האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

נשמה האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך האב געהאלטן אז ס'וועט נישט אזוי אפעקטירן דעם טאג טעגליכן הלוך ילך דא אין אמעריקע און כ'האב געטרכט אז אין ערגסטן פאל וועט עס קאסטן אינגאנצן 2-3 היימישע קרבנות.

די קאטעסטראפע פון פראדוקטן האב איך שוין יא געזעהן פון אנפאנג (נאך היבש בעפאר די אשר יצר פאפיר קויפעריי) און כ'האלט אז די חורבן וועט נאך ווערן היבש ערגער. זאל דער אייבישטער העלפן אז כ'זאל טאקע נישט זיין גערעכט.

די גאנצע וויירוס איז א תמיה, וואס קיינער פארשטייט נישט געהעריג וואס גייט פאר, די מציאות איז אז די גאסן זענען פיל די לעצטע 3 4 וואכן, קינדער לערנען אין חדרים, בחורים אין בתי מדרשים, און אויב עפעס איז מען מער צושטופט ווי געווענליךץ און מען הערט נישט קיין פרישע קעיסעס ברוך השם, אפילו א גרויסע עולם איז געטעסט נעגאטיוו פאר אנטי באדיס, סוי לאז אפ דאקטויים און סייענטיסטן וואס האבן געפעילד ביז יעצט, און לאמיר קוקן מיט אונזער אייגענע אויגן, זעט אויס אז קוב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט איינגעשטילט די וויירוס, און לאמיר בעטן אויף ווייטער

אדרבה זאל איינער דא זאגן וואס ווייסט פון איינער וואס האט עס לעצטענס באקומען אויף א שווערע אופן

דאס מיינט נאכנישט אז די וויירוס איז over. דאס מיינט אז די אלע האבן עס נישט באקומען נאכאמאל. דאס מיינט נישט אז ס'איז over. ווען מ'זעהט אז קיינער איז נישט קראנק דערפון פאר א גוטע צייט אפשניט, ווייסטו אז ס'איז over. און אויב ס'איז נישט over דארף מען נאך פונקט אזוי אכטונג געבן ווי פרשת ויקהל פיקודי. נישט אזוי?

צו עס איז אריבער צו נישט ווייסט איין באשעפער, ווי עס קוקט אויס איז די לעצטע פאר וואכן קיינער נישט ערענסט קראנק געווארן דערפון, יא עס איז ליידער דא חולים וואס מוטשענען זיך נאך, און דארפן גרויס רחמי שמים, אבער פרישע קומט ברוך השם נישט צו, און עגעין קוק די פאולס, 36 פראצענט האבן נישט קיין אנטי באדיס, 40 פראצענט האבן נישט געהאט קיין סימפטעמס, און מען דריידט זיך געהעריג אין די גאסן, און הודו להשם מעם באקומט עס נישט, סוי יש דברים בגו, יא מיר האבן א גרויסן טאטן, און ווי עס קוקט אויס האט ער רחמנות אויף אונז, און זייער אפגעשוואכט די ווירוס דא און אונזער געגענט, און יא מען דארף פרובירן צו אבאכט געבן, און דער עיקר ווייטער מתפלל זיין
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

לדעתם, קען מען עס ממילא נישט אפהאלטן פון פארשפרייט ווערן, (יש הרבה ראיות לזה) מאקסימום קען מען עס פארשטייטערען, כולי האי ואולי, ממילא העלפען עס גארנישט,

יא, אוודאי, אז דו - און די וואס האלטן דיין שיטה - גייסט ארום און דו פארשפרייטסט איבעראל אז ס'העלפט נישט. און מענטשן לערנען זיך אפ דערפון, וועט עס טאקע נישט העלפן. דו האסט ארויסגעגעבן יעצט אן אורטייל. דו האסט יעצט גע'פסק'נט אז מ'זאל נישט אכטונג געבן. דו האסט יעצט געמאכט אז מענטשן זאלן פארשפרייטן די וויירוס. דאס איז וואס דו האסט יעצט געטון. אנשטאט זאגן "יודן געטס אכטונג" ביסטו געגאנגען, און געזאגט אז מ'זאל נישט אכטונג געבן. פארוואס "ווייל עס גייט במילא". און נאכדעם זאגסטו "אז ס'העלפט גארנישט."

עס גייט דיך אן אז איינער גייט פון דיינע דיבורים ליידן? עס גייט דיך נישט אן. קודם זאגסטו דעם אמת. דו האסט נישט קיין רעכט צו פסק'נען אז יודן זאלן זיך נישט אכטונג געבן. דאס איז נישט דיין דאגה צו עס גייט זיך סייווי פארשפרייטן. דאס באלאנגט פאר השי"ת. דו טארסט נישט על פי הלכה צוהעלפן צום ליידעניש "ווייל עס גייט סייווי". דאס איז נישט דיין דאגה. פארקערט. דיין דאגה איז צו פארשפרייטן אז יודן זאלן אכטונג געבן.

תמים תהי' עם ה' אלוקיך. דאס מיינט אל תחקור אחר העתידות. דו דארפסט נישט זאגן "עס גייט במילא". אפשר נישט?

עכ"פ דאס איז נישט דיין דאגה. מ'דארף זיך היטן ווייל אזוי האט השי"ת געהייסן. עס גייט סייווי? דאס איז פאראויסשאצונגען. דאס באלאנגט נישט פאר דיר זיך אריינצומישן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך מאי 06, 2020 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קלוגע חכם האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך האב געהאלטן אז ס'וועט נישט אזוי אפעקטירן דעם טאג טעגליכן הלוך ילך דא אין אמעריקע און כ'האב געטרכט אז אין ערגסטן פאל וועט עס קאסטן אינגאנצן 2-3 היימישע קרבנות.

די קאטעסטראפע פון פראדוקטן האב איך שוין יא געזעהן פון אנפאנג (נאך היבש בעפאר די אשר יצר פאפיר קויפעריי) און כ'האלט אז די חורבן וועט נאך ווערן היבש ערגער. זאל דער אייבישטער העלפן אז כ'זאל טאקע נישט זיין גערעכט.

די גאנצע וויירוס איז א תמיה, וואס קיינער פארשטייט נישט געהעריג וואס גייט פאר, די מציאות איז אז די גאסן זענען פיל די לעצטע 3 4 וואכן, קינדער לערנען אין חדרים, בחורים אין בתי מדרשים, און אויב עפעס איז מען מער צושטופט ווי געווענליךץ און מען הערט נישט קיין פרישע קעיסעס ברוך השם, אפילו א גרויסע עולם איז געטעסט נעגאטיוו פאר אנטי באדיס, סוי לאז אפ דאקטויים און סייענטיסטן וואס האבן געפעילד ביז יעצט, און לאמיר קוקן מיט אונזער אייגענע אויגן, זעט אויס אז קוב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט איינגעשטילט די וויירוס, און לאמיר בעטן אויף ווייטער

אדרבה זאל איינער דא זאגן וואס ווייסט פון איינער וואס האט עס לעצטענס באקומען אויף א שווערע אופן

דאס מיינט נאכנישט אז די וויירוס איז over. דאס מיינט אז די אלע האבן עס נישט באקומען נאכאמאל. דאס מיינט נישט אז ס'איז over. ווען מ'זעהט אז קיינער איז נישט קראנק דערפון פאר א גוטע צייט אפשניט, ווייסטו אז ס'איז over. און אויב ס'איז נישט over דארף מען נאך פונקט אזוי אכטונג געבן ווי פרשת ויקהל פיקודי. נישט אזוי?

צו עס איז אריבער צו נישט ווייסט איין באשעפער, ווי עס קוקט אויס איז די לעצטע פאר וואכן קיינער נישט ערענסט קראנק געווארן דערפון, יא עס איז ליידער דא חולים וואס מוטשענען זיך נאך, און דארפן גרויס רחמי שמים, אבער פרישע קומט ברוך השם נישט צו, און עגעין קוק די פאולס, 36 פראצענט האבן נישט קיין אנטי באדיס, 40 פראצענט האבן נישט געהאט קיין סימפטעמס, און מען דריידט זיך געהעריג אין די גאסן, און הודו להשם מעם באקומט עס נישט, סוי יש דברים בגו, יא מיר האבן א גרויסן טאטן, און ווי עס קוקט אויס האט ער רחמנות אויף אונז, און זייער אפגעשוואכט די ווירוס דא און אונזער געגענט, און יא מען דארף פרובירן צו אבאכט געבן, און דער עיקר ווייטער מתפלל זיין

זייער שיין @קליגע חכם. אבער צו וואס האסטו מיט ציטירט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארווייטאגט האט געשריבן:ווי אזוי קען מען שוין זעהן די אויסגאנג?

רוב (עכ"פ די פון וואס איך האב מיט זיי גערעדט) האבן עס אפגעלאכט מטעם פשוט ביותר, לדעתם, קען מען עס ממילא נישט אפהאלטן פון פארשפרייט ווערן, (יש הרבה ראיות לזה) מאקסימום קען מען עס פארשטייטערען, כולי האי ואולי, ממילא העלפען עס גארנישט, אבער דער פאניק איז דאך סם המות ממש, עס קען האבן אסאך אן ערגערער פועל יוצא אויף אסאך אסאך אידן.
עס איז ליידער היינט דא אזויפיל מענטשען וואס זענען אפעקטירט געווארן אויף א געפערליכע פארנעם.

ווילאנג עס ווערט נישט אפגעשאצט דער שאדן, פון די פאניק, צו עס ווערט שנעל אויסגעהיילט אדער נישט, ווי אזוי קען מען וויסען צו מ'האט געוואוסט , אז מ'זעהט נאך יעצט נישט?

איך מיין נישט דוקא יחידים, איך מיין מער אויף א כלל פארנעם, ווי אזוי אסאך מענטשען וועלן זיך אויפירן, פאר זיך און פאר יענעם. (איך ווייס פון מענטשען וואס האבן געדארפט צו קומען צו פראפעשינל הילף, איינער איז יא געגאנגען זיך העלפן, אבער איינער נישט, דערווייל שאדט עס פאר די נאנטע משפחה, אבער איך מיין דירעקט נישט עד כדי כך, נאר קלענערע פראבלעמען).

לאמיר האפן אז אין די לאנ"ג רא"ן וועט מען זעהן אז איך האב גערעדט סתם שטותים.

פאניק קומט פון די זעלבע מקור פון זאגן אז ס'גייט סייווי. וואס א נפקא מינה וואס עס גייט געשעהן? דו דארפסט נישט צוהעלפן דעם באשעפער אז די וויירוס זאל זיך פארשפרייטן, ווייל דו ווילסט ראטעווען מענטשן פון פאניק. דו ווילסט ראטעווען מענטשן פון פאניק? איך האב זייער א פשוט'ע עצה. די עצה איז אז מ'לערנט אויס זיך, די בני בית, און די קינדער, אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן. און אויך דאס אז מ'דארף אכטונג געבן האט נישט צו טון ווייל מ'האט מורא אז ס'קען עפעס געשעהן. מ'טוט עס ווי א מצווה. השי"ת וויל איך זאל יעצט שטיין ווייט זעקס פיס. גארנישט מיט פחד. השי"ת פירט די וועלט. וואס איז דא מורא צו האבן. הן יקטלינו לו איחל.

דערפאר דארפסטו מסכן זיין יודישע קינדער, פארוואס? ווייל פאניק. מאי חזית?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

פאר די אלע וואס רעדן פון פאניק, וואס טוט זיך מיט דעם פאניק וואס מענטשן האבן געהאט פון אריינגיין אין שפיטאל? ווער ווייסט וויפיל עס האט געשאדט פאר מענטשן וואס האבן געמוזט אריינגיין אין שפיטאל דאס וואס זיי האבן געהערט אז אין שפיטאל הארגעט מען מענטשן?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נשמה האט געשריבן:פאניק קומט פון די זעלבע מקור פון זאגן אז ס'גייט סייווי.

מתוק!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך האב געוואלט שרייבן א סאטירישע תגובה אז די גרויסע חכמים דא וואס האבן מכחיש געווען שמש בצהריים (וואס עס איז פארגעגאנגען אין איטאליע א.א.וו.) וועלן זיכער זאגן אז בעצם האבן זיי גוט פארגעשאצט אז עס גייט גארנישט זיין, נאר וואס דען זיי האבן דאך נישט געקענט וויסן אז די שפיטעלער - און די פאניק - וועלן הארגענען מענטשן... דערווייל ליין איך אפ אפאר תגובות און איך זעה אנדערע שרייבן עס פאר ריעל. אנבעליוועבל!

איי דו גרויסער חכם, נניח אז ביסט אינגאנצן גערעכט הונדערט פראצענט, איז דאך ממש דאס זעלבע פארגעקומען אין איטאליע אפאר וואכן פריער, איז וואס א נפק"מ צי די סיבה פאר די פאטאליטעטן איז געווען דער וויירוס, צי די שפיטעלער, צי די פאניק? וואטעווער סיבה עס האט געהארגעט מענטשן אין איטאליע קען דאך ח"ו זיין דא אויך?!
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך האב בכלל נישט פאראויסגעשאצט די קאראנא, ווייל ס'האט נישט קיין פשט צו שאצן זאכן וואס מ'קען נישט וויסן.

אבער דער בליק אין מח וואס איך האב געהאט איז געווען זייער קלאר, און איך קלער אז איך האב ליידער גאנץ גוט צוגעטראפן. איך האב קלאר פארשטאנען אז דא גייען ליידער זיין אסאך קרבנות, איך האב געקוקט דער מציאות אין די אויגן, און איך בין דערפאר נישט געווארן שאקירט ווען די ביטערע בשורות האבן אנגעפאנגען צו שטראמען.

אפאר זאכן האב איך נישט פאראויסגעקוקט, און דערפאר איז עס למעשה יא געווען אביסל ערגער ווי איך האב מיר אויסגע'משל'ט. איך האב אין מיין וויסטן חלום נישט געקלערט אז א טייל עולם גייט זיין אזוי לייכטזיניג, איך האב אויך נישט געקלערט אז די מצב אין די שפיטעלער גייט זיין אויף אזא שפל המצב, כאטש איך האב פארשטאנען אז עס גייען זיין אסאך קרבנות טאקע פון די שפיטעלער צעפארעניש, ווי אלע מומחים האבן פאראויס געזאגט.

בכל אופן...
---
פראגרעמער האקט. יא, אט דאס האב איך געוואלט זאגן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דער עולם האט נישט גוט פארגעשאצט די וויירוס. מסכים. דער עולם האט זיך געפירט זייער לייכטזיניג, און נישט געפאלגט סאשעל דיסטענסינג. אקצעפטירט.

עס באדערט מיך אבער עפעס. פארוואס ברענסטו אזוי מיט אזא התלהבות? וואס גייט דיך אזוי אין לעבן אז ס'זאל זיין כאאטיש? עפעס שמעק איך א אינערליכע נצחון פרייד אז מ'האט אפגעשפארט די רוחניות אנטשטאלטן. מען האט פיין מסדר געווען די עסטאבלישמענט. די היימישע קאמיוניטי לעבנסשטייגער איז צושאקלט. עס גארט זיך אז די צופארענע צושטאנד זאל אנהאלטן ווי לענגער, מיט די האפענונג אז די "סיסטעם" זאל כאפן אזא פליק אז ס'זאל זיך קיינמאל נישט קענען פולקאם ערהוילן. און רעפארמיסטישע ווינטן זאלן ערגעצוואו אריינבלאזן.....

האב איך עס גוט ארויס?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ר' יום טוב האט געשריבן:דער עולם האט נישט גוט פארגעשאצט די וויירוס. מסכים. דער עולם האט זיך געפירט זייער לייכטזיניג, און נישט געפאלגט סאשעל דיסטענסינג. אקצעפטירט.

ס'איז די זעלבע לייכטיזיניגקייט. ראובן איז לייכטזיניג אין סאושל דיסטענסינג? יא? יעצט וואס האסטו טענות אז שמעון איז לייכטזיניג אין דעם אז די בתי מדרשים זענען צוגעמאכט?

לייכטזיניגקייט איז א ליבעראליזם. ס'האט אלעס איין מקור. אן ערליכער יוד איז נישט לייכטזיניג. לייכטזיניגקייט איז אנשטעקיג. איינער נוצט עס פאר דעם, און דער אנדערער פאר דעם.

וואלט ראובן געווען פארזיכטיג מיט סאושל דיסטענסינג, וואלט שמעון געווען פארזיכטיג מיט מתפלל זיין אז די בתי מדרשים און חדרים זאלן זיך געהעריג עפענען.

שמעון גייט אויפן גאס, און זעהט נישט מער און נישט ווייניגער "ער קערט נישט, עס גייט אים נישט אן". נו, "מיך גייט אויך נישט אן". פארשטייסט?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ר' יום טוב האט געשריבן:דער עולם האט נישט גוט פארגעשאצט די וויירוס. מסכים. דער עולם האט זיך געפירט זייער לייכטזיניג, און נישט געפאלגט סאשעל דיסטענסינג. אקצעפטירט.

עס באדערט מיך אבער עפעס. פארוואס ברענסטו אזוי מיט אזא התלהבות? וואס גייט דיך אזוי אין לעבן אז ס'זאל זיין כאאטיש? עפעס שמעק איך א אינערליכע נצחון פרייד אז מ'האט אפגעשפארט די רוחניות אנטשטאלטן. מען האט פיין מסדר געווען די עסטאבלישמענט. די היימישע קאמיוניטי לעבנסשטייגער איז צושאקלט. עס גארט זיך אז די צופארענע צושטאנד זאל אנהאלטן ווי לענגער, מיט די האפענונג אז די "סיסטעם" זאל כאפן אזא פליק אז ס'זאל זיך קיינמאל נישט קענען פולקאם ערהוילן. און רעפארמיסטישע ווינטן זאלן ערגעצוואו אריינבלאזן.....

האב איך עס גוט ארויס?

איך האף אז דו באציעסט זיך נישט צו מיר... נע איך גלייב נישט.

אבער איך מיין אז בכל אופן האסטו נישט גוט צוגעטראפן. די אנטי סיסטעם ועסטאבלישמענט זענען בדרך כלל אויף די אנדערע זייט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך האב געהערט וואס גייט פאר אין טשיינע, געהערט וואס גייט פאר אין איטאליע, געהערט די פאניק פון די מידיע און געלייענט שלמה׳ס שאצונגען, עס האט מיר אויסגעזעהן געפערליך אבער ווי א נאאיווע תם-קאפ האב איך געטראכט אז מען וועט זיכער מאכען א קוירפיו סטייל לאקדאון כמו ווי זיי האבען געמאכט אין ארץ ישראל און טיילווייז אין ניו ראושעל.

למעשה האב איך געזעהן אז די גאווערמענט האט בסך הכל רעקאמענדירט גיידליינס און געבעטען מען זאל זיך דערווייטערן איינער פונעם צווייטען דאס האט מיר געמאכט טראכטען אז מן הסתם איז אלעס איבערגעטריבען ווייל אפילו די גאווערמענט נעמט עס נישט סיריעס און מיטאמאל פאנגט מען אן צו הערן עס פאלען אוועק אידישע קינדערלעך רעכטס און לינקס ביז איך האב געזעהן אז די גאווערמענט שפיעלט דא א סטאטיסטיק געים אנשטאט אריינלייגען שטארקע כחות אז די באפעלקערונג זאל עס נישט באקומען האט מען געלייגט כחות אויף טעסטינגס ווייל די ״סייענטיסטען״ האבען באשלאסען אז זיי מיזען האבען מיליאנען טעסטינגס אין ארדער צו פארשטיין די מחלה, נישט אז עס גיז נישט וויכטיג אבער דאס וואלט געדארפט זיין א ווייטע נאמבער צוויי אויף די ליסטע.

מען קען שוין רואיג שרייבען אמעריקע איז א רוצחיש לאנד נאר אינטערן מאסקע פון סאו קאלד סייענס, זיי האבען מיט א טאטאלע לאק דאון פאר 14-28 טעג געקענט צוריק האלטען טויזענטער פון שטארבען כך נראה לעניות דעתי און מיט א שטארקע ווייטאג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

נשמה האט געשריבן:יא, אוודאי, אז דו - און די וואס האלטן דיין שיטה - גייסט ארום און דו פארשפרייטסט איבעראל ....

איהר האט זיך באמיהט צו ליינען וואס איך האב געשריבן?

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דאס אלטע ווערטעל, ווי א חסיד איז אריין אין רבי'ן צימער , זעהט ער דער רעבעצין זיצען דארט.
זעהנדיג אז ער הייבט נישט אהן צו רעדן, פרעגט איהם דער רבי וואס ער וויל, ענטפערט ער אז ווארט קודם זאל דער רבי'ס נשמה ארויס גיין.

איך ווארט אויך אז דער נשמה זאל ארויסגיין.

כ'מיין, כ'האב נישט קיין אהנונג וואס איהר האט געזעהן אין מיינע ווערטער, אויף וואס איהר האט מיר פראבירט צו באשולדיגן, מיט זאכן וואס מגולחים און שוואכער אידן האבן באשולדיגט רבנים און תלמידי חכמים.

האסט מיר געזעהן ארום גיין אין שטאט? האסט מיר געזעהן לאזן מיינע קינדער ארום גיין?
נאר וואס, איך האב געזאגט א זאך וואס שמעקט אייך נישט, גיי ווייס פארוואס (כ'קען זיך אפשר פארשטעלן, אבער שוין), האסטו געטראפן אן עצה, מיר צו באשרייען מיט שקרים וכזבים, פשוט זיך צו ברואיגן.

ביסט שוין רואיג?

מ'קען שוין אנהייבן נאכאמאל דן זיין לגופו של ענין?

ליידער זענען די פאניק אטאקעס ערגער פון וואס מענטשען מיינען, און דאס האט מען נאכנישט געזעהן.

זה מה שאמרתי, און עס איז א מציאות.

וועגן בכלליות, צו מ'דארף זיין פארשפארט? אפילו דער מומחה וואס האט מיר געזאגט פאראויס אז פאניק איז ערגער, האט געוואוסט צו זאגן אז מ'דארף זיך שטארק אכטונג געבן.
אבער לא הרי זה כהרי זה, הצד השווה אז ביידע זענען דרכן לילך ולהזיק, און מ'האט געדארפט ארבייטן מער מיט שכל ווי מיט פאניק.

יעצט באפאל מיר אז.....
Enjoy.
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

nmi האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך האב געהאלטן אז ס'וועט נישט אזוי אפעקטירן דעם טאג טעגליכן הלוך ילך דא אין אמעריקע און כ'האב געטרכט אז אין ערגסטן פאל וועט עס קאסטן אינגאנצן 2-3 היימישע קרבנות.

די קאטעסטראפע פון פראדוקטן האב איך שוין יא געזעהן פון אנפאנג (נאך היבש בעפאר די אשר יצר פאפיר קויפעריי) און כ'האלט אז די חורבן וועט נאך ווערן היבש ערגער. זאל דער אייבישטער העלפן אז כ'זאל טאקע נישט זיין גערעכט.

די גאנצע וויירוס איז א תמיה, וואס קיינער פארשטייט נישט געהעריג וואס גייט פאר, די מציאות איז אז די גאסן זענען פיל די לעצטע 3 4 וואכן, קינדער לערנען אין חדרים, בחורים אין בתי מדרשים, און אויב עפעס איז מען מער צושטופט ווי געווענליךץ און מען הערט נישט קיין פרישע קעיסעס ברוך השם, אפילו א גרויסע עולם איז געטעסט נעגאטיוו פאר אנטי באדיס, סוי לאז אפ דאקטויים און סייענטיסטן וואס האבן געפעילד ביז יעצט, און לאמיר קוקן מיט אונזער אייגענע אויגן, זעט אויס אז קוב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט איינגעשטילט די וויירוס, און לאמיר בעטן אויף ווייטער

אדרבה זאל איינער דא זאגן וואס ווייסט פון איינער וואס האט עס לעצטענס באקומען אויף א שווערע אופן

דאס מיינט נאכנישט אז די וויירוס איז over. דאס מיינט אז די אלע האבן עס נישט באקומען נאכאמאל. דאס מיינט נישט אז ס'איז over. ווען מ'זעהט אז קיינער איז נישט קראנק דערפון פאר א גוטע צייט אפשניט, ווייסטו אז ס'איז over. און אויב ס'איז נישט over דארף מען נאך פונקט אזוי אכטונג געבן ווי פרשת ויקהל פיקודי. נישט אזוי?

צו עס איז אריבער צו נישט ווייסט איין באשעפער, ווי עס קוקט אויס איז די לעצטע פאר וואכן קיינער נישט ערענסט קראנק געווארן דערפון, יא עס איז ליידער דא חולים וואס מוטשענען זיך נאך, און דארפן גרויס רחמי שמים, אבער פרישע קומט ברוך השם נישט צו, און עגעין קוק די פאולס, 36 פראצענט האבן נישט קיין אנטי באדיס, 40 פראצענט האבן נישט געהאט קיין סימפטעמס, און מען דריידט זיך געהעריג אין די גאסן, און הודו להשם מעם באקומט עס נישט, סוי יש דברים בגו, יא מיר האבן א גרויסן טאטן, און ווי עס קוקט אויס האט ער רחמנות אויף אונז, און זייער אפגעשוואכט די ווירוס דא און אונזער געגענט, און יא מען דארף פרובירן צו אבאכט געבן, און דער עיקר ווייטער מתפלל זיין

זייער שיין @קליגע חכם. אבער צו וואס האסטו מיט ציטירט?[/quote

האסט געזאגט אז מען דארף ווארטן אפאר וואכן, זאג איך אז מען האלט שוין נאך אפאר וואכן, און דער עולם איז געהעריג אין גאס, און זאכן זעהען אויס צו פאלן אין פלאץ, איך באציה זיך אויף וואס די זאגסט אז די האלטסט אז די חורבן וועט נאך חלילה ווערן ערגער.

יעצט איך זאג נישט אז קיינער וועט נישט ווערן קראנק דערפון, אבער עס מוז נישט זיין אז עס וועט ערגער ווערן אפילו אויב מען עפענט אויף
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נשמה האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:דער עולם האט נישט גוט פארגעשאצט די וויירוס. מסכים. דער עולם האט זיך געפירט זייער לייכטזיניג, און נישט געפאלגט סאשעל דיסטענסינג. אקצעפטירט.

עס באדערט מיך אבער עפעס. פארוואס ברענסטו אזוי מיט אזא התלהבות? וואס גייט דיך אזוי אין לעבן אז ס'זאל זיין כאאטיש? עפעס שמעק איך א אינערליכע נצחון פרייד אז מ'האט אפגעשפארט די רוחניות אנטשטאלטן. מען האט פיין מסדר געווען די עסטאבלישמענט. די היימישע קאמיוניטי לעבנסשטייגער איז צושאקלט. עס גארט זיך אז די צופארענע צושטאנד זאל אנהאלטן ווי לענגער, מיט די האפענונג אז די "סיסטעם" זאל כאפן אזא פליק אז ס'זאל זיך קיינמאל נישט קענען פולקאם ערהוילן. און רעפארמיסטישע ווינטן זאלן ערגעצוואו אריינבלאזן.....

האב איך עס גוט ארויס?

ס'איז די זעלבע לייכטיזיניגקייט. ראובן איז לייכטזיניג אין סאושל דיסטענסינג? יא? יעצט וואס האסטו טענות אז שמעון איז לייכטזיניג אין דעם אז די בתי מדרשים זענען צוגעמאכט?

לייכטזיניגקייט איז א ליבעראליזם. ס'האט אלעס איין מקור. אן ערליכער יוד איז נישט לייכטזיניג. לייכטזיניגקייט איז אנשטעקיג. איינער נוצט עס פאר דעם, און דער אנדערער פאר דעם.

וואלט ראובן געווען פארזיכטיג מיט סאושל דיסטענסינג, וואלט שמעון געווען פארזיכטיג מיט מתפלל זיין אז די בתי מדרשים און חדרים זאלן זיך געהעריג עפענען.

שמעון גייט אויפן גאס, און זעהט נישט מער און נישט ווייניגער "ער קערט נישט, עס גייט אים נישט אן". נו, "מיך גייט אויך נישט אן". פארשטייסט?

עס האט מיר יא געקאסט טרעטן די פארשפארט שולן און עס שטערט מיר נאך אלץ אז מען מאכט חדר צוזאמענגעשטופט. ביידע קענעען שטערן וויל ביידע דארף שטערן פאר אן ערליכע איד
שויתי ה' לנגדי תמיד
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

א יחיד וואס עס האט דא אין אמעריקא ריכטיג פאראויסגעשאצט די מצב איז א פלענע שווארטץ זעהער, נישט א גוטע פארשטייער ב"ה רוב מאל איז ער נישט גערעכט ליידער יעצט יא
ווייל עס איז נישט געווען מעגליך פאראויס צושאצן עפעס וואס האט נאך יעצט נישט קיין נארמאלע הסבר פארוואס איין פלאטץ איז עס אזוי געפערליך און א צווייטע כמעט גארנישט נישטא קיין איין צד השוה לעת עתה, אזאך וואס מען פארשטייט נאך יעצט נישט וואס מאכט עס ערגער אדער בעסער וואס איז שייך פאראויס שאצן סך הכל קען מען זיין א שווארטץ זעהר
פון ווי פונקלעך קען מען וויסן אז פלארידע וועט כמעט נישט באטרפען ווערן אין ניו יארק די מערסטע
דער וואס האט פאראויסגעשאצט אז ניו יארק וועט געשען וואס איז געשען האט אויך פאראויס געשאצט די זעלבע צו ערגער פאר פלארידע אין נאך אנדערע שטעט און לענדער וואס האבן עס געהאט שוואך
למעשה האט קיינער נישט ריכטיג פארגעשאצט
איינער ראנג און ניו יארק איינער ראנג און פלארידע וכו׳
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איך האב געשריגען אז אויב גיין מיר זיך נישט נעמען אין די האנט אריין גיין מיר אויסזעהן ווי איטאליע. איך בין ממש הייזעריג געווארען. אבער לדעתי איז עס געווען בבחינת Better late then never און מען האט פארשפארט גענוק פרי כדאי נישט אנצוקומען אהין.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פרידן האט געשריבן:א יחיד וואס עס האט דא אין אמעריקא ריכטיג פאראויסגעשאצט די מצב איז א פלענע שווארטץ זעהער, נישט א גוטע פארשטייער ב"ה רוב מאל איז ער נישט גערעכט ליידער יעצט יא
ווייל עס איז נישט געווען מעגליך פאראויס צושאצן עפעס וואס האט נאך יעצט נישט קיין נארמאלע הסבר פארוואס איין פלאטץ איז עס אזוי געפערליך און א צווייטע כמעט גארנישט נישטא קיין איין צד השוה לעת עתה, אזאך וואס מען פארשטייט נאך יעצט נישט וואס מאכט עס ערגער אדער בעסער וואס איז שייך פאראויס שאצן סך הכל קען מען זיין א שווארטץ זעהר
פון ווי פונקלעך קען מען וויסן אז פלארידע וועט כמעט נישט באטרפען ווערן אין ניו יארק די מערסטע
דער וואס האט פאראויסגעשאצט אז ניו יארק וועט געשען וואס איז געשען האט אויך פאראויס געשאצט די זעלבע צו ערגער פאר פלארידע אין נאך אנדערע שטעט און לענדער וואס האבן עס געהאט שוואך
למעשה האט קיינער נישט ריכטיג פארגעשאצט
איינער ראנג און ניו יארק איינער ראנג און פלארידע וכו׳

דענמאלטס האט מען נישט געוויסט אז פלארידע גייט זיך ארויסדרייען! מ'האט נאר געזעהן איין זאך: ווי די וויירוס איז אנגעקומען אומגעגרייט איז געווען עק וועלט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

פרידן האט געשריבן:א יחיד וואס עס האט דא אין אמעריקא ריכטיג פאראויסגעשאצט די מצב איז א פלענע שווארטץ זעהער, נישט א גוטע פארשטייער ב"ה רוב מאל איז ער נישט גערעכט ליידער יעצט יא
ווייל עס איז נישט געווען מעגליך פאראויס צושאצן עפעס וואס האט נאך יעצט נישט קיין נארמאלע הסבר פארוואס איין פלאטץ איז עס אזוי געפערליך און א צווייטע כמעט גארנישט נישטא קיין איין צד השוה לעת עתה, אזאך וואס מען פארשטייט נאך יעצט נישט וואס מאכט עס ערגער אדער בעסער וואס איז שייך פאראויס שאצן סך הכל קען מען זיין א שווארטץ זעהר
פון ווי פונקלעך קען מען וויסן אז פלארידע וועט כמעט נישט באטרפען ווערן אין ניו יארק די מערסטע
דער וואס האט פאראויסגעשאצט אז ניו יארק וועט געשען וואס איז געשען האט אויך פאראויס געשאצט די זעלבע צו ערגער פאר פלארידע אין נאך אנדערע שטעט און לענדער וואס האבן עס געהאט שוואך
למעשה האט קיינער נישט ריכטיג פארגעשאצט
איינער ראנג און ניו יארק איינער ראנג און פלארידע וכו׳

לאו דוקא, ס'איז געווען א פוינט, אין די וואך פון פורים, וואס אסאך יודעי דבר האבן געשריגן אז דא אין ניו יארק, ספעציפיש ניו יארק סיטי, איז דאס ארגסטע און אז מען זעט קלאר אז עס אנטוויקלט זיך דא אין געגנט עפעס גאר א שרעקעדיגע מאנסטער, ערגער און שנעלער ווי אין גאנץ אמעריקע, אבער, לדאבון לב, איז מען רואיג געשלאפן.

צום ביישפיל, די תגובה האט שלמה געשריבן מארש 18, ווען רובא דרובא ציבור האט נאך געלאכט א גוטס פון די גאנצע פאניק.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
רבותי, יעדער שטאפל פון פירערשאפט אין אונזער לאנד האט אונז פארראטן אויף א געפערליכן פארנעם. פון די געזונהייט אגענטורן, צום פרעזידענט, צום גאווערנאר צום מעיאר,

אידן, אונז געפונען זיך אין וואוהאן אין פולסטן זין פונעם זאץ.
רבותי, ניו יארק סיטי איז גלייך צו צפון איטאליע לויט יעדן דעפיניציע.
ברוקלין איז איראן און די פירערשאפט איז ווי די איראנער פירערשאפט ביז דריי וואכן צוריק.

וואוהאן האט איינגעשפארט יעדן איינעם ביי זיך אין שטוב פאר וואכן אין א צו. וואס טוען אונזערע פירער?
די אפעקטירטע ראיאנען אין צפון איטאליע זענען אונטער א גענצליכער לאקדאון זינט פעברואר 21. וואס טוט דער גאווערנאר?
זענען מיר טאקע נישט בעסער ווי איראן וואו די רעגירונג האט פאר א לאנגע צייט געלייקנט אז עס איז דא א פראבלעם און געלאזט די ווירוס ארומלויפן פראנק און פריי און זיך פארשפרייטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם?

קוק וואס יעדע מזרח אזיאנער לאנד האט געטון איינמאל עס איז קלאר געווארן אז עס דרייט זיך ארום א טויטליכן מגיפה, און פרעג זיך אליין צי די סיטי, די סטעיט אדער דער פרעזידענט און די געזונט אינסטאנצן האבן גענומען די לעבנסוויכטיגע שריט וואס וואוהאן, האנג קאנג, סינגאפור און סאוט קארעא האבן גענומען?

זיי האבן אונז פארזיכערט אז די געפאר צו די אלגעמיינע באפעלקערונג איז נידריג. דאס איז א באשיינפערליכן ליגנט וואס די נעכטיגע רעזולטאטן אין ברוקלין האט צעשמעטערט.

זיי האבן אונז כסדר געהאקט אין קאפ אז מאסקעס העלפט נישט. רבותי, זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין מאסקעס צו פארטיילן. די פעדעראלע רעגירונג האט געהאט דרייסיג מיליאן מאסקעס אין זאפאס, פאר א לאנד פון 330,000,000 בירגער. גענוג פאר צען פראצענט פונעם לאנד *פאר איין טאג.*
עס איז נישט קיין צווייפל אז מאסקעס נידערט דירעקט ווי שטארק די ווירוס פארשפרייט זיך מיט א גרויסע פראצענט, און ווען מען רעדט פון contiguous disease קען יעדע פראצענט אויסמאכן אסאך.
אומדירעקט איז דאס א כסדר'דיגע דערמאנונג פאר איינעם וואס טראגט דאס נישט צו בארירן די מויל, נאז און אויגן מיט אומגעוואשנע הענט ווען מען איז אויפן גאס. דאס העלפט אויך אויפמערקזאם מאכן אנדערע אז דאס איז נישט קיין קינדערשפיל און מען מוז דאס נעמען ערנסט.

דער מעיאר האט מער מורא געהאט פון קריטיק פון נערוועזע עלטערן ווי פון הונדערטער טויזנטער קראנקע און שווערע טויזנטער פאטאליטעטן אין זיין סיטי.

אנשטאט ארומרופן צו אלע רבנים און אדמורים אין די סטעיט און שרייען מיט באנומענע קולות האט דער גאווערנער פארברענגט די לעצטע צוויי וואכן אונז איינצושלעפן מיט א טויט-וויגליד.

איך גיי נישט דא באשייגעצן דעם פרעזידענט, ווייל עס וועט נאר האבן די פארקערטע ווירקונג, אבער ענדגילטיג איז עס די שולד פון די CDC און זיי האבן אונז פארראטן.

The president failed us. The CDC failed us. The governor failed us. The mayor failed us. און אונזערע היימישע האבן אונז פארלאזט.

קיינער, קיינער, אין פירערשאפט האט אונז נישט געווארנט ביז עס איז געווארן צו שפעט. די רבנים וועלן, מיט רעכט, צייגן אויפן מעיאר און גאווערנאר און זיי וועלן צייגן אויפן פרעזידענט און די פעדעראלע רעגירונג.
אונזער געמיינדע און פירערשאפט איז זייער סקעפטיש איבער אזעלכע זאכן, פון אייביג אן, און אין יעדע געמיינדע איז דא סקעפטישע. קיין פראגע אז עס איז אביסל אונזער שולד, אבער דער עיקר שולד ליגט אויף elected officials און די רעגירונג געזונט אינסטאנצן וואס האבן פארפעלט צו נעמען די געפאר ערנסט אין יאנואר.
די טאג וואס די שמועות און באריכטן פון איראן האבן אנגעהויבן צירקולירן, די רגע וואס די נייעס פון איטאליע איז ארויסגעקומען האט די רעגירונג, אויף יעדן שטאפל און יעדן פליגל, געמוזט אויפהערן אלעס וואס זיי האבן געהאלטן אינמיטן טון און זיך פארלייגן אויסשליסליך צו פארמיידן די מאסן פאטאליטעטן וואס גייט זיין אין אונזער לאנד.
און מאך נישט קיין טעות, עס גייט אנקומען. בקרוב. עס גייט נישט אפשוינען קיין איין געמיינדע, קיין איין געגנט, קיין איין קהילה.

מערץ דעם ערשטן האט געמוזט זיין א שאכטל מאסקעס אין יעדן פאסט קעסטל. א שאכטל פאר יעדן העכער דריי יאר.
יעדן פאבריק אין לאנד וואס האט א מעגליכקייט צו האבן א מעגליכקייט צו פראדוצירן ventilators און ECMO מאשינען האט געמוזט זיין אפן פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיבן טעג א וואך אן אויפהער אנגעהויבן פון פעברואר איינס.
יעדן בירגער אין לאנד, פון די פינף ביז די פינף און ניינציג, האט געזאלט ווערן פולקאם אינפארמירט, מיט פונקטליכע אנווייזונגען איבער די געפאר שוין וואכן צוריק.

דו האסט נישט געוויסט, 99% אמעריקאנער האבן נישט געוויסט. עס איז נישט אונזער פליכט צו "וויסן." עס איז די פליכט פון די רעגירונג צו וויסן און אונז אינפארמירן. די רעלעוואנטע עקספערטן און דאקטוירים האבן געוויסט. זיי האבן געווארנט און געשריגן. זיי האבן געשריגן אזוי הויעך אז איך און אנדערע אומוויסנדע אידעלעך פונקט ווי מיר האבן שוין געוויסט דריי וואכן צוריק אז עס גייט אנקומען קיין אמעריקע, קיין ניו יארק און צו ברוקלין. איך האב נישט געוויסט ווי שנעל עס וועט אנקומען אהער צו אונזער טיר און ווי שנעל און טיף עס וועט אינפעקטירטן אונזער געמיינדעס. אבער עס איז נישט מייט דזשאב דאס אויסצורעכענען. דאס דארף דער מעיאר, דער גאווערנאר און דער פרעזידענט און די געזונהייט אגענטורן אויף וועלכע זיי פארפיגן, אויסרעכענען און נעמען די נויטיגע שריט איינצוצוימען.

יעצט איז שוין צו שפעט צו פארמיידן די אטאקע. דאס קען מען שוין נישט אפשטעלן. יעצט קען מען נאר ארבעטן מיט אומדערמידליכע כוחות צו פארשטייטערן די פארשפרייטונג און פארמינערן די צאל קרבנות וואס דאס גייט קאסטן.
און די איינציגסטע וועג וויאזוי צו מינימיזירן די צאר קרבנות איז נאר דורך טון וואס די רעגירונג אין כינע, די רעגירונג אין וואוהאן האבן געטון. וואס די איטאליענער האבן געטון פעברואר 21.
רבותי, עס איז נישט דא קיין שום אנדערע וועג. עס איז נישט דא קיין מעדיצין דערפאר און א וואקסין איז איז לאנגע חדשים אוועק אין בעסטן פאל.

גייט נישט ארויס אין ערגעץ אויב עס איז נישט אן immediate necessity. קומט נישט אין בארירונג מיט סיי וועם אויב עס איז נישט לעבנסוויכטיג.
דאווענט אינדערהיים אדער אויף די טאראסעס און באלקאנען אפגעריקט עטליכע מעטער איינער פון צווייטן. גייט נישט אין מקווה. גייט נישט אריין אין ארבעט. גייט נישט איינקויפן נאר וואס איר דארפט אויף צום עסן און צום לעבן. בעסער, באשטעלט אויפן טעלעפאן אדער אנליין.
פארלאנגט פון אייער סופערמארקעט אז זיי זאלן שליסן פאר פרעמדע און נאר לאזן איינגעשטעלטע מיט אנווייזונגען איבער היגענע און א פרישע פאר הענטשקעס ערפילן אייער ארדער.

רבותי, דאס איז נישט קיין טעסט, דאס איז נישט קיין דריל. אונז זענען גראונד זיראו פאר די טויטליכסטע מגיפה אין הונדערט יאר.
עס איז נעכטן געווען נאנט צו טויזנט באשטעטיגטע פעלער אין די סיטי. און די אידישע ברוקלין אפעקטירט אומפראפארציאנעל. עס קען זיין טויזנטער אדער צענדליגער טויזנטער מענטשן מיט א מעגליכקייט צו פארשפרייטן די ווירוס אין די סאמע מינוט אין ברוקלין.
דאס איז נישט די פלו וואס מען ווערט קראנק ביז עטליכע שעה נאכן כאפן די ווירוס. דאס איז נישט די פלו וואס וועט אייך אריינלייגן אין בעט פאר פינף טעג. איר קענט דאס האבן פאר א וואך אן די מינדסטע סימפטאמען און זיך ארומדרייען פריש און מינטער און אנשטעקן צענדליגע אנדערע. דאס איז נישט די פלו וואס א ריזיגע חלק בירגער זענען וואקסינירט. קיינער איז נישט אימיונירט צו קאוויד-19. קיינער.
און די וויכטיגסטע, דאס איז נישט די פלו וואס הרג'עט איינס פון טויזנט אין א שווערע יאר. דאס איז ווייניגסטנס צען מאל אזוי טויטליך. ווייניגסטנס.
דאס האט אויסגעקוילעט איינס פון דריי אין די וואשינגטאן סטעיט נורסינג האום וואו עס האט זיך די שווערסטע פארשפרייט עטליכע וואכן צוריק. און עס שטארבן נאכאלץ דארט.
זייט גליקליך אז מיר קענען דאס נוצן אלס א ווארענונג פאר אונז. אז מיר זאלן וויסן זיך צו באווארענען מיטן גאנצן חומר הדין.

אויב דו ווילסט ראטעווען לעבנס פון אידן אין דיין שטאט, דיין קהילה, און דיין פאמיליע. אויב ווילסטו זיך איינקויפן אין איין טאג מער זכותים ווי טובי' מאיר האט זיך איינגעקויפט אין די לעצטע צען יאר, מאך זיכער אז יעדער וועם דו קענסט, יעדער אויף וועם דו קענסט האבן איין איינפלוס, ווייסט ווי גרינג די ווירוס פארשפרייט זיך און ווי טויטליך עס איז.
לאז אפ די אלטע אידן, לאז אפ די קראנקע אידן, לאז אפ די אידן מיט מעדיצינישע נויטן. יעדער איינער פון אונז האט א פליכט צו ראטעווען אנדערע.

און אויב דו ביסט א יונגערמאן געזונט ווי אן אקס אן קיין שום מעדיצינישע היסטאריע, קען טאקע זיין אז די געפאר צו דיין לעבן איז בלויז איינס פון טויזנט, אבער, די ראטע פון ערנסטע קרענק איז אסאך אסאך -צענדליגע אדער הונדערטער מאל- העכער. לאמיר זאגן אז נאר צען אדער פופצן פראצענט פון די העכער זעכציגערס גייען ווערן אנגעשטעקט אין די קומענדיגע חודש-צוויי. דאס מיינט שווערע טויזנטער עלטערע אידן און אסאך אסאך מער נישט אידן אין די סיטי וואס גייען מוזן צוקומען צו לעבנסוויכטיגע מאשינען זיי צו דערהאלטן ביים לעבן. ווילט איר זיין דער וואס גייט האלטן דעם בעט פארנומען (נישט דעם בעט, בעטן איז די גרינגסטע זאך צוצולייגן פרישע) און לאזן דעם איד אויסגיין פון ווייטאג און זיך דערשטיקן אין זיין אייגענע פליסיקייט וואס דערטרונקט זיינע לונגען? ווילסטו זיין דער וואס האט אנגעשטעקט פינף אנדערע געזונט-ווי-אייזלען יונגעלייט וואס וועלן אוועקכאפן דעם בעטל פון דעם זיידע פון הונדערטער היימישע אייניקלעך?
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קלוגע חכם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
די גאנצע וויירוס איז א תמיה, וואס קיינער פארשטייט נישט געהעריג וואס גייט פאר, די מציאות איז אז די גאסן זענען פיל די לעצטע 3 4 וואכן, קינדער לערנען אין חדרים, בחורים אין בתי מדרשים, און אויב עפעס איז מען מער צושטופט ווי געווענליךץ און מען הערט נישט קיין פרישע קעיסעס ברוך השם, אפילו א גרויסע עולם איז געטעסט נעגאטיוו פאר אנטי באדיס, סוי לאז אפ דאקטויים און סייענטיסטן וואס האבן געפעילד ביז יעצט, און לאמיר קוקן מיט אונזער אייגענע אויגן, זעט אויס אז קוב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט איינגעשטילט די וויירוס, און לאמיר בעטן אויף ווייטער

אדרבה זאל איינער דא זאגן וואס ווייסט פון איינער וואס האט עס לעצטענס באקומען אויף א שווערע אופן

דאס מיינט נאכנישט אז די וויירוס איז over. דאס מיינט אז די אלע האבן עס נישט באקומען נאכאמאל. דאס מיינט נישט אז ס'איז over. ווען מ'זעהט אז קיינער איז נישט קראנק דערפון פאר א גוטע צייט אפשניט, ווייסטו אז ס'איז over. און אויב ס'איז נישט over דארף מען נאך פונקט אזוי אכטונג געבן ווי פרשת ויקהל פיקודי. נישט אזוי?

צו עס איז אריבער צו נישט ווייסט איין באשעפער, ווי עס קוקט אויס איז די לעצטע פאר וואכן קיינער נישט ערענסט קראנק געווארן דערפון, יא עס איז ליידער דא חולים וואס מוטשענען זיך נאך, און דארפן גרויס רחמי שמים, אבער פרישע קומט ברוך השם נישט צו, און עגעין קוק די פאולס, 36 פראצענט האבן נישט קיין אנטי באדיס, 40 פראצענט האבן נישט געהאט קיין סימפטעמס, און מען דריידט זיך געהעריג אין די גאסן, און הודו להשם מעם באקומט עס נישט, סוי יש דברים בגו, יא מיר האבן א גרויסן טאטן, און ווי עס קוקט אויס האט ער רחמנות אויף אונז, און זייער אפגעשוואכט די ווירוס דא און אונזער געגענט, און יא מען דארף פרובירן צו אבאכט געבן, און דער עיקר ווייטער מתפלל זיין

זייער שיין @קליגע חכם. אבער צו וואס האסטו מיט ציטירט?[/quote

האסט געזאגט אז מען דארף ווארטן אפאר וואכן, זאג איך אז מען האלט שוין נאך אפאר וואכן, און דער עולם איז געהעריג אין גאס, און זאכן זעהען אויס צו פאלן אין פלאץ, איך באציה זיך אויף וואס די זאגסט אז די האלטסט אז די חורבן וועט נאך חלילה ווערן ערגער.

יעצט איך זאג נישט אז קיינער וועט נישט ווערן קראנק דערפון, אבער עס מוז נישט זיין אז עס וועט ערגער ווערן אפילו אויב מען עפענט אויף

ליין איבער מיין תגובה מיט א רואיגקייט. כ'מיין אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב דארט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מקץ האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:א יחיד וואס עס האט דא אין אמעריקא ריכטיג פאראויסגעשאצט די מצב איז א פלענע שווארטץ זעהער, נישט א גוטע פארשטייער ב"ה רוב מאל איז ער נישט גערעכט ליידער יעצט יא
ווייל עס איז נישט געווען מעגליך פאראויס צושאצן עפעס וואס האט נאך יעצט נישט קיין נארמאלע הסבר פארוואס איין פלאטץ איז עס אזוי געפערליך און א צווייטע כמעט גארנישט נישטא קיין איין צד השוה לעת עתה, אזאך וואס מען פארשטייט נאך יעצט נישט וואס מאכט עס ערגער אדער בעסער וואס איז שייך פאראויס שאצן סך הכל קען מען זיין א שווארטץ זעהר
פון ווי פונקלעך קען מען וויסן אז פלארידע וועט כמעט נישט באטרפען ווערן אין ניו יארק די מערסטע
דער וואס האט פאראויסגעשאצט אז ניו יארק וועט געשען וואס איז געשען האט אויך פאראויס געשאצט די זעלבע צו ערגער פאר פלארידע אין נאך אנדערע שטעט און לענדער וואס האבן עס געהאט שוואך
למעשה האט קיינער נישט ריכטיג פארגעשאצט
איינער ראנג און ניו יארק איינער ראנג און פלארידע וכו׳

לאו דוקא, ס'איז געווען א פוינט, אין די וואך פון פורים, וואס אסאך יודעי דבר האבן געשריגן אז דא אין ניו יארק, ספעציפיש ניו יארק סיטי, איז דאס ארגסטע און אז מען זעט קלאר אז עס אנטוויקלט זיך דא אין געגנט עפעס גאר א שרעקעדיגע מאנסטער, ערגער און שנעלער ווי אין גאנץ אמעריקע, אבער, לדאבון לב, איז מען רואיג געשלאפן.

צום ביישפיל, די תגובה האט שלמה געשריבן מארש 18, ווען רובא דרובא ציבור האט נאך געלאכט א גוטס פון די גאנצע פאניק.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
רבותי, יעדער שטאפל פון פירערשאפט אין אונזער לאנד האט אונז פארראטן אויף א געפערליכן פארנעם. פון די געזונהייט אגענטורן, צום פרעזידענט, צום גאווערנאר צום מעיאר,

אידן, אונז געפונען זיך אין וואוהאן אין פולסטן זין פונעם זאץ.
רבותי, ניו יארק סיטי איז גלייך צו צפון איטאליע לויט יעדן דעפיניציע.
ברוקלין איז איראן און די פירערשאפט איז ווי די איראנער פירערשאפט ביז דריי וואכן צוריק.

וואוהאן האט איינגעשפארט יעדן איינעם ביי זיך אין שטוב פאר וואכן אין א צו. וואס טוען אונזערע פירער?
די אפעקטירטע ראיאנען אין צפון איטאליע זענען אונטער א גענצליכער לאקדאון זינט פעברואר 21. וואס טוט דער גאווערנאר?
זענען מיר טאקע נישט בעסער ווי איראן וואו די רעגירונג האט פאר א לאנגע צייט געלייקנט אז עס איז דא א פראבלעם און געלאזט די ווירוס ארומלויפן פראנק און פריי און זיך פארשפרייטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם?

קוק וואס יעדע מזרח אזיאנער לאנד האט געטון איינמאל עס איז קלאר געווארן אז עס דרייט זיך ארום א טויטליכן מגיפה, און פרעג זיך אליין צי די סיטי, די סטעיט אדער דער פרעזידענט און די געזונט אינסטאנצן האבן גענומען די לעבנסוויכטיגע שריט וואס וואוהאן, האנג קאנג, סינגאפור און סאוט קארעא האבן גענומען?

זיי האבן אונז פארזיכערט אז די געפאר צו די אלגעמיינע באפעלקערונג איז נידריג. דאס איז א באשיינפערליכן ליגנט וואס די נעכטיגע רעזולטאטן אין ברוקלין האט צעשמעטערט.

זיי האבן אונז כסדר געהאקט אין קאפ אז מאסקעס העלפט נישט. רבותי, זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין מאסקעס צו פארטיילן. די פעדעראלע רעגירונג האט געהאט דרייסיג מיליאן מאסקעס אין זאפאס, פאר א לאנד פון 330,000,000 בירגער. גענוג פאר צען פראצענט פונעם לאנד *פאר איין טאג.*
עס איז נישט קיין צווייפל אז מאסקעס נידערט דירעקט ווי שטארק די ווירוס פארשפרייט זיך מיט א גרויסע פראצענט, און ווען מען רעדט פון contiguous disease קען יעדע פראצענט אויסמאכן אסאך.
אומדירעקט איז דאס א כסדר'דיגע דערמאנונג פאר איינעם וואס טראגט דאס נישט צו בארירן די מויל, נאז און אויגן מיט אומגעוואשנע הענט ווען מען איז אויפן גאס. דאס העלפט אויך אויפמערקזאם מאכן אנדערע אז דאס איז נישט קיין קינדערשפיל און מען מוז דאס נעמען ערנסט.

דער מעיאר האט מער מורא געהאט פון קריטיק פון נערוועזע עלטערן ווי פון הונדערטער טויזנטער קראנקע און שווערע טויזנטער פאטאליטעטן אין זיין סיטי.

אנשטאט ארומרופן צו אלע רבנים און אדמורים אין די סטעיט און שרייען מיט באנומענע קולות האט דער גאווערנער פארברענגט די לעצטע צוויי וואכן אונז איינצושלעפן מיט א טויט-וויגליד.

איך גיי נישט דא באשייגעצן דעם פרעזידענט, ווייל עס וועט נאר האבן די פארקערטע ווירקונג, אבער ענדגילטיג איז עס די שולד פון די CDC און זיי האבן אונז פארראטן.

The president failed us. The CDC failed us. The governor failed us. The mayor failed us. און אונזערע היימישע האבן אונז פארלאזט.

קיינער, קיינער, אין פירערשאפט האט אונז נישט געווארנט ביז עס איז געווארן צו שפעט. די רבנים וועלן, מיט רעכט, צייגן אויפן מעיאר און גאווערנאר און זיי וועלן צייגן אויפן פרעזידענט און די פעדעראלע רעגירונג.
אונזער געמיינדע און פירערשאפט איז זייער סקעפטיש איבער אזעלכע זאכן, פון אייביג אן, און אין יעדע געמיינדע איז דא סקעפטישע. קיין פראגע אז עס איז אביסל אונזער שולד, אבער דער עיקר שולד ליגט אויף elected officials און די רעגירונג געזונט אינסטאנצן וואס האבן פארפעלט צו נעמען די געפאר ערנסט אין יאנואר.
די טאג וואס די שמועות און באריכטן פון איראן האבן אנגעהויבן צירקולירן, די רגע וואס די נייעס פון איטאליע איז ארויסגעקומען האט די רעגירונג, אויף יעדן שטאפל און יעדן פליגל, געמוזט אויפהערן אלעס וואס זיי האבן געהאלטן אינמיטן טון און זיך פארלייגן אויסשליסליך צו פארמיידן די מאסן פאטאליטעטן וואס גייט זיין אין אונזער לאנד.
און מאך נישט קיין טעות, עס גייט אנקומען. בקרוב. עס גייט נישט אפשוינען קיין איין געמיינדע, קיין איין געגנט, קיין איין קהילה.

מערץ דעם ערשטן האט געמוזט זיין א שאכטל מאסקעס אין יעדן פאסט קעסטל. א שאכטל פאר יעדן העכער דריי יאר.
יעדן פאבריק אין לאנד וואס האט א מעגליכקייט צו האבן א מעגליכקייט צו פראדוצירן ventilators און ECMO מאשינען האט געמוזט זיין אפן פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיבן טעג א וואך אן אויפהער אנגעהויבן פון פעברואר איינס.
יעדן בירגער אין לאנד, פון די פינף ביז די פינף און ניינציג, האט געזאלט ווערן פולקאם אינפארמירט, מיט פונקטליכע אנווייזונגען איבער די געפאר שוין וואכן צוריק.

דו האסט נישט געוויסט, 99% אמעריקאנער האבן נישט געוויסט. עס איז נישט אונזער פליכט צו "וויסן." עס איז די פליכט פון די רעגירונג צו וויסן און אונז אינפארמירן. די רעלעוואנטע עקספערטן און דאקטוירים האבן געוויסט. זיי האבן געווארנט און געשריגן. זיי האבן געשריגן אזוי הויעך אז איך און אנדערע אומוויסנדע אידעלעך פונקט ווי מיר האבן שוין געוויסט דריי וואכן צוריק אז עס גייט אנקומען קיין אמעריקע, קיין ניו יארק און צו ברוקלין. איך האב נישט געוויסט ווי שנעל עס וועט אנקומען אהער צו אונזער טיר און ווי שנעל און טיף עס וועט אינפעקטירטן אונזער געמיינדעס. אבער עס איז נישט מייט דזשאב דאס אויסצורעכענען. דאס דארף דער מעיאר, דער גאווערנאר און דער פרעזידענט און די געזונהייט אגענטורן אויף וועלכע זיי פארפיגן, אויסרעכענען און נעמען די נויטיגע שריט איינצוצוימען.

יעצט איז שוין צו שפעט צו פארמיידן די אטאקע. דאס קען מען שוין נישט אפשטעלן. יעצט קען מען נאר ארבעטן מיט אומדערמידליכע כוחות צו פארשטייטערן די פארשפרייטונג און פארמינערן די צאל קרבנות וואס דאס גייט קאסטן.
און די איינציגסטע וועג וויאזוי צו מינימיזירן די צאר קרבנות איז נאר דורך טון וואס די רעגירונג אין כינע, די רעגירונג אין וואוהאן האבן געטון. וואס די איטאליענער האבן געטון פעברואר 21.
רבותי, עס איז נישט דא קיין שום אנדערע וועג. עס איז נישט דא קיין מעדיצין דערפאר און א וואקסין איז איז לאנגע חדשים אוועק אין בעסטן פאל.

גייט נישט ארויס אין ערגעץ אויב עס איז נישט אן immediate necessity. קומט נישט אין בארירונג מיט סיי וועם אויב עס איז נישט לעבנסוויכטיג.
דאווענט אינדערהיים אדער אויף די טאראסעס און באלקאנען אפגעריקט עטליכע מעטער איינער פון צווייטן. גייט נישט אין מקווה. גייט נישט אריין אין ארבעט. גייט נישט איינקויפן נאר וואס איר דארפט אויף צום עסן און צום לעבן. בעסער, באשטעלט אויפן טעלעפאן אדער אנליין.
פארלאנגט פון אייער סופערמארקעט אז זיי זאלן שליסן פאר פרעמדע און נאר לאזן איינגעשטעלטע מיט אנווייזונגען איבער היגענע און א פרישע פאר הענטשקעס ערפילן אייער ארדער.

רבותי, דאס איז נישט קיין טעסט, דאס איז נישט קיין דריל. אונז זענען גראונד זיראו פאר די טויטליכסטע מגיפה אין הונדערט יאר.
עס איז נעכטן געווען נאנט צו טויזנט באשטעטיגטע פעלער אין די סיטי. און די אידישע ברוקלין אפעקטירט אומפראפארציאנעל. עס קען זיין טויזנטער אדער צענדליגער טויזנטער מענטשן מיט א מעגליכקייט צו פארשפרייטן די ווירוס אין די סאמע מינוט אין ברוקלין.
דאס איז נישט די פלו וואס מען ווערט קראנק ביז עטליכע שעה נאכן כאפן די ווירוס. דאס איז נישט די פלו וואס וועט אייך אריינלייגן אין בעט פאר פינף טעג. איר קענט דאס האבן פאר א וואך אן די מינדסטע סימפטאמען און זיך ארומדרייען פריש און מינטער און אנשטעקן צענדליגע אנדערע. דאס איז נישט די פלו וואס א ריזיגע חלק בירגער זענען וואקסינירט. קיינער איז נישט אימיונירט צו קאוויד-19. קיינער.
און די וויכטיגסטע, דאס איז נישט די פלו וואס הרג'עט איינס פון טויזנט אין א שווערע יאר. דאס איז ווייניגסטנס צען מאל אזוי טויטליך. ווייניגסטנס.
דאס האט אויסגעקוילעט איינס פון דריי אין די וואשינגטאן סטעיט נורסינג האום וואו עס האט זיך די שווערסטע פארשפרייט עטליכע וואכן צוריק. און עס שטארבן נאכאלץ דארט.
זייט גליקליך אז מיר קענען דאס נוצן אלס א ווארענונג פאר אונז. אז מיר זאלן וויסן זיך צו באווארענען מיטן גאנצן חומר הדין.

אויב דו ווילסט ראטעווען לעבנס פון אידן אין דיין שטאט, דיין קהילה, און דיין פאמיליע. אויב ווילסטו זיך איינקויפן אין איין טאג מער זכותים ווי טובי' מאיר האט זיך איינגעקויפט אין די לעצטע צען יאר, מאך זיכער אז יעדער וועם דו קענסט, יעדער אויף וועם דו קענסט האבן איין איינפלוס, ווייסט ווי גרינג די ווירוס פארשפרייט זיך און ווי טויטליך עס איז.
לאז אפ די אלטע אידן, לאז אפ די קראנקע אידן, לאז אפ די אידן מיט מעדיצינישע נויטן. יעדער איינער פון אונז האט א פליכט צו ראטעווען אנדערע.

און אויב דו ביסט א יונגערמאן געזונט ווי אן אקס אן קיין שום מעדיצינישע היסטאריע, קען טאקע זיין אז די געפאר צו דיין לעבן איז בלויז איינס פון טויזנט, אבער, די ראטע פון ערנסטע קרענק איז אסאך אסאך -צענדליגע אדער הונדערטער מאל- העכער. לאמיר זאגן אז נאר צען אדער פופצן פראצענט פון די העכער זעכציגערס גייען ווערן אנגעשטעקט אין די קומענדיגע חודש-צוויי. דאס מיינט שווערע טויזנטער עלטערע אידן און אסאך אסאך מער נישט אידן אין די סיטי וואס גייען מוזן צוקומען צו לעבנסוויכטיגע מאשינען זיי צו דערהאלטן ביים לעבן. ווילט איר זיין דער וואס גייט האלטן דעם בעט פארנומען (נישט דעם בעט, בעטן איז די גרינגסטע זאך צוצולייגן פרישע) און לאזן דעם איד אויסגיין פון ווייטאג און זיך דערשטיקן אין זיין אייגענע פליסיקייט וואס דערטרונקט זיינע לונגען? ווילסטו זיין דער וואס האט אנגעשטעקט פינף אנדערע געזונט-ווי-אייזלען יונגעלייט וואס וועלן אוועקכאפן דעם בעטל פון דעם זיידע פון הונדערטער היימישע אייניקלעך?

מארטש 18 זענען שוין די שולן געווען פארמאכט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

און אין מארטש 18 ווייסטע וואס דער מיינונג איז געווען ביי די מערהייט פון אונז. דאס איז שוין פון אייוועלט אידן מיט אינטערנעט וואס ווייסן שוין עטוואס מער וואס טוט זיך.

די פאללס קענסטע טרעפן אביסל ארויפציר
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

פרידן האט געשריבן:מארטש 18 זענען שוין די שולן געווען פארמאכט

יע, און אכציג פראצענט פונעם ציבור האט געהאלטן אז ס'איז אן עולה, מ'טרייבט איבער, די רבנים זענען געפאלן פאר אבי בערקאוויטש, וכו'.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מקץ האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מארטש 18 זענען שוין די שולן געווען פארמאכט

יע, און אכציג פראצענט פונעם ציבור האט געהאלטן אז ס'איז אן עולה, מ'טרייבט איבער, די רבנים זענען געפאלן פאר אבי בערקאוויטש, וכו'.

קיין אנונג וואס עטץ ווילטס האבן פון אידישע קינדער, ווער געדענקט נאך אז ביז פסח איז בכלל נישט געווען קיין פארארדענונג פון די רעגירונג צו פארמאכן שולן?

ווען די רעגירונג טוהט גארנישט און מאכט זיך נישט וויסנדיג דערפון בכלל, דארף דער עולם פארשטיין אז די מצב איז ערגער ווי דעם?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: האט איר ריכטיג פאראויסגאשאצט דעם וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארווייטאגט האט געשריבן:ליידער זענען די פאניק אטאקעס ערגער פון וואס מענטשען מיינען, און דאס האט מען נאכנישט געזעהן.

זה מה שאמרתי, און עס איז א מציאות.

וואס איז געווען איז שוין געווען. און דער אייבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל מער נישט זיין. אבער צום ביישפיהל אויף קול מבשר האט ער ארויפגעברענגט טערעפיסטן. נפשי האט גערעדט דערפון. ר' בערל טויבער שליט"א האט אזוי שיין גערעדט דערפון. און אין אנדערע ערטער האט מען גערעדט דערפון. אלע ריקארדינגס און געדרוקטע ווערטער פון חיזוק איז נאך דא. און אויב מ'האט געוואלט, איז געווען גענוג האטליינס און אויסגאבעס פון וואו צו נעמען גענויע הדרכה וויאזוי זיך צו פירן.

ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש קען זיך צוגרייטן מיט מוסר, און מיט הדרכה, וויאזוי אויפצונעמען א מצב. דא - קען מען זאגן אז - די 'פאניק' איז נעבעך געווען א חלק פון די גזירה. קיינער האט נישט געוואלט מאכן פאניק. מ'איז געווארן פארכאפט אין א ציטער. איך טראכט נאך אלץ צו דו רעדסט פון 'פאניק', אדער דו רעדסט פון די שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן געהאט זיך צו ספראווענען מיט די מצב.

לאמיר דיר זאגן עפעס. ווען דו שרייסט אויף א קינד זאל נישט גיין אויפן ראוד ווייל ס'קען קומען א קאר, און ער פאלגט נישט השם ישמרינו, דארפסטו שרייען און מאכן געוואלדעס, ווייל נאר אזוי עט הער הערן. קומט אויס פון דעם, אז דאס אליין אז מ'איז נישט געווען גרייט צו פאלגן איז געווען וואס האט צוגעצויגן צו זיך 'פאניק'. קיינער האט נישט געוואלט מאכן פאניק. מ'האט געוואלט מ'זאל הערן די ווארענונגען.

אויב יעדער וואלט געפאלגט, וואלט מען נאר געדארפט זאגן "זייט נישט אין פאניק". אבער אזוי ווי ס'האט געהערשט א לייכטזיניגקייט האבן די וואס האבן געוואלט אויפמערקזאם מאכן, געמוזט אביסל אויפהייבן די שטומע.

ס'איז נישט קיין קונץ צו זיין א חכם למפרע, און זאגן "זעהסט, כאדיר געזאגט, מ'האט נישט געדארפט מאכן אזא פאניק, מ'האט נאר געדארפט זיך היטן וויפיל מ'קען, און שוין. עס וואלט נאר נפטר געווארן דאס וואס זענען נעבעך נפטר געווארן, און שוין". דאס האט נישט קיין שום געוויכט אין שכל. ווייל יעצט - אויף למפרע - קענסטו זאגן וואס דו ווילסט זאגן.

יעצט ווען ס'איז שוין דורך, און דו קוקסט צוריק מיט א רואיגן בליק, טראכסטו ביי דיר, אז מ'וואלט געדארפט אזוי, און מ'וואלט געדארפט אזוי. דאס איז נישט מעגליך צו זאגן. ווייל ס'איז געווען א 'פאניק'. ס'איז געווען א 'גזירה'. וואס מענטשן האבן געדארפט אפקומען. דו קענסט נישט זאגן "מ'האט נישט געדארפט מאכן א פאניק". ווייל פון איין זייט האט מען געמוזט שרייען, ווייל ס'איז געווען זייער שווער צוריקצוהאלטן מענטשן פון זיך אויפפירן לייכטזיניג.

ס'איז אמת אז די פאניק אטאקעס זענען ליידער וואס מען האט נאכנישט געזעהן. און ס'איז א מציאות. אבער ס'איז דא דא אסאך מציאות'ער וואס האט אונז נעבעך באטראפן. וויפיל מ'האט פרובירט זיך צו האלטן רואיג, האט די גזירה געבוזשעוועט. יעצט, צו זיין א חכם למפרע, האט נישט קיין געוויכט.

איינעם האט באטראפן 'פאניק' וואס איז ממש סם המוות. און איינעם האט באטראפן דעם טויט אליין נעבעך. הערסט? ס'דא וועם ס'האט באטראפן דעם טויט לא עלינו. הערסט? ס'איז נעבעך געווען א גזירה.

קענסט נישט זאגן "העכסטנס וועט דער און דער חלילה..., און דער עיקר אז מ'זאל נישט זיין אין פאניק". דאס איז נישט מעגליך. ווייל צו דעם דארף מען וויסן עתידות. און אפילו צדיקים ווייסן נישט עתידות.

דאס איז אלעס איין 'גזירה' נעבעך. מענטשן האבן געטון וואס זיי האבן געקענט אז די בני בית זאלן נישט אריינפאלן אין פאניק. אבער ס'איז געווען א פאניק.

דו מיט דיינע ווערטער קוקט אויס, אז כאילו מ'וואלט געדארפט טון צו ראטעווען די לעבנס געבליבענע פון פאניק. און מ'וואלט טאקע. אבער מ'האט געקענט? וויפיל האט מען געקענט? וויאזוי האט מען געקענט? ווער גייען זיין די לעבנס געבליבענע?

עס איז געווען נעבעך א פאניק. אבער אוודאי דארף מען טון צו ראטעווען פון פאניק אויך. פון ביידע דארף מען זיך ראטעווען בעזרת השי"ת

והשם הטוב יעזור
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”