וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טוט זיך...? »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:

1. (נישט באשטעטיגט קראנט אבער ראוים הדברים...) הר"ר אלעזר ה. האט געהאט אפן די בית המדרש און מקוה שבת, אזוי ווי דער געזעץ ערלויבט. ערב שבת האבן אים די ה. מיט ש. געקאלט סטראשענען אז אויב מאכט ער נישט צו די בית המדרש דאן גייען זיי רופן פאליס וכדומה, האט ער זיי געלאזט ענדיגן רעדן, און דערנאך זיך אנגערופן אז נאך איין ווארט איך הער פון ענק, רוף "איך" פאליס אויף ענק, אז עט'ס קאלט'ס מיך סטראשענען פאר גארנישט און פארנישט, היות איך טוה אלעס לויט די געזעץ, די חברה האבן איינגעמאכט......

די מעשה וואס איך האב דא ערגעץ דערציילט איבער דעם אלטן רב וואס איז געלאפן אין מקוה פארגאנגענעם פרייטיג, איז טאקע געווען הר"ר אלעזר'ס פאטער.....


אפשר ביזטו מיר מסביר פארוואס ווען דו האסט דערציילט די מעשה איז מיר די ערשטע אויפגעשווימען אין געדאנק די געשטאלט פונעם מעליצער רבי'ן שליט"א..?

זעט אויס אז יראת שמים איז פון די זאכן וואס איז 'מילתא דעבודי לגלויי'
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך מימוני »

טראק דרייווער האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:

2. אין וויליאמסבורג אין א הארדווער סטאר איז געווען א ריזיגע עולם איינקויפן, מען שטייט אין די ליין און מען שטיפט זיך כמנהג הגעשעפטן, רופט זיך איינער אן, אז עס איז יא דא אזא גרויסע עולם דא, דאן אפשר קען מען שוין מאכן א מנין מנחה? אומר ועושה, איינער רופט אויס הויך, וידבר.... פלוצלינג הערט מען קולות פון אלע זייטן, פיקוח נפש.... הצלת נפשות... מען טאר נישט.....

אוי! מ'האט דאך דעי מעשה פארציילט דא זינטאג אין דערנאך מאנטאג אויף ראקלענד קאושער אין מאנסי?
די אנדערע מעשיות וואס די פארציילסט איז עפעס מער קראנט?
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טוט זיך...? »

מימוני האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:

2. אין וויליאמסבורג אין א הארדווער סטאר איז געווען א ריזיגע עולם איינקויפן, מען שטייט אין די ליין און מען שטיפט זיך כמנהג הגעשעפטן, רופט זיך איינער אן, אז עס איז יא דא אזא גרויסע עולם דא, דאן אפשר קען מען שוין מאכן א מנין מנחה? אומר ועושה, איינער רופט אויס הויך, וידבר.... פלוצלינג הערט מען קולות פון אלע זייטן, פיקוח נפש.... הצלת נפשות... מען טאר נישט.....

אוי! מ'האט דאך דעי מעשה פארציילט דא זינטאג אין דערנאך מאנטאג אויף ראקלענד קאושער אין מאנסי?
די אנדערע מעשיות וואס די פארציילסט איז עפעס מער קראנט?

ביידע זענען אמת און נאך מער אויך, ווער ס'וויל נישט זיין בלינד זעהט זייער קלאר מיט וועם מען האט דא צוטאן. ווי אלע אויבן דערמאנטע דוגמאות.

איבעראל מעג מען זיך דרייען, אלעס איז וויכטיג, ביז עס קומט צו דאווענען...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיסתפינא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט
במחילה
איך רעד פון איין זאך און דו פון א צווייטע זאך
ער קען נישט זיין איינגעשפארט??
זאל ער זיי שיקן אין פארק שפילן

וואס האט דאס מיט מיין דאווענען מיט מנין?

יא, אבער אין פארק וועלן זיי זיך באגעגענען מיט דאס יונגל פון א מתפלל.

הייסט אין ביהמ"ד, און דייקא נאר אין בימה"ד טיילט מען דעם וויירוס?

איר זאלט מיר מוחל זיין אבער דיינע חששות זענען קאי וקיימא אפילו אלע בתי מדרשים זאלן זיין סגור ומסוגר, און קיינער זאל נישט מאכן קיין מנין אין ערגעץ, ווילאנג מען מעג ארויסגיין אין פארק/גראסערי אדער עני פלאץ וואס איז וויכטיג. נו, נוץ אלע תירוצים וואס די זאגסט פארוואס מען מעג דארט יא אהין גיין, אויף צו מעגן גיין אין ביהמ"ד.
תשעט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:07 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך תשעט »

קודם כל,אביונה רעדט נישט צום זאך דוק ותשכך--צווייטענס, מען דארף פאלגען די פסקים פון די רבנים אפגעזעהן ווער סאינפארסיערט עס , נישטא קיין רב וואס פאסקעט אז מען מיז יעצט דאווענען מיט מנין, סאו מה כל הרעש?! וואס פשט פין די גאנצע משיגענע מערכה אז מען זאל יעצט דאווענען מיט מנין צי נישט? אוודאי אויב קענסטו עס טוהן אויף א אופן לויט די געזעצען קען דיר קיינער קיין ווארט נישט זאגען, אין ווידער אויב נישט, (וואס נישט אייביג איז מעגליך,) ביזטו א קל שבקלים א מיקל אין דיני נפשות און די טוסט פארקערט ווי די רצון השם, אבער די געדאנק וואס מאנכע שטופען אז די בתי מדרשים העטען ווען געדארפט זיין אפען אין נאר צוליב פרעשור פין די עסקנים האבען עס די רבנים פארמאכט,בושה תכסה פנינו אזוי צי פארשעמען כל רבני דורינו, אין יעדע בר דעת וואס טראכט ראציאנאל,פארשטייט אז האלטען אויפן א בית מדרש פארן פובליק מיינט קלאר עובר צי זיין אויף די געזעצען וואס לויט אלע גרויסע אין קליינע פוסקי דורינו, איז דאס עובר זיין אויפן חומר שבחמירות פין ונשמרתם, און פארגלייכען די עסקני הצלה וואס זיכען אונזער טובה(אפילו זיי טרייבען יא אדער נישט איבער) צי די קאפאוס בהאהולקוסט(כפי ששמעתי מקצת טיפשים), ווייזט ווי פארדרייט מאיז געווארען פון פשוטען שכל. און להערה בעלמא, איך בין א יונגע געזונטע מענטש אינעם קאראנע בעטל, ברוך השם נישט אין קיין סכנה אבער סאיז ווייט פין א פארקילעכטס אדער א פלאו סאיז גאר א שווערע איבערלעיבעניש און סדויערט היבש לאנג, און סווייט נישט קיין געלעכטער דאס צי פארשפרייטען אפילו צווישען יונגע מענטשען
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שלום עליכם
קוש די מזוזה פון די אנדערע זייט
ס'איז שוין תש"פ היינט צוטאגס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך פ' לך לך »

Kosher Travel האט געשריבן:היות איך האב דא געשריבן זאכן וואס האבן וויי געטוהן אנדערע אידן, וויל איך איעדען איבערבעטן. איך וועל בל"נ פראבירן זיך האלטן נייטראל אין ענינים וואס טוט וויי מענטשן. און אוודאי נישט אריינרעדן בדברים העומדים ברומו של עולם.

להוי ידוע אז איך האב נאר געמיינט גוטס. זיכער האב איך נישט געמיינט לשם נצחון אדער וויי טוהן איעדען. און היות די גאנצע וועלט בכלל און כלל ישראל בפרט, זענען איצטער אין אן עת צרה, וויל איך בעטן מען זאל מיך מוחל זיין בלב שלם. קען זיין מענטשען האבן נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, קען זיין איך האב נישט פארשטאנען. אבער פין די אישית וואס איך האב באקומען, פארשטיי איך אז עס האט וויי געטוהן פאר מענטשען.

והוא רחום יכפר עוון.
לאמיר אלע אין כלל ישראל זיך ליעב האבן, זאל עס זיין פאר א זכות פאר אלע חולי ישראל, ספעציעל איצטער ווען משיח איז ממש מאחורי הכותל.


כמותך ירבו בישראל!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך farshlufen »

פ' לך לך האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:לאמיר אלע אין כלל ישראל זיך ליעב האבן, זאל עס זיין פאר א זכות פאר אלע חולי ישראל, ספעציעל איצטער ווען משיח איז ממש מאחורי הכותל.


כמותך ירבו בישראל!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך שמו »

תשעט האט געשריבן:להערה בעלמא, איך בין א יונגע געזונטע מענטש אינעם קאראנע בעטל, ברוך השם נישט אין קיין סכנה אבער סאיז ווייט פין א פארקילעכטס אדער א פלאו סאיז גאר א שווערע איבערלעיבעניש און סדויערט היבש לאנג, און סווייט נישט קיין געלעכטער דאס צי פארשפרייטען אפילו צווישען יונגע מענטשען

גם אני בחלומי בין אריבער דעם וויירוס, און ב"ה זייער גרינג געווען, איין טאג געליגן אין בעט, געמאכט א גוטע שוויץ, און אראפ דערמיט (אפי' נישט געמאכט די סגולה מיט קנאבל וואסער, בלויז הייסע שוויץ און וואנע, און געשלאפן א נאכט גוט איבערגעדעקט און זיך גוט אויסגעשוויצט)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך שמו »

שם תנו רבנן דבר בעיר אל יכנס אדם לבית הכנסת, שמלאך המות מפקיד כליו שם. נ"ל בס"ד, כליו הם כוחותיו ושלוחיו, כי מלאך המות ממונה על כל מין מכות של מיתה שבעולם דהכל מסור בידו, וכנגד כל מין ומין של מכות מות, יש לו כח פרטיי בפני עצמו שמסור לו והוא שלוחו, ועל זה ארז"ל מלאך המות מלא עינים, רצו לומר מלא כוחות של מיני מיתה, אך בזמן שיש דבר הכל מתים במיתה אחת שהיא מכת דבר, ולכן אותם הכוחות שהם כנגד שאר מיני מכות של מות, אין צריכים לו להשתמש בהם, ומפקידם באותו זמן בבית הכנסת, ששם נטמנים אותם הכוחות. ועוד יש לפרש דהשכמת בית הכנסת מסוגלת לאריכות ימים, כמ"ש בגמרא דברכות, כיון דאמרי ליה מקדמי ומחשכי לבי כנישתא, אמר היינו דאהני להו, ולכן אלו דמקדמי ומחשכי לבי כנישתא, לא יוכל מלאך המות להרע להם בשאר ימים, והוא מצטער על זאת, אך איכא דבר בעיר ההוא עידן רתחא, וניתן רשות לחבל, יוכל להרע גם לאלו דמקדמי ומחשכי, לכן בעת הדבר מפקיד כליו, רוצה לומר שלוחיו, בבית הכנסת, שיראו מי הם דמקדמי ומחשכי לבי כנישתא, שאינו יוכל להרע להם, דעתה ירע להם, הואיל והוא עדן רתחא, וניתן לו רשות לחבל בר מינן, ולכן אל יכנס יחידי פן יזיקוהו אלו הכחות של מלאך המות, אבל אם אינו יחידי לא יוכל להזיק לו בבית אלקים, שיהיה נשמר מכח קדושת בית הכנסת גם בעידן רתחא:
[align=center]
(בן איש חי בספרו בן יהוידע (בב"ק דף ס:)
[/align]
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
תשעט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:07 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך תשעט »

אונגארישע הייזער, שכח פאר די שיינע אויפנאמע שמו, ביסטו זיכער אז די האסט טאקע געהאט דעם קאראנע לכאורה נישט
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך Growth hacker »

היות איך האב דא געשריבן זאכן וואס האבן וויי געטוהן אנדערע אידן, וויל איך איעדען איבערבעטן. איך וועל בל"נ פראבירן זיך האלטן נייטראל אין ענינים וואס טוט וויי מענטשן. און אוודאי נישט אריינרעדן בדברים העומדים ברומו של עולם.

להוי ידוע אז איך האב נאר געמיינט גוטס. זיכער האב איך נישט געמיינט לשם נצחון אדער וויי טוהן איעדען. און היות די גאנצע וועלט בכלל און כלל ישראל בפרט, זענען איצטער אין אן עת צרה, וויל איך בעטן מען זאל מיך מוחל זיין בלב שלם. קען זיין מענטשען האבן נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, קען זיין איך האב נישט פארשטאנען. אבער פין די אישית וואס איך האב באקומען, פארשטיי איך אז עס האט וויי געטוהן פאר מענטשען.

והוא רחום יכפר עוון.
לאמיר אלע אין כלל ישראל זיך ליעב האבן, זאל עס זיין פאר א זכות פאר אלע חולי ישראל, ספעציעל איצטער ווען משיח איז ממש מאחורי הכותל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך שמו »

תשעט האט געשריבן:אונגארישע הייזער, שכח פאר די שיינע אויפנאמע שמו, ביסטו זיכער אז די האסט טאקע געהאט דעם קאראנע לכאורה נישט

איך האב געהאט אלע סימפטאמען, מן הסתם איז דאס געווען קאראנא (איך בין נישט געווען ביים דאקטאר, אבער ווען ס'קוקט אויס ווי א הינדעלע און קרייט ווי א האן, מן הסתם איז דאס א הינדעלע).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך נחום וואהלינער »

Growth hacker האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:מיי הומבעל אפיניאן
אהן אריין גיין אין די עצם וויכוח לכאן או לכאן - אבער אויב איינער גייט אין גראסערי אדער ארבעט צווישען מענטשען איז נישט st קיין שום סיבה פארן נישט mu דאווענען מיט א מנין וואס שטימט מיט די רעגאלאציעס, ווייניגער ווי 50 מענטשען און social distance.

אויב גייט איר נישט ארויס פון שטוב דעמאלטס הייבט זיך אהן די גאנצע נידון און וויכוח אבער אויב יא זייטשע ביטע מסביר וויאזוי איר זיצט שעות ארוכות צווישען מענטשען אין אפיס אהן קיין פראבלעם אבער פלוצלינג ביי מנין איז עס א פראבלעם

No, not true at all
Going in grocery is a must to leave and you don't stay there for a extra second ,

האסט זיך אנגעכאפט אויפן גראסערי, ליינז'ע בעטע איבער פאר איר רעאגירט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך נחום וואהלינער »

יש בו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:מיי הומבעל אפיניאן
אהן אריין גיין אין די עצם וויכוח לכאן או לכאן - אבער אויב איינער גייט אין גראסערי אדער ארבעט צווישען מענטשען איז נישט st קיין שום סיבה פארן נישט mu דאווענען מיט א מנין וואס שטימט מיט די רעגאלאציעס, ווייניגער ווי 50 מענטשען און social distance.

אויב גייט איר נישט ארויס פון שטוב דעמאלטס הייבט זיך אהן די גאנצע נידון און וויכוח אבער אויב יא זייטשע ביטע מסביר וויאזוי איר זיצט שעות ארוכות צווישען מענטשען אין אפיס אהן קיין פראבלעם אבער פלוצלינג ביי מנין איז עס א פראבלעם

איך גיי ארויס טעגליך ארבעטן אויף די פראנט ליניעס אין די העלטה קעיר אינדעסטריע, איך האב שטארקע שאנסן צו ווערן אנגעשטעקט. זאל איך דאווענען מיט מנין?

פרעג ר' בנימין לאנדא אדער ר' אליעזר האגער,
די זענען צוויי זענען סיי השקפה רבנים ווי אויך העלט פראפעשינעל'ס

דעם פארגאנגענעם שבת האב איך געזעהן דעם טאהשער דיין דאווענען אלע 3 תפילות בבית מדרשו וגם ערך שם ס"ש, חידוש היה בעיני אבל זה המציאות
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך יש בו »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:מיי הומבעל אפיניאן
אהן אריין גיין אין די עצם וויכוח לכאן או לכאן - אבער אויב איינער גייט אין גראסערי אדער ארבעט צווישען מענטשען איז נישט st קיין שום סיבה פארן נישט mu דאווענען מיט א מנין וואס שטימט מיט די רעגאלאציעס, ווייניגער ווי 50 מענטשען און social distance.

אויב גייט איר נישט ארויס פון שטוב דעמאלטס הייבט זיך אהן די גאנצע נידון און וויכוח אבער אויב יא זייטשע ביטע מסביר וויאזוי איר זיצט שעות ארוכות צווישען מענטשען אין אפיס אהן קיין פראבלעם אבער פלוצלינג ביי מנין איז עס א פראבלעם

איך גיי ארויס טעגליך ארבעטן אויף די פראנט ליניעס אין די העלטה קעיר אינדעסטריע, איך האב שטארקע שאנסן צו ווערן אנגעשטעקט. זאל איך דאווענען מיט מנין?

פרעג ר' בנימין לאנדא אדער ר' אליעזר האגער,
די זענען צוויי זענען סיי השקפה רבנים ווי אויך העלט פראפעשינעל'ס

דעם פארגאנגענעם שבת האב איך געזעהן דעם טאהשער דיין דאווענען אלע 3 תפילות בבית מדרשו וגם ערך שם ס"ש, חידוש היה בעיני אבל זה המציאות

וועלכע??? ר'שלום גליק???
The Divided States Of America
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך נחום וואהלינער »

רבי בנימין לאנדו המדובר בתגובה שצטטתי
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך לייטער »

נישט פארגעסן יעלה ויבא ביי מעריב, א גיטן און געזינטע חודש
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טראק דרייווער »

ענק זעען, איך האב ענק געזאגט אז מען מיז לאזן אפן די בתי מדרשים, יעצט האב איך פארגעסן יעלה ויבא.....

נ.ב. געדאנק פאר צדקת העיר זאל ארומשיקן א רימיינדער צו זאגן יעלה ויבא....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
יודישער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך יודישער »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?id=2026

?Who's that
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טראק דרייווער »

יודישער האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?id=2026

?Who's that


עס שטייט דארט. כ"ק אדמו"ר ר' חיים לייביש ראטענבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן פארשעי
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
יודישער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך יודישער »

טראק דרייווער האט געשריבן:
יודישער האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?id=2026

?Who's that


עס שטייט דארט. כ"ק אדמו"ר ר' חיים לייביש ראטענבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן פארשעי

וואאף ער קימט אריין שארף!
קיקט אויס ווי ער האט געפלאצט פין די שרעקליכע טעראר
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך yid »

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב יעצט אדורעכגעליינט דעם גאנצען אשכול

כמוז זאגן אז איך זעה שטארקע צדדים אין ביידע זייטען, איך האב זיך אסאך געטענה'ט מיט מענטשן די לעצטע פאר טעג (נישט פערזענליך ווייל איך בין 99 פראצענט קווארענטינט) פון ביידע צדדים,

לאמיך טרייען אראפצולייגן די זאך, ווייל יעדער האלט אז ער פארשטייט ריכטיג און יעדער פארשטייט אז ער טראכט גראד און יענער קרום אבער באמת איז אלו ואלו און איך גלייב אז אין הימל האט מען א נחת רוח פון זעהן ווי אידן טענהן זיך ארום ווי אזוי בעסער מקיים צו זיין דעם רצון ה' און אידן ווילן גיין אין שוהל!!!

כמוני כמוכם, דאס הארץ בלוטיגט מיר אז מען קען נישט דאווענען מיט מנין און גיין אין מקוה, א זאך אויף וואס איך מקפיד כמעט אלעמאל (מיט ממש געציילטע יוצא מן הכלל), איך בין באמת א חסידישער איד און עס טוט מיר אויך וויי אז מאנכע גייען אזוי ווילד פון אפשפארן אלע שולן אפילו ווען סאיז לויט דעם געזעץ און מען איז פרומער פון די פויבסט..... אבער איך פארשטיי זיי אויך, ניין נישט די נידריגע וואטסעפפ אידן וואס דאווענען שוין יארן אינדערהיים (אויב בכלל ה"י), אבער טייל ערליכע חברים ווי הצלה מעמבערס וואס עטליכע פון זיי האבן מיר שוין געזאגט אז זיי האלטן אז עס איז פיקוח נפש ממש און עס איז א עוון פלילי צו דאווענען ברבים, און ווי מער מען קען ממעט זיין זיך צו טרעפן אינאיינעם טראץ די סאושעל דיסטענסנג הרי זה משובח!!!

איך האב געפרעגט איינער פון די מעמבערס, א איש ירא ושלם מקפיד בקלה כבחמורה!!! פארוואס זע איך אז גראסערי איז מען נישט מקפיד??? פארוואס נעמט זיך צו אונזערע טייערסטע און הייליגסטע? די זכותים פון איש"ר און קדושה איז דאך נישט מעגליך משיג צו זיין מיט אונזער קליינעם שכל, דאס ברענגט דאך אלע מיני ישועת און רפואות!!! גראסערי יא און שולן נישט? לא תהא כהנת כפןנדקית????

זאגט ער מיר אז באמת דארף מען מאכן א גענצליכע הערמעטישע לאקדאון!!! אבער אן עסן איז דאך אוממעגליך, איז די מינימום מוז מען אפן לאזן. אבער דאווענען אין ביהמ"ד איז נישט ווייל "אונז וויל מיר", נאר ווייל דער "אייבערשטער האט געהייסן", און ער האט אויך געזאגט "וחי בהם" און "לא תרצח", און מיר דארפן טון וואס איז יעצט דעם רצון ה'!!!! זאג איך אים אז אסאך רבנים האלטן נישט אזוי און מיר דארפן פאלגען דעת תורה!!! ענטפערט ער אז ער קען נישט צופיל פון די רבנים, אבער אז ביי מקום רפואה מוז מען פאלגן דעם דאקטאר, און אויב יוכ"פ זאגט א דארקטאר אז א חולה מוז עסן און דער רב זאגט א דעת תורה ער זאל נישט, זאגט דער שו"ע אז מען פאלגט דעם דאקטאר!!!

דא בין איך שוין געווען אינגאנצן צומישט......... דעת תורה איז נישט, גראסערי און פארמעסי איז אקעי, נאר שול נישט??? מען רעדט דאך פון איינהאלטן די געזעצן!!! זאגט ער מיר הער מיך אויס. קודם כל רוב שולן האלטן נישט איין די געזעצן. אבער דאס איז נישט די נושא. די געזעץ איז נאר געמאכט פאר בדיעבד ווייל דו פארשטייסטעך אליין אז עס איז פונקט אזוי גרינג צו כאפן דעם סכנה'דיגן וויירוס צווישן 10 מענטשן ווי צווישן 20, ריכטיג??? נאר וואס דען, כדי צו פארקלענערן דעם סכנה און אויב חלילה קעטשט מען עס זאל עס נישט זיין א ריזיגע טראגעדיע מאכט מען אז נאר ווייניג מענטשן זאלן זיך צאמקומען אויף אמאל, אזוי וועט עס נישט גיין צו מער ווי לכל היותר 10 מענטשן, אבער נישט אז דאס מאכט עפעס א חילוק לגבי רפואה!!! אויב קען מען עס פארמיידן זאל מען אפילו 2 מענטשן זיך נישט טרעפן!!!

ביז אהער האט מיר די הצלה מעמבער מסביר געווען. און איך מוז זאגן כ'האב אים פארשטאנען. און ליידער גיי איך שוין נישט די לעצטע וואך אין מקוה און כבין יוצא תשעה קבין, אבער מנין איז דא אין מיין געגענט און ב"ה און האלט מיט 3 מאל א טאג די תפלות במנין אויף א פארזיכערטן אופן אינדרויסן פון א בנין ווייט פון אנדערע מענטשן. און כאטש איך אדוואקאטיר שטארק פאר תפלה בציבור קען איך נישט אוועקמאכן די וואס האלטן אז מען דארף נזהר זיין. און פאר אפאר ניקס דא, דאס פארגלייכן צו דרייוון א קאר אדער א פלו איז אביסל נאריש לדעתי.......
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”