yid האט געשריבן: 30 תושבי באלטימאר און פאר יעצט דארפן זיי נאר כולל אינגעלייט
לויט מיין קרוב איז דאס א ONE MAN SHOW פון הרה"ח ר' מרדכי סנידער הי"ו א לויער א מיליאנער ער האט אין פלאן אנפילען דעם בנין מיט כולל אינגעלייט? ------- דער גר צדק (אויך א לויער) הייסט ר' יוסף חיים סאלאזאר הי"ו מקושר צו כ"ק אדמו"ר מראכאמסטריווקא שליט"א
זיי האבן גענטפערט מיין אימעיל. זיי זאגן אז די פלאץ איז אפן פאר יעדער איינער, זיי וויל בויען א ערענסטע גרויסע חסידישע קהילה פאר בעלי בתים, כולל יונגעלייט א פול פלעזשט חסידישע געגענט. זיי זאגן אז בעלי בתים קענען אימילין אויף יענע אימעיל פאר אינפא אויף הייזער, ארבייט וכו.
איך פלאן צו פארן נאכאמאל אויף א שבת נאך פסח, ונראה מה יהיה חלומתי.
נעכטן געווען אין לוח הציבור אן עד איבער דעם - א ידיד מיינע דערציילט מיר אז זיין זוהן האט גערופן און באקומען א הערליכער פעקעדזש איבער די פלאץ - בייגעלייגט איז די בריוו וואס האט אין דעם ביישריבען די פילע מעלות פון די שטאט

נאר אנצומערקן, די צעטל איז לכל הפחות 5 יאר אלט. ער דערמאנט דארט אז seasons סופערמארקעט עפנט אויף אנהייב '16.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
איך האב מיך נאכגעפרעגט. די חסידישע עולם שיקט די עלטערע קינדער צו די פאלגענדע שטארק היימישע מוסדות: בנות ישראל - מיידלעך בית יעקב - מיידלעך ישיבת כוכב יצחק - אינגעלעך, זייער ווארימע ליטווישע פרומע מוסד תורת שמחה - אינגלעך. הרה"ג ר' אהרן פעלדמאן פון ישיבת נר ישראל איז געווען פון די מייסדים תורה אקעדמי -אינגלעך/ אינטערעסאנט, אנליין האב איך געטראפן בילדער ווי עס איז דא עפעס אן אקטיוועטעי מיט בילדער פון חסידישע אדמורים. עס איז א ליטווישע ת"ת אבער מען שעצט שטארק חסידישע רבי'ס און מען לייגט אריין אסאך חסידישע ווארימקייט אין די קינדער. איך מיין אז טייל פון די מייסדים זענען געווען חסידישע אידן.
ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.
אגב, דער מוסד כוכבי יצחק איז נתייסד געווארן דורך א חסידישע רב, הגאון רבי יצחק שטערנהעלל זצ״ל, מחבר ספרי כוכבי יצחק, און תלמיד מובהק כי מרן הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי״ע...
אין אז מרעדט שוין פון חסידישע גדולים אין באלטימאר, קען מען נישט אויסלאזן דעם גאון הגאונים רבי מיכאל פארשלעגער זצוק״ל, וואס איז אוועק מיט איבער פופציג יאר צוריק.
א חברותא און תלמיד מובהק פונעם הייליגען אבני נזר. כל התורה כולה געהאט כמונח בקופסא, זוכה געווען צו גילוי אליהו און נאך פלאות... רביה״ק מסאטמאר זי״ע דריקט זיך אויס מיט מוראדיגע טיטלעך צו איהם אין א תשובה... לעצטענס ארויסגעקומען א ספר נפלא איבער זיין תולדות ״מיכאל באחת״ און דאס יאהר ארויסגעקומען א ספר תורת מיכאל אויף ספר בראשית.
אנהייב ווינטער האט מיר געזאגט א ידיד אין בארא פארק אז ער פארט אראפ ספעציעל קיין באלטימאר צו זיין אויף זיין הייליג ציון ביום היארצייט אין חודש חשון!
אנטיק האט געשריבן:ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.

איך פארשטיי נישט דיין קשיא. אסאך עלטערע יונגעלייט וואס דרייען זיך אין די קהילה האבן נישט יונגע קינדער. די ת"ת איז נאר ביז כתה ג אדער ד'. ס' איז דא אויך עלטערע אידן וואס געהערן צו די קהילה.
עס איז דא אויך א היפשע עולם פרישע יונגעלייט וואס האבן נאך נישט קינדער וואס זענען חדר אדער סקול עיזש.
אנטיק האט געשריבן:ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.
אגב, דער מוסד כוכבי יצחק איז נתייסד געווארן דורך א חסידישע רב, הגאון רבי יצחק שטערנהעלל זצ״ל, מחבר ספרי כוכבי יצחק, און תלמיד מובהק כי מרן הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי״ע...
אין אז מרעדט שוין פון חסידישע גדולים אין באלטימאר, קען מען נישט אויסלאזן דעם גאון הגאונים רבי מיכאל פארשלעגער זצוק״ל, וואס איז אוועק מיט איבער פופציג יאר צוריק.
א חברותא און תלמיד מובהק פונעם הייליגען אבני נזר. כל התורה כולה געהאט כמונח בקופסא, זוכה געווען צו גילוי אליהו און נאך פלאות... רביה״ק מסאטמאר זי״ע דריקט זיך אויס מיט מוראדיגע טיטלעך צו איהם אין א תשובה... לעצטענס ארויסגעקומען א ספר נפלא איבער זיין תולדות ״מיכאל באחת״ און דאס יאהר ארויסגעקומען א ספר תורת מיכאל אויף ספר בראשית.
אנהייב ווינטער האט מיר געזאגט א ידיד אין בארא פארק אז ער פארט אראפ ספעציעל קיין באלטימאר צו זיין אויף זיין הייליג ציון ביום היארצייט אין חודש חשון!
דעטאלן ביטע. .[/quote
איך געדענק נישט כרגע די פרטי המעשה וועגן די גילוי אליהו. געהערט יאהרן צוריק פון קור נאמן א באולטימורער תושב. נישט געברענגט אין ספר מיכאל באחת, אבער אינעם מיכאל באחת פארהאן א אוצר פון נאך פלאים איבער דעם גאון וואס איך ווייס נישט אויבאמעריקא האט נאך געהאט אזאנס.
נאכן הערן איבער די חסידישע שרשים פון די ארטיגע קהילה איז נישט קיין ווינדער איבער די פלוצימע אויפבלי פון א חסידישע ישוב אין שטאט אויף אזא הערליכן פארנעם וואס איז לדעתי א היסטארישע יקר המציאות וואס אין בדומה לו אין די סארט ״אויסגעצאהלטע כולל קהילות״ וואס זענן פארהאן איבער די וועלט