קאראנא מילך גמ״ח

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 06, 2020 4:13 pm

זיצן ביי מיר אין פרידשעדער עטליכע צענדליגע פלעשלעך מילך און נאך עטליכע אין פריזער. דאס איז עפעס אזא מין קאראנא סייד עפעקט. יעדן צווייטן טאג קומען קניינעהארע אן א פרישע פאר פלעשלעך מילך. עס וואקסט און וואקסט די אינווענטארי. פאר א נויט קען מען איינקויפען מיט וויק נאך כמעט א צוויי צענדליג באטלעך א חודש.
אינטערסאנט אז איך האב נאכנישט געזעהן דא איינער זאל רעדן פון א רפואה אויף קאראנא צו טרינקען מילך, ווען יא, וואלט מיר אוודאי גארנישט געבליבן.

עניוועי, זיך זעהנדיג אובד עצות האמיר געזעהן דא אויף איינע פון די אנדערע אשכולות איינעם אויפקומען מיט א געניאלן בייפאל צו עפענען א מילך גמ״ח. מיר בעטען ווער עס וויל זיך אריינלייגן אין די נושא אז דאס וואלט געווען א געוואלדיגע הצלה פאר הונדערטער באטלעך מילך. די וויירוס וואס דרייט זיך ארום צווישן די מילך איז זייער אנשטעקיג, נאך אסאך שטערקער פון קאוויד. עס האט אויך א 100% פאטאלאטי ראטע אויב א באטעל ווערט מיט דעם אנגעשטעקט. ליידער קומען אום יעדן טאג צענדליגע אזעלעכע פלעשלעך.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך מאי 06, 2020 4:17 pm

:lol: :lol:
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 06, 2020 4:18 pm

אויב דו האסט שכנים, קענסטו ארומשיקן מיט די קינדער פרעגן אויב זיי ברויכן אפשר א פלעשל צוויי

ביי אונז 'שעיר'ן די שכנים פארשידענע פראדוקטן כסדר אין די יעצטיגע עפאכע. צב"ש מיין מוסד שיקט צופיל קליינע מייערן און יענעמס מוסד שיקט צופיל קארן, מאכט מען א חליפין מיט'ן שכן און יעדער האט פונקט גענוג מייערן און פונקט גענוג קארן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

צדיקים
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך צדיקים » מיטוואך מאי 06, 2020 4:19 pm

איך האב געמאלדן פאר גאלדן פלאו, אז זיי מוזן שוין נישט אריין לייגן קיין וואסער אין די מילעך
ווייל איך האב גענוג מילעך אינדערהיים, זיי קענען קומען דאס אפנעמען, און דאס אריין לייגן אין זייערע מילעך...

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » מיטוואך מאי 06, 2020 4:19 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:זיצן ביי מיר אין פרידשעדער עטליכע צענדליגע פלעשלעך מילך און נאך עטליכע אין פריזער. דאס איז עפעס אזא מין קאראנא סייד עפעקט. יעדן צווייטן טאג קומען קניינעהארע אן א פרישע פאר פלעשלעך מילך. עס וואקסט און וואקסט די אינווענטארי. פאר א נויט קען מען איינקויפען מיט וויק נאך כמעט א צוויי צענדליג באטלעך א חודש.
אינטערסאנט אז איך האב נאכנישט געזעהן דא איינער זאל רעדן פון א רפואה אויף קאראנא צו טרינקען מילך, ווען יא, וואלט מיר אוודאי גארנישט געבליבן.

עניוועי, זיך זעהנדיג אובד עצות האמיר געזעהן דא אויף איינע פון די אנדערע אשכולות איינעם אויפקומען מיט א געניאלן בייפאל צו עפענען א מילך גמ״ח. מיר בעטען ווער עס וויל זיך אריינלייגן אין די נושא אז דאס וואלט געווען א געוואלדיגע הצלה פאר הונדערטער באטלעך מילך. די וויירוס וואס דרייט זיך ארום צווישן די מילך איז זייער אנשטעקיג, נאך אסאך שטערקער פון קאוויד. עס האט אויך א 100% פאטאלאטי ראטע אויב א באטעל ווערט מיט דעם אנגעשטעקט. ליידער קומען אום יעדן טאג צענדליגע אזעלעכע פלעשלעך.


:lol:
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 06, 2020 4:23 pm

לכאורה האט געשריבן:אויב דו האסט שכנים, קענסטו ארומשיקן מיט די קינדער פרעגן אויב זיי ברויכן אפשר א פלעשל צוויי

ביי אונז 'שעיר'ן די שכנים פארשידענע פראדוקטן כסדר אין די יעצטיגע עפאכע. צב"ש מיין מוסד שיקט צופיל קליינע מייערן און יענעמס מוסד שיקט צופיל קארן, מאכט מען א חליפין מיט'ן שכן און יעדער האט פונקט גענוג מייערן און פונקט גענוג קארן

יא יא, די שכנים קלאפן שוין פרעגן צו מען ברויך מילך...
איין נויטבאדערפיגע שכנ׳טע האט זיך טאקע אפגערעדט אז יעדען צופרי לייגט יעדער וואס גייט דורך די טיר אראפ א בלויע מילך.. זי טענה׳ט אז ביי איר ניצט מען רויטע..
לעצט פאראכטן דורך אחד הרבנים אום מיטוואך מאי 06, 2020 4:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 06, 2020 4:27 pm

לכאורה האט געשריבן:אויב דו האסט שכנים, קענסטו ארומשיקן מיט די קינדער פרעגן אויב זיי ברויכן אפשר א פלעשל צוויי

ביי אונז 'שעיר'ן די שכנים פארשידענע פראדוקטן כסדר אין די יעצטיגע עפאכע. צב"ש מיין מוסד שיקט צופיל קליינע מייערן און יענעמס מוסד שיקט צופיל קארן, מאכט מען א חליפין מיט'ן שכן און יעדער האט פונקט גענוג מייערן און פונקט גענוג קארן

די אמאליגע קארענסי

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך מאי 06, 2020 11:58 pm

I have extra milk to give away
Regular and low-fat
In Monroe
Anyone can message me
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג מאי 07, 2020 12:02 am

קענסט מאכן ארטס אנד קרעפטס מיט די קינדער
A589F34D-EE35-46EB-B8EA-D81DB8B102CC.jpeg
A589F34D-EE35-46EB-B8EA-D81DB8B102CC.jpeg (195.39 KiB) געזעהן 2320 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 12:03 am

די איבריגע מילך פון דעם שמואל'ן פעטער פלעגט מען כאטש קענען טראגן אין שוהל ביי די קאווע, אבער היינט איז דאך דאס אויך נישט דא... בלייבט עס טאקע ליגן אין פריזער.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 12:03 am

Borough Park האט געשריבן:קענסט מאכן ארטס אנד קרעפטס מיט די קינדער
A589F34D-EE35-46EB-B8EA-D81DB8B102CC.jpeg


שיין שיין, זייער קריעטיוו...
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג מאי 07, 2020 12:31 am

לייג אריין די מילך אין פריזער, ס'האלט זיך פאר א פאר חדשים,
ס'קען דיר נאך צוניץ קומען,
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג מאי 07, 2020 8:40 am

יש בו האט געשריבן:לייג אריין די מילך אין פריזער, ס'האלט זיך פאר א פאר חדשים,
ס'קען דיר נאך צוניץ קומען,

יא יא, אבער א צוויי דריי נייע פריזערס קאסט אן אפותיקי
אוי שמחי! ביטע בלייב דא!

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך הערשקא » דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:01 am

די עולם ווערט געבעטען אריינציקומען מיט גיטע רעצעפטען ווי עס דארף געניצט ווערן אסאך מילך.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג מאי 07, 2020 12:10 pm

האב איך געמיינט אז דאס איז נאר א היימישע פראבלעם, דערווייל זעה איך אז דער גאווערנער טוויט אויך דערוועגן..
https://twitter.com/NYGovCuomo
Andrew Cuomo (@NYGovCuomo) · Twitter
At a time when people are hungry, it makes no sense for food or milk to go to waste. We launched a program to buy excess agricultural products and donate them to food banks. We will bring products from 2,100 Upstate farms to 50 food banks, providing 20,000 households with food.
Twitter · 5 mins a

ווייזט אויס דאס איז עפעס אזא קאראנא עפעקט ביי די קיען אין פארם... ווער ווייסט..

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך green sunday » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:05 pm

הערשקא האט געשריבן:די עולם ווערט געבעטען אריינציקומען מיט גיטע רעצעפטען ווי עס דארף געניצט ווערן אסאך מילך.

צייט שטיפער האט געשריבן:רעסעפי פאר אייז קאלטע קאווע, פאר די וואס זוכן וואס צו טוהן מיט זייער איבעריגע מילך:
(רעסעפי איז פאר די נארמאלע סייז באטעל, גיסט אראפ דערפון פאר דעם ארום א קאפ אנדערהאלבן עס זאל האבן פלאץ פאר די קאווע צוקער)

    לייגט אריין אין א קאפ (בעסער א האט-קאפ) 7 לעפלעך קאווע, גיסט אריין ווייניג הייס וואסער מישט דאס אביסל, לאזט דאס שטיין.
    נעמט א צווייטע קאפ (אויך בעסער א האט-קאפ) לייגט אריין 10 לעפלעך צוקער, 5 לעפלעך ווענילע צוקער, לייגט אריין אביסל הייס וואסער, מישט דאס ביז עס ווערט צולאזט.
    נעמט פון אייער קאבינעט די קליינע טשאקלעט ליקער וואס איר האלט שוין אפאר יאר פון משלוח מנות נישט וויסענדיג וואס איר וועט אמאל טוהן דערמיט (קאקא ליקער אויך גוט), גיסט אריין א האלבן באטל דערפון אין דעם צוקער וואסער, מישט דאס נאכאמאל אויס.
    מישט נאכאמאל אויס די קאווע.
    מאכט זיכער די מילך באטל האט גענוג פלאץ פאר ביידע באשטאנט-טיילן, דערנאך גיסט אריין די קאווע און די צוקער אינעם באטל.
    מישט דאס גוט אויס, לייגט דאס אריין אין פריזער פאר א האלבע שעה, און קומט צוריק אהער מיטן נאך-טעם!

ויאכלו (וישתו) ענוים וישבעו.


עס וועט זיין גיט האט געשריבן:יאפ מיר האבען גענימען פין דא א רעספי
עס גייט אויס א 3 באטלעך א טאג
ב"ה עס איז דא א שפע דער אייבערשטער זאל העלפען ווייטער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:41 pm

וויסט אייער צו די קאראנא קיען געבן ארויס מער בלויע מילך אדער מער רויטע? עס איז נוגע פארן תועלת פונעם גמ״ח.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:50 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:וויסט אייער צו די קאראנא קיען געבן ארויס מער בלויע מילך אדער מער רויטע? עס איז נוגע פארן תועלת פונעם גמ״ח.

ווענד זיך וואס די מוסדות טיילן. דערווייל קוקט אויס רויטע :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:17 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:וויסט אייער צו די קאראנא קיען געבן ארויס מער בלויע מילך אדער מער רויטע? עס איז נוגע פארן תועלת פונעם גמ״ח.

ווי א טאג איין טאג רויטע די אנדערע טאג בלויע די נעקסטע נאר איו פאפירענע באטלעך די אנדערע טאג נאר קליינע באטלעך וכו' וכו'
לעצט פאראכטן דורך ציגעלע אום דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך אייער_קיכל » דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:21 pm

ציגעלע האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וויסט אייער צו די קאראנא קיען געבן ארויס מער בלויע מילך אדער מער רויטע? עס איז נוגע פארן תועלת פונעם גמ״ח.

ווי א טאג איין טאג רויטע די אנדערא טאג בלויע די נעקסטע נאר איו פאפירענע באטלעך די אנדערע טאג נאר קליינע באטלעך וכו' וכו'


און וואס איז מיט ציגעלע מילך?...

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:22 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:וויסט אייער צו די קאראנא קיען געבן ארויס מער בלויע מילך אדער מער רויטע? עס איז נוגע פארן תועלת פונעם גמ״ח.

ווי א טאג איין טאג רויטע די אנדערא טאג בלויע די נעקסטע נאר איו פאפירענע באטלעך די אנדערע טאג נאר קליינע באטלעך וכו' וכו'


און וואס איז מיט ציגעלע מילך?...

ווארט נאר ווארט איין טאג וועט עס נאך אנקומען
אבער מיט איין תנאי אז דו שיקסט אביסל אייער קוכעל

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך וויל נישט » פרייטאג מאי 15, 2020 10:12 am

וויל נישט האט געשריבן:א גיטע עצה וואס מקען טיען מיט די מילך וואס האט זיך אנגעזאמעלט יעצט. אויך גיט פאר די באלאע מילך

http://read.thecommunityconnections.com ... 2531/#p=50

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג מאי 15, 2020 10:19 am

מיט טונע און אייער האט שוין דער עולם אויסגעפיגערט וואס צו טאן?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג מאי 15, 2020 10:27 am

סמארט גאי האט געשריבן:מיט טונע און אייער האט שוין דער עולם אויסגעפיגערט וואס צו טאן?

יע זעכער מקען דאס ארויפשמירן אויף ברויט עס דארף צו זיין זייער פיין.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: קאראנא מילך גמ״ח

תגובהדורך ב שולם » פרייטאג מאי 15, 2020 10:33 am

די מילך פּרשה איז פארװאנדלט געװארן אין א ביזנעס... 4 בלויע פאר 1 רויטע :grin:

בילד
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט