א שמייכל מיט קאראנע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: א שמייכל מיט קאראנע
פרעג איך מיין זעקס יעריגע יונגעל דו פארשטייסט פארוואס עס איז נישט דא קיין חדר ?
ענטפערט ער יא אודאי ווייל עס איז נישט דא קיין טוילעט פעפער
ענטפערט ער יא אודאי ווייל עס איז נישט דא קיין טוילעט פעפער
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
Re: א שמייכל מיט קאראנע
ווער עס דארף מנין און א מקוה קען גיין צו שומרי הדת טשאפל
דארט איז דא ביידע
דארט איז דא ביידע
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
Re: א שמייכל מיט קאראנע
"פאזעטיווע" נייעס
א איד איז נארוואס געטעסט געווארן "נעגעטיוו"
א איד איז נארוואס געטעסט געווארן "נעגעטיוו"
- אזוי גאר!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6285
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע: עולם השפל
Re: א שמייכל מיט קאראנע
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווער עס דארף מנין און א מקוה קען גיין צו שומרי הדת טשאפל
דארט איז דא ביידע
100% גרעכט
קומט נישט אריין דא ווייל ס'איז א ביטערע מציאות
- אזוי גאר!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6285
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע: עולם השפל
Re: א שמייכל מיט קאראנע
אין מונטריאל האט די עולם אנגעהויבן אויס צוהערן* קיינער דרייט זיך נישט אויף די גאסן
*די וועטער וואס זאגט אז היינט גייט זיין א שטארקע רעגן
*די וועטער וואס זאגט אז היינט גייט זיין א שטארקע רעגן
לעצט פארראכטן דורך אזוי גאר! אום זונטאג מארטש 29, 2020 6:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: א שמייכל מיט קאראנע
זאגט מיר א חבר אז ער האט אנגעהויבן צו עסן ויפיל עס גייט וייל ער דארף זיך מער נישט זארגען אז ער וועט נישט קענען אדורך גיין די טיר וייל סיי ווי גייט ער נישט אדורך...
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: א שמייכל מיט קאראנע
א ערנסטע פראבלעם זעהט זיך אויפן האריזאנט, לויט געוויסע זאך ווייסערס.
אויב חלילה וועט מען פסח מוזן פארבלייבן אין די שטובער, וועט מען נישט קענען שרייען "כאלה" אינאיינעם מיט'ן בעל קורא.
עס לאזט זיך נישט זאגן די אנגסט און עגמת נפש פון אידישע קינדער נאר צו טראכטן דערפון, ה"י
אויב חלילה וועט מען פסח מוזן פארבלייבן אין די שטובער, וועט מען נישט קענען שרייען "כאלה" אינאיינעם מיט'ן בעל קורא.
עס לאזט זיך נישט זאגן די אנגסט און עגמת נפש פון אידישע קינדער נאר צו טראכטן דערפון, ה"י
- אזוי גאר!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6285
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע: עולם השפל
Re: א שמייכל מיט קאראנע
זיי זאגן אז נאך א וואך צוויי וואס דאס גייט אן אזוי, וועט מען שוין קיינעם נישט דארפן הייסן בלייבן אינדערהיים
פשוט קיינער גייט נישט אדורך פיטן די טיר ארויס צוגיין
פשוט קיינער גייט נישט אדורך פיטן די טיר ארויס צוגיין
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: א שמייכל מיט קאראנע
סטיטשינער האט געשריבן:א ערנסטע פראבלעם זעהט זיך אויפן האריזאנט, לויט געוויסע זאך ווייסערס.
אויב חלילה וועט מען פסח מוזן פארבלייבן אין די שטובער, וועט מען נישט קענען שרייען "כאלה" אינאיינעם מיט'ן בעל קורא.
עס לאזט זיך נישט זאגן די אנגסט און עגמת נפש פון אידישע קינדער נאר צו טראכטן דערפון, ה"י
א מין רשעות און אכזריות, יעדע פינף מינוט דערמאן איך מיר נאכאמאל דערפון און פלאץ אויס און א געוויין, מוזטו קומען און נאכאמאל דערמאנען!??
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: א שמייכל מיט קאראנע
נו גוט נו שוין האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:א ערנסטע פראבלעם זעהט זיך אויפן האריזאנט, לויט געוויסע זאך ווייסערס.
אויב חלילה וועט מען פסח מוזן פארבלייבן אין די שטובער, וועט מען נישט קענען שרייען "כאלה" אינאיינעם מיט'ן בעל קורא.
עס לאזט זיך נישט זאגן די אנגסט און עגמת נפש פון אידישע קינדער נאר צו טראכטן דערפון, ה"י
א מין רשעות און אכזריות, יעדע פינף מינוט דערמאן איך מיר נאכאמאל דערפון און פלאץ אויס און א געוויין, מוזטו קומען און נאכאמאל דערמאנען!??
ביזטעך שוין אזוי אלט קעניינעהארע און דו דרייסטעך ארום אן קיין מאסקע???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
Re: א שמייכל מיט קאראנע
א מודעה וואס הענגט ביי מיין שכן אויפן טיר:
דרינגענד געזוכט צו בארגן די סכום פון $3,000, זייט מוחל און שטיפט עס אונטערן טיר.
דרינגענד געזוכט צו בארגן די סכום פון $3,000, זייט מוחל און שטיפט עס אונטערן טיר.
Re: א שמייכל מיט קאראנע
די סיבה פארוואס איך הער נישט אויף צו עסן איז פשוט וייל איך וויל זיכער מאכן איך האב נישט פארלוירען די טעיסט...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
Re: א שמייכל מיט קאראנע
אינטערעסאנט אז נאר די גוטע אידן גייען פון קאראנע, נאכנישט געהערט פון קיין איין שלעכטע מענטש אדער א גנב וואס די קאראנע האט גענומען.
מ'דארף תשובה טון.
מ'דארף תשובה טון.
Re: א שמייכל מיט קאראנע
רבותי!
אין די יעצטיגע שווערע טעג געדענקט צו האלטן פאר די אויגן וואס די בעלי מוסר לערנען אונז אז 12 + 12 איז נישט די זעלבע ווי 24. לאמיר נישט מאכן קיין הפסק צווישען די בייגל פון ביינאכט און די בייגל פון צופרי.

- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3642
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
Re: א שמייכל מיט קאראנע
זאגט יוסף חיים ראטענשטרייך אז אין ליכט פונעם רוף פון רב פינטא נישט צו רופן דעם ווירוס ביים נאמען, איז אים איינגעפאלן אז עס שטייט אז אויב אן עבודה זרה ווערט גערופן גאלד, זאל מען עס רופן מיסט, אויב ווערט עס גערופן אור זאל מען עס רופן חושך... וכו'
זאגט ער זייער טרעפליך: די ווירוס ווערט דאך גערופן על שם דעם קרוין. נו, האט ער אפירגעזוכט דעם גרעסטן היפך און איז אנגעקומען צו די זאקן... "זאקן וויירוס!" די איינציגסטע פראבלעם איז נאר אז עס שמעקט... אבער ביי דעם וויירוס שמעקט מען דאך נישט... והכל על מקומו יבא בשלום! ויקרא שמו: זאקן וויירוס!

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 341
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm
Re: א שמייכל מיט קאראנע
מיין שכן האט אויפגעהאנגען ביי זיין טיר א צעטל: איך און מיין ווייב זענען נעגעטיוו
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4216
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: א שמייכל מיט קאראנע
לעצטע וואך, שטייען זיך א גאנצע שורה אין פאסט אפיס אין די רייע.
פלוצלינג קומען אריין צוויי חברה מיט מאסקעס. טאטאלע פאניק!
דערנאך רופן זיי זיך אהן, "דאס איז א רויבעריי! Hold Up". איעדער האט זיך בארואיגט.
פלוצלינג קומען אריין צוויי חברה מיט מאסקעס. טאטאלע פאניק!
דערנאך רופן זיי זיך אהן, "דאס איז א רויבעריי! Hold Up". איעדער האט זיך בארואיגט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: א שמייכל מיט קאראנע
Remember where you put your shoes. You'll need it one day...
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: א שמייכל מיט קאראנע
In Gaza...A Palestinian terrorist blew up his own house because he was told to work from home today!
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: א שמייכל מיט קאראנע
@סטיטשינער נעם דיר אפאר פון די גרינע (כ'וויל עס דיר נישט געבן ווייל כ'האב די ק....... סאו נעם עס דיר אליין)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי