גריכיש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

גריכיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינעם היינטיגן חק לישראל (יום ב' ויקהל) האבן מיר געלערנט פרק ה' פון מסכת דמאי, שטייט דארט אין משנה ד':

מודה רבי יהודה בלוקח מן המנפול שהוא מעשר מכל אחד ואחד. זאגט דער ברטנורא מנפול קונה מן פלטרין הרבה ומוכר לאחרים כו'.

אין ראשון לציון אויף משניות (פון הגר"י פיק) שטייט אז דאס איז א לשון יון, ער צייכנט צו דעם ערוך אין ערך מנפול.

דער תפארת ישראל שרייבט "מאנאפאלא הוא בלשון רומי מי שניתן לו רשות מהמלכות שימכור הוא לבדו ליחידים הסחורה או הלחם וכדומה, ולו מוכרחים הכל למכור כדי שימכור הוא להיחידים כו'".

האב איך פארשטאנען אז דער ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון מאנא-פאלי, און אזוי ווי עס האט צוטאן מיט די רעגירונג (ווי דער תפא"י שרייבט שניתן לו רשות מהמלכות) האב איך זיך פארטייטשט אז "פאלי" איז מלשון מלוכה, אזוי ווי רש"י שרייבט אין מס' מגילה אויף מטרפולין, אז פולין איז א לשון מלכות ע"ש.

למעשה זעה איך אין דיקשאנערי אז מאנא-פאלי באדייט "איינצעלנער פארקויפער", מאנא באדייט א יחיד, און פאלי איז א פארקויפער.

העמיר ווארטן אויפן פראפעסאר יידישיסט אונז ארויסצוהעלפן דא מיט דעם אלטן גריכישן ווארט.
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אין משנה און תלמוד זענען דא אן א שיעור גריכישע ווערטער.
נעמט דעם ערוך על סדר הש"ס וועט איר זעהן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' אליהו, אין דעם געווענליכן ערוך טרעפט מען דאס נישט?

איבער דעם נושא פון גריכישע ווערטער האט מען שוין אסאך ארומגערעדט, ספעציעל אינעם אשכול "אינטערנאציאנאלע לשונות אין לשה"ק", הרב קרעמער באציהט זיך צום ווארט "מנופול" אליין, נאר נישט וועלנדיג עפענען א באזונדערן אשכול פאר א יעדע גריכישע ווארט האט ער געעפנט א כלליות'דיגער אשכול.

וכאן המקום להביע את צערי ברבים על הספר הנ"ל, מ'האט גענומען א ספר פון "ר' נתן בעל הערוך" א ראשון, און עס צוריסן סתם פאר ליידיג גיין, ושלו לא הגיעו, זיי האבן בכלל גארנישט דערגרייכט דערמיט, די אלטע איז געווען בעסער און גלייכער, ווילסט מאכן אן אייגען פירוש אויף ווערטער אין ש"ס געזונטערהייט, אויף וואס דארף מען צורירן ספרן של ראשונים כמלאכים?

א פראדוקט פון היינטיגע חכמים בעיניהם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

הרב פארשלאפן
וויפל בני תורה האבען אין מציאות גענוצט דעם ערוך ביז יעצט?
ס' באוואוסט דער ערוך פון קאהוט אבער ער איז א סך בענדער און דער עולם האט דאס נישט [מסתמא איז דאס דא אין היברו בוקס, אבער אין בית מדרש איז ע"פ רוב נישטא קיין קאמפ.]
א סך מאהל וויס איך נישט ביי וועלכן "ערך" צוזוכן.
די דריי שווארצע בינדער אף בבלי זענען דא כמעט אומעטום.
איך זאל זאגען דעם עולם צו עפענען ערוך פון קאהוט און זעהן ווי ער שרייבט אויף גריכיש?
דער עולם וועט א סך שנעלער געפינען דעם "על הש"ס"
אבער איך האב געהערט אז האט אויסגעלאזט ווערטער וואס ער האט ניש באמערקט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' אליהו, איך בין מיט דעם הייליגן "ערוך" אויפגעוואקסן פון די פריע קינדער יארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היינט אין חק שיעור אין מנחות פרק ח' משנה ו' האבן מיר געהאט אין מביאין "אליוסטין", זאגט אויף דעם דער ברטנורא: "יין מתוק מחמת השמש, שתלו הענבים בשמש למתקן, שמש נלשון יוני יוסטן".

דאס איז דער זעלבער ווארט ווי יוסטאן טעקסעס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אשרי חלקכם
אבער איב געמיינט א צווייטע זאך
אין די דריי שווארצע בענדער גיט ער די ווערטער מיטן מקור אראביש פרסיש גריכיש לטיניש סוריש וכד' און אין "גופן שלהם" יעדע שפראך מיט איר'ן כתב ["מדינה ומדינה ככתבה"]
מסתמא גענומען פון קאהוט.
אין דעם געווינליכן ערוך [אפילו די נייע סעט] איז דאס אלץ נישטא. :shock:
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

farshlufen האט געשריבן:היינט אין חק שיעור אין מנחות פרק ח' משנה ו' האבן מיר געהאט אין מביאין "אליוסטין", זאגט אויף דעם דער ברטנורא: "יין מתוק מחמת השמש, שתלו הענבים בשמש למתקן, שמש נלשון יוני יוסטן".

דאס איז דער זעלבער ווארט ווי יוסטאן טעקסעס?

לכאורה יא.

נאך מער, די "מזרח" זייט ווערט דערפאר גערופן "איסט" (אויף דויטש "אוסט") צוליב די זון וואס שיינט דארט אויף.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינעם היינטיגן חק האבן מיר אויך געלערנט תקועה "אלפא" לשמן, וואס דאס רופט זיך על שם דעם ערשטן אלפא-בעט פון גריכיש. א שטייגער ווי מיר זאגען "עי-וואן", אדער "אלף-אלף".

מען האט שוין ערגעץ אנדערש ארומגערעדט פון די צווייטע-קלאס נאך אלפא, וואס רופט זיך "בעיטא" BETA. אויך איז דא גאמא, און דעלטא.
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

ס' דא א גמרא אין כתובות:
עדים בצד איסתן ותיאסר?
און דארט פשטות אין נישט מזרח (ווייל זיי זענען געווען אין א"י, און דער חשש אין געווען אז ס'זענען דא עדים אין בבל)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גערעכט, רש"י אין כתובות (כ"ג ע"א) טייטשט איסתן אלס "צפון", ווי דער תרגום פון מצפון זהב יאתה "מדאיסתנא". (רש"י שרייבט אזוי אויך אין קידושין י"ב ע"ב, און דער רשב"ם אין ב"ב קל"ה ע"א).

אבער אוסט אויף דויטש און איסט אויף ענגליש איז פארט מזרח.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
מיר האבן אן אשכול איבער איסט-וועסט, אפשר קענסטו עס אפירזוכען?

יעצט ברויך מען נאר וויסען ווי א 'איסתניס' קען דא אריינקומען, קרעמער, אפשר פאר דיין מארגנדיגע חידוש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ד' רוחות אויף אידיש:
viewtopic.php?t=2386
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אין פיוט שבת הגדול פון ר' יוסף טוב עלם אראפגעבראכט אין תוס' פסחים לפי דעם חרוז דארף מען זאגען איסטנֵס מיט א צירי אדער סגול.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין בבא בתרא פרק חמישי שטייט די ווארט "אנתיקי" און די מפרשים טייטשן דאס אלס "סחורה".

ווען איז דאס ווארט פארוואנדלט געווארן אלס אלטע היסטארישע סחורה?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

קוקנדיג אין חז"ל זעט מען אז זיי האבן שטארק מחבב געווען די גריכישע שפראך, די משנה אין שקלים ברענגט אז אין בית-המקדש זענען געווען דריי קופות וואו מען האט אריינגעלייגט די שקלים, די נעמען פון די קופות איז געווען "אלפא ביתא גומא", און פארוואס אין יווניש, זענען חז"ל מסביר ווייל יווניש איז א שענערע שפראך...

מיר געפינען אויך אז א ספר תורה איז נאר כשר אויב עס איז געשריבן געווארן בלשון עברי אדער בלשון יוני...

יא יא, שטעל דיר פאר עס זאל קומען א היינטיגע רב און זאגן אז ענגליש איז א שיינע שפראך...

אבער וואס מיר האט אביסל געבאדערט איז אז מען שטעלט זיך אזוי שטארק אויף די טגין און הלכות פון ספר תורה, עס איז דאך מותר אפילו אין יווניש, קען זיין אז נאך עזרא'ס צייטן ווען מען האט מבטל געווען דעם מנהג פון שרייבן כשר'ע ספרי תורות אויף לשון עברי, האט מען דאס אויך מבטל געווען.

אויך איז פאראן א ירושלמי אין סוטה, אמר רבי יונתן דבית גוברין, ד' לשונות נאין להשתמש בהם בעולם ואלו הן: לעז לזמר, רומי לקרב, סורסי לאיליי, עברי לדיבור. ווי באקאנט מיינט "לעז" דער לשון יוני.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז געוויסע תנאים האבן זיך גערופן מיט גריכישע נעמען ווי טרפון, הרקנוס, פפוס און נאך...

וואס פארשטייען מיר...
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

דאס האב איך היינט באגעגנט אויף פת קיבר אין משניות מכשירין פרק ב'
אטעטשמענטס
Doc6KIBER.doc
(36 KiB) געווארן דאונלאודעד 176 מאל
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

וועלכער פירוש איז דאס?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

http://www.hebrewbooks.org/14346.
גענומען פון אוצר הספרים
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

קרעמער האט געשריבן:אין בבא בתרא פרק חמישי שטייט די ווארט "אנתיקי" און די מפרשים טייטשן דאס אלס "סחורה".

ווען איז דאס ווארט פארוואנדלט געווארן אלס אלטע היסטארישע סחורה?

עס הערט זיך גאנץ גוט דיין איינפאל.

אבער איך האב שטענדיג געקלערט אז דער אפשטאם פון "אנטיק" איז פון ארמ'ישן "עתיק", וואס באדייט "אלט". [דער נון פאלט אריין אזוי ווי ביי יעקב-יאנקויב וכדומה].
דוכט זיך אז אין מאדערן-העבראיש זאגן זיי "עתיק" אויף אנטיק. [נישט אז איך ברענג חלילה א ראי' פונעם מחבר, וואס חוץ זיין אפיקורסות האט ער געגרייזט אין היבשע יסודות אין לה"ק, איך ברענג עס נאר צו פאר אינטרעסע].
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאכן זעהן דעם משנה, דארפסטו טוישן דיין מיינונג, ווייל דער מקור דערפון איז טאקע יא מיט א נו"ן.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אדער האט עס נישט צוטון מיט אנטיק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

farshlufen האט געשריבן:היינט אין חק שיעור אין מנחות פרק ח' משנה ו' האבן מיר געהאט אין מביאין "אליוסטין", זאגט אויף דעם דער ברטנורא: "יין מתוק מחמת השמש, שתלו הענבים בשמש למתקן, שמש נלשון יוני יוסטן".

דאס איז דער זעלבער ווארט ווי יוסטאן טעקסעס?

;l;p-

נאכן ליקוי חמה איז געקומען א ליקוי חמה (יוסטן) רח"ל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אויב די שטאט הייסט אזוי צוליב זי זון
זייער מעגליך
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

ווער ווייסט
אפשר דאס גופא
דער מענש
הייסט אזוי צוליב די זון....
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”