טעם וריח האט געשריבן:בדרך כלל הייב איך אפילו נישט אן צו ליינען זיין סחורה, ווייל חזקה על שמעלקעניו שאינו חוזר לגמור! וויל איך נישט בלייבן אנגעצויגן.. העט ער ענדיגן די גאנצע געשיכטע העמיר דעמאלט איבערליינען סגאנצע...
זייענדיג זיבעצן יאר אלט האט מען אנגענומען אולעג אין די "רעגירונג אינסטעטוציע פאר אינטערנאציאנאלע באציאונגען" וואס איז געווען גאר א וויכטיגע זאך אין מאסקווע. דא, אונטער די השפעה פון די פרישע אטמאספערע, האט ער אנגעהויבן צו דן זיין מיט אן ערנסטקייט מיט זיינע חברים וויאזוי מען קען אהערשטעלן פאר די וועלט אז די סאוויעטישע פארבאנד מיט איר קאמוניסטישע אידיאלאגיע זאל באקומען 'א מענטשליך פנים' איבער די וועלט.
דאס איז געווען די עליטע אוניווערזיעט אין די סאוויעטן פארבאנד, וואו אולעג האט געארבעט, איז געווען אונטער די אויסערן מיניסטעריום און איז געווען דער הויפט טרענירונג באזע פאר צוקונפטיגע געטרייע סאוויטעטישע דיפלאמאטן, סייענטיסטן, עקאנאמיסטן, פאליטיקאנטן - און שפיאנען. גארדייעווסקי האט געלערנט דארט היסטאריע, געאגראפיע, עקאנאמיקס, און אינטערנאציאנאלע באציאונגען, פארשטייט זיך אז אלעס איז געווען אויף דעם פארקרומטן וועג פון די קאמוניסטישע אידיאלאגיע.
די אינסטעטוציע האט אויסגעלערנט זעקס-און-פופציג שפראכן, מער ווי סיי וועלכע אוניווערזיטעט איבער די וועלט. קענען גוטע שפראכן איז געווען די בעסטע און פארזיכערטסטע וועג צו אנקומען צו די קעי דזשי בי. און איבערהויפט פאר אויסלענדישע שפיאנאזש רייזעס, א זאך וואס אולעג האט אייביג געשטרעבט צו דערגרייכן.
כ'זע אז דער עולם האט נישט קיין ווערטער וויאזוי ארויסצוברענגען זייערע געפילן פון דאנק פארן רבי'ן ר' שמעלקא, אויב אזוי וועל איך נעמען די מייק: יישר כוח ר' שמעלקא, באמת נישטא קיין ווערטער!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'זע אז דער עולם האט נישט קיין ווערטער וויאזוי ארויסצוברענגען זייערע געפילן פון דאנק פארן רבי'ן ר' שמעלקא, אויב אזוי וועל איך נעמען די מייק: יישר כוח ר' שמעלקא, באמת נישטא קיין ווערטער!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'זע אז דער עולם האט נישט קיין ווערטער וויאזוי ארויסצוברענגען זייערע געפילן פון דאנק פארן רבי'ן ר' שמעלקא, אויב אזוי וועל איך נעמען די מייק: יישר כוח ר' שמעלקא, באמת נישטא קיין ווערטער!!
האסט א זכות און בארוהיגן דעם עולם, ושכרך הרבה מאוד
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
זייער זעלטן האט מען געהערט פון אים איבער זיינע געפילן. גאר אסאך כוחות האט ער אינוועסטירט פאר זיין קערפער, ער איז שעות ארוכות געלאפן איבער די גאסן פון מאסקווע און אירע פובליק פארקס, נישט נאר פאר איבונגען, נאר בעיקר צו זיין ער אליינס, מיט זיינע טיפע מחשבות, אן דעם וואס איינער זאל אים שטיין אין וועג.
איינער פון די געציילטע סטודענטן וואס זענען געווען נאנט מיט אולעג אין דעם תקופה, איז געווען סטאניסלאוו קאפלאן, וואס מ'האט גערופן סטענדא. ער האט אויך ליב געהאט די ספארטס, און איז געווען פון די גוטע לויפער אינעם אוניווערזיטעט. סטענדא איז געווען א טשעכעסלאוואקישער, וואס איז געקומען לערנען אין מאסקווע ביי דעם גרויסן אוניווערזיטעט פון די קעי דזשי בי.כדי זיך צו טרענירן, נאכן באקומען א הויכע אקאדעמישע טיטל פון די קארל אוניווערזיטעט אין פראג.
קאפלאן האט געהאט אן ענליכער מהלך המחשבה ווי אולעג. זיין אינדעוועדואליזם איז נאכנישט דערשטיקט געווארן אזוי ווי אסאך אנדערע וואס האבן פארמעקט זייער אנוועזנהייט צום קאמוניסטישן אידיאלאגיע. ער איז געווען א יאר עלטער פון אולעג און האט זיך געלערנט צו זיין א מיליטערישער איבערזעצער, א ליבעראלער מיט א טיפע מהלך המחשבה וואס האט געברענגט צו ערנסטע פראגעס און ספיקות איבער קאמוניזם.
ווען ער האט אפן געזאגט זיין מיינונג פאר אולעג אונטער א שמועס, איז דער לעצטער ממש צעשטורעמט און דערציטערט געווארן, אז ער וואגט זיך דאס צו ארויסזאגן פון מויל. אבער דאס האט זיי נאך מער דערנענטערט, און די צוויי האבן זייער אסאך פארברענגט אינאיינעם.
***
נאך א מענטש וואס האט געהאט א געוואלדיגע איינפלוס אין אולעג'ס לעבן, איז געווען זיין געשעצטער ברודער וואסילי. וואסילי זעלבסט האט געהאלטן טיף אינמיטן די טרענירונגען צו זיין אן "אומלעגאלער", דאס הייסט א סאלדאט אין דעם ריזן ארמיי פון די געהיימע אגענטן איבער די וועלט, אין פיינטליכע טעריטאריע אדער אין אנדערע לענדער וואס זענען נישט געווען אונטער די סאוויעטן פארבאנד.
די קעי דזשי בי. האט פארמאגט צוויי סארט שפיאנען אינדערויסן פון אירע סאוויעטן גרעניצן. איין סארט זענען געווען אזעלכע וואס האבן געארבעט אונטער אן אפיציעלן נאמען, למשל אלס דיפלאמאטן פאר די סאוויעטישע פארבאנד, פארשטייער פון קאמוניסטישן פארטיי, קאנסלערישע הויכראנגיקע באאמטע, מיליטערישע באאמטע, קולטור עקספערטן, זשורנאליסטן צי צייטונגס-לייט, אדער ביזנעסלייט.
אט די אלע האבן געהאט דיפלאמאטישע באשיצונג און דערפאר איז נישט געווען קיין לעגאלע אדער געריכטליכע מאכט זיי אפצושטעלן פון די שפיאנאזש דינסט, און דערפאר האט מען זיי גערופן די "לעגאלע אגענטן". נאר ווען עס איז געווען הארטע באווייז אז זיי האבן שפיאנירט, האט מען זיי אויך גארנישט געקענט טוען מער ווי ארויסגעבן א סטעיטמענט אז "זייער פערזענליכקייט איז נישט באוויליגט און אומפאסיג", און מ'האט זיי געקענט צוריק פארטרייבן קיין רוסלאנד.
די צווייטע סארט זענען געווען די "נע-לעגאלס" ווי די רוסן האבן עס גערופן, די "אומלעגאלע". זיי האבן נישט פארמאגט קיין שום לעגאלע אפיציעלע פאזיציע, און האבן על פי רוב געטראגן פאלשע דאקומענטן אונטער פאלשע נעמען, און זיך אריינגעמישט אין די באפעלקערונג, פון וואו זיי האבן דורכגעפירט שפיאנאזש ארבעט. אין די מערב ווערן די סארט אגענטן אנגערופן "אגענטן אן קיין אפיציעלע דעקונג"...
די קעי דזשי בי. האט איינגעפלאנצט הונדערטער פון די סארט אומלעגאלע אגענטן איבער די גאנצע וועלט, וואס האבן זיך אהערגעשטעלט ווי פשוט'ע אומשולדיגע בירגער, זיי האבן זיך אויסגעמישט מיט דעם אלגעמיינעם באפעלקערונג, און זענען געווען באהאלטן אפצוטוען פארשידענע שפיאנאזש ארבעט ווען עס פעלט זיך אויס. ווי יעדע שפיאן האבן זיי אויך געזאמלט אינפארמאציע און איינגעשפאנט אנדערע געהיימע אגענטן צו טוען פארשידענע שפיאנאזש ארבעט פארן סאוויעטן פארבאנד.
עס זענען געווען אויך "איינגעשלאפענע אגענטן" וואס האבן סתם אזוי געפירט א לעבן אין א פרעמד לאנד אן קיין שום שפיאנאזש אקטיוויטעטן, און ווען עס האט זיך אויסגעפעלט האבן זיי זיך אנגערוקט פון וואו זיי זענען און ארויסגעהאלפן אין לאקאלע אקציעס וואו מ'האט געדארפט מער מענטשן קראפט. זיי זענען אייביג געשטאנען אויף הויכע אלערט אין פאל עס ברעכט אויס אן אפיציעלע הייסע קריג פון דעם קאלטן קריג, זאלן זיי פון אינעווייניג אין די מערב לענדער קענען אנזייען כאאס, פאניק, פארשפרייטן פאלשע קלאנגען, און פארשטייט זיך דינען אלס קראנטע אינפארמאנטן פון די מצב אין לאנד.
די אלע 'אומלעגאלע' האבן געדינט אונטער די ראדארן און דערפאר האט מען זיי נישט געקענט אפיציעל פינאנצירן מיט געלטער און אפאראטן פון די סאוויעטישע פארבאנד ווייל דאס האט זיי געקענט אויפדעקן, די זעלבע האט מען זיי נישט געקענט פארבינדן מיט די אפיציעלע מיליטערישע אדער דיפלאמאטישע קאנאלן ווייל דאס וואלט ארויסגעגעבן זייער אידינטיטעט. פון די אנדערע זייט האבן די 'אפיציעלע' געדארפט זיין צען מאל מער פארזיכטיג וויסנדיג אז מען קוקט זיי נאך, און זיי האבן געמוזט באהאלטן און פארשטעקן יעדע סארט סימן אדער רמז וואס די קאנטער-שפיאנאזש אגענטן אין לאנד קענען זיך ארויף ארויפכאפן.
אין יעדע אמבעסאדע פון די סאוויעטישע פארבאנד איז געווען א ספעציעלע "רעזידענטורא", א ביורא פון די קעי דזשי בי. וואו עס האבן געארבעט אפאר קעי דזשי בי. אפיצירן וואס יעדער פון זיי איז געווען פארשלייערט אין א געוויסע 'אפיציעלע' פאזיציע, אבער עכט איז זייער ארבעט געווען אונטער דעם הויפט "רעזידענט" פון דעם אמבעסאדע, און מ'האט אים געמוזט פאלגן אלע זיינע באפעלן און ארדערס.
די קאנטער-שפיאנאזש אגענטן פון די מערב האבן געהאט איינע פון די מיסיעס, צו געוואר ווערן ווער איז אן עכטער דיפלאמאט, און ווער איז בעצם א שפיאן. אבער צו אנטדעקן די 'אומלעגאלע' איז געווען פיל פיל שווערער.
***
אין אט דעם דינסט פון 'אומלעגאלע' האט זיך וואסילי דער ברודער פון אולעג טרענירט צו ווערן אקטיוו. אין 1960 איז ער טאקע געווארן אן אפיציעלער ארבעטער דארט, וואו ער האט פארציילט פאר זיינע אפיצירן אז ער האט א ברודער וואס קען אסאך פרעמדע שפראכן, און עס וואלט געווען א גוטע זאך אויב ער ווערט אויך אריינגענומען אין דעם סארט 'אומלעגאלע' דינסט.
אנהייב פון יארע 1961 איז אולעג גערופן געווארן צו א געשפרעך, און דערנאך האט מען אים געהייסן גיין צו א געביידע נאנט צו די קעי דזש. בי. הויפטקווארטיר אינעם דזשערדזשינסקי סקווער. איינע פון די מענטשן דארט האט אים דארט אינטערוויואט אויף דויטש, און דערנאך געגעבן א קאמפלימענט אז ער קען זייער גוט די שפראך, מיט אלע אירע סלענגס, און ער איז פאסיג דערצו. פון די מינוט און ווייטער איז ער געווארן א טייל פון די געהיים דינסט. ער האט נישט געבעטן אריינצוקומען דארט - ס'איז בכלל נישט געווען אן ארט וואו מ'קען זיך איינגעבן אז מ'וויל ארבעטן פאר זיי, ער איז אויפגענומען געווארן דורך די קעי דזשי בי. דורך די איין וועג וואס איז געווען אריין צום אגענטור: מ'האט אים אויסגעקליבן דערפאר.
די טעג פון אולעג גארדייעווסקי אינעם אוניווערזיטעט האבן שוין געהאלטן ביי אירע לעצטע ווען ער איז געשיקט געווארן קיין מזרח בערלין פאר זעקס חדשים, וואו ער איז געשיקט געווארן צו אן ארבעט וואס האט געזאלט אים צוגעבן ערפארונג אלס אן איבערטייטשער אינעם רוסישן אמבעסאדע...
--
פארזעצונג קומט אי"ה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.