מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:13 pm

אלטער האט געשריבן:נו שרייב דע מעשה וועגן די בילדער פון שטעט פונעם הייליגן ייטב לב.... גיי ווייטער...

שוין פריער געווען דא
צייט שטיפער האט געשריבן:מעלב"ע

דער ייטב לב האט אמאל געהערט אז א געוויסע בחור פון ישיבה איז געווען די פריערדיגע נאכט אין טיאטער,

ער האט באלד געלאזט רופן דעם בחור'ל פארהאלטן,

אזוי אגב פרעגט ער, וואס האט מען דארט געזעהן, ענטפערט דער בחור, פארשידענע שטעט איבער די וועלט.

פרעגט אים דער ייטב לב, וועלעכע שטעט? פראג? פאריז? און דער בחור ענטפערט יא, ניין וכו'

פרעגט אים דער ייטב לב קראקע האסטו אויך געזעהן? זאגט דער בחור ניין

דער ייטב לב לאזט אים אראפ מנה אחת על פניהם, "יעצט זעהסטו שוין קראקע!..."

אגב אדמו"ר מהר"א זאגט אז די פלאץ ווי מ'האט געזעהן די שטעט פלעגט מען רופן קאקע דעלאקע,
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:14 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:איך זעה אז מ'האט דא געברענגט עטליכע מימרות פון הייליגן ייטב לב וועל איך אויך צולייגן וואס איך האב געהערט פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א):

די הייליגע ייטב לב איז אמאל געווען ביים פענסטער זעהט ער א בחור קומט צוריק פון מארק, רופט ער אריין דעם בחור און ער פרעגט אים ווי ביזטו געווען? זאגט דער בחור אין מארק, און וואס האסטו געטוהן דארט? איך האב געקויפט פלוימען, און ווי זענען זיי? איך האב זיי שוין אויפגעגעסן, פרעגט אים דער ייטב לב האסטו געמאכט א ברכה? זאגט ער יא, האט אים די ייטב לב געגעבן א פראסק, און אים געפרעגט צווישן די גויטע'ס האסטו געמאכט א ברכה???

:lol: איינס און א גוטס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:17 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"

געהערט פון ב"מ זצ"ל אויפן וועג אהיים פון א יארצייט סעודה פון ייט"ל זצ"ל

האב איך געהערט פון אדמו"ר שליט"א (מהר"א) אז די מעשה גייט אז דער בחור האט געהאט אן עלטערע ברודער דארט אין ישיבה און דער ברודער האט געזאגט פארן טאטן אז דער בחור פאנפעט ארום, האט דער טאטע געשיקט א בריוו פאר זיין אינגערן זוהן אז ער קען נישט אהיימקומען סוף זמן נאר אויב ער ברענגט א בריוו פון ייטב לב אז ער האט זיך אויסגעצייכנט, סוף זמן איז דער בחור געקראכן אויף א בוים און פונקט איז די ייטב לב אדורך און ער האט אים באמערקט, די קומענדיגע טאג איז דער בחור אריין צום ייטב לב און ער האט אים געזאגט אז ער דארף האבן א צעטיל פאר זיין טאטע אז ער האט זיך אויסגעצייכנט, האט דער ייטב לב געשריבן הנני להודיע שבנך עלה מעלה מעלה, און ער זאגט פאר דעם בחור קומענדיגע מאל וועל איך זאגן פאר דיין טאטע ווי די ביזט ארויף.

אויך געהערט ס'זעלבע פון רבי'ן

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:19 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:נו שרייב דע מעשה וועגן די בילדער פון שטעט פונעם הייליגן ייטב לב.... גיי ווייטער...

שוין פריער געווען דא
צייט שטיפער האט געשריבן:מעלב"ע

דער ייטב לב האט אמאל געהערט אז א געוויסע בחור פון ישיבה איז געווען די פריערדיגע נאכט אין טיאטער,

ער האט באלד געלאזט רופן דעם בחור'ל פארהאלטן,

אזוי אגב פרעגט ער, וואס האט מען דארט געזעהן, ענטפערט דער בחור, פארשידענע שטעט איבער די וועלט.

פרעגט אים דער ייטב לב, וועלעכע שטעט? פראג? פאריז? און דער בחור ענטפערט יא, ניין וכו'

פרעגט אים דער ייטב לב קראקע האסטו אויך געזעהן? זאגט דער בחור ניין

דער ייטב לב לאזט אים אראפ מנה אחת על פניהם, "יעצט זעהסטו שוין קראקע!..."

אגב אדמו"ר מהר"א זאגט אז די פלאץ ווי מ'האט געזעהן די שטעט פלעגט מען רופן קאקע דעלאקע,

נישט באמערקט
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:20 pm

וואס מיינט דעח נייע ראשי תיבות מ. ע. ל. ב. ע.?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:23 pm

כ'האב ב"ה זוכה געווען צו הערן גאר אסאך סיפורים פון אדמו"ר מהר"א, און אסאך איבער'ן ייט"ל,
כ'האב געהערט פון רבי'ן גאר אינטערעסאנט די גאנצע השתלשלות ווי דער ייט"ל האט זיך געמיטשעט איינצופירן ארטעדאקסי אין סיגוט,
און וויאזוי ר' משה ארי' האט איבערגעשראקן דעם מעיאר. יט די נאכט בגדים...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:24 pm

nmi האט געשריבן:וואס מיינט דעח נייע ראשי תיבות מ. ע. ל. ב. ע.?

מענין לענין שלא באותו ענין

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:29 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כ'האב ב"ה זוכה געווען צו הערן גאר אסאך סיפורים פון אדמו"ר מהר"א, און אסאך איבער'ן ייט"ל,
כ'האב געהערט פון רבי'ן גאר אינטערעסאנט די גאנצע השתלשלות ווי דער ייט"ל האט זיך געמיטשעט איינצופירן ארטעדאקסי אין סיגוט,
און וויאזוי ר' משה ארי' האט איבערגעשראקן דעם מעיאר. יט די נאכט בגדים...

קרן שמואל ישעי' האט אפאר טעיפס וואס זיי רופן פלאי פלאים דאכט זיך 7 חלקים וואס דארט פארציילט די רבי גאר אסאך מעשיות פון ייטב לב ובניו אחריו אזוי אויך איבער די ערשטע ניסעה קיין סיגוט וואס די רבי איז געווען צוזאמען מיטן טאטן די ברך משה זצ"ל דאכט זיך בשנת תשכ"ה
און אז די דערמאנסט די מעשה פון די מעיאר אפשר ברענגסטו אלע פרטים פון די מעשה איך וויל עס נישט שרייבן פשוט ווייל איך געדענק נישט איבער וואספארא צעטיל די רעדע איז געווען דעמאלטס, איז ביטע זיי מזכה דעם עולם, ס'באלאנגט אויך אין די מילתא דבדיחותא
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:35 pm

אפשר געהערט עס דא?
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:45 pm

אז איך האב שוין דערמאנט די טעיפס פלאי פלאים האב איך מיר דערמאנט א מעשה וואס די רבי פארציילט דארט,

די רבי פארציילט וויזוי זיי זענען אנגעקומען קיין רומעניע ווען ס'איז נאך געווען קאמוניזם בתוקפה, וויזוי מ'האט ארויפגעקראכן אויפן דאך פון די באס צו זעהן אויב קיינער כאפט זיך נישט מיט און אזוי אויך האט מען ארויפגעשטעלט די באס אויף א עפעס וואס זאל עס מאכן העכער כדי מ'זאל קענען בודק זיין צו קיינער האט זיך נישט צוגעקלעפט אונטן פון דעם באס, ס'איז געווען יענס געלעכטער אבער די חברה זענען געווען זייער ערנסט דערמיט.

פארציילט די רבי אז ביי איינע פון די נסיעות זענען זיי געפארן אין 3 קארס, ווען זיי זענען אנגעקומען צום גרעניץ פון רומעניע האבן זיי געזעהן אז די 3 קארס זענען איין גרופע האבן זיי אלעס צוזאמען בודק געווען (ער פארציילט אז די בדיקות זענען געווען ממש אזוי ווי ביי בדיקת חמץ בחורין ובסדקין), און זיי האבן געטראפן און אלע רענצלעך און פעקלעך 21 ספרים אלעס צוזאמען, האבן זיי אריינגעשריבן אין איינע פון די פאספארטן אז די גרופע האט מיט זיך 21 ספרים, אויפן וועג ארויס האבן זיי די ערשטע זאך אפגעציילט די ספרים, און זיי האבן נאר געטראפן 20 ספרים, און זיי האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'האט אריינגעשמוגלט איין ספר, און ר' סנדר דייטש איז אויך געווען דארט פארציילט די רבי אז ר' סנדר איז געווען א קלוגע איד, ער האט ארויסגענומען זין טאשן לוח און זיך געגעבן א רוף אהן אה איך האב געטראפן די 21'סטע ספר, פיין האבן זיי זיך בארואיגט, און יעצט זענען זיי צוגעגאנגען צו בודק זיין די רענצלעך און אינמיטן האבן זיי געטראפן דעם 21'סטן ספר האבן זיי געמאכט א בהלה אז מ'וויל עפעס ארויסשמוגלען פון לאנד, ר' סנדר האט זיך געבעטן ביי זיי זיי זאלן אוועקנעמען זיין לוח אבער ס'האט גארנישט געהאלפן מ'האט זיי געשטעלט אין א זייט פאר אנדערהאלבן שעה די רבי זאגט אז ביזן פרעמיער מיניסטער איז אנגעקומען די מעשה ביז צום סוף האט מען זיי געזאגט אז דאס מאל וועט מען זיי דורך לאזן, אבער נאך איינמאל דאס וועט געשעהן איז מען זיי נישט מקנא...

(ס'האט דיר געקאסט א שמייכל? אויב אזוי פארשטייסטו שוין פארוואס איך האב עס געלייגט ביי מילתא דבדיחותא)
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:49 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:אז איך האב שוין דערמאנט די טעיפס פלאי פלאים האב איך מיר דערמאנט א מעשה וואס די רבי פארציילט דארט,

די רבי פארציילט וויזוי זיי זענען אנגעקומען קיין רומעניע ווען ס'איז נאך געווען קאמוניזם בתוקפה, וויזוי מ'האט ארויפגעקראכן אויפן דאך פון די באס צו זעהן אויב קיינער כאפט זיך נישט מיט און אזוי אויך האט מען ארויפגעשטעלט די באס אויף א עפעס וואס זאל עס מאכן העכער כדי מ'זאל קענען בודק זיין צו קיינער האט זיך נישט צוגעקלעפט אונטן פון דעם באס, ס'איז געווען יענס געלעכטער אבער די חברה זענען געווען זייער ערנסט דערמיט.

פארציילט די רבי אז ביי איינע פון די נסיעות זענען זיי געפארן אין 3 קארס, ווען זיי זענען אנגעקומען צום גרעניץ פון רומעניע האבן זיי געזעהן אז די 3 קארס זענען איין גרופע האבן זיי אלעס צוזאמען בודק געווען (ער פארציילט אז די בדיקות זענען געווען ממש אזוי ווי ביי בדיקת חמץ בחורין ובסדקין), און זיי האבן געטראפן און אלע רענצלעך און פעקלעך 21 ספרים אלעס צוזאמען, האבן זיי אריינגעשריבן אין איינע פון די פאספארטן אז די גרופע האט מיט זיך 21 ספרים, אויפן וועג ארויס האבן זיי די ערשטע זאך אפגעציילט די ספרים, און זיי האבן נאר געטראפן 20 ספרים, און זיי האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'האט אריינגעשמוגלט איין ספר, און ר' סנדר דייטש איז אויך געווען דארט פארציילט די רבי אז ר' סנדר איז געווען א קלוגע איד, ער האט ארויסגענומען זין טאשן לוח און זיך געגעבן א רוף אהן אה איך האב געטראפן די 21'סטע ספר, פיין האבן זיי זיך בארואיגט, און יעצט זענען זיי צוגעגאנגען צו בודק זיין די רענצלעך און אינמיטן האבן זיי געטראפן דעם 21'סטן ספר האבן זיי געמאכט א בהלה אז מ'וויל עפעס ארויסשמוגלען פון לאנד, ר' סנדר האט זיך געבעטן ביי זיי זיי זאלן אוועקנעמען זיין לוח אבער ס'האט גארנישט געהאלפן מ'האט זיי געשטעלט אין א זייט פאר אנדערהאלבן שעה די רבי זאגט אז ביזן פרעמיער מיניסטער איז אנגעקומען די מעשה ביז צום סוף האט מען זיי געזאגט אז דאס מאל וועט מען זיי דורך לאזן, אבער נאך איינמאל דאס וועט געשעהן איז מען זיי נישט מקנא...

(ס'האט דיר געקאסט א שמייכל? אויב אזוי פארשטייסטו שוין פארוואס איך האב עס געלייגט ביי מילתא דבדיחותא)

יאפ סהאט געקסט א שמייכל..... זיך געלוינט

איך האב מיך יעצט דערמאנט פון די סידיס וואס כהאב געהערט נאך אלץ בחור.... דארף מיר דאס זיך גיין אנהאנדלן נאכאמאל
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:32 pm

דער הייליגער ייט"ל האט פון אנפאנג אן געהאלטן אז סיגוט פעלט נישט אויס צו זיין אנגעשלאסן אין די ארטעדאקסישע קאנצעליי אין בודאפעסט,
(דער מהר”ם שי"ק אדער דער הייליגער שינאווע רב האבן איהם געזאגט אז ער וועט ביים סוף חרטה האבן, אזוי איז טאקע געווען..)

אויף די עלטערע יארן האט ער זיך בארעכנט אז מ'דארף זיך יא אנשליסן,
איז ער אויסגעשטאנען א העפטיגן ווידערשטאנד פון די באוואוסטע משפחת כהנא פון סיגוט, (וועלכע האבן בשום אופן נישט געוואלט זיין אינטערגעווארפן אינטער דעם קאנצעליי, צילוב וואס ר' איציק רייך – דער ראה"ק פון דעם קאנצעליי – האט איינמאל ביי אן אסיפה פארגעהאלטן איינעם פון די כהנא'ס ברבים).

דער הייליגער ייט"ל האט פאררופן א גענעראל פארזאמלונג מיטן פלאן צו זיך אנשליסן אין דעם קאנצעליי,
די כהנא'ישע האבן אהין געשיקט 'פייער לעשער'… צו צישטערן דעם אסיפה,
דער ייט"ל איז ארויס אויפן גאס אין זיך אנגעכאפט זיין בארד, זאגענדיג, "אזאנס האב איך זיך דערלעבט אויף דער עלטער".

ווען דער הייליגער ייט"ל איז נסתלק געווארן, האט ר' משה ארי' פריינד – דער סיגוטער ראה"ק – אויסגערופן ביי די לוויה דעם ייט"ל'ס צוואה,

1. דער טעיטשער רב – דער הייליגער קדיו"ט – זאל ווערן סיגוט'ער רב,

2. מ'זאל אנשליסן סיגוט אין דעם קאנצעליי,

בשעת די לוויה האט זיך קיינער נישט דערוואגט זיך קעגן צו שטעלן, און נאך די לוויה האט ר משה ארי' פראטיקאלירט אז ס'געווען א גענעראל פארזאמלונג ווי מ'האט במעמד כל הקהל אנגעשלאסן סיגוט אין די ארטעדאקסישע קאנצעליי, און אפגעשיקט דעם פראטאקאל צו די רעגירונג.

די רעגירונג האט געשיקט פרעגן ביים מעיאר פון סיגוט אויב ער באשטעטיגט דעם פראטאקאל,
דער מעיאר – וועלכער איז געווען אינטערגעקויפט דורך די כהנא'ישע – האט זיי געפרעגט וואס צו ענטפערן,
האבן זיי גע'טענה'ט אז א גענעראל פארזאמלונג מוז ווערן פראטיקאלירט פון פאראויס, און היות די לוויה איז נישט געווען פראטיקאלירט פון פאראויס, איז דאס נישט קיין לעגיטימע גענעראל פארזאמלונג.
דער מעיאר האט טאקע אפגעשריבן א בריוו אז דער גענעראל פארזאמלונג איז נישט לעגיטים, מילא איז דער פראטאקאל פסול,

ר' משה ארי', ווען ער'ט געהערט אז עס קאכט זיך, האט ער אינטערגעקויפט דעם מעיארס סעקרעטאר, און געבעטן ער זאל איהם כסדר אינפארמירן וואס ס'טוט זיך,
דער סעקרעטאר – ווען ער'ט באקומען דעם בריוו פינעם מעיאר – האט זיך גלייך פארבינדן מיט ר' משה ארי'ן און פארציילט אז דער מעיאר האט גע'פסל'ט דעם פראטאקאל,
ר' משה ארי' האט איהם צוגעצאהלט, און געבעטן ער זאל צו-ווארטן א טאג צוויי מיטן ארויסשיקן דעם בריוו,

יענע נאכט, ויהי בחצי הלילה, ר' משה ארי' שפאצירט אריבער צום מעיאר אהיים, אנגעטון מיט די נאכט בגדים, און קלאפט אויפן טיר,
דער משרת וועקט זיך אויף, 'ווער קלאפט אויפן מעיארס טיר אינמיטן נאכט???'
ארויסקוקנדיג פון קוקער זעהט ער נישט מער און נישט ווייניגער, נאר דער אנגעזעהענער 'פריינד באטשי' שטייט מיט די נאכט בגדים…

ער מאכט אויף, ר' משה ארי' זאגט איהם "איך מיז שוין רעדן צום מעיאר!"

"איך קען איהם נישט אויפוועקן אינמיטן שלאף.."

"זאלסט וויסן" זאגט ר' משה ארי' " אז זיין לעבן איז אין א סכנה! אויב דו וועקסט איהם נישט אויף, וועסטו זיין שילדיג!
איך האב דיך געווארנט"

דער משרת האט זיך דערשראקן, ער'ז אריינגעלאפן צום מעיאר, און זאגט איהם,
"פריינד באטשי איז דא, ער'ט באפוילן איך זאל דיך אויפוועקן, ער זאגט אז ס'איז א סכנה!"

דער מעיאר לויפט צום טיר א דערשראקענער...
ר' משה ארי' הייבט אן,

"דער מעיאר ווייסט דאך אז אונזער רב איז יעצט אוועק, גיי איך יעדן טאג אויפן רב'ס קבר, און איך בין מתפלל פאר מיר, פאר מיין משפחה, פאר אלע גוטע פריינד, און אויך פארן מעיאר,
היינט ביינאכט איז דער רב געקומען צו מיר אין חלום, און געפרעגט
'משה ארי', דו האסט היינט געבעטן פארן מעיאר? דו זאלסט וויסן, איך גיי איהם היינט נאכט דערווערגן!'
איך האב זיך פראבירט צו בעטן, כ'האב געפרעגט דעם רב פארוואס קומט זיך איהם דאס? ער'ז דאך א גוטער מעיאר וועלכער רעכענט זיך מיט די יודישע איינוואוינער, האט מיר דער רב געזאגט,
'דאס הייסט א גוטע מעיאר?! דו ווייסט אז ער האט געשריבן א בריוו צו פסל'ן דעם פראטאקאל?! פארדעם גיי איך איהם הארגענען'
האב איך געבעטן דעם רב אפשר דאך קען מען נאך עפעס טון? האט דער רב מיר געזאגט אז אויב ער וועט צוריק ציען פון דעם בריוו, און ער וועט באשטעטיגן דעם פראטאקאל, וועל איך איהם אפשוינען"

דער מעיאר שטייט און ציטערט, "וואס קען איך יעצט טון?"

זאגט ר' משה ארי', "וואס הייסט וואס? שרייב א בריוו אז דו באשטעטיגסט יא דעם פראטאקטל"

"אבער איך האב דאך שוין אפגעשיקט א פארקערטע בריוו" נעמט זיך דער מעיאר צו וויינען..

"ניין" שרייט ר' משה ארי', "דער רב האט מיר געזאגט אז דער בריוו ליגט נאך ביים סעקרעטאר אין לעדל.."

איז מען תיכף אינמיטן נאכט אריבער צום סעקרעטאר אהיים, דער מעיאר האט איהם געפרעגט אויב ער האט נאך דעם בריוו, ווען ער'ט געהערט אז יא, האט שוין איינגעזעהן אז ר' משה ארי' איז גערעכט..

ער'ט ציריסן דעם בריוו, און אויפן פלאץ געשריבן א נייע בריוו, אז ער באשטעטיגט יא דעם פראטאקטל, און געהייסן דעם סעקרעטאר דאס ארויסצושיקן גלייך אינדערפרו,

דערנאך האט זיך דער מעיאר געבעטן ביי ר' משה ארי' "גיי צום רב'ס קבר, און זאג איהם אז איך האב געטון פינקטליך וויאזוי ער האט געהייסן, און ער זאל מיך אפשוינען"…

זי"ע!
לעצט פאראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום זונטאג פאברואר 16, 2020 1:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:37 pm

פונעם יארמע רב..

א בחור וואס האט א רייסערישע תאווה.. קומט אריין אין א סטאר.. און זאגט פאר'ן פארקויפער איך וויל קויפן יענע טי.ווי. און ווייזט מיטן פינגער אויף עס..
זאגט אים דער פארקויפער "אנטשולדיגט אבער מיר פארקויפן נישט קיין טי.ווי. פאר חסידישע בחורים"..

דער בחור ווערט אויפגערעגט, גייט ארויס, טוט זיך א פיצי אומזעעבארע קאפל.. שנייד אראפ די פאות אז מ'קען עס קוים זעען..
ער קומט אריין אינעם סטאר, ער וויל קויפן א טי.ווי., ענטפערט ער אים די פארקויפער נאכאמאל, אנטשולדיגט, מיר פארקויפן נישט קיין טי.ווי. פאר חסידישע בחורים.

דער בחור ווערט אין כעס, גייט ארויס, טוט זיך אן א קעפ, טוט זיך גענצליך אויס די קאפל און שנייד גענצליך אויס די פאות, טוט זיך אן הויזן ביזן קניען..

קומט אריין, "עקסיוקס מי, קען איי ביי דעט טי.ווי.?"..
און אגעין, "מיר פארקויפן נישט קיין טי.ווי. פאר חסידישע בחורים".

פיין, דער בחור געט זיך אונטער, פרעגט ער אים אבער, וויאזוי האסטו געוואוסט?..
ענטפערט אים דער פארקויפער זייער פשוט, "יענץ איז א מיקראוועיוו נישט קיין טי.ווי."
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:45 pm

רואים את הקולות

ווען איז פארקערט אז די אויערן העלפן זען?

ווען זיי גיבן אכטונג אז דער היט זאל נישט אראפפאלן איבער די אויגן

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:49 pm

האט א ריכטער געפרעגט פון א מענטש עפעס א פראגע.

זאגט ער: יור האנער, לעט מי עקספלעין

ריכטער: יעס אר נאו

-לעט מי עקספלעין

-איי סעיד יעס אר נאו

פרעגט אים דער מענטש: זאג נאר הער ריכטער "איר קענט אויף איעדע פראגע ענטפערן א יא אדער ניין?"

ריכטער: יא

- נו אויב אזוי זאג מיר 'צו איז אמת וואס מ'זאגט אז דו האסט לעצטנס אויפגעהערט נעמען שוחד'?

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:50 pm

קען זיין שוין געווען דא

ןןיפיל קומט אויס 50 "סקווער פיס"?

25 פאר שטיוול

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:10 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:רואים את הקולות

ווען איז פארקערט אז די אויערן העלפן זען?

ווען זיי גיבן אכטונג אז דער היט זאל נישט אראפפאלן איבער די אויגן

וזה שאמר הכתוב, לעושה "אורים גדולים" כי לעולם חסדו.

וויבאלד די אויער איז גרויס געט עס אבאכט אויף די אויגן

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:18 pm

אז מ'דערציילט שוין פונעם ייטב לב זי"ע.. האב'ך אמאל געהערט אז בחורים האבן זיך אריינגעריסן אין קאך. ווען עס'ז געקומען פרייטאג צו נאכטס בחי מנחה האט דער ייטב לב זאגענדיג הודו פאר מנחה פסוק בפסוק ארום שפאצירענדיג, האט ער אנגעכאפט די אקסלן פון דעם בחור און געשריגן "כי שבר דלתות נחושת ובריחי ברזל.." ...
נאט אייך א גרינע...

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:20 pm

וואס איז די ערשטע שאלה וואס מ'פרעגט א מענטש אויף יענער וועלט?

"נשאת ונתת באמונה?"

וואס איז די צווייטע שאלה?

"ענטפער, יא אדער ניין?"
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:36 pm

מהר״א האט פארציילט יעצט אין פאלם ספרינגס אז ערז צוריק געפארן קיין רומעניא איין מאל דאכציך פאר זיין טאטע איז געפארן די ערשטע מאל און די קאמוניסטן האבן עם איינגעשפארט אין א משוגעים הויז איבערנאכט...

איינער האט אמאל געהערט פון דעם?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:45 pm

יא,
אבער נישט מ'האט איהם איינגעשפארט,
נאר די רעגירונג האט איינגעטיילט יעדעם ווי צו איינשטיין,
מהר"א מיט נאך אפאר מיטרייזענדע (כ'מיין אז אחיו ר' ליפא אויך) האט מען געלייגט אין א שטיבל אין א משוגעים הויז,
און פאר 'סעיפטי' זענען זיי געווען איינגעשפארט ביז אינדערפרי...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:50 pm

מלב"ע
ווען דער רבי זי"ע איז געפארן אמאל אויף אונגארן / רומעניא אין די תש"מ / נ יארן,
האב איך געהערט פון רש"ז שטיין - וועלכער פלעגט אנפירן די טעכנישע חלקים פון דעם רבי'נס נסיעות - זענען זיי איין נאכט אנגעקומען אין האטעל נאך 10 ביינאכט, איז שוין די וואסער געווען אפגעשלאסן...
מיט גרויס בעטענישן (און אינטערשמירן) האט מען געפויעלט צו עפענען די וואסער פאר נאך 20 מינוט דר'עולם זאל זיך קענען מסדר זיין נאכן פארן אגאנצן טאג....

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג פאברואר 14, 2020 9:51 am

אז ס'פעלט איינער צו מנין נעמט מען א אינגל מיט א ספר

וואס פשט פונעם ספר?

ווייל אין יעדע ספר קען מען געפינען שתי שערות

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג פאברואר 14, 2020 9:51 am

דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט מיט זיין גאנצע ליבשאפט פיינט געהאט דעם בעל עבירה, און מיט זיין קנאות געקנאקט ווערטלעך, און מיטן זיך מתעמק זיין אינעם גלות געברענגט א תקווה פאר די גאולה שלימהמשא"כ..... שוין לאמיר נישט רעדן

(גארנישט קיין ווערטל)
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג פאברואר 14, 2020 10:00 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג פאברואר 14, 2020 9:53 am

איך מיין מזאל מאכן א עקסטרע אשכול איבער די אינטרעסאנטע מעשיות פון מהר"א שליט"א. כידוע פארציילט ער נאר פון גאר קראנטע מקורות עפ"י רוב וואס ער האט געהערט פון זיין טאטן זצ"ל
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט