די שרעקליכע קאראנע וויירוס! וואס דארפסטו טון יעצט?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

די שרעקליכע קאראנע וויירוס! וואס דארפסטו טון יעצט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

1.
עס איז אמאל געווען א לאנד וועלכע האט געהאט א קאמעניסטישע רעגירונג, עס איז געפירט געווארן מיט אן אייזערנע פויסט, מען האט איינגעזעצט מענטשן אין תפיסה, זיי אויסגעפייניגט מיט אומדערטרעגליכע יסורים, די איינוואוינער פון לאנד האבן קוים געהאט צו עסן, די קינדער האבן נישט געקענט העלפן אינדערהיים נאר געדארפט ארבעטן פאר די רעגירונג, און אזוי ווייטער.
אבער די הויפט רעגירונג פירער, זיי האבן געהאקט א לעבן אויף די חשבון פון די פארקנעכטע בירגער, זיי האבן געלעבט א רייכע שווענדערישע לעבן, זיך נאכגעבנדיג זייער אלע תאוות עולם הזה, און זיך אויסלאכנדיג פון די פארפלאגטע ארימע בירגער. פארשטייט זיך, אז די מיליאנען בירגער פון לאנד, כאטש וואס זיי האבן שטארק פיינט געהאט די הויפט רעגירונג לייט, האבן זיי אבער גארנישט געקענט טון, זיי האבן אלע פשוט געציטערט פאר זייער אייגענע לעבן.
ויהי היום! די רעגירונג איז צוזאמגעפאלן, פארשטייט זיך אז מען האט שנעל ארעסטירט אלע רעגירונג פירער און זיי אריינגעשליידעט אין תפיסה, נאכן אפזיצן דארט א יאר, האט מען זיי געשטעלט צום משפט, די גרויסע משפט האט מען אוועקגעשטעלט אינמיטן שטאט כדי אז ווער עס וויל זאל דאס קענען מיטהאלטן, צום ערווארטעטן טאג האבן זיך פארזאמלט צענדליגע טויזנטער מענטשן! די משפט הייבט זיך אן, ווען דער שופט פרעגט דעם הויפט מיניסטער, "צו פארשטייסטו און ווייסט וואספארא גרויסע אומרעכט דו ביסט באגאנגען די פריערדיגע יארן?!" נאכן אפזיצן א גאנצע יאר אין תפיסה האבנדיג גענוג צייט דאס איבער צו טראכטן, און זעהנדיג די טויזנטער בירגער וועלכע האבן זיך פארזאמלט צו אויסגעבן דערמיט זייער ווייטאג וואס עס איז אויף זיי אריבער. האט דער הויפט מיניסטער באמת געוואוסט און אנערקענט ווי נישט ריכטיג ער איז געווען, ער האט זיך געוואלט פארטייטיגן, האט ער געזאגט פארן שופט, "אדוני השופט, איך ווייס יעצט זייער גוט ווי נישט גערעכט איך בין געווען און איך האב חרטה דערויף מיט מיין גאנצע הארץ! איך בין אבער בכלל נישט קיין שלעכטע מענטש בטבע, נאר היות איך האב זיך געפינען ארומגענומען מיט די אנדערע מיניסטארן און די רייכטום, דעריבער האב איך מיר געלעבט אין מיין אייגענע וועלטל, און נישט געהאט די אמת'דיגע ברירה צו זיין גוט!" דער שופט האט זיך געוואנדן צו די אנדערע מיניסטארן, און זיי אויך געפרעגט די אויבן דערמאנטע פראגע, און זיי האבן אלע געענטפערט די זעלבע תשובה, זיי האבן פשוט געלעבט אין זייער וועלטל, אבער יעצט ווייסן זיי און אנערקענען די אמת וואס איז די ריכטיגע, און זיי זענען גרייט אנצוהייבן א נייע לעבן.
דער שופט האט אנגענומען זייער טענה, און ארויסגעגעבן אן "אומשילד אורטייל" אויף זיי.

2.
עס איז אמאל געווען א גרויסע שיף מיט טויזנט מענטשן דערויף, אינמיטן די וועג האט זיך די שיף פלוצלינג צובראכן און אנגעהויבן זינקן אינעם גרויסן וואסער, וועלנדיג צו ראטעווען זייער לעבן זענען די אלע מענטשן שנעל ארויסגעטאנצן און אנגעהויבן צו שווימען ביזן בארטן, זיי זענען געווען היבש ווייט, זיי האבן געהאט גאנצע פינף מייל צו שווימען!
די פארמעסט אויפן לעבן האט זיך אנגעהויבן, נאך בלויז פיר מינוט שווימען, זענען שוין געווען אפאר מענטשן וועלכע זענען דורכגעפאלן צו ראטעווען זייער לעבן, זיי זענען ליידער דעטראנקען געווארן אינעם רוישיגן ים כוואליעס, אזוי נאך יעדע פאר מינוט זענען געווען נאך מענטשן וועלכע זענען פארלוירען געווארן אין די רוישיגע כוואליעס, נישט האבנדיג די ריכטיגע כוחות וויאזוי זיך צו פארמעסטן מיט דעם. ווען די לעבנס געבליבענע מענשטן זענען שוין געווען בלויז צוואנציג פיס אוועק פונעם בארטן, זענען געווען א קליינע גרופע וואס האבן געזאגט אז זיי האבן שוין מער נישט די כח זיך צו שלאגן מיט די רוישיגע וואסערן, די מענטשן וועלכע האבן זיי אפגעווארט ביים בארטן האבן געשריגן צו זיי און זיך געבעטן אז זיי זאלן זיך שטאקן און רחמנות האבן אויף זייער אייגענע לעבן, זיך שטארקן מיט די איבערגעבליבענע כוחות! און שווימען בלויז די לעצטע פאר פיס ביזן בארטן, עס האט אבער נישט געהאלפן זייערע געשרייען, און זיי זענען אויך דעטראנקען אין די רוישיגע וואסערן. צום סוף זענען איבערגעבליבן בלויז צוויי הונדערט און פערציג מענטשן וועלכע האבן דאס איבערגעלעבט, זייער שמחה איז נישט געווען צו פארשטעלן, די טויזנטער פארזאמלטע האבן זיי אלע באזינגען, "עטס זענטס די שטארקע מענטשן! עטס האט עס באוויזען אפילו עס איז געווען זייער שווער!"

3.
עס איז אמאל געווען גאר א גרויסער צדיק און מקובל, ער האט געקענט זאגן פאר מענטשן פונקטליך וואס עס גייט פארקומען אין זייער לעבן, און ער האט אויך געהאט א גרויסער כח צו פויעלן ישועות מיט רפואות, עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז ער זאל עפעס פארזאגן אדער צוזאגן א ישועה פאר איינעם, און דאס זאל נישט מקויים ווערן "פונקטלעך אויפן האר" דאס וואס ער האט געזאגט. פארשטייט זיך אז עס געווארן גאר א גרויסע אנלויפעניש ביים צדיק, יעדער האט זיך געוואלט אויספויעלן א גוט לעבן פאר זיך אין די משפחה!
ויהי היום! עס קומט אריין א איד צום צדיק הערן וויאזוי זיין לעבן וועט זיך אויסשטעלן?! דער צדיק פאטראכט זיך פאר א מינוט, זיין פנים ווערט ערנסט, און ער זאגט פאר יענעם: "דו וועסט אדורך גיין די קומענדיגע דריי יאר אסאך גרויסע שוועריקייטן אין דיין לעבן, אבער אויב דו וועסט זיך שטארקן דערויף און זיך נישט לאזן אינטערברעכן דערפון, דו וועסט עס איבערלעבן, דאן וועסטו זוכה זיין צו גאר אסאך גוטס, דו וועסט פארמאגן א געוואלדיגע רייכטום! געלונגענע קינדער און אייניקלעך וועלכע וועלן דיר ברענגן אסאך נחת! דו וועסט גרינג פארשטיין תורה! פילן א געשמאק אין דאווענען! א קאפיטל תהלים וועט זיך דיר גרינגערהייט זאגן מיט טרערן אז דו וועסט שפירן ווי דו רעדסט זיך אויס דיין הארץ צום באשעפער! אלע אנדערע מענטשן וועלן דיר שטארק מקנא זיין אויף די אלע גוטס וואס דו האסט!" דער איד האט זיך גענומען אויסבעטן, אז ער זאל נישט דארפ אדורך גיין די אלע שוועריקייט, נאר ער זאל בלויז באקומען די אלע גוטס וואס עס ערווארט אים. אבער דער צדיק האט אים מסביר געווען, אז דו גוטס איז נאר צוליב דעם וואס ער וועט זיך שטארקן ווען ער וועט דורך גיין די שוועריקייטן, אבער אן דעם קען ער נישט זוכה זיין צו די פילע גוטס.
דער איד איז ארויס אינגאנצן צושאקעלט פון וואס ער האט יעצט געהערט, וויאזוי וועט ער דורכמאכן די דריי יאר?! ער האט אבער אפגעמאכט ביי זיך אין הארץ, איך וועל שטענדיג נאר טראכטן איבער די גוטע יארן וואס ווארטן מיר אפ. עס איז נישט דורך קיין פאר טעג ווען די לעבן האט אים אנגעהויבן צו גיין שווער, אבער עס האט אים נישט אפעקטירט, וויבאלד ער האט געטראכט ביי זיך, וואס איז שוין דאס די שוועריקייט, קעגען די פילע גוטס וואס ווארט מיר אפ. אזוי איז אדורך די גאנצע דריי יאר, ווען שטענדיג שטארקט ער זיך אז וואס איז שוין די שוועריקייט קעגן די צענדליגע יארן פון גוטס וואס ווארטן אים אפ! ער האט שטענדיג געדענקט וואס דער צדיק האט אים געזאגט, און שטארק גלייבענדיג אין דעם, האט ער געוואוסט וואס ער האט צו טון!

=============================================================================

רבותי!! מיר אלע אידן זענען דורך אט די דריי מעשיות!!!! און מיר דארף דאס ענדיגן יעצט צום גוטן!!!!
די תכלית וואס דער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט אונז קליינע מענטשלעך, איז ווייל ער האט הנאה ווען מיר שטארקן זיך אויף די נסיונות וואס עס זענען דא אויף די וועלט. צוליב דעם וואס מען האט געזינדיגט, האט זיך די שיף צובראכן, און מיר געפינען זיך אין די רוישיגע וואסערן פיל מיט נסיונות, תיכף אנפאנג זענען שוין אסאך מענטשן ליידער דורכגעפאלן זיך צו ראטעווען, און זענען ליידער דעטראנקען געווארן, יעדע פאר יאר זענען מיר אידן אדורך פרישע גזירות, נסיונות, הריגות, און שטענדיג זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער די וואס לעבן נאך, מיר אלע אידן וועלכע געפינען זיך הייינט צוטאגס, מיינט דאס אז אלע זיידעס פון אלע זייטן, האבן איבערגעלעבט און זיך געשטארקט אויף די אלע שוועריקייטן! סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, חוץ דעם וואס יעדע פאר יאר זענען געווען גזירות מיט הריגות, זענען אויך יעדע פאר יאר געווען פרישע שווערע נסיונות און אידישקייט וואס אונזערע עלטערן האבן עס געדארפט דורך לעבן, די פאפיר איז אוודאי צו קורץ דאס צו באשרייבן. און יא, יעדער איינציגע איד וועלכע לעבט היינט צוטאגס, מיינט עס אז זיינע הונדערטער זיידעס און באבעס האבן מיט גרויס שטארקייט באוויזען דאס אלעס צו אדורך מאכן און איבערלעבן, יעצט האלט מען שוין ממש צום סוף!!! מען זעהט שוין דעם בארטן!!! זיי נישט קיין נאר צו יעצט אויפגעבן אויף דיין לעבן!!! איז דען דא א גרעסערע נארישקייט פון דעם?! די גרויסע כבוד ווארט דיך שוין אפ!! שטארק דיך אידעלע!!
דער הייליגער באשעפער האט אונז געזאגט וויאזוי די גלות וועט אויסקוקן, אסאך פאסירונגען וואס וועלן פאסירן אין דעם לאנגן גלות, און אלעס וואס ער האט געזאגט, איז פארשטייט זיך מקוים געווארן מיט א גאר שטארקע פונקטליכקייט. ער האט אונז אויך געזאגט די סוד וויאזוי דאס וועט זיך בעז"ה ענדיגן!! דאס איז "היום אם בקולי תשמעון" ווען די אידן וועלן זיך אומקערן צום הייליגן באשעפער, צו אונזער טאטע אין הימל, און אויסרופען, "טאטע, טאטע! מיר אנערקענען אין דיין הערשאפט! מיר זענען אמת'דיג מקבל אויף זיך עול מלכות שמים והמצות!"
רש"י הק' האט נישט געשריבן קיין הקדמה אין קיין איינע פון זיינע פירושים על תנ"ך אדער ש"ס, נאר איין פלאץ טרעפן מיר ווי רש"י האט גענומען זיין פעדער, דאס איינגעטינקען אין טינט, און געשריבן אפאר הייליגע ווערטער, דאס איז פאר זיין פירוש אויף "שיר השירים", ווי באוואוסט איז שיר השירים געשריבן געווארן דורך שלמה המלך ע"ה, וואו ער רעדט זיך אויס פון הארץ מיט מורא'דיגע געגועים פון כנסת ישראל צו הקב"ה, עס איז באוואוסט די גרויסע כח וואס צדיקים האבן אריינגעלייגט מיט זאגן שיר השירים שבת ביינאכט און אזוי אויך פסח ביינאכט נאך די הייליגע סדר נאכט. שרייבט דארט רש"י הק' גאר פארכטיגע און הייליגע ווערטער: "ואמר אני, שראה שלמה המלך ברוח הקודש שעתידין ישראל לגלות גולה אחר גולה, חורבן אחר חורבן, ולהתאונן בגלות זה על כבודם הראשון, ולזכור תיבה ראשונה אשר היו סגולה לו מכל העמים, לאמר 'אלכה ואשובה אל אישי הראשון כי טוב לי אז מעתה' (הושע ב, ט), ויזכרו את חסדיו ואת מעלם אשר מעלו, ואת הטובות אשר אמר לתת להם באחרית הימים. ויסד סדר הזה ברוח הקודש, בלשון אשה צרורה אלמנות חיות משתוקקת על בעלה, מתרפקת על דודה, מזכרת אהבת נעוריה אליו, ומודה על פשעיה. אף דודה צר לו בצרתה, ומזכיר חסדי נעוריה ונוי יופיה וכשרון פעליה, אשר בהם נקשר עמה באהבה עזה, להודיעה כי לא מלבו ענה, ולא שילוחיה שילוחין, כי עוד היא אשתו והוא אישה, והוא עתיב לשוב אליה!" עכל"ק.
מענטשן האבן זיך אסאך געוואונדערט, ווען און וויאזוי וועט דאס פאסירן אז כנסת ישראל וועט זיך צוריקקערן צום אייבערשטען?! מיר זענען דאך אזוי פארזינקען אינעם שווערן גלות, מיט די נסיונות, מיט פרנסה, ווער האט דען די קאפ ליידיג זיך צו קענען פאראייניגן גאנץ כלל ישראל אויף אמאל און שרייען, "אבינו מלכינו החזירנו בתשובה שלימה לפניך, אבינו מלכינו הצמח לנו ישועה בקרוב", וויאזוי קען זיך דען כלל ישראל פאראייניגן אויף איין מאל מיט א פעסטע קבלה?! אבער יעצט איז געקומען די צייט! רוב פרנסות זענען פארמאכט און מען זיצט אינדערהיים, מען האט מער צייט צו טראכטן איבער זיך און איבער די וועלט!! און מיר לעבן אין א וועלט וואס מען האט גרינגערהייט קשר איינער צום צווייטן!!
רבותי!! לא עת לחשות!! לאמיר זיך נישט לאזן!! מיר גייען עס יעצט איינמאל פאר אלעמאל אדורך ברעכן!! לאמיר געדענקן די הייליגע ווערטער פון רש"י הק' און דאס יעצט מקיים זיין!! יא, מיר זענען אסאך מאל דורכגעפאלן ביי די טעגליכע נסיונות, אבער מיר זאגן פארן שופט כל העולם, דאס איז געווען בלויז וויבאלד מיר זענען געווען ארומגענומען דערמיט פון אלע זייטן! מיר האבן וויייניג געוואוסט און געהאט די בחירה צו טון די ריכטיגע, אבער יעצט זעהן מיר דאס בחוש אז דאס אלעס איז גארנישט, ווען דו געבסט נאר א קליינע שאקל, און אלעס דרייעט זיך איבער, יעדער ציטערט און ווייסט נישט וואס די טאג און וואך וועלן ברענגן פאר זיך און די משפחה!!
יעדער איינער זאל זיך נעמען אפאר מינוט, פארלעשן די טעלעפאן, און מקבל זיין באמת אויף זיך קבלת עול מלכות שמים, "באשעפער איך וויל נאר דיר! גארנישט עפעס אנדערש!! לייז מיר שוין אויס פון דעם שווערן גלות!!!
ווער עס האט א ווארט אויף קול מבשר, זאל ערלעדיגן אז פאר ווילאנג די לאקדאון גייט אן, זאל מען נישט קענען הערן קיין נייעס, בלויז: "רבותי! מיר אלע גייען עס מאכן אינאיינעם! מיר דארפן יעדענס הילף! קיינער זאל נישט ארויספאלן! ווייל נאר אזוי וועט אונז עס געלינגען! מיר גייען מקדיש זיין די טאג לתורה ועבודה און חינוך הבנים! יעדער זאל לערנען מיט די קינדער אפאר שעה א טאג! דריקט איינס צו הערן שיעורי תורה, דריקט צוויי צו הערן שיעורי התעוררות, דריקט פיר צו באשטעלן א כשר'ע טעלעפאן, דריקט פינף צו געבן צדקה פאר די 'משיח קאמפיין' ממש א שאד צו איבערלאזן געלט אין באנק פאר גארנישט, דריקט זעקס צו באשטעלן נייע ספרים."
אזוי אויך די אנדערע פלעצער, זאלן נאר מעלדן איבער וויפיל מענטשן האבן זיך געזעצט לערנען א גאנצן טאג!!


ווער איז גרייט??? מען שטעלט יעצט צאם די ערשטע גרופע פון צען טויזנט מענטשן!!
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

דא ליגט כוחות אצימות! גאר א שטארקן מעסעדזש, מיט א גאלדענעם פעדער!...
איך פראגע האב איך נאר...די ביסט שוין איזיאלאזירט?
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

דער איז דעך סופער סופער הייליג גערעכט!, דאס! דארף מען אויפהענגען איבעראל!!!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זייער שטארק!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יוש!! מי יתן לנו והי׳!! הלואי והלואי. יישר כח.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

קילורין לעינים!
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זייער שטארק!
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW קדוש קדוש קדוש!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

אביונה האט געשריבן:דער איז דעך סופער סופער הייליג גערעכט!, דאס! דארף מען אויפהענגען איבעראל!!!



גם אנכי מצטרף!

אפשר קען עס איינער מאכן אויף א שיינע צעטיל?
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

פתאום יבוא, משיח צדקינו איז אט אט דא!! זייט גרייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

בעזהשי"ת
משיח איז אט אט דא... אזוי הערט זיך פון אלעמען אומעטום...
בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל...
עס קוקט אויס ווי יא, דאסמאל איז עס פאר עכט.. דער לאנג ערווארטעטער טאג וואס מיר רעדן אייביג דערפון 'ווען משיח גייט קומען' אונז אויסלייזן פון דעם לאנג פארצויגענעם ביטערן גלות, און אונז פירן אהיים קיין ירושלים עיר קדשינו, דער בית המקדש וועט אראפקומען גענצליך אויפגעבויעט פון הימל און עס וועט זיין הערשן די השראת השכינה בתוכינו ווי פארצייטנס, משיח צדקינו איז אין אונטער אונזער טיר..
דאס איז איינמאל זיכער אז עס איז אצינד א 'עת פקודה', דער רבוש"ע זאל אונז העלפן אז מען זאל עס נישט ח"ו אנוואוירן ר"ל, נאר מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ישועתן ושמחתן של ישראל, אין נאך היי יאר זוכה זיין אז מיר זאלן מקריב זיין דעם קרבן פסח אין בית המקדש, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, פאר אן אמת.
דאס וואס מיר בענקן און בעטן נאכאנאנד אויף וואס מיר ווילן זוכה זיין זיך מיטצופרייען נגילה ונשמחה בישועתך, ווייזן יעצט אלע סימנים אן אז מיר האלטן אט אט ביי דעם אז מיר וועלן זוכה זיין אין די נאענטע זמן צו ותחזינה עינינו בשובך לציון, אבער מיר בעטן מיט א הייסע תפלה צום רבוש"ע 'ברחמים' דער דדורכגאנג ביז אהין זאל נישט קאסטן ח"ו קיין אידישע קרבנות, עס זאל זיין 'ברחמים'.   
אויב האט איר אמאל געקלערט וויאזוי גייט דאס געשען אינמיטן א העלן טאג, ווען יעדער איז פארנומען, די מענער ביי דער ארבעט, די אידישע מאמעס פארפארעט אינדערהיים, די קינדער אין חדר און אין סקול..
יא, פתאום יבוא, אבער דער רבשו"ע ברוב רחמיו וחסדיו טוט אונז יעצט צוביסעלעך צוגרייטן צום גרויסן יום המקווה..
גענוי ווי אין מצרים ממש בעפאר די גאולה, אזוי אויך אצינד הייסט מען 'איש מפתח ביתו לא יצאו', אזוי ווי אין מצרים בעפאר די גאולה האט מען געדארפט זיך צוזאמנעמען יעדער מיט זיין משפחה פראווען אינאיינעם 'לבית אבות' אדער 'לבית' לויט די אומשטענדן, מען האט געדארפט זיצן מיט די משפחה אינאיינעם פארשפארט אין שטוב, זיין גרייט אויף די 'פונקטליכע מינוט' צו זיין גרייט ארויסצוגיין פונעם גלות.
‘ולא יכלו להתמהמה' אפילו קיין רגע נישט מער, מען האט נישט געקענט זיין פארנומען און נאך וועלן ערלעדיגן אפילו נאר איין קלייגקייט בעפאר, ווייל מען וואלט ווען פארשפעטיגט דעם גענויען פונקטליכן מינוט.. ר' איד, זייט גרייט ווען מען הייסט גיין, זאל מען זיך נישט פארשפילן מיט קיין סעקונדעס, נאר זיין גרייט צו גיין מיט משיח צדקינו..
איר זאלט געווארנט זיין נישט צו פארפאטשקען אין די לעצטע קורצע זמן ביז צו די גאולה השלימה, געדענקט אין מצרים איז ביי מכת חושך וואס איז געווען נישט מער ווי עטליכע טעג בעפאר די גאולה, איז געבליבן נאר א פינפטל וואס האבן זוכה געווען למעשה ארויסצוגיין פון מצרים, האלט אייך מיט די ריינע קלארע אמונה און פארזיכטיגע שריט, אל תחמיצו את השעה, ווען מען האלט שוין נאך אזויפיל יארן אט ביים אויסגעלייזט ווערן, טוט אלעס אויף דער וועלט זיך צו פארזיכערן אז איר מיט אייערע נאענטע און יעדער איד פון כלל ישראל זאל ח"ו נישט נדחה ווערן ר"ל, נאר דערלעבן ביאת המשיח במהרה בימינו.
געוויסע צווישן אונז קענען אפשר האבן א שטיקל 'ענקזייעטי' ווען מען רעדט דערפון פאר עכט.. רבותי, עס איז נישטא וואס צו זארגן, די נביאי האמת האבן אונז פארגעזאגט אין זייערע נביאות ווי גוט און ווי וואויל עס גייט זיין בימות המשיח, מיר גלייבן דערין באמונה שלימה.. 
ר' איד, ממה נפשך, אויב ח"ו גייט אייך נישט אזוי אומבעסטן כהיום איז דאך אפגערעדט אז עס ווארט גוטע צייטן.. אויב גייט אייך יעצט אין גלות אויך גוט [עכ"פ לויט אונזערע יעצטיגע השגות] זאלט איר וויסן זיין: עס גייט אייך גיין פיל בעסער... נישט נאר ברוחניות וואס מיר גייען זוכה זיין צו 'קרבת אלוקים לי טוב' וואס מיר קענען ניטאמאל משיג זיין, און מיר ווייסן ניטאמאל וואס אונז פעלט היינט. נאר אויך אין גשמיות'דיגן טייל גייט זיין אויפן בעסטן פארנעם וואס שייך, מען וועט זיצן איש תחת כרמו וזיתו און עס וועט זיין בניך כשתילי זיתים סביב לשולחניך מיט א אויסטערלישע הרחבת הדעת דקדושה וואס איז אין לתאר ואין לשער.
האלט אייך שטארק אין די שווערע זמנים, זייט מצפה לישועת ה'. נאר ער קען און נאר ער וועט אונז העלפן!
מאכט אייך גרייט, קרובה ישעתינו לבוא!!! התיצבו וראו את ישועת ה' היום.. אם בקולו תשמעו!
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אמן כן יהי רצון
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שארף און קליג האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דער איז דעך סופער סופער הייליג גערעכט!, דאס! דארף מען אויפהענגען איבעראל!!!



גם אנכי מצטרף!

אפשר קען עס איינער מאכן אויף א שיינע צעטיל?

קאראונא1.pdf
(73.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 154 מאל
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

עס קומט יעצט אריין די נייעס אז, די חדרים און שולן וכו', ווערן אלע פארשפארט, און מען וועט דארפן פאברענגן מיט די קינדער אינדערהיים!!

דאס שטייט שוין בפירוש אין פסוק!!
"הנה אנכי שלח לכם את אליה הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם וגו'" (מלאכי ג, כג)

רבותי!! גרייט זיך אלע צו דערפאר!! עס קומט ליכטיגע צייטן!!
מען זעהט זיך שוין שטיין אין בית המקדש השלישי!!
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

נאכן דאווענען ערליך היינט שחרית, זיך אפגעבן מיט די קינדער אינדערהיים, בין איך יעצט אריינגעקומען אין אפיס אביסל טון פאר פרנסה.
זעה איך אז איינער שרייבט מיר אין אישי זיך צו פארבינדן מיט אים,
איך האב אים גערופען, ער האט מיר געזאגט זיין אמתע נאמען מיט די געגענט וואו ער וואוינט,
און ער דערציילט מיר א מעשה שהי' וואס איז געווען מיט אים נעכטן:

"מיין פרנסה האט מיר אזוי געפירט אז איך האב געהאט א 'סמארט פאון', און ליידער נישט געווען געהעריג אויסגעהאלטן,
עס האט מיר אייביג שטארק געבאדערט, סיי מיין רוחניות ודי, און סיי בגשמיות, זייענדיג א גאנצן טאג פארנומען מיט שטותים פון צופרי ביז ביינאכט,
אבער עס איז מיר ממש געווען אוממעגליך זיך צו טוישן, מיינע חברים, מיינע ארבעטס קאנטעקס, געוויסע פון מיין משפחה, זענען מיר אלע געווען מקושר יומם ולילה מיט 'וואטס אפפ' - 'אימעיל' - גרופס' וכו' וכו', וויאזוי וועל איך קענען לעבן אן דעם?? זיי וועלן דאך אלע לאכן פון מיר אז איך בין געווארן פרום!!

אבער ליינענדיג דיין בריוו מאנטאג, האט דאס מיר זייער צושאקלט, מיין מח און הארץ האבן זיך נישט אויפגעהערט צו דרייען, וואס וועט טאקע זיין מיט מיר אויב משיח קומט יעצט??!!!
נעכטן דינסטאג נאכמיטאג האב איך עס נאכאמאל געלייענט, און איך האב אפגעמאכט "עד כאן", איך האב צובראכן מיין סמארטפון!! און זיך געקויפן א נייע בעסיק טעלעפון!!!
יא איך ווייס אז רוב פון מיינע חברים וועלן לאכן פון מיר, אבער איך ווייס די אמת אז ביי זיי אין הארץ האלטן זיי דאס נישט אויס!!! נישטא קיין גרעסערע יסורים פאר אזא איינער ווען ער זעהט ווי א צווייטער האט זיך געשטארקט!!!
חוץ דעם, וואס האב איך מיר צו שעמען פון זיי, מיר גייען שוין קעגן משיח בקרוב!!"
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

אויף די פסוק (שמות יב, ח) "וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ".

שרייבט דער בעל הטורים:
"יאכלוהו. ד' פעמים במסורה. ב' בעניני דפסח (כאן, ובמדבר ט, יא). ואידך 'אהרן ובניו יאכלוהו' (ויקרא ח, לא) בענינא דמלואים. מה התם נצטוו 'ומפתח אהל מועד לא תצאו' (שם ח, לג) הכא נמי 'ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו' (להלן פסוק כב). ואידך 'כי מאספיו יאכלוהו' (ישעיה סב, ט) דאיתקש גאולה אחרונה לגאולה ראשונה" עכ"ל.

יא דער הייליגער בעל הטורים שרייבט שוין 800 יאר צוריק א רמז אין די תורה, אז ביי די גאולה אחרונה וועט זיין א באפעל אז מען מעג נישט ארויסגיין פון הויז!!
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

Re: די שרעקליכע קאראנע וויירוס! וואס דארפסטו טון יעצט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

ווי מיר האלטן היינט, טרעפט זיך כלל ישראל פון נוי יארק אין די הויפט נייעס איבער די קראנא וויירוס, ווען אלע גרויסע מידיע נעצן האבן עפעס צו זאגן וועגן אונז.
עס איז נישט די פלאץ אריינצוגיין אין די חלק "חילול ה'" וואס ליגט אויף יעדען איד, איך וויל נאר ארויסברענגן א צווייטע נקודה למחשבה.

איך האב אפאר יאר צוריק עפעס געהאנדעלט מיט א קלוגע גוי, האט ער מיר געפרעגט: "גלייבסטו אין אידישקייט? וויאזוי קען דאס זיין אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פאר די אידן און אלעס דרייט זיך מיט זייערע מעשים, ווען די אידן זענען אסאך אסאך ווייניגער פון אפילו איין פראצענט פון די וועלטליכע באפעלקערונג?!"

האב איך אים געענטפערט זייער פשוט: "איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין די נושא וואס איז פאר מיר דברים פשוטים עד מאוד, איך וועל דיר אבער ענטפערן פשוט לשוטתך, אז טאקע בגשמיות זעהן מיר טאקע דאס, אז שטענדיג דרייעט זיך די גאנצע וועלט ארום די ביסל אידן!!! ווען מען קוקט נאך די היסטאריע, פון אברהם אבינו, די אבות מיט די שבטים, אידן אין מצרים, אין ארץ ישראל, יעצט אינעם לאנגן גלות, אלס זענען מיר אידן אין די הויפט נייעס!!! טאקע וויבאלד די גאנצע וועלט איז באשאפן נאר צוליב אונז, און מיר דארפן דינען ריכטיג דעם אייבערשטען און פאררעכטן אונזערע מעשים!!!"

אוודאי דארף מען טון "אלעס אויף די וועלט" כדי צו פארמיידן חילול ה' און טאקע נישט זיין אין די נייעס,
אבער ווען עס האט זיך יא אזוי אויסגעשטעלט, איז דאס בלויז נאך א דערמאנונג, אז יא, די גאנצע וועלט, די גאנצע קאראנע וויירוס, איז נאר צוליב אונז אידן, אונז צו דערמאנען ווי מיר געפינען זיך שוין אזויפיל יארן, פארזינקען אינעם ביטערן גלות, און זיך דערמאנען ווי אונזער עכטע וואוינונג דארף זיין, אין ירושלים עיר הקודש בבנין בית המקדש השלישי!!!

רבותי!!! לכו ונשובה אל ה'!!!!
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

די היימישע צייטונגען שרייבן ממש נישט קיין ווארט בנוגע דאס ריכטיגע וואס א איד דארף וויסן און טראכטן אין אזא צייט,
אלע נייעס מיט א גוי'אישע בליק, און מיט נארישע בילדער, וכו' וכו'.
נישטא קיין שום דרשה פון א מנהיג ישראל, דיין, וכו'.
אדער כאטשיג שרייבן וואס די הייליגע צדיקים ורבי ז"ל וואלט אין אזא צייט איינגעריסן וועלטן!

#בושה תכסה פנינו
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: די שרעקליכע קאראנע וויירוס! וואס דארפסטו טון יעצט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

צ/ק
עפענען נאך אן אשכול
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

איך וויל טוישן די קעפיל פאר "משיח קאמפיין", קען מיר איינער העלפן?

איך בין נישט קיין גראפיקער און נישט קיין שרייבער,
ווער עס וויל, קען אריינקומען מיט פרישע סחורה, אדער שיינע צעטליך פאר די "משיח קאמפיין"!!
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

משיח קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

"ודבר זה מדרכי התשובה הוא, שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן וכו', וזה הוא שיגרום להם להסיר הצרה מעליהם. אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית, הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים ותוסיף הצרה צרות אחרות, הוא שכתוב בתורה (ויקרא כ"ו) 'והלכתם עמי בקרי והלכתי עמכם בחמת קרי', כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו, אם תאמרו שהוא קרי, אוסיף לכם חמת אותו קרי", עכל"ק.

רמב"ם (הלכות תעניות פרק א)
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

Re: די שרעקליכע קאראנע וויירוס! וואס דארפסטו טון יעצט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

רבותי!! כלל ישראל האט פאראייניגט איינגעריסן פאר די גאולה שלימה בקרוב!!
באשעפער קוק צו דיין הייליג פאלק וואו נאך אזויפיל יארן אין גלות שרייען מיר שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!!
לאמיר אלע האבן דאס אויסגעפויעלט!!
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

יעצט באקומען פון מיינס א חבר, א שיינע חיזוק בריוו:

המצב בעולם נורא ואיום, דיברתי עם הרבה אנשים, וכולם כאחד מדברים על אותו נושא ואותם צרות ובעיות שסגרו הבתי מדרשים וכולם יושבים בבית, מהם לא מרגישים טוב ומהם ב"ה בגוף מרגישים טוב. אבל רבים מקשים היתכן כזאת שסגרו בתי כנסיות ובתי מדרשות ואין לנו לא מנין ולא בית מקדש מעט ולא מקוה ולא ישיבות וחדרים, על מה עשה ה' ככה לקחת מאיתנו יסודי היהדות והקדושה?
אינה ה' לידי מכתב קודש של הגה"ק מוה"ר שלום משאץ זצוק"ל, ולענ"ד בזה יש לתרץ מעט הקושיא העצומה הזאת.

במכתב לבתו (אגרות שלום מ' רי"ט) הוא כתב: "את רוצת שיבא משיח, לא במהרה הכוונה על משיח, כי גם זה הוא אהבת עצמו... כמו שמספרים שצדיק אחד פגע באליהו הנביא ע"ה, ושאל אותו מדוע אינו בא משיח? והשיב [אליהו] מי מבקשו? וצעק [הצדיק] הכל מבקשים ומתפללין עליו, אמר לו [אליהו] לא, [והראיה] בא עמי על המדינה ואראך, והלכו ונכנסו להרינדאר וכיבד אותם טוב, [שאל אליהו להחוכר] אתה רוצה שיבא משיח? [ענה הארינדאר] הלואי שנזכה במהרה, [שאל אותו אליהו] מה חסר לך משיח? [ענה החוכר] זה שנה תמימה שלא שילמתי הראטע להפריץ ו[עתיד] להשליכני מהקרעטשמע גם כן. וכן הלכו להשני ולהשלישי וכל אחד סיפר צרותיו ודחקו. אמר לו [אליהו להצדיק] אתה רואה? כל אחד [מתכוין] להפעקל שלו".
"לזכות לאמתת גאולת הנפש ממאסרה בידי היצר הרע והשטות והתאוות ושפלות נשמת ישראל, ולזכות ל[הדרגה הגדולה] כקודם חטא הקדום [שהיו ישראל] וכזמן קצר מקבלת תורתינו הקדושה שפסקה זוהמתן ונתקדשו בהשגות קדושות - עד רח"ל החטא הגדול חטא המדבר שחזרו לזוהמתם, - הנצרכים למשיח על זה האופן ראיתי בני עליה והמה מועטים. אעפ"כ יעלה ויבא, אבל טוב שלא להשטות את עצמו", עכלה"ק.

משמע מדבריו הקדושים שמשיח יבא בכל אופן גם אם כוונת בני ישראל לאהבת עצמן, מ"מ הדרגה החשובה יהי' שמשיח יבא הוא כשכוונת ישראל יהי' לרוחניות. ואולי י"ל שלזה הביאנו הבורא ית' הטוב ומטיב למצב כזה שכלל ישראל יבכו ויתאנחו ויתאוננו על צרותם הרוחניות שאין להם האפשרות להתפלל במנין ובבית הכנסת ולשמוע קדיש וקדושה וקריאת התורה, וללמוד כראוי בחברותות ובדיבוק חברים בבתי מדרשות, ולהיטהר במקוה, הכל להתקרב אליו ית' ולהתכונן כראוי לחג הקדוש הבעל"ט, ממילא הצפיה למשיח ולגאולה השלימה הוא למען רוחניות, ובכוונה זו בודאי יבא במהרה בקרוב ממש, אמן.
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: די שרעקליכע קאראנע וויירוס! וואס דארפסטו טון יעצט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

סנהדרין צח, א.
--------------------------
הוא אלקינו ואנחנו עם מרעיתו וצאן ידו - היום אם בקולו תשמעו [תהלים צו, ה]

רבי יהושע בן לוי אשכח לאליהו [פגש את אליהו], דהוי קיימי אפיתחא דמערתא דרבי שמעון בן יוחאי [שהיה עומד בפתח מערת רשב"י].

. . אמר ליה: אימת אתי משיח [מתי בא משיח]? אמר ליה: זיל שייליה לדידיה [לך שאל את משיח עצמו].

והיכא יתיב [ואיפוה הוא נמצא]? אפיתחא דרומי [בשער רומי].

ומאי סימניה [ואיך אפשר לזהות אותו]? יתיב ביני עניי [יושב בין עניים] סובלי חלאים. וכולן שרו ואסירי בחד זימנא [וכל אלו שיש להם מספר נגעים, מסירים את כל התחבושות יחד, מקנחים את מקום הנגע, וקושרים את התחשובות שוב]. איהו שרי חד ואסיר חד [אבל משיח פותח רק תחבושת אחת, מקנחו וקושרו שוב, ואז עובר לשנייה] אמר: דילמא מבעינא [אולי אצטרך לצאת לגאול את בני ישראל], דלא איעכב [לא אתעכב כדי קשירת שני נגעים].

אזל לגביה [הלך אליו], אמר ליה [רבי יהושע למשיח]: שלום עליך רבי ומורי! אמר ליה שלום עליך בר ליואי [בן לוי].

אמר ליה: לאימת אתי [מתי יבוא] מר? אמר ליה: היום.

אתא לגבי [בא אצל] אליהו. אמר ליה: מאי [מה] אמר לך? ...אמר ליה: שקורי קא שקר בי [הוא שיקר לי] דאמר לי היום אתינא, ולא אתא [הוא אמר לי 'היום אני בא' ולא בא]!

אמר ליה: הכי אמר לך [כך התכוון לומר לך] היום - אם בקולו [של הקב"ה] תשמעו.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”