
https://www.dryveup.com/klein/
די אויערן הערן גוט? הרה"ח רבי ישראל דוד קליין? ברוך דיין האמת? זכרונו לברכה?
יא ליידער... די אויער הערן ליידער גוט... כלל ישראל האט פארלוירן א בריליאנט, א שטראל פון לעכטיגקייט, אן עמוד החסד, אן עמוד התורה, א מרביץ תורה, און א מקים תורה, א שר החסד, אן עסקן שאין כדוגמתו.
ווי קענען מיר דען אנהייבן שרייבן פונעם עושה חסד לאלפים הרב ר' ישראל דוד ז"ל ווען מיר ווייסן אז מיר קענען נישט ענדיגן, טייכן טרערן גיסן זיך פון טויזענטער אידן וועלכע האבן פון אים נהנה געווען, די וואונד איז דאך אזוי ווייטאגליך, די צער איז דאך אומגעהויער גרויס.
כלל ישראל האט פארלוירן א א איד וואס דער ווארט "ניין" האט ביי אים נישט עקזיסטירט, יעדע פראבלעם, יעדע סארט עסקנות, האט געהאט אן אדרעס ווי מיט א שמייכל איז די תירוץ אלס געווען "א וודאי!"
אוי... זיין ווארימקייט... זיין ליבליך שמייכל... זיין איידלקייט... זיין געטריישאפט... זיין איבערגעגעבנקייט... ווי הייבט מען אן?
במתי מעט האט רבי ישראל דוד ז"ל געשפייזט זיין משפחה זייענדיג א מלמד דרדקי א מחנך נפלא פאר איבער 25 יאר, וואס ער האט אריינגעשיינט מיט זיין ווארימקייט, א ליבשאפט צו תורה און אידישקייט אין די הערצעלעך פון זיינע יונגע תלמידים'לעך.
אבער א יעדע מינוט וואס ער איז נישט געווען אין קלאס, איז געווען איינגעזאפט מיט גמילת חסדים. זיינע חסדים האבן נישט געוואוסט פון קיינע גבולים, ארים, רייך, חסיד'יש, ליטוויש, געזונטע, קראנקע, הכנסת כלה, קרן יתומים'ס, מתנות לאביונים קאמפיין, קמחא דפסחא, תומכי שבת, ביקור חולים, רבי מאיר בעל הנס, קופת עזרה, מוסדות התורה, לומדי תורה, און די ליסטע איז נאך לאנג.
שר וגדול נפל בישראל, א שר החסד, און א גדול בתורה – א גאנצן טאג געלערנט תורה מיט אידישע קינדערלעך, דערנאך געכאפט א חסד קאל צו טראגן א איד אין שפיטאל, פון דארט געלאפן אנפירן א דינער, דערנאך געגאנגען דעליווערן תומכי שבת פעקלעך... און פארן אהיים גיין, אריין געלאפן צו עטליכע אדרעסן צו שאפן געלט פאר אידישע קינדער... אזוי האבן אויס געזעהן זיינע טעג, און נאך פיל מער. אן אויער וואס איז געווען אפן פאר א יעדן נצרך, נישט קיין נ"מ דער צוועק, נישט קיין נ"מ די צייט אין טאג אדער נאכט. אלס געווען גרייט פאר א צווייטן.
זיין התקשרות און התבטלות צו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז געווען עד להפליא, זיין מסירת נפש פאר די באיאנער מוסדות די בכל אתר ואתר, ובפרט פאר די הייליגע ריזינע ישיבה איז געווען בלי גבול, ווי ער האט געקענט צולייגן א פלייצע, צו מיט שאפן געלט, צו מיט העלפן צו גרייטן א דינער וכדו'.
איבער אלעם לא החזיק טיבותא לנפשי', ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין קרעדיט פאר אלע זיינע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן, ער האט אלעמאל אנגעוויזן אויף אנדערע פאר וועמען די קרעדיט קומט זיך.
טייערע ברודער, עס איז צייט צוריק צו צאלן פאר אלע זיינע חסדים. זיין משפחה איז איינגעהילט אין צער און ווייטאג, צו פארלירן אזא טאטע, אזא צדיק. דאס איז א וואונד וואס קען זיך גאר שווער היילן.
לא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם - קען דען כלל ישראל צו לאזן אז א איד וואס האט זיין גאנץ לעבן געלייגט ברויט אויפן טיש פאר אנדערע, זאל יעצט זיין אייגענע משפחה לעכצן נאך ברויט?
ניין! דאס קען נישט געשען, און דאס וועט נישט געשען! ער האט נישט געטראכט צוויי מאל פאר ער האט געהאלפן א צווייטע איד, מיר וועלן נישט טראכטן צוויי מאל פאר מיר וועלן העלפן זיין משפחה!
זייט אייך משתתף מיט דעם קאמפיין, עפנט אייער הארץ, לייגט צו א האנט, בייגט אונטער א פלייצע, ווייזט פאר די משפחה אז כלל ישראל פארגעסט נישט די חסדים פון זייער טאטן.
https://www.dryveup.com/klein/
Donate by phone: 845-241-8726
Cong. Oseh Chayil Inc.
9 Maple Leaf Road Suite 201
Monsey NY 10952
Phone: 845-379-4002
Support Email: oc3794000@gmail.com
Tax ID: 46-4313232
Donate to this campaign with OJC, by visiting ojcfund.org