קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

ברוכים הבאים.

אזויווי ניו יארק און אויך ניו דזשערסי זענען יעצט די עפי-צענטער (צענטער-פונקט) פון די אנגייענדע קאראנאוויירוס קריזיס אין אמעריקע, פארדינט זיך אן עקסטערע אשכול פאר די טריי-סטעיט עריע.

-----

ווי באקאנט האבן די געזונטהייט עקספערטן שוין אויפגעגעבן אויף די פראבעס צו אינגאנצן אפשטעלן די וויירוס.
אין אנפאנג ווען די וויירוס איז בלויז געווען קאנצעטרירט אין טשיינע האט מען נאך פרובירט זיך איינצורעדן אז עס איז שייך דאס אפצושטעלן, אבער איינמאל עס איז ארויס פון קאנטראל און עס איז שוין צושפרייט אין איבער 180 לענדער (אין די וועלט איז נאר פארהאנען 193 לענדער) איז דאס שוין נישט מעגליך צו אינגאנצן אפשטעלן.

לויט די עקספערטן דארף מען ערווארטן אז די פאנדעמיק וועט אנגיין פאר לאנגע חדשים ביז עס וועט זיך בארואיגן.

די מיליאן דאלאר פראגע איז אבער, וויאזוי קען מען מינימיזירן די טויטפעלער אז עס זאלן נאר פארגעקומען די ווייניגסטע צאהל טויטפעלער ס'נאר שייך?

אויף דעם איז דא עטליכע ענטפערס, שריט וואס בעז"ה קען מען דאס מינימיזירן.

דאס ערשטע איז פארשטייט זיך דאס פראדוצירן א וואקסין וואס זאל אימיוניזירן דאס מענטשהייט צו די וויירוס. אבער דאס איז דאך א מעשה פון ווייניגסטענס א יאר צו א יאר אנדערטהאלבן ווילאנג מ'קען פארזיכערן אז די וואקסינאציעס טוען אויף, און נאך וויכטיגער דארף מען פארזיכערן אז די וואקסינען וועלן נישט מאכן די וויירוס ערגער.

די צווייטע אפציע איז דאס פראדוצירן מעדיצינען און טערעפיודיקס וכדו'וואס וועלן העלפן מענטשן צו אפשלאגן די וויירוס, און דאס וועט ווי פארשטענדליך דראסטיש מינערן די צאל טויטפעלער.
דאס קען זיין א געים טשענדזשער און עס איז דא צענדליגע פירמעס וואס ארבעטן דערויף, און עס קומען שוין פאר טרייעלס אויף מעדיצינען אין אמעריקע און איבער די גאנצע וועלט.

די דריטע איז די וויכטיגסטע שריט וואס אינווידואלן קענען טוהן, און דאס איז סאושעל דיסטענסינג, פארמיידן גרויסע צוזאמקנופטן, וואשן די הענט כסדר, און נישט אנרירן די פנים.

די פערטע און מסתם וויכטיגסטע אפציע וואס די רעגירונגן איבער די וועלט דארפן טוהן, איז דאס מאכן זיכער אז די העלט סיסטעמען אין זייערע לענדער ווערן נישט איבערגעפילט און פארפלייצט מיט די טויזנטער וויירוס קראנקע פאציענטן וואס דאס פארמערט שטארק די צאל טויטפעלער זינט אויב די מעדיקל סיסטעם קען נישט הענדל אזויפיל פאציענטן, ובפרט אזעלכע פאציענטן וואס ברויכן ICU קעיר און ברויכן ווענטילעיטערס וכדו', דארפן די דאקטוירים פשוט מאכן א טריאש און אנהייבן דן זיין דיני נפשות וועלכע פאציענט צו לאזן שטארבן און וועמען יא ארויפצולייגן אויף א ווענטילעיטער/רעספירעטאר.

לענינינו לאמיר כאפן א בליק איבער די מצב אין ניו יארק, און די שאצונגן איבער וואס די שפיטאל נויט וועט זיין, און די פאקטישע גרייטקייט פון די ניו יארק סטעיט און פעדעראלע רעגירונגען צו האנדלען מיט די קריזיס.
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום זונטאג מארטש 29, 2020 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200329-162544_Chrome.jpg
Screenshot_20200329-162544_Chrome.jpg (249.31 KiB) געזען 27023 מאל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דאס האמיר געשריבן אינעם אנדערן אשכול, אבער עס קומט באמת דא.

ניו יארק גאווערנער קאומא האלט אפ א פרעסע קאנפערענץ א יעדן פארמיטאג, ווי ער געבט איבער א דעטאליזירטען אפדעיט איבער די סיטואציע איבער ניו יארק, און עס קומט באגלייט מיט גאר אינפארמאטיווע טשארטס.

לויט קאומא'ס שאצונגן וועט ניו יארק דארפן האבן ארום 140k בעטן ביי די הויכפונקט, און נאך וויכטיגער וועט
מען דארפן האבן 40 טויזנט ICU בעטן. אן "ICU בעט" מיינט א בעט מיט א ווענטילעיטער.

אין געווענליכע צייטן פארמאגט די גאנצע ניו יארק סטעיט שפיטאל סיסטעם נאר 53 טויזנט שפיטאל בעטן, און בלויז 3 טויזנט ווענטילעיטערס - ICU בעטן.

דאס איז די קריטישע פראבלעם, יעצט וואס איז די סעלושען דערצו?

קאומא'ס סטראטעגיע וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט די בעטן מאנגל איז ווי פאלגנד:

יעדע איינציגסטע שפיטאל אין די סטעיט איז געווארן באפוילן אז זיי "מוזן" אהערשטעלן נאך בעטן אין זייער שפיטאל, זיי מוזן פארגרעסערן זייער בעטן מעגליכקייט מיט ווייניגסטענס 50% און אויב זיי קענען ביז 100%.

וויאזוי זיי קענען דאס טוהן? דאס איז די דאגה פון די אינווידואלע שפיטעלער! זיי קענען דאס טוהן דורך נוצן די אפעראציע רעקאווערי רומס, נוצן די צימערן פון די פריוואטע דאקטוירים וואס פארנעמען געווענליך צימערן אין די שפיטאל בילדונג און געווענליך קומען שוין די צימערן מיט בעטן, אויפשטעלן טעמפערערי צימערן אין האולוועיס אדער לאביס, וכדומה, די שפיטעלער דארפן זיך אליינס זעהן אן עצה צו געבן.

דאס העכערן די שפיטעלער קעפעסיטי ברענגט ארויף די צאהל בעטן איבער די סטעיט צו ארום 85k.

די יו עס נעווי שפיטאל שיף גייט אנקומען מאנטאג קיין ניו יארק, די שיף פארמאגט נאך טויזנט בעטן.
די ארמיי קאור אינדזשענירן בויען שוין 4 טעמפערערי שפיטעלער מיט טויזנט בעטן יעדעס איינע, און קאומא גייט בעטן פון טראמפ צו באשטעטיגן נאך 4 אזעלכע טעמפערערי שפיטעלער, וואס צוזאמען קומט דאס אויס צו נאך 9 טויזנט בעטן.

פאר די איבעריגע 45k בעטן טראכט ער פון נוצן שטאטישע דארמיטאריס און האטעלן וואס ביידע שטייען יעצט עניוועי ליידיג.

יעצט צו די ווענטילעיטערס/רעספרעטארס - ICU בעטן מאנגל, איז די פלאן אזוי:

די שטאט האט יעצט ארום 3-4 טויזנט ווענטילעיטערס.
ניו יארק האט איינגעקויפט אויף די אייגענע האנט נאך ארום 7 טויזנט ווענטילעיטערס.
טראמפ האט שוין געשיקט 4,400 ווענטילעיטערס.
סך הכל איז דאס עטוואס מער ווי 15 טויזנט ווענטילעיטערס.

מ'האט שוין אויספרובירט צו נוצן איין ווענטילעיטער פאר 2 מענטשן און עס האט זיך אויסגעארבעט און מ'גייט עס שוין אנהויבן טוהן.
דאס מיינט אז די 15 טויזנט ווענטילעיטערס קען מען נוצן פאר ארום 25 טויזנט ICU בעטן.

עקסטער גייט די עף-די-עי היינט געבן א נאציאנאלע עמערזשענסי ווידעאו אינסטרוקשען וויאזוי צו טוישן די אנעסטישעאלעדזשיס דעווייסעס צו א געהעריגע ווענטילעיטער.
דאס איז די מאשינען וואס מ'נוצט צו העלפן מענטשן אטעמען בשעת אן אפעראציע, און אזויווי רוב אפעראציעס וואס מ'קען אפשטופן האט מען אפגעשטופט זענען דאך געווארן אוועילעבעל צענדליגער טויזנטער אזעלכע דעווייסעס/ווענטילעיטערס.

דאס מיינט אז מ'איז בערך געקאווערט מיט ווענטילעיטערס, אבער פארשטייט זיך אז דאס נוצן צוויי מענטשן אויף איין ווענטילעיטער איז נישט די בעסטע זאך (ווייל אין רוב מילדע קעיסעס ווערט די ווענטילעיטער אטעמען ראטע וכדו' קאנטראלירט אויטאמאטיש דורך די פאציענט אליינס, אבער אז ס'איז דא צוויי מענטשן דערויף איז דאס נישט מעגליך אז איינער זאל קאנטראלירן דעם צווייטנס אטעמען.) אבער אז מ'מוז מוז מען.

סוי באואם ליין, יעצט האט מען נאך איבערגענוג פון אלע סופלייס, און די סטעיט האט נאך גאר אסאך אין זייער סטאקפיילס, יעצט אויפן מינוט האט מען נאך גענוג ווענטילעיטערס, און מ'האט נאך גענוג שפיטאל בעטן.

קאומא רעדט אגאנצן צייט פון זיין גרייט אויף די עיפעקס (די הויכפונקט) וואס גייט פארקומען אין בערך 2 - 3 וואכן ארום, און אויף דעמאלטס קען מען ח"ו זיין אויף גרויסע צרות אויב מ'גרייט זיך נישט אהן און מ'סטאקט זיך נישט אהן מיט די לעבנסוויכטיגע עקוויפמענט פון פאראויס
אטעטשמענטס
Screenshot_20200327-141913~2.png
Screenshot_20200327-141913~2.png (540.35 KiB) געזען 26932 מאל
Screenshot_20200329-141835~2.png
Screenshot_20200329-141835~2.png (560.69 KiB) געזען 26932 מאל
Screenshot_20200329-141925~2.png
Screenshot_20200329-141925~2.png (535.35 KiB) געזען 26932 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

נאך עטליכע אפדעיטס פון גאווערנער קאומא'ס היינטיגע פרעסע קאנפערענץ.

געמישטע נייעס.
פון איין זייט איז שטארק געשטיגן די צאל נייע האספיטעלאציעס און די זעלבע איז מיט די פרישע ICU אדמישענס, אין אנדערע ווערטער די נעכטיגע בעסערע נומער איז מסתם א קארעקשן פון די טעג בעפאר, אבער די טרענד גייט ווייטער אויף ארויף.

אבער פון די צווייטע זייט איז דא בעסערע נייעס אז די טרענד איז אביסל שטייטער ווי מ'האט ארגינעל געהאט געשאצט, און אנשטאט די האספיטעלאציעס זאלן זיך דאפלען יעדע צוויי דריי טעג, דאפעלט זיך עס נאר יעדע 6 טעג.

אזוי אויך די צאהל נייע אינטובעישנס (דאס מיינט ארויפלייגן א מענטש אויף א ווענטילעיטער) איז געפאלן, און די טרענד איז אויף אראפ.

כ'פארשטיי נאר נישט וויאזוי קען זיין אז מ'האט מער מענטשן אדמיטעד צו די ICU וואס דאס מיינט אין די יעצטיגע פאל א ווענטילעיטער, אבער מ'האט ווייניגער מענטשן אינטובעיטעד.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200329-142224~2.png
Screenshot_20200329-142224~2.png (510.46 KiB) געזען 26699 מאל
Screenshot_20200329-142217~2.png
Screenshot_20200329-142217~2.png (515.39 KiB) געזען 26699 מאל
Screenshot_20200329-142124~2.png
Screenshot_20200329-142124~2.png (515.93 KiB) געזען 26699 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח פאר די אפדעיטס
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פאראינטערסירט האט געשריבן:ניז געפאלן, און די

כ'אניש פארשטאנען דער לעצטער טשארט. וואו זעט מען דארט אז האספטילעזאציעס זענען ג'פאלען? אנהייב דאבלט זיך עס יעדע צוויי טעג שפעטער יעדע דריי וכו.
ווי אויך, וויאזוי פאסירט דאס אנגעבליך? וואס האט די שטאט געטוהן א די האספטילעזאציע ראטע זאל פאלן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יידישע קהילות האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:ניז געפאלן, און די

כ'אניש פארשטאנען דער לעצטער טשארט. וואו זעט מען דארט אז האספטילעזאציעס זענען ג'פאלען? אנהייב דאבלט זיך עס יעדע צוויי טעג שפעטער יעדע דריי וכו.
ווי אויך, וויאזוי פאסירט דאס אנגעבליך? וואס האט די שטאט געטוהן א די האספטילעזאציע ראטע זאל פאלן?

מ'זעהט דארטן די ראטע פון פרישע האספיטעלאציעס האט זיך פארשטייטערט, נישט אז עס איז געפאלן.

וויאזוי דאס פאסירט קען זיין וועגן עטליכע סיבות. קודם כל דאס אפשפארן די שטאט און אינפארסירן סאושעל דיסטענסינג טוט פארמינערן די צאל אנגעשטעקטע, אזוי אויך די קאמפיין צו ווארענען עלטערע און נישט געזונטע מענטשן זיך אכטונג צו געבן ווייזט פירות.
צווייטנס קען זיין אז מענטשן פרובירן אויסצומיידן די שפיטאל אויף ווי ווייט מעגליך צוליב די שטרענגע רעגולאציעס פון אייסעלאציע וכדו'.
דריטנס קען זיין אז איינע אדער עטליכע פון די נייע מעדיצינען ארבעטן און עס ברענגט אז מענטשן זאלן נישט דארפן אנקומען אין שפיטאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

נאך עטליכע אפדעיטס.

די פרישע 4 טעמפערערי שפיטעלער וואס די ארמיי קאור אינדזשענירן גייען יעצט בויען אין די אנדערע 4 באראו'ס, ד.מ. אלע 5 ניו יארק סיטי באראו'ס גייען באקומען א טעמפערערי שפיטאל מיט איבער טויזענט בעטן א יעדעס איינע. דאס איז חוץ די אנדערע 3 טעמפערערי שפיטעלער וואס זיי בויען אין אפסטעיט און אין לאנג איילענד.

ניו יארק האט שוין געטעסטעד איבער 172 טויזנט מענטשן.

די ראטע פון שפיטאל דיסטשארדזש גייט ארויף ב"ה.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200328-221523.png
Screenshot_20200328-221523.png (591.89 KiB) געזען 26411 מאל
Screenshot_20200329-141859.png
Screenshot_20200329-141859.png (551.58 KiB) געזען 26411 מאל
Screenshot_20200329-142247~2.png
Screenshot_20200329-142247~2.png (511.16 KiB) געזען 26411 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די היינטיגע נומערן פון ניו דזשערסי איז גאנץ ענליך צו די נעכטיגע אדער אפי' היבש בעסער מיט טויטפעלער, אבער ווי פארשטייט זיך קען מען נישט נעמען קיין ראי' פון 1-2 טעג.

נייע קעיסעס:
פרייטאג איז געווען 1,949 פרישע קעיסעס, שב"ק איז געווען 2,299 פרישע קעיסעס, און היינט איז געווען 2,262 נייע קעיסעס, דאס איז עטוואס ווייניגער ווי א טאג בעפאר.

טויטפעלער:
פרייטאג איז געווען 27 פרישע טויטפעלער, שב"ק איז געווען 32 פרישע טויטפעלער, און היינט איז געווען 21 נייע טויטפעלער, דאס איז מיט 11 טויטפעלער אדער 35% ווייניגער ווי נעכטן.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200330-001019~2.png
Screenshot_20200330-001019~2.png (108.35 KiB) געזען 26361 מאל
Screenshot_20200329-213631~2.png
Screenshot_20200329-213631~2.png (247.33 KiB) געזען 26361 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

עס איז אינטערעסאנט קאומאס צוגאנג צום וויירוס.
פון איין זייט דעליווערט ער לכאורה מער ווי סיי וועלכע פלאץ אין די וועלט אין טערמס פון צולייגן שפיטאל קעפעסעטי, ווענטילעיטארס, וכדומה.
אבער פון די אנדערע זייט, מיט סאושעל דיסטענסינג גייט ער זייער שוואך, סיי מיט די רולס וואס זענען נאך גרינגער ווי רוב אמעריקע, שוין אפגערעדט פון די איבריגע וועלט, און סיי מיט ענפארסמענט וואס עקזיסטירט קוים.
ווען מען רעדט מיט אידן פון מאנטרעאל אדער אנטווערפן און אפילו לאנדאן זעהט מען אז די סאושעל דיסטענסינג דא איז ממש א דזשאוק.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

ניו יארק סיטי אפדעיט, פון היינט זונטאג נאכמיטאג מארטש 29 אום 4 אזייגער.

די צאהל נייע קעיסעס איז געווען 2,709 דאס איז מיט ארום 1,300 ווייניגער קעיסעס ווי נעכטן.
טאטעל טויטפעלער איז 776, דאס איז מיט 104 מער ווי א טאג בעפאר.

כ'גלייב נישט אז די היינטיגע נומערן זענען פונקליך, קען זיין אז וועגן ס'איז זונטאג באריכטעט מען ווייניגער, און ס'וועט קומען א קארעקשן מארגן, אבער פון די אנדערע זייט לאמיר יא האפן אז די טרענד אויף ארויף שטעלט זיך אפ.

די סטאטיסטיקס: צוטיילט לויט די באראוס און לויט די גענדער און עידזש:

80% אנגעשטעקטע זענען מענטשן אונטער 65 יאר!
98% טויטפעלער זענען ביי מענטשן וואס האבן געהאט אן אנדערלייאינג שווערע קרענק.
71% טויטפעלער זענען ביי מענטשן העכער 65
5% טויטפעלער בײ מענטשן אונטער 45.
60% טויטפעלער זענען מענער, 40% פרויען.

די טשארט אונטן: די רויטע באדייט די צאהל נייע קעיסעס, און די פינקע איז די צאהל אנגעזאמעלטע קעיסעס.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200330-001757~2.png
Screenshot_20200330-001757~2.png (108.51 KiB) געזען 26303 מאל
Screenshot_20200330-001809~2.png
Screenshot_20200330-001809~2.png (104.79 KiB) געזען 26303 מאל
Screenshot_20200330-001800~2.png
Screenshot_20200330-001800~2.png (89.01 KiB) געזען 26303 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יואל שרייבער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט קאומאס צוגאנג צום וויירוס.
פון איין זייט דעליווערט ער לכאורה מער ווי סיי וועלכע פלאץ אין די וועלט אין טערמס פון צולייגן שפיטאל קעפעסעטי, ווענטילעיטארס, וכדומה.
אבער פון די אנדערע זייט, מיט סאושעל דיסטענסינג גייט ער זייער שוואך, סיי מיט די רולס וואס זענען נאך גרינגער ווי רוב אמעריקע, שוין אפגערעדט פון די איבריגע וועלט, און סיי מיט ענפארסמענט וואס עקזיסטירט קוים.
ווען מען רעדט מיט אידן פון מאנטרעאל אדער אנטווערפן און אפילו לאנדאן זעהט מען אז די סאושעל דיסטענסינג דא איז ממש א דזשאוק.

און דאס גיבט צו שטאף פאר די קאנספיראציע אז עס גייט אים נישט עכט אן אז עס איז דא אביסל מער טויטע רח"ל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אפדעיט פון די מצב איבער ניו יארק סטעיט.

נייע קעיסעס.
היינט איז איז צוגעקומען 6,220 נייע קעיסעס, דאס איז מיט 1,160 ווייניגער ווי א טאג בעפאר.

נייע טויטפעלער.
היינט 131 פרישע טויטפעלער, דאס איז מיט 107 ווייניגער ווי א טאג בעפאר.

די ראטע פון נייע קעיסעס איז גאנץ סטאביל, דאס מיינט צו זאגן אז עס דאפעלט זיך נישט אזוי שנעל ווי מ'האט ארגינעל מורא געהאט. אבער נאכאמאל ווי געזאגט דארף מען האבן נומערן פון עטליכע צו קענען בויען דערויף.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200330-000938~2.png
Screenshot_20200330-000938~2.png (139.3 KiB) געזען 26265 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר די אינפארמאטיווע ידיעות, אזוי שיין און קלאר אראפגעלייגט צו וויסן וואו מען האלט דא ביי אונז, קען נישט זיין בעסער.

איך וויל פארשטיין, לענ''ד איז אין א שטאט און סיטי כמעט נישט שייך אז די סאושעל דיסטענסינג זאל העלפן, חוץ אויב מען אינפארסירט עס שטרענגער ווי שטרענג אז אין יוצא ואין בא און קיין שום טיר עפענט זיך נישט.
למשל, אין קרית יואל, די קינדער שפילן זיך איינער מיטן צווייטן, די טאטעס קענען זיין איינגעשפארט פון היינט ביז מארגן, אבער אלעס קען גיין דורך די קינדער, די זעלבע אז מען גייט אין גראסערי, ועוד ועוד.

און נאכדערצו אז עס איז שוין טו לעיט, יעדער האט עס דא, פינטל. מען שפארט איין דעם, און אכציג מענטשן ארום אים האבן עס שוין און זיי וועלן נאר וויסן אין א וואך ארום. פארוואס דערמאנט מען זיך אזוי שפעט, פארוואס ווען מען האט נאר געהערט אז אין טשיינע איז דא א מגיפה האט מען נישט אפגעשפארט די טויערן פונעם לאנד און אין יוצא ואין בא און שלום על אמעריקע. פארוואס ווארט עס זאל אנקומען און מען איז עס מקבל בסבר פנים יפות, און יעצט איז שוין לאחר המעשה, מען קען עס האבן און מען ווייסט נישט וכו' וכו'. די פייערלעשער קומען אן ווען די געביידע איז שוין איינגעהילט אין פלאמען, שקויעך...
איך האב גראדע געליינט אז אין סאלוואדור האט מען אזוי געטון און מען האט פארשפארט די גאנצע לאנד נאך בעפאר די ערשטע פאל אפילו, און די מידיע האט געמאכט א ויצעקו קעגן דער קלוגע שריט, נוסח מידיע...
לכאורה דאס וויל יעצט טראמפ טון אז מען זאל כאטש אפשפארן די סטעיטס, פארוואס איז קאמא אזוי קעגן דעם?

בקיצור, די גאנצע מצב דארף א ביאור וואס פונקטליך די חשבון איז דא, אויב איר קענט אביסל מער מסביר זיין מיט אייער קלארע כח הסברה, יישר כח.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאראינטערסירט האט געשריבן:אפדעיט פון די מצב איבער ניו יארק סטעיט.

נייע קעיסעס.
היינט איז איז צוגעקומען 6,220 נייע קעיסעס, דאס איז מיט 1,160 ווייניגער ווי א טאג בעפאר.

נייע טויטפעלער.
היינט 131 פרישע טויטפעלער, דאס איז מיט 107 ווייניגער ווי א טאג בעפאר.
.

פון וואו קומען די ציפערן? וויפיל איך זעה זענען די ציפערן נאכנישט אינדרויסן.
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מאנטאג מארטש 30, 2020 1:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @פאראינטרעסירט.

יואל שרייבער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט קאומאס צוגאנג צום וויירוס.
פון איין זייט דעליווערט ער לכאורה מער ווי סיי וועלכע פלאץ אין די וועלט אין טערמס פון צולייגן שפיטאל קעפעסעטי, ווענטילעיטארס, וכדומה.
אבער פון די אנדערע זייט, מיט סאושעל דיסטענסינג גייט ער זייער שוואך, סיי מיט די רולס וואס זענען נאך גרינגער ווי רוב אמעריקע, שוין אפגערעדט פון די איבריגע וועלט, און סיי מיט ענפארסמענט וואס עקזיסטירט קוים.
ווען מען רעדט מיט אידן פון מאנטרעאל אדער אנטווערפן און אפילו לאנדאן זעהט מען אז די סאושעל דיסטענסינג דא איז ממש א דזשאוק.

דאך שטרענגער ווי פלארידע וואס די ביעטשעס זענען נאך אפן אין אסאך קאונטי'ס.

און פלארידע איז אסאך עלטער.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יישר כוח @פאראינטערסירט פאר דיינע קלארע באריכטן.

צום ערשטן תגובה די דריטע און פערטע אפציע זענען איינס, דאס הייסט די סאושעל דיסטענסינג איז צו פלעטענען די קורוו, נישט אז ס'גיבט עני האפענונג עס אפצושטעלן, נאר צו פארשטייטערן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח פאר די אינפארמאטיווע ידיעות, אזוי שיין און קלאר אראפגעלייגט צו וויסן וואו מען האלט דא ביי אונז, קען נישט זיין בעסער.

איך וויל פארשטיין, לענ''ד איז אין א שטאט און סיטי כמעט נישט שייך אז די סאושעל דיסטענסינג זאל העלפן, חוץ אויב מען אינפארסירט עס שטרענגער ווי שטרענג אז אין יוצא ואין בא און קיין שום טיר עפענט זיך נישט.
למשל, אין קרית יואל, די קינדער שפילן זיך איינער מיטן צווייטן, די טאטעס קענען זיין איינגעשפארט פון היינט ביז מארגן, אבער אלעס קען גיין דורך די קינדער, די זעלבע אז מען גייט אין גראסערי, ועוד ועוד.

און נאכדערצו אז עס איז שוין טו לעיט, יעדער האט עס דא, פינטל. מען שפארט איין דעם, און אכציג מענטשן ארום אים האבן עס שוין און זיי וועלן נאר וויסן אין א וואך ארום. פארוואס דערמאנט מען זיך אזוי שפעט, פארוואס ווען מען האט נאר געהערט אז אין טשיינע איז דא א מגיפה האט מען נישט אפגעשפארט די טויערן פונעם לאנד און אין יוצא ואין בא און שלום על אמעריקע. פארוואס ווארט עס זאל אנקומען און מען איז עס מקבל בסבר פנים יפות, און יעצט איז שוין לאחר המעשה, מען קען עס האבן און מען ווייסט נישט וכו' וכו'. די פייערלעשער קומען אן ווען די געביידע איז שוין איינגעהילט אין פלאמען, שקויעך...
איך האב גראדע געליינט אז אין סאלוואדור האט מען אזוי געטון און מען האט פארשפארט די גאנצע לאנד נאך בעפאר די ערשטע פאל אפילו, און די מידיע האט געמאכט א ויצעקו קעגן דער קלוגע שריט, נוסח מידיע...
לכאורה דאס וויל יעצט טראמפ טון אז מען זאל כאטש אפשפארן די סטעיטס, פארוואס איז קאמא אזוי קעגן דעם?

בקיצור, די גאנצע מצב דארף א ביאור וואס פונקטליך די חשבון איז דא, אויב איר קענט אביסל מער מסביר זיין מיט אייער קלארע כח הסברה, יישר כח.

די חשבון איז אין הכי דו קענסט עס נישט אינגאנצן אפשטעלן ווייל ס'איז נישט שייך צו איזאלירן יעדעם איינעם, פון דעסטוועגן דאך ווי מער סאושעל דיסטענסינג אלץ שטייטער וועט זיך די וויירוס פארשפרייטן, און אזוי וועט מען מינימיזירן די שנעלקייט פון די פארשפרייטונג.

אנשטאט איינער זאל אנשטעקן צענדליגע מענטשן ביי א פארטי וכדומה זאל ער נאר אנשטעקן עטליכע מענטשן ווען ער גייט אין גראסערי, דאס מיינט אז מ'האט געשניטן די שנעלקייט פון די אינפעקשן ראטע מיט 80 - 90 פראצענט.

און ווי געזאגט ווי שטייטער די פארשפרייטונג גייט אלץ בעסער און גרינגער קען זיך די העלט קעיר סיסטעם ספראווענען דערמיט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פאראינטערסירט האט געשריבן:

דאס וואס איהר זאגט, איז זייער גערעכט.
די דאקטוירים האבן שוין פארפיהרט און געשריגן פורים צייט, אז מען זאל קוקען וואס גייט פאר אין איטאליע, און זיך אפלערנען, אז נישט וועט עס קאסטן נפשות. זיי האבן אלע געשריגן, אז מען מוז "אויסשפרייטן" אז די וויירוס זאל נישט פלוצלינג איבערנעמען די העלטה קעיר סיסטעם. נו... מען האט געלאכט אין די פויסטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז ער וויל דייקא יא אז צוביסלעך זאלן מער און מער מענטשן זאלן ווערן אנגעשטעקט, און ווערן אומיונד. אז נישט וועט מען קיינמאל נישט פטור ווערן דערפון. נאר עס דארף זיין אויף א שטייטער פארנעם
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר עס מסביר זיין, דאס איז לכאורה די פשוטע הסבר.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ווי געווארנער קאומא האט איבערגעגעבן ביי זיין פרעסע קאנפערענץ שטייט די טויט-צאל אין ניו יארק ביי כאטש 1,218, מיט 253 מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די לעצטע 24 שעה אליינס.

סטעיטווייד האבן 66,497 געטעסט פאזיטיוו, מער פון 9,500 זענען אין שפיטאל, דערפון זענען 2,352 אין ICU.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יש ברירה האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:אפדעיט פון די מצב איבער ניו יארק סטעיט.

נייע קעיסעס.
היינט איז איז צוגעקומען 6,220 נייע קעיסעס, דאס איז מיט 1,160 ווייניגער ווי א טאג בעפאר.

נייע טויטפעלער.
היינט 131 פרישע טויטפעלער, דאס איז מיט 107 ווייניגער ווי א טאג בעפאר.
.

פון וואו קומען די ציפערן? וויפיל איך זעה זענען די ציפערן נאכנישט אינדרויסן.

איך נעם די ציפערן פון די 1point3acres וועבסייט.

די וועבסייט לייגט אריין אלע רעפארטס אויף די טאג וואס עס קומט ארויס, דאס טייטש אפי' די נומער רעפרעזענטירט די נעכטיגע קעיסעס, וועלן זיי דאס אריינלייגן אויף היינט.

די מעשה איז אזוי, ניו יארק סטעיט געבט ארויס זייערע נומערן איינמאל א טאג ביי די גאווערנערס פרעסע קאנפערענץ, און דערנאך אפדעיטן זיי עס אויף די ny.gov וועבסייט.
אבער ניו יארק סיטי אפדעיט זייערע נומערן אויף די nyc.gov וועבסייט צוויי מאל א טאג, 11 אינדערפרי און 7 נאכמיטאג.

ממילא וועט די א.ד. וועבסייט אריינלייגן די ניו יארק סיטי נאכמיטאג רעפארט אין די ס"ה קעיסעס פארן טאג, און זי וועט עס אראפנעמען פון די קומענדיגע ניו יארק סטעיט רעפארט וואס קומט ארויס די קומענדיגע טאג.

כ'האף אז איהר פארשטייט וואס כ'זאג.

אגב די נעכטיגע נומערן אויף די א.ד. וועבסייט איז געווארן ארויפגעריקט און עס איז נעכטן צוגעקומען 7,157 נייע קעיסעס, וואס דאס איז מיט בלויז 240 ווייניגער נייע קעיסעס ווי א טאג בעפאר.
די זעלבע האבן זיי ארויפגעריקט די נעכטיגע טויטצאל צו 192 וואס דאס איז מיט בלויז 46 ווייניגער נייע טויטפעלער ווי א טאג בעפאר.

---
יש ברירה האקט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אהא...

טא, די ציפערן וועלכע מען באריכט פריער אין טאג זענען אפציעל נישט די פולע בילד. טא מען קען נישט עכט פארגלייכן די ציפערן צו די פריערדיגע טאג צו זעהן די טראדזשעקטערי, איידער די פולע בילד קומט ארויס...

אלענפאלס, טענקס פאר דיינע באריכטן!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:יישר כוח @פאראינטערסירט פאר דיינע קלארע באריכטן.

צום ערשטן תגובה די דריטע און פערטע אפציע זענען איינס, דאס הייסט די סאושעל דיסטענסינג איז צו פלעטענען די קורוו, נישט אז ס'גיבט עני האפענונג עס אפצושטעלן, נאר צו פארשטייטערן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל!

ריכטיג, אבער מיט די פערטע אפציע האב איך בעיקר געמיינט צו זאגן אז די רעגירונגן דארפן זעהן צו אנגרייטן זייערע העלט קעיר סיסטעמען אז עס זאל יא קענען פארנעמען די פלייץ פון פאציענטן אויף ווי ווייט מעגליך.
סיי מיט בעטן, סיי מיט סופליי, סיי מיט סטעף, און בעיקר מיט ווענטילעיטערס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”