פאראינטערסירט האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:ס'קוקט אויס (האפענטליך) אז די נומערן פון נייע קעיסעס אין ניו יארק בארואיגן זיך אביסל, הגם פון איינס אדער צוויי טעג איז נישט קיין ראי'.
שב"ק איז געווען 3,793 נייע קעיסעס, זונטאג איז געווען 4,570 נייע קעיסעס, מאנטאג איז געווען 6,134 נייע קעיסעס, און היינט דינסטאג איז געווען בלויז 3,349.
אבער די טויטפעלער פארמערן זיך יא אויף א שנעלע ראטע ל"ע.
שב"ק איז געווען 19 טויטפעלער, זונטאג איז געווען 73 טויטפעלער, מאנטאג איז געווען 36 טויטפעלער, און היינט איז געווען 85 טויטפעלער.
https://coronavirus.1point3acres.com/en
יעצט אן אפדעיט פון היינט מיטוואך.
אין ניו יארק סטעיט איז צוגעקומען 6,641 פרישע קעיסעס, דאס איז דאפעלט פון נעכטן, אבער מיט בלויז 500 קעיסעס העכער פון א טאג פארדעם - מאנטאג.
דאס מיינט לכאורה אז די נומערן פון כאטשיג די לעצטע צוויי טעג זענען נישט אזוי פונקטליך, און עס טוט זיך האפענטליך מער ווייניגער סטאביליזירן.
די נומער פרישע טויטפעלער איז לייכט געשטיגן מיט 10 מער ווי נעכטן, היינט איז געווען 95 נייע טויטפעלער.
און יעצט אן אפדעיט איבער פון דאנערשטאג מארטש 26.
אין גאנץ ניו יארק סטעיט אריינגערעכנט ניו יארק סיטי איז היינט צוגעקומען 6,103 נייע קעיסעס, דאס איז מיט איבער 500 ווייניגער ווי נעכטן, אבער נאכאלץ אסאך העכער ווי דינסטאג.
די נומער נייע טויטפעלער איז געפאלן מיט 10 פון נעכטן, ד.מ. היינט איז געווען 85 פרישע טויטפעלער.
דאס ווייזט ווארשיינליך נאכאמאל אז די דאטא איז נישט אזוי פונקטליך, און נעכטן איז באריכטעט געווארן קעיסעס פון אנדערע טעג און פון היינט קען נאך זיין אז ס'פעלט אביסל פון די נייע קעיסעס.
אבער עס קוקט אויס אוועראלל ווי עס טוט זיך האפענטליך בעז"ה אביסל סטאביליזירן.