווי סגייט שוין אן פאר איבער דריי יאר פאר ווער עס האט געהאלטן דעם קאפ גראד

איך ערווארט נישט גארנישט, און בעצם ברויך איך גארנישט. דער עיקר אז דער אמת זאל ארויסקומען. די מעינסטרים מידיע ווערט געפראווד צו זיין פעיק, די דעיפ סטעיט שטעלט זיך ארויס צו האבן געווען א ריאלעטעיט, אבאמא איז שווארטץ בכמות ובאיכות, קאומי האט הייער לויעלטי, און טראמפ געווינט א צווייטן טערמין.

פיניש.

דעיס געס נאך ווייניגער שאנס...
דעיס אז אפשר וועט איינער גיין זיצן קען נאך זיין אבער ארויס נעמען פון 60% אמעריקע אז טראמפ האט קיינמאל נישט קעלודעט מיט ראושע (וואס איז אגב לעגאל) און זיי זאלן וויסן אז די מידיע איז שקר מיט דעם וועסטי האבן דיסעפאוינטמענט
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט, אבער טראמפ האט עס אויפגעוויזן פאר 70 מילאן מענטשן איבער אמעריקא אין משך פון 4 יאר. ענד דער איז מאר טו קאם.

די צייטן ווי דער מצה בעקערי ארבעטער עפענט דעם צייטונג און וואס עס שטייט דארט אין קעפל איז דער פאקט.. האבן זיך געענדיגט. היינט האט יעדער א סמארטפאון, אייגענטליך.. 95% און אויב נישט מער, וואוטער'ס האבן מיט זיך סמארטפאונס. היינט איז דא אזא זאך ווי סאושעל מידיע, טוויטער טרענדס וכו'.. פשוטע העדליינס זענען נאך א שטארקע פאקטאר צום דעת הקהל, זיי האבן אבער א פעסטן קאמפעטישן! און דער ערשטער אויפן פרעזידענטליכער פראנט עס איינצוזעהן און אויסקעשן איז געווען דאלאנד דזשעי טראמפ יר"ה, דער גענעראל אויפן שלאכטפעלד קעגן פאלטשע נייעס.
רשעות קאלטע סעלצער
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

טשאדעלע אבער דאס וואס טראמפט פאלט כסדר צו די פרעשור פון די מידיע און טרעפט זיך אויף די אפענסיווע איז נישט לטובתו און עס איז נישט אפגעפרעגט אז יעצט זאל זיך נישט אפשפילן די זעלבע דורך עפעס א ספין פון די דעמאקראטן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך ווייס פון ס״ה צוויי ביישפילן ווי טראמפ האט זיך געבראכן פאר מידיע לחץ.
רשעות קאלטע סעלצער
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט, אבער טראמפ האט עס אויפגעוויזן פאר 70 מילאן מענטשן איבער אמעריקא אין משך פון 4 יאר. ענד דער איז מאר טו קאם.

די צייטן ווי דער מצה בעקערי ארבעטער עפענט דעם צייטונג און וואס עס שטייט דארט אין קעפל איז דער פאקט.. האבן זיך געענדיגט. היינט האט יעדער א סמארטפאון, אייגענטליך.. 95% און אויב נישט מער, וואוטער'ס האבן מיט זיך סמארטפאונס. היינט איז דא אזא זאך ווי סאושעל מידיע, טוויטער טרענדס וכו'.. פשוטע העדליינס זענען נאך א שטארקע פאקטאר צום דעת הקהל, זיי האבן אבער א פעסטן קאמפעטישן! און דער ערשטער אויפן פרעזידענטליכער פראנט עס איינצוזעהן און אויסקעשן איז געווען דאלאנד דזשעי טראמפ יר"ה, דער גענעראל אויפן שלאכטפעלד קעגן פאלטשע נייעס.

גערעכט אפשר און די גרעסערע פיקטשער אוועקצונעמען טראסט פון המון עם אין די מידיע
אבער 1.געווארפן מייקל פלין מיינט געפאלן פאר א פאסטאקע וואס מהאט אנגעגרייט און ער האט ווי א לוזער פרובירט צו זאגן ס׳איז צילוב ליגנט
2. סהאט אים גענומען כמעט 3 יאר זיך נאר ארויסציכאפן אז נעמען אינפא פון רוסלאנד גייט נישט קעגן קיין שום געזעץ און הערט האט ער גסטאפט האמערן דעם פאוינט וואס העט ער גענוצט פון אנפאנג וואלט ער אסאך קאפוויי געשפארט
3 די אוקריינע פרשה ווער סהאט מיט געהאלטן פאר עדעם שיף האט סוקסעספול אויסגעדרייט דעם וואפן זעהט אז טיעם טראמפ האט פשוט פארלוירן פאוקיס פון עפעס וואס וואלט געדארפט ביידען שטעלן אויף די דיפענס
וואס האט ער געלייקנט קוויד פרא קוא ווען וואס ער האט געטון איז לעגאל
הצד השוה ער ווערט זייער אינטימידעיטעד פון די מידיע + ער איז א איין מאן באנד מיט גאר ווייניג לויעל מענטשן ביי זיך אין אדמין און פאליטישנס האט ער קיין איינס אויף זיין זייט
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

פארפאלן! א דרויסינדיגער וואס קען זיך נישט אויס מיט פאליטאק איז גארנישט ווערט!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

@ראטלידזש, @טראק דרווייער.

איך קאנסידער נישט דאס פייערן מייקל פלין ווי געפאלן צו די מידיע לחץ דייקא, הגם מצד אחד איז עס יא געווען אזוי. טראמפ האט דאן שוין גוט געוויסט אז עס איז דא א אנגייענדע אינוועסטיגעשן, און אז מייקל פלין איז א צענטער פונקט. הגם יעצט ווייסט שוין יעדער דעם אמת, איז ער דעמאלטס געווען א פרישע פרעזידענט אין וואשינגטאן, קיין שום פאליטישע ערפארונג פון פריער, מיט א ענטוזיאסטישע אדמיניסטראציע וואס האט ווי אריינגעוואנדערט אין פיסק פון לייב.

די איטעליגענט קאמיוטיניס איז נאך דאן געווען הייליג ווי א געטשקע, דו געדענקסט ווי פאפולער דזשעימס קאומי איז דעמאלס געווען? ס׳איז דא א אינוועסטעגעישן, קעגן מיין קאמפיין, ״אויב איז געווען ראנג דואינגס וויל איך מ׳זאל עס טרעפן״ האט טראמפ ווי א צדיק׳ל געזאגט פאר קאומי (קאומי האט עס איבערגעזאגט ביי זיין סענאט טעסטעמאוני צוריק אין 2017).

איך פארשטיי אז בען שאפיראו מיט יוסי געשטעטנער האבן דעמאלס פארשטאנען אנדערש, דער מציאות איז אבער נישט אזוי געווען. בעיסד אויף די מצב דעמאלטס, די לעוועל אוו טראסט אין די FBI, (יא, צוריק דעמאלטס האט נאך טראמפ געוואלט אז "דזשעימס קאומי גאר".. זאל מעלדן אז "ער" איז נישט אינטער אינוועסטיגעישן. דו כאפסט וואספארא ווייטע וועג מיר זענען געגאנגען?) סאו בעיסד אויף די לעגאלע סערקאמסטענסעס, ביי אזא יונגע צעפארענע אדמיניסטראציע, איז פייערן מייקל פלין געווען עפראופיעט.

[אוואדי האבן זיי אויפגעמאכט א באבע תירוץ פארוואס מ'פייערט אים.. וועגן א ליגענט פאר פענס בלא בלא בלא. עפעס מיזן זיי דרייען מיטן צינג, הגם טראמפ האט געוויסט אז קיין קאלודזשן איז נישט געווען, איז ער אבער געווען אומזיכער. און וואס ער וואלט געטאן היינט אויב פאסירט עס יעצט ווייסטו אויך. והא ראי׳ ער האט גאר פארשיקט דזשעף סעשענס.. ״טאקע ווייל ער האט זיך רעקיוזד״. און דאס איז שוין געווען ווי לאנג צוריק?.]

און יא. ס׳האט גענומען פאר טראמפ א היבשע וויילע ביז ער האט זיך ארגענעזירט מיט א גוטן דעפענס קעגן די קאלאזשן סקעם. ווידער, דו רעדסט פון קאמבעטן די קארט, פראסיקיוטער׳ס, און אפילו די FBI. איך רעד פון קאמבעטן די מידיע. אויסקלינען די FBI און DOJ פון קאראפשן איז א פארט פון זיין דזשאב, פייטן די מעינסטרים מידיע איז אבער די יסוד פון זיין כח.

וועגן די נעראטיוו ביי די אוקריינע פרשה? צווישן מיר און דיר גערעדט, טראמפ איז זיך אליין שילדיג אינעם גאנצן סומאטוכע, ער האט נישט געברויכט דערמאנען די ווארט ״ביידען״ אינעם פאונקאל. צו האנטער ביידען האט יא אדער נישט פוטער אויפן קאפ.. צו דו מיינסט עס טאקע לשם יוסטיץ צו נישט.. איז דאס נישט עטיש פון א פאליטישע שטאנדפונקט (הגם ראש לימבאו מיט יוסי געשטעטנער האבן יא געהאלטן אז איינזעצן האנטער ביידען איז דאס וואס טראמפ ברויך טאן). כ׳האב פון די ערשטע מינוט נישט געקלערט אז ס׳איז געגאנגען א טריט ווייטער פון יענס, און ווי ס׳האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט דורכאויס די צענדליגע הירינגס אין קאנגרעס און אין סענאט. טראמפ האט אין פאקט שנעל אנערקענט זיין פראבלעם, און תיכף ארויסגעלייגט די טרענסקריפט׳ס, ״דא האט עטס די מאקסימום וואס עטס קענסט טרעפן״.. מיט וואס ער האט פארלאפן די וועג פאר די דעמעקראטן.

ווי טראמפ איז יא געפאלן פאר עקסקלוסיוו מידיע לחץ איז געווען 1) ביים ארויסקומען מעלדן אז מ׳גייט סוספענדן זעראו טאלאראנץ. 2) די wouldn’t/would פליפ נאך די העלינסקי סאמיט מיט פוטין. (א נישט געשטויגענע קלעריפאקעישן אבי אויסצולעשן דעם פייער).
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
ווי מען קען זעהן האבן זיי אויסגעהערט פלין׳ס טעלעפאנישע געשפרעכן שוין לאאאנג פאר ער האט גערעדט מיטן רוס. וואס האבן זיי געהאט צו זוכן דארט?! וואס האבן באאמטע פון א קעגנערישע אדמיניסטראציע צו זוכן אויפן ליין פון א לוטענעט גענעראל באשטימט איבערצונעמען די נעשינעל סעקיוריטי עדווייזאר פאזיציע אינעם אריינקומענדע פרעזידענט׳ס קאבינעט?!?

איז געווען א פייסא פאר דעם? ווער האט זיי געגעבן די רעכט? און וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף די פייסא פראצעדור אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע איז דאך שוין היינט באקאנט פאר ווער עס ליינט עכטע נייעס, נישט די פעיק נויז פיינט-פון-די-מענטשן פראפעגאנדירער.

אינטערסאנט, פון דעם רעדט קיינער נישט, מען איז ביזי מיט קארטער פעידזש, יא באהאלטן אינפארמעישן פון פייסע, נישט באהאלטן אינפארמעישן, די דאסיער איז יא געווען גענוג, נישט געווען גענוג וכו'... דו האסט דא פלין, מען איז געזעסן אים אינטערהערן, ווי אויך אנמעסקט אומלעגאל, וואס זענען די פוילע תירוצים אויף דעם??!! עס איז דאך הימל שרייענד...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אנמעסקד אומלעגאל?
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

כאפצעם האט געשריבן:אנמעסקד אומלעגאל?

Not at all illegal specially when you don’t have a reason

Very good point
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

כאפצעם האט געשריבן:אנמעסקד אומלעגאל?

אויב עס האט א פאליטישע סיבה. יא!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אזוי גאר.. קענסט אפשר זיין אזוי גוט און אנצייגן וועלעכע סטעטוע אין די געזעץ זאגט אזאנס?

און איך גיי ניטאמאל אריין זיך קריגן אין די סיבה, וואס הגם יעדער ווייסט סאיז געווען א נאציאנאלע זיכערהייט פראגע ווען די אינטעל האט אויפגעכאפט אן אמעריקאנער בירגער רעדן מיט די רוסן קעגן דעם אייגענעם לאנד, אבער פאר די סעיק פון פארשטיין אפילו ענקער צד, לאמיר אננעמען אז דא איז בכלל נישט געווען קיין רוסלאנד פראגע, קיין מעדלינג פאקטאר, קיין העקינג אטאקע..

נאר לאמיר גיין מיט דעם אז ס'פלעין דער אבאמא האט אין א בלויען דאנערשטיג דעסיידעד צו אנמעסקן זיינע שונאים (בשעת איך שרייב די ווערטער לאך איך פון מיין אייגענע סענטענס, היכי דמי וויסן אז סאיז דיינע שונאים ווען דו האלטסט נאך בעפארן אנמעסקן....), וואסארא געזעץ איז דאס?

א חוץ אויב מיינסט צו זאגן געפיליש אומלעגאל, נישט געזעצליך אומלעגאל, אין דעם רעד איך שטייצעך שויניש אריין. איך האב אן אלטע כלל אינדערהיים ווילאנג מ'טענהט זיך אויף פאקטן לייג איך צו מיין צד און מיין אינפוט, די רגע ס'גייט אריבער צו די געפילן איז זי גערעכט אלל די וועי, איך גיי מיר ניטאמאל טענהן.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

וואס דו זאגסט נישט, מהאט אויפגעכאפט אמעריקאנער בירגער רעדן מיט די רוסן אקעגן זייער אייגן לאנד? וואוו!!!! דאס איז דאך באמבאסטישע נייעס, גיי זאג עס שנעל פאר מוללער ווייל ער האט דאך קיינעם נישט אנגעקלאגט אויף דעם, דו ביסט דאך מוראדיג...... קוקט טאקע אויס אז דו טענהסט זיך נאר מיט פאקטן און נישט קיין געבאקענע מעשיות....
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ביזט זעהט אויס נישט באקאנט מיט די קיסליעק פאון קאולס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”