יהיו כמותך?! יא כמותי!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

יהיו כמותך?! יא כמותי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »



די טיש איז געדעקט, די פירות זענען גרייט, אירע צוויי רעכטע הענט זעהט זיך אן אויף יעדן דיטעיל. די שבעת המינים ליגן שיין אויסגעלייגט, און צו דערזייט פירות מכל המינים, און אינדערמיט נישט פארגעסן די אתרוג במלוא הדרו פארציקערט און איינגעמאכט.

און פון די זייט מיינע צוויי צווייגעלעך א אינגעלע און א מיידעלע מיט לעכטיגע אויגן פרייליכע פנימ'ער און אפענע מיילער ווארטן נאר זיך צונעמען צום עבודת האכילה.

מ'הייבט אן כהלכה, א הערליכע ברכה, אויפן סדר הכתוב, און ממשיך כמו שכתוב: חטה שעורה גפן, זית תאנה דבש און רימון, און דערנאך די עפל און באר, ליטשי און סטאר, און אויך די אלע וואס זייער נאמען ווייס איך נישט און לכאורה קיינמאל נישט וויסן.

חסל סידור, און מנעמט ארויס דעם סידור, און מיט א שטילן קעליכל ברום איך זיך אונטער: אילן אילן, אילן אילן, במה אברכך.... פירותיך מתווווקים, צילך נאאאאה, אמאאת המאאאיים עוברת תחתיך.

מיין קליינער קומט אריין שטארק און קלאר און נעמט איבער דעם סאלא, ס'ניגון ווערט שטערקער קלארער, די אויגן מאכן זיך צו און די מח פאר'דבק'ט זיך, און די ווערטער באקומען א טיפערער משמעות.

די אלע דרשות מאמרים און שיינע ווערטער וואס איך האב געהערט און געזעהן ארום דעם יום טוב חמשה עשר, אלעס שווימט ארויף און דער קול ווערט ערנסטער און טיפער. כי האדם עץ השדה און יעצט שטייט מען פארן בית דין און מווארט אויפן פסק, עס דינערט די שטילקייט און מיין מח, ווען מיין אינגעלע צופייערט זיך מיטן: אלא אלא, אלא אלא, אלא יהי רצון שכל נטיעות שנוטעו ממך, שכל נטיעות שנוטעו ממך, ס'שלעפט מיר מיט אין די הויכע ספערן, ווען פון ארום פליען מאלכים ושרפים, שכל נטיעות שנוטעו ממך....

אוי יהיו כ... אופ אופ!

ניין! מיין מויל וויל נישט ארויסזאגן! איך פראביר נאכמאל יהיו יהיו כ... אבער ס'גייט נישט ס'זאגט זיך נישט.

מיטאמאל ווערט מיר קאלט אלע ביינער און א שווייס באדעקט מיר, איך פראביר נאכמאל אנהייבן דעם ניגון און מצמצם זיין מיין מחשבה, און ס'ווערט מיר ביטער אויפן הארץ און פארנעפלט אין מח, די ווערטער באקומען עפעס א נייער פשט, און יעדעס ווארט ציפט און קיצלט, און צומאל שטעכט אן רחמנות.

אוי אילן אילן, איך אליין א בוים, איך שטיי אינמיטן פעלד פעסט און פעלזן געבויעט אויף פעסטע יסודות, מיינע שרשים דרינגען טיף אריין קומען שוין אן באלד ביזן תהום. מיינע צוויי פירי'עלך שטייען מיר פון זייט מתוקים מדבש ונופת.

אבער צלך נאה??? וואו בין איך און וואו אהין גיי איך, ווי אזוי זעה איך אויס אין מיין לעבן? צו קום איך אן צו מיין שטרעבן? וואו איז דער אמת המים?וואו איז מיינע השפעות? מיין מצב ברוחניות? מיין סטאטוס און גשמיות?

אבער איך ווייס דאך אז ס'איז גוט און אלעס איז לטובה, זאג איך מיט א שטארקייט: צלך נאה, יא יא, נאה און שיין און גלייב עס אליין, און יא אויך אמת המים עוברת תחתיך, אלעס וואס איך האב דאס איז מיין פעקלע השפעות וואס באלאנגט צו מיר און מער פון דעם דארף איך נישט.

אבער ווען ס'קומט צום יהי רצון דא לאזט זיך נישט בשום אופן!
שכל נטיעות שנוטעו ממך יהיו כמותך?
דאס איז וואס איך וויל טאקע? מיינע קינדער און נאכגייער זאל זיין אזוי ווי מיר? גיין אין דעם לאנגן שווערן וועג וואס איך האב געגאנגען און איך גיי? איז דאס וואס איך וואונט זיך מיר? אדער איך וויל ס'זאל ענדערש ווערן אנגענומען מיין ווייב'ס געבעט "וזכני לגדל בנים ובני בנים חכמים ונבונים אוהבי ה' יראי אלוקים אנשי אמת זרע קודש בה' דבקים"? וויל איך טאקע זייער דאווענען זאל אויסקוקן ווי מיין דאווענען? זייער לערנען זאל זיין ווי מיין לערנען? זייער מידות אויסגעהארבעט ווי מיינע? זייער פרנסה זאל זיין נאר ווי מיינס? זייער שמחת החיים זאל שפיגלען דאס וואס איך האב?

ניין ניין בשום אופן!!!
"כמותך?!" איך קען דאס נישט ארויס זאג, איך וויל דאס נישט, איך דארף דאס נישט, איך וואונטש דאס נישט!

און ווען די מינע מחשבות קומען ארויף, האט דאס א טבע צו אראפ גיין און אראפ שלעפן און מכלה זיין כל חלקה טובה, ס'לופיט מיר אריבער מיין לעבן און איך זעה נאר שווארץ און טינקל, א עבר וואס איך שעם מיך, א עתיד וואס איך וויל נישט, און א הווה וואס איך וויל נאר סזאל שוין ווערן א עבר.

גייט נישט אריבער קיין צוויי מינוט און די אויגן ווערן פייכט די קול פארהאקט, און די טרערעלעך ווייסן פון זיך זייער וועג און רוקן זיך שטילערהייט ארויס. פון ווינקל פון מיין אויג זעה איך זעקס אויגן שטייען פארגאפט און קוקן מיר אן דערשראקן און פאלוירן פון וואס ס'גייט דא פאר?

וואס איז ער אזוי צובראכן, און וואס וויינט ער? די קליינע אויגעלעך לאזן מיר נישט צורוה, איך קען נישט צוריק אריין קוקן און זיי, איך האב נישט דו גאטס צו זאגן איך בין אייך געטריי!

הייב איך מיר אויף, איך גיי מיר ארויס, אין מיין בעק יארד אויף א באנק לייג איך אריין מיין קאפ צווישן מיינע פיס, און דאס גאנצע גלעזל געבט זיך א גיס. און מיין קאפ קלינגט מיר ווידער און ווידער די "יהיו כמותך" און לאזט מיר נישט אפ, און מיט הילכיגע קולות קלאפט דער ווידער-קול כמותך.. תךך ..ךךך!

זיצנדיג אזוי זעה איך דארט דעם בוים אליין קעגן איבער מיר, בין איך מחליט צו אפלאזן אלעס און צוריק גיין צום פשט הפשוט און נישט קריכן במופלא ממך.

איך שטעל מיר לעבן בוים און איך הייב אן מיט פארמאכטע אויגן און א שטילן קול: אילן אילן במה אברכך? פירותך מתוקים, איך האב יעצט טועם געווען פון דעם, צלך נאה, איך האב יעצט הנאה פון דעם, אמת המים עוברת תחתיך דו שיינסט און דו בליסט. וואס קען איך דיר בענטשן.

איך געב מיר א צופייער , איך שפרייט אויס די הענט און הייב אויף מיינע אויגן און איך זאג פעסט און שטארק: אלא אלא, אלא אלא, אלא יהי רצון, שכל נטיעות שנוטעו ממך, שכל נטיעות שנוטעו ממך, שכל נטיעות שנוטעו ממך יהיו כ.....
און ווידער אמאל שטיי איך ביים זעלבן סיטועישן: כמותך?

אינמיטן פארפרוינעם ווינטער שטייט דארט די שטאם אפגעריסן אפגעשלאסן, ליידיג פון בלעטער ווער רעדט נאך פון א זכר פון א פרי. צלך?! וואס און ווען קוים קוים עפעס א קליינעם שאטן פון די פאר צווייגעלעך וואס זענען געבליבן געטריי און נישט אראפ ביים לעצטן שניי.

כמותך? דאס וואונטש איך איהם? אזוי ווי איהם? ניין און ווידער נייין! פארוואס זאלן זיי נישט בליען די גאנצע יאהר, געבן פירות די גאנצע צייט, די קוואל זאל פליסן און נישט סטאפן, אלעס זאל גיין גוט כאטש וואס פארן טאטן איז נישט געווען איי איי איי, זאלן זיי ענדרש גיין אויף א גראדן אויסגעפלאסטערטע וועג, און נישט אזיך דארפן דראפענען אויף שווערע בערג מיט פול שטרויכלונגען.

איך דריי מיר אויס און גיי צוריק צום באנק, איך בין פעסט אנטשלאסן: ניין נישט כמותך און ניטאמאל קרוב לזה!

איך קען דעם בוים נישט אנקוקן מיט אזא וואונטש, דריי איך מיין קאפ צום צווייטן זייט, און יא דארט שטייט ער! באדעקט מיט בלעטער פון אויבן ביז אונטן, זיין שאטן איז נאה און שיין, ער שטייט פעסט אין רעגן און אין שניי, ווינטן און שטורעמעס רוקן איהם נישט פון ארט, אה אט אזוי דארף מען זיין! דאס איז גוט און פיין! כמותך וויל איך זיין! עווער-גרין, עווער ענד עווער, אייביג שיין, לאמיר נאר אהין גיין!

אבער נישט צו נאנט דארף איך קומען, און איך זעה אוי א בראך, א פוסטער ליידיגער בוים, ער געבט פון זיך גארנישט ארויס, אויסער זיין שטאלצער געבוי קען מען פון איהם גארנישט האבן, נישט קיין פרי ניטאמאל א זויערער, נאטינג און נאדא!

ניין איך דארף דאס נישט האבן און איך וויל נישט זייין אין דיין גלייכן, איך דארף א לעבן א רייכן, פול מיט תוכן און מלא פירות ונעימות. גיי איך מיר שנעל צוריק צום ערשטן בוים, און איך זעה גאר א אנדער מעשה.

צו קענען געבן פרוכט געבענשטע און רייפע, מוז מען עס האבן א וועג א געדרייטע, אויב וויל מען נישט גיין דעם וועג קומט מען אן טאקע מיט שיינע בלעטער און א שטארקן געבוי, אבער ליידיג פוסט און תוהו.
יא יא דיקא דאס אז ווינטער שלאפט ער און האלט זיין כח, נאר דאס אז זיינע בלעטער זענען נישטא איהם צו דערווארעמען, דאס אז די רעגן פראסקעט איהם אין פנים דורכאויס דעם גאנצן סעזאן, און דאס אז די שניי שניידט אריין אין איהם אן קיין רחמנות, דאס אלעס געבט איהם דעם כח אז ווען ס'קומט די צייט שיינט ער אויף מיט א העכערן שיינקייט און לאזט ארויס אלעס וואס איז אין איהם איינגעהאלטן!

והיה כעץ שתול על פלגי מים אשר פריו יתן בעתו ועלהו לא יבול בעתו, נאר דער וואס איז 'מוגבל בעת' און האט שווערע צייטן און ביטערע זמנים, ער קען האבן א עתו וואס פריו יתן און ועלהו לא יבול.

איך דריי מיר צוריק און מיט אויגן וואס גיסן זיך א אנדער מין טרער גיי איך אריין צוריק אינדערהיים, מיינע צוויי לויפן מיר אנקעגן, מיט ביידע הענט נעם איך זיי ארום, נאנט און שטארק דריק איך זיי צו מיין הארץ און איך ענדיג צו:
יהיו... כמותך!
די וועג וואס איך בין געגאנגען, ווי אזוי איך קוק אויס, די פעקל וואס איך האב, אזוי זאלט עטס זיין!

און פון די זייט ער איך מיין ווייבס תחינה ענדיגט זיך צו "ובכל מלאכת עבודת הקודש, אנא שמע תחינתי"!
אונז בעטן מיר ביידע די זעלבע תפילה: שכל נטיעות שנוטעו ממך יהיו כמותי!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

דברים מתוקים!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מורא'דיגע ווערטער !! און הערליך אראפגעלייגט !!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פרוכטיג, זאפטיג און קאלירפול אראפגעלייגט, הערליכע נקודה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חוח בין השושנים האט געשריבן:מורא'דיגע ווערטער !! און הערליך אראפגעלייגט !!

נו ענדיג צו און לייג עס אריין אין א גראם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

גיב א שמייכל האט געשריבן:דברים מתוקים!

טיעף!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

Wow! דא איז דא תוכן! משמעות! און נאך צו דערצי א אויסנאם גוטע שרייבער אויכעט! @איינס! איינס אין דערוועלט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:Wow! דא איז דא תוכן! משמעות! און נאך צו דערצי א אויסנאם גוטע שרייבער אויכעט! @איינס! איינס אין דערוועלט!

באט די גאלדענע פעדער האב איך דיר איבערגעלזט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שטארקע ווערטער אין גאר גיט אראפגעלייגט...
@איינס נאדיר ;l;p- ;l;p-
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער שיין געשריבן.

די קשיא איז נאכאלס שטערקער ווי דער תירוץ. און עס באדערט. אבער דער אמת איז, אז אפגעזען ווי שיין און התעוררות'דיג דער ניגון קלינגט, איז אבער נישטא קיין שום מקור און קיין שום הכרח אז דאס מיינט מען דיר בכלל. אויב דו טרעפסט זיך נישט ביי פירותיך מתוקים וצלך נאה אמת המים עוברת תחתיך, דעמאלס איז דער אויספיר יהיו כמותך אויך נישט פאסיג פאר דיר... בכלל זאגט דאס נישט דער אילן אליינס, יהללוך זר ולא פיך, נאר אנדערע זאגן דאס פארן אילן... (דאס איז שוין אויסער דעם וואס מען דארף פארשטיין דער חילוק צווישן פירותיך וואס זענען שוין מתוקים, און די נטיעות שנוטעים ממך)

אבער אויב וויל מען שטארק קען מען אינזין האבן באופן כללי, די קינדער זאלן גיין אין דיינע (תורה'דיגע) וועגן א.א.וו. און בעסער האט אוודאי נישט קיין שיעור
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איינס אבער א שיינס און אויב דו ווילסט קענסטו אויך צולייגן און א פיינס !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זייער שיין געשריבן. ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הערליך שיין!
הנאה געהאט!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איינס אבער א גוטס. זייער שיין
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

גיוואלדיג
דו האסט א שטארקע כח הדמיון און דיר
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Programming האט געשריבן:אבער דער אמת איז, אז אפגעזען ווי שיין און התעוררות'דיג דער ניגון קלינגט, איז אבער נישטא קיין שום מקור און קיין שום הכרח אז דאס מיינט מען דיר בכלל.

פארוואס דארף מען א מקור?
ס'זינגט זיך ביזן נשמה מיט א תפלה און בקשה.
די מקור פאר דעם זיכט מען ביי זיך אין הארץ.
נארמאל טרעפט מען עס דארט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שטארקע געדאנק
שיין געשריבן
ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

;l;p- שטארקע נקודה למחשבה
הנאה געהאט
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

גיט געטראכט אין זייער שיין אראפגעלייגט!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

עירמאנט'ער האט געשריבן:שטארקע געדאנק
שיין געשריבן
ישר כח
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: יהיו כמותך?! יא כמותי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
WOW WOW!
שפתים ישוק! הערליכע קלארע דיבורים!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מונאוויטש האט געשריבן:הערליך שיין!
הנאה געהאט!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

זייער שיין
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: יהיו כמותך?! יא כמותי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך! פאכמאניש!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יהיו כמותך?! יא כמותי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איינס איינס! במה אברכך??
פירותיך מתוקים, מלאים זיו ומפיקים!
צילך נאה, יעדער האט הנאה!
א קוואל פון טאלאנט עוברת תחתיך!
אלא יהי רצון שכל הניקים יהיו כמותך, יא יא, כמותך!!...

יישר כוח, לעכטיג און מעכטיג, שטארקע ריכטיגע געדאנק! און הערליך פאכמאניש געשריבן!!
הנאה געהאט פון די גראמ'עלעך וואס זענען 'בטעות' אריינגעפאלן דא דארט..

גראדע געטראכט דעם טו בשבט א געדאנק, אז 'שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו' - ווי אזוי דו ווילסט דיינע קינדער זאלן אויסזעהן, 'כמותך' - אזוי זאלסטו זעהן צו אויסקוקן...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”