השתגענו???

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

השתגענו???

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מאי 01, 2020 3:55 pm

איך זיץ יעצט נאכן ליינען אגאנצן טאג וואס עס האט זיך היינט אפגעטון אין וויליאמסבורג און אין ב.פ. און איך פראביר מצמצם צו זיין מיין מח און מאכן א סך הכל וואס דא איז געשען. עס גייט פשוט נישט! איך שפיר וואו איך לעצב אין א צווייטע יונעווערס און איך כאפ נישט פונקטליך וואס איז דא געשען מיט אונז.

איך גיי ניטאמאל פראבירן צוריק צו גיין צו פיר פינעוו וואכן צוריק ווען זאכן זענען געווען אזוי אומקלאר. אבער יעצט נאך אפאר וואכן ווען מיר ווייסן שוין פונקטליך אז וואס אקוראט וואס מ׳האט אונז געווארענט אטא דאס אויף די האר האט זיך ליידער אויסגעשטעלט! לאמיר ניטאמאל קריכן אהין! אבער רבונו של עולם!! פארוואס פארוואס? וואו איז אונזער שכל?

אנפאנג ווען דער עולם האט זיך גענומען טעסטן אין גרויסן אין די נאמבערס ביים היימישן ציבור האט זיך געהויבן, די מידיע האט עס אויפגעכאפט און זיך גענומען שרייען אז די מחלה איז שרעקליך פארשפרייט ביי אונז האט יעדער געשריגן ״אנטיסעמיטן״ גייט נישט דורך קיין דריי וואכן און מיר נעמען זיך זינגען א צווייטע ניגון ״ביי אונז האבן עס שוין רוב געהאט! עס איז שוין נישט וויכטיג צו גיין מיט מאסקעס״ העלאו..... וואס טוסטו דא?? וועלכע ווערסיע נעמסטו דא?

יעדער האט מיטגעהאלטן וואו אנפאנג האט די פאליציי אונז גערודפט ביי יעדע לוי׳ און נישט צורי געלאזט. קומט א לוי׳ פון הרב ר חיים מערץ און זיי זעצן זיך נארמאל און זענען זיך גרייט צו צו שטעלן. וואס דארט איז געשען ווייסט יעדער און עס איז ווייטאגליך. אבער פארוואס אין די וועלט שיקט מען ארום פאר די מידיע אז די פאליציי האט געגעבן די אקעי?? פארוואס??
דו ווייסט אז ער האט געטון עפעס לפנים משורת הדין. עס האט זיך נישט אויסגעארבעט? וויש דיך אפ די נאז! פארוואס באשמירסטו אים??
איז דען א ווינדער וואס עס האט נאכגעפאלגט? האסט טאקע געהאלטן אז די מעיאר און זיין אפיס גייען דאס פארשווייגען? אנשטאט יעצט זיך אפווישן די נאז גייט מען און מ׳מאכט ווידער א לוי׳ אין ב.פ. העלאו??? איז עניבאדי האום??? האט קעראונע אויפגעגעסן די פליסיגקייט אין מח??? וואס טראכט מען?? יעצט איז די כאדאראם געווארן נאך גרעסער און?? ווער גייט דא פאר דינען אדער דערלייגן?? דרייען זיך ארום די פאליציי זיכער צו מאכן אז וואס?? אז מיר טראגן די ״איין דאלערדיגע״ שמאטע אויפן פיסק. דאס קענען מיר שוין אויך נישט?? דארף מען זעהן בילדער איבעראל ווי אידן ווערן אפגעשטעלט פארן עס נישט האבן?? למה למה למה??


דאס אז די גאס און די מידיע האט אונז פיינט איז נישט קיין סוד. אבער וואסערע מעסעדזש גיבן מיר פאר זיי? דאס אז מיר האלטן נישט קיין סאשעל דיסטענסינג האבן זיי שוין געזען. דאס אז מיר פיין אויף די געזעץ האבן זיי שוין אויך ב״ה געזען. דאס אז מיר שלאגן זיך מיט די פאליציי ווייסן זיי שוין אויך! יעצט דארפן זיי נאר הערן אז מיר האבן אויך א מיינונג איבער די שפיטעלער און דאן וועלן זיי ווערן אמת׳דיגע אוהבי ישראל..
איך בין טויט ערענסט. השתגענו??

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג מאי 01, 2020 4:04 pm

הערט א מעשה וואס איז מיר עטליכע מאל אויפגעשווימען אויפן געדאנק אין די יעצטיגע טעג.

אין שטעטל אלט-באניע האט אמאל עקזיסטירט א בליענדע קהילה. ר' משה דער ראש הקהל האט רעאגירט אויף די קהילה מיט א שטייפע האנט. זיין עשירות פלעגט העלפן אויסצאלן די דעפיציטן פון די קהילה יאר יערליך. פארשטייט זיך אז פון צווישן עולם זענען געווען גענוג וואס האבן נישט געגליכן זיין ווירטשאפט, מילד גערעדט. איין שיינעם טאג, האט זיך צאמגעזעצט א קהל'ס מיטינג ווי די אנדערע פארשטאנד מיטגלידער האבן געטענה'ט אז ר' משה דער ראש הקהל האט צופיל מאכט. זיי האבן דעריבער פראטאקאלירט דורך רוב שטימען צו אנולירן די מאכט פון משה ראש הקהל, און ער קען מער נישט טון קיין שום שריט אויף די אייגענע האנט אן די צושטימונג פון רוב טובים.

גייט דורך א שטיק צייט, און ר' ברוך דער מזכיר הקהילה מאכט דער יערליכן בודזשעט און ער דערזעט זיך מיט אן ערנסטן דעפיציט. מיט זיכערע טריט ווענדט ער זיך ארויף די ברייטע שטיגן פון משה ראש הקהל און ער קלאפט אריין. ביים עפענען, מצא בעל חוב לגבות את חובו, און ר' משה שרייט גלייך ארויס "איך ווייס פארוואס דו קומסט, קענסט פארגעסן פון באקומען א פרוטה". אנטוישט איז ר' ברוך אראפ די טרעפ בעת ער הערט אינעם הינטערגרינט ווי ר' משה שרייט: "זאג פארן רב..... און פאר די אנדערע בטלנים זאלן זיך אליין אויסקומען, וואס האבן זיי געמיינט?....."

פארקלעמט און פארוואגלט שפאצירט ר' ברוך אראפ די צענטראלע שטראז, און פלוצלינג פאלט זיינע אויגן אויף די קארנער פון די גאס, ווי עס וואוינט ר' שמעון, גאנץ א שיינער נגיד אין די קהילה, און א הויפט שונא פונעם ראש הקהל. עס בליצט אים אויף א געדאנק, ר' שמעון האט זיך דאך לאנגע יארן ארומגעקריגט מיט ר' משה. גאנצע דין תורות זענען אפגעראכטן געווארן, און פארשטייט זיך ר' משה איז ארויס דער זיגער, און ר' שמעון איז געבליבן אויסגעשפילט. אצינד לאמיר פראבירן ס'מזל ביי ר' שמעון. מיט די געדאנקען קלינגט ער אריין ס'גלעקל אויפן טיר. ווי נאר ר' שמעון זעט דעם מזכיר אינעם שליסל לאך, איז אים ארויפגעקומען זיין גאנצע צארן. ער טראכט צו זיך "ווי איז ער געווען ביז היינט? קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאראיאר ווען ר' משה האט מיך באזידלט אין שול. יעצט וועל איך זיך אפרעכענען, ער קען פארגעסן פון באקומען א פעני!"

און דאס איז געווען די ענדע פון די שיינע קהילה......
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 01, 2020 4:04 pm

שפתים ישק!

אויפריכטיגע קאממאן סענס (נישט, קאור) ווערטער!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מאי 01, 2020 4:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:הערט א מעשה וואס איז מיר עטליכע מאל אויפגעשווימען אויפן געדאנק אין די יעצטיגע טעג.

אין שטעטל אלט-באניע האט אמאל עקזיסטירט א בליענדע קהילה. ר' משה דער ראש הקהל האט רעאגירט אויף די קהילה מיט א שטייפע האנט. זיין עשירות פלעגט העלפן אויסצאלן די דעפיציטן פון די קהילה יאר יערליך. פארשטייט זיך אז פון צווישן עולם זענען געווען גענוג וואס האבן נישט געגליכן זיין ווירטשאפט, מילד גערעדט. איין שיינעם טאג, האט זיך צאמגעזעצט א קהל'ס מיטינג ווי די אנדערע פארשטאנד מיטגלידער האבן געטענה'ט אז ר' משה דער ראש הקהל האט צופיל מאכט. זיי האבן דעריבער פראטאקאלירט דורך רוב שטימען צו אנולירן די מאכט פון משה ראש הקהל, און ער קען מער נישט טון קיין שום שריט אויף די אייגענע האנט אן די צושטימונג פון רוב טובים.

גייט דורך א שטיק צייט, און ר' ברוך דער מזכיר הקהילה מאכט דער יערליכן בודזשעט און ער דערזעט זיך מיט אן ערנסטן דעפיציט. מיט זיכערע טריט ווענדט ער זיך ארויף די ברייטע שטיגן פון משה ראש הקהל און ער קלאפט אריין. ביים עפענען, מצא בעל חוב לגבות את חובו, און ר' משה שרייט גלייך ארויס "איך ווייס פארוואס דו קומסט, קענסט פארגעסן פון באקומען א פרוטה". אנטוישט איז ר' ברוך אראפ די טרעפ בעת ער הערט אינעם הינטערגרינט ווי ר' משה שרייט: "זאג פארן רב..... און פאר די אנדערע בטלנים זאלן זיך אליין אויסקומען, וואס האבן זיי געמיינט?....."

פארקלעמט און פארוואגלט שפאצירט ר' ברוך אראפ די צענטראלע שטראז, און פלוצלינג פאלט זיינע אויגן אויף די קארנער פון די גאס, ווי עס וואוינט ר' שמעון, גאנץ א שיינער נגיד אין די קהילה, און א הויפט שונא פונעם ראש הקהל. עס בליצט אים אויף א געדאנק, ר' שמעון האט זיך דאך לאנגע יארן ארומגעקריגט מיט ר' משה. גאנצע דין תורות זענען אפגעראכטן געווארן, און פארשטייט זיך ר' משה איז ארויס דער זיגער, און ר' שמעון איז געבליבן אויסגעשפילט. אצינד לאמיר פראבירן ס'מזל ביי ר' שמעון. מיט די געדאנקען קלינגט ער אריין ס'גלעקל אויפן טיר. ווי נאר ר' שמעון זעט דעם מזכיר אינעם שליסל לאך, איז אים ארויפגעקומען זיין גאנצע צארן. ער טראכט צו זיך "ווי איז ער געווען ביז היינט? קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאראיאר ווען ר' משה האט מיך באזידלט אין שול. יעצט וועל איך זיך אפרעכענען, ער קען פארגעסן פון באקומען א פעני!"

און דאס איז געווען די ענדע פון די שיינע קהילה......

נמשל?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: השתגענו???

תגובהדורך פרישע קוגל » פרייטאג מאי 01, 2020 4:11 pm

געלעגער האט געשריבן:.

אמת אמת אמת!
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג מאי 01, 2020 4:20 pm

השתגענו (???) [!!!]

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 01, 2020 4:39 pm

איך האב געפרעגט השתגענו נאך די ווערדאנע לויה.

נאך די שאפראנע לויה האב איך שוין מער נישט געפרעגט השתגענו, ווייל איך האב שוין געוואוסט די תירוץ.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 01, 2020 4:41 pm

די קעפל איז א שטארקע שאלה
און די תשובה איז ליידער:יא השתגענו!

איך האב שוין איינמאל געשריבן דא (און מהאט דאס שוין געמ...)
יככך ה׳ בשגעון בעיוורון ובתמהון לבב
מאיז משוגע און בלינד און ווען מקוקט אויף צוריק וואונדערט מען זיך היתכן וואס גייט דא פאר וואו איז די שכל?

און מיינסטו דען עפעס גייט יעצט געשעהן לטוב?
נאטינג!
יעדער פון אונז האט שוין זייער שיין געוויזן וועלכע מין מענטש ער איז, וויפל מיינט ער אידישקייט און וויפל איז ער סתם א קשה עורף און ניצט די תורה צו שטויסן מיט דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 01, 2020 4:45 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב געפרעגט השתגענו נאך די ווערדאנע לויה.

נאך די שאפראנע לויה האב איך שוין מער נישט געפרעגט השתגענו, ווייל איך האב שוין געוואוסט די תירוץ.

אבער מצד שני דארף מען מאכן א שטארקן טיילונג!, יא א טיילונג!
סאיז געווען אנדערע לויות וואס א אנדער חלק פון כלל ישראל האט געוויזן אז אונז זענען מיר אידן, מיר פירן זיך ווי די תורה פארלאנגט.

די העכטע תשובה אויף השתגענו איז:
לא! אנחנו הנורמלים, הם השתגעו!

און די שענסטע חלק איז אז מדארף נישט מאכן קיין טיילונג, די וואס פירן זיך ווי משוגעים אין עיוורים שעמען זיך נישט מיט דעם, זיי זאגן דאס בריש גלי: יא איך פארשטיי בעסער פון יעדן.

יעצט פארשטייט מען פארוואס דער רשע ביי די הגדה זאגט מה העבודה הזאת לכם, לכם ולא לו.
אייביג פלעגט מיר זיין שווער פארוואס טאקע זאגט ער לכם, איך קען נישט קיין שייגעץ וואס קומט אריין אין בית מדרש אין זאגט הוצאתי עצמי מן הכלל.
לעצטנס אבער זעהט מען אז סאיז דא בהמות וואס שעמען זיך נישט מיט זייער קליינע מאס שכל, און זיי זענען דאס מפרסם בראש כל חוצות, און... זיי האלטן זיך אפילו גרויס מיט דעם.
יא יא לנו ולא להם, די שאלה איז נישט השתגענו??? נאר השתגעתם???
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מאי 01, 2020 5:02 pm

געלעגער האט געשריבן:אנפאנג ווען דער עולם האט זיך גענומען טעסטן אין גרויסן אין די נאמבערס ביים היימישן ציבור האט זיך געהויבן, די מידיע האט עס אויפגעכאפט און זיך גענומען שרייען אז די מחלה איז שרעקליך פארשפרייט ביי אונז האט יעדער געשריגן ״אנטיסעמיטן״ גייט נישט דורך קיין דריי וואכן און מיר נעמען זיך זינגען א צווייטע ניגון ״ביי אונז האבן עס שוין רוב געהאט! עס איז שוין נישט וויכטיג צו גיין מיט מאסקעס״ העלאו..... וואס טוסטו דא?? וועלכע ווערסיע נעמסטו דא?

איך רעד נישט לגבי השתגענו, אבער לגבי מאכן די טעסטס איז נישט געווען קיין טענות צו די מידיע, נאר צו די היימישע אורדשענט קעירס, און טאקע ווייל אונז האב מיר שוין דעמאלטס געוויסט אז יעדער האט עס, און נאך די מיזעלס סומאטוכע האבן זיי שוין געמעגט וויסן נישט צו מאכען קיין טעסטס, און נישט זיכען קיין איבריגע כבוד.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: השתגענו???

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מאי 01, 2020 5:42 pm

ליידער השתעגענו. במלוא מובן המולא.
ווי אויך א נייע מנהג. מען מוז אלעס ווייטוואשען. און ווער עס זאגט קלאהר אז מען זאל ביטע נישט מאכן א חילול השם, ווערט א סמארטפאון איד און א מסור.
איך רעדט נישט פון לויפן צו די מידיע אדער פאליציי. ח"ו. איך רעדט דירעקט פון די עסקנים און קהילה אידן, פון חברה הצלה און היימישע דאקטורים, וואס גייען דירעקט נישט צו די פאליציי און די מידיע. זיי גייען דירעקט צו אייך!!! מען בעט זיך, מען ווארענט, מען וויינט... די זעלבע חברה, וואס זיי זענען די וואס טוען די קליען אופס וואס איהר האט שמוציג געמאכט. די זעלבע וואס זיי זענען וואס דארפן אין די מידיע זיך אהנעמען פאר אונז. אבער ווען מען זאגט אייך, די אינגערמאנציק, וואס ווען די האסט נאך געהאט א פאני מיט א ראבער אין די האר, זענען מאנכע דא שוין געוועהן זיידעס וואס געדענקען ווען העיווארד סטריט איז געוועהן די עק פון די וועלט, זיי זאגן אייך צו פאלגן, מוזט איהר נישט קענען בעסער. די פאר שטינקערס און ראצערס, וואס מיינען אז די גאנצע וועלט ענדיגט זיך אויף ליע און וואלאבאוט, אדער אויף מעיפעל קארנער טרי או סיקס, צו ווייסט איהר ווי שווער מען דארף ארבייטען ווען מען ארעסטירט א בחור'ל? ער זאל נישט האבן א קרימינעל רעקארד? צו האט איהר אן אנונג אז מיטן נישט איינהאלטן די מינימאלע געזעצן האט איהר גורם געוועהן אז אידן באקומן נישט די נויטיגע הילף אין שפיטעלער?
שוין. א שאד צו רעדן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

איך האף
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך איך האף » פרייטאג מאי 01, 2020 5:49 pm

https://www.yiddish24.com/analysis/146/18315
זייער זייער וויכטיג צו אויסהערן

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: השתגענו???

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג מאי 01, 2020 5:52 pm

אזוי זעהט אויס ווען עס איז נישטא קיין שטאטס רב.

לא השתגענו, נתבלבלנו!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: השתגענו???

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג מאי 01, 2020 5:56 pm

איך האף האט געשריבן:https://www.yiddish24.com/analysis/146/18315
זייער זייער וויכטיג צו אויסהערן


זיין פארענטפערןנג אין די ערשטע פאר מינוט, איז וואליד ווייל ער האט נישט איינער אויף די ליין וואס זאל אים אפפרעגן....

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך שרייב-פעדער » פרייטאג מאי 01, 2020 5:57 pm

דממה דקה האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:אנפאנג ווען דער עולם האט זיך גענומען טעסטן אין גרויסן אין די נאמבערס ביים היימישן ציבור האט זיך געהויבן, די מידיע האט עס אויפגעכאפט און זיך גענומען שרייען אז די מחלה איז שרעקליך פארשפרייט ביי אונז האט יעדער געשריגן ״אנטיסעמיטן״ גייט נישט דורך קיין דריי וואכן און מיר נעמען זיך זינגען א צווייטע ניגון ״ביי אונז האבן עס שוין רוב געהאט! עס איז שוין נישט וויכטיג צו גיין מיט מאסקעס״ העלאו..... וואס טוסטו דא?? וועלכע ווערסיע נעמסטו דא?

איך רעד נישט לגבי השתגענו, אבער לגבי מאכן די טעסטס איז נישט געווען קיין טענות צו די מידיע, נאר צו די היימישע אורדשענט קעירס, און טאקע ווייל אונז האב מיר שוין דעמאלטס געוויסט אז יעדער האט עס, און נאך די מיזעלס סומאטוכע האבן זיי שוין געמעגט וויסן נישט צו מאכען קיין טעסטס, און נישט זיכען קיין איבריגע כבוד.

נאך גוט אז ס'געווען א צווייטער אויף וועמען צו האבן טענות, אבי נישט איך...
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג מאי 01, 2020 6:05 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
איך האף האט געשריבן:https://www.yiddish24.com/analysis/146/18315
זייער זייער וויכטיג צו אויסהערן


זיין פארענטפערןנג אין די ערשטע פאר מינוט, איז וואליד ווייל ער האט נישט איינער אויף די ליין וואס זאל אים אפפרעגן....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג מאי 01, 2020 6:09 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:אזוי זעהט אויס ווען עס איז נישטא קיין שטאטס רב.

לא השתגענו, נתבלבלנו!


איך האב נישט ליב קיינעם צו באשולדיגן, אבער דאך באשולדיג איך יא די וואס פאררופן זיך אלס ליעדערס פון וויליאמסבורג, עסקנים חשובים, וואס האבן נישט געטוהן די ריכטיגע שריט, און באויפטראגט קהל תולעת יעקב נישט צו מאכן קיין לוי' בכלל. מען האט שוין געשריבן דא דערוועגן עטליכע מאל, אבער דאך איז עס פאר מיר מיינד בארגלינג אז עס איז נישט געווען דער מענטש וואס זאל אראפשטעלן א פיס אז מען מאכט נישט קיין לוי' אין וויליאמסבורג. אביסל שכל
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך simcha » פרייטאג מאי 01, 2020 6:11 pm

איך וויל נישט חלילה בארעכטיגן, אבער למעשה כלל ישראל מאז היותו לגוי זענען זיי אויבער חכמים, די אייבערשטער זאגט שוין 'כי עם קשה עורף הוא', ישראל עזין הן, און עס איז זיי זייער שווער זיך צו צושטעלן צו געזעצן און הוראות, עס איז נישט קיין פרישע זאך, גיי אויף א פליגער וועסטו זען, דאס איז א איד.
מען דארף זיך טאקע ברעכן און יא פאלגן, מען דארף טאקע טון ריכטיג, אבער עס איז בכלל נישט קיין חידוש און יעדער האט זיך דאס געקענט אליין פארשטעלן פון די ערשטע מינוט אז דאס גייט פאסירן און איך בין בכלל נישט געשאקט אז דאס האט פאסירט.
ממילא, השתעגנו? ניין, מיר זענען אלץ געווען משוגע..
לעצט פאראכטן דורך simcha אום פרייטאג מאי 01, 2020 6:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: השתגענו???

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג מאי 01, 2020 6:13 pm

איך ציטער אז מען וועט פארמאכן דעם אשכול.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: השתגענו???

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג מאי 01, 2020 6:19 pm

simcha האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה בארעכטיגן, אבער למעשה כלל ישראל מאז היותו לגוי זענען זיי אויבער חכמים, די אייבערשטער זאגט שוין 'כי עם קשה עורף הוא', ישראל עזין הן, און עס איז זיי זייער שווער זיך צו צושטעלן צו געזעצן און הוראות, עס איז נישט קיין פרישע זאך, גיי אויף א פליגער וועסטו זען, דאס איז א איד.
מען דארף זיך טאקע ברעכן און יא פאלגן, מען דארף טאקע טון ריכטיג, אבער עס איז בכלל נישט קיין חידוש און יעדער האט זיך דאס געקענט אליין פארשטעלן פון די ערשטע מינוט אז דאס גייט פאסירן און איך בין בכלל נישט געשאקט אז דאס האט פאסירט.
ממילא, השתעגנו? ניין, מיר זענען אלץ געווען משוגע..

ליין "חסידישע יוד

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: השתגענו???

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מאי 01, 2020 6:20 pm

לעכטל האט געשריבן:איך ציטער אז מען וועט פארמאכן דעם אשכול.

איך ציטער מען זאל ח"ו נישט אפשטעלן אידן אין די גאסן די שבת.
השי"ת זאל האלטן זיין רעכטע האנט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג מאי 01, 2020 6:22 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך ציטער אז מען וועט פארמאכן דעם אשכול.

איך ציטער מען זאל ח"ו נישט אפשטעלן אידן אין די גאסן די שבת.
השי"ת זאל האלטן זיין רעכטע האנט.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מאי 01, 2020 6:25 pm

זייער א שיינע אשכול

כל המרבה לספר לשון הרע על כלל ישראל הרי זה משובח

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: השתגענו???

תגובהדורך simcha » פרייטאג מאי 01, 2020 6:28 pm

fiena nieas האט געשריבן:
simcha האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה בארעכטיגן, אבער למעשה כלל ישראל מאז היותו לגוי זענען זיי אויבער חכמים, די אייבערשטער זאגט שוין 'כי עם קשה עורף הוא', ישראל עזין הן, און עס איז זיי זייער שווער זיך צו צושטעלן צו געזעצן און הוראות, עס איז נישט קיין פרישע זאך, גיי אויף א פליגער וועסטו זען, דאס איז א איד.
מען דארף זיך טאקע ברעכן און יא פאלגן, מען דארף טאקע טון ריכטיג, אבער עס איז בכלל נישט קיין חידוש און יעדער האט זיך דאס געקענט אליין פארשטעלן פון די ערשטע מינוט אז דאס גייט פאסירן און איך בין בכלל נישט געשאקט אז דאס האט פאסירט.
ממילא, השתעגנו? ניין, מיר זענען אלץ געווען משוגע..

ליין "חסידישע יוד

ליטווישע זענען פונקט אזוי אויבער חכמים אין ארץ ישראל, לכאורה מיינסטו אין אמעריקע וואס איך וואלט עס מער צוטיילט צווישן 'אמעריקאנעזירטע' אידן און אמאליגע אידן.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: השתגענו???

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג מאי 01, 2020 7:01 pm

לגבי די מעסעדש איז טאקע דא סתירות אז 5 וואכן צירוק האט מען געשריגן אנטעסימיט און יעצט שרייט מען אז רוב האבן שוין געהאט און האבן אנטיבאדיס.
פיין אבער די יעצטיגע מעסעדש איז דאך למעשה אמת, און די אידן האבן ליידער געהאט א שנעלע תפיסה, אבער אויך די שנעלסטע אויסגעשפיגן, סאו פארשטיי אז עס איז באמת שווער צי גיין מיט א מאסק סתם ווייל די מר. מעיאר האט זיך ציפראסקעט און פארשפילט..
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish, היכלי און 33 געסט