לאור המצב

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לאור המצב...

"לאור המצב" שרייבט מען איבעראל. יעדע מודעה די לעצטע וואך, צו איז דאס א דרשת חיזוק, א 'שעת חירום' מודעה איבער געשפארטע חדרים, געשפארטע שוהל'ן, ג'עפענטע מקוואות, טיילן פרישטאג, אדער מנינים אין די פארקינג לאט. יעדע מודעה טראגט אויף זיך די "לאור המצב" סלאגאן.

אמת, "שעת חירום" איז אויך געווארן א אייגענארטיגער ווארט אונעם נייעם לעבנסשטייגער ווען א גרעסערע פראצענט כלל ישראל זיצט אין קווארענטין (אויף די גאסן.. ואכמ"ל) אבער שעת חירום איז מער א שרעקעדיגע דערהער וועלעכע ווערט נישט געשריבן ממש איבעראל, און אוודאי נישט ממש אנהויב פונעם מודעה. לאור המצב! דאס יא, דאס זעהט מען אויף יעדע מודעה.

לאור המצב...

איז אזוי.. לאור המצב, ליידער, און איך מיין דאס נישט אין א שלעכטע וועג. איך גלייך, אדער בעסער געזאגט, איך פלעג זייער גלייכן דאס פלאץ דא. אבער לדאבונינו האבן אדם און חוה געגעסן פונעם עץ הדעת און דעריבער קען איך נישט זיצן אויפן קאוטש און מיין מארגעדזש זאל געצאלט ווערן. דווקא ברויך איך ארבייטן דערפאר, און דאס האט אנגעווערטשאפט מיין אפוועזענהייט די לעצטע עטליכע יאר.

אבער ווי געזאגט, לאור המצב...

לאור המצב אז מיר זיצן אינדערהיים, אלץ טאטע, מלמד, מנהל, אדמיניסטראטאר, לאנטש-רום רבי, ענגליש טיטשער, שפיל-הויף רבי אויף עטליכע יארגאנג. וואס למען האמת, איך האב פונקט געקלערט, אפילו אזא גרויסע מוסד ווי די מוסד וואס איך האב געשיקט ביזן אויסברוך, קען זיך נישט אן עצה געבן מיט אלע מיינע בנים, נאר יעדע פון זיי האט מען געשטעלט אונטער א צווייטע מנהל, ברענטש וכדו'. אבער פון מיר - אן איינצעלנער מענטש - פארלאנגט מען אלע בנים זאלן זיין אונטער איין מנהל, איין ברענטש. גיי פארשטיי. בקיצור, לאור דעם מצב בין איך צוריק!

איך ווייס נישט גענוי וואס דא טוט זיך. איך זעה איך האב אישית צו ליינען אין די טויזענטער. דאס איז שוין עפעס וואס האט מיר לייכט געמאכט דאס הארץ. (מיין כיתה דא האט בערך 5 שעה לאנטש, איך זוך וואס צוטוען ביי לאנטש, העמער ליינען אישי)
מנהלים און אחראים האבן זיך געטוישט? איך געדענק קרעמער האט מיר צוגעזאגט אז ער גייט מיך אנרופן אויפן פאון אויב מאכט מען א טויש.. דערווייל האט ער מיר בלויז איינמאל גערופן, און דאס איז געווען איבער אן אדרעס פאר א אינוויטעישאן וואס איך האב למעשה קיינמאל נישט באקומען.

צוריק צום לאור המצב. דאס עצם האום-סקול'ן די קינדער איז גראדע נישט אזא שלעכטע עסק. כ'מיין, איך קען עס פארשטיין, עס האט א שטיקל טעם, עס האט א דערהער. איך פארשטיי עס. יא! מ'דארף האבן געדולד, נערווען, אסאך נערווען, אבער מקען אריינלייגן אסאך אונעם קינד, נאנט ווערן מיט אים וכדו.. אבער נישט וועגן דעם בין איך דא. נישט דאס איז די "לאור המצב" וואס אלע רעדן פון.

דאס נישט קענען ארויסגיין פונעם הויז מיט תירוץ "איך גיי צו מנחה" אדער מעריב, מיין שיעור, וכדו' וכדו' וכדו' דאס איז עפעס וואס בלויז די ווערטער "לאור המצב" ברענגט דאס אויך ווייט נישט ארויס.. דאס הייסט באמת א ריכטיגער "שעת חירום"!

עס קומט 6:30 נאכמיטאג. ס'קען קיינער נישט זאגן אז איך האב זיך נישט איבערגעארבייט. קיין חילוק וואס די קינדער טוען. סיז מיין עול! איר ווייסט וויפיל זאכן עס קענען גיין ראונג מיט א DVD פלעיער?? איר ווייסט וואס דאס מיינט א עס פעלן צוויי באמבע'ס פונעם סטארטיגאו? (סיז נאך אן עסק היינט?) אדער אז די עלעקטראנישער סקוטער איז נישט גע'טשארדזשד? איך האב גראדע נישט קיינע פון די זאכן ב"ה, אבער בלויז די עול!! אויב איך האב דאס און עס גייט נישט גוט. טראכטס אריין. זייער שפילן מיט די שכנים איז מיר א געוואלדיגע עול! זיי זענען טאקע נישט אינדערהיים, אבער אזוי איז עס, איך קען נישט קוקן א קליפ אנע דעם וואס זיי זאלן קלינגען די בעלל דריי מאל אינמיטן מיט פארשידענע שאלות, וואס זיי קענען ווען רואיג פרעגן נאכן קליפ. קינדער... וואס פארשטיין זיי. איז אז עס קומט 6:30 נאכמיטאג קומט מיר לכל הדיעות א מנחה ברעיק.

אבער נעע... ווי ברעיק, וואס ברעיק. איך טוה אן דעם הוט-און-רעקל, גארטל און צום-וויפילטן-מאל די וואך טענה איך מיטן ווייב וועלעכע זייט מזרח איז.

מזרח. איז אזוי, מיין ווייב לאויו"ש זאגט שוין ראש חודש בענטשן די לעצטע 15 יאר אין קיטשען, צום פענסטער. פשוט ווייל דארט איז די בעסטע View... נאך אזויפיל יאר בין איך אנגעקומען און איך וויל משנה זיין מעשה בראשית. אוודאי האט זי דאס נישט לייכט אנגענומען. איך האב אנגעהויבן רעכענען וועלכע זייט די זין קומט ארויף. למעשה האט זיך שנעל ארויסגעשטעלט אז די זין קומט נישט אין גייט נישט ארום מיין הויז... ער שיינט העכערן הויז כחצות היום, דאס איבעריגע קען מען נישט זעהן פון מיין פענסטער. נישט פארנט און זיכער נישט אונטן.

דא האב איך אנגעהויבן מאכן דעם חשבון ווי עס ליגט די ארון קודש פון מיין לאקאלע שוהל. וועלכע וואנט, און מ'גיימיר אויסשטעלן דעם דיינונג רום גענוי אזוי! יעיע. איר ווייסט וויפיל שוהל'ן איך ניץ אזוי? מינימום דריי דורכן וואך. א וואכן שוהל. א שבת ביינאכט און של"ס שוהל און א שבת צופרי שוהל. אלע דריי ניצן אנדערע ווענט פאר זייער ארון קודש! עס שטעלט זיך ארויס אז וויליאמסבורג איז געבויעט געווארן שיף....

אבער דערווייל, עס קומט די צייט ווען יעדער "טשעקט ארויס", נארמאלערהייט, אבער מיר גייען זיך שטעלן מנחה, וואו?.. אין דיינונג רום.. פון וועלעכע מנחה ברעיק האסטו גערעדט?. ווייסטו וואס, איך פארגעב דאס שוין. פעסט-פארווערד, מהאלט שוין נאך נאכטמאל (אוי, הלוואי, הלוואי ארבייט די פעסט-פארווערד טאקע 6:30 ביי מיר אין קאך..) דער עולם לייגט זיך צוביסלעך שלאפן, לכל הדיעות דארף איך יעצט האבן "מיין שיעור"...!! אזויפיל קומט מיר נאך א שווערן טאג.. אבער ווי, וואס, ווען. "מיין שיעור" איז ווידער אונעם זעלבן דיינונג רום!

מעריב!!! אה, סיז נישט קיין וויץ, איך דארף גיין כאפן א מעריב .. נעעעךךך.. רבי.. טוה אן דעם הוטל, דעם גארטל, ריק אוועק דעם בענקל, און אטא דא, אונעם קליינטשיגן דיינונג רום כאפ דיין מעריב...

אוי, ווער פארשטייט דען נישט דעם קריזיס? ווער פארשטייט דען נישט די שרייערדיגע מודעות? יא, לאור המצב זיצן מיר אינדערהיים, און לאור המצב שרייבן מיר דא. קיין צווייטע אויסוועג זעה איך נישט.

נו גוט, מארגן איז נאך א טאג. זייטס מיר געזונט, איך ברויך גיין ריטשארדזשען דעם עלעקטריק סקוטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

Wait. Is Mrs Laura Matzav your wife?
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

צייטליך האט געשריבן:לאור המצב...

שיגענער... גראדע זאגן זיי אז שפילן ראמי קען אסאך פארגרינגערן.
אדער שפילן פיאנא, אויך אן עצה לויט מאנכע.
געשטימט פאר ראשעק הול
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

דאס מיינט אז לאור המצב קומט דער ראש הקהל צוריק?

אוי ס'גייט גיין שלעק צווישן די אלטע און נייע ראש הקהל... אלעס לאור המצב...
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

העי צייטי!!!! געווען צייטן אמאל... פארט גלייבעך דיר נישט אז דו האסא נישט געשריבן ביז אהער....

אהער מיטן צווייטען ניק אבער שוין!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צייטליך, אז דו האסט נישט וואס צו טאן מיט די קינדער דאן לערן זיי אויס צו שרייבן אזעלכע ארטיקלען..

זאלט איר זיין געזונט און שטארק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לאור המצב האב איך געהאט צייט צו ליינען צייטליך'ס צייטליכע ארטיקל אין צייט.

הנאה געהאט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

לאור המצב האב איך שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ;l;p- :lol:
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
ב''ה פאר דעם
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:45 pm

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב''ה פאר דעם »

פיין געזאגט
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פיין פיין
אוועטאר
עכט נאריש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:11 pm

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נאריש »

די קאראנע איז געפערליך די טויטע הייבן אן ארויס קימען פון קבר ש ר ע ק ע ד י ג
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

לאור המצב דרייווט מען א עלעקטריק סקוטער אין א פיצעלע דיינינג רום וואו מזרח איז אויף אלע 4 זייטן אבי נישט אויפן זון..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יויש... עוד צייטליך חי!!! איך כאליש!!! הצלה דא ביי די רעכטע זייט...

אבער דעם אמת ווייסמער אלע, דער איז דא געווען די גאנצע צייט און מיט א אייזערנעם פאוסט אנגעהאלטן דעם מאנאפאל אויף אלע מודעות, ווי יעדער האט געקענט זעהן אויף אלע מעלדונגן פלעגן שטיין "צייטליכע מעלדונג", כדי יעדער זאל וויסן אז דאס איז פון די צייטליך מעלדונג קאמפאני...

לעצטענס האט ער געזעהן די אינגווארג דערשרעקט זיך מער נישט פון קיין טעראר, סיז קאראונע טיימס! דער עולם באנוצט זיך מיט זיין קאמפעטישן די וואויל באקאנטע "לאור הזמן" פירמע... האטער אנגעפאנגן פיהרן א שמוציגע קאמפיין קעגן די קאמפאני...

צייטליך, יו"ר טיים איז אפ, שטעלסט צו סערוויס איז גוט, אניש העמער וואטעווער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

מיט וועלכע ניקל שרייבט מען אריין דא?

אקעי קינדערלעך, אט אזוי ברויך אויסקוקן א דאווענען, כ'מיין אן ארטיקל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ברוך מיינט אונז ווייסמער נישט אז ער דריידט זיך דא געהעריג.. זאגטס אים אז מיר האלטן אפענע אויגן..

צייטליך, לאור המצב קומסטע אהער אנשטאטס שטיין ווייט :x... אה, 3'ע ביינאכט איז טאקע ליידיג געווענדליך...

און אז די ליינסט אישי'ס.. איך האב דיר געהאט געפרעגט צו דו ווייסט, אויב ס'איז אמת מרדכי ארבעט אויף א אלבום מיט שירה, כיסופים.. למעשה ווייס איך שוין, קראנט, און אז דאס וועט זיין זיין לעצטער אלבום. סאו איין אישי אראפ.

עניוועי, לאור המצב.. מיר דאווענען אינעם זעלבן דיינונג רום, אויף מזרח האב איך אבער נישט מקפיד געווען.. מיין חבר זאגט מיר נעכטן די דין פון דאווענען צו מזרח איז נאר נוגע אויב דער זון גייט אויף צופרי און גייט אינטער ביינאכט.. סאו...יא. און יעצט הער איך אז קאומאו פלאנט שוין צו קענסלען די מולד פונעם לבנה.. וואס פארשטייען מיר. (כ'נעם נישט אחריות, מיין ווייב האט עס נאגעזאגט בשם א ראבא קאל וואס האט ציטירט א הצלה מעמבער פון א קול מבשר אינטערוויא..)

און אז מ'רעדט שוין.. היינט ביים דאווענען האבן מיינע פראבלעמען זיך געטאפלט.. נישט אז איך רעד מיר אפ חלילה, איך דערצייל פשוט. איינער האט דערציילט פאר מיין ווייב אז ביים דאווענען איז א ענין צו גיין נאכגעלט... :evil: . כ'האב זיך צום סוף אנייצע געגעבן זאגענדיג אז דאס איז נאר איינגעפירט אויב איז דא א געהעריגע ווייבער שוהל מיט א מחיצה..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

א צייטליכע דערמאנונג אויפצושטיין... ;l;p-
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין.. היינט ביים דאווענען האבן מיינע פראבלעמען זיך געטאפלט.. נישט אז איך רעד מיר אפ חלילה, איך דערצייל פשוט. איינער האט דערציילט פאר מיין ווייב אז ביים דאווענען איז א ענין צו גיין נאכגעלט... :evil: . כ'האב זיך צום סוף אנייצע געגעבן זאגענדיג אז דאס איז נאר איינגעפירט אויב איז דא א געהעריגע ווייבער שוהל מיט א מחיצה..


;l;p- ;l;p- ;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ווען איז צייטליך בודק חמץ זיין - אור לארבעה עשר בודקין.

ווען איז צייטליך אויף איי וועלט - לאור המצב.
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם כל ישראל »

און אז מ'רעדט שוין.. היינט ביים דאווענען האבן מיינע פראבלעמען זיך געטאפלט.. נישט אז איך רעד מיר אפ חלילה, איך דערצייל פשוט. איינער האט דערציילט פאר מיין ווייב אז ביים דאווענען איז א ענין צו גיין נאכגעלט... :evil: . כ'האב זיך צום סוף אנייצע געגעבן זאגענדיג אז דאס איז נאר איינגעפירט אויב איז דא א געהעריגע ווייבער שוהל מיט א מחיצה..[/quote]

:lol:
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

חברה קדישא'ס נאמבער האט איינער, חברה וואס לעבן שוין נישט אפאר יאר זענען אויף...

אפילו וויכי'ס אלטע שריפט האט געהאט תחיית המתים...
איך ווייס נישט וואס
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

וויי איז צו אינז אז מיר דארפן ציקומען צו אזא מצב כדי צוהערן עפעס פונעם אלטן צייטליך :cry:

בזאת אנחם, מיט די האפענונגן אז אולי וועט ער שוין פארבלייבן דא.....
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וואט עי זאפטיגע ארטיקיל. צייטי איך וויל איר זאלט וויסן אז אונגי האט שטארק הנאה געקריגן פין אייער באזיך דא און אייער דיבורים.

טענקס קאם מאר אפטען
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

.
Liberalism is a mental disorder
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

לאור המצב ווי קעמען טובלען נייע פסחדיגע כלים אין ווילי
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לייבעלע הירש האט געשריבן:לאור המצב ווי קעמען טובלען נייע פסחדיגע כלים אין ווילי


ווילהעלמס אססא זענען אפגעשפארט?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”