שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

הרב לעבעדיגער
איר האלט אז דרויסנדיגע שפיטעלער וועלן בכלל מסכים זיין אננעמען חולים פון ניו יארק סיטי?????
איז דאס מעגליך???
מאכט נישט קיין סענס
ביטע מיר ענטפערן, ווייל כ'דארף וויכטיג די אדווייז, שכוח
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עס איז דא צוויי וועגן, איינס מ'מאכט עפעס א געשעפט מיט זיי, צוויי מ'זאגט זיי נישט פאראויס, זיי קענען נישט אפזאגן קיין אמבולאנסן, איך האב נישט די מעגליכקייט צו מאכן די ריסערטש אבער דער דאקטער וואס האט דאס מיר געזאגט איז קלאר אז מ'קען אויב מ'וויל און איך רעד פון א דאקטער וואס איז אין די "ליין".
איך קען נישט שיקן קיינעם דירעקט רעדן צו אים ווייל ער האט מיר א גאנצע טובה געטון און גענומען די צייט צו רעדן מיט מיר אין דעם מצב
דאס איז יעצט די גרעסטע שוועריקייטן, קענסט צו קיינעם נישט צוקומען און די צו וועם יא האבן נישט צייט און געדולד.
על כן, דארף מען זיך שטארק אריין לייגן דערין
אויב רעדסטו פון איינעם וואס האט נישט קאראנע דארף נישט זיין אזוי שווער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הרב בערל. איר רעדט דברים של טעם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לענ"ד, אלס חיוב פון "ונשמרתם מאד לנפשותיכם", דארף מען טון כל טצדקי שבעולם, נישט צו דארפן אנקומען אין שפיטאל. אפילו איינער וואס אטעמט שווער, זאל פרובירן צו טון וואס ער קען, מען זאל אים בארואיגן אז אלעס וועט זיין גוט און נישט זאגן אז ער גייט שטארבן און עס וועט אי"ה דורכגיין.

מען דארף טון אלעס וואס מען קען אז מען זאל נישט דארפן רופן די 'הצלה' און מען זאל נישט דארפן אריין גיין אין שפיטאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

Mount Sinai reportedly they're not giving equipment for the nurses to protect which is a deep shame
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

באקומען אין אימעיל, דריגענדע רוף פון א עסקן למען חולי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

עת צרה היא ליעקב... וממנה יושע

קבל את האמת ממי שאומרו.

כידוע שטיי מיר יעצט אינמיטן די קרונה סיטועישאן,  

וואס ממש אין בית אשר אין שם....

אלץ אן עסקן וואס ארבעט שוין נאנט מיט הצלה די לעצטע שטיק צייט, וויל איך מעורר זיין אין מרעיש עולמות זיין, אויף ווי אזוי מיר זעהן דעים מצב. 

געלייגט אין א זייט אלע חילוקי דעות פון יא דאווענען מיט מנין, נישט דאווענען מיט מנין,  מען הרגט אנדערע בידיים וכו.

וואס אמאל איז זיכער, אז עס האט זיך געשאפן יעצט א נייע מציאות, אין די שפיטעלער פון אפסטעיט ניו יארק, (מאנסי מאנרוי וועסשעסטער, והגלילות, אז מען לאזט בשום אין אופן שבעולם, נישט האבן קיין שום קאמיניקעישאן מיט די פעישענט'ס, אין ווי עס קיקט יעצט אויס, (הלוואי זאל איך נישט גערעכט זיין), שטארבן פון דעם אויס רובא דרובא דארטן נעבעך, 

אין די רגע וואס מען האט נישט קיין מציאות שבעולם, צו וויסן וואס מען טוהט מיטן חולה אין שפיטאל, אפילו אין פרידנס צייטן, וכל שכן יעצט ווען די דאקטורים האבן נישט קיין שום אינטרס אז די חולה זאל בלייבן לעבן, פארוואס זאלן זיי זיך אנשטרענגען, עס איז יעצט די מציאות פון ווען הצלה פירט אריין א חולה אין שפיטאל, קען מען קיין שום עקססעס נישט האבן מיר מיט קיינעם, ביז מען ריפט חברה קדישא....

די טויט רעיט יעצט אין די ניו יארקע שפיטעלער, האלט ביי 99.99 פערצענט,

רבונו של עולם, ווי זענען אינזערע עסקנים, קנאקערס, וואס זאלן פרובירן מרעיש עולמות זיין אז מען זאל מיזן צולאזן כאטשיג איין מענטש פון די קאמיונוטי אין יעדע שפיטאל, וואס זאל קענען צוקומען, זעהן, מודיע זיין  פאר די פעמולי, וואס עס טוט זיך מיט די חולה די גאנצע צייט.  

מיט די גאנצע שטארקייט פון די מחלה, איז נישט מעגליך אז מען שטארבט תיכף ומיד,  נאכן אנקומען אויף א רעספירעיטאר,

אין אויב א משפחה מיטגליד וויל זיין מיט די עלטערן אין די שווערסטע מינוטן, מיט וואס פאר א רעכט זאגט מען ניין, ער קען זיך אויך אנטוהן א גאנצע יוניפורם מיט א מאסק, אבער צו לאזן עלטערן אויסגיין אן זיין מיט די קינדער, איז נאכנישט געווען אין די היסטוריה פון אמעריקא, (אין עס איז ווארשיינליך קעגן פעדעראלן געזעץ), 

א עלטערע מענטש אין אזא מצב בכלל האט נישט די כוחות צו פייטן די מחלה, אויב מען נעמט צו די נאנטע פון זיי. 

ווי אויך זאל די שפיטאל מיזן ארויסגעבן א וידיאו פאר די משפחה, אויב חלילה וחס א משפחה מיטגליד ווערט נפטר, אין מען זאל קענען זעהן ווי אזוי די טריטמענט איז צוגעגאנגען, 

לאמיר איבערדרייען די שטאט, מיטן כח האחדות, אין אלע עסקנים, פאליטישאנס, חברים, שומרים, קול מבשר, פערלס, לאמיר שוין ווייזן פאר די שטאטישע טאטעס, אז אינז קערן פאר אינזערע נאנטע, אין מיר זענען נישט גרייט זיי צו לאזן אויסשטארבן,  מיטן תירוץ פון מגיפה, 

יעדער איינער וואס האט נאר הענט אין פיס, זאל מאכן א איבערקערעניש, 

אין מיינטס נישט אז די שפיטעלער, אין פאליטישאנס, מיינען אינזער טובה, זיי זענען פיל מיט זייערע אינטערעסן,

די הנהגה אין די שפיטעלער יעצט איז להבדיל ווי ביי מענגעלעס צייטן, א דאקטאר האט נישט מורא יעצט פין קיין שום לאו סוטס, "ווייל עס איז קאראנא" אינטערסאנט אבער נאר אין איטלי'  אין אין ניו יארק, איז דא אזא גרויסע זיכערע שנעלע טויט רעיט, קאראנא נעמט לענגער ביז עס הארגט די מענטש, והא ראי' די אלע וואס ווילן נישט גיין אין שפיטאל, אפילו מיט א שווערען אטעם, קומען אן בעסער ווי אין שפיטאל. פרעגטס אייער לאקאל הצלה מאן.   

לאמיר מקיים זיין ידינו לא שפכו את הדם הזה........

מיר מוזען מרעיש עולמות זיין דורך רופען, שרייבען אין אפשר אפילו אויך פראטעסטירען אז יעדע שפיטאל זאל לכל הפחות לאזן איין מענטש פון די קאממיוניטי אריין גיין, און מען זאל אויפשטעלן קאממענד צענטערס ווי משפחות און קרובים זאלן קענען דורך דעם באקומען אינפארמעישאן אויף זייערע באליבטע.. רבותי וועקטס ענק אויף, איך רעד פון אייגענע עקספיריענס וואס האט יעצט פאסירט און האלט אין איין פאסירען מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט.

נ.ב. ניו יארק סיטי בין איך נישט באקאנט, יתכן אז דארט ווי עס איז דא חשובע ליעזאנס איז מסתבר אז די מצב איז בעסער....
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: באקומען אין אימעיל, דריגענדע רוף פון א עסקן למען חולי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

חושב מחשבות... האט געשריבן:עת צרה היא ליעקב... וממנה יושע

נ.ב. ניו יארק סיטי בין איך נישט באקאנט, יתכן אז דארט ווי עס איז דא חשובע ליעזאנס איז מסתבר אז די מצב איז בעסער....

נאופס גאאאאאאארנישט בעסער
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: באקומען אין אימעיל, דריגענדע רוף פון א עסקן למען חולי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

$$$ What with the old Jewish way of
Giving nice chocolate arrangements with a Amazon gift ...card can go a long way
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

In queens and in flatbush a few Jewish restaurants donated Free pizza for the nurses and staff, things like.
.that usually goes a long way.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

וואס קען איך יעצט טון ארויס צו העלפן?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

און וויסן זאלט איר אז די אפסטעיט שפיטעלער זענען היפש ליידיג יעצט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

טויט רעיט 99%???
ביסטו מיט אלעמען??
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו

רבותי!
הזהרו בדבריכם!
אסאך מענטשען, מסתמא רוב מענטשן, וואס האבן שוועריגקייטן מיט אטעמען אדער אנדער קאמפליקאציעס און גיין אין שפיטאל מיינט הצלת נפשות כפשוטה.
נישט גיין צוליב חששות וואס מ'האט דא ג'שריבן איז איבוד עצמו לדעת.
פרעגט יעדע הצלה מעמבער אדער דאקטער.
מנהלים - פיקוח נפש!!! ביטער רייניגט אויס דעם אשכול.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

יידישע קהילות האט געשריבן:טויט רעיט 99%???
ביסטו מיט אלעמען??

He forgot the zero ...
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:קיינער איז נישט דארט מיט אים?

ניין, מען לאזט אריין נאר די פעישענט אליינס.
מיין טאטע איז איצט אריין געפירט געווארן אין שפיטאל מיט קאראנע, קיינער האט נישט געמעגט מיט גיין.
איך האב פריער גערעדט מיט אים פארציילט ער אז ווארטענדיג אין עמערדזשענסי רום איז א קאראנע פאציענט אויסגעגאנגען דארט אינעם צימער.
הצלה מעמבער האט מיר געזאגט אז די מצב איז אזוי פחדימ"דיג אז די עולם האט גארנישט קיין השגה
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

lebediger berel האט געשריבן:עס איז דא צוויי וועגן, איינס מ'מאכט עפעס א געשעפט מיט זיי, צוויי מ'זאגט זיי נישט פאראויס, זיי קענען נישט אפזאגן קיין אמבולאנסן, איך האב נישט די מעגליכקייט צו מאכן די ריסערטש אבער דער דאקטער וואס האט דאס מיר געזאגט איז קלאר אז מ'קען אויב מ'וויל און איך רעד פון א דאקטער וואס איז אין די "ליין".
איך קען נישט שיקן קיינעם דירעקט רעדן צו אים ווייל ער האט מיר א גאנצע טובה געטון און גענומען די צייט צו רעדן מיט מיר אין דעם מצב
דאס איז יעצט די גרעסטע שוועריקייטן, קענסט צו קיינעם נישט צוקומען און די צו וועם יא האבן נישט צייט און געדולד.
על כן, דארף מען זיך שטארק אריין לייגן דערין
אויב רעדסטו פון איינעם וואס האט נישט קאראנע דארף נישט זיין אזוי שווער

אויב א פאציענט קומט אריין דארט מיט א בלאד פרעשער העכער 88 שיקען זיי גלייך אהיים!
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

אפשר איז עם הארץ'ס אבער איז נישט שייך צו עפענען א אייגענע פאסיליטי, און צאלן געטרעינטע נוירסעס? דא אזויפיל אידישע פירמעס מיט קאמפאניס מיט נורסעס, מוז מען שיקן אין שפיטאל ווען זיי טוען גארנישט און גייען עפענן טעמפארעטי שפיטעלער?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי!
הזהרו בדבריכם!
אסאך מענטשען, מסתמא רוב מענטשן, וואס האבן שוועריגקייטן מיט אטעמען אדער אנדער קאמפליקאציעס און גיין אין שפיטאל מיינט הצלת נפשות כפשוטה.
נישט גיין צוליב חששות וואס מ'האט דא ג'שריבן איז איבוד עצמו לדעת.
פרעגט יעדע הצלה מעמבער אדער דאקטער.
מנהלים - פיקוח נפש!!! ביטער רייניגט אויס דעם אשכול.

פרעג דעם פרעג יענעם, פרעג דיך נאך ביי סיי וועם וואס האט א נאענטע משפחה אין שפיטאל יעצט, און ליידער איז יעצט דאס די מצב, יא איך פארשטיי ס'איז זייער שווער אראפצושלינגען אז די מציאות האט זיך געטוישט, אבער ליידער ליידער רובו דרובו מענטשן וואס שטארבן יעצט אין די שפיטעלער קומט עס פון א שרעקליכע נאכגעלאזנקייט אין די מינימאלע געברויכן פונעם חולה.

שרייב ביטע איבער דיין תגובה מיט די זעלבע רויטע ריזיגע פחד'דיגע אותיות נאר אויף פארקערט, סתם שרייען פאלג הצלה איז א שאלה פון פיקוח נפש, און פארשטיי אליין אז הצלה האט געזעצלעך נישט קיין רעכט נישט אריינצוטראגן א פאציענט, נאר מיט די חתימה פון א נאנטען, און מענטשן האבן נישט די ישוב הדעת צו נעמען די אחריות אויף זיך, אבער כו"ע מודי אפילו הצלה מעמבערס, אז ווען ס'וועט בידם וואלטן זיי קיינמאל נישט געשיקט אין שפיטאל

אוודאי דארף מען יעדע פאל פרעגן א מומחה, אבער סתם שיקן אין שפיטאל ווייל נעכטן איז דאס געווען די עצה, מיינט נאכנישט אז היינט איז דאס נאכאלס גילטיג.

מ'קען פרעגן ר' אליעזר האגער וכדו', אבער סתם שיקן בלינדערהייט איז איבוד עצמו לדעת
סוף מעשה במחשבה תחילה.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מיינס א קרוב משפחה האט מען נעכטן נאכט אריינגעפירט. אבער דאס איז געווען נאך א וואך וואס הצלה האט געטאן כל טצדקי אים צו קענען לאזן אינדערהיים.

הצלה פראבירט אויסדרוקליך נישט צו אריינפירן, אויסער ווען עס איז ממש עק וועלט.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

sorry for my English now, i have a family member in the hospitol and they are not allowing anyone despite the fact the patient is disabled and they are not taking the patients to toilet, nor they're cleaning them regulerly, and that's the reason of lockdown no one should see and sue them for necliance, and this is the reason of death in many cases
hashem yerachem,
ZAIDY BEREL did you came up with any news about hospitals which allows visitors? i'm ready to travel up to 24 hrs!.. please come in with info
tizke lemitzvos
Chatzarforshay עט gmail.com
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

לייפציק האט געשריבן:אפשר איז עם הארץ'ס אבער איז נישט שייך צו עפענען א אייגענע פאסיליטי, און צאלן געטרעינטע נוירסעס? דא אזויפיל אידישע פירמעס מיט קאמפאניס מיט נורסעס, מוז מען שיקן אין שפיטאל ווען זיי טוען גארנישט און גייען עפענן טעמפארעטי שפיטעלער?
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

אפשר קען מען אויסארבעטן אז מ'זאל צולאזן מענטשן וואס זענען געטעסט געווארן פאסיטיוו און דערנאך נעגעטיוו
וואס זיי זענען שוין אימיונט?

אפשר קען מען בעטן זעלענקא צו מאכן א ווידיאו פון דעם און אויפרודערן די וועלט?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי!
הזהרו בדבריכם!
אסאך מענטשען, מסתמא רוב מענטשן, וואס האבן שוועריגקייטן מיט אטעמען אדער אנדער קאמפליקאציעס און גיין אין שפיטאל מיינט הצלת נפשות כפשוטה.
נישט גיין צוליב חששות וואס מ'האט דא ג'שריבן איז איבוד עצמו לדעת.
פרעגט יעדע הצלה מעמבער אדער דאקטער.
מנהלים - פיקוח נפש!!! ביטער רייניגט אויס דעם אשכול.

פארוואס אויף דער וועלט קען מען נישט רעדן נארמאל, דער אייוועלט ווערט מער און מער גענויגט צו עקסטרעמע פאזיציעס
זייער פשוט, מען דארף זיין פארזיכטיג, און אודאי ביידע וועגן, ווער עס מוז גיין מוז גיין קוק איבער וואס כ'האב געשריבן!
דערווייל איז דער מצב זייער זייער נישט גוט פאר ווער ס'דארף צוקומען צו א שפיטאל, און אפשר אז מען וועט שמועסן נארמאל אפשר וועט זיך יאווען א סאלושען, אז מען וועט שטופן דעם קאפ אין וואנט אדער אין דער ערד וועט גארנישט געשען.
דארפסט פארשטיין נישטא יעצט קיין בית מדרש אדער רעסטוראנט להבדיל וואו מ'טרעף מיר זיך, מיר טרעפן זיך דא, און מיר שמועסן אויס.
הער אויס בעריש פעלדמאנס דרשה ביי גמ"ח הצלה כ'מיין פאראיאר, מיין קאפ האט געשווינדלט, וועט ער האט גערעדט וואס מיינט לאזן א פעישענט אליין אין פרידנס צייט,
איך וויל אויך זאגן אז רודערן יעצט האט ווייניגער שאנסן מצליח צו זיין ווי עסקנות
ווייל די גאנצע וועלט קוקט אן די שפיטאל ארבעטער ווי די גרעסטע העלדן שבעולם טארסט נישט רעדן "קעגן" זיי אפילו ברמיזה ווייל מ'וועט נישט וועלן שטיין אין דיינע ד' אמות
דארפסט פרובירן בכל הכוחות צו גיין "מיט" זיי אדער אינדערזייט פון זיי.
ליידער איך האב נישט געקענט אנקומען ווייטער מיט דעם פלאן צו זוכן פלעצער ווי היימישע מענטשן זאלן קענען גיין אינדרויסן פון ני סיטי נישט די מיט קאראנע און אפילו נישט די אן קאראנע, דער פרעשור איז מורא'דיג און יעדער ציטערט צו טון עפעס
דאס מיינט אבער נישט אז אנדערע קענען נישט, איך בין זייער באגרעניצט, איך האב אויך נישט קיין קאמפיוטער און סמארטפאן אינדערהיים, איך גיי ווייניג יעצט אין אפיס. וכו' וכו'
איך רוף נאר צו אנדערע עסקנים און כ'האב איבערגעגבן מיין שמועס מיט דר. ל. פון לעיקוואד וואס ער האלט (עכ"פ ער האט געהאלטן אייער ניעכטן) אז מען קען ארבעטן אויף דעם וועג.
איך גיי שוין אויך נישט קענען מער קאמענטירן היינט דאכט זיך איך בין פערטיג מיטן קאמפיוטער פאר היינט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

מיין פאטער האט מען נעכטן אריין געפירט אויך נאר נאכדעם וואס מען האט פראבירט אלעס וואס מען קען אינדרויסן פון שפיטאל.

מיין עלטער פעטער האט מען היינט אריין געפירט ( אין די מיטעלע 60 יארען)

אויף א געסעלע עישעל לעין אין מאנסי איז פארהאן 3 אידען אין שפיטאל, (געהערט היינט פון א פערטדע, אבער נישט קאנפירמד)

א וויזניצע אייניקעל פון מאנסי פארציילט מיר ער איז געוועזן ביי זיין זיידע צווי טאג צוריק, אין במשך פון א שעה א האלב האט מען אריין געריפן פאר אזויפיל ווי 7(!!!) אידן וואס זענען אי שפיטאל!!

וואס א מאסקיטא ביס קען אנמאכען...

די בלוט אין קאפ קומט מיך ארויף זעהענדיג די איגנאראנץ פון מאנכע, אזש איך האב מיך געדארפט איין האלטען נישט צו צישמעטערן מיין טאבלעט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אינגנאראנץ? וואט דו יו טאלקינג אבאוט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”