מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ב שולם האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:שוין אז מען פארקריכט וועל איך מוזען אריינקומען מיט א ווערטל.

וואס איז די חילוק פון די 'כיור' אין בית המקדש און 'מים אחרונים' ?

ביי די כיור פלעגט מען וואשען די 'אייגענע פיס'.....

:lol: :lol: :lol:

;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

פאקטען האט געשריבן:

האסט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע ליפן נאך או אנגעשטרענגטע טאג

שקוח פארן מהנה זיין

:lol: :lol: :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

קאן זיין שוין אלט, אבער פאר מיר איז עס געווען פריש

פארוואס לייגט מען ארויף די הענט אויפן מאל נאכן מאכן א געניץ, ווייל מען האט מורא אז א ווילימסבארג'ע קאפל וועט זיך אריינציען דארטען
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שוין אלט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שוין אלט

וואס הייסט אלט..
די וואוינסט שוין דארט זינט דיין חתונה?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נאר ביז די נעקסטע האפטשו..
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

;l;p-
הויעך האט געשריבן:קום איך אריין אין די אשכול צו כאפן א שמייכל אין מיין אנגעזויערטע מאנטאג, אין די לעצטע בלאט כאפ איך נישט קיין 1 דזשויק,

מנהלים אלערט
:lol:
Sorry for my misspellings
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

צוויי אידן האבן זיך היינט געקריקט, איינער שרייט גאנץ כלל ישראל האט אנגעפאנגען שס, די ביסט הפורש מן הציבור, שרייט דער אנדערער ציריק יעדער האט אויפגעהערט ביי דף ט' די ביסט דער פורש

איך ווייס סאיז נישט אזוי פאני אבער אפשר וועט ער כאפען די זשויק

אגב פאריגע וואך זיץ איך נעבען א אינגערמאן ביי א שבע ברכות אין צפניה האט געזשויקט, נאך א 10 זשויקס זאגט מיר מיין שכן, וואס לאכסטו אזוי כהאב קיין איין זשויק נישט געכאפט
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

:lol:
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

ווי יענער האט געזאגט ער האט אנגעהויבן טוען בדחנות און במשכ'ן טאג איז ער געווען א שדכן
די פראבלעם איז נאר געווען אז עפעס האט זיך פארדרייעט די יוצרות.
ווען ער האט געזאגט א דזשאק האט מען געזאגט 'אקעי איך וועל עס איבערטראכטן'
און ווען ער האט אנגעטראגן שידוכים האט מען געלאכט...

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

דריי זאכען קען מען קוקען און קוקן און קוקען און נישט מיד ווערן
1) ווי וואסער רינט
2) א פייער ברענט
3) ווען א צווייטער ארבעט...

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

הייליג האט געשריבן:דריי זאכען קען מען קוקען און קוקן און קוקען און נישט מיד ווערן
1) ווי וואסער רינט
2) א פייער ברענט
3) ווען א צווייטער ארבעט...

וכולן מצינו אין א מצה בעקעריי. ודו"ק
ומהאי טעמא האבן מענטשן הנאה צו זעהן די עבודה דארטן. :wink:
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

Kosher Travel האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שמעתי:
א קארגע ווייב איז א דריי פערטל פרנסה.

א קארגע ווייב, אויף אלע גוים

א שפארזאמע ווייב, א ברכה אין שטוב

I stand corrected
:P

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7&start=75
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

זאגט מיר א איד אז פאריגע חודש איז ער געווען צוריק געבליבן מיט דף היומי אזא 2000 בלאט... למעשה האט ער זיך מיטגעכאפט.... היינט איז ער נאר אינטערשטעלונג מיט 30 בלאט...
לפנות בוקר
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הייליג האט געשריבן:ווי יענער האט געזאגט ער האט אנגעהויבן טוען בדחנות און במשכ'ן טאג איז ער געווען א שדכן
די פראבלעם איז נאר געווען אז עפעס האט זיך פארדרייעט די יוצרות.
ווען ער האט געזאגט א דזשאק האט מען געזאגט 'אקעי איך וועל עס איבערטראכטן'
און ווען ער האט אנגעטראגן שידוכים האט מען געלאכט...

:lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
לפנות בוקר האט געשריבן:זאגט מיר א איד אז פאריגע חודש איז ער געווען צוריק געבליבן מיט דף היומי אזא 2000 בלאט... למעשה האט ער זיך מיטגעכאפט.... היינט איז ער נאר אינטערשטעלונג מיט 30 בלאט...

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ווער עס וויל ליינען א פרייליכע מעשה, קען גיין צו מיין אשכול 'התחזקות בליצן', ביי די היינטיגע טאג. א קאמישע משל, מיט נאך א מוסר השכל אויך צו די זייט...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

יסודות'דיגע חילוק צווישן סאטמאר און לובאוויטש.

אין סאטמאר איז מען טיעף אינעם ביטערן גלות, אין לובאוויטש איז מען שוין טיעף אריין אינעם גאולה ודו"ק..
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

די חילוק צווישן ליבאוויטש און ברסלב איז.
ליבאוויטש איז א קאמפליצירטע חסידות פאר פשוטע מענטשן, ברסלב איז א פשוטע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן. ודו"ק
סאיז שוין אמאל דא געווען
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

פון וואנעט ווייסט מען אז דער קובאנער דיקטאטור פידעל קאסטראו איז נישט געווען קיין אדמו"ר?

זייער פשוט, ער האט בחייו איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר זיין ברודער...
itsi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך itsi »

איינפאכער איד האט געשריבן:פון וואנעט ווייסט מען אז דער קובאנער דיקטאטור פידעל קאסטראו איז נישט געווען קיין אדמו"ר?

זייער פשוט, ער האט בחייו איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר זיין ברודער...

;l;p-
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

לעצטענס האב איך געהערט א גלייכע ביאור אינעם ווארט 'מחותן', פון וואנעט שטאמט עס אזא מין ווארט [און הייבטס מיר נישט מיט אויבער-חכמות: חתן, חותן, מחותן].

יענער פארציילט מיר אזוי: א איד האט זיך אמאהל משדך געווען מיט א בער, עס איז געקומען צו דרש'ענען ביים שבע ברכות הייבט ער אהן זאגן: דער טייערער רבי ר' בער זאל געזונט זיין וכו' וכו', שוין, אלעס איז פיין.

דערנאך האט ער זיך משדך געווען מיט א הערש – נו, אונזער טייערער רבי ר' הערש זאל לעבן וכו'.

דערנאך מיט א וואלף; דער חשוב'ער ר' וואלף זאל לעבן און געזונט זיין האט פריער דערמאנט וכו'.

ביים פערטן קינד האט ער זיך משדך געווען מיט א הונט.

עס איז געקומען צו דרש'ענען ביי די סעודה האט ער זיך געטראפן מיט א פראבלעם, עס פאסט עפעס נישט צו זאגן דער רבי ר' הונט, איז ער געפאלן אויף אן המצאה: דער טייערער מחותן זאל געזונט זיין...
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער ווארט האט געזאגט החסיד החבדי הנודע ר' ישראל נעוולער צו זיין מחותן, ביים שליסען א שידוך.
ר' ישראל איז געווען אלץ בחור א גרויסער שטיפער און ווילד, און איז דער וואס אמאל האט ער אריינגעבריינגט א שיכרע ציג ( גענומען א ציג און אנגעטרונקען משקה) אין בית מדרש. דער רבי ריי"צ מנהל הישיבה האט עם אוועקגעשיקט פון ישיבה מערערע מאל. איין מאל נאך ווערן אוועקגעשיקט איז ער געגאנגען צו די סטארס און געקויפט אויף די חשבון פון ישיבה, קומט צו עם דער רבי ריי"צ און פרעגט עם וואס איז דאס? ענפערט ער איך האב געמאכט א חשבון אז עס איז ביליגער פאר דער ישיבה א נישט שטארבט ער און א לויה איז מער געלט.
א אנדער מאל קומט ער צום רבי ריי"צ און זאגט איר ווארפט ארויס מיר מיט מיינע קינדער און קינס קינדער. דער רבי ריי"צ האט עם צוריקאריינגענומען.

ער איז אויסגעוואקסן גאר א דערהויבענע איד. מיט א שארפע צ'ונג.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

zugurnish האט געשריבן:דער ווארט האט געזאגט החסיד החבדי הנודע ר' ישראל נעוולער צו זיין מחותן, ביים שליסען א שידוך.
ר' ישראל איז געווען אלץ בחור א גרויסער שטיפער און ווילד, און איז דער וואס אמאל האט ער אריינגעבריינגט א שיכרע ציג ( גענומען א ציג און אנגעטרונקען משקה) אין בית מדרש. דער רבי ריי"צ מנהל הישיבה האט עם אוועקגעשיקט פון ישיבה מערערע מאל. איין מאל נאך ווערן אוועקגעשיקט איז ער געגאנגען צו די סטארס און געקויפט אויף די חשבון פון ישיבה, קומט צו עם דער רבי ריי"צ און פרעגט עם וואס איז דאס? ענפערט ער איך האב געמאכט א חשבון אז עס איז ביליגער פאר דער ישיבה א נישט שטארבט ער און א לויה איז מער געלט.
א אנדער מאל קומט ער צום רבי ריי"צ און זאגט איר ווארפט ארויס מיר מיט מיינע קינדער און קינס קינדער. דער רבי ריי"צ האט עם צוריקאריינגענומען.

ער איז אויסגעוואקסן גאר א דערהויבענע איד. מיט א שארפע צ'ונג.

די מעשה ווערט געברענגט אין 'סאמארקאנד' פון ר' הלל זאלצמאן נ"י
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

zugurnish האט געשריבן:א אנדער מאל קומט ער צום רבי ריי"צ און זאגט איר ווארפט ארויס מיר מיט מיינע קינדער און קינס קינדער. דער רבי ריי"צ האט עם צוריקאריינגענומען.

אין וויזניץ דערציילט מען א ענליכע מעשה
דער אמרי חיים האט אמאל געוואלט ארויס ווארפן דעם בולי פון ישיבה איז ער אריין צום רבין און געזאגט אז יעדע ישיבה האט איין בחור וואס איז דער ערקסטער בחור אין ישיבה, אויב ווארפסטו מיר וועט דער בחור וואס איז נאכנישט די ערקסטע ווערן דער ערקסטער
און ער האט איהם געלאזט אין ישיבה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”