שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

lebediger berel האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ריכטער האט גע׳פסק׳ט אז דער רוצח איז נישט גייסטיש אויסגעשטעלט אויסצושטיין א פראצעס.

אמין צודרייטע שטאט, צודרייטע געזעצן, צודרייטע מענטשן מיט צודרייטע איינוואוינער.

דער פעדעראל דזשאדזש אדער די סטעיט דזשאדזש?

ווי איך פארשטיי איז דאס נאר לגבי די פעדעראלע קלאגעס, און די פסק האט געגעבן א פעדעראל דזאדזש.

ער שטייט נאך אלץ אויס באזונדערע קלאגעס אויפן סטעיט לעוועל, וואס דארט האט מען נישט גע'פסק'נט (דערווייל, האפענטליך) אז ער איז נישט ראוי לעמוד לפני השופט.
---
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בד"ה
הרב החסיד ר' יוסף ניימאן הי''ד

[align=center]סוסמאן פארלאנגט מפנה צו זיין און פּאלמעסטן ר' יוסף ניימאן הי"ד![/align]

מייקל סוסמאן, דער קאנטראווערסיאלער אדוואקאט וועלכער פארטרעט דעם אנטיסעמיטישן מערדער גרעפטאן טאמאס, וועלכער האט דורכגעפירט די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי מוצ"ש חנוכה, וואו עס זענען פארוואונדעט געווארן 5 אידן, און איינער פון זיי, ר' יוסף ניימאן ע"ה הי"ד איז געשטארבן פאר יו"ט פון די וואונדן, האט אריינגעגעבן א געזוך אין געריכט, אז מ'זאל ח"ו מפנה זיין דעם נפטר ר' יוסף ע"ה, כדי מ'זאל קענען דורכפירן א פּאלמעסונג רח"ל!

סוסמאן האט אריינגעגעבן דעם געזוך אין סטעיט געריכט, און ער האט דאס דערמאנט אין א בריוו וואס ער האט פאריגע וואך צוגעשיקט צו די פעדעראלע ריכטער קעטי סייבעל, וואס טאמאס איז אויך אונטער א גאר ערנסטע פעדעראלע אנקלאגע, אז ער האט פארלעצט די פעדעראלע האס געזעצן, וואס אויב מ'וועט דאס איצט העכערן צו א מארד קלאגע, ווייל ר' יוסף איז דאך געשטארבן פון זיינע וואונדן, קען טאמאס באקומען א מאקסימום טויט שטראף.

עס איז שוין חדשים וואס סוסמאן פירט א פּראפּאגאנדע קאמפּיין צו זוכן רחמנות אויף טאמאס, אז ער איז נישט געווען קיין אנטיסעמיט, נאר ער איז א גייסטיש קראנקער מענטש וואס אזוי ווי ער האט נישט גענומען זיינע מעדיצינען, איז ער נישט פאראנטווארטליך געווען פאר די אטאקע וואס ער האט דורכגעפירט אויף די אידן. די פעדעראלע פּראקורארן האבן אים אבער יא באשולדיגט אויך אויף אנטיסעמיטיזם, ווייל מ'האט געפונען ביי אים מערערע באווייזן אז ער איז יא געווען א וויסטער שווארצער אנטיסעמיט, מיט פארבינדונגען מיט א שווארצע אנטיסעמיטישע סעקטע. סוסמאן טענה'ט אבער, אז טאמאס ליידט שוין איבער צען יאר פון זיינע גייסטישע קרענק.

אין יאנואר, האט דאס פעדעראלע געריכט דערווייל געאורטיילט אז ער איז נישט אין א גייסטישן צושטאנד צו קענען מיטהאלטן זיין פּראצעס, האט מען עס דערוויילט אפּגעלייגט אויף שפּעטער.

איצט פארלאנגט סוסמאן, אז אזוי ווי מ'האט נישט געפּאלמעסט דעם אידישן נפטר, רעכענענדיג זיך מיט די אידישע הלכה, וויל סוסמאן אז מ'זאל אים ארויסנעמען פון זיין קבר, און ער האט שוין אפילו אנגאזשירט א געוועזענעם הויפּט מעדיקעל עקזאמינער פון ראקלענד קאונטי, וועלכער האט איינגעשטימט דורכצופירן די פּאלמעסונג פאר $300 א שעה. סוסמאן טענה'ט אז מען דארף פעסטשטעלן אז ער איז נישט געשטארבן פון עפעס א מחלה...

עס איז נישט קלאר פון סוסמאנ'ס בריוו וואס ער האפט ארויסצובאקומען פון אזא פּאלמעסונג ח"ו, ווען ר' יוסף איז דאך געלעגן 3 חדשים אין א באוואוסטלאזן צושטאנד, זיינע וואונדן זענען זייער קלאר דאקומענטירט געווארן דורך די דאקטוירים וואס האבן אים באהאנדלט און פּרובירט צו ראטעווען זיין לעבן. מ'האט געזען אז טאמאס האט אריינגעהאקט מיט זיין "שווערד" אינעם מח פון ר' יוסף ע"ה, אין צוגאב צו אנדערע ערענסטע וואונדן וואס ער האט אים פאראורזאכט. ממילא, וואס האפט סוסמאן "פעסטצושטעלן" פון אזא פּאלמעסונג, סיידן וויי צו טאן פאר משפּחת ניימאן בפרט, און פאר אלע ערליכע אידן בכלל, מיט זיין וויסטע אטאקע אויף כבוד המת רח"ל? האפט ער דורכדעם צו דערגרייכן א לייכטערע "פלי-בארגעין" שטראף פאר דעם אנטיסעמיטישן רוצח, וועלכער איז אויך דער הויפט פארדעכטיגטער אויף א פריערדיגע אטאקע אין מאנסי?

אויך האט סוסמאן פארלאנגט אז מ'זאל צושטעלן פאר אים אלע מעדיצינישע רעקארדס איבער די אלע חדשים פון ווען ר' יוסף איז אפּגעפירט געווארן אין שפּיטאל, און דערנאך אין א רעהאביליטאציע היים ביז צו זיין פּטירה. ריכטער סייבעל האט באשטעטיגט זיין פארלאנג פאר 6,000$ צו דעקן די קאסטן פונעם פאטאלאג וואס וועט איבערקוקן אלע מעדיצנישע רעקארדס. (דאס וועט אויך גענוצט ווערן אפצושלאגן דעם פאלמעסונג פארלאנג, אויב דער סוסמאן פאטואלאג וועט מוזן מודה זיין אז אלעס איז גענונג קלאר דאקומענטירט אז טאמאס האט גע'הרג'עט דעם איד.)

עס איז נישט קלאר ווען דאס סטעיט געריכט וועט אפּהאלטן א פארהער אויף סוסמאנ'ס פארלאנג, ביז דערווייל שאפט עס פרישע שברי לב פאר די ניימאן משפחה בפרט און פאר זיינע ידידים און אלע אידן בכלל, ווי מ'האט געזען פון זייער שארפע פארדאמונגען אויף דעם זעלבסט-האסענדן "איד" סוסמאן.

(קרעדיט: די צייטונג-אימעיל).
אטעטשמענטס
98f6fecf-885b-4dae-a262-55189ac8eac0.jpg
98f6fecf-885b-4dae-a262-55189ac8eac0.jpg (72.49 KiB) געזען 3774 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מצבה ליוסל ניימאן.jpg
מצבה ליוסל ניימאן.jpg (123.21 KiB) געזען 3432 מאל

תנצב''ה. השם ינקום דמו
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

אינטערעסאנטע נוסח.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גאנץ א שיינע נוסח (נעבעך)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:גאנץ א שיינע נוסח (נעבעך)

א איד לעבט 72 יאר, און מען שרייבט אויף זיין מציבה קורות חייו און א מעשה פון 15 מינוט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

בעריש'ל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:גאנץ א שיינע נוסח (נעבעך)

א איד לעבט 72 יאר, און מען שרייבט אויף זיין מציבה קורות חייו און א מעשה פון 15 מינוט.

אויך אמת

איך רעד לגבי די אויסדרוקן און מליצות
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

בעריש'ל האט געשריבן:א איד לעבט 72 יאר, און מען שרייבט אויף זיין מציבה קורות חייו און א מעשה פון 15 מינוט.

געטראכט די זעלבע, האט נישט קיין פשט.

'לתוך בית רבינו' נעבעך נעבעך...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבי יוסל ע"ה איז אונז געווען א משפחה פריינד, נאך פון קאסאני. מיר האבן איהם געקענט אסאך יאהרן, אבלו בלבו וצהלתו בפניו. דאס איז נישט דער יאסל וועמען מען באוויינט אויף דעם שטיין. מען נוצט אויס דעם איד פאר פריוואטע אינטערעסען ואכמ"ל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סטיטשינער האט געשריבן:
מצבה ליוסל ניימאן.jpg

תנצב''ה. השם ינקום דמו

וואס איז די לשון רבים אויף יעדע שורה? קוקט אויס ווי א בריוו וואס די משפחה שרייבט אינטער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

השקדן האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:א איד לעבט 72 יאר, און מען שרייבט אויף זיין מציבה קורות חייו און א מעשה פון 15 מינוט.

געטראכט די זעלבע, האט נישט קיין פשט.

'לתוך בית רבינו' נעבעך נעבעך...

״כמה ממחנינו״ גאנצעטע נייעסן אויף א מציבה פון א איד וואס מען קען ארויסגעבן א ספר פון 50 יאר חסד און קירוב תורה מיט יראת שמים.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

להגדיל שמו האט געשריבן:אינטערעסאנטע נוסח.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

שואל ומשיב האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:אינטערעסאנטע נוסח.

זייער זיער נישט שרייבעריש, אבער בכל זאת הארציג
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איי געס א נייע דור מצבות שרייבער זענען אויפגעשטאנען
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

אהא ס'הייבט זיך אן.. די נוסח האט געשריבן זיין איידעם באדאנסקי.
וואס נאך ווילט איר וויסן?
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

פארשעי חסיד האט געשריבן:אהא ס'הייבט זיך אן.. די נוסח האט געשריבן זיין איידעם באדאנסקי.
וואס נאך ווילט איר וויסן?

קען נאך אלץ זיין בבחינת געפיל על העליונה
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דריידל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
מצבה ליוסל ניימאן.jpg

תנצב''ה. השם ינקום דמו

וואס איז די לשון רבים אויף יעדע שורה? קוקט אויס ווי א בריוו וואס די משפחה שרייבט אינטער

דאס זעהט מען פלענטי אויף מצבות, געשריבן מיטן נוסח אז די קינדער רעדן פון זייער שטאנדפונקט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לתוך בית רבינו... להגדיל שמו הגדול... זאג פאר זיין איידעם באדאנסקיא אז עס האט נישט קיין פשט.

איך האב אים געקענט פון וויזשניץ, נישט נאר דאס וואלט געדארפט שטיין אויף זיין מציבה.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בעריש'ל האט געשריבן:א איד לעבט 72 יאר, און מען שרייבט אויף זיין מציבה קורות חייו און א מעשה פון 15 מינוט.

אבי גערעדט

Screenshot_20200505-162408_Chrome.jpg
Screenshot_20200505-162408_Chrome.jpg (211.08 KiB) געזען 2304 מאל
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

כעל קיינעם נישט קוואטן, ווער עס וויל באמת וויסן וועט נישט פארפירן דא.
רעב יוסל הי"ד איז געווען ווי מ'רופט עס דער ערשטער חסיד פונעם פארשעי רבי'ן שליט"א, ער פלעגט קומען שבתים און יו"ט צו קריכן פון די אנדערע עק מאנסי צו רוב תפילות און צוריק, ועוד ועוד, ער איז געווען דער אפיציעלער קוויטל שרייבער יארן לאנג, געווען פון די דיינים כל נדרי נאכט, ווען מ'האט אים ארויסגעשטעלט פון זיין דירה איז ער געווארן א פערמאנענטער תושב ביים רבי'ן אינדערהיים, נישט אלע זיינע מכאובים קען מען שרייבן אויף א מצבה, אבער דער איידעם זעהט זיך אויס האט יא פארשטאנען אז די גרעסטע טייל פון זיין לעבן איז באשטאנען פון אטעמען דאס הויף, א שאד ער האט זיך נישט דורכגערעדט מיט אונז...(דא אויף אייוועלט)
לעצט פארראכטן דורך פארשעי חסיד אום פרייטאג מאי 08, 2020 3:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Chatzarforshay עט gmail.com
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

פארשעי חסיד האט געשריבן:כעל קיינעם נישט קוואטן, ווער עס וויל באמת וויסן וועט נישט פארפירן דא.
רעב יוסל הי"ד איז געווען ווי מ'רופט עס דער ערשטער חסיד פונעם פארשעי רבי'ן שליט"א,
ער פלעגט קומען שבתים און יו"ט צו קריכן פון די אנדערע עק מאנסי צו רוב תפילות און צוריק, ועוד ועוד,
ער איז געווען דער אפיציעלער קוויטל שרייבער יארן לאנג, געווען פון די דיינים כל נדרי נאכט, ווען מ'האט אים ארויסגעשטעלט פון זיין דירה איז ער געווארן א פערמאנענטער תושב ביים רבי'ן אינדערהיים,
א שאד ער האט זיך נישט דורכגערעדט מיט אונז...

א שאד מ'האט טאקע נישט ארויסגעברענגט די אלע זאכן אין די מצבה...
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

סתם קינדערישע טענות און אויך אומערצויגן.

אביסל מענטשליכקייט און סענסיטיוועטי מיט א פאמיליע וועלכע האט געלייגט א מציבה אויף זייער קרוב, נאכדערצו נאך אזא טראגישע מעשה. דער שרייבער איז נישט געקומען דא פרעגן איינעמס מיינונג, ער האט געלייגט א מצבה אויף זיין קרוב נאך א שרעקליכע טראגעדיע און א נייגעריגער מענטש האט דאס געפאוסט דא. זיך צו נעמען איבער די מקימי המצבה'ס ביינער, און זיך שטעלן אויף יעדן גרייז און ארויסגעבן די אייגענע גרעפצן איז טפשות וגם רשעות. (ארור מכה את רעהו בסתר גייט אן אין אייוועלט אויך).

לעצם ענין, גייט דורך אין היינטיגע בתי חיים, אנגעפירקלט מצבות מיט הונדערטער ווערטער, מען קען דערפון ארויסנעמען כדמסיק תעלא מבי כרבא. אלעס די זעלבע סארט חרוזים, ענדיגט זיך מיט "בורים, גבורים, דבורים וחורים" און יעדער האט די זעלבע סארט מעלות, בערך. איך מאך נישט אוועק חלילה קיינעם, אבער ווען עס וועט קומען אן אייניקל פופציג יאר שפעטער און פרובירן צו דערגיין "מיט וואס האט מיין זיידע ארויסגעשטארט פון אנדערע אידן?" וועט ער כמעט נישט טרעפן א חילוק צווישן די היינטיגע מצבות.

זיין מעשה פון 15 מינוט איז געווען א וועלט'ס געשעעניש פיל מער ווי זיין גאנצע 72 יאר לעבן. ווען איינער וועט קומען צו ר' יהוסף ניימאנ'ס מצבה הונדערט יאר ארום, וועט ער גלייך זען אז עפעס שוידערליך האט פאסירט וואס האט בשעתו אויפגעשאקלט די וועלט.

חוץ מזה האט עס זייער שיינע מעלות ארויסגעברענגט, קיינמאל נישט פארלוירן זיין שמייכל, געטיילט פיש פאר שבת, ווער רעדט נאך די אינטערעסאנטע חלק זייענדיג אין קאומא האט ער געקישט דברים שבקדושה וכו'

ער ליגט מסתמא אין א פארשעי חלקה און "רבינו" איז נאך עניטיים אזוי פאסיג ווי "דבוק לרביה"ק זי"ע" אויף יעדע צווייטע מצבה אין קרית יואל

עס איז אויך נישט קיין כתובה אדער א מגילה אז יעדע ווארט דארף שטימען עפ"י דקדוק. עס איז זייער גוט ארויסגעברענגט די געפילן פון די בני משפחה, ווי אויך דער מצב נורא וואס איז געווען ארום זיין רציחה ל"ע.
אלא מאי, עס ענדיגט זיך נישט די שורות גלייך? אביסל אייגנארטיגקייט, אביסל יוניקנעס איז מער ווערד ווי אלע היינטיגע מדומה'דיגע קלאסישקייטן.
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

יישר פאר ארויסהעלפן!
ער ליגט אין וויזשניץ
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

מען קען זען אויפ'ן בילד אז ער ליגט אין וויזשניץ. איז נישט דא אין וויזשניץ פארשידענע חלקה'ס?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ניין
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”