היסטאריע געאגראפיע און נאך פון די פופציג שטאטן

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

זייער שיין טוב.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ נעבאדא ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

נעבאדא איז א ריזיגע מדבר'דיגע שטאט אין מערב אמעריקע, נעבן קאליפארניע.
די הויפט שטאט איז קארסען סיטי, אבער די גרעסטע שטאט און מערסט באקאנטע שטאט איז 'לאס וועגאס'.
עס פארמאגט דריי מיליאן איינוואוינער.
די נענטסטע אהינצופארן איז 34 שעות... און די ווייטסטע – קארסון סיטי, איז 41 שעות. לאס וועגאס נעמט 38 שעות. מיט א ערעפלאן איז עס בערך פינף שעה.

די נאמען פונעם שטאט קומט פון די שפאנישע ווארט פאר פארשנייטע שטחים (סייערא נעבאדא – פארשנייטע בערג).
יא, די מדבריות'דיגע נעבאדא פארמאגט גאר אסאך פארשנייטע בערג, עס פארמאגט ריזיגע הויכע בערג וואס זענען א טייל יאר פארשנייט. עס איז די מערסט בערגיגע שטאט, און אויך די טריקענסטע. די העכסטע בארג איז אריבער דרייצן טויזענט פיס הויעך, מער ווי דאפעלט פון די העכסטע בארג אין מזרח אמעריקע, און דאפעלט ווי די חרמון בארג אין ארץ ישראל.
צוליב אירע פלאכע שטחים אין די מדבריות טאלן, פארמאגט עס אויך איינס פון די לענגסטע גראדע שאסייען אין די וועלט (די לענגסטע איז אין סאודי אראביע מדבריות).
87 פראצענט פון די ארטיגע שטחים געהערן פאר די רעגירונג. ממילא דארף עס קיינער נישט.

צום ערשט האט נעבאדא געהערט פאר מעקסיקא, אבער נאך די אמעריקאנע – מעקסיקאנע מלחמה איז עס אריבער צו דפ''ש אין יאר תר''ח. ערשט אין יאר תרכ''ד איז עס געווארן ערקלערט אלץ א שטאט.
די עיקר איינוואוינער זענען אהינגעקומען נאך וואס מען האט דארט געפינען גאלד און זילבער. א גרויס חלק שטעט אין דעם פיסטן מדבר קומען פון דאן.
ביז היינט קומט פון דארט א דריי פערטל פון אלע גאלד אין אמעריקע.

באמת קומט זיך פאר לאס וועגאס א אפטיילונג פאר זיך. אבער אויף אזויפיל כאטש וועלן מיר אראפברענגן עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דעם שטאט:
די שפיץ פון דעם שטאט איז אין די שטאט לאס וועגאס וואס געפינט זיך ביים דרום ווינקל פונעם שטאט. אסאך ווייסן ניטאמאל אז עס איז אין נעבאדא...
ווייט ווייט אוועק פון יעדע נארמאלע ישוב, טיף אין פיסטן מדבר, געפינט זיך א שטאט מיט אלע סארט אטראקציעס איבער די וועלט, פאר אינג און אלט, די גאנצע שטאט איז באלאכטן מיט אלע סארט קאלירן, און מענטשן פון אלע עקן וועלט קומען דארט צו דעם פארווארפענעם ארט פאר אינטערהאלטונג און פארוויילונג. און פארשטייט זיך צו די קעסינאס, וואס דאס איז די הויפט אטראקציע אין דעם שטאט.
לאס וועגאס ציט צו זיך 42 מיליאן באזוכער א יאר!! עס געפינען זיך דארט הערליכע האטעלן איינס שענער פונעם אנדערן, צוגעשטעלט פאר זיי.
אינטערעסאנט, אז דאס וואס עס איז ערלויבט די קעסינא'ס, איז עפעס וואס זיי האבן אנגעהויבן ערלויבן אין יאר תרצ''א, ביי די גרויסע עקאנאמישע צוזאמברוך אין אמעריקע, כדי אריינצוברענגען הכנסות אין זייער ארעמע קאסע, און עס איז געווארן באשלאסן אז מען וועט עס צולאזן נאר ביז מען קריכט ארויס פונעם קראך. אבער זעהענדיג די גרויסע געלטער וואס עס ברענגט אריין, האבן זיי אנגעהאלטן די ערלויבעניש עד היום הזה.

עס געפינט זיך דארט פערצן פון די צוואנציג גרעסטע האטעלן איבער די וועלט!
עס איז דארט פארהאן א האטעל 'פאריז' וואס האט נאכגעמאכט אסאך זאכן פון פאריז, די הויכפונקט איז א קליינע מאדעל פונעם אייפעל טורעם פארנט פון די האטעל. בעצם האבן זיי עס געוואלט מאכן ממש די זעלבע הייעך, אבער צוליב די נאנטקייט צו די לופטפעלד האבן זיי עס געמוזט מאכן אביסל קלענער.
אויך איז דא דארט א איטאליענישע האטעל, מיט א נאכגעמאכטע וועניציע.
דערנאך איז פארהאן א האטעל מיט א לייבן גרוב וואס איז אפן פיר און צוואנציג שעה א טאג פאר די באזוכער.
א אנדערע האטעל שטעלט פאר מיט זיך ניו יארק (וואס איז אינטערעסאנט דערפון?...), מיט גאסן וואס קוקן אויס ווי מאנהעטן, עמפייר סטעיט בילדינג, קרייסלער געביידע, און אויך די סטאטוע פון פרייהייט.
ווייטער איז דא עטליכע האטעלן וואס זענען האלבע אקוואריומ'ס, ווען טייכן לויפן צווישן די פיס, אנגעפילט מיט פיש און דאלפינען, און אפילו קראקאדילן.
אויף איינע פון די האטעלן זענען פארהאן עכט גאלד קאלירטע פענסטער!
עס וועט נעמען 288 יאר פאר א מענטש צו שלאפן אין יעדע צימער פון די פילע האטעלן אינעם שטאט...
אינטערעסאנט, אז למעשה זענען אפאר אידישע מאפיונערן די וואס שטייען אינטער די גאנצע אויפבוי פון דער שטאט...
אין די זוממער איז דארט ביטער הייס, הונדערט דעגרי איז א נארמאלע וועטער דארט אין די זוממער. אין די ווינטער איז יא קילער, און אויף די בערג ארום קען אפילו שנייען אויך.


ווי אויך געפינט זיך דארט די מעכטיגע האווער דאמבע. פון די גרעסטע געבוי פראיעקטן אין די היסטאריע. די שיץ היטל פאר די בוי ארבעטער איז דארט ערפינדן געווארן צו היטן אויף די פילע ארטיגע ארבעטער.
עס איז געבויעט געווארן אין יאר תרצ''א, און עס שטעלט צו וואסער פאר לאס אנזשלעס, לאס וועגאס, סאן דייעגא און נאך. עס איז גאר הויעך און עס שטייט גאר מייעסטעטיש און פרעכטיג. אסאך טוריסטן קומען אהין יערליך דאס צו זען מיט די אייגענע אויגן.
אויך איז דא דארט עטליכע הערליכע טייכן וואס מען קומט באזוכן. אריינגערעכנט די 'טאהו' לעיק, וואס איז גאר טיף און קריסטל קלאר, און גאר הויעך אויף די בערג.

נעבאדא איז א סווינג סטעיט, פינף מאל האבן זיי געוועלט פאר די דעמאקראטישע קאנדידאט, און צוויי מאל פאר די רעפובליקאנער, אין די לעצטע יארן.
די עיקר סיבה דערצו איז וויבאלד די שטאט איז צוטיילט אין צוויי גענצליך אנעדערע זאנעס. אין צפון וואוינען מער רעפובליקאנע סארט מענשטן, משא''כ אין לאס וועגאס, וואס מען קען זיך פארשטעלן אז דארט וואוינען מער דעמאקראטישע שטיצער.
נעבאדא פארמאגט נישט קיין פערזענליכע אינקאם שטייער.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום מיטוואך פעברואר 12, 2020 6:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח הרב שטיפער און רואיג פארן זיך באדאנקן!!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ ארקענסאו ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ארקענסאו איז א שטאט אין צענטער דרום פון די פאראייניגטע שטאטן. העכער לואיזיאנע וואס איז אויפן מעקסיקא ים אויסגוס.
די הויפט שטאט איז ליטל ראק. עס וואוינען דארט בערך דריי מיליאן איינוואוינער.
די מקור פאר די נאמען איז פון פראנצוזיש, דעריבער זאגט מען עס אנדערש ווי קענזעס, כאטש עס איז ענליך אויסגעלייגט.
אויף די פאן פונעם שטאט געפינט זיך דריי שטערנ'ס, דאס איז צו ווייזן אויף די דריי לענדער פארוועם עס האט געהערט דער שטאט: שפאניע דערנאך פראנקרייך און דערנאך אמעריקע.
די נענטסטע צו פארן איז 16:46. און די ווייטסטע איז 21:47. ווען די קומסט אן זאג מיר...

ארקענסאו איז איינס פאר די ארימסטע שטאט אין דפ''ש.
אין ארקענסאו געפינט זיך די איינציגסטע דיאמנטן מינע אין דפ''ש. עס געפינט זיך אויך א גאר אייגנארטיגע פלאץ, ווי מען מעג געזעצליך אריינקומען און זוכן מיט די אייגענע הענט נאך דיאמאנטן, און אויב טרעפט מען קען מען עס האלטן פאר זיך. דאס איז די איינציגסטע פלאץ אין די וועלט ווי עס איז פארהאן אזא זאך.
וואל מארט האט זיך אנגעהויבן פון דעם שטאט, ווען אין די שטאט באנטענוויל האט זיך געפענט די ערשטע וואל מארט, און פון דארט און ווייטער איז היסטאריע...

עס איז גאר א שטארקע רעפובליקאנער שטאט, און כמעט אלץ וועלט עס פאר די רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט. און סיי זייערע קאנגרעס לייט און סיי זייערע סענאט לייט זענען אלע רעפובליקאנער.
גראדע איז ביל קלינטאן א ארקענסאו געבוירענער.

עס איז דא עטליכע אינטערעסאנטע געזעצן אין דעם שטאט:
מען מעג שיסן א בער צום טויט, אבער מען מעג נישט אויפוועקן א בער פון שלאף... בקיצור, ער מוז בלייבן שלאפן, לעבעדיג צו טויט...
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...

אין ארקענסאו איז פארהאן נאטורליכע הייסע קוועלער, וואס ציען צו זיך אסאך מענטשן, 'האט ספרינגס'. עס באזוכן דארט צוויי מיליאן מענטשן א יאר.
בכלל פארמאגט עס גאר שיינע טייכן און וועלדער, און אויך עטליכע בערג קייטן וואס ציען זיך איבער עטליכע טיילן פון די שטאט.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

טוב ה' לכל האט געשריבן:עס איז דא עטליכע אינטערעסאנטע געזעצן אין דעם שטאט:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...

:lol:
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

זייער אינטערסאנט! קיפ איט אפ.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow!

@טוב ה' לכל מלא ידיעות, מלא תוכן און מלא טעם, מיר באלעקן זיך די פינגער!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

יישר כח גדול ונורא פאר הרב הידען המופלג @טוב ה' לכל, וועלכער איז מקיים דעם הדבק במידותיו, און איז גוט צו יעדן, און מיט פיל געדולד ווארפט ער צוזאם ידיעות איבער אלע עקן וועלט, אסאך אסאך מער פון בלויז געאגראפיע!!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טוב ה' לכל האט געשריבן:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...



איך האב נאכגעפארשט די געזעץ (געווען נוגע פאר א חבר...) און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך.
איך האף די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט זענען מער קראנט.

א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

דריידל האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...



איך האב נאכגעפארשט די געזעץ (געווען נוגע פאר א חבר...) און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך.
איך האף די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט זענען מער קראנט.

א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט.

https://ww2.harford.edu/faculty/DVolkar ... e_laws.htm
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

צייט שטיפער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...



איך האב נאכגעפארשט די געזעץ (געווען נוגע פאר א חבר...) און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך.
איך האף די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט זענען מער קראנט.

א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט.

https://ww2.harford.edu/faculty/DVolkar ... e_laws.htm

הייסט דאס איז די מקור? מארגן וועט איינער לינקן צו אייוועלט אלץ די מקור.

אין די געזעץ ביכער פון די סטעיט עקזיסטירט נישט אזא זאך
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איך וויל וויסן די מעשה, וואס הייסט נוגע פאר דיין חבר..?
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ טענעסי ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

טענעסי איז א שטאט וואס געפינט זיך אין מזרח צענטער פון די פאראייניגטע שטאטן. עס גרעניצט זיך מיט אכט אנדערע שטאטן, דאס מערסטע פון סיי וועלכע שטאט.
די הויפט שטאט איז נעשוויל. א באקאנטע גרויסע שטאט.
עס פארמאגט בערך זיבן מיליאן איינוואוינער.
די נאמען טענעסי איז נישט קלאר פון ווי עס שטאמט, לכאורה פון געוויסע אינדיאנע ארטיגע דערפער.
די נענסטע צו פארן אהין: 9:30. די ווייטסטע (מעמפיס): 16:45.

צום ערשט איז טענעסי געווען א טייל פון נארט קאראליינע. אבער נארט קאראליינע האט זיך נישט געהעריג אפגעגעבן מיט זיי, זייענדיג ווייט אוועק, און אריבער די הויכע בערג. דעריבער האבן זיי פרובירט זיך אפצורייסן און ווערן א אייגענע שטאט מיטן נאמען 'פרענקלין', אבער דאן האט זיך נארט קאראליינע אויפגעוועקט און עס צוריקגענומען פאר זיך מיט קראפט.
ערשט אין יאר תקנ''ה האט מען געמאכט א רעפרענדום ביי די ארטיגע איינוואוינער, און זיי האבן געשטימט צו ווערן א שטאט פאר זיך, און דאן א יאר שפעטער איז עס געווארן אנערקענט אלץ די זעכצענטע שטאט אין דפ''ש.
אין די יארן פון די בירגער קריג איז די שטאט געווען היבש צוטיילט צו מען זאל זיך אפטיילן אדער בלייבן, למעשה האבן זיי זיך אפגעטיילט, און די מערסטע מלחמות, נאך ווירזשיניע, איז פארגעקומען אין טענעסי.

אין יאר תקצ''ח איז דארט פארגעקומען א שרעקליכע פארברעכן קעגן די ארטיגע אינדיאנער, ווען מען האט זיי געצווינגען צו זיך אוועקציען פון דארט קיין ארקענסאו. זיבעצן טויזענט אינדיאנער האט מען פארטריבן, פיר טויזענט דערפון זענען געשטארבן אויפן וועג. דער וועג איז באקאנט אלץ די 'טרערן וועג'.

טענעסי פארמאגט גאר אסאך נאציאנאלע פארק'ס. עס פארמאגט פילע הערליכע בערג, בפרט די ' גרעיט סמאקי מאונטענס' וואס איז באקאנט איבער די גאנצע מזרח טייל לאנד מיט איר זעלטענע שיינקייט, און ציט צו זיך גאר אסאך טוריסטן יאר יערליך.
די נאציאנאלע פארק אויף די סמאקי בערג איז נתנדב געווען דורך די נדבן החשוב הרבני ראקפעלער לטובת די ברייטע ציבור צו קענען הנאה האבן פון די שיינע בערג. היינט צוטאגס איז עס די מערסט באזוכטע נאציאנאלע פארק אין דפ''ש, מיט אריבער צען מיליאן מענטשן א יאר! דאס איז מיט מער ווי דאפעלט פון די גרענד קעניאן וואס איז די צווייט מערסטע באזוכטע פארק אין לאנד.
לעצטנס איז די פארק געווארן אויך אנערקענט דורך די יו.ען. אינטערנאציאנאלע יונעסק''א אלץ א וויכטיגע און אנערקענטע פארק פאר די וועלט.
פון געוויסע בערג קען מען זען גאנצע זיבן שטאטן דערפון.
די עיקר בערג געפינען זיך ביים מזרח זייט פונעם שטאט, ביי די גרעניץ מיט נארט קאראליינע. דארט געפינט זיך אויך די העכסטע שפיץ אין טענעסי.
די בערג ציען זיך ביז די הויפט שטאט נעשוויל, וואס געפינט זיך אין א שיין באוואקסענע טאל אינטער די בערג. נאך נעשוויל געפינט זיך די פלאכן וואס לויפט ארויף פון די מעקסיקאנער ים אויסגוס ביז ארויף צו אילינוי, שניידענדיג דורך גרויסע טיילן פון טענעסי. דארט געפינט זיך די מיסיסיפי טייך.

טענעסי פלעגט אמאל זיין א דעמאקראטישע שטאט, אבער די לעצטע יארן וועלט עס כמעט שטענדיג פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט, ווי אויך זענען רוב פון זייערע פארשטייער אין סענאט און אין קאנגרעס רעפובליקאנער.
אינטערעסאנט, אז אל גור וואס איז געלאפן אין יאר תש''ס קעגן בוש, קומט פון טענעסי, אבער זיי האבן למעשה געוועלט פאר בוש און נישט פאר אל גור.

טענעסי איז זייער באקאנט אין די וועלט פון מוזיק.
אסאך אמאליגע מוזיק שטערנ'ס האבן דארט געוואוינט, און ביז היינט איז נעשוויל א גרויסע מוזיק צענטער אין דפ''ש, און עס ווערט גערופן די 'מוזיק סיטי'. די זעלבע איז אויך מיט מעמפיס וואס איז אויך גאר שטארק באקאנט אלץ א מוזיק צענטער.
אין מעמפיס געפינט זיך די פאלאץ פון א געוויסע אמאליגע באקאנטע זינגער, און זיין הויז איז די צווייט מערסט באזוכטע הויז אין דפ''ש נאך די ווייסע הויז, מיט אריבער פינף הונדערט טויזענט באזוכער א יאר! די מוזיקאנט'ס קבר געפינט זיך אויך דארט, מען קען אהינגיין לייגן א קראנץ בלומען דערויף, מן הסתם דארף ער עס גאר וויכטיג...
בקיצור, פאר אונז היימישע אידן איז נישט דא דארט צופיל וואס צו טון...
אזוי אויך פארמאגט טענעסי עטליכע ארכיאלאגישע ערטער פון אכט הונדערט יאר און אראפ, פון די אינדיאנע שבטים וואס האבן דא אמאל געוואוינט. דאס איז פון די איינציגסטע ערנסטע ארכיאלאגישע ערטער אין דפ''ש.

טענעסי האט נישט קיין אינקאם שטייערן. און עס איז פון די צען ביליגסטע שטאטן ווי צו וואוינען.
עס ווערט פארעכענט אלץ די צווייט מערסט פריינטליכע שטאט אין דפ''ש. לויט דער אנקעטע זענען די מענטשן דארט גאר פריינטליך און צוגעלאזן, און בכלל די שטאט איז שיין און פריינטליך צום מענטש.
איך וואלט מיך שוין כמעט אהינגעצויגן, ביליג צו וואוינען, פריינטליך צו מענטשן, מוזיק אויף די גאסן - א גאנץ יאר פורים, נישט דא קיין שטייערן, אבער דאן זעה איך אז:
טענעסי איז די צווייט מערסט אומפארזיכערטע שטאט אין דפ''ש... עס קומען דארט פאר 683 פארברעכנס פאר יעדע הונדערט טויזענט מענטשן. קוקט אויס די מוזיק הייטערט אויף די מאסן...
שוין, בלייב איך דערווייל דא, אפשר מיט די צייט וועט מען טרעפן א צווייטע שטאט ווי עס איז אינטערעסאנט צו וואוינען און גענוג ווערט איך זאל מיך אריבערציען אהין.

אידן וואוינען שוין אין מעמפיס טענעסי פאר לאנגע יארן. אין יאר תר''ז האט מען שוין געקויפט א קרקע פאר א אידישע בית החיים.
ביי די יארן פון די בירגער קריג האבן די אידן שטארק גענייגט צו זיך אפרייסן פון דפ''ש, און שפעטער ווען מען האט עס צוריק איינגענומען, האט די הויפט גענעראל ארויסגעגעבן א צו גירוש אויף די ארטיגע אידן!! יא, די דעמאקראטישע גענעראל וואס איז געקומען לוחם זיין אין נאמען פון דעמאקראטיע פאר די שווארצע, האט געוואלט פארטרייבן אלע אידן פון דארט אין איין טאג!. אבער פרעזידענט לינקאלן האט עס תיכף אפגעווארפן און מבטל געווען די 'גזירת גירוש אין מעמפיס טענעסי' (הערט זיך מאדנע די צוזאמשטעל, הא?...).
היינט צוטאגס וואוינען אסאך אידן אין מעמפיס, בערך צען טויזענט אידן, און עס געפינט זיך דארט פינף בתי מדרשים איבערן שטאט.
אין נעשוויל וואוינען אויך בערך זעקס טויזענט אידן. חב''ד האט דארט א ריזיגע הערליכע צענטער פאר די ארטיגע אידן. און עס געפינען זיך נאך מערערע אידישע קהילות איבער די שטאט.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 6:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח הרבנים החשובים: רואיג, ממה נפשך, שפיגליצקי (איך האב געמיינט עס איז א פאלשע נאמען ספעציעל פאר א קאמישע ביכל, יעצט זעה איך צום ערשטן מאל אז עס איז א עכטע נאמען...), און הרב דריידל - פארן זיך נעמען די מיה און מיר אזוי שיין באדאנקן אויף מיין ארבעט.

און צו הרב דריידל, מעגליך אז עס עקזעסטירט מער נישט און מען האט עס שפעטער מבטל געווען. אפשר וויבאלד מען האט עס צופיל גענוצט אין פראקטיק....
און מען דארף טאקע צוצייכענען אז דאס אלעס איז נישט הלכה למעשה... אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין דיין (לויער, אדער הרב גוגל)...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אגב, היינט איז געווען אין די נייעס אז זיי ווילן מאכן אז וואשינגטאן די סי זאל ווערן א שטאט פאר זיך און מיר וועלן האבן 51 שטאטן. אבער לכאורה וועט עס נישט פאסירן.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אקלעהאמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אקלעהאמע איז א שטאט אין צענטער פון די פאראייניגטע שטאטן, אריינגעלייגט צווישן קענזעס און טעקסעס.
די נאמען שטאמט פון די אינדיאנער ווארט פאר 'די רויטע מענטשן'.
די הויפט שטאט איז 'אקלעהאמע סיטי'.
די נענטסטע: 19:00. די ווייטסטע: 23:00.

צום ערשט האט עס געהערט פאר פראנקרייך, שפעטער איז עס געווארן פארקויפט פאר אמעריקע אינאיינעם מיט נאך אסאך שטחים, און דאן איז עס געווען א טייל פון קענזעס.
זייענדיג א פארווארפענע אומנוצבארע ארט, האט מען אהער פארטריבן אסאך אינדיאנער (ווי שוין דערמאנט ביי טענעסי), און היינט צוטאגס וואוינט דארט טאקע פון די גרעסטע באפעלקערונגען פון אינדיאנער אין דפ''ש, און אויף זיי ווערט גערופן די שטאט.
ערשט אין יאר תרס''ז איז עס געווארן א שטאט פאר זיך, ווערנדיג די 46'יגסטע שטאט אין דפ''ש.
נישט לאנג דערנאך האט מען געפינען א ריזיגע אוצר פון אויל אינעם שטאט, און דאס האט ארויפגעברענגט דעם שטאט צו א נייעם שטאפל. און טאקע טויזנטער מענטשן האבן אהערגעשטראמט דא זיך צו באזעצן, זייענדיג א שטאט וואס בויט זיך אויף פון ניי מיט הצלחה.
צווישן די פרישע איינוואוינער זענען געווען טויזנטער שווארצע אפריקאנער, וואס האבן שווארץ געמאכט דעם שטאט תרתי משמע, און דאס האט ארויפגעברענגט דאס צארן פון די אלט באזעצענע ווייסע אמעריקאנע. דאן האט די טרויעריג בארימטע 'קו קוקס קלען' זיך שטארק פארשפריי דארט, און זיך גענומען איבער זייערע ביינער און זיי שטארק אויסגעפייניגט אויף מערערע סארט אופנים, אז עס איז זיי שוין פארגאנגען די אפעטיט פון דארט וואוינען.
נישט לאנג דערנאך האט זיך סייווי גענדיגט די הצלחה פונעם שטאט, ווען אין די אנהייב ת''ש יארן איז דארט פארגעקומען א שרעקליכע טריקעניש פון ווייניג רעגן און גרויסע היצן, וואס האט פארטריבן טויזענטער איינוואוינער פון דארט.
אקלעהאמע איז טאקע א שטארק רעפובליקאנער שטאט, און כמעט שטענדיג וועלן זיי פארן רעפובליקאנער קאנדידאט.

אקלעהאמע איז די ארימסטע שטאט אין דפ''ש לויט געוויסע רעכענונגען. אין זיכערקייט שטייט עס אויך די דריט שוואכסטע.
זייער עקאנאמיע באשטייט בעיקר אויף אויל, וואס זיי זענען די צווייט רייכסטע אין אויל נאך טעקסעס. און אויף אגריקולטור, ווי ווייץ, פיקאנ'ס, פיטשעס, פינאט'ס און נאך.
אויף טוריזעם קומט מען בעיקר צו זען דאס טראדיציאנאלע לעבן פון די ארטיגע אינדיאנער און זייערע מאדנע טענץ און געזאנג.

אקלעהאמע איז א לייכט בערגיגע שטאט. רוב שטאט איז אזעלכע כוואליעדיגע בערג, וואס זענען גוט צו פלאנצן און פאשען. אבער אויך פארמאגט עס עטליכע העכערע בערג קייטן.
די מערסטע טארנעדאס אין דפ''ש קומען פאר אין אקלעהאמע.

אקלעהאמע סיטי איז באקאנט, בעיקר צוליב די גרויזאמע טעראר אטאקע וואס איז דארט פארגעקומען אין יאר תשנ''ה אויף א פעדעראלע געביידע, אומברענגענדיג 168 מענטשן. דאס איז די צווייט גרעסטע טעראר אטאקע אין דפ''ש.
זייענדיג אין א צענטראלע ארט, לויפן דורך אין איר מערערע הויפט שאסייען.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום זונטאג פעברואר 16, 2020 4:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

מעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

מעין איז א שטאט בין מזרח צפון שפיץ פון די פאראייניגטע שטאטן, און גרעניצט זיך גאר אסאך מיט קאנאדע, בעצם איז עס ווי א האלב אינזל אארומגענומען פום דריי זייטן מיט קאנאדע. ווי אויך קומט עס כמעט אן די מערסטע צפון פון אלע אנדערע שטאטן.
די נאמען שטאמט לכאורה פון א פראנצויזישע געגענט 'מעין' וואס האט זיך דא געפינען, אבער עס איז נישט זיכער צו עס קומט טאקע פון דעם. אגב, איז עס די קורצסטע נאמען פון א שטאט, אויב האט ער זיך אלץ געוואונדערט וועלכע נאמען איז די קורצסטע, דאן דא האט איר די תשובה...
אבער די שטאט איז פיל גרעסער פון די נאמען, און בעצם איז עס די גרעסטע שטאט אין די 'ניו ענגלענד' שטאטן, און אייגענטליך קען עס איינשלינגען אלע פינף אנדערע שטאטן אין זיך.
די הויפט שטאט איז אוגאסטא.
עס וואוינען אין איר א מיליאן און 300 טויזענט מענטשן. בערך צען טויזענט דערפון זענען אידן.
די נענטסטע: 4:30. די ווייטסטע: 10:20.

מעין איז נאר די דריי און צוואנציגסטע סטעיט, אבער באמת איז עס געווען פון די שטאטן וואס האבן געגרינדעט דפ''ש, נאר עס איז דאן געווען א טייל פון מעסעטשוטשעס, שפעטער האט זיך עס אפגעטיילט און געווארן א שטאט פאר זיך אין יאר תק''פ.
אין יאר תקצ''ט האט מעין ערקלערט קריג קעגן ענגלאנד... ווען איר שכן קאנאדע האט נאך געהערט פאר ענגלאנד. דאס איז געווען צוליב טעריטאריע קאנפליקטן.
דאס איז געווען די איינציגע מאל אין די היסטאריע וואס א שטאט האט אליינס ערקלערט קריג קעגן א לאנד! למעשה האט זיך עס גענדיגט מיט א שלום אפמאך און מען האט נישט געדארפט נוצן קיין לעבעדיג פייער.

מעין איז געווען די צווייטע שטאט אין די היסטאריע וואס האט געוועלט פאר די רעפובליקאנער פארטיי, דאס איז געווען אין יאר תרצ''ו, ווען רוזעוועלט איז געלאפן פאר פרעזידענטשאפט.
אבער שפעטער איז עס צוריק צו די דעמאקראטישע פארטיי און שטענדיג געוועלט פארן דעמאקראטישע קאנדידאט. אבער אין די אייגענע שורות ווערן יא צומאל אריינגעוועלט רעפובליקאנער.

מעין איז די מערסט פארזיכערטע שטאט אין דפ''ש, מיט א חשבון פון 121 פארברעכנ'ס פאר יעדע הונדערט טויזענט איינוואוינער. אין פארגלייך למשל צו די מערסט אומפארזיכערטע שטאט ניו מעקסיקא, וואס דארט קומט פאר 783 פארברעכנ'ס פער יעדע הונדערט טויזענט מענטשן.

82 פראצענט פונעם שטח איז באדעקט מיט וועלדער! דאס איז די צוייט מערסט באדעקט מיט וועלדער אין דפ''ש. און די שטאט איז טאקע באקאנט דערמיט מיט אירע שיינע וועלדער און ווערט גערופן דערויף.
רוב איינוואוינער וואוינען אין דרם פונעם שטאט, ביים וואסער און אביסל ארויפצו. די אויבערשטע טייל איז כמעט גענצליך אומבאוואוינטע שטחים באדעקט מיט געדעכטע וועלדער.
אין די וועלדער וואוינען נאך ביז היינט אסאך אריגינעלע אמעריקאנער, די אינדיאנער, וואס זענען געבליבן דארט וואוינען נישט ווערנדיג פארטריבן די דורך די אייראפעישע אינוואדירער.
אין אירע גרויסע פארצווייגטע וועלדער, געפינט זיך איר נאציאנאלע חיה, די 'מוס'. דאס איז א גרויסע הערש, מיט א אינטערעסאנטע הערנער. דער חיה וואוינט בעיקר אין קאלטע וועלדער אין צפון פונעם וועלט, אריינגערעכנט רוסלאנד און קאנאדע און טייל פון צפון אמעריקע.
די מוס איז היבש מסוכן פארן מענטש, בפרט אויב מען שטייט אים אין וועג און מען שטערט זיין רוהיגקייט. דערפאר ווייסן די ארטיגע איינוואוינער צו היטן א דיסטענס פון דעם גרויסן בעל חי מיט זיינע שעדליכע הערנער. אבער געווענטליך טוען זיי גארנישט.

א גרויסע טייל פון איר עקאנאמיע באשטייט אויף פיש עקספארט, זייענדיג אויפן וואסער. און די איבריגע טייל איז פון פלאנצונגען, ווי פאטעטא'ס, עפלעך און מייפל סירופ. און די בוים אליין פאר איר האלץ, 95 פראצענט פון די 'טוטפיקס' וואס ווערן פארקויפט אין דפ''ש קומען פון דארט...
מעין פראדוצירט די מערסטע ווילדע בלובערי'ס אין די וועלט.
מעין פארמאגט זעכציג לייכט – הייזער ביים אקעאן ברעג. מעין איז טאקע באקאנט דערמיט און אסאך טוריסטן קומען דאס זען.

אויך קומען אהין אסאך טוריסטן, בעיקר אין די ווארעמע זוממער טעג.
מעין פארמאגט איינס פון די צען פאפולערסטע פארק'ס אין דפ''ש, דאס איז די נאציאנאלע פארק 'אקעדיע'. עס באזוכן דארט דריי א האלב מיליאן באזוכער א יאר.
עס איז א שיינע פארק אויף אן בערגיגע אינזל. איינע פון די בערג ווערט גערופן 'קעדילעק', טאקע נאך דער מענטש וואס די קאר פירמע הייסט נאך אים. פון דארט קען מען די ערשטע זען די זון אויפגאנג אין גאנץ דפ''ש, זייענדיג די מערסטע מזרח פון וואו די זון קומט אויף.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פדפ ביז אהער
פאראייניגטע שטאטן
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

אוראייניקל האט געשריבן:פדפ ביז אהער
פאראייניגטע שטאטן

א ריזיגע יישר כח
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער הנאה
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

דער עולם זאל אריין קוקן און ''טוב'ס'' באשרייבנגען ביי התחזקות בליצען עס איז מלא תוכן און עס איז פונקט אזוי ציענדיג ווי דא און יענץ נעמט מען מיט אויף אייביג , און צו דיר הרב טוב האלט אן ביידע אשכולות אפי' דער עולם קומט אריין מער דא ייישר כוכחם
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ טעקסעס ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

טעקסעס איז פון די מערסט באקאנטע שטאטן אין די פאראייניגטע שטאטן.
אייגענטליך די צווייט גרעסטע אין שטח, נאך אלאסקע, צוויי מאל אזוי גרויס ווי דייטשלאנד... און די צווייט גרעסטע אין פאפולאציע, נאך קאליפארניע. עס וואוינען דארט 27 מיליאן מענטשן.
אסטין איז די הויפט שטאט, אבער יאסטין איז די גרעסטע שטאט.
די נאמען שטאמט פון א געוויסע אויסדריק פון די ארטיגע אינדיאנער.
די נענסטע: 19:12. די ווייטסטע: 33:00.

אין יאר תק''פ איז עס געווארן א טייל פון די נייע לאנד מעקסיקא, און אין יאר תקצ''ו האט זיך עס דערקלערט אלץ אייגענע לאנד און זיך אפגעטיילט פון מעקסיקא. פאר ניין יאר איז עס געווען א אייגענע לאנד, ביז עס איז אריין אין די פאראייניגטע שטאטן אין יאר תר''ה.
נישט לאנג דערנאך האט די פאראייניגטע שטאטן, איר נארוואס באקומענע הערשער, באשלאסן צו גיין אין מלחמה זיך אננעמענדיג פאר טעקסעס, וואס האט געהאט צוטון מיט מעקסיקא איבער שטח, און דאן האט זיך אנגעהויבן די גרויסע אמעריקאנער – מעקסיקאנער קריג, וואס האט זיך גענדיגט מיט א פולשטענדיגן זיג פאר דפ''ש, נאך צובאקומענדיג פרישע ריזיגע טעריטאריע, אריינגערעכנט די היינטיגע קאליפארניע, נעוואדע, ניו מעקסיקא און יוטא.
צום ערשט איז טעקסעס געווען א דורכגעפאלענע שטאט אין מערערע הינזיכטן, אזויווי רוב דרום שטאטן. אבער שפעטער האט מען דארט געפינען גרויסע אויל רעזערוון וואס האט גאר שטארק רייך געמאכט דאס שטאט און אהינגעברענגט אסאך פרישע איינוואוינער. און אין יאר תשנ''ד איז עס שוין איבערגעשטיגן ניו יארק מיט פאפולאציע, און געווארן די צווייט מערסט באוואוינטע שטאט.

טעקסעס איז גאר אנדערש געאגראפיש אין יעדע טייל. אין מזרח איז עס אזויווי אלע דרום שטאטן. אבער אין די מערב טייל איז עס בערגיג און מדבר'דיג, גאר שיין פאנאראמיש.
עס פארמאגט עטליכע נאציאנאלע פארק'ס. למשל, די גאדלופא פארק, ווי עס געפינען זיך הערליכע בערג און עס ציט א צוויי הונדערט טויזענט באזוכער א יאר. ווי אויך די 'ביג בענד' פארק, וואס ווערט פאררעכענט ווי די טינקעלסטע ארט איבער די 48 שטאטן, זייענדיג גאר ווייט פארווארפן, און עס איז דעזיגנירט אלץ איינס פון די צען בעסטע ערטער איבער די וועלט פון ווי צו זען די שטערנ'ס.
אין דרום מזרח איז די וועטער סוב - טראפיש, אזויווי אין פלארידע, זייענדיג די זעלבע נידריג צו דרום ווי די פלארידע האלב אינזל. ווי אויך רעגנט דארט גאר אסאך. ווער געדענקט נישט די שווערע פארפלייצונגען וואס זענען דארט פארגעקומען פאראיאר?!
ווי אויך קומען דארט פאר גאר אסאך טארנעדאס פער יאר.

טעקסעס איז די צווייט גרעסטע עקאנאמיע אין דפ''ש נאך קאליפארניע. עס איז דא מערערע סיבות פאר די גוטע ארטיגע עקאנאמיע: די ביליגע שטייער, ביליגע הייזער, די פילע נאטורליכע אוצרות און נאך. זעקס פון די פופציג גרעסטע פירמעס געפינען זיך דארט.
טעקסעס געט ארויס די מערסטע גאז אין דפ''ש. אזוי סאך, אז אויב וואלט עס געווען א לאנד פאר זיך, וואלט עס געווען די זיבעטע אויל רייכסטע לאנד איבער די וועלט! עקסאן מאביל איז טאקע באזירט אין טעקסעס.
ווי פארגעשריטן טעקסעס איז נאר, באשטייט א גרויס טייל פון איר עקאנאמיע אויף אגריקולטור. טעקסעס פארמאגט די מערסטע פארמ'ס פון די גאנצע לאנד, און די מערסטע שאף און ציגן, און האט די טייערסטע פלייש אינעם לאנד.
אויך וואקסט דארט די מערסטע קאטען אין דפ''ש. ווי אויך אין תבואה מעלאנעס און טרויבן, און אפילו פיש, זענען זיי גאר שטארק, דאס אלעס זענען גאר גרויסע אינקאמ'ס פארן שטאט און אין אלעם איז זי גאר מצליח.
אויך אין טעכענעלאגיע איז טעקסעס פון די שטערקסטע אין דפ''ש. מערערע גרויסע פירמעס געפינען זיך דארט, אריינגערעכנט דעלל (וואס די בעל הבית, מייקעל דעלל, איז א איד...), און אויך גרויסע ערפינדער און פראדוצירער קאמפעני'ס, אריינגערעכענט דארט ווי עס ווערן פראדוצירט די עף – 16 און עף – 35 מלחמה פליגער, און אויך די בעלל העליקאפטער קאמפעני וואס איז פון די גרעסטע אין די וועלט. אויך עיטי ענד טי טעלעפאן קאמפעני געפינט זיך דארט זייערע הויפטקווארטירן.

טעקסעס פארמאגט א איינגארטיגע סדר אין זייער פאליטישע וועלט. בכלל פארמאגן זיי מערערע אייגנארטיגע געזעצן.
אזוי אויך זייער געריכט סיסטעם ווערט פאררעכנט ווי איינס פון די מערסט קאמפליצירטע אין די וועלט! און זיי האבן גאר שטרענגע געזעצן, ווי מען קען אפילו הרג'נען, און נישט נאר מען קען, נאר זיי נוצן טאקע דעם געזעץ גאר אפט מער ווי אין סיי וועלכע אנדערע שטאט. פון תשמ''ב ביז תשס''ז זענען געהארגעט געווארן 400 מענטשן! ע''פ רוב נאר אויף רציחה.
אין די ערשטע יארן איז טעקסעס געווארן א שטארק דעמאקראטישע שטאט, אבער זינט תש''כ ווען די פארטיי האט אנגעהויבן ציען מער לינקס און ליבעראל, האבן זיי אנגעהויבן צו וועלן פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט. און אין יאר תשל''ג האבן זיי דאס ערשטע מאל געוועלט פאר א רעפובליקאנער גאווערנער און עס באקומען. און פון יאר תשנ''ד וועלן זיי שטענדיג פארן רעפובליקאנער פרעזידענטליכע קאנדידאט.
ווער רעדט שוין ווען בוש איז געלאפן פאר פרעזידענט, וואס ער קומט פון טעקסעס, וואס דאן האט ער געווינען מיט א גרויסע מערהייט, נאכן זיין זייער גאווערנער פאר פינף יאר.
למעשה אבער טוישט זיך עס די לעצטע יארן, בעיקר אין די גרויסע שטעט, דורך די ספאנישע וואס קומען פון אריבער די גרעניץ, און ציען לינקס פארשטייט זיך, דעריבער קען דער שטאט צוריקגיין צו די דעמאקראטן אין די צוקונפט.

אסטאן און דאלעס זענען צווישן די צען גרעסטע שטעט אין דפ''ש, אוטן פארמאגן איבער א מיליאן איינוואוינער, און זענען אויך אינטערנאציאנאלע שטעט.
אין דעללעס געפינט זיך די פערט גרעסטע לופטפעלד אין די וועלט. אויך געפינט זיך אין טעקסעס די הויפטקווארטירן פון יונייטעד עירליין און סאוטוועסט עירליין.
אין טעקסעס געפינט זיך אויך די צווייט גרעסטע שיף פארט אין דפ''ש און די צענט גרעסטע איבער די וועלט.
אין טעקסעס געפינט זיך אויך די גרעסטע אוניווערזיטעט פאר געזונט אנגעלענהייטן אין די וועלט.
אין טעקסעס זענען פארהאן צוויי הויפט שאסייען ווי מען מעג לעגאל פארן ביז אכציג מפ''ש, די שנעלסטע אין דפ''ש.

אויך איז דארט פארהאן איינס פון די גרעסטע צענטערן פון נאס''א, ווי מען קען באזוכן און זען גאר אינטערעסאנטע זאכן ארום זייערע פראיעקטן און דערגרייכונגען.
אין יאסטאן איז ווי באקאנט געשאסן געווארן פרעזידענט קענעדי צום טויט, היינט צוטאגס איז פארהאן א מוזעאום לזכרו דארט אויף דעם זעלבן ארט ווי די רוצח איז געשטאנען אין דעם בנין, וואס צייכנט אפ זיינע לעבנס טעג און זיינע דערגרייכונגען און אלעס ארום אים. אגב, דער וואס האט געשאסן דעם רוצח 'אסוואלד', איז געווען א איד.

זייענדיג טאקע א רעפובליקאנער שטאט, איז עס א שטארק קריסטליכע שטאט, אייגענטליך מיט די מערסטע קלויסטער'ס פער מענטש, און פארמאגט אויך די גרעסטע קלויסטער איו דפ''ש.
עס געפינען זיך דארט אויך פיר הונדערט טויזענט מוסלעמענער.
להבדיל, אידן וואוינען שוין דארט פאר הונדערטע יארן. אין די סוף ת''ק יארן האבן זיך שוין דארט געבויט בתי מדרשים, און בתי חיים, אין יוסטון אין דאלעס און אין סאן אנטאניע. די אידן זענען ע''פ רוב געווען ספרד'ישע אידן. שפעטער זענען אהער געקומען אסאך אשכנ'זישע אידן, בעיקר אנטלויפענדע פון די צארישע רוסלאנד, און היינט צוטאגס וואוינען דארט לויט געוויסע ציילונגען בערך 128 טויזענט אידן!
די מאיער'טע אין דעלעס אין יאר תשס''ה איז געווען א אידענע.
פארנט פון די קעפיטאל אין אוסטון געפינט זיך א מאנומענט פון א לוחות מיט די עשרת הדברות. פאר עטליכע יאר צוריק האט זיך געטון איבער דעם צוליב רעליגיע פרייהייט, אבער די געריכט האט געפסקנ'ט אז מען מעג עס לאזן, וכך הוה.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום מאנטאג פעברואר 17, 2020 7:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח שאהן העניטי און נתן בן ופסי פארן באדאנקן.
נתן, האסט מיר געגעבן אסאך מוט פאר מיין אנדערע אשכול. (איך האב דיך עס געוואלט זאגן פרייוואט, אבער איך זע אז מען קען נישט).
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אוראייניקל שכוח פארן PDF
און טוב ש'כוח פאר די גאר אינטרעסאנטע אינפארמאציע
גיי אן ווייטער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”