האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך מאי 13, 2020 3:51 pm

אנגעפאנגען האט זיך עס אין ווען מער זענען געוועהן 17 יעריגע בחורים אין ישיבה גדולה אונז זענען געפארן אין קעמפ אין די זימער איין טאג בערך 2 וואכן נאך אונז זענען אנגעקומען רופט מיך דוד לעיזער אין א זייט אין זאגט מיר בסוד סודות האלאו די זאגסט מיר צו אז די גייסט קיינעם נישט אויסזאגן ? שטייטזעך איך האב איהם געגעהבן מיין ווארט זאגט ער מיך שטילערהייט איך האב פריער געדרייווט א קאר קענסט עס גלייבן ? כ'האב פאר 5 מינוט ארום געפארן מיט מיין טאטע-פרענדס קאר אויף שטילע געסער האלאו די האסט נישט קיין אנונג ווי סך פאן ס'געווען כ' קען שוין קוים ווארטען צו זיין א טאטע אין האבן מיין אייגענע קאר .....

ס'איז אדורכגעגאנגען 4 יאר די מעשה האב איך שוין לאנג געהאט פארגעסן. ס'איז געווען א רואיגע פרילינג זונטאג אין די ווייב זאגט מיר אז היינט גייט מען גיין צי א פארק מיט אונזער 1 יעריגס שוין מ'זעצט זיך אריין אינעם שיינעם כמעט נייעם שווארצען קעמרי (אויב די זעסט אמאל א שווארצען קעמרי אין די טראכסט אז ס'איז בלעכי זיי וויסן אז די טראכסט נישט גוט ...שוין געווען היפש אפאר יאר צירוק ...)אין היידע מ'לאזט זיך ארויס אין וועג אינמיטען וועג באקום איך א פאון-קאל כ'גיב א קוק כ'זעה אז ס'איז א אומבאקאנטע נאמבער איך דריק איגנאר אויב ס'איז וויכטיג וועט יענער לאזן א מעסעזש גייט דורך צוויי מינוט אין איך באקום א טעקסט פונעם זעלבען נאמבער איך בעהט די אשת זאל מיך עס פארליינען (איבערגעזעצט אין יודיש) א גוטען בלעכי ס'איז לעיזער דוד געדענקסט מיך נאך ? ווען די האסט א מינוט פליז קאל מיך יישר כח עכת"ד כ'זאג פארן אשת אז ס'איז אינטערסאנט וואס ער וויל וויבאלד כ'האב מיט איהם שויניש גערעדט פאר היפש א לאנגע וויילע אפאר מינוט שפעטער זעמער אונז אנגעקומען אין פארק אין די ווייב מיטן קליינעם זענען געגאנגען צו די סווינגס אין איך בין געגאנגען אין א זייט כאפן א ציגרעטיל ווען בשעת מעשה צי איך ארויס די סעל צי הערן וואס לעיזער דוד וויל
טרררר טרררר העי בלעכי וואטס אפ?
ברוך השם ענטפער איך
קודם כל קומט זיך מיר א מזל טוב איי גאט אינגעזשעט לעסט וויק
אהה מזל טוב מזל טוב כ'האב גארנישט געהערט
אקעי סאו איך האב דיר יעצט גערופן וועגן מיין טאטע האט מיך נישט געלאזט מאכן קיין לייסענס וועגען ער האט געהאלטען אז ס'קען שאטן פאר שידוכים חחחח ... די אלטע דור...וואטעווער.. למעשה יעצט האט ער שויניש קיין תירוץ סאו איך גיי מאכן לייסענע מעצאשעם
אהה זייער שיין (וואס וויל די אנשיקעניש פין מיר?)
סאו איך וויל וויסן אויב איך קען פרעקטיסן פאר די ראוד טעסט מיט דיין קאר
(ס'מיר געווארן קאלט אין ווארעם ביינאזאם ווי זוי ווער איך פטור פונעם ? ) דוד לעיזער גלייב מיר איך וואלט דיר זייער געוואלט העלפען אבער מיין קאר איז נאך ניי אין איך האב מורא ווייסטאך ווי נישט ווי האסטו נאך נישט קיין לייסענס
האלאו פין מיר האסטו מורא ? חחח איך דרייוו ווי איינער וואס האט שוין לייסענס פאר 5 יאר
כ'האב געזעהן אז איך גיי מיר נישט קענען ארויסדרייען פין דעם אורח האב איך איהם געפרעגט די האסט שוין א פערמעט בכלל?
ניין איך פלאן צי מאכן נעקסטע וואך
אקעי סאו ריף מיך ווען די האסט א פערמיט
אקעי וויל בי אין טאטש טענקס
גייט נישט דורך קיין זעקס וואכן אין ווידעראמאל זעה איך די נאמבער אויפן איי די פארשטייט זיך אליינס אז כ'האב נישט אויפגעהויבן כ'בין דאך משוגע ביזי... א מינוט שפעטער באקום איך א וואוס מעיל איך הער עס אויס.. היי בלעכי הער איך איהם זאגן מיט א פארסאפעטע שטימע איי העוו גאד ניוז פאר יו פליז קאלל מי בעק , א שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף מיין געזוכט ,כ'מיין וואסערע גוטע נייעס קען עס זיין אחוץ אז ער האט געפעסט די ראוד טעסט ?.. שוין איך רוף איהם צירוק מיט א שמייכל אויפן געזיכט אז כ'בין ב"ה ארויס פינעם פלאנטער ...
טררר טררר בלעכי וואס טוט זיך ?
ב"ה נא ווי אזוי איז געווען די ראוד טעסט ?
וואס ראוד טעסט ווען ראוד טעסט ? כ'האב אפאר מינוט צירוק באקומען א פערמיט
מיין פריערדיגע שמחה איז געווארן איבערגעדרייט צו ... האסט מיר דאך געזאגט איבער א חודש צירוק אז די גייסט שוין מאכן א פערמיט ?
נא איך בין טאקע געגאנגען נישט איין מאל אין נישט צוויי מאל .. כ'האב עס היינט געפעסט ביים פערדען מאל... באט עניוועי כ'גיי דיר שוין פארציילען די גאנצע מעשה אין קאר ווען קענסטו מיך נעמען ?
גיב מיר א קאלל מארגען ארום פינעווע
אקעי ש'כח
כ'האב אראפ געלייגט די פאון ס'הענט האט מיר געדריזעלט פאר שרעק געזעהן האב איך שוין אז ארויסדרייען קען איך מיך נישט שוין כ' האב אנגעהויבן אריינקלערן וואס האב איך אזוי מורא ער איז נישט קיין 16 יעריגע בחור ער איז שוין 21 ער האט שוין מער אחרית אין דעמאלטסט האב איך מיך דערמאנט די אויבנגעשריבענע מעשה אין ס'האט מיר עטוואס בארואיגט כ'מיין ווי נישט ווי אז ער האט שוין געדרייווט 4 יאר צירוק ווי שלעכט קאן שוין זיין ? צומארגענס פינעווע קאלט ער מיך כ'האב איהם גלייך אויפגעהויבן ווי פיק איך דיך אויף? אקעי איך בין דארט ביז פינף מינוט 7 מינוט שפעטער בין איך געווען ביי זיין הויז ער האט שוין געווארט אינדרויסן אין ער קומט גלייך צי צום דרייווערס זייט כ'גיב איהם א זאג קום ארום צי די אנדערע סיט ער קוקט מיך אן מיט ברייט צועפנטע אויגן איך האב געמיינט אז איך גיי קענען דרייווען ? דאנט ווארי זאג איך איהם אונז גיימיר צי פארן צי א ליידיגע פארקינג לאט איך דארט העסטו קענען דרייווען בלית ברירה זעצט ער זיך אריין אויפן אנדערע סיט נאך צעהן מינוט זעמיר אונז אנגעקומען צי א ריזן ליידיגע פארקינג לאט איך לעש אויס די קאר אין אונז ביידע גייען ארויס צי סוויטשען סיטס מ'זעצט זיך אריין אויף די פארטוישטע פלעצער אין ביידע טוהן אן סיט בעלטס אקעי צינד אן די קאר זאג איך איהם
כ'טריי אבער ס'גייט נישט
וואס הייסט ס'גייט נישט האסט געדריקט די באטען ?
אההם אהההם ווע ווע וועלעכע באטאן ? דארפסט פארשטיין כ'בין ציגעוואוינט צי די קארס מיט א שליסעל
זעהסט די באטאן דא ? דריק דאס ווען בשעת מעשה זאל דיין פיס אראפדריקען די ברעיק
ס'גייט נאך אלס נישט
פארוואס דריקסטו די געז פעדעל ? דריק אראפ די ברעיק אהה אקעי יעצט פאנג אן פארן גראד העלאו די ביסט נארמאל ?? האסט דאך ניטאמאל גערוקט די שיפט צו דרייוו פארוואס גיבסטו געז ?
האלאו בלעכי איך ווייס וואס איך טוה קעי בארואיג דיך איך גיי מיך שוין א נייצע געבן
שוין ס'מיר געבליבן צי זעהן ווי ער דריקט די געז מיטן ברעיק אינאיינעם דערנאך ענדליך ווען ער האט שוין יא געדריקט די ברעיק אליינס האט ער געריקט די שיפט צי נוטראל אין זיך גענומען ראללען כ'האב מיך גענומען אזאנס קוויטשענען ביז ענדליך האב איך מצליח געווען איהם אפצישטעלן אין כאפן דאס אטעם כ'גיב מיך א דריי ארום צי איהם לעיזער דוד האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ? ווי נאר כ'האב גענדיגט ארויסזאגן די סענטענטס פין מויל האט א מחשבה אריינגעריסן אין די זשעלי אינטער מיין אויסגעקראכענע קאפ ,"בלעכי ביסטו דען אנדערש ווי לעיזער דוד'ן ?" כ'בין געבליבן אין קאר היפש נאך לעיזער דוד איז ארויס אין מיינע מחשבות האבן ארום געבוזשעוועט כ'האב מיך געטראפן אלס בחור'ל שפעטער אלס חתן אין דערנאך אלס שנה ראשונה יונגערמאן ווי סך מאל האב איך געטראכט צי מיר וואס פארשטייען מיינע עלטערן /מגידי שיעור/משגיח/רב וכו' וכו' איך בין דאך סך קלוגער ווי זיי אבער יעצט האט די מחשבה מיך אויסגעקלארט אז מ'קען נישט אליינס דרייווען אין דעם עולם השפל אין ניין מ'קען זיך נישט אליינס אויסלערנען דרייווען אין די סכנה'דיגע וועלט ארומגענומען מיט נסיונות אויף יעדע טריט אין שריט פאלג דיין טאטע נעם דיר א רבי רב דיין וואס די האלטסט אז ער איז פאסיג פאר דיר פאלג איהם מיט אלעס וואס ער זאגט אין איך זאג דיר אז די וועסט נישט חרטה האבן.
הק' בלעכי

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך דייקן » מיטוואך מאי 13, 2020 4:06 pm

א גאר וויכטיגע מעסעדזש, זייער שיין ארויסגעברענגט, מיט א פאסיגע משל צו דערצו.
און מזל טוב פארן שר חמש מאות.

אוועטאר
אלטער
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך אלטער » מיטוואך מאי 13, 2020 4:17 pm

בלעכי ווי אלעמאל! גארנישט אנטוישט!!!

מזל טוב צום 500 גיי ווייטער אן, איך גלייך דיר זייער דא!!!
ווילסטו וויסן מיין בליק אויף אייוועלט?

דאן קומט אריין דא

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך מאי 13, 2020 4:18 pm

מזל טוב בלעכענער,

האמיר זייער הנאה פון דיר, און פון די ארטיקעל.
אויב זעסטו אין מיין תגובה סיי וועלכע, טשעפע, פליק, אדער אויסדרוק, וואס קען וויי טוען א צווייטן, זאלסטו וויסן אז אדער דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האב איך נישט געוואוסט אז איינער גייט ווערן וויי געטוען פון מיינע ווערטער.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מאי 13, 2020 4:24 pm

א טעם זקינים
א הערליכע משל
א אמת'ע נקודה
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 13, 2020 4:27 pm

מזל טוב!
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 13, 2020 4:36 pm

מזל טוב!
פאוערפול מעסעזש.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 13, 2020 4:52 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:מזל טוב!
פאוערפול מעסעזש.

ווי אויך גאר אן אקטועלע משל. איינער האט א וועג ארויס?...
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

שטומפיג
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך מאי 13, 2020 4:59 pm

הו הא! איך האב געוואוסט אז פאר בלעכי'ס 500'ער וועט קומען א גוטס!
מזל טוב מזל טוב!
הערליך געשריבן, און נישט צו לאנג מאריך געווען אין די נמשל אזוי האט די שפאנונג נישט אויסגעוועפט.
ר' מאיר'ל פרימישלאנער האט געזאגט: אויב כאפט מען זיך אן אויבן פאלט מען נישט אונטן.
און איך לייג צו, אויב איז מען צוגעבינדן אונטן קען מען זיך נישט אנכאפן אויבן! (ר' שלום מרדכי רובאשקין)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 13, 2020 5:04 pm

מזל טוב שר חמש מאות "בלעכענער פנים" (יעצט פארשטיי איך שוין דיין ניק, מסתמא נאכווייען פון יענעם אינצידענט מיט דוד לעיזער'ן..)
שיינע שמועס
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך מאי 13, 2020 5:43 pm

בלעכי וואס איז נייעס??!!

זייער הנאה געהאט פונעם שפראך!


אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מאי 13, 2020 6:39 pm

העי בלעכי!
כאמעך שוין נישט געקענט איינהאלטן, כ'האבעס שוין היינט געליינט!
WOWOW
שיין געשריבן, גוטע רעיון,
זאג מיר נאר דעם אמת!
צו שרייבן האט דיך איינער געלערנט, אדער דאס האסטעך אליינס אויסגעלערנט.....?
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מאי 13, 2020 6:51 pm

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 7:09 pm

מזל טוב!
א שיינע געדאנק, און זאפטיג אראפגעלייגט!
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

אוועטאר
מארגן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך מארגן » מיטוואך מאי 13, 2020 7:39 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
simcha
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך simcha » מיטוואך מאי 13, 2020 8:44 pm

אייזן!! איך מיין, בלעכיג!!
זייער גוט און פיין געזאגט, אז מקען קען מען.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 13, 2020 10:28 pm

פיין הנאה געהאט!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re:

תגובהדורך Haklal » מיטוואך מאי 13, 2020 10:59 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:מזל טוב!
פאוערפול מעסעזש.

ווי אויך גאר אן אקטועלע משל. איינער האט א וועג ארויס?...

אוי יע,
יוש האב איך מיך גענומען שוויצן וויאזוי מען זעט ארויס דעם צודרייטן פין די קאר

ב"ה סאיז געווען א גיטע ענדע אין נאר געווען א משל

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג מאי 14, 2020 10:45 am

דייקן האט געשריבן:א גאר וויכטיגע מעסעדזש, זייער שיין ארויסגעברענגט, מיט א פאסיגע משל צו דערצו.
און מזל טוב פארן שר חמש מאות.

ס'מיר א חשיבות אז די האסט הנאה געהאט
אלטער האט געשריבן:בלעכי ווי אלעמאל! גארנישט אנטוישט!!!

מזל טוב צום 500 גיי ווייטער אן, איך גלייך דיר זייער דא!!!

ברוכים תהי' טענקס פאר די קאמפלימענט.
שלמה מולכו האט געשריבן:מזל טוב בלעכענער,

האמיר זייער הנאה פון דיר, און פון די ארטיקעל.

סעים הער
אחת ואחת האט געשריבן:א טעם זקינים
א הערליכע משל
א אמת'ע נקודה

"טעם זקינים" אוי הלוואי...
פעיק נוז האט געשריבן:מזל טוב!

ברוכים תהי'
וואס טוט זיך האט געשריבן:מזל טוב!
פאוערפול מעסעזש.

טענק יו
סטיטשינער האט געשריבן:ווי אויך גאר אן אקטועלע משל. איינער האט א וועג ארויס?...

נישט איך...
שטומפיג האט געשריבן:הו הא! איך האב געוואוסט אז פאר בלעכי'ס 500'ער וועט קומען א גוטס!
מזל טוב מזל טוב!
הערליך געשריבן, און נישט צו לאנג מאריך געווען אין די נמשל אזוי האט די שפאנונג נישט אויסגעוועפט.

כ'הייב שוין אן נעמען פרעשער פין די טויזענט...
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב שר חמש מאות "בלעכענער פנים" (יעצט פארשטיי איך שוין דיין ניק, מסתמא נאכווייען פון יענעם אינצידענט מיט דוד לעיזער'ן..)
שיינע שמועס

זיי וויסן אז א תגובה פין דיר איז ווערט גאר אסאך!!
האסט נייעס האט געשריבן:בלעכי וואס איז נייעס??!!
זייער הנאה געהאט פונעם שפראך!

באכאשעם
היימישער הייקער האט געשריבן:;l;p-

;l;p-
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:העי בלעכי!
כאמעך שוין נישט געקענט איינהאלטן, כ'האבעס שוין היינט געליינט!
WOWOW
שיין געשריבן, גוטע רעיון,
זאג מיר נאר דעם אמת!
צו שרייבן האט דיך איינער געלערנט, אדער דאס האסטעך אליינס אויסגעלערנט.....?

כ'קען נאך אלס נישט :roll:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

;l;p-
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מזל טוב!
א שיינע געדאנק, און זאפטיג אראפגעלייגט!

א שיינע דאנק
מארגן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

;l;p- ;l;p-
simcha האט געשריבן:אייזן!! איך מיין, בלעכיג!!
זייער גוט און פיין געזאגט, אז מקען קען מען.

דארפסט שוין אנפאנגען שרייבן פאר דיין חמש ...
צוקער וואסער האט געשריבן:פיין הנאה געהאט!

טענק יו
Haklal האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:מזל טוב!
פאוערפול מעסעזש.

ווי אויך גאר אן אקטועלע משל. איינער האט א וועג ארויס?...

אוי יע,
יוש האב איך מיך גענומען שוויצן וויאזוי מען זעט ארויס דעם צודרייטן פין די קאר

ב"ה סאיז געווען א גיטע ענדע אין נאר געווען א משל

הא הא

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:14 am

בלעכענער פנים האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:א טעם זקינים
א הערליכע משל
א אמת'ע נקודה

"טעם זקינים" אוי הלוואי...

איך מיין צוזאגען אז די זאפטיקייט איז אזוי ווי די אלטע שרייבערס דא אויפן וועלטעל, מיט אזא געשמאקען הומער. דארפסט זען צו שרייבען אפטער.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:22 am

אחת ואחת האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:א טעם זקינים
א הערליכע משל
א אמת'ע נקודה

"טעם זקינים" אוי הלוואי...

איך מיין צוזאגען אז די זאפטיקייט איז אזוי ווי די אלטע שרייבערס דא אויפן וועלטעל, מיט אזא געשמאקען הומער. דארפסט זען צו שרייבען אפטער.

או הא טענקס פאר די קאמפלימענט

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג מאי 19, 2020 12:02 pm

זייער שיין בלעכי ;l;p-

א געשמאק צו לייענען, יישר כח! און מזל טוב צום 500

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: האסט טאקע געמיינט אז די גייסט דיך קענען אליינס אויסלערנען ?

תגובהדורך אלופי אדום » דינסטאג מאי 19, 2020 2:00 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

וועראיקוט

איין זאך כבין אביסל צומישט, ליעזער דוד אדער דוד לעיזער,
כמיין, ס'מאכט אסאך אויס אינעם אנ-קאנטשרעס.

טענקס עניוועי
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: HotCoffee און 20 געסט