קרעמער'ס קרעמעל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

קרעמער'ס קרעמעל

תגובהדורך arender » מאנטאג יוני 26, 2006 9:04 pm

מוצאי שבת קודש פרשת [וי]שלח

און אז נאך א וואך פליעט פארביי, דערזעט מען זיך ווידער איבער א ליידיגן טיש, וואס אויסער דער וואכעדיגער טישטוך און די ליידיגע קאווע גלאז איז נישטא מער ווי דער קאמפיוטער (לויט די שיטות אז דאס איז אן 'ער') און אפשר דאס שטריימל וואס אירע האר זענען צונויפגעקלעבט געווארן דורך די שרעקליכע יומידיטי (פייכטקייט) וואס האט באנעצט די גרויסע וועלט און דעם קליינעם וועלט (דער מענטש) דעם פארגאנגענעם שבת. לאמיר טאקע באגריסן דעם חשוב'ען ציבור מיט א גוטע וואך, א געזונטע וואך, א מזל'דיגע וואך, מיט ישועות, רפואות, און אסאך אסאך געלט. די וואך קומט צו נאך א וואונטש: א וואך מיט אסאך כח און געדולד! ווייל געליינט האט מען היינט גראדע פרשת שלח, אבער יעצט מוצאי גייט גאר אן אנדערע סדרה, ביי אונז אין שוהל האט דער גבאי ר' ליפא אויסגעקלאפט אז דער עולם זאל נישט פארגעסן מעביר סדרה זיין פרשת וישלח היינט אויפדערנאכט. די וואס ווילן זיך באמת ארויסדרייען פון העלפן איינפאקן די אייער שאכטלעך זענען מקפיד צו לערנען מיט די ראשונים ביז נאך די אלופי עשו... רעדנדיג פונעם גבאי, דערמאן איך זיך אן עפיזאד וואס האט באטראפן דעם שבת, טאקע מיט אט דעם גבאי'ן אונזערער. א פראקטישער מענטש איז ער - דער רבי ליפא, דאס איז קיינער נישט מחולק, אפילו די וואס האבן טענות פארוואס ער קלעבט ביים ברעטל, ווערן אבער צומישט פון זיין פראקטישקייט און געניטקייט, יודעי דבר שווערן זיך אז ביי שלש סעודות גיסט ער אויס פונקט אזויפיל ברעקלעך זאלץ וויפיל שתי שערות'לעך עס דרייען זיך אין בית המדרש, שווער צו געפונען אזא אויסגערעכנטער מענטש. האב איך אבער געמיינט אז איך קען אים שוין פון אויסעווייניג, קיין חידושים וועל איך שוין ביי אים נישט קענען געוואויר ווערן, בין איך טאקע דעם שבת געוואויר געווארן אז טובא גנוז בגוויה, ער פארמאגט אין זיך אסאך פארהוילענע טאלאנטן וואס זענען ווי פארדעקט אונטער זיין ברוינפן גערוך און ביים אונטערן ארעם צוריסענע טיש בעקיטשע (ביי אים הייסט דאס טיש-בעקיטשע, ווייל עס ליגט מער אויפן טיש ווי אויפן קערפער). הכלל, צוצוקומען צום פונקט, עס איז פונקט דעם שבת געווען א גרויסארטיגע קידוש ביי אונז אין שוהל'כל, דער רויטער מענדל האט צו מזל געהאט א מיידעלע נאך פופצען - אפשר נישט פונקטליך פופצען, גיי רעכן אויס - מיידלעך בליעה"ר... איז דאך א פשוט'ער זאך אז אויסער די געווענליכע וויין און ברוינפן, לעקיך און אייער קיכלעך, איז אויך געווען פארשידענע סארטן הערינג, מיט אלע סארט שאוולעך אריינצוגראבן דערין ווי ביי די חיטוטי שכבי, ווי אויך עטליכע ערליי קוגעל, איבערנאכט, ירושלים, און טשאלענט קוגעל. שוין נישט צו רעדן פון די גאלע(רעטע) וואס האט זיך שוין ביי יחד כולם קדושה ארויסגעווארפן אויף די טישלעך, און פונאנדערגעשפרייט א גערוך פון רויטע פעפער און ווייסע קנאבל אין די הונגעריגע נעזער אריין. דער גבאי שטייט מיט א געטריישאפט ביים באלעמער, געט א זעץ אויס דעם קידוש "מענדל רופט דעם עולם צו קידוש דא אין בית המדרש" און ווערט פארשווינדען אויף צוויי מינוט, צוריקקומענדיג פונעם קעכל האט מען געזען ביי אים ארויסשטארן די צוויי בוזעם טאשן, נאך איידער מען האט געהאט א געלעגנהייט א סידור צו כאפן און מאכן בשם ומלכות ברוך משנה הבריות, האט ער ארויסגעשארט פון דארטן צוויי בילקעלעך, זיי פארדעקט מיט א סערוועטל, געמאכט קידוש אויף א גרויס גלעזל שבעת רגלים און ער שטייט שוין מיט די הענט ארויף: "שאו ידיכם קודש"... נאך די גאלערעטע און די טשאלענט קוגעל האט ער פארטרונקן א גלעזל קאלע, זיך אפגעווישט די וואנצן מיט די שיריים פון די ברוינפן און ער זינגט שוין "דוי הסר"... דער עולם איז געבליבן געפלעפט פון זיין אויסגערעכנטקייט, א קלייניגקייט? ער קען זיך איצטערט צולייגן אויף אן אכטער'ל, אן זיך ברויכן אריינשטופן חנה געלא'ס גאלע אין גומען אריין, ער פארשפארט זיך צו עסן דאפעלט, וואו איז אונזער שכל? מען פילט זיך אן מיט פיש און פלייש, וויין און חרוסת, און צוליב די צוויי קליינטשיגע כזיתים'לעך וואס פעלן, ברויך מען איבערעסן די גאנצע זאך און ליידן די גאנצע וואך פון שוויץ לויפנדיג הין און צוריק פון איין עקסערסייז פלאץ צום צווייטן? למעשה, לויט ווי איך קען אונזער גבאי'טע, האט זיך אבער ר' ליפא'לע נישט געקענט אזוי שנעל ארויסדרייען פון אירע מאכלים, איך גלייב אז טראץ דעם געלונגענעם בילקעלע אקט, האט ער זיך געמוזט איבערוואשן אינדערהיים צו אירע פארברענטע קויליטשלעך, רוף דאס אן סעודת רבי חידקא, אבער געגעסן האט ער ווי א טאטעלע.
אויף ווידערזען קומענדיגן מוצאי שבת, אדער פריער, ווענדט זיך אין די גוסטע, און אין נאך זאכן. א גוטע וואך

posted by קרעמער @ 11:26 PM 10 comments

Tuesday, June 20, 2006
מען זאל שוין הערן נאר גוטע בשורות

די היינטיגע ארטיקל איז געווידמעט צו די צובראכענע הערצער פון טאטעס און מאמעס ווי מיר, וועלכע האבן פונקט ווי די עלטערן פון חנה פריעדלאנדער ע"ה (הי"ד) היינט אינדערפרי אפגעשיקט די קינדערלעך אין חדר אדער אין מיידל שולע מיט א גלייכגילטיגע רואיגקייט, גארנישט אנדערש ווי א געווענליכע דינסטאג. די זיסע בא'חן'טע קינדערלעך שטייען אויף אינדערפרי מיט די אומשולדיגע קנייטשן אויפן פנים וואס די קישעלעך האבן אנגעמאכט דורכאויס די 12 אדער מער שעה'יגע שלאף, די טיפע שלאף וואס איז אויף א געשפאלטענע סעקונדע איבערגעהאקט געווארן דורך די באזארגטע טאטע מאמע וועלכע גייען אריין ביי חצות הלילה צו די קינדער שטוב זיכער צו מאכן אז זיי געפונען זיך אין א גוטע אטמאספערע, אויב איז צו הייס דרייט מען עטוואס ארויף דעם טעמפעראטור פונעם עיר קאנדישן, אויב איז צו קאלט, הייבט מען אויף די קאלדרע וואס האט זיך אראפגעקוילערט אינמיטן נאכט דורך די קייקלדיגע קינדערלעך וועלכע האבן דאס אראפגעשטופט מיט זייערע אינגע פיסעלעך, די קינדער ווערן צוריק איינגעוויגט: שלאף שיין, עס איז נאך אינמיטן די נאכט, שלאף שעפעלע שלאף, רוה זיך אויס, שעפ אן פרישע כוחות פאר דיין אינגע קערפער. אינדערפרי, די קינדער שטרעקן אויס די קליינטשיגע הענטעלעך אין ריכטונג פונעם קליינעם ספעציעל באשטעלטן נעגל וואסער שיסל מיט זייער נאמען אויפגעמאלעוועט דערויף, וואס זיי האבן אליינס אנגעגרייט איידער זיי האבן געקושט די מזוזה און זיך געזעגנט מיט א שמייכל פון די עלטערן וואונטשענדיג "א גוטע נאכט". א ברוטאלע ביס פון א מאסקיטא שטערט די רואיגקייט פונעם קליינעם, יעצט אינדערפרי הייבט דאס אן בייסן און דאס קינד קראצט עס מיט די קליינע פינגערלעך, ער/זי פארשטייט נישט אז די מאסקיטא האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אריינבייסן אין דעם זיסן הענטעלע אדער פיסעלע וואס האט געמאכט איר וועג ארויס פונעם דאכענע... טאטע מאמע זאגן שיין "מודה אני" מיטן קינד, מען דאנקט השי"ת אז ער האט צוריקגעגעבן די נשמה'לע פאר עלטערן און קינדער צוגלייך, יעדער לעבט ב"ה, יעדער איז געזונט און שטארק, פריש און מונטער, און בדרך כלל גוט אויפגעלייגט. די ווייכע פוטער וואס איז שוין ארויסגעלייגט געווארן דורכן פאטער איידער ער האט פארלאזט דעם שטוב, ווערט אנגעשמירט אויף די רעפטלעך ברויט וואס די קינדער וועלן אריינכאפן איידער עס קומט אן די באשטימטע צייט פאר זיי אראפצולויפן צו זייערע באסעס אין חדר/שולע אריין. דאס קינד מאכט א ברכה הויך און קלאר, אפילו די גאר קליינע זאגן "באליך אתה" און פארענדיגן אליין מיט א קלינגעדיגע "אמן" און די ווייכע ברויט ווערט פארשווינדען אין די קליינע מיילער אריין, נאכגעשלינגן א פערטל גלעזל מילך, און די רינדלען פון די ברויט וועלן שוין מוזן אויסווארטן ביז די מאמע האט צייט זיך אראפצוזעסן עסן פרישטאג, נאכן אויסרישן און אפשיקן אלע פיצלעך צום נורסערי/קינדערגארטן/ פלעי-גרופ אריין. און פלוצלינג... היינט אינדערפרי האט דאס פאסירט... אזא שאק! טעלעפאנען קלינגן, האסט געהערט? שרעקליך! ווער? וויאזוי האט דאס פאסירט? א קרעכץ... זאל מען הערן נאר גוטע בשורות. טאטע אין הימל: דערבארים זיך אויף דיין פאלק ישראל, היט אונז און באשיץ אונז פון אלעם בייזן, ובפרט אין די יעצטיגע זוממער טעג, וואס האבן זיך ליידער ארויסגעשטעלט אלס שווערערע טעג, מען הערט אויפשוידערנדע בשורות איינס נאכן צווייטן, איינס אריין אין צווייטן אריין, איינס ארגער פונעם צווייטן רח"ל. זאל מען שוין טאקע זוכה זיין צו הערן נאר גוטע בשורות, און דער גרויסער פאטער זאל אונז אלע טרייסטן מיטן אנקום פון משיח צדקינו בב"א

posted by קרעמער @ 12:43 PM 9 comments

Monday, June 19, 2006
איבערן גלעזל קאווע

איר ווייסט דאך אלע גוט אז די וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון פארשידענארטיגע ארטיקלן, אין די ספרים רופט זיך דאס דצח"מ, אדער דומם צומח חי מדבר. דומם איז דאס שטומע, די וואס רירן זיך נישט, וואקסן נישט, ווי די שטיינער פון די ערד און דאס גלייכן. צומח שפראצט יא, בלומען און בלעטער, ביימער און געוויקסן. חי מיינט מען די בעלי חיים, בהמות און חיות, עופות און פיש, קריכעדיגע און פליענדע אלע מיליאנען סארטן, ווידער מדבר איז נאר איינס און דאס איז דער מענטש וועלכער איז באשאנקן געווארן מיטן רעדן-קראפט. - א פלא והפלא זאגט דער רבינו בחיי אין פרשת בראשית אינעם פסוק זכר ונקבה ברא אותם, אז אלע באשעפענישן זענען איינגעטיילט אין זכר ונקבה, אפילו דער דומם און דער צומח פארמאגן א זכר קאטעגאריע און א נקבה קאטעגאריע. - די ספרים זאגן אז צווישן יעדע פון די צוויי איז דא א מיטלפונקט, אזא סארט פארמיטלער וועלכער פירט אריין פון איין קאטעגאריע אינעם צווייטן אריין, צווישן דעם דומם און צומח איז פארהאנען "עצי אלמוגים" (פרעג מיר נישט וואס דאס איז), צווישן די צומח און חי איז דא די באקאנטע אדני השדה, א באשעפעניש וואס וואקסט פון דער ערד און איז באהאפטן צו די זאמד וואו זי ווערט באשאפן (אין מדרש ווערט זי דערמאנט ביי מכת ערוב, אז זי איז אויסגעריסן געווארן מיט איר ערד און געקומען קיין מצרים), צווישן די חי און מדבר איז דא די מאלפע, די זאכן זענען ווי אן אריינפיר אדער א בריק וואס באהעפט די 4 אפטיילונגען פון די וועלטס באשעפענישן. די ספרים הקדושים לייגן צו א פינפטע קאטעגאריע, און דאס איז דער ישראל, דער אידיש קינד, וועלכער איז העכער פון אלע אנדערע רעדעוודיגע ברואים. און וואס איז די באהעפטונג צווישן די מדברים און דעם ישראל? אפשר דער גר, וועלכער קומט אריבער פון זיי צו אונז. יעצט לאמיר אינאיינעם אריינקלערן - נאכדעם וואס דער גלעזל קאווע איבער וואס די שמועס האט זיך אנגעהויבן איז שוין ליידיג, ער האט שוין זיין תיקון געקריגן - ווען א איד זעצט זיך אראפ איבער א גלעזל קאווע, קומען זיך צוזאם אין איין גאסטהויז אלע פינף קאטעגאריעס! פון אונטן ארויף איז אזוי: די וואסער קען ווערן א דומם אנגערופן, ווי ערווענט אין ספרים, די קאווע בונדל איז זיכער א וואקסונג, ווידער די מילך קומט פון א קיה (איך רעד פון די געציילטע מענטשן וואס טרונקן נאך די געהעריגע מילך וואס אונזערע אור עלטערן האבן געטרונקן, און נישט קיין בונדל-מילך... א מין וועלט היינט), און דער מענטש וואס טרונקט דאס איז דאך א מדבר, איז דאך ממש די קאווע א זעלטענע פאראייניגונג צווישן אלע אפטיילונגען פון די בריאה. לאמיר מאכן א בורא נפשות, און אייך לאזן קאמענטירן. (אין אנדערע ספרים האב איך געזען געשריבן אז ווען א מענטש גייט מיט שיך [וואס קומט פון לעדער פונעם בעל חי] אויף די גראז [צומח] אויף דער ערד [דומם] קומען זיך אויך צוזאם אלע חלקי הבריאה). האט מיר אלע א גוטען טאג, אויף ווידערזעהן אי"ה

posted by קרעמער @ 8:01 AM 7 comments

Saturday, June 17, 2006
ויהי אחרי הטשאלענט

יעצט מוצאי שבת זיצנדיג איבערן קאמפיוטער, זוכנדיג וואס עס איז עפעס נייעס אויפן קיילעכיגן וועלט, הלמאי, כ'בין דאך שוין אויסגעשאלטערט פון די מיטל מזרח פאלעמיק און די ניקאראגווא פאליטיק איבער א מעת-לעת
אייגנטליך, פאלט מיר יעצט ביי, איר מיינט טאקע אז שבת קודש איז דא נייעס? איך האלט בשיטה אז שבת קודש איז די ראדיא טויט, די אינטערנעט שלאפט, נאר ווען מיר דאווענען מעריב, מאכן הבדלה און טאנצן אונטער המבדיל, שארן זיך די גוים ארויף די ארבל צוצושטעלן עפעס נייעס פאר די אויסגעהונגערטע אידעלעך וואס אויסער די שיריים פון די בעבעלעך און די נאכווייען פונעם טשאלענט ווייסן זיי גאאאארנישט
הכלל, איך שרייב און ליין, איך דערזעה זיך אן אינטערסאנטע סחורה וואס צו ליינען (ווייל אלע שרייבער זענען פארנומען ליינען) זעץ איך זיך אראפ שרייבן, און אז מען שרייבט און שרייבט, איז שוין דא אן הבטחה פון עפעס אן אור אלטע באבא - וואס האט געקייט קרייטעכצער און אפגעשפיגן שלעכטע חלומות - אז מענטשן וועלן האבן וואס צו ליינען
זאגט מיר איינער היינט אויפדערנאכט אז ער איז גאר מקנא די גוים, וואס איז? איז ער מיר מסביר אין קורצן: זיי האבן נישט קיינמאל קיין מאגן ווייטאג! אזוי גאר? פרעג איך אים, מיינסטו טאקע אז א מעקדאנעלד ביג-מעק צוגעביסן אביסל רויע סושי און פארשלונגן מיט א סטארבאקס צוואנציג אנס'יגע 'ווענטי באנאנע מאטשא פראפאטשינא' מיט וויפד קריעם (וואס ענטהאלט אזוי נישט מיר נישט דיר גאנצע זיבן הונדערט און צוואנציג קאלעריען) איז עפעס גאר גליטשיג אויפן מאגן? קלערסטו אפשר אז די לאבסטערס וואס ווערן געגעסן לעבעדיגערהייט און צוגעקנאקט דערצו א פעסל טשאקלעד-קאווערד-ראוטשעס (וואס מיר וויליאמסבורגער פלעגן זען אויסגעלייגט אינעם אלטן סי-טאון געשעפט אויף דיוויזשאן ביי קאלעמענטי) זענען געזונטער און לייכטער אויפן געדערים ווי דיין בונדעל זופ המכונה טשאלענט? ער האט מיר גארנישט געענטפערט, אבער נישט ווייל ער האט נישט געהאט חלילה וואס צו זאגן, ער האט פשוט נישט געקענט רעדן פון גרויס יסורים... א רחמנות אויף אים, און א גוטע וואך אויף אייך אלע

posted by קרעמער @ 11:31 PM 7 comments

Friday, June 16, 2006
לערנט מיר אויס וויאזוי מען באגייט זיך דא

עס וועט נעמען אביסל ביז איך וועל זיך אויסלערנען וויאזוי צו פונקציאנירן אין דעם בלאג וועלטל צו וואס איך בין דערווייל ווילד פרעמד. יעצט פרוביר איך אויב מען קען מאכן די שורות זאלן זיך ליינען פון רעכטס צו לינקס, ווי אידן האבן זיך געפירט.

posted by קרעמער @ 6:12 PM 2 comments

יעדער איז וועלקאם
איינס פון די ערשטע אויפטוען פון דעם נייעם קרעטשמע איז, אז יעדער איינער קען דא שרייבן, מען ברויך נישט פארמאגן קיין ניק, קיין צונאמען, קיין שם כינוי, גארנישט. איר קענט אויפשטיין איין אינדערפרי אויף די לינקע זייט, באשליסן אויסצונוצען אייערע טאלאנטן (אדער איבערצייגן די וועלט אז איר זענט ליידיג פון זיי) און אנפירקלען די ווענט פון די קרעטשמע מיט גראפיטי. זייט נאר געווארנט, אז אויב וועט דאס אריבערגיין די מאס (געמאסטן אויפן ריכטער מאס פונעם מלך המשפט) וועלן מיר געצווינגן זיין צו פארשפארן דאס פלאץ פאר פרעמדע אריינדרינגער, און מיר וועלן נאר ערלויבן די מיט רשות צו שרייבן. א גוט שבת אייך

posted by קרעמער @ 6:08 PM 13 comments

פארוואס?
יעצט איז ערב שבת קודש נאך חצות, קיין מלאכות טאר מען שוין נישט טאן, אפשר גרינדן א בלאגעלע מעג מען. ווער ווייסט? אלענפאלס, וואס קען שוין שאטן צו כאפן א טועמיה אין קרעטשמע עטליכע שעה פארן זמן פון ליכט צינדן?

posted by קרעמער @ 5:24 PM 4 comments

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

קרעמער נייעס אגענטור

תגובהדורך קרעטשמער » מיטוואך יוני 28, 2006 9:26 pm

קרעמער לייגט ארויף יעדן טאג פרישע נייעס פון זיין נייעס אגענטור, טשעקט עס אויס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 02, 2006 1:22 am

איך וועל אי"ה אפוועזנד זיין פון די קרעטשמע און פון בלאג-וועלט אויף צוויי וואכן אדער מער, זייענדיג אויף וואקאציע אי"ה.

אויף ווידערזען! :lol:

עולם_2

תגובהדורך עולם_2 » דאנארשטאג יולי 06, 2006 7:07 pm

אאיך לייג ארויף דא די לינק צו קרעמער'ס בלאג (פשוט ווייל ס'האט מיר גענומען צו לאנג עס צוטרעפען זייט מ'האט ארויף געלייגט די לינק צו די נייע קרעטשמע ביי אתר הפורום אין הייד פארק האב איך געמוזט אריין גיין צו יענטאאש'ס בלאג ארטיקעל דא אויף די קרעטשמע און פון דארט צו זיין בלאג און פון דארט צו קרעמער בלאג און ס'איז טו מאטש ווארק פאר מי)
http://kraitchme.blogspot.com/

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 09, 2006 2:09 am

עולם_2 האט געשריבן:אאיך לייג ארויף דא די לינק צו קרעמער'ס בלאג (פשוט ווייל ס'האט מיר גענומען צו לאנג עס צוטרעפען זייט מ'האט ארויף געלייגט די לינק צו די נייע קרעטשמע ביי אתר הפורום אין הייד פארק האב איך געמוזט אריין גיין צו יענטאאש'ס בלאג ארטיקעל דא אויף די קרעטשמע און פון דארט צו זיין בלאג און פון דארט צו קרעמער בלאג און ס'איז טו מאטש ווארק פאר מי)
http://kraitchme.blogspot.com/

יישר כח פאר די שלעכטע נייעס אז מען האט אראפגענומען די לינק צו מיין בלאג פון די אתר הפורום... איך מיין אז יעצט וועט מען מוזן רויט מאכן נאך אן אשכול מיט אלע בלאג אדרעסן פון חברי הקרעטשמע

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג יולי 09, 2006 2:22 am

קרעמער,

אין די אלטע קרעטשמע קענסטו שוין רויט מאכן אלע אשכולות, עס גייט מיר שוין נישט אן.

ביי דע וועי
איך מיין אז ביי די נייע הייד פארקעס איז שוין נישט רויט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 09, 2006 2:38 am

3x0 האט געשריבן:קרעמער,

אין די אלטע קרעטשמע קענסטו שוין רויט מאכן אלע אשכולות, עס גייט מיר שוין נישט אן.

ביי דע וועי
איך מיין אז ביי די נייע הייד פארקעס איז שוין נישט רויט.


איך פארשטיי נישט פשט אין דיין לעצטע שורה, וואס פאלט דיר ביי אז עס איז מער נישט רויט?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג יולי 09, 2006 3:27 am

מ. ב. קרעמער,

ביי מיין קאמפיוטער, ווען איך גיי ארויף אויף די נייע הייד פארק, זעה איך אנשטאט די רויטע פינטעל אזא בילדבילד און אנשטאט די גרינע פינטעל אזא בילדבילד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 26, 2006 11:01 pm

היינט איז די בלאגעלע געווארן אפדעיטעד מיט פרישע סחורה פון די אונטערנאציאלע ארענע, ווי אויך אביסל לאקאלע נייעס, באגלייט ווי געווענליך מיט א ביזנעס נייעס אויפן שפיץ גאפל, ווי אויך א געזונטהייט נאטיץ.

http://kraitchme.blogspot.com/

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג יולי 27, 2006 2:19 am

קענסט שוין צולייגן ביי דיין בלאג א לינק צו די נייע קרעטשמע

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 27, 2006 11:42 pm

איך בין ברוגז אויף די נייע קרעטשמע (נישט עכט) ווייל זיי האבן אראפגענומען די לינק צום קרעמער בלאג פון "אתר הפורום" אין די היידפארק קרעטשמע...

די עכטע סיבה איז, ווייל עס איז א פעין אין די נעק בלע"ז צוצולייגן א לינק ביי די בלאגס.

אגב, וואס איז געווארן מיט די פלאן אהערצוברענגן אלע נייעסלעך פון מיין בלאג פאר די דזשעינעט באנוצער? מעסטערמיינד; DO YOU HEAR ME?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יולי 27, 2006 11:43 pm

do you film me זאגט מען ביי אונז בראדערס.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג יולי 27, 2006 11:56 pm

קרעמער האט געשריבן:איך בין ברוגז אויף די נייע קרעטשמע (נישט עכט) ווייל זיי האבן אראפגענומען די לינק צום קרעמער בלאג פון "אתר הפורום" אין די היידפארק קרעטשמע...

די עכטע סיבה איז, ווייל עס איז א פעין אין די נעק בלע"ז צוצולייגן א לינק ביי די בלאגס.

אגב, וואס איז געווארן מיט די פלאן אהערצוברענגן אלע נייעסלעך פון מיין בלאג פאר די דזשעינעט באנוצער? מעסטערמיינד; DO YOU HEAR ME?

איי הער יוא לאחעד ענד קלעיר

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש יולי 23, 2011 10:19 pm

איין באטערפליי אויפ'ן רויעך טונקעלן סאפיט איז עדות אז איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער נאכן אפלייענען די ערשטע פאר ארטיקלען. די דיכטלען מיינע האבן אזוי געשפרינגען אז דער קאלירפולע זימער פויגעלע האט געהויבן פיס אזוי שנעל ווי זי איז געקומען און אפגעפיצט פון מיין דירה...
א באזוך ביים פאטער אין הויז!!!
אהיים אהיים אהיים...כ'קום אריין א גרוך איז אריין אין נאז - אומאקמעצעפטירבאר. נישט געבליבן נאר אויסצושמעקן א'יעדערער זיין חלק, און איבערלאזן מיט א גוט אויג פאר א צווייטן. דער אפעטיט מיינער איז אוועק מיטן ערשטן בליק. כ'צועפן דעם קילונג-קעסטל, (פרידזשערעיטער בלע"ז). א זאק לאטקעס, קוקט ארויס צו מיר מיט א תמימות. ווען נישט כ'פארשטייאז ס'איז געווען אינדרויסן פון א וואך פאר שבועות, וואלט איך גלייך אריינגעלייגט א לאך-צויי, אינעם זעקל. און ארויסגעגראבלט א צויי-דריי חתיכות הראויות להתכבד. אבער היות ס'איז ידוע אז "חטו דקדחו" האט מיר עס כלל נישט געצויגן. טא האב איך פארקלאפט דעם פריזער טיהר אויף אלע פארשלאגן, און געכאפט א בליק אויפן ארום.

א גרינ-ליכטיג ברוין האלב אפגעשיילטע ענגליש קיוקאמבער, האט געצויגן מיין אויג. ס'איז נאך געליגן דער מעסער איינגעשטאכן, ממש גרייט א ברכה צו מאכן....כ'גיי צו. הגוף קיים, אבער דער נשמה איז פארברענט, פארטריקנט, איינגעצויגן, ווי א אויסגעיורענע טייג. כ'קוק אביסל בעסער ארום. זעה איך פארשטיפט א באקאנט פנימ'ל. א פלעשל קאקא קאלא, סאדע, וואס זיצט אזוי באקוועם פון וווען כ'בין דא געווען ס'לעצטע מאל א קנאפע פיהר וואכן צוריק. נאכנישט געפותח'ט גרייט צוריק צוגעבן יעדע וויילע. עפעס האט מיר מיין טאטע מסביר געווען אז ס'איז א טעות געווען----
שוין איינמאל א טעות....
כ'קריך ווייטער אנטמוטיגט. אין קראן און דערנעבן - א שלל פון אויליגע אנגעוואסערטע שאכטלעך און קאנסערוון (פלאסטיק) פושקעס,און עכטע טעלערס, ליידיג אדער פול מיט וואש-וואסער. און דאס אלעס איז אויפן וועג צו מומע קנעפלרייסער.... וואס קאכט טעגליך די מאלצייטן פאר מיין מאמע זאל זיין געזונט..און דער טאטע, איז מיר אגב מסביר אז די פושקעס גייען אויף א סיסטעם, אז ס'קומט אן אלס נאכטמאל צו מאמי, און זי (שטופט עס אפ) לייגט עס - לאזט עס - אויף מארגן, אדער איבערמארגן, אדער קיינמאל. אזוי יעדן טאג ביז סוף וואך. און דעמאלטס,ווערט עס אויפגעגעסענערהייט - צוגעסענערהייט, ארויסגעווארפן.

נעכטן האט דעם פאטער א חולשא נקיט ליה, און ער האט געטשידט, און גענומען [געגאנבעט] די עלטסטע קאנסערוון פושקע, און אריינגעהאקט א נאכטמאל ווי שוין יארן נישט גע'חלומ'ט. (כ'רוף עס קאנסערוון, פשוט ווייל מ'האלט דערין עסן, איבער ווינטער, צו וואס. אבער נישט ח"ו אז ס'האלט - ווי אין פרישקייט גערעדט) און דער סוף איז געווען אז דער פאטער האט זיך פארדארבן די מאגן, אויף א געפערליכן פארנעם. ביז היינט נאכט איז עס נאך געדארבן.
ער האט היינט געגעסן צוויי בארן אינדערפרי.(מעשה אבות סימן לבנים. אז א באר איז גוט פארן מאגן)
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום זונטאג יולי 24, 2011 5:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 24, 2011 5:08 pm

דער פעדער האט גענעמען ס'פעדער איןד י האנט, און עס גיסט זיך געשמאקע תגובות...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 10:48 pm

ארונטערגעהויבן פון אונטן פון די טיפע זאַל מיט שמות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 11:00 pm

נשמה ביטע גיב גארנישט פון די שמות פאר די שמות קאלעקטארס אדער די וואס שטייען אויף ליע עוו. ביפאר פסח און אויך נישט פאר פינטערס
שליידער אלעס אהער ווי וואנט מארר
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 11:15 pm

יוש איז דאס זיס, געווען אמאל צייטן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיינע רב, לב בשר, ערליכער, שופר און 21 געסט