א דירה - דינגען אדער קויפן?

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

@איינס
מדארף זיכער מאכן אז די רענט קאווערט די מארגידזש מיט א שמיץ אריבער אז זאלסט האבן פלאץ אראפצוגעבן פאר א מענעדזשמענט קאמפעני און פאל די פאלסט אריין מיט א שלעכטן טענענטחלילה
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

און פארדעם אליינס אז מען זאל דיר נישט קענען ארויסווארפן אויף די עלטערע יארן חלילה, לונט עס נישט?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דברים אלו האט געשריבן:@איינס
מדארף זיכער מאכן אז די רענט קאווערט די מארגידזש מיט א שמיץ אריבער אז זאלסט האבן פלאץ אראפצוגעבן פאר א מענעדזשמענט קאמפעני און פאל די פאלסט אריין מיט א שלעכטן טענענטחלילה

אינגאנצן נישט אמת
מדארף זיכער מאכן אז אויפן פעיפער שטומט די חשבון

וראיה לדבר
אין די נושא וואס דער רמב"ם שרייבט אז בעלי הדעת נעמען א דזשאב, קויפן א הויז, און נאר דערנאך האבן חתונה, איז מבואר דארט אין די נושאי כלים אז די עיקר איז אז די ווייב איז די לעצטע אבער די חלק פון האבן א אומנות פאר א הויז איז לאו דוקא, ווי זיי ברענגען ראיות פון די פסוקים וואס די רמב"ם בויעט די געדאנק.

לעניננו מקען נישט אויסרעכענען וואס גייט זיין
אויב רעכנסטו אז סקען געשעהן שלעכטס, דארפסטו אויך נעמען אז סקען געשעהן גוטס (עפעס א זייטיגע אינקאם, א רעיס וכדו')
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איינס - כאב מורא אז דו ביסט א ריעל עסטעיט בראקער :lol:
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

די אמת איז אז אינגעלייט דארפן מופן אויף פרישע געגענטער פאר שפאט ביליג ,וואס דעמאלס איז ניטאמאל דא א שאלה צו עס לוינט צו נישט!
דעמאלס לויט יעדע חשבון וואס די וועסט דרייען לוינט צו קויפן וואס פריער ווען מען האט ווייניגער עקספענסעס!

ניין א דורעכשניטלעכער אינגערמאן טאר נישט להלכה און נישט לויטן קאלקלעיטער קויפן א דירה אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק ,סטעטן איילענד,אלט מאנסי אלט קרית יואל, אדער טייערע הייזער און יעדע גלילות געגענט אדער יעדע געגענט ווי ער דארף בארגן געלט צו קויפן א דירה ,וואס עס איז נישט זיכער ווי גרינג די גייסט עס קענען באצאלן, עס מאכט נישט קיין סענס צו בארגען געלט צו קויפן א דירה אויסער ממש קליין געלט,
אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געקויפט דירות און הייזער פאר שפאט ביליג אין שטאט פאר 30 אדער פערציג יאר צוריק , אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געקויפט פארשפאט ביליג אין קרית יואל און מאנסי , אבער טאמער קויפסטו א ביליגע הייזקע אדער דירה'לע אין זשערסי סיטי,(לעיקוואד טאמער עס איז דא פאר ביליג)בלומינגבורג, גלילות מאנסי און גלילות קרית יואל ,מאנטיסעלא ווי מען קען טרעפען הייזער אדער דירות פאר שפאט ביליג וואס דארפסט נישט עכט בארגען געלט, און די מארגעזש קומט אויס ביליגער פון דיין יעצטיגע רענט און א גרויסע הויז , דעמאלס איז נישט קיין שאלה אז עס לוינט נאר א מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם
די גאנצע נושא דא איז די רעכענסט טייערע הייזער וואס לויט די פרייז דארף עס גיין פאר עשירים נישט פאר אינגעלייט וואס קאווערן קוים די חודש, טאמער רעכענסטו ווי אזוי מען דארף רעכענען א בודזשעט און די קויפסט א הויז לויט דיין טאש , דעמאלס איז נישט דא קיין שאלה אז עס לוינט , איך רעדט מיט אלע ערליי אינגעלייט און אלע ערליי געגענטער, אז מען קויפט ביליג מאכט עס סענס און די וואינסט ווי א איד
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג פעברואר 16, 2020 4:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יידישע קהילות האט געשריבן:איינס - כאב מורא אז דו ביסט א ריעל עסטעיט בראקער :lol:

יא מיין אימעיל איז....
[email protected]

איך בין גרייט צו ענטפערן עד כמה ששכלי מגעת פאר ווער סוויל איבער די נושא

און א חידוש בעולם הבראקערס איך האב נישט קיין ליסט פון קיין הייזער און שטייצעך אז איך באקום נישט קיין קאמישן אויף די הייזער וואס איך האב נישט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רעסטאראנט האט געשריבן:די אמת איז אז אינגעלייט דארפן מופן אויף פרישע געגענטער פאר שפאט ביליג ,וואס דעמאלס איז ניטאמאל דא א שאלה צו עס לוינט צו נישט!
דעמאלס לויט יעדע חשבון וואס די וועסט דרייען לוינט צו קויפן וואס פריער ווען מען האט ווייניגער עקספענסעס!

ניין א דורעכשניטלעכער אינגערמאן טאר נישט להלכה און נישט לויטן קאלקלעיטער קויפן א דירה אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק ,סטעטן איילענד,אלט מאנסי אלט קרית יואל, אדער טייערע הייזער און יעדע גלילות געגענט אדער יעדע געגענט ווי ער דארף בארגן געלט צו קויפן א דירה ,וואס עס איז נישט זיכער ווי גרינג די גייסט עס קענען באצאלן, עס מאכט נישט קיין סענס צו בארגען געלט צו קויפן א דירה אויסער ממש קליין געלט,
אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געקויפט דירות און הייזער פאר שפאט ביליג אין שטאט פאר 30 אדער פערציג יאר צוריק , אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געקויפט פארשפאט ביליג אין קרית יואל און מאנסי , אבער טאמער קויפסטו א ביליגע הייזקע אדער דירה'לע אין זשערסי סיטי,(לעיקוואד טאמער עס איז דא פאר ביליג)בלומינגבורג, גלילות מאנסי און גלילות קרית יואל ,מאנטיסעלא ווי מען קען טרעפען הייזער אדער דירות פאר שפאט ביליג וואס דארפסט נישט עכט בארגען געלט, און די מארגעזש קומט אויס ביליגער פון דיין יעצטיגע רענט און א גרויסע הויז , דעמאלס איז נישט קיין שאלה אז עס לוינט נאר א מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

דאס איז גוט אין רעסטאראנט...

סאיז אמת און וואר דיינע ווערטער, למעשה גייט דאס נישט געשעהן מארגן, און אויך נישט איבער מארגן, אונז ליגן מיר אין גלות מצרים בדעת ובשכל און צו זיך ארויסזעהן פון דארט דארף מען אז סזאל זיין אני הוא ולא אחר זאל אונז ארויס שלעפן פון נ"ט שערי הטמטום.

אבער די חלק אז מזאל קויפן און נישט דינגען, דא איז ב"ה די שכל נאך דא, יעדער וואס דו רעדסט מיט איהם איבער די נושא וועט מסכים זיין.
סא מדארף דאס נאר ארויף ברענגען ביי די אינגע אינגעלייט און זיי אריינברענגען אין דעם, אז לפחות אז מצאלט שוין יא זאל דאס גיין פאר די אייגענע טאש.

און נאכמאל נישט אז יעדער קען קויפן אבער יעדער דארף קוקן און נאכגיין צו ער קען קויפן.
אויב האסטו געטשטעקט און מהאט דיר געזאגט אז סאיז נישטא קיין מהלך פאר דיר איז שוין א אנדער מעשה (איך גלייב נישט אז סאיז שוין געווען צופיל אזעלכע פעלער)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:

שוין טראכט איך טאקע אז די ביזט א בראוקער אין שטאט ערגעץ און ד האסט מורא אז אידן וועלן אוועקמופן!
רבי איד וועקט אייך אויף , סאיז שוין געשען ! סאיז א פאקט,
הונדערטער אדער טויזענטער אידן האבן געקויפט הייזער אויפן כח היחיד שטייגער די לעצטע 10 יאר,
מער פון 500 אידן האבן געקויפט אין גלילות קרית יואל הייזער לויטן טאש די לעצטע 4 יאר , געקאסט 30 אלפים פון טאש , און א חודש קאסט זיי $2000 נאך אלע עקספענסעס!
גאר אסאך אידן אין גלילות מאנסי מופן צו ביליגע געגענטער ווי הילקרעסט, ניו סיטי א.א.וו. די לעצטע פאר יאר
גאר אסאך אידן קויפן הייזער אין טאמס ריווער/לעיקוואד הערליכע הייזער פאר שפאט ביליג לויט זייער טאש
הונדערטער אידן האבן געקויפט הייזער אין בלומינגבורג/זשערסי סיטי/לינדען/מאנטיסעלא לויט זייער טאש די לעצטע פאר יאר

אייכה ? ווי ביזטו? טויזענטער אידן לעבן בהרחבה צאלן ביליגער אדער די זעלבע ווי זייער רענט און זייער אייגענע הויז אין רחבות אן קיין חובות פון בארגן פון מענטשן

ניין שכל קען מען נישט קויפן, אז די ווילסט עפענען א ארגענעזאציע צו טיילן שכל פאר מענטשן, כל הכבוד , זאג מיר א יאר ארום ווי די ביזט אנגעקומען , א יעדע מענטש דארף וויסן וואס ער קען זיך ערלויבן

דאס ווי די זאגסט אז נישט יעדער קען , איז ליגענט , באמת סתם ליגענט , ניין אין וויליאמסבורג קען נישט א אינגערמאן קויפן פון אייגן געלט
אבער מיט 97% פארצענט פירסט טיים האום בייער מארגעזש און א דורעכשניטליכע געגענט קען יעדע שנה ראשונה אינגערמאן קויפן א דירה ! אבער יעדע אן אויסנאם, יא ער וועט דארפן בארגן 25 אלפים , מיטן עפענען אפאר קרעדיט קארדס אדער אז די אינגערמאן וועט גיין ארבעטען אדער טין זייטיגע ארבעט אויסערן כולל ,קען עס יעדער באווייזן ,
איך רעדט פון עקספיריענס וואס ב"ה כאב געהאט די זכיה צו שטיפען צענדליגע אינגעלייט צו קויפן און זיי העלפן קויפן וויאזוי און וואס , זיי זענען מיר אלע דאנקבאר פאר די איין יאר שוויצען לעבן זיי ב"ה ווי א איד
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג פעברואר 16, 2020 4:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך רעד אבער פון די וואס ווילן נישט ארויס גיין עטליס זאלן זיי קויפן און נישט דינגען

דא קומט נישט אריין בראוקער ווייל בראוקערס פארקויפן אלל אווער

אבער נאר צו קלאר שטעלן ניין איך בין נישט קיין בראוקער ולא קרוב לזה, איך שרייב נאר וואס איך האלט אז סאיז ריכטיג צו טוען.
ווער סקען זאל קויפן אין די נייע געגנטער אשרי לו ואשרי שכלו א ריכטיגער בעל דעת און ניצט ריכטיג אויס זיין מתנה וואס דער בורא האט איהם געגעבן

ווער סקען נישט, וויל נישט, אדער וויל נישט וועלן זאל עטליס אויסשטעקן אפשר קען ער קויפן אין זיין געגנט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:איך רעד אבער פון די וואס ווילן נישט ארויס גיין עטליס זאלן זיי קויפן און נישט דינגען

דא קומט נישט אריין בראוקער ווייל בראוקערס פארקויפן אלל אווער

אבער נאר צו קלאר שטעלן ניין איך בין נישט קיין בראוקער ולא קרוב לזה, איך שרייב נאר וואס איך האלט אז סאיז ריכטיג צו טוען.
ווער סקען זאל קויפן אין די נייע געגנטער אשרי לו ואשרי שכלו א ריכטיגער בעל דעת און ניצט ריכטיג אויס זיין מתנה וואס דער בורא האט איהם געגעבן

ווער סקען נישט, וויל נישט, אדער וויל נישט וועלן זאל עטליס אויסשטעקן אפשר קען ער קויפן אין זיין געגנט

ווען איך ווייס ווי די וואינסט און וואס די צילסט איז איין זאך
אבער פון עקספירענס רוב אינגע אינגעלייט קויפן נישט א דירה/הויז אין וויליאמסבורג,בארא פארק,אלט מאנסי ,אלט קרית יואל ,לעיקוואד דעוועפלמענטס ,סטעטן איילענד פון אייגן געלט ! עס איז פשוט נישט מעגליך אן געלט פון בארגן/דרייען /גנב'נען/אנזעצן , איך רעדט נישט די וואס האבן רייכע עלטערן וואס העלפן, די שטייען פיין, איך רעדט פון די איבריגע ,
איך טי יא אין די נושא , איך ווייס פונקטליך וואס גייט פאר, אז די ווילסט העלפן מענטשן ,איז די ערשטע זאך טאמער יענער וויל לעבן מיט די מציאות מיט זיין טאש און לעבן מיט זיין טאש

איך האב געהאלפען מענטשן קויפן הערליכע הייזער ממש אין די אוטסקירטס פון עקסטירענדע געגענטער פאר נישטיגע 20 אלפים פון טאש , און די מארגעזש איז בערך 2 אלפים א חודש נאך אלע עקספענסעס /טעקס , אזא מציאות איז נישט קיין שאלה אז עס לוינט צו קויפן
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אונז זענען דעמאלטס אויף איין פעידזש

איך שרייב א גאנצע צייט
ווער סהאט געטשטעקט און ער קען נישט קען ער נישט, איז נישט שייך צו דיבעיטן פאר איהם וואס איז בעסער, ווייל בעסער איז קויפן אבער אין מציאות קען ער נאר דינגען

איך ווייס נישט אין שטאט אבער אזוי פיל אז אין מאנסי ביסטו נישט גערעכט סאיז דא צו באקומען הייזער פאר 400 (2 3 בעדרומס) פאר 6 7 הונדערט (5 6 בעדרומס) און די מאנטלי פעימענטס וועלן זיין די רענט פלאס וואס די אינגערמאן לייגט אין גמח און דאך איז דא זייער ווייניג וואס קויפן פשוט מחוסר ידיעה.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 16, 2020 5:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:אונז זענען דעמאלטס אויף איין פעידזש

איך שרייב א גאנצע צייט
ווער סהאט געטשטעקט און ער קען נישט קען ער נישט, איז נישט שייך צו דיבעיטן פאר איהם וואס איז בעסער, ווייל בעסער איז קויפן אבער אין מציאות קען ער נאר דינגען

איך ווייס נישט אין שטאט אבער אזוי פיל אז אין מאנסי ביסטו נישט גערעכט סאיז דא צו באקומען הייזער פאר 400 (2 3 בעדרומס) פאר 6 7 הונדערט (5 6 בעדרומס) און די מאנטלי פעימענטס וועלן זיין די רענט פלאס וואס די אינגערמאן לייגט אין גמח און דאך איז דא זייער ווייניג וואס קויפן פשוט מחוסר ידיעה.

וועגן די דארפסט האבן עטליעסט א הונדערט אלפים פאר די דירות , און אינגעלייט האבן דאס נישט
משא"כ אינגעלייט וואס האבן געקויפט אין הילקרעסט פאר 300 טויזענט א הייזקע , טאקע א שמאטע, אבער ער האט נאר געדארפט האבן 20 טויזענט דאלאר קעש צו קענען קויפן א הויז !
כאפסט ?
ביי אונז אינגעלייט ליגט שוין אין קאפ אז הונדערט אלפים איז סטענדארט צו בארגן צו קויפן א הויז אדער דירה , איך האף אז נישט דאס גיידסטו פאר אינגעלייט , דער וואס האט די מאה אין גמ"ח געווענליך קויפט זיך א דירה וואס ער דארף בארגען נאך א פופציגער אדער הונדערטער , אזא פארדרייטע לעבן , לעבן אינגעלייט היינט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

1. ניין, שוין געטראפן אסאך אינגעלייט מיט 70 80 און איך פרעג זיי צו זיי האבן שוין געקויפט איז די תשובה איך קען נישט
2. ממוז נישט האבן 100 אלפים מקען גיין אויף א 2 3 בעדרום פאר בערך 400 אלפים אראפ לייגן 5% (און אמאל אפילו 3%) און די מאנטלי פעימענטס זענען נישט קיין מרפסן איגרא, אויב רענט איז היינט 1500 1600 א חודש פאר 2 בעדרום, וועט דאס זיין א ערך פון 2500
און שוין אויסגעשמועסט אז בערך א 800 איז פאר פרינסיבל

איך ווייס נישט אייביג איז דאס פונקט די נאמבער סקען זיין טייערערע פון רענט מיט 2 3 הונדערט דאלער, אבער דא סעיווסטו און ביים דינגען גייט די גאנצע אין גארבעדזש אריין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:1. ניין, שוין געטראפן אסאך אינגעלייט מיט 70 80 און איך פרעג זיי צו זיי האבן שוין געקויפט איז די תשובה איך קען נישט
2. ממוז נישט האבן 100 אלפים מקען גיין אויף א 2 3 בעדרום פאר בערך 400 אלפים אראפ לייגן 5% (און אמאל אפילו 3%) און די מאנטלי פעימענטס זענען נישט קיין מרפסן איגרא, אויב רענט איז היינט 1500 1600 א חודש פאר 2 בעדרום, וועט דאס זיין א ערך פון 2500
און שוין אויסגעשמועסט אז בערך א 800 איז פאר פרינסיבל

איך ווייס נישט אייביג איז דאס פונקט די נאמבער סקען זיין טייערערע פון רענט מיט 2 3 הונדערט דאלער, אבער דא סעיווסטו און ביים דינגען גייט די גאנצע אין גארבעדזש אריין

זאג מיר אז די ביזט נישט א בראקער :lol:
קויפן א הויז מיט צוווויייי...דרי בעדרום פאר 400 טויזענט ?
רבי איד וועלכע עפפרעזעיל און מארגעזש קענסטו באקומען פאר א 400 טויזענט דאלארדיגע דירה מיט 2 בעדרומס א 97% פערסענט מארגעזש ? :roll:

בקיצור איך די קענסט נישט די נושא , איך קלער אז די טראכסט פון ווערן א בראוקער אפשר און די ווילסט זען צו אפשר קענסטו זיך אריינלאזן מיט עדווייזען מענטשן צו קויפן.. :lol: גראדע שוין געטראפן אסאך אינגעלייט וואס זאגן זיי וואלטן ווען געוואלט טרעפן אזא איינער ווען עס קומט צו קויפן א הויז

ברענג מיר א דוגמה פון א 400 טויזענט דאלארדיגע דירה אין מאנסי מיט 2 אדער 3 בעדרומס ווי די קענסט באקומען 97 אדער 95 פערצענט ביטע
א דאנק פון פאראויס
נאכדעם וועל מיר ווייטער שמועסן
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שיקט מיר איינער אין אישי א מארגעדזש וואס ער ארבעט יעצט אויף דעם
$309,000.00
down payment
$15450 (%5)

איך האב געשריבן אז צומאל 3% ווייל פאר א קאנדא אזא קליינע מארגעדזש איז דאס שוערער

און לאמיר נאר אויסקלארן, איך בין נישט קיין מארגעדזש בראוקער און נישט קיין ריעל עיסטעיט בראוקער
איך קען אבער די נושא פון דערנאנט ווייל איך האב מיר ב"ה איינעגהאנדלט איינס

אויף אזוי פיל ווייס איך אז זייער אסאך וואס האבן געווען זיכער אז זיי קענען נישט נאכן גיין צום ריעל עיסטעיט בראוקער זענען זיי געווארן געווארן אז זיי קענען יא (ניין נישט מיט 100 אין באנק)

איך אליין האב שוין פערזענליך געהלאפן עטליכע, איינער פון זיי וואס וואלט אין זיין לעבן נישט געטראכט אז ער קען קויפן, ער האט געקויפט מיט זייער א קליינע דאון פעימענט, איך געדענק נישט די פונקטליכע נאמבער ווייל איך בין נישט געווען אין פראסעס פונעם קויפן, איך האב איהם נאר אויפגעקלערט אז ער קען קויפן דנאכדעם איז ער געגאנגען צו א בראוקער....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בקיצור לעניננו איך מיין איך האב זייער קלאר ארויסגעשריבן מיין דעה אין דעם

די אלע וואס ליינען דא און ווערן אפגעקילט אז ניין איך קען נישט זאלן נישט נעמען קיין ענדגילטיגע החלטה ווייל ער אדער יענער זאגט
רעד דאס דורך מיט א בראוקער און זעה צו ביי דיר ספעציפיש איז דא וואס צו טוען אדער ניין ביי דיר לוינט זיך (אדער קענסט פשוט נישט און דו מיזט) דינגען.

איך האב נישט קיין שום באציהונגען מיט קיין שום בראוקער נישט ריעל עיסטעיט און נישט מארגעדזש, איך גיי נישט מאכן קיין פעני ווען דו גייסט זיי זאגן אז איינס האט דיר קאנווינסט, אבער ווען סארבעט זיך אויס קום ארויף און לאז וויסן, כדי נאך אידן זאלן באקומען די קאוראדזש צו מאכן די טעלעפאון צום בראוקער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:שיקט מיר איינער אין אישי א מארגעדזש וואס ער ארבעט יעצט אויף דעם
$309,000.00
down payment
$15450 (%5)

איך האב געשריבן אז צומאל 3% ווייל פאר א קאנדא אזא קליינע מארגעדזש איז דאס שוערער

און לאמיר נאר אויסקלארן, איך בין נישט קיין מארגעדזש בראוקער און נישט קיין ריעל עיסטעיט בראוקער
איך קען אבער די נושא פון דערנאנט ווייל איך האב מיר ב"ה איינעגהאנדלט איינס

אויף אזוי פיל ווייס איך אז זייער אסאך וואס האבן געווען זיכער אז זיי קענען נישט נאכן גיין צום ריעל עיסטעיט בראוקער זענען זיי געווארן געווארן אז זיי קענען יא (ניין נישט מיט 100 אין באנק)

איך אליין האב שוין פערזענליך געהלאפן עטליכע, איינער פון זיי וואס וואלט אין זיין לעבן נישט געטראכט אז ער קען קויפן, ער האט געקויפט מיט זייער א קליינע דאון פעימענט, איך געדענק נישט די פונקטליכע נאמבער ווייל איך בין נישט געווען אין פראסעס פונעם קויפן, איך האב איהם נאר אויפגעקלערט אז ער קען קויפן דנאכדעם איז ער געגאנגען צו א בראוקער....

די מארגעזש פון 309 איז א דירה ?
די האסט געשריבן 400 טויזענט פאר א דירה
איך זע די זיכסט אוועקצולויפן פונעם פראבלעם
מיין פוינט איז אז א אינגערמאן קען נישט קויפן א דירה מיט 80 אלפים אין א עקסטרינדע געגענט ווי למשל מאנסי

און בכלל צאלן 2500 דאלאר פאר אזא קליינע דירה א חודש מאכט נישט קיין סענס וועגן די וואס קויפן אזאנע קליינע דירות קויפן עס על מנת איין טאג צו קויפן א גרעסערע דירה , ווער וועט צאלן די 2500 א חודש פאר די קליינע דירה נאכדעם ווען ער מופט אוועק ? און נישט וויאזוי איז נישט די געלט אין גארבעזש ?

מיין פוינט איז דירעקט אז די מאוומענט דארף זיין אז אינגע אינגעלייט זאלן לויפן קויפן פאר ביליג און פרישע געגענטער
,צו קויפן אין א עקסטירענדע געגענט איז ארויסגעווארפן אידיש געלט און מען טאר עס נישט אין ,משא"כ אין פרישע געגענטער קען יעדער איינער זיך ערלויבן א הייזקע מיט א פראפערטי אזוי ווי די אידן אין מאנסי און אין קרית יואל וואס קעשן יעצט איין זייער רייכטום פון זייער דעמאלס'דיגע #כח היחיד הייזקע
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג פעברואר 16, 2020 5:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דו האסט מיר געכאפט ביים נאמבער?
איך האב געשריבן באופן כללי אז סקאסט ארום 400

איינער האט מיר געשיקט אז ער קויפט 0אר 309 לכאורה רעדט ער פון זייער א קליין הויז

איך לויף נישט אוועק פונעם פוינט

און לאמיר מאכן סדר
1. מדארף קויפן אין א נייע געגנט
2. סלוינט נישט צו צאלן רענט בשום פנים ואופן ווען מקען קויפן א הויז
3. אויב קענסטו נישט קויפן צאל ענדערש רענט ווי צו וואינען אין גאס

און יעצט צוריק צום פוינט 2 די שרייבסט
און בכלל צאלן 2500 דאלאר פאר אזא קליינע דירה א חודש מאכט נישט קיין סענס וועגן די וואס קויפן אזאנע קליינע דירות קויפן עס על מנת איין טאג צו קויפן א גרעסערע דירה , ווער וועט צאלן די 2500 א חודש פאר די קליינע דירה נאכדעם ווען ער מופט אוועק ? און נישט וויאזוי איז נישט די געלט אין גארבעזש ?
איך האב נישט צייט צו מאכן יעצט א חשבון מיט נאמבערס מה גם מדארף האבן א העכטע מעשה צו רעכענען די נאמבערס

אבער באופן כללי מאך די חשבון אזוי
ער האט לאמיר זאגן 2500 א חודש וואס סקען גיין פאר האוזינג און די איבריגע גייט אין גמח
אויב צאלט ער רענט 2 יאר האט ער געווארפן קרוב צו 35 טויזנט דאלער אין מיסט און ער וועט האבן אין גמ"ח בערך 20 אלפים

אויב קויפט ער א קליינע הויז און צאלט מארגעדזש די גאנצע אדער לייג נאך צו נאך 200 300 דאלער
וועט ער נאך צוויי יאהר קענען פארקויפן די הויז און ער וועט האבן א שיינע אפוטיקי צו קויפן די נעקסטע הויז
ועוד אפאר יאהר ארום וועט די הויז וועליו וואקסן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לדוגמא א הויז וואס קאסט היינט 400 k
ער לייגט אראפ 5% (20 טויזנט דאלער)
פלאס קלאזינג קאסט, סדארף נישט זיין די גאנצע מעשה מער פון 40 אלפים

מיט די היינטיגע רעיט פון בערך 3.6
טעקסע פון בערך 5000
אינשורנס 1000
וועט די מאנטלי פעימענט זיין $2,385.99
לייג צו מעינטענטס קומט מען צו בערך צו 2600 2700

נאך 4 יאהר אויב פארקויפט ער די הויז נאר פאר 400 האט ער א באלאנס פון בערך 350 און ער בלייבט אין טאש מיט 50 אלפים
דאס איז אויב די הויז ועט נישט שטייגן די וועליו

ד קענסט אויסצויען די הוצאות צו די מערסטע, אויפן ערגסטן אופן וועט ער שטיין בעסער פונעם אינגערמאן וואס האט געצאלט רענט
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 16, 2020 5:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:דו האסט מיר געכאפט ביים נאמבער?
איך האב געשריבן באופן כללי אז סקאסט ארום 400

איינער האט מיר געשיקט אז ער קויפט 0אר 309 לכאורה רעדט ער פון זייער א קליין הויז

איך לויף נישט אוועק פונעם פוינט

און לאמיר מאכן סדר
1. מדארף קויפן אין א נייע געגנט
2. סלוינט נישט צו צאלן רענט בשום פנים ואופן ווען מקען קויפן א הויז
3. אויב קענסטו נישט קויפן צאל ענדערש רענט ווי צו וואינען אין גאס

און יעצט צוריק צום פוינט 2 די שרייבסט
און בכלל צאלן 2500 דאלאר פאר אזא קליינע דירה א חודש מאכט נישט קיין סענס וועגן די וואס קויפן אזאנע קליינע דירות קויפן עס על מנת איין טאג צו קויפן א גרעסערע דירה , ווער וועט צאלן די 2500 א חודש פאר די קליינע דירה נאכדעם ווען ער מופט אוועק ? און נישט וויאזוי איז נישט די געלט אין גארבעזש ?
איך האב נישט צייט צו מאכן יעצט א חשבון מיט נאמבערס מה גם מדארף האבן א העכטע מעשה צו רעכענען די נאמבערס

אבער באופן כללי מאך די חשבון אזוי
ער האט לאמיר זאגן 2500 א חודש וואס סקען גיין פאר האוזינג און די איבריגע גייט אין גמח
אויב צאלט ער רענט 2 יאר האט ער געווארפן קרוב צו 35 טויזנט דאלער אין מיסט און ער וועט האבן אין גמ"ח בערך 20 אלפים

אויב קויפט ער א קליינע הויז און צאלט מארגעדזש די גאנצע אדער לייג נאך צו נאך 200 300 דאלער
וועט ער נאך צוויי יאהר קענען פארקויפן די הויז און ער וועט האבן א שיינע אפוטיקי צו קויפן די נעקסטע הויז
ועוד אפאר יאהר ארום וועט די הויז וועליו וואקסן

חס ושלום די פארשטייסט מיר זייער ראנג , איך זיך דיר נישט צו כאפן ביים ווארט
די פאקט איז מיט 80 אלפים אין גמ"ח קען נישט א אינגערמאן קויפן א דירה אין קרית יואל אדער מאנסי וואס זיין רענט זאל זיין בערך די זעלבע ווי ער צאלט יעצט אדער אפילו נאר 300 דאלאר טייערער! אדרבה אז איך בין ראנג פראוו מי ראנג
די עפפרעיזעלס קומען נישט אריין אזוי הויעך פאר קליינע דירות אין קרית יואל און אין מאנסי אז זיי זאלן קענען נעמען אפילו א 90 פארצענט מארגעזש

אין קרית יואל איז געווען די סטייל אמאל אז יעדע אינגערמאן האט געקויפט א דירה , טאקע וועגן וואס די זאגסט, זיי האבן געקויפט א סטארטער דירה א קליינטישגע און זיי האבן ממש גארנישט געדארפט קעש , און די מארגעזש איז געווען ביליגער ווי רענט , היינט איז דאס נישט מעגליך
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:לדוגמא א הויז וואס קאסט היינט 400 k
ער לייגט אראפ 5% (20 טויזנט דאלער)
פלאס קלאזינג קאסט, סדארף נישט זיין די גאנצע מעשה מער פון 40 אלפים

מיט די היינטיגע רעיט פון בערך 3.6
טעקסע פון בערך 5000
אינשורנס 1000
וועט די מאנטלי פעימענט זיין $2,385.99
לייג צו מעינטענטס קומט מען צו בערך צו 2600 2700

נאך 4 יאהר אויב פארקויפט ער די הויז נאר פאר 400 האט ער א באלאנס פון בערך 350 און ער בלייבט אין טאש מיט 50 אלפים
דאס איז אויב די הויז ועט נישט שטייגן די וועליו

ד קענסט אויסצויען די הוצאות צו די מערסטע, אויפן ערגסטן אופן וועט ער שטיין בעסער פונעם אינגערמאן וואס האט געצאלט רענט

;l;p-
הונדערט פארצענט גערעכט
אבער אין אלט קרית יואל און אין מאנסי איז דאס נישט מעגליך !
נאר אין דמיון
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך פראוו דיר
א הויז פון 4 בעדרום צאלט מען היינט אין מאנסי 21 22 א חודש
מיין מאנטלי פעימענטס זענען אין טאטל 2500 נאך אלעס

מאך אליין די חשבון ווי איך גיי שטיין 5 יאהר ארום און ווי דער וואס צאלט רענט גייט שטיין מיט זיינע סעיווינגס אין גמח

די עפפרעיזעלס קומען נישט אריין אזוי הויעך פאר קליינע דירות אין קרית יואל און אין מאנסי אז זיי זאלן קענען נעמען אפילו א 90 פארצענט מארגעזש

ראנג!
דאסמאל פון עקספירענס און מיטהאלטן עטליכע וואס האבן דאס געטון
אדרבה רעד מיט א ריעל עיסטעיט בראוקער, וועסט זיין סורפרייזט
אבער אין אלט קרית יואל און אין מאנסי איז דאס נישט מעגליך !
נאר אין דמיון

איך האב נישט וואס צו דיר ענטפערן נאר אז לכאורה לעב איך אין עולם הדמיון,
אבער אויב דאס וואס איך האלט מיט איז עולם הדמיון דארפסטו מיר נישט ענטפערן ווייל איך שרייב יעצט נאר אין עולם הדמיון

איך מיין סאיז גענוג, די פוינט איז קלאר!
אדרבה ווער סוויל זיך פראוון זאל אויפהייבן א פאון צו עני בראוקער און מיר קומען פראוון ראנג, איך בין גרייט פארן טשעלנדזש.

איך האב דיר פריער געשריבן איינס וואס איינער האט מיר נאר יעצט געשיקט 309 און 5% דאון פעימענט. (און ניי מאנסי איז נישטא אזעלכע קליינע הייזער)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 16, 2020 5:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:איך פראוו דיר
א הויז פון 4 בעדרום צאלט מען היינט אין מאנסי 21 22 א חודש
מיין מאנטלי פעימענטס זענען אין טאטל 2500 נאך אלעס

מאך אליין די חשבון ווי איך גיי שטיין 5 יאהר ארום און ווי דער וואס צאלט רענט גייט שטיין מיט זיינע סעיווינגס אין גמח

די עפפרעיזעלס קומען נישט אריין אזוי הויעך פאר קליינע דירות אין קרית יואל און אין מאנסי אז זיי זאלן קענען נעמען אפילו א 90 פארצענט מארגעזש

ראנג!
דאסמאל פון עקספירענס און מיטהאלטן עטליכע וואס האבן דאס געטון
אדרבה רעד מיט א ריעל עיסטעיט בראוקער, וועסט זיין סורפרייזט

וויפעל געלט האסטו געצאלט פון טאש ? יעדע קוואדער פון דיפאזיט ביז נאכן מופן?
האסט געדארפט בארגן ?
איז עס מער אדער ווייניגער פון 80 אלפים?
איז דיין הויז געווען ברענד ניו? דאס איז זייער וויכטיג וועגן וועליו יארן ארום
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך וויל נישט ארויספראקן מיין מעשה דא אין פאבליק (צופיל אויגן אויף מיינע תגובות...)

אבער איך זאג דיר אז אלעס איז גענומען אין חשבון
און נאכמאל די מציאות קען יעדער מברר זיין ביי זיין בראוקער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איינס האט געשריבן:איך פראוו דיר
א הויז פון 4 בעדרום צאלט מען היינט אין מאנסי 21 22 א חודש
מיין מאנטלי פעימענטס זענען אין טאטל 2500 נאך אלעס

מאך אליין די חשבון ווי איך גיי שטיין 5 יאהר ארום און ווי דער וואס צאלט רענט גייט שטיין מיט זיינע סעיווינגס אין גמח

די עפפרעיזעלס קומען נישט אריין אזוי הויעך פאר קליינע דירות אין קרית יואל און אין מאנסי אז זיי זאלן קענען נעמען אפילו א 90 פארצענט מארגעזש

ראנג!
דאסמאל פון עקספירענס און מיטהאלטן עטליכע וואס האבן דאס געטון
אדרבה רעד מיט א ריעל עיסטעיט בראוקער, וועסט זיין סורפרייזט
אבער אין אלט קרית יואל און אין מאנסי איז דאס נישט מעגליך !
נאר אין דמיון

איך הא נישט וואס צו דיר ענטפערן נאר אז לכאורה לעב איך אין עולם הדמיון,
אבער אויב דאס וואס יך האלט מיט איז עולם הדמיון דארפסטו מיר נישט ענטפערן ווייל איך שרייב יעצט נאר אין עולם הדמיון

איך מיין סאיז גענוג, די פוינט איז קלאר!
אדרבה ווער סוויל זיך פראוון זאל אויפהייבן א פאון צו עני בראוקער און מיר קומען פראוון ראנג, איך בין גרייט פארן טשעלנדזש.

איך האב דיר פריער געשריבן איינס וואס איינער האט מיר נאר יעצט געשיקט 309 און 5% דאון פעימענט.

אין אלט מאנסי א נייע דירה ?
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”