וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2167
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?
שטייענדיג אצינד ביים איינגאנג פון די ימים נוראים הבאים עלינו לטובה, ווי יעדער איד זוכט זיך זכותים, וועט אייך אודאי זיין א זכות מעלה צו זיין זכרונם פון די צדיקים וואס איר האט נאך זוכה געווען צו קענען אדער זעהן.
זייט דא מעלה זכרונם פון אט די צדיקים וואס איר האט זוכה געווען צו קענען אדער זעהן. ויה"ר שזכות כל הצדיקים יעמוד לנו להוושע לכוח"ט אמן.
זייט דא מעלה זכרונם פון אט די צדיקים וואס איר האט זוכה געווען צו קענען אדער זעהן. ויה"ר שזכות כל הצדיקים יעמוד לנו להוושע לכוח"ט אמן.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2167
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
יישר כח ר' זרח פארן אויפברענגן דעם אינטערסאנטן טעמע, איך האב טאקע פונקט לעצטנס געזען אין שבט מוסר, שרייבט ער דארט א סגולה לינצל ממחשבות רעות רח"ל, אז דער מענטש זאל זיך אויס'משל'ן כאילו ער קוקט יעצט אריין אין גן עדן, און זעהט דארטן צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם, און ער לייגט צו "טאקע די צדיקים וואס ער האט נאך געהאט די זכיה צו קענען אויף די וועלט" זאל ער זיך אויסמאלן כאילו ער זעהט זיי זיצן אין גן עדן, און דורכדעם וועלן פארשוואונדן ווערן אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע וויל אריינברענגן אין זיין מח (ער ברענגט דאס בשם דעם ראשית חכמה אין שער הקדושה).
----------
אני הקטן האב געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין עטליכע מאל בצל האדמו"ר מהר"י לייזער מ'פשעווארסק זצ"ל, און געבענטשט צו ווערן "ברכת כהנים" פון זיינע הייליגע הענט נאך אין די געזונטע יארן, אויך האב איך מיטגעהאלטן שיינע שבתים בצילא דמהימנותא וואס ליגן מיר נאך היינט אין די ביינער.
עובדות און ענינים האב איך ב"ה אסאך צוגעזען דארטן, און אלעס פארצייכנט (שוין דעמאלטס פלעג איך זיך דרייען מיט א פעדער..), אבער עס איז מיר צו א גרויסע טירחא דאס יעצט אויפצוזוכן און איבערטייפן, ויהא נחשב בעיניכם כאילו הייתי פורטם.

- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1491
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
איך האב אויך זוכה געווען אריינצוכאפן צו זיין א שבת בצל קדשו פון האדמו"ר מהר"י לייזער מפשעווארסק זצ"ל בשנתו האחרונה געבענטשט צו ווערן, איך געדענק אז ווען דער גבאי האט פארגעלייענט דעם קוויטל האט ער זיך אויפגעהויבן די אויגן און ארויפגעקוקט צו מיר עס האט מיר געגעבן א גוטן קיצל אינעווייניג טראכטענדיג ווער ווייסט וואס ער זעהט אלס אויף מיר.
איך האב נאר געהאט די זכיה צי זעהן די רבנים און רבי'ס וואס יעדער בעל דעת האט געפילט פאר א חוב אנציקלאפען אויף זייערע טירען
באבאוו-מהר"ש נאר א חלק טיש פרייטוג צינאכטס (איך האב געהאט די זכיה צי זעהן זיין ליכטיגע צורה כמה וכמה פעמים אבער ביי די עבודה ליידער נאר איינמאל) ספינקא( מהרנ"צ) עטליכע שלוש סעדות וואו אויך די הקפות כ"פ פריימאן-זילבער רבי נפתל'טשע באבאוו וכהנה וכהנה
אבער איך האב פארפאסט דער ריבניצער רבי וואס מיין טאטע האט מיך עטליכע מאל געוואלט אהין טראגען אבער ווייל מיין טאטע דרייוט נישט און ער איז נאר געפארען קיין ריבניץ-מאנסי דארעך היטשעס האט ער געווארט אויף א געלעגענהייט מיך מיטצינעמען אבער די צייט איז שנעלער אויסגעלאפען
וצ"ל במקום מהרנ"צ מהרש"צ כמו שהעיר קרעימער

לעצט פאראכטן דורך cano אום דינסטאג סעפטעמבער 19, 2006 7:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ספינקא מהרנ"צ? האסט אפשר געוואלט שרייבן מהרש"צ. (עס איז היינט אויך דא א מהרנ"צ מ'ספינקא ב"פ שליט"א, איך גלייב אבער נישט אז דו רעדסט פון אים).
אין באבוב בין איך גאר אסאך מאל געווען, בפרט חול המועד סוכות ווען מען שפילט דארט מיט פידלעך לכבוד שמחת בית השואבה, אויך האב איך עטליכע יאר מיטגעהאלטן די הקפות ביי אדמו"ר מהר"ש זצ"ל, "הערליך" איז נישט דאס ווארט! אויך בין איך עטליכע מאל אריין מיט א קוויטל זיך אנווינטשן, די לעצטע מאל איז געווען טאקע דאס לעצטע יאר זיינע, בעפאר ראש השנה תש"ס.
אויך ביי ספינקא רבי ר' הערשעלע זצ"ל אסאך מאל פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות ביי די ווארימע שובבי"ם תורות.
ריבניץ, האב איך אויך ליידער נישט אריינגעכאפט, נישט זוכה געווען.

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14185
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
האדמור מפשעווארסק זצ"ל, האב איך אויך זוכה געווען צו קענען
אלס בחור בין איך אריין -אין די נישט געזונטע יארן - מיט א קוויטל מיט א בקשה מיין עלטערע שוועסטער זאל א כלה ווערן, ביז דרייסיג טאג איז זי א כלה געווארן ב"ה. כח אדר ביז כח ניסן תש..
צו האדמור מספינקא זצ"ל, וויליאמסבורג, פלעג איך גיין א שטיק צייט רעגלמעסיג צו טישן און שלש סועדות. א מחיה געווען צו הערן אן אמתער ערליכער איד, זכותו יגן עלינו.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- גאליציאנער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 403
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
- לאקאציע: אין גאליציא
קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט, איך פערזענליך האב געהאט אזא סארט מעשה מיט א רבי וואס לעבט נאך היינט ב"ה, ער האט מיר אנגעוואונטשן ביום פלוני, און 40 טאג דערויף בין איך שוין געווען א חתן.
אויב מען מעג שרייבן נעמען פון היינטיגע רבי'ס, וועל איך אי"ה שרייבן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט.
וועלכע רבי איז עס
יא אין ניין ס'ווענד זיך
- abimlaibt
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3849
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
- לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ
בןהרחמן האט געשריבן:איך האב אויך זוכה געווען אריינצוכאפן צו זיין א שבת בצל קדשו פון האדמו"ר מהר"י לייזער מפשעווארסק זצ"ל בשנתו האחרונה געבענטשט צו ווערן, איך געדענק אז ווען דער גבאי האט פארגעלייענט דעם קוויטל האט ער זיך אויפגעהויבן די אויגן און ארויפגעקוקט צו מיר עס האט מיר געגעבן א גוטן קיצל אינעווייניג טראכטענדיג ווער ווייסט וואס ער זעהט אלס אויף מיר.
איך האב אויך געהאט די זכי' צו זיין אויף א שבת בצ"ק אין אנטווערפן יצ"ו, א האלב יאר בעפאר די פטירה, און איך האב געהאט אן ענליכע מעשה, די גבאי האט פארגעלייענט דעם קוויטעל אין בתוך הדברים האט ער געזאגט "א גאסט פון אמעריקע" האט ער זיך אויפגעהויבן די אויגן און ארויפגעקוקט צו מיר ס'איבריג צו זאגען וואס כ'האב געשפירט יענע מאמענטן.
אין די זעלבע צייט, איך האב אויך געהאט די זכי' צו זיין אויף א מוצש"ק בצ"ק פון הרה"ק מריבניץ זצוק"ל. אויך די לעצטע יאר.
ווי אויך במחיצות הרה"ק מספינקא זצוק"ל כמה פעמים.
הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל, גאב"ד ירושלים
הגה"צ אדמו"ר מקאשוי זצוק"ל
ומוסיף לכולם, להסתופף ולהתברך אצל הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצוק"ל.
לעצט פאראכטן דורך abimlaibt אום מיטוואך ינואר 24, 2007 3:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
- דארפסמאן
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6442
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
- לאקאציע: אין דארף
נאטורליך האט געשריבן:איך האב געהאט די זכי' צו זעהן
דעם ספינקע רבי'ן זי"ע דעם סאטמאר רב, דעם באבובער זאלען אלע רועהן אין לעכטיגען
אויך דעם גאלאנטער שליט"א, ניקלעשבורג שליט"א אויך האב איך אמאל געזעהן האדמו"ר רבי מעכעלע מנתנ'י אבער נישט לייוו, נאר אין כל העולם כולו.
אין כל העולם כולו האב איך געהאט די זכי' צו זען איבער פינעף הינדערט אדמורים
- מרן אדמו"ר
- שר מאה
- תגובות: 134
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm
- מרן אדמו"ר
- שר מאה
- תגובות: 134
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm
צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט