צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2218
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
גיבט נדבות בעין יפה ובזכות זה תזכו לשמירה עליונה וכל טוב סלה!....
הרב בנימין אבראמאוויטש ע"ה (42) 8 יתומים בבית.
https://www.charidy.com/coronayesomim
ר' מיכאל צבי פעטמאן ז''ל (39) 9 יתומים בבית.
https://thechesedfund.com/fettmanfund/coronatragedy
ר' ירחמיאל בייליס ז''ל, זיין אלמנה קריטיש רח''ל.
https://thechesedfund.com/beilesfamilyf ... onatragedy
https://thechesedfund.com/zevisfund/emergencycampaign
https://thechesedfund.com/banashfund/help
פרידריך https://www.dryveup.com/friedrich/satmar/

- ציגרעטל
- שר מאה
- תגובות: 240
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:18 am
- לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
- פארבינד זיך:
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
וצדקה תציל ממוות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!!
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
ווייז ארויס דיין רחמנות אויף די טייערע יתומים מיט זייער באליעבטן טאטע'ן און הקב''ה דער אבי היתומים וועט אוואדאי ארויסווייזן זיין רחמנות אויף אייך און אייער משפחה, תזכו למצות!!
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
די טרערן פליסן אן אויפהער בשעת וואס די ביטערליכע ווערטער ווערן געשריבן… אוי הייליגע באשעפער, ווער האט דאס געגלייבט אז חול המועד פסח גייט מען שוין שרייבן אויף יואלי די ווערטער "עליו השלום"…
ברודערלעך טייערע… וויינטס מיט מיר אינאיינעם!
טייערע יואלי, איז דאס טאקע אמת? קען דאס דען זיין? דו ביסט שוין מער נישטא? מיר וועלן מער נישט זוכה זיין צו זעהן דיין ליבליכן שמייכל?
יואלי, וואו ביסטו??? יואלי, וואו ביסטו?
מיט א ווינט מיט שטורעם,
יואלי אזוי אינג ארויף במרום,
על אלה אני בוכי'…
ס'לאזט זיך גארנישט שרייבן, ס'זענען בכלל נישט פארהאן די ווערטער, די גלידער זענען נאך פארפרוירן!
יואלי, דיינע לעכטיגע קינדערלעך! דו האסט דאך זיי אזוי ליב געהאט! און יעצט האסטו זיי איבער געלאזט אויף אייביג… אנשטאט דיר פרעגן פסח ביינאכט די מה נשתנה האבן זיי דיר באגלייט אויף דיין לעצטן וועג צו דיין אייביגן רוה… אנשטאט דו זאלסט הערן ווי זיי זאגן קדש, פסח אויפדערנאכט ווען די טאטע קומט אהיים פון שוהל… האבן זיי געזאגט מיט טרערן יתגדל ויתקדש… אוי געוואלד!! ס'איז ריכטיג מקויים געווארן נהפך לאבל מחולנו… אנשטאט גיין מיגון לשמחה, איז דאס געגאנגען די פארקערטע וועג!!!
וואס וועט זיין מיט דיינע טייערע חברים וועמען דו האסט אזוי שטארק ליב געהאט, דו פלעגסט זיי אלץ זאגן א גוט ווארט, א שמייכל, דו האסט דאך נישט איבער געלזאט קיינעם אויף דיין פלאץ! ווער וועט יעצט אויפהייבן אונזערע געמוטער אין א צייט פון נויט, ווער וועט יעצט זיין גרייט ארויס צו העלפן יעדן איד אין יעדן מצב???
מיר וועלן אייביג געדענקן און זיך בענקן צו די צייטן ווען דו האסט געזוכט א טובה צו טוהן פאר נאך א איד, דו האסט וואלאנטירט ארויס צו העלפן פאר ארגאנאזאציע, פאר חולי ישראל און פאר וועם אימער דו האסט נאר געקענט… יעדן זונטאג ווען דו האסט נישט געדארפט גיין ארבעטן ביסטו געגאנגען משמח זיין עלטערע אידן… אוי! זיי ווארטן אזוי אויף דיר! ווער וועט זיי יעצט משמח זיין??? יואלי, אזוי פיל מענטשן בענקן זיך נאך דיר…
אוי, הייליגער באשעפער! וואס קענען מיר דען זאגן… מיר האלטן נישט אויס די צער!
יואלי טייערע, אזוי פיל קענסטו זיין זיכער ביי דיר דארטן אויבן אין גן עדן, דיינע קינדערלעך זענען אין גוטע הענט! אין די הענט פון דיינע חברים, און אין די הענט פון גאנץ כלל ישראל! מיר וועלן זיי חלילה נישט לאזן פאלן… מיר וועלן זיך זארגן פאר זיי און פאר זייער מאמע – דיין צובראכענע אלמנה – וועמען דו האסט איבער געלאזט מיט אן ערשיטערטע הארץ! מיר וועלן טוהן אלעס אויף דער וועלט זיי צו שטעלן אויף די פיס און לינדערן זייערע יסורים ווי מער!
יואלי טייערע, מיר קענען דיר נישט צוריק ברענגן, מיר קענען נישט צושטעלן א נייע טאטע פאר דיינע קינדערלעך, ווייל א טאטע האט מען נאר איינס… מיר קענען אבער יא שטיין צו די האנט פון דיין אלמנה און דיינע יתומים'לעך זיי ארויס צו העלפן און זיי שטעלן אויף די פיס! און דאס גייען מיר יעצט טוהן!
טייערע אידן! אחים לדעה וואס זענען יעצט ליידער אויך אחים לצרה! געבט אייער ברייטהארציגע נדבה פאר יואלי'ס צובראכענע אלמנה און זיינע 3 יתומים'לעך!
-
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 10:40 pm
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
נאכ׳ן זעהן דא דארטן ווי מענטשען זיכען די קאמפיינ׳ס פון געוויסע נפטרים, האב איך צוזאגעשטעלט א שטיקל וועבזייטל מיט אלע קאראנא קאמפיינס מיט א ״זוך״ אפציע און אויך די סך הכל אויפגעטריבן דורך כלל ישראל
מי כעמך ישראל!
https://coronacampaigns.org
מי כעמך ישראל!
https://coronacampaigns.org
- פעטער שמואל
- שר האלפיים
- תגובות: 2677
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
איזי גאואינג האט געשריבן:נאכ׳ן זעהן דא דארטן ווי מענטשען זיכען די קאמפיינ׳ס פון געוויסע נפטרים, האב איך צוזאגעשטעלט א שטיקל וועבזייטל מיט אלע קאראנא קאמפיינס מיט א ״זוך״ אפציע און אויך די סך הכל אויפגעטריבן דורך כלל ישראל
מי כעמך ישראל!
https://coronacampaigns.org
זייער שיין!
כל הכבוד לך!!
לייג צו די:
https://thechesedfund.com/halbrecht/familyfund
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
משפחת האברך החשוב הרה"ג ר' יוחנן האכהייזער ז"ל
https://www.charidy.com/KRYE
https://www.charidy.com/KRYE
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
משפחת מרת חנה גוטמאן ע״ה - מאנשעסטער
זי האט איבערגעלאזט 10 קינדער, 5 פון זיי נישט חתונה געהאט,
אריינגערעכענט א חתן און א כלה וואס דארפן באלד חתונה האבן.
https://charityextra.com/5yesoimim
זי האט איבערגעלאזט 10 קינדער, 5 פון זיי נישט חתונה געהאט,
אריינגערעכענט א חתן און א כלה וואס דארפן באלד חתונה האבן.
https://charityextra.com/5yesoimim
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
https://www.kupat.org.il/Project/272?source=jdn
א הארץ פון שטיין צוגייט הערן די קדיש און די קריסה רייסן פון די יונגע י14 יתומים ביים לוייה פונעם חשובען ראש ישיבה
א הארץ פון שטיין צוגייט הערן די קדיש און די קריסה רייסן פון די יונגע י14 יתומים ביים לוייה פונעם חשובען ראש ישיבה
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
א גוטע געדאנק ווען אידן קענען מקדיש זיין די מעשר פון די "סטימולוס טשעק" פאר די פולע קרן יתומים קאמפיינס.
- נישטאמת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
זע איך אז דעס איז פונט נישט דאלער. וועט מיין קארטל האט א foreign transaction fee?
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
נישטאמת האט געשריבן:
זע איך אז דעס איז פונט נישט דאלער. וועט מיין קארטל האט א foreign transaction fee?
איך ווייס נישט. פרעג Charity Extra.
US: (+1) 718 568 7619
UK: (+44) 203 322 3529
Israel: (+972) 2 376 2049
HQ: 36-38 Waterloo Road, London, NW2 7UH, UK
[email protected]
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 297
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
קאמפיין למשפחת הרב ישראל משה בוים ז"ל
https://thechesedfund.com/baumfamilyeme ... onatragedy
איבערגעלאזט אפאר קינדער און שטוב.
איבערגעלאזט אפאר קינדער און שטוב.
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 7
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:14 am
Re: קאמפיין למשפחת הרב ישראל משה בוים ז"ל
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:https://thechesedfund.com/baumfamilyemergencyfund/coronatragedy
איבערגעלאזט אפאר קינדער און שטוב.
איז דאס די משפחה פונעם שווער פון המגיד המפורסם הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 297
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
Re: קאמפיין למשפחת הרב ישראל משה בוים ז"ל
רעמאט קאנטראל האט געשריבן:טעיפ רעקארדער האט געשריבן:https://thechesedfund.com/baumfamilyemergencyfund/coronatragedy
איבערגעלאזט אפאר קינדער און שטוב.
איז דאס די משפחה פונעם שווער פון המגיד המפורסם הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א?
יא
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 8
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:18 pm
Re: קאמפיין למשפחת הרב ישראל משה בוים ז"ל
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:רעמאט קאנטראל האט געשריבן:טעיפ רעקארדער האט געשריבן:https://thechesedfund.com/baumfamilyemergencyfund/coronatragedy
איבערגעלאזט אפאר קינדער און שטוב.
איז דאס די משפחה פונעם שווער פון המגיד המפורסם הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א?
יא
נאאא קען זיין יעצט איז די צייט כלל ישראל זאל אביסל צוריקצאלן פאר ר' אברם מרדכי, פאר די מורא'דיגע שיעורים וואס ער גיבט כסדר פאר כלל ישראל בחינם, איך בין זיכער אז ער וועט שטארק הנאה האבן אז מהעלפט ארויס זיין שווערס משפחה
מקען צושרייבן ביי די נדבה אז מען גיבט עס לכבודו פון ר' אברהם מרדכי.
-
- שר האלף
- תגובות: 1005
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
איזי גאואינג האט געשריבן:נאכ׳ן זעהן דא דארטן ווי מענטשען זיכען די קאמפיינ׳ס פון געוויסע נפטרים, האב איך צוזאגעשטעלט א שטיקל וועבזייטל מיט אלע קאראנא קאמפיינס מיט א ״זוך״ אפציע און אויך די סך הכל אויפגעטריבן דורך כלל ישראל
מי כעמך ישראל!
https://coronacampaigns.org
יישר כח הרב איזי.
האמער גענומען די מעשר פון די סטימיולעס און צוטייל'ט צווישען אלע קאמפיינס
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
יישר כח הרב איזי.
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
משפחת מערצבאך פון מאנסי
11 יתומים ר"ל - 9 אומפארהייראט
(דער מאן איז א חשוב'ער בן תורה, די נפטרת ע"ה פלעגט ברענגן פרנסה אין שטוב)
https://thechesedfund.com/kerenyesomimmerzbach
11 יתומים ר"ל - 9 אומפארהייראט
(דער מאן איז א חשוב'ער בן תורה, די נפטרת ע"ה פלעגט ברענגן פרנסה אין שטוב)
https://thechesedfund.com/kerenyesomimmerzbach
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35424
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
https://www.dryveup.com/malach/
אוי, א בראך...!
די 'מעשה' איז טאקע א קורצע:
געזונט און פריש.... שווער געארבעט צו מפרנס זיין דער משפחה... א פלוצלינג'דיגער 'קרבן' צום קאראנא מגיפה ה"י.... הוא הלך למנוחות.... פרישע ערשיטערטע אלמנה און יתומים אן א ברויט פארזארגער.... זיי קענען נישט גיין ווייטער אן אונזער הילף!
אבער די געשיכטע אונטער דעם איז אסאך מער פון דעם:
אהר"ן אשר בחר בו, ליידער איז דער טייערער ר' אהרן דניאל זכרונו לברכה, מתושבי החשובים אין קרית יואל, געפאלן א פרישע קרבן אין א פריצייטיגן עלטער, ווען פון איין מינוט אויפן צווייטן האט ער איבערגעלאזט זיין צובראכענע אלמנה מיט די דריי פרישע יתומים אין שטוב ל"ע.
דער היימישער שו"ב, וירא שמים מרבים, וואס האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר כשרות ישראל, און איבער פערציג יאר צוגעשטעלט מהודר'דיגע שחיטה אין מערערע פלעצער אין די וועלט פון וואס מיר אלע האבן הנאה געהאט.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה, עס רייסט ביים הארץ, דער ערשיטערונג פון די אלמנה און נארוואס געווארע יתומים ה"י, וואס זענען אצינד געבליבן אן זייער ברויט פארזארגער, און ווייסן נישט פון ווי זיי וועלן דעקן דעם קומענדיגן טאג אין בוכשטעבליכן זין.
אית מאן דפרע בגופא, מיר פארשטייען נישט דעם רבוש"ע חשבונות, דודי ירד לגנו, און אויסגעוועהלט אזא טייערע ריינע קרבן ארויפצוקומען לחסות תחת כנפיו, א איד וואס האט אונז אלע מחייב געווען מיט זיין איידעלע התנהגות, און געווען א ריכטיגע מזכה את הרבים כל ימיו אשר חי.
ואית מאן דפרע בממונא, מיר וועלן מיט אונזער ווארעם הארץ אפווישן די הייסע טרערן פון דער צובראכרענע פאמיליע, און אנטקעגן קומען מיט דער סכום פון א "האלב מיליאן דאללער" וואס מיר וועלן בעז"ה באווייזן און גרייכן מיט "אייער" ברייטהארציגע נדבה.
א יעדע דאללער ציילט, און א יעדע נדבה וועט אנקומען דירעקט צו די טייערע אלמנה און אירע יתומים שיחי', וואס דאס וועט פארזיכערט ווערן דורך די טייערע עסקנים שיחי', להבחל"ח חבירים פון ר' אהרן דניאל ז"ל, וואס שטייען בראש פון דער "קרן היתומים" קאמפיין.
מי בן שיח שושן חוחים, זיי וועלן טאקע שוין נישט זוכה זיין געפירט צו ווערן אינטער דער חופה פון זייער אומפארגעסליכער פאטער ז"ל, אבער פארט מיט א רואיגן געוויסן, וויסענדיג אז אלע הוצאות החתונה איז באצאלט געווארן, דורך אייער יעצטיגער השתתפות ברוח נדיבה.
עליה השלם כל הקרבנות, אריינטרעטענדיג אינעם חודש פון א'ני י'י' ר'ופאיך, זענען מיר זיכער, אז ווען מיר וועלן טוען פון אונזער זייט וואס מיר קענען אפצוראטעווען דער עתיד פון דער שטוב פונעם טייערן קרבן תמים במעשיו, וועט דער באשעפער העלפן אז דאס זאל שוין זיין דער לעצטער קרבן, ולא תוסיף לדאבה עוד, ולא ישמע שוד ושבר בגבולינו, אמן.
לאמיר נישט פארגעסן דער הבטחה פון הקב"ה:
אם אתה משמח את שלי, אני משמח את שלך.
ווער דארף דען נישט יעצט אזא קלארע הבטחה...?!
וועד האחראים
אברהם שמואל פריעדלענדער
בנציון אלי' זאלדאן
שמואל לייב פריעד
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:משפחת מערצבאך פון מאנסי
11 יתומים ר"ל - 9 אומפארהייראט
(דער מאן איז א חשוב'ער בן תורה, די נפטרת ע"ה פלעגט ברענגן פרנסה אין שטוב)
https://thechesedfund.com/kerenyesomimmerzbach
ותתן טרף לביתה... די רוקנביין פון שטוב איז ליידער אוועקגענומען געווארן, ווער וועט יעצט ברענגן ברויט אין שטוב?
מיט קוים געציילטע טעג צוריק איז די חשוב'ע אשה צדקנית מרת בילא רבקה מערצבאך ע"ה פון מאנסי יצ"ו געווען א געזונטע עקרת הבית, אן אם הבנים שמחה, וואס פלעגט זיך גאר שטארק אנשטרענגען אריינברענגען די פרנסה אין שטוב. אלעס מיטן בלויזן ציל אז איר חשוב'ער מאן א בן תורה וואס תורתו אומנתו זאל נישט געשטערט ווערן פון זיין לימוד התורה.
ליידער בעוה"ר איז מרת מערצבאך ע"ה א מאמא פון 11 קינדער אוועק פון דער וועלט נאכן ליידן פון די ביטערע קראונע מחלה ה"י, און איבערגעלאזט 9 אומפארהייראטע קינדער אין שטוב פאר'יתום'ט בלי משען ומשענה, די יונגסטע אַן 1 יעריגע קינד.
עס איז ליידער נישטא ווער עס זאל לייגן ברויט אויפן טיש במלוא מובן המלה. וואו קענען מיר שטיין גלייכגילטיג הערנדיג די ביטערע יאמערליכע געוויין פון איר משפחה וואס זענען געבליבן ערשיטערט און צובראכן אויף שברי שברים.
טייערע אידן! עפנט אויף אייערע הערצער, און העלפט אפשטילן דאס וויי געשריי פונעם צובראכענעם אלמן און יתומים וואס שרייען און בעטן פאר הילף.
רופט אייך אן ווארעם ארויסצוהעלפן די משפחה זיך צו שטעלן אויף די פיס, ובזכות המצוה הגדולה והנשגבה זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות טובות משמי מעל, עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, איר זאלט זעהן נחת פון די קינדער און קינד'ס קינדער ביז משיח'ס טאג, אכיה"ר.
- אטעטשמענטס
-
- 11112.jpg (218.57 KiB) געזען 6243 מאל
-
- 2222.jpg (185.48 KiB) געזען 6243 מאל
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
מי כעמך ישראל!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 930
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
איך האב נישט געזעהן געשריבען
כלל ישראל הערט ליידער אזוי פול ביטערע טראגעדיעס אין די לעצטע וואכן, האר פון קאפ אויפשטעלנדע בשורות.
קיינער קען נישט זיך פארשטעלן די ווייטאג און צער וואס א יונג יתום'ל גייט ליידער אריבער, און קיינער זאל עס קיינמאל נישט וויסן, בעזר ה'.
אין יעדע צער איז אבער דא א פינטעלע נחמה, ווען נאך די ביטערע פטירה פון די טאטע, גייען די קינדערלעך אינטער די מאמע'ס פארטאך, זיך ציזאמען מתחזק זיין, אדער נאך די פטירה פון די מאמע, טרעפט מען שוץ ביי די טאטע.
ווער קען אבער פארשטעלן זיך כי הוא זה פון די צער פון 4 קינדער וואס האבן נאכנישט חתונה געהאט, בחורים וואס האבן פאר נישט צי לאנג צוריק פלוצלינג פארלוירן א ברודער, און זענען אנגעשטעקט געווארן פון די ביטערע וויירוס.
איין בחור איז אריין אין א שווערע מצב אין שפיטאל, אבער די עלטערן זענען הפנים געווען געזונט, נאך וואס די בחור'ל האט זיך עטוואס פארבעסערט זיין מצב, איז פאר א וואך צוריק די מאמע פלוצלינג אוועק געריסן געווארן.
נישט אריבער קיין דריי טאג, אין אנמיטן די שבעה, האט די טאטע פלוצלינג צעזאמען געפאלן און אויסגעהויעכט די נשמה.
נישטא ווער עס זאל יעצט זארגן פאר די קינדער, קיין מאמע האבן זיי נישט, קיין טאטע האבן זיי נישט, כלל ישראל האבן זיי אבער יא
https://www.vaadharabanim.co.il/fund/%d ... %9e%d7%9d/
אויב האט איהר תורם געווען א דאנק מיר, לאזט מיר ביטע וויסן אין אישי אויב עס שטערט אייך נישט, איך האב נישט קיין קשר מיט די ועד, ממילא נישטא קיין אופן איך זאל דערגיין אייער אידענטיטעט דורך דעהם.
כלל ישראל הערט ליידער אזוי פול ביטערע טראגעדיעס אין די לעצטע וואכן, האר פון קאפ אויפשטעלנדע בשורות.
קיינער קען נישט זיך פארשטעלן די ווייטאג און צער וואס א יונג יתום'ל גייט ליידער אריבער, און קיינער זאל עס קיינמאל נישט וויסן, בעזר ה'.
אין יעדע צער איז אבער דא א פינטעלע נחמה, ווען נאך די ביטערע פטירה פון די טאטע, גייען די קינדערלעך אינטער די מאמע'ס פארטאך, זיך ציזאמען מתחזק זיין, אדער נאך די פטירה פון די מאמע, טרעפט מען שוץ ביי די טאטע.
ווער קען אבער פארשטעלן זיך כי הוא זה פון די צער פון 4 קינדער וואס האבן נאכנישט חתונה געהאט, בחורים וואס האבן פאר נישט צי לאנג צוריק פלוצלינג פארלוירן א ברודער, און זענען אנגעשטעקט געווארן פון די ביטערע וויירוס.
איין בחור איז אריין אין א שווערע מצב אין שפיטאל, אבער די עלטערן זענען הפנים געווען געזונט, נאך וואס די בחור'ל האט זיך עטוואס פארבעסערט זיין מצב, איז פאר א וואך צוריק די מאמע פלוצלינג אוועק געריסן געווארן.
נישט אריבער קיין דריי טאג, אין אנמיטן די שבעה, האט די טאטע פלוצלינג צעזאמען געפאלן און אויסגעהויעכט די נשמה.
נישטא ווער עס זאל יעצט זארגן פאר די קינדער, קיין מאמע האבן זיי נישט, קיין טאטע האבן זיי נישט, כלל ישראל האבן זיי אבער יא
https://www.vaadharabanim.co.il/fund/%d ... %9e%d7%9d/
אויב האט איהר תורם געווען א דאנק מיר, לאזט מיר ביטע וויסן אין אישי אויב עס שטערט אייך נישט, איך האב נישט קיין קשר מיט די ועד, ממילא נישטא קיין אופן איך זאל דערגיין אייער אידענטיטעט דורך דעהם.
Re: צדקה תציל ממות!! ~ קאמפיינס למען יתומי המחלה רח"ל
איזי גאואינג האט געשריבן:נאכ׳ן זעהן דא דארטן ווי מענטשען זיכען די קאמפיינ׳ס פון געוויסע נפטרים, האב איך צוזאגעשטעלט א שטיקל וועבזייטל מיט אלע קאראנא קאמפיינס מיט א ״זוך״ אפציע און אויך די סך הכל אויפגעטריבן דורך כלל ישראל
מי כעמך ישראל!
https://coronacampaigns.org
Together We Raised
the huge amount of $15,447,317.90