כעמיסטרי און אלעס ארום

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

כעמיסטרי און אלעס ארום

תגובהדורך טוב לב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:07 am

וואס איז דאס כעמיסטרי? כעמיסטרי איז א צווייגל אין סייענס וואס פארשט נאך די באשטאנטיילן מיט וואס יעדע חומר איז צוזאמגעשטעלט, וואס איז גורם אז יעדע חומר זאל אויסזעהן אזויווי ס'זעהט אויס.
וואס איז דאס וואסער? וואס איז דאס לופט? וואס ברענגט אז איין חומר זאל זיך טוישן צו א צווייטע חומר?
דאס אלעס ליגט אינטער די חכמה וואס רופט זיך כעמיסטרי.
דאס אלעס גייט ווערן אויסגעשמועסט אין דעם אשכול, און מיר וועלן ארויסנעמען אסאך אינטערעסאנטע און ניצבארע ידועות.
לעצט פאראכטן דורך טוב לב אום דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:37 am

ווי קענט וועיט!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:43 am

פתח פיך ויאירו דבריך
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:43 am

אויף דעם האב איך געווארט! מיר ווארטן מיט שפאנונג.

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:49 am

קען קוים ווארטען!

א קליינע הערה , גראמאטיש ריכטיג איז צו שרייבן מיט א כא"ף, 'כעמעסטריע' אדער 'כעמיע'.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 7:28 am

איינע פון די זאכן וואס כלל ישראל ניצט אסאך און פארלאנגט גאר טיפע ידיעות אין קעמעסטרי איז: וויין
כקען קוים ווארטן צו הערן

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:22 am

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:קען קוים ווארטען!

א קליינע הערה , גראמאטיש ריכטיג איז צו שרייבן מיט א כא"ף, 'כעמעסטריע' אדער 'כעמיע'.

אזוי ווי אשקול/אשכול........

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:28 am

קודם דארף מען פארשטיין וואס איז דאס חומר?
חומר איז יעדע זאך וואס מיר זעהן און טאפן הייסט חומר.

יעדע חומר קען זיין איינע פון די דריי מצבים
אדער איז עס א הארטע טריקענע זאך. אדער איז עס א רינעדיגע זאך. אדער איז עס געז (לופט) .
יעדע עלעמענט קען זיין אין איינע פון די דריי מצבים לאמיר נעמען א משל פון וואסער. ווען ס'איז אין א גאר קאלטע טעמפראטור וועט עס זיין א טריקענע זאך (אייז),
ווען ס'וועט אין ווארעמערע טעמפראטור וועט עס ווערן א רינעדיגע זאך(וואסער), ווען ס'וועט זיין אין א הייסע טעמפראטור וועט עס ווערן לופט (קאך אויף א טאפ וואסער וועסטו זעהן אז ס'קומט ארויס רויעך ,דאס איז וואסער וואס ס'איז געווארן לופט צוליב די הייסע טעמפרעטור.)


די זעלבע זאך איז מיט יעדע עלעמענט ווען ס'איז קאלט איז עס א טרוקענע זאך און ווען ס'ווערט הייסער ווערט עס רינעדיג, גאלד ,זילבער,אפילו אייזן,אויב מ'הייצט עס אן זייער שטארק גייט זיך עס צילאזן און ס'גייט ווערן רינעדיג.


די חילוק פון איין עלעמענט און די צווייטע איז נאר ביי וואסערע גראד ס'וועט זיך טוישן פון איין מצב צו די צווייטע. למשל וואסער וועט ביי 33 גראד פערענהייט און ארויף זיך טוישן פון א טריקענע זאך צו א רינעדיגע זאך, אבער אייזן וועט נאך בלייבן א טריקענע זאך ביי 33 דעגרי ער גייט דארפן ווערן אסאך הייסער זיך צו טוישן פון א טריקענע זאך צו א רינעדיגע זאך.

די טויש פון איין מצב צו די צווייטע ווערט אנגערופען א פיזישע טויש.די זאך פאר זיך בלייבט אזויווי ס'איז ס'ווערט נאר געטוישט פיזיש. אזויווי מ'זאל צורייסן א פאפיר אויף קליינע שטיקלעך ס'בלייבט נאך א פאפיר ס'איז נאר צישטיקלט.

ס'איז אבער אויך דא א צווייטע טויש וואס ווערט אנגעריפען א כעמישע טויש אבער דאס גיימער איבערלאזן פאר שפעטער.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:31 am

ווי אזוי מעסט מען די גרויסקייט פון די חומר?

ס'איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו מעסטן די גרויסקייט פון יעדע חומר.


די ערשטע וועג ווערט אנגערופען מעסס, דהיינו מ'מעסט אפ וויפיל שטאף די זאך האט, ווי מער שטאף די זאך האט אלס מער מעסס האט עס (נישט זיך פארמישן מיט וואג וואס דאס מעסט זיך מיט גראוועטי וואס די ערד שלעפט צו זיך יעדע זאך, כאטש ס'איז אמת אז ווי מער מעסס א זאך האט אלס א גרעסערע וואג האט עס, קען מען זיך נאך אלס נישט פארלאזן צו רעכענען בלויז מיט וואג, ווייל א מענטש וואס וועגט הונדערט פונט דא אויף די וועלט וועט וועגן בלויז 39 פונט אויף די פלאנעט מארס ווייל דארט איז די גראוועטי אסאך שוואכער ווי דא.)

די צווייטע וועג ווי אזוי צו רעכענען די גרויסקייט פון די חומר ווערט אנגערופען וואליאם. וואס דאס מעסט וויפיל פלאץ די זאך נעמט אויף. אמאל קען זיין א זאך וואס האט ווייניגער מעסס אבער די וואליאם וועט זיין מער, למשל א בעלאן האט ווייניגער מעסס פון א שטיין, וועט אבער די וואליאם זיין מער ווייל ס'נעמט אויף אסאך מער פלאץ פון א שטיין.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:15 am

עדע חומר איז געבויט מיט אטאמען,די אטאם איז אזויווי די ציגל מיט וואס אלעס ווערט געבויט.
וואס איז דאס א אטאם? יעדע אטאם האט אין זיך דריי זאכן מיט וואס ער ווערט צוזאמגעשטעלט די דריי זאכן זענען נאטראנס פראטאנס און עלעקטראנס.


די נאטראנס און פראטאנס זענען אינדערמיט פון די אטאם און די עלעקטראנס דרייען זיך ארום די אטאם (אזויווי די לבנה דרייט זיך ארום די וועלט)

בילד
סאיז דא 120 סארטן אטאמען. יעדע חומר איז צוזאמגעשטעלט מיט עטליכע פון די 120 אטאמען.
וואס מאכט אז איין אטאם זאל זיין אנדערש פון אנדערע אטאמען אויב יעדע אטאם איז צוזאמגעשטעלט פון בלויז דריי זאכן נאטראנס פראטאנס און עלעקטראנס?
די תירוץ איז אז אלעס ווענט זיך וויפיל פראטאנס די אטאם האט.
אויב האט עס איין פראטאן וועט עס זיין איין סארט אטאם אויב האט עס צוויי פראטאנס וועט עס זיין א צווייטע סארט אטאם און אזוי ווייטער יעדע פון די 120 אטאמען האט א אנדערע נאמבער פראטאנס.

יעצט אז אונז ווייסען שוין פארוואס מיר דארפן די פראטאנס,דארף מען פארשטיין פארוואס מיר דארפן די עלעקטראנס? די עלעקטראנס זענען אזויווי די גלו וואס באהעפט איין אטאם מיטן צווייטען. ווי מ'וועט שפעטער זעהן.
און צום לעצט פארוואס דארפן מיר די נאטראנס? אויף דעם איז די ענטפער אז אפילו די נאמבער פון נאטראנס טוישט נישט די אטאם אז ס'זאל ווערן א צווייטע סארט אטאם, וועט עס אבער מאכן אז ס'זאל זיין אפאר מינע פון די זעלבע סארט אטאם געוואנדען וויפיל נאטראנס די אטאם האט.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:40 am

יעדע אטאם האט די זעלבע מאס פראטאנס און עלעקטראנס,
פארוואס?
ווייל די פראטאנס און עלעקטראנס האבן אין זיך צוויי פארקערטע כוחות וואס זיכען צו זיין באהאפטן איינער צום צווייטען, צוליב דעם וועט מען קיינמאל נישט זעהן אז ס'זאל זיין א פראטאן אליינס אן קיין עלעקטראן.אדער א עלעקטראן אן א פראטאן.
atom-diagram.png
atom-diagram.png (14.61 KiB) געזעהן 922 מאל


ווי אזוי הייסן די צוויי כוחות?
די פראטאן כוח ווערט אנגערופען די פאזיטיוו כוח אדער די + סימבל, און די עלעקטראן כוח ווערט אנגערופען די נעגעטיוו כוח אדער די - סימבל.
און וואס איז מיט די נאטראן?
די נאטראן איז נעטראל ס'האט נישט קיין גרעסערע נעגעטיוו אדער פאזיטיוו כוח.
צוליב דעם גייט עס נישט שלעפן צו זיך קיין עלעקטראנס אדער פראטאנס.
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס יעדע אטאם גייט האבן די זעלבע נאמבער פראטאנס און עלעקטראנס אבער נאטראנס קען ער יא האבן מער אדער ווייניגער.

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:37 pm

טוב לב האט געשריבן:קודם דארף מען פארשטיין וואס איז דאס חומר?
חומר איז יעדע זאך וואס מיר זעהן און טאפן הייסט חומר.

יעדע חומר קען זיין איינע פון די דריי מצבים
אדער איז עס א הארטע טריקענע זאך. אדער איז עס א רינעדיגע זאך. אדער איז עס געז (לופט) .
יעדע עלעמענט קען זיין אין איינע פון די דריי מצבים לאמיר נעמען א משל פון וואסער. ווען ס'איז אין א גאר קאלטע טעמפראטור וועט עס זיין א טריקענע זאך (אייז),
ווען ס'וועט אין ווארעמערע טעמפראטור וועט עס ווערן א רינעדיגע זאך(וואסער), ווען ס'וועט זיין אין א הייסע טעמפראטור וועט עס ווערן לופט (קאך אויף א טאפ וואסער וועסטו זעהן אז ס'קומט ארויס רויעך ,דאס איז וואסער וואס ס'איז געווארן לופט צוליב די הייסע טעמפרעטור.)


די זעלבע זאך איז מיט יעדע עלעמענט ווען ס'איז קאלט איז עס א טרוקענע זאך און ווען ס'ווערט הייסער ווערט עס רינעדיג, גאלד ,זילבער,אפילו אייזן,אויב מ'הייצט עס אן זייער שטארק גייט זיך עס צילאזן און ס'גייט ווערן רינעדיג.


די חילוק פון איין עלעמענט און די צווייטע איז נאר ביי וואסערע גראד ס'וועט זיך טוישן פון איין מצב צו די צווייטע. למשל וואסער וועט ביי 33 גראד פערענהייט און ארויף זיך טוישן פון א טריקענע זאך צו א רינעדיגע זאך, אבער אייזן וועט נאך בלייבן א טריקענע זאך ביי 33 דעגרי ער גייט דארפן ווערן אסאך הייסער זיך צו טוישן פון א טריקענע זאך צו א רינעדיגע זאך.

די טויש פון איין מצב צו די צווייטע ווערט אנגערופען א פיזישע טויש.די זאך פאר זיך בלייבט אזויווי ס'איז ס'ווערט נאר געטוישט פיזיש. אזויווי מ'זאל צורייסן א פאפיר אויף קליינע שטיקלעך ס'בלייבט נאך א פאפיר ס'איז נאר צישטיקלט.

ס'איז אבער אויך דא א צווייטע טויש וואס ווערט אנגעריפען א כעמישע טויש אבער דאס גיימער איבערלאזן פאר שפעטער.

פילייכט מיינט איר ריעקטעד קעמיקעלס וועלכע ווערן געטוישט צו אן אנדערע מציאות געווענליך דורכ'ן אנהייצן גאר שטארק?

ריעקטן קעמיקעלס איז פשט אז מ'צוברעכט די אטאמס, אבער די זאך גייט נישט צוגרינד נאר עס פארמירן זיך פרישע סארט אטאמס ממילא ווערט עס געטוישט צו אן אנדערע סארט קעמיקעל
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:09 pm

די רעדסט מן הסתם פון א אטאמישע ריעקשן.איך רעד פון א קעמיקעל ריעקשן וואס דעמאלט ווערט די אטאם ניש צובראכן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:29 pm

בוקמארקד. (ווי נאר כ'על ענדיגן לעזן די רעלעטיוויטי אשכול...)

עס איז צום האפן אז דער יחיד וועט דא אויך ארויסהעלפן מיט זיינע ענימעישנס.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:14 pm

רעלאטיוויטי גיי איך ניטאמאל אריין, אבער דאהי, דערווייל פארשטיי איך נאך ב"ה.

איז דאס דער חכמת אלכימי' פון וואס דער הייליגער חובת הלבבות רעדט? ס'איז געווען א באשרייבונג אין מעלות לעצטנס איבער דעם.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:29 pm

טוב לב האט געשריבן:די רעדסט מן הסתם פון א אטאמישע ריעקשן.איך רעד פון א קעמיקעל ריעקשן וואס דעמאלט ווערט די אטאם ניש צובראכן.


די רעדסט אפשר פון א נוקלארע דוקעי וואס מאכט די אטאם פארלירן אדער צו באקומען א פראטאן וואס אויטאמאטיש ווערט עס פארוואנדעלט אין א אנדערע מין מאטריאל?
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:01 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:רעלאטיוויטי גיי איך ניטאמאל אריין, אבער דאהי, דערווייל פארשטיי איך נאך ב"ה.

איז דאס דער חכמת אלכימי' פון וואס דער הייליגער חובת הלבבות רעדט? ס'איז געווען א באשרייבונג אין מעלות לעצטנס איבער דעם.

ניין די חכמת אלכימי' איז נישט אנגענימען היינט צוטאג.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:07 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן:די רעדסט מן הסתם פון א אטאמישע ריעקשן.איך רעד פון א קעמיקעל ריעקשן וואס דעמאלט ווערט די אטאם ניש צובראכן.


די רעדסט אפשר פון א נוקלארע דוקעי וואס מאכט די אטאם פארלירן אדער צו באקומען א פראטאן וואס אויטאמאטיש ווערט עס פארוואנדעלט אין א אנדערע מין מאטריאל?


לאמיר עס קלאר מאכן ס'איז דא דריי סארט ריעקשאנס, די ערשטע איז א פיזיקעל ריעקשאן וואס פאסירט ווען אייז ווערט וואסער, די צווייטע איז א קעמיקעל ריעקשאן וואס פאסירט ווען מ'צינד אן א שוועבל, די דריטע איז א נוקליער ריעקשאן וואס פאסירט און א נוקליער פאיער פלענט. איך האב גערעדט פון די ערשטע און די צווייטע.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:43 pm

איידער מיר גייען ווייטער לאמיר זיך אביסעל באקענען מיט די אטאם.
קודם לאמיר זען ווי קליין איז די אטאם איז. אין איין ברעקל זאלץ גייט אריין אזוי סאך ווי זעקס קוואדריליאן אטאמס.
א מענטש וואס וועגט 150 פונט האט אין זיך אזוי פיל ווי 7,000,000,000,000,000,000,000,000,000 אטאמס. א מענטש טוישט זיך יעדעס יאר 98 פראצענט פון זיינע אטאמס. (איך האב היינט פארלוירען אפאר ביליאן אטאמס איינער ווייסט ווי ס'איז?)
יעדע אטאם איז 99.999 ליידיג פלאץ ווייל די נאטראנס און די פראטאנס נעמען אויף זייער ווייניג פלאץ און די עלעקטראנס זענען זייער ווייט רעלעטיוו.
דאס מיינט אז אויב זאלן מיר קענען צוזאם קוועטשן די וועלט קען די גאנצע וועלט ווערן אזוי קליין ווי א עפל. (אבער דעמאלט גייט די גראוועטי פון די וועלט ווערן אזוי שטארק אז די וועלט גייט ווערן א שווארצע לאך black hole)
די עלעקטראן איז זייער קליין, איין פראטאן איז 1,840 מאל גרעסער פון א עלעקטראן.
יעצט לאמיר זיך פארשטעלן וויפיל אטאמס ס'איז דא אין די גאנצע יוניוועס (די שאך געים האט מער מעגליכע וועגן צו שפילען מער פון אלע אטאמס פון די גאנצע יוניווערס.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:15 am

יעצט לאמיר אריבער גיין און זעהן ווי אזוי די עלעקטראנס זענען אויסגעשטעלט אין די אטאם.
ווי געזאגט פריער האט יעדע אטאם די זעלבע נאמבער עלעקטראנס ווי פראטאנס וויל זיי זענען צוויי כוחות וואס זיכן אייביג צו זיין באהאפטן איינער צום צווייטען.


בשעת ווען די עלעקטראנס דרייען זיך ארום די נוליעס (די מיטן פון די אטאם דארט ווי די פראטאנס און עלעקטראנס זענען )זענען זיי נישט אלע אויף די זעלבע פלאץ א חלק עלעקטראנס זענען נענטער צו די נוקליעס און א חלק זענען ווייטער. אזויווי די לבנה איז נענטער צו די וועלט און די זין איז ווייטער. דאס ווערט אנגערופען שעלס. די ערשטע שעל וואס איז די נאנטסטע צו די נוקליעס דארט וועט קיינמאל נישט זיין מער ווי צוויי עלעקטראנס, ביי די צווייטע שעל וואס איז שוין אביסעל ווייטער פון די נוקליעס ער וועט שוין האבן 8 עליקטראנס, די דריטע שעל וועט שוין האבן 18 עלעקטראנס.

די טשארט ווייזט וויפיל עלעקטרס ס'גייען אריין אין יעדע שעל.
בילד



לאמיר נעמען א משל, די OXYGEN אטאם ער האט 8 פראטאנס , פארשטייט זיך אליינס אז ער וועט האבן 8 עלעקטראנס . וועט ער לייגן 2 עלעקטראנס אין די ערשטע שעל און 6 עלעקטראנס אין די צווייטע שעל (קומט אויס אז זיין צווייטע שעל איז נאכנישט אנגעפילט וויל דארט קען אריינגיין 8 עלעקטראנס)
בילד



און דא ווערט א גרויסע פראבלעם ווייל יעדע אטאם וויל זייער שטארק אז זיין דרויסענדיגע שעל זאל זיין אינגאנצן אנגעפילט. אין דא פעלט אים נאך 2 עלעקטארנס אנצופילען זיין דרויסענדיגע שעל?? נו וואס טיט מען?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:55 pm

איר פרעגט מיר??

מ'מאלעוועט צו נאך צוויי...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

שיעלע בהמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:48 pm

א ריזיגן שכויך הרב טוב, אזא גוטן בעל הסבר און א געשמאקן פעדער... keep it up up
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

ירנן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:57 pm

אז איינער קען וואלט געווען ראטזאם צו PDFן
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:21 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איר פרעגט מיר??

מ'מאלעוועט צו נאך צוויי...

מ'קען אים נישט סתם אזוי צוגעבן צוויי עלעקטראנס ווייל דעמאלט גייט ער האבן מער עלעקטראנס פון פראטאנס און ער גייט באקומען א נעגעטיוו טשארדזש.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:38 pm

איידער אונז גייען ארויסהעלפן די OXYGEN עלעמענט מיט זיין פראבלעם לאמיר זיך באקענען מיט נאך צוויי עלעמענטס די ערשטע איז די sodium עלעמענט מיט די Na סימבל (יעדע עלעמענט האט א סימבל) די צווייטע איז די chlorine עלעמענט מיט די Cl סימבל.


ערשט לאמיר זעהן די sodium עלעמענט ער האט 11 עלעקטראנס
בילד
קומט אויס אז אין זיין דרויסענדיגע שעל האט ער איין עלעקטראן. ער וואלט זייער שטארק געקענט באשטיין פטור צו ווערן פון די איין עלעקטראן. ער קען דאך עס אבער נישט סתם אזוי אוועק ווארפן ווייל אויב ער וואפט עס אוועק גייט גייט ער האבן איין עלעקטראן ווייניגער פון זיינע פראטאנס און דאן גייט ער באקומען א פאזעטיוו טשארדזש.
ווידער די chlorine עלעמענט ער האט א פארקערטע פראבלעם ער האט 17 עלעקטראנס.
בילד

קומט אויס אז זיין דרויסענדיגע שעל האט נאר 7 עלעקטראנס, ער וואלט גע'חלשט צו קענען האבן נאך איין עלעקטראן אנצופילען זיין דרויסענדיגע שעל.
נו וואס טוט מען ? זאגט די sodium פאר די chlorine איך האב איין עלעקטראן וואס איך דארף נישט, און די נויטיגסט זיך אין איין עלעקטראן, נו לאמיר מאכן א שידוךאיך וועל דיך אוועק געבן מיין עלעקטראן אזוי וועלן אונז ביידע זיין צופרידן און שלום על ישראל. אומר ועושה אזוי טיען זיי.
בילד


אבער דא ווערט א פרישע פראבלעם די sodium נאכן פארלירען א עלעקטראן באקומט ער א פאזעטיוו טשארדזש, און די chlorine נאכן באקומען א עלעקטראן באקומט ער א נעגעטיוו טשארדזש.
קומען זיי אויף מיט א המצאה זיי גייען זיך באהעפטן איינער צום צווייטען אזוי זאלן זיי צוזאמען ווערן נעטראל,און אזוי טיען זיי די צוויי אטאמס באהעפטן זיך גאר שטארק. און זיי באקומען א נייע נאמען sodium chloride

מיט דעם האבן מיר צוזאמגעשטעלט די ערשטע מאלעקיול, די sodium chloride מאלעקיול, וואס די מאלעקיול ווערט זאלץ. יא די זאלץ וואס מיר עסן באשטייט פון מיליאנען sodium chlorid מאלעקיולס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט