איבער סאלאר עלעקטעריק סיסטעם?

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

איבער סאלאר עלעקטעריק סיסטעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

מיין שכן קומט לעצטענס צו צי מיר מיט אזא געשעפט, אז איינע פון זיינע חברים טוען לעצטענס אינעם נייעם סאלאר עלעקטעריק סיסטעם, און כדי דאס צי קענען אינסטאלירן דא אין קרית יואל אויף א קאנדאמיניום דארפן אלע שכנים אינאיינעם דאס טוען, אשר על כן בעט ער מיר אז איך זאל דאס אויך מאכן און מ'קען זיך שפארן האלב פון די עלעקטעריק טשארדזשעס. דאס אינסטאלירן קאסט בערך $8000 און די רעגירונג גיבט אן הלוואה פון 3% אויף 15 יאר דערפאר.

נאכן אדורכגיין אלע פרטים שטעלט זיך ארויס אזא בילד.
איך האב אנגערופן א חבר מיינער וואס טוט און מארטגעדזשעס זאל מיר אויסרעכענען וויפיל דארף מען באצאלן א חודש אויף אן הלוואה פון $8000 מיט 3% פראצענט אויף 15 יאר, די חשבון איז $55.25 א ס"ה אויפן יאר $663 און ס"ה באצאלט מען ריבית $1945
נאכן מאכן א חשבון וויפיל עס האט מיר געקאסט מיין לעקטער די לעצטע יאר איז עס א ס"ה פון $2212.88

אצינד צי די חשבונות, מ'קען זיך שפארן האלב פון די ביל דאס מיינט $1106.44
עס קאסט א יאר $663
איז די ס"ה סעווינגס אויפן יאר $443.44
ס"ה א חודש $36.95

איז יעצט די שאלה לוינט זיך די גאנצע מעשה פאר אזא קליינע סעווינגס???
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

וואסי די שאלה? פרוטה פרוטה מצטרפת, און אויך מיט די צייט סיי גייט ארויף די קאסטן פון עלעקטעריק און נאכדערצו גייט אראפגיין דאס צאלן פעימענטס, עס ענדיגט זיך אמאל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמעלקא טויב האט געשריבן:וואסי די שאלה? פרוטה פרוטה מצטרפת, און אויך מיט די צייט סיי גייט ארויף די קאסטן פון עלעקטעריק און נאכדערצו גייט אראפגיין דאס צאלן פעימענטס, עס ענדיגט זיך אמאל

אבער פארגעס נישט אז איינמאל מען מאכט עס קען מען עס שוין נישט מאכן זינט עס איז שוין געמאכט... און עס איז זיכער אז עס גייט ווערן אין די גאר נאנטע יארן אסאך בעסער און אסאך ביליגער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

טשעק אויף NYSERDA דאכט זיך עס איז דא נאך טעקס קרעדיטס אויסער דעם
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

הגאון האט געשריבן:נאכן מאכן א חשבון וויפיל עס האט מיר געקאסט מיין לעקטער די לעצטע יאר איז עס א ס"ה פון $2212.88

אצינד צי די חשבונות, מ'קען זיך שפארן האלב פון די ביל דאס מיינט $1106.44
עס קאסט א יאר $663
איז די ס"ה סעווינגס אויפן יאר $443.44
ס"ה א חודש $36.95

איז יעצט די שאלה לוינט זיך די גאנצע מעשה פאר אזא קליינע סעווינגס???

וואו אזוי ביזטו זיכער אז די סאלער פענעלס וועלן דעקן דיין גאנצע לעקטער ביל. איך בין כמעט זיכער אז דיין יוסעזש איז מער וויפיל די סיסטעם גייט פראדעצירן.
נאך דארצו וואו איך פארשטיי וואוינסטו אין א קאנדא, קומט אויס אז דו, אין דיינע שכינים וועלן שערן דעם דאך אדער בעסער געזאגט די ריווח פונעם סיסטעם
בילד
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

קודם מאך זיכער אז די סעיווינגס זענען עכט און נישט קיין חלומות. דאס קען מען נאר טוהן אויב דו קוקסט איבער עכטע בילס און מיטערס פון א סיסטעם וואס שטייט שוין אויף א הויז די זעלבע סייז, שעיפ, און געגנט. פארגעס נישט,א סאלאר סיסטעם דארף זון, דירעקט זון, אויב האסטו אסאך ביימער אדער בערג ארום, הויכע בילדינגס ארום און אסאך שניי גייסטו פארשטייט זיך האבן ווייניג זון. אויב דיין דאך-בילדינג איז אויסגעדרייט אויף א וועג וואס די זון איז נישט דירעקט וועסטו פארשטייט זיך פארדינען נאך ווייניג ער. די נעקסט זאך איז וואס די סיסטעם וועט טוהן פארן דאך. וועט שאדן מאכן אז דו וועסט דארפסט איבער מאכן דעם דאך שנעלער אדער מעגליך ווייל עס באדעקט דעם דאך וועט זיך עס האלטן בעסער און שפארן אין די לאנג ראן. די נעקסטע זאך דארפסטו פארשטיין אז א סאלאר סיסטעם פראדוצירט עלעקטריק בעיסד אויף די גרויסקייט, סורפעס עריע. פאר יעדע איינוואוינער וואס מען לייגט צו אויף די זעלבע סיסטעם איז די פארדינסט געשניטן. געווענליך, א קאנדאמיניום האט אסאך יוניטס אונטער א קליינט דאך, פראפארשינעל. איך גלייב זייער שווער אז א סיסטעם וואס אויף פריוואטע הייזער איז נישט צו א גרויסע פארדינסט כאטש מען האט סאך מער דאך פראפארשינעל פארן בעל הבית, אז עס זאל זיך לוינען פאר א קאנדאמיניום. די איינציגסטע מעגליכקייט איז אפשר וועט עס אויסצאלן די עלעקטריק פונעם קאנדאמיניום פארן בילדינג ווי למשל די גאסן און האל עלעקטריק.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וויכטיג צו נעמען אין באטראכט די נייע סיסטעם פון אלען מאסק\טעסלע וואס קאמבאנירט די סאולאר מיט א דזשענערעטאר\בעטערי.

ערשטענס גיט דאס אז מען קען האבן גענוג לעקטער אויך פאר ביינאכט, פלאס וואס עס איז א דזשענערעטאר אין פאל פון א בלעק אויט וואס איז היפש א אפטע זאך אין ק"י.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די 8000 איז פער איינוואונער, אדער פאר די גאנצע בילדינג?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וויכטיג צו נעמען אין באטראכט די נייע סיסטעם פון אלען מאסק\טעסלע וואס קאמבאנירט די סאולאר מיט א דזשענערעטאר\בעטערי.

ערשטענס גיט דאס אז מען קען האבן גענוג לעקטער אויך פאר ביינאכט, פלאס וואס עס איז א דזשענערעטאר אין פאל פון א בלעק אויט וואס איז היפש א אפטע זאך אין ק"י.

די סיסטעם הייסט "Powerwall".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

פומפדותא האט געשריבן:
הגאון האט געשריבן:נאכן מאכן א חשבון וויפיל עס האט מיר געקאסט מיין לעקטער די לעצטע יאר איז עס א ס"ה פון $2212.88

אצינד צי די חשבונות, מ'קען זיך שפארן האלב פון די ביל דאס מיינט $1106.44
עס קאסט א יאר $663
איז די ס"ה סעווינגס אויפן יאר $443.44
ס"ה א חודש $36.95

איז יעצט די שאלה לוינט זיך די גאנצע מעשה פאר אזא קליינע סעווינגס???

וואו אזוי ביזטו זיכער אז די סאלער פענעלס וועלן דעקן דיין גאנצע לעקטער ביל. איך בין כמעט זיכער אז דיין יוסעזש איז מער וויפיל די סיסטעם גייט פראדעצירן.
נאך דארצו וואו איך פארשטיי וואוינסטו אין א קאנדא, קומט אויס אז דו, אין דיינע שכינים וועלן שערן דעם דאך אדער בעסער געזאגט די ריווח פונעם סיסטעם

איך בין טאקע זיכער אז נישט, לויט ווי איך האב געשריבן איז עס מאקסומים האלב פון די ביל.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

זאכליך האט געשריבן:די 8000 איז פער איינוואונער, אדער פאר די גאנצע בילדינג?

פער איינואוינער
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

Greeneryid האט געשריבן:קודם מאך זיכער אז די סעיווינגס זענען עכט און נישט קיין חלומות.

איך זעה נישטאמאל קיין חלומות ווי איך האב געשריבן איז עס מערסטענס קליין געלט פער יאר
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קנאפער ידען האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:וואסי די שאלה? פרוטה פרוטה מצטרפת, און אויך מיט די צייט סיי גייט ארויף די קאסטן פון עלעקטעריק און נאכדערצו גייט אראפגיין דאס צאלן פעימענטס, עס ענדיגט זיך אמאל

אבער פארגעס נישט אז איינמאל מען מאכט עס קען מען עס שוין נישט מאכן זינט עס איז שוין געמאכט... און עס איז זיכער אז עס גייט ווערן אין די גאר נאנטע יארן אסאך בעסער און אסאך ביליגער.

סוועט נישט ווערן ביליגער נאר טייערער ווייל מער מענטשן גייען עס באשטעלן
ווי אויך יעצט איז די גאווערמענט גרייט צו באצאלן אגרעסיווע ריבעיטס וואס וועט שפעטער נישט זיין אזוי

נאך אזאך יעצט איז די געזעץ אז אויב פראדוצירט די סאלאר פענעלס מער לעקטער וויפיל דו ניצט (למשל ווען דו ביסט נישט אינדערהיים איבערן טאג און די זון שיינט שטארק) דארף די קאמפעני דיר צוריק געבן געלט וויפיל לעקטער עס גייט צוריק צו די יוטיליטי גריד
דאס מיינט אז די מיטער גייט אויף צוריק
און די געזעץ וועט מן הסתם נישט בלייבן פאר אייביג
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פאטאקי08 האט געשריבן:1. סוועט נישט ווערן ביליגער נאר טייערער ווייל מער מענטשן גייען עס באשטעלן

2.ווי אויך יעצט איז די גאווערמענט גרייט צו באצאלן אגרעסיווע ריבעיטס וואס וועט שפעטער נישט זיין אזוי

3.נאך אזאך יעצט איז די געזעץ אז אויב פראדוצירט די סאלאר פענעלס מער לעקטער וויפיל דו ניצט (למשל ווען דו ביסט נישט אינדערהיים איבערן טאג און די זון שיינט שטארק) דארף די קאמפעני דיר צוריק געבן געלט וויפיל לעקטער עס גייט צוריק צו די יוטיליטי גריד
דאס מיינט אז די מיטער גייט אויף צוריק
און די געזעץ וועט מן הסתם נישט בלייבן פאר אייביג

1. נאר אזאך וואס די סופליי איז לימיטעד גייט די פרייז ארויף ווען ס'איז דא א דעמענד, אבער זאכן וואס מ'קען פראדיצירן אנלימיטעד גייט נישט די פרייז ארויף ווען ס'איז דא דעמענד. נאר פונקט פארקערט די פרייז גייט אראפ.

א גוטע משל איז עלעקטראניקס ווען ס'קומט ארויס איז עס טייער און שפעטער גייט די פרייז אראפ. די סיבה איז ווייל מ'פראדעצירט עס אין באלק, און די קאסטן פון אויפטרעפן די אייטעם און די מאלדס זענען שוין אויסגעצאלט.

2. יא, די ריבעיטס זענען טאקע געמאכט פארדעם צו מאכן אז מענטשען זאלן נישט ווארטן ביז ס'ווערט ביליגער, איינמאל ס'ווערט ביליגער זענען די ריבעיטס מער נישטא

3. דאס גייט מן הסתם יא בלייבן פארמענאנט. ס'איז פשוט יושר אזוי, און אויך אויב אסאך מענטשען גייען האבן פענעלס גייט דאס ווערן א חלק פון די סופליי אויף די מארקעט און זיי גייען עס מוזן נעמען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

3.
יושר איז עס נישט צוריקצוגעבן די זעלבע פרייז ממש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ביזט גערעכט, די פרייז וואס זיי וועלן צאלן פאר אומגעניצטע עלקטעריק וועט מן הסתם ווערן ווייניגער, אבער די קאנצעפט פון צאלן פאר עס וועט לכאורה בלייבן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

איך בין יעצט עוסק אין בויען א גרויסע שוהל אין אפסטעיט נוי יארק, ווייסט איינער אויב עס לוינט זיך ארויפצולייגן סאלאר פענעלס אויפן דאך פונעם שוהל?
און וועליכע קאמפאני איז די בעסטע פאר סאלאר אויב אונז זעמער גרייט צו צאלן פון פאראויס פאר א אחריותדיגע קאמפאני זאל עס ארויף לייגן?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

Solar city
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

Solar city you pay nothing upfront
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

א סאלאר קאמפעני לויפט מיר נאך אז איך זאל אינסטאלן סאלאר פענעלס אויף מיין דאך.
איך וויל הערן פון איינער וואס האט דאס שוין, צו עס לוינט זיך?
שפארט מען טאקע א היפשע סומע אויפן עלעקטריק בילל?
מאכט עס שאדן די דאך?
קען מען טאקע צוריק באקומען פון O&R פאר איבעריגע לעקטער?
וואס דארף מען אבאכט געבן ווען מען האנדלט מיט די סארט קאמפאניס? זיי קומען אריין גאנץ אגרעסיוו
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

ס'איז דא צוויי מהלכים
אז די קאמפעני אינוועסט און זיי מאכן צוריק רוב געלט
אדער די אינוועסט קאסט עס געלט פאר דיר אפ-פראנט

ביי ביידע ווענדט זיך וויפיל זיניגע טעג די האסט א יאר (קענסט עס גןגלן)
און וויפיל שאטען ביימער אדער הייזער וואס פארשטעלן אדער מאכען ווייניגער שעות זון פער טאג
דארפסט אויכט נעמען אין חשבון זאכן וואס קענען עס צוברעכן, און בכלל עס ווערט אפגעדינט נאך 20 יאר

נ. ב. עס איז דא יודישע קאמפעניס, דארפסט נישט גיין צו ווער עס לויפט דיר נאך
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך האב פארקויפט סאלער פאריאר ווינטער פאר אפאר מענשטען. איך זאג ענק די נאמבערס זענען זייער שווער אויס צו רעכענען צו ס׳בכלל דא סעווינגס.. און אויב שוין יא וויפעל ס׳דא... אפגערעדט אז רוב עדזשענטס האבן נישט קיין אנונג וואס זיי פארקויפן דיך... איך קען די אידישע קאמפעניס און עטליכע פון זייערע אגענטן וואס ריקען אסאך דיעלס א יאר.. בעיקר אין לעקוואד איז עס גאר שטארק ביים היימישע ציבור.. און די אגענטן פארדינען באמת שיין געלט... און קען אויך די גויש׳ע קאמפעניס.. איך וויל נישט אריין גיין אין קיין נעמען. אבער ווי געזאגט די נאמבערס זענען זייער שווערע. וויפעל זוהן איז דא, אוון וויפעל ביליגער וועט עס זיין אויב בכלל?... אפי׳ נאך אלע גרענטס וואס ס׳דא, דארף מען נאכאלטס זיין א גאון און מאטעמאטיק׳ס... איך וואלט גע׳עצה׳ט אויף דערווייל אוועק צו שטיין פון קויפן א סאלער סיסטעם.

פארשטייציך די פענעלס ווערן בעסער און בעסער, א יעדעס יאר גייען אלע קאמפעניס ווי LG און Panasonic ארויף מיט די עלעקטריק וויפעל די פענעלס קענען פראדעצירן, און ס׳האלט אין איין ווערן ביליגער און בעסער. ע״כ איז נישט אפגעפרעגט אז ס׳ווערט ווערן זייער שטארק אפגעכאפט מיט די יארן. און ס׳איז אויך נישט אפגעפרעגט יעצט צו קויפן אזא סיסטעם, אבער נאכאמאל די נאמבערס מיז מען אבער גוט איבער גיין און גוט פארשטיין צי די נאמבערס, אום עס גוט קענען אויסרעכענען צו זעהן צו ס׳לוינט זיך.. און איך וואלט געזאגט אז ביי רוב מענשטען שטימען נישט די נאמבערס... צו ווייל די דאך איז צו קליין צו ווייל די דאך איז נישט אויסגעשטעלט צו ווי די זוהן קומט פון... צו ווייל נאך אלעס איז עס נאכאלטס נישט ביליגער ווי די עלעקטריק קאמפעני... מ׳דארף גוט קענען ליינען א Proposal און אפגערעדט אז די estimates שטעלט זיך שפעטער ארויס גאר אנדערש נאך וואס די engineer קומט אראפ...
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח פאר די רעקאָמידיאציע!
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: איבער סאלאר עלעקטעריק סיסטעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

ווייסט איינער אין מאנסי ווער עס טוט אין סאלאר פענעלס ?
איך וויל אינסטאלן איינס אויף מיין הויז.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
איך האב פארקויפט סאלער פאריאר ווינטער פאר אפאר מענשטען. איך זאג ענק די נאמבערס זענען זייער שווער אויס צו רעכענען צו ס׳בכלל דא סעווינגס.. און אויב שוין יא וויפעל ס׳דא... אפגערעדט אז רוב עדזשענטס האבן נישט קיין אנונג וואס זיי פארקויפן דיך... איך קען די אידישע קאמפעניס און עטליכע פון זייערע אגענטן וואס ריקען אסאך דיעלס א יאר.. בעיקר אין לעקוואד איז עס גאר שטארק ביים היימישע ציבור.. און די אגענטן פארדינען באמת שיין געלט... און קען אויך די גויש׳ע קאמפעניס.. איך וויל נישט אריין גיין אין קיין נעמען. אבער ווי געזאגט די נאמבערס זענען זייער שווערע. וויפעל זוהן איז דא, אוון וויפעל ביליגער וועט עס זיין אויב בכלל?... אפי׳ נאך אלע גרענטס וואס ס׳דא, דארף מען נאכאלטס זיין א גאון און מאטעמאטיק׳ס... איך וואלט גע׳עצה׳ט אויף דערווייל אוועק צו שטיין פון קויפן א סאלער סיסטעם.

פארשטייציך די פענעלס ווערן בעסער און בעסער, א יעדעס יאר גייען אלע קאמפעניס ווי LG און Panasonic ארויף מיט די עלעקטריק וויפעל די פענעלס קענען פראדעצירן, און ס׳האלט אין איין ווערן ביליגער און בעסער. ע״כ איז נישט אפגעפרעגט אז ס׳ווערט ווערן זייער שטארק אפגעכאפט מיט די יארן. און ס׳איז אויך נישט אפגעפרעגט יעצט צו קויפן אזא סיסטעם, אבער נאכאמאל די נאמבערס מיז מען אבער גוט איבער גיין און גוט פארשטיין צי די נאמבערס, אום עס גוט קענען אויסרעכענען צו זעהן צו ס׳לוינט זיך.. און איך וואלט געזאגט אז ביי רוב מענשטען שטימען נישט די נאמבערס... צו ווייל די דאך איז צו קליין צו ווייל די דאך איז נישט אויסגעשטעלט צו ווי די זוהן קומט פון... צו ווייל נאך אלעס איז עס נאכאלטס נישט ביליגער ווי די עלעקטריק קאמפעני... מ׳דארף גוט קענען ליינען א Proposal און אפגערעדט אז די estimates שטעלט זיך שפעטער ארויס גאר אנדערש נאך וואס די engineer קומט אראפ...
איז דא א אפשען צו קויפן אליינס די פענעלס און עס אויסצאלן אפפראנט ? און אזוי אליינס באקומען די גאנצע לעקטער וואס דער סאלאר שטעלט צו
לויט ווי איך פארשטיי אז די קאמפאני באצאלט עס נעמען זיי אראפ זייער אסאך פון די עלעקטער פאר זיך און ממילא שפארט מען זיך נישט אזוי סאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”