אני מאשים

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איזי גאואינג
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 10:40 pm

Re: אני מאשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזי גאואינג »

לגבי די פאקט אז עס שאט נישט פאר קיין אינגע, עס איז טאקע אמת אז רובא דרובא טויטע זענען עלטערע מענטשן ס׳איז אבער יא דא יונגערע מענטשן וואס קומען אן אין שפיטאל, און דארט חוץ פון דעים וואס סאיז נאר דא א לימעטעד צאל בעטן, טראגסטו די אחריות פון אנשטעקן די הצלה מאן, דאקטער אדער נורס וואס איז סיי מסוכן פאר זיי און סיי זיי קענען נישט העלפן אנדערע
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אני מאשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איזי גאואינג האט געשריבן:לגבי די פאקט אז עס שאט נישט פאר קיין אינגע, עס איז טאקע אמת אז רובא דרובא טויטע זענען עלטערע מענטשן ס׳איז אבער יא דא יונגערע מענטשן וואס קומען אן אין שפיטאל, און דארט חוץ פון דעים וואס סאיז נאר דא א לימעטעד צאל בעטן, טראגסטו די אחריות פון אנשטעקן די הצלה מאן, דאקטער אדער נורס וואס איז סיי מסוכן פאר זיי און סיי זיי קענען נישט העלפן אנדערע

און ווי אזוי זאגט ר' הענדל ברייער, בשם א דאקטער וואס האט אים געזאגט:
א יעדער מענטש וואס שטארבט היינט, איז אדער פון די וויירוס, אדער וועגן די וויירוס..
אדער איז ער געשטארבן פון די וויירוס, ווייל ער האט געהאט די וויירוס
אדער איז ער געשטארבן פון אן אנדערע מחלה, אבער וועגן די וויירוס איז די שפיטעלער זייער מעסי און ס'איז נישט דא קיין הילף..
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

אסור להתפלל במניין בבני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הגר"ח קנייבסקי שליט"א איז היינט ארויס מיט אן איסור צו דאווענען מיט מנין!!
(ס'איז קלאר אז זיין פסק איז נאר פאר די שטאט בני ברק, אבער איך מיין אז מיר דארפן זיך אליין אנקוקן ווי מיר האלטן...)
הגרח-עם-השות.jpg
הגרח-עם-השות.jpg (82.68 KiB) געזען 1675 מאל


דא האט איר שאלות און תשובות פון די שר התורה על ענייני המגיפה והזהירות להישמע להוראות.
א. אדם שלפי הוראות הרופאים חייב להיכנס לבידוד כדי שלא ידביק אחרים אם חלה, והוא עצמו חש בטוב ואינו חש שום כאב או חולי, האם יכול לצאת מביתו, או שמצווה עליו להקשיב לרופאים למרות שמרגיש טוב?

"לשמוע לרופאים"

ב. אדם שטוען שהוא בוטח בה' שלא יחלה, ועל כן מזלזל בהנחיות הרפואה (בשמירת מרחק זה מזה, וביציאה מהבית שלא לצורך דחוף וכדו') האם אפשר להגדירו כ"רודף" כי עלול להביא אנשים אחרים לידי סכנה?

"כרודף"

ג. ואם ח"ו זלזל בהוראות וגרם למישהו למות, האם נחשב מזיד או שוגג?

"קרוב למזיד"

ד. אם יודע על אדם שחייב להיות בבידוד שיוצא החוצה ומסכן אנשים, מותר לגעור בו בקול ובחריפות, אף שאולי יתבזה מכך?

"מותר"

ה. האם מותר למסור את שמו של אדם שמזלזל בהוראות הרופאים ומסכן את האחרים, לרשויות החוק? וכן האם מותר למסור מידע על בתי כנסת ומוסדות שלא נשמעים להוראות הרפואה, גם אם יביא לקנס כספי גבוה או אפילו מאסר?

"מותר"

ו. האם יש להשאיר טלפון פתוח בשבת למקרה שהרופאים יצטרכו להשיגו ויוכל לענות בשל חשש פיקוח נפש?

"מותר"

ז. מה הציבור יכול לקבל על עצמו כדי לעצור את המגיפה הנוראה שכבר מתו בה רבים כל כך?

"להתפלל"
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

א מודעה מיט די ווערטער 'רוצח' הענג אויף א שיהל אין לייקוואד, וואס בעט'זיך צו אידן צו בלייבן אינדערהיים, און נישט קומען אין שיהל!
איך האבן זיי געלייגט א בילד פון די משפחה אין מאנסי וואס האבן זיך געזעגנט פון זייער טאטע וואס איז אוועק פון די מגיפה!
ec617af2-ea14-4c10-8192-0a5695072b07.jpg
ec617af2-ea14-4c10-8192-0a5695072b07.jpg (71.99 KiB) געזען 1639 מאל

3f3445f2-d568-43d3-bd42-bb1854ab3904.jpg
3f3445f2-d568-43d3-bd42-bb1854ab3904.jpg (61.02 KiB) געזען 1639 מאל
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אני מאשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

היועץ הרפואי הבכיר הרב אלימלך פירר, יו"ר ארגון עזרה למרפא, קורא לכם - הקוראים ברגעים אלו ידיעה זו - לא לצאת מבתיכם.

רופא בכיר: "כמעט כל חרדי - נגוע"
על רקע המשך התפרצות נגיף הקורונה בישראל, אומר פירר: "אני פונה לכלל אזרחי ישראל: אנא, הישארו בבתים!".

"ההתכנסות בבתים זו מניעה. הוכח בצורה ברורה, שזה מונע את הפיזור של הווירוס, ובכך בעצם מצילים חיי אדם. זה פיקוח נפש ממש", מוסיף פירר.
אטעטשמענטס
4B0F5739-E6F5-48B7-9846-F581250A512D.jpeg
4B0F5739-E6F5-48B7-9846-F581250A512D.jpeg (26.56 KiB) געזען 1576 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אני מאשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מוצאי שבת קודש פ' שמיני, אול"י א' תזריע "טהרה" תש"פ לפ"ק

מיר שטייען שוין נאכ'ן צווייטן שבת מברכים אין קוואראנטין, און יעצט קום איך מיט א פארקערטע רוף צו אחינו בני ישראל:

עפנט אויף די מקואות! לכל הפחות בימי השבתות

און איך וועל מיך ערקלערן:

ווי דער מצב שטייט יעצט, זענען רוב מקואות פארשלאסן, און בלויז געציילטע זענען אפן. פון די וואס זענען אפן, זענען א חלק בלויז פאר 'אייגענע' / 'היימישע' / 'אנ"ש', און אנדערע זענען פאר כל הקהל הקודש (אדער: ווער עס באצאלט טבין ותקילין. ווי ר' אברהם מאיר פאללמאן פון חברה הצלה דוויליאמסבורג האט זיך אויסגעדרוקט דעם פרייטאג: די מקוה גייערס זענען נעבעך 'לוקה ומשלם'.. סיי מען קען זיך אנשטעקן און סיי מען צאלט א געפעפערטן מקוה געלט)

יעצט איז אזוי. אינדערוואכן, באנוצט זיך א חלק עולם מיט ט' קבין, און די מקואות זענען האפנטליך נישט אזוי איבערגעפולט. אבער שבת קודש איז דער מציאות אז דער עולם זוכט א מקוה, און אז מען זוכט טרעפט מען, און וויבאלד בלויז א מספר מצומצם פון מקואות זענען אפן, קומט אויס אז אלע מקוה גייער גייען אדורך די עטליכע געציילטע מקואות. דאס איז א זאך וואס איז אין שארפן קאנטראסט צו דעם ציל פון "פלאך מאכן דעם בערגל" "פארשטייטערן דאס פארשפרייטונג" און אזוי ווייטער.

דערפאר שלאג איך פאר, אז אלע מקואות זאלן זיך צוריק עפענען, יעדער איינער פאר זיינע מיטגלידער, אזוי אז דער עולם זאל זיך מער אויסשפרייטן, און נישט אז הונדערטער אידן זאלן זיך טובל'ן אינעם זעלבן גרוב (און צוליב מאנגל אין האנטיכער - איבערנוצן יענעמס... בעיני ראיתי!) און דערמיט ערגער מאכן דעם מצב רח"ל.

(באזירט אויף מיין אייגענע ערפארונג דא אין מיין געגנט, וואס עטליכע חסידות'ן האלטן אפן די מקואות בלויז פאר די אייגענע, און דאן איז דא א קליינע געגנט מקוה וואו "יעדער" גייט, וכדי בזיון וקצף)

א גוטע וואך - בשורות טובות
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: אני מאשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

איז מיר אויס געקומען דעם פרייטיג אריין צו פאלן נעבען א מקוה און מיין געגענט, ווי א גרויפע באוואפענטע שחורים האבן קאנטראלירט די מאסן. די שחורים האבן זיכער געמאכט אז מען האלט סאושעל דיסטענס און די מקוה.

נישטא ווער זאל לאכן פונעם מצב.

צו מיין פראגע אוואו זענען די אנשטענדיגע בעלי בתים פון די פלאץ? זאגט מען מיר אז זיי זענען אדער קווארענטינד אדער זיצען זיי שבעה.

א גרויסע קהלישע מקוה איז ארייגעפאלן און די הענט פון אינגעלייט, וואס האבן לייף עקספיריענס ווייניגער ווי די שליח הקן פייגעל.

שומר פתאים ה׳
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אני מאשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א קליינע אפדעיט צו מיין איינטראגע:
לכאורה האט געשריבן:וואס נאך האב איך געזען?

מ'האט קלאר געווארנט אז מען זאל נישט קושן דעם הייליגן ספר תורה. האב איך געזען ווי אינגערמאן פלוני גיבט א קוש פאר'ן ספר, און עטליכע סעקונדעס דערויף האט הבחור אלמוני געקושט אקוראט אויפ'ן זעלבן ארט. פרעג איך אייך "איז דאס אויסגעהאלטן? קען מען דאס פארשווייגן?"

ווען איך האב זיי דאס אפירגעהאלטן, האבן זיי געפרעגט מיט קעלבערנע אויגן 'וואס קען געשען? מיר זענען אלע ב"ה אינג און געזונט'. אינטערעסאנט, אז פונקט דער פאטער פון דעם בחור אלמוני שפירט זיך נישט גוט (וויאזוי ווייס איך דאס? כ'האב אים געזען שטיין ביים פענסטער פון שוהל, ב"ה ער האט געהאט גענוג שכל צו בלייבן אינדרויסן, אבער זיינע בחורים פירן דאס רעדל אין שוהל די לעצטע פאר טעג), דאס מיינט אז דער מענטעלע קען ח"ו זיין א גרמא בנזקין איבערצופירן פון איינעם צום צווייטן די מחלה המדבקת ל"ע, וכדי בזיון וקצף.

ווער איך היינט געוואויר, אז נישט מער און נישט ווייניגער, נאר דער "אינגערמאן פלוני" וואס האט געקושט דעם ס"ת יענעם ראש חודש ניסן, איז באותה שעה געווען פאזעטיוו פאר די ווירוס רח"ל. ער האט געמיינט אז ער האלט שוין דערנאך, וויבאלד ער האט נישט געשפירט אפאר טעג פריער, אבער דערווייל איז דאס געווען די שטילקייט בעפאר דעם שטורעם. מאנטאג דערויף - פרשת צו - איז אים שלעכט געווארן אין בית המדרש(!), ער האט געשפירט ווי ער פארלירט דעם אטעם, און פון יענעם טאג ביז נאך פסח איז ער נעבעך געווען פארשמאכט אין שטוב מיט שרעקליכע סימפטאמען, אריינגערעכנט אומגעהויערע שוואכקייט, אפליגן אין בעט רוב שעות פון טאג, און פראבלעמען ביים אטעמען. ב"ה ער איז נישט אנגעקומען אין שפיטאל, אבער ער האט געהאט דעם ווירוס אויף א פעסטן פארנעם. אבער דעם ספר תורה האט ער געמוזט קושן, למען השם.
לכאורה האט געשריבן:
איינער פון די בריחי התיכון פון דעם זעלבן בית המדרש, ליגט יעצט אין שפיטאל אויף א רעספערעיטאר ל"ע, זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב בתושח"י. אבער דאס בית המדרש גייט ווייטער אן. אויף וועמענ'ס אחריות?

יענער איד איז שוין ליידער נישט בין החיים, ת.נ.צ.ב.ה. און ב"ה אז דאס בית המדרש איז מער-ווייניגער אפגעשלאסן געווארן קורץ נאך מיין היזיגע אויסברוך. (נע, נישט צוליב מיין ארטיקל, הצלה האט פשוט געדארפט אריינפירן אין שפיטאל איינע פון די מתפללים און דארט האט זיך עס געענדיגט).
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”