בס"ד צו אלע חשוב'ע מיטגלידער פון היימישע קרעטשמע פארומס אויף אידישע וועלט.
ווי איר אלע זענט באקאנט, זענען מיר לעצטענס אריבער א שווערע דורכגאנג מיט איינער פון די מיטגלידער וואס האט צוליב א 'גילוי' סיבה פארמעקט א חלק דמינכרא פון זיינע תגובות, און דאס אפצושטעלן זענען מיר באצוואונגען געווען חוסם צו זיין דעם ניק, און עס האט זיך פארמירט דורך דעם געוויסע אומאנגענעמליכקייטן. אויף דעם ארויף האט זיך געשאפן אן ערענסטע דיסקוסיע צווישן מיטגלידער, צי דאס מעקן פונ'ם יעניגן איז געווען אויסגעהאלטן צי נישט. און בכלל וואס איז דען די געפערליכע עוולה פון דעם יעניגן, בסך הכל האט ער 'זיך' געוואלט ראטעווען. מיר וועלן אראפשטעלן אונזער שטעלונג בנוגע צו די גאנצע נושא, און מיר האפן אז איר וועט פארשטיין אונזער זייט, והשומע ישמע והחדל יחדל.
עס איז ברייט באקאנט, אז די מנהלים זענען וואלענטורן אינ'עם פארום פראיעקט. מיר האבן נישט קיין שום געלט אינטערעסן אין די גאנצע ארבעט, מיר ווילן אז אידן זאלן האבן וואו צו פארברענגן אויפן ברייטן געוועב, אויף א כשר'ן פארנעם. און כשר מיינען מיר פון יעדן פרעספעקטיוו. נישט קיין לשון הרע, נישט קיין מחלוקת, און אוודאי נישט קיין שמוץ.
רבותי, די ארבעט איז נישט קיין גרינגע, גלייבט אונז, מיר זענען פון פשוט'ע אינגעלייט געווארן גאנצע דיינים, מיר דארפן זיך רעכענען מיט צדדים פון פארשידענע פראקציעס, און אויסרעכענען אז די און די תגובה, זאל נישט ווייטון יענע און יענע פארשטופטע חסידות. פארשטייט זיך אליינס, אז מיר זענען פארדעם דא, און מיר רעדן זיך אויף דעם נישט אפ.
אויסערדעם, פרובירן די מנהלים מיט אלע כוחות, צו האלטן די ניווא פון די פארומס, אויף אן הויכע שטאפל, אז מענטשן זאלן זיך שפירן באקוועם דערמיט. אין דעם איז אריינגערעכנט, נישט לאזן קיין בעבישע אשכולות זיך פארווארפן, אין פארומס וואס ערענסטע טעמעס ווערן דארט דורגעדראשן און דורכגעטון. פארשטייט זיך, מיר קענען נישט טיילן קיין שכל פאר קיין מענטשן, און אויך קענען מיר נישט געבן קיין יארן פאר מיטגלידער. איז פון דעם טאג וואס יענער איז בארעכטיגט על פי דיני תורה זיך איינצושרייבן אין די פארומס, וועלן מיר אים באשטעטיגן. מאכט זיך אז עס כאפט זיך אריין א ניק מיט גאר א בעבישע נאמען וכדו', וועלן מיר דאס נישט באשטעטיגן, און דאס איז צוליב איין פשוט'ע סיבה, מיר קענען נישט פארוואנדלן די פארומס אין א בעיבישע ווינקל.
פאסירט אבער אמאל, אז א בעבי כאפט זיך אריין מיט א ניק נאמען פון אן עדאולט. אבער הינטערן ניק פארשלייערט זיך, א קינד וואס איז נישט געהעריג געווארן דעוועלאפט. נו, מה עלינו לעשות? מיר זענען פארהאקט די הענט. מיר קענען נאר מעקן דא און דארט תגובות פון יענעם, און צומאל שרייבט מען נאך א שטיקל בריוועלע אין אישית. רוב מאל כאפט יענער אויפן ווינק, אבער עס מאכט זיך ביי מאנכע, וואס האבן גאר טענות. אמער? יענער האט אויך געשריבן אזוי, בלא בלא בלא, גיי זיי מסביר, אז יענער האט דאס געטון אין א נאריש פארברענגן אשכול, און דו הרג'עסט אפ אשכולות אין על הצדיקים, אדער אין זכור ימות עולם. אבער, ווען ס'איז נישטא קיין דעת, הבדלה מנין? קען מען נישט צופיל זיך טענה'ן, און עס בלייבט נאר איבער ארבעט ביי די הנהלה צו מעקן און מעקן, ביז די הענט און די הארץ טוט וויי פון אזויפיל מעקן.
אבער אלעס טוט מען, אז א איד וואס וואנדערט אהער, זאל זיך שפירן באקוועם, ער זאל נישט דארפן האבן קיין נסיון פון אנקומען צו נישט קיין געוואונטשענע פלעצער, און ער זאל קענען אויסגעבן זיין שווערע אנגעצויגענע מינוטען, אויף א קאלט גלעזל ביר.
לעניינינו, אז איר פארשטייט אונזער/אייער ציל פון די היימישע קרעטשמע. פארשטייט זיך אליינס, אז ווען עס זאל קומען א ניק, - בפרט איינער וואס האט פיעל באשטייערט צו די קרעטשמע - און צוליב א סיבה, - זאל דאס זיין צוליב א 'גילוי סיבה' - אנהויבן פארמעקן תגובות אן א חשבון, פאטשט ער אין פנים די שווערע ארבעט וואס מיר ארבעטן ללא תשלום גמול. ער זייעט אן א חורבן אין יעדן ווינקל, דיסקוסיעס פארלירן זייער ווערד, דאס גאנצע קרעטשמע גייט כאדאראם, אלעס ווייל... משה האט זיך דערוואוסט, אז הינטערן ניק יענקל, פארשלייערט זיך שלמה. גאנץ א גוטע סיבה, נישט אזוי? טראכט אבער א רגע: וואס וועט זיין אז דו וועסט פארמעקן? וועט ער שוין נישט וויסן אז די ניק יענקל געהערט פאר שלמה? איין זאך יא, ער וועט דאך נאר זען אז דו האסט געהאט וואס צו באהאלטן, אמער דו האסט געמעקט ווי א וואנזיניגער. איז אויסער דעם וואס עס וועט יענעם גארנישט העלפן אינעם פראבלעם, מאכט ער אן אומגעהויערען שאדן פאר די קרעטשמע. ווי אויבן געזאגט, וואס פאר א פנים האט צו ליינען גאנצע אשכולות, מיט פופצן ליידיגע תגובות אינדערמיט? וואס פאר א פנים האט א גאנצער אשכול וואס באדאנקט זיך אויף אן ארטיקל, מיט הערליכע תגובות פון אנשטענדיגע מיטגלידער, ועיקר חסר מן הספר, דער ארטיקל איז נישט דא? אזוי קען מען אויסרעכענען הונדערטער סארט משלים, ווי גרויס די קרעטשמע איז.
מאנכע פרעגן, איך פארשטיי נישט, טאקע ווייל איך האב אזויפיל באשטייערט צו די קרעטשמע, ווערן מיינע הענט מער געבונדען?!, אויבן אויף גאנץ א גוטע פראגע, אמער, א מענטש האט זיך אוועק געגעבן זיין בלוט און שווייס, געשריבן אסאך און בייגעשטייערט צו די בלי פון די קרעטשמע, וואס יעדער פארשטייט אליינס אז אם אין שרייבערס, אין קרעטשמע, איז וואס קומט זיך אזא איינעם אזא עונש. אבער אויב זאל מען אביסל טיפער - נישט קיין סאך טיפער, נאר אביסקעלע - אריינקלערן, זעט מען ווי זינלאז אזא פראגע איז. זאלט איר זיך פארשטעלן א איד וואס האט אויפגעשטעלט א ביזנעס בשותפות מיט אנדערע, און ער דארף זיך פאר סאום ריזן ארויסציען דערפון. איין טאג זעען די שותפים, אלע ווענט אנגעספרעיט, אלע קאמפיוטערס אריין אין וואסער, אלע פיילס צוריסן אין פיר, און די פעקס מאשינען צוזעצט. נישט ממש אלע, נאר וואו ער האט געמענדזשט. און פארשטייט זיך אז ווי מער חלק אין שותפות ער האט געהאט, האט ער דאך מער זאכן שאדן צו מאכן. וואלט א מענטש געקומען מיט א טענה, כ'מיין אזויפיל בין איך נאך בארעכטיגט, כ'בין דאך א שותף.... יא! ביסט א שותף אבער קיין שוטה דארפסטו נישט זיין. טייערע מיטגלידער!!! ווען עס וואלט געווען סיי וואס פאר א לאגיק אינעם מעקן, וואלטן מיר עס גענומען אין באטראכט. אבער אויסער פארשטיין יענעם'ס געפילן, האט דאך נאך קיינער נישט מסביר געווען קיין שום לאגישע טענה, וואס צוליב דעם זאלן מיר דאס פארשטיין.
יא, מיר זענען גרייט צו ארבעטן!!! אויב האט זיך עמיציר פאררעדט אין אן אשכול, און ער וויל עס זאל אראפגענומען ווערן דעטאלן פון זיין ניק, מיר וועלן זיך מוטשען צו פארטוישן און פארעכטן עטליכע תגובות אין א רייע, אז עס זאל קיין אומגעוואונטשענע רעזולטאטן ארויסקומען פון יענעמ'ס - יא יענעמ'ס, מיר האבן קיינעם נישט געהייסן וואס צו שרייבן - אומאויסגערעכנטע שנעלע רעאקציע. אבער דאס שטערט אונז נישט, אבי זאלן אידן הנאה האבן. אבער קומען אן א חשבון און מעקן, האסטו דען עובר געווען אויף סיי וואס פאר אן עבירה אז דו האסט געשריבן א תגובה אין היימישע קרעטשמע? פארוואס מעקסטו?
מיר האפן אז מיר האבן זיך גענוג מסביר געווען, און מיר האפן אז אזאנס וועט מער נישט פארקומען ביי אונז אין שטיבל.
היימישע קרעטשמע איז געגרינדעט און געבויעט געווארן שוין מער ווי א דעקעט, און די הויפט פרינציפ איז געווען און איז נאך היינט איינער דעם אנדערן זאגן א גוט ווארט, און ארויפברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון א איד. מיט דעם באשעפער'ס הילף האבן מיר זיך צוברייטערט ימה וקדמה צפונה ונגבה, פון גוטע ווערטליך האט זיך אנגעהויבן געשמאקע ארטיקלעך, פון געשמאקע ארטיקלעך צו איש את רעהו יעזורו, פון איש את רעהו יעזורו צו נייעס, פון נייעס צו בית המדרש דקהלתינו, פון בית המדרש צו זכור ימות עולם, ועוד ועוד, אלע אפטיילונגען האבן זיך פארמערט און צושפרייט אויף כל מיני אופנים לטובה ולברכה.
מיר די הנהלה און אחראים זענען דא גרייט געווען, און נאך אלץ גרייט צו העלפן אז די זאך זאל ווייטער בליען אויף דעם זעלבן אופן, און זאל זיך אויסשפרייטן אויף נאך זאכן און איידיעס וואס איז אלץ מעגליך.
מתחילה... דעבאטעס איז פון אייביג אן געווען א שטארקע מאטיוו אין היימישע קרעטשמע און אין די אנדערע אייוועלט פארומס. מיר זענען געוואוינט געווען צו ליינען און הנאה האבן וויאזוי צוויי צדדים - צי זאל עס זיין גוי'אישע פאליטיק, צי סתם נייעס, און צומאל אפילו א אידישע שערורי' - ברענגט יעדער ארויס זיין צד אויפן שטארקסטן אופן מעגליך, און דער צווייטער פרעגט דאס אפ דורכאויס, און שטעלט אהער זיין צד מיט געשמאק. עס פלעגט זיין פיל מיט הומאר, און געשמאקע ווערטליך אינדערמיט. עס האט זיך כמעט נישט געמאכט אז מ'זאל דארפן מעקן א תגובה צוליב וואס איינער זאל האבן געפליקט דעם צווייטן. און אפילו ווען יא, איז עס געווען כשגגה היוצא, און נאר כדי זיך צו האלטן צו די תקנות האט מען דאס עורך געווען אדער פארמעקט. דאס איז אמאל זיכער געווען, אז דעם וואס מ'האט זיין תגובה עורך געווען אדער פארמעקט, האט דאס פארשטאנען ביים שרייבן אז עס איז מעגליך אז עס וועט פאסירן. און איז נישט געקומען מיט א פני תם מיט טענות צו די הנהלה אדער אחראים, נאר זיך אפגעווישט ס'נאניע, און געגאנען ווייטער.
ועכשיו... זינט דער טראמפ יר"ה, איז ארויף אויפן טראן, און נאך אביסל פארדעם ווען דער מלך הראשון אובאמא איז געזעסן על כסא ממלכתו אין ווייסן הויז, האט זיך אנגעהויבן א טויש אין די אופן וויאזוי די דעבאטעס ווערן געפירט. ס'האט זיך אויפגעהערט די מי מנוחות ינהלנו תגובות. באניצערס האבן אנגעהויבן צו נעמען די טענות מורא'דיגע פערזענליך. אויב האט מען געשריבן א תגובה, און דער צווייטער צד האט געזאגט עפעס אנדערש, איז מען געווארן הערצליך געטשעפעט. און פארשטייצעך, מה יעשה הבן החכם? מדווח זיין?! נע, זאל יעדער זען וואס כ'קען, און ער האט גענומען זיינע צען פינגערס, און אן טראכטן צוויי, צוריקגעפליקט אחת דתו אין זיבעטן ריפ אריין, און דער צד שכנגד האט תיכף ומיד ביים זען דעם פליק, געגעבן א מכה כדי להמית אויף צוריק, און דאן א פליק און טשעפע פון די אנדערע זייט. און אזוי פאלג מיר א גאנג פארשמירט און פאר'חזר'ט דעם אשכול פון אינדערמיט ביז אינדערמיט, ביז איינער האט זיך מרחם געווען און גע'אישית'ט אדער געטעקסט אן הנהלה/אחראי מיטגליד, און מאיז געקומען מעקן מיט גרויסן מעקער על ראשון וראשון ועל אחרון שנית. פארשטייט זיך כיון שניתן רשות, אינו מבחין, און עס האט זיכער מיטגעשלעפט אינטערסאנטע נייעס אדער וויכטיגע תגובות וואס באלאנגן אויך אינעם שמועס אז מ'זאל קענען פארשטיין דעם המשך הדברים. אבער וואס גייט דאס דען אן פאר איינעם פון די צדדים? דער עיקר איז, אז יענער צד האט געכאפט דעם פליק אין די ציינער אריין.
קען זיין אז די הנהגה האט צוטון מיט'ן טשענדזש וואס אובאמא האט אזוי געגארט און פרובירט ארייצוברענגן צום ציבור, אבער מיר דא אין די הנהלה האבן באקומען א נייעם דזשאב. (שוין, דזשאב'ס האט זיך יא געהעכערט) קודם כל, מעקן די אלע געפליקעכטס. יעדער וויל אז די איי-וועלט זאל זיין א געשמאק פלאץ, איי ווענד זיך צו איינער פון די מנהלים אדער אחראים?! ניין!!! רבי, ער האט מיך געטשעפעט, האב איך געדארפט ענפערן. אחראים און מנהלים זענען נאר גוט צו קענען זיך אפרעדן און זיי באשמוצן. דערויף איז אונזער ארבעט, זיך פארענפערן פאר יעדן פון די אנדערע צד פארוואס מ'האט נאר געמעקט זיין צד, און נישט די אנדערע. איי מ'האט נאר געמעקט אפענע טשעפערייען, ווי נישט ווי זעמיר נישט געבענטשט מיט רוח הקודש ממש, קען מען דאך נישט אויפכאפן יעדעס ווארט וואס יענער האט געוואלט און געמיינט, איי וואס פונקטליך ווילסטו זאל ער טון ווערן ער זעט א כאאטישער אשכול פאר זיינע אויגן, איי פארוואס קענסטו נישט מדוח זיין? אבער דאס איז דאך שוין אונזער פראבלעם. אונז דארפן זיך פארענפערן, און בתקוה להבנה אז יענער וועט מיט זיין פארשטענדעניש כאפן אז מ'האט אים גארנישט געמיינט פערזענליך. און אויב פארשטייט ער נישט, בלאזט ער בשופר גדול, און עפענט אן אשכול, הא, די הנהלה האט שוין ווידער ארויפגעלייגט די לאפעס אויפ'ן ציבור...
איז אזוי, דאס גאנצע סומאטוכע, איז קינדיש, און פאסט אפילו נישט ארויפצוברענגן עלי דף וכתב. עס איז א בושה וחרפה אז בעלי בתים חשובים, וואס מוטשען זיך על המחי' ועל הכלכלה, און קומען כאפן א גלעזל שנאפס, זאלן זיך ארומרייסן וועגן די אדער די אנדערע פארטיי כאילו מ'רעדט פון זיין משפחה אדער חסידות (וואס דאס דארף אויך אריינגיין אין א פראפארץ ביי יעדן רעכטדענקענדיגער פערזאן). און דערנאך, ווען מ'מעקט שוין יא, דארף מען זיך פארענפערן און אויפהאלטן דעם מנהל'ס אדער אחראי'ס צייט פאר נאך אן האלבע שעה מיט איבער שמועסן, און איבער פרעגן, און זיך פארענפערן וכו' וכו'.... פיל אין די בלענקס.
נאר צוליב די ערשטע סיבה, וואלטן מיר זיך נישט געקימערט אזוי שטארק, זאל זיך יעדער אנכאפן אין זיין פארטיי, און נישט אויפגעבן כל עוד נשמתו בו, ביז ער באשליסט צו טוישן פארטיי... אבער די ארבעט דא אין אפיס, איז ארויפגעגאנען אויף אן אומדערטרעגליכע פארנעם, סיי צוליב דאס מעקן, און סיי דאס וואס מיר דארפן זיך ספראווענען דערנאך מיט יעדן ניק באזונדער. בנוסף לזה איז צוגעקומען נאך א פראבלעם וואס מ'רופט אויף די געוועב, טראלן. מ'זעצט זיך אריין אין א נייעס אשכול פון א צווייטן צד, און מ'הויבט אן טרייבן ליצנות און פארדרייען דעם אשכול מיט נארישקייטן און דעמאגאגיע, אזש ס'זאל זיך דעם צווייטן צד נישט באקומען דער טאג וואס מ'איז אויפגעשטאנען. און דער אנדערער צד בלייבט טאקען נישט שולדיג, און צאלט צוריק מיט ריבית, און כנ"ל, מ'פאר'חזר'ט אשכולות, אז די אפעטיט צו ליינען און שרייבן פארגייט. און כנ"ל זענען די מנהלים און אחראים פארנומען צו מעקן זיך פארענפערן וכו' וכו'
אז מ'רעדט שוין, שפירן מיר א חוב און מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די פארשטענדליכע ניקס וואס האבן יא מיטגעארבייט, און זענען יא מדווח, און פארשטייען אז ווען זיי האבן זיך צעלאזט האט מען זיי געמעקט, אפילו אויב יענער האט אנגעהויבן. תבוא עליהם שכרם. אבער רבותי ס'איז זייער א קליינע פראצענט, און מיר קענען נישט ווייטער אזוי!!!
אלזא נאך לענגערע באראטונגען אין אפיס, זענען מיר געקומען צו אט די החלטה: ביי סיי וועלכע דעבאטע, פון סיי וועלכע פארטיי, אויב וועט ווערן געשריבן סיי וואס פאר א פערזענליכע פליק פון איין ניק צו די אנדערע, אדער אויב זעען מיר איין אז עמיציר פרובירט צו טראלן אין אן אשכול.
1) וועט מען מעקן און שיקן אן אפיציעלע ווארענונג נישט אין אישי.
2) קיין שום טענה'רייען וועלן נישט גענפערט ווערן, חוץ אויב מיר וועלן איינזען אז עס איז געווען א טעות מצדינו.