ק/פ פון בחצרות אימעיל
פרשת קארונא
די נייעס איבער די
'קארונע-וויירוס' שלאגט ווארצלען אין די חסידישע הויפן מיט יעדן פארבייגענדן טאג. אין לויף פון די לעצטע טעג איז געמאלדן געווארן דורך פילע אדמורי"ם שליט"א אז זיי וועלן אויפהערן געבן די הענט פאר די מתברכים אויס מורא פון א קארונע פארשפרייטונג. פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע:
האדמורי"ם מגור, ויזניץ, באיאן, אלכסנדר, טשערנאביל-ב"ב, קארלין-סטאלין, באבוב, ראחמיסטריווקא, דאראג, סקולען, פיטסבורג און באבוב-45 שליט"א. אין דעם געלעגנהייט זענען מיר געבעטן געווארן איבערצוגעבן פאר'ן ברייטן ציבור אז מ'זאל זעהן אויסצופאלגען די אנווייזונגען פון יעדן חצר באזונדער לויט זייערע רעגולאציעס, כדי צו פארמיידן אומזיסטע עגמת נפש.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט בארוהיגט די חסידים זאגענדיג אז מ'דארף נישט מורא האבן פון די וויירוס נאר האבן אמונה בה' אז אלעס וועט זיין גוט. ביים פרייטאג-צונאכט'ס טיש האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער די קארונע פארשפרייטונג און אויסגעדרוקט זיין וואונדער אויף די אינטערסאנטע רעגולאציעס פון 'משרד הבריאות' אין ארה"ק וועלכע פאדערט מ'זאל זיך אויפהערן געבן די הענט איינער דעם צווייטן און נאך פארשידענע אינטערסאנטע מעטאדן פון איינגשעשפארטקייטן און איינזאמקייט. דער רבי שליט"א האט געזאגט אז יודן מאמינים בני מאמינים וואס גלייבן אז דער באשעפער פירט די גאנצע וועלט בהשגחה פרטית, האבן נישט פון וואס מורא צו האבן, וויבאלד וואס עס איז באשערט פאר'ן מענטש וועט ממילא פאסירן, מי יחיה ומי ימות און די איינציגסטע זאך פון וואס מ'דארף יא מורא האבן איז פון טון אן עבירה. די נייע רעגולאציעס און איבערגעטריבענע פחדים נעמט זיך פון די גויים וועלכע גלייבן נישט אין באשעפער און זיי זאלן טאקע אריינגיין אין 'בידוד' און דארט בלייבן פארשפארט.
דער רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט אז אודאי מוז מען טוהן די מינימום השתדלות און זיך אכטונג געבן ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, אבער צוליב דעם קען זיך נישט די וועלט אפשטעלן כי לא תחפוץ בהשחת העולם, נאר מ'דארף זיך ווייטער צוזאמענומען בשבת אחים, זיך וואונטשן מזל טוב און געבן שלום איינער דעם צווייטן, ווייטער גיין אין די מקואות, בתי מדרשים און בתי חינוך, און דער אויבערשטער וועט האלטן די רעכטע האנט אונז אפצוהיטן פון אלעם בייזן, ה' שמריך וה' צלך.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט געהייסן מודיע זיין פאר די חסידים אז מ'זאל זאגן 'פיטום הקטורת' בציבור ובכוונה, ענטפערן 'אמן יהא שמיה רבא' בקול ובכוונה און נישט רעדן ביים דאווענען, און דאס וועט זיין א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון די מגיפה.
מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט ארומגערעדט פון די וויירוס ביי שלש סעודות זאגענדיג, אז מ'דארף זיך מחזק זיין בשמירת הלשון און נישט רעדן ביים דאווענען.,וויבאלד מ'זעהט אז איינער וואס איז ליידער אנגעשטעקט מיט די מחלה דארף זיין אפגעזונדערט פאר צוויי וואכן פונקט ווי מ'טרעפט ביי א מצורע וואס האט זיך נישט געהיטן דאס מויל פון רעדן וואס מ'טאר נישט.
אויך
כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א האט אין א זעלטענע פאל ארומגערעדט איבער די וויירוס ביי שלש סעודות תורה זאגענדיג, אז מ'דארף זיך טאקע שטארק אכטונג געבן און אויספאלגען די אונווייזונגען פון משרד הבריאות, אבער דאך טאר מען נישט אריינפאלן אין אומזיסטע פאניק, נאר גלייבן באמונה שלימה אז דער אויבערטשער וועט אונז אפהיטן פון אלעם שלעכט'ס. דערביי האט דער רבי שליט"א מעורר געווען מתפלל צו זיין דעם קומענדיגן תענית אסתר און יום הפורים לביטול המגיפה און קיין שום יוד זאל נישט געשעדיגט ווערן דערפון ח"ו.
חברי הבד"ץ עדה החרדית האבן ארויסגעשטעלט א 'קול קורא' וועלכע רופט דעם ציבור מעורר רחמים זיין און איינרייסן וועלטן אז די קארונע מגיפה זאל זיך אפשטילן. חברי הבד"ץ פסקנ'ען אז מ'איז מחיוב אויסצופאלגען די אנווייזונגען פון די דאקטוירם וחמירא סכנתא מאיסורא און ביום תענית אסתר זאל מען זאגן ספר רביעי שבתהילים לביטול המגיפה. אזוי אויך זאל מען זאגן 'פיטום הקטורת' בכוונה און מרבה זיין בצדקה וחסד לשמירה. אויך 'מועצת גדולי התורה' פון אגודת ישראל האט געהייסן מעורר רחמים זיין אויף תענית אסתר לביטול המגיפה.
אין די זעלבע צייט האט כ
"ק אדמו"ר מוויזניץ-ירושלים שליט"א אוועקגעמאכט דאס וואס אסאך האבן אויפגעהערט געבן די הענט זאגענדיג אז ער האט זיך פרעזענליך דורכגערעדט מיט די גרעסטע דאקטוירים און פרעפעסארן אין ניו יורק און אלע האבן צוגעשטימט פה אחד אז עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס זיך אפצוהאלטן פון געבן די הענט איינער דעם צווייטן. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז זיך וואונטשן איינער דעם צווייטן איז געווען פון די גרויסע זאכן ביי חסידים און עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס דאס מבטל צו זיין אפילו לויט די ראט פון די גרעסטע דאקטוירים.
הגאון ר' אליעזר יהודה פינקעל שליט"א - ראש ישיבת מיר, וועלכע האט זיך אין די טעג אויפגעהאלטן אין פראנקרייך לטובת די ישיבה, איז געצווינגען געווארן נישט צוריקצוקומען קיין ארץ ישראל צוליב דעם וואס לויט די געזעצן אין מדינת ישראל טוט מען פארשפארן אלע רייזענדע וועלכע קומען פון פראנקרייך. דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ניו יורק, ווי ער וועט פארבלייבן עד יעבור זעם, וועלכע באדייט אז דער ראש ישיבה וועט פראווענען יו"ט פורים אין ניו יורק.
צום ערשטן מאל האט
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב קודש פאר בחורי באבוב פון ניו יורק וואס לערנען אין די באבוב'ע ישיבות ארץ ישראל אין בעפארברייטונג צום יו"ט פורים, וועלכע איז אפגעשיקט געווארן קיין ארץ ישראל פארלאפענעם דארנעשטאג. צווישן אנדערע שרייבט דער רב שליט"א אז אין ליכט פון די קארונע וויירוס זאל מען זיך אפהאלטן פון אריינפארן קיין ירושלים אויף פורים, אזוי אויך בארירט דער רב שליט"א די טעמע איבער דעם וואס די בחורים זענען נערוועז איבער אהיימקומען אויף פסח, נאך פארשידענע שפעקולאציעס פון די לופט-פעלד באאמטע אפצושפארן די רייזעס פון ארץ ישראל קיין ניו יורק. לויט ווי דער רב שליט"א שרייבט, זענען דא געטרייע עסקנים וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם נושא און זענען פארנומען זיכער צו מאכן אז אלעס ארבעט זיך אויס על צד היותר טוב, און דערפאר קענען די בחורים זיין רוהיג און ווייטער זיצן און לערנען און אויסנוצן די צייט וואס איז נאך פארבליבן ביז בין הזמנים לתורה ועבודת השם.