יום שישי אשכול
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
א גיטען ערב שבת אלע חשובע חבירי הקרעטשמע, איך האב זיך שוין אפגעשוירען די נעגעל [פון די הענט], געווייקט אין א פיינע הייסע מקוה [עס האט מיך אזוי אנגעהיצט אז אריין גייענדיג אין די קאר אהיים צופארען איז דער פענצטער געווארען אינגאנצען פארהויכט און פארפארעט פון מיין הייס/קאלטע לופט פון מויל] מיר האבען געלאזט אפברענען די קנויטען, געהאלפען אויסגעשפרייט דעם טישטוך און אליין פארזיכט פון די טועמי'. משה'לע פיצט מיר יעצט אויס די שיך. אנגעשטעלט דעם שבת זייגער און פארלאשען דעם לעקטער אין פריזשדער, גערופען די באבע אנזאגען א גיט שבת.
יעצט בשעת'ן טייפען וואלט איך מעביר סדרה געווען נאר איך קען נישט די טראטפען אויף אויסענווייניג, און אוודאי קען איך נישט קוקען אויפ'ן סקרין אין אין חומש צו דער זעלבע צייט ע"כ וועל איך גיין מקיים זיין די גרויסע מצוה פון שינה בערב שבת צו קענען אויפנעמען די קעניגען וואס הייסט שבת. אז זי וועט אנקומען צו אונז אין ביהמ"ד זאל זי זעהן אן אויסגערועהטן נאטורליך, נישט איינער וואס דער קאפ פאלט אים אנידער רעכטס און לינקס בעת'ן זינגען ימין ושמאל [ווי מיין שכן ר' בערל].
און דאן וועט זיך די שבת מלכתא מיט אונז אויך קעגען זייטיג מיט פרייען כדבעי למהוי ווי זי האט זיך געפריידט צו אונזערע זיידעס בשעת זיי האבען פארשפארט דעם קראום מיט מסירת נפש יעדען ערב שבת צו חצות, איבער לאזענדיג אלע קונדען מיט די סחורה אין האנט און געלט אין טאש, עס האט נישט געהאלפען דאס געבעט און געשריי פון די פויערען אז זיי וועלען נישט האבען קיין מעהל צו באקען קוכען אדער א נאגעל צו פאריכטען די שיך. "עס קומט שבת קודש" האט דער זיידע געשריגען אויף פוליש/אידיש און פארשפארט דעם פארדזשאוועטען שלאס מיט א מורמעל אינטער "צום ווידער זעהן"
תיכף געלאפען אין שוהל איידער די זוהן איז נאך אינטער געגאנגען, אויסגעזאגט שיר השירים מיט א דביקות און התלהבות וואס ווער עס האט דאס געטון בייוואונען וועט עס אים פון זכרון נישט ארויסגיין.
אקעי, חנה'לע וויל איך זאל איר מאכען די האטר, דער המשך א צווייט מאהל
א גיט שבת