א טאג אין חיידר ביי ענגליש

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

א טאג אין חיידר ביי ענגליש

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג ינואר 26, 2020 5:02 pm

ענגליש טיטשער (מיט כעס): שמחה'לע גיי ארויס פין קלאס , גענוג איז גענוג!!

איך: פארוואס ?

עט: די מחוצף איינער , די פרעגסט נאך פארוואס ? גיי רוף אריין די פרינסעבאל אין איך על איהם שוין זאגן פארוואס ,פארשטאנען ?

ש: ניין, וועגען כ'האב געווארפן א אראנזש זשוס דעקל צו משי דארף איך ווערן ארויסגעשיקט ?

עט: שלומי גיי צום פרינסעבאל זאג איהם אז איך רוף איהם.

שלומי: אקעי

פרינסעבאל קומט אריין

עט: כ'האב ארויסגעשיקט שמחה'לע וועגען ער איז געווען א מחוצף אין ער פייפט מיך אן ווי כאילו ער איז גאר מיין באלאבאס

פרינסעבאל: שמחה פארוואס האסטו מיך נישט גערופען ?

איך: וועגען..אההההם...וועעעגען...וועגען..אההם...וועגען די טיטשער האט מיך פיינט...

פרינסעבאל: קודם כל דאס איז קיין תירוץ נישט אז א טיטשער הייסט פאלגט מען , פארשטאנען ?

איך (מיט א אראפגעלאזטע קאפ): יא

פרינסעבאל: צווייטענס פארוואס זאגסטו אז די טיטשער האט דיך פיינט ?

איך: ווייל ער האט מיר ארויסגעשיקט פאר גארנישט אין פאר נישט !

פרינסעבאל : ר' חיים דוד (עט)פארוואס האט איהר איהם ארויסגעשיקט ?

עט: איז אזוי,די מעשה מיט שמחה'לע פאנגט זיך אן פין די צווייטע טאג פין יאר ,ווען כ'האב איהם געזען שיקן צעטליך צו יענקי זיין שכן אויף די רעכטע זייט ,כ'האב מיך געמאכט כאילו איך זעה נישט אין געפארן ווייטער כאילו לא היה...

פרינסעבאל: איין מינוט ר' חיים דוד , שמחה'לע דאס איז אמת?

איך: יא אין ניין

פרינסעבאל: וואס הייסט?

איך: כ'האב עס געשיקט צו אברמי נישט צו יענקי

פרינסעבאל (ווארפט א שארפן בליק צו מיין זייט): ר' חיים דוד זיי ממשיך ביטע

עט: שפעטער אין טאג האב איך איהם געזעהן שישקען צו שמולי ,כ'האב שוין אנגעפאנגען צו זעהן אז דער שמחה'לע האט נישט קיין זיץ פלייש ,כ'האב איהם געזאגט מיט שיינעם שמחה'לע אין מיין קלאס רעדט מען נישט , שוין ,די נעקסטע פאר טעג איז ער געווען וואויל , ס'איז געקומען אינמיטען די צווייטע וואך איך קום אריין אין קלאס איין טאג אין שמחה'לע שטייט אינמיטען קלאס אין דארשענט ,די גאנצע עולם רייסט זיך פאר געלעכטער , נאך דריי פיהר מינוט האב איך איהם שטיל געמאכט אין ער איז זיך געגאנגען אראפזעצן פארשטייט זיך ער האט געמאכט עטליכע סטאפס אין דערמיט , אבער כ'האב אויף דעם אויך פארקוקט , למעשה מיט די צייט איז ער געווארן מער אין מער היימיש ער האט זיך אנגעפאנגען אויפשטעלן אן רשות ,ער האט גערעדט ווען אימער ס'האט זיך איהם געשמעקט , אין וואס כ'האב נאר פרובירט צו טוהן האט נישט געהאלפן , כ'האב שוין גערעדט מיט זיין טאטע אין ס'האט געהאלפן פאר א האלבע טאג אבער נישט מער, כ'גיי נישט יעצט פארציילן אלעס וואס ער האט מיר אנגעווערקשאפט ,אבער פאריגע וואך איין טאג גלייך פאר איך בין אריין אין קלאס , איך בין שוין געשטאנען ממש ביים טיר אריינצוגיין ווען כ'האב געזעהן עוזר קומט צו לויפען ,כ'האב געווארט פאר איהם ווייל איך האב נישט ליב ווען קינדער קומען אריין אין קלאס נאך מיך ,ס'שטערט די סדר , הכלל ער עפענט אויף די טיר אין א קאפ וואסער וואס איז געלעגען העכערן טיר איז אראפגערינען מיט אימפעט ,אין כ'האב נאך עספעיט צו הערן ווי שמחה'לע בעהט איהם איבער אז נישט איהם האט ער געמיינט ...כ'האב איהם דעמאלסט ארויסגערופען פין קלאס אין איך האב גערעדט צו איהם א שיינע פאר מינוט מיט גיט'ענס אין מיט בייזענס אז אויב הערט זיך דאס נישט אויף גייט ער פליען פין דאנעט , אין ס'איז אדורך איין וואך אין היינט האב איך געכאפט אין קאפ א דעקל וואס ער זאגט אז ער האט עס געוואלט שיסען אויף משי..פרעג איך דיר אזא יונגעל דארף איך האלטן ביי מיר ?

פרינסעבאל (קוקט זייער שטרענג): שמחה איך קען נישט גלייבען וואס איך הער

איך: איך אויך נישט

וואס איז ווייטער פארגעגאנגען דארף איך נישט פארציילן איך האב געכאפט אזאנע פראקעס מיט געשרייעראטציעס ד-ר-ך-א-ר-ץ-ק-ד-מ-ה-ל-ת-ו-ר-ה (די ליניעס זענען סימנים פין א פראק..) שוין נאך אפאר לאנגע מינוט אין 158 פראקעס שפעטער האב איך מיך געטראפן איבערבעטן די טיטשער מיט טרערן אין די אויגן צוזאגענדיג אז איך גיי שוין זיין וואויל הערשט דעמאלטס האט מען מיך געלאזט פריי גיין..
דאס איז נאר איינע פין די פילצאליגע מעשיות וואס איך האב אלץ נישט געהאט ביי ענגליש

כדערמאן זיך יעצט א מאסע געווען איזעס 6 יארע צוריק ביי מיין ערשטען זשאב אינטערוויו איך בין דעמאלטסט ארויס פין כולל , הכלל מיין אינטערוויוער פרעגט מיך צו איך קאן דאס גויעשע שפראך פארשטייט זיך אז איך האב גענטפערט מין קאנפידענטס "יא"האט ער מיך אראפגעשריבען אפאר ווערטער אין מיך געבעהטען איך זאל איהם עס פארליינען איינער פין די ווערטער איז געווען thought וויפיל גיהנום איך בין דעמאלטס אפגעקומען איז אומבאשרייבלעך כ'האב דעמאלטס אויסגעפינען וואס דאס מיינט שבעים פנים ל..
דערנאך האט ער מיר געבעהטען איך זאל ספעלן אפאר ווערטער ס'ערשטע ווארט איז געווען schedule האב איך מיך צוביסען די ציין דעמאלטסט.. כ'האב אנגעפאננגען אזוי skegull אין דערנאך sckeguol אין דערנאךsckedoul אין דערנאך skeduole אין אזוי בערך 15 מינע וועגען ביז כאב מיך אויפגעשטעלט מט בושות אין איהם געזאגט אז כמיין אז די זשאב איז נישט פאר מיר...
למעשה בין איך אביסל עלטער געווארן אין כ'דערזעה מיך יעצט אז קיין ענגליש קען איך ניקסט..
איינער האט אנייצע פאר מיך ???

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג ינואר 26, 2020 5:29 pm

:lol: :lol: פיין!

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג ינואר 26, 2020 5:33 pm

הערליך, גוט אראפגעלייגט, :lol:

אינטערעסאנט, איך האב געהאט בערך אן ענליכע מעשה, אבער איך קען יא ענגליש,

.....בדרך אגב, די ווארט חדר שרייבט מען אן יוד״ן, מעגליך אז ביי אידיש האסטו אן ענליכע מעשה?
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » זונטאג ינואר 26, 2020 5:36 pm

צירוק אין חיידער אריין!! (היינט איז די ענגליש איו חדר אויף א בעסערע לעוועל...)

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

תגובהדורך ארלאנדא » זונטאג ינואר 26, 2020 7:14 pm

פארגעס נישט איבערציבעטען ר' חיים דוד'ן...

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » זונטאג ינואר 26, 2020 7:28 pm

די ליניעס זענען סימנים פין א פראק..
די בויך טיט מיר ווי פין די פראק סימנים
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג ינואר 26, 2020 7:35 pm

צ/ק I have no eitza for you....
In your next gilgel you shouldn't do that to your teacher again...

נעהה... דזשאסט טשעפענינג... אונז פלעג מיר האבן די זעלבע עקספיריענס ווי דיר און ווען מ'פאנגט אן צו ארבעטן מיט גוים פאנגט מען אן צוביסלעך רעדן א געשמאקן ענגליש.

בד"וו ס'איז שוין דא אפאר אשכולות דערוועגן. יבא הקלינערס און זאלען אויפקלינען דעם סעלער וועט מען עס טרעפן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג ינואר 26, 2020 9:34 pm

nmi האט געשריבן:ווען מ'פאנגט אן צו ארבעטן מיט גוים פאנגט מען אן צוביסלעך רעדן א געשמאקן ענגליש.
.

מיינסטו צו זאגן ״ווען מ׳שטיצט א גוי?
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג ינואר 27, 2020 11:27 am

איך זיץ מיר אפן הר גריזים אין ארלאנדא מיט א רואיגקייט , אויפן טיש ליגט א באטעל קאניאק מיט א פעשען-סטראבערי דרינק ,איך קליק אריין אין אייוועלט אין איך זעה אז יש בו טענה'עט אז חיידר ספעלט זיך אן די צוויי יודן אין nmi גיבט מיר עדווייס ..
וויל איך ענק אלע געבן א יישר כח פארן צוגעבן צו מיין וויקאציע..
טענקס

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:49 pm

טאקע א בלעכענער דער
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג ינואר 27, 2020 3:50 pm

יש בו האט געשריבן:טאקע א בלעכענער דער

יאפ פאקט בלייבט פאקט...

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:52 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:כדערמאן זיך יעצט א מאסע געווען איזעס 6 יארע צוריק ביי מיין ערשטען זשאב אינטערוויו איך בין דעמאלטסט ארויס פין כולל , הכלל מיין אינטערוויוער פרעגט מיך צו איך קאן דאס גויעשע שפראך פארשטייט זיך אז איך האב גענטפערט מין קאנפידענטס "יא"האט ער מיך אראפגעשריבען אפאר ווערטער אין מיך געבעהטען איך זאל איהם עס פארליינען איינער פין די ווערטער איז געווען thought וויפיל גיהנום איך בין דעמאלטס אפגעקומען איז אומבאשרייבלעך כ'האב דעמאלטס אויסגעפינען וואס דאס מיינט שבעים פנים ל..
דערנאך האט ער מיר געבעהטען איך זאל ספעלן אפאר ווערטער ס'ערשטע ווארט איז געווען schedule האב איך מיך צוביסען די ציין דעמאלטסט.. כ'האב אנגעפאננגען אזוי skegull אין דערנאך sckeguol אין דערנאךsckedoul אין דערנאך skeduole אין אזוי בערך 15 מינע וועגען ביז כאב מיך אויפגעשטעלט מט בושות אין איהם געזאגט אז כמיין אז די זשאב איז נישט פאר מיר...

וויפיל מקען האבן זעלסט-פארוואורף איבערן ענגליש לערנען אלס קינדער, איז נאכמער צו באשולדיגן די שפראך אליין. כ'מיין די קראנקע ספעלינג סיסטעם.
וויאזוי אין די וועלט גייט נאך אן אין 2020 א שפראך מיט מער יוצאי מן הכלל, ווי כללים אליין? פארוואס פארעכט מען נישט דעם צעבראכענעם און אפגעפליקטן סיסטעם פון די אור-אלטע סטייל sight-words? סאו פאר-אלל-איי-קעיר שטאמט די ווארט פון דויטש אדער לאטייניש, נו מיילע? מוז לעולם דוד פארבלייבן א אות קין אינעם אויסלייג פונעם ווארט, כפטיש יפוצץ סלע?
אוודאי איז שוין געשריבן געווארן 100טע מאל וועגן דעם, דא אויפן וועלטל, אבער מיר באדערט איינמאל און ווידעראמאל ווי מ'פייניגט אויס די תלמידים/תלמידות זיך איינצו'חזיר'ן די אלע צעדרייטע אויסלייגן, אנשטאט אנפולן די קאפ מיט עפעס וויכטיגערס. במקום דליעול ירקא - ייעול בשרא דתורא.

איך האב גראדע פיין געלערנט ענגליש און כ'קען עס גאר גוט,
אבער כ'האב אמאל געגעבן פאר מיין ענגליש טיטשער א רשימה פון אפאר ווערטער, וואס יעדע ווארט לייגט צו איין אות אדער syllable צום פאריגן ווארט, און דאך איז יעדע איינס א וועלט פאר זיך, ולא קרב זה אל זה כל הלילה.

כ'האב אים געשריבן דיזע ווערטער:
eye
why
wire
choir
inquire
און כהאב געענדיגט מיט א ריזיגע WHY???
דאס איז א דוגמא מני אחת מאלף אלפי אלפים ורבי רבבות פעמים הטובות, כידוע.

#ווער סהאט א גלעזל קאלט וואסער זאל מיר שנעל באגיסן, ווייל ווי איר זעט איז מיין היץ ארויף...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 3:03 pm

יש בו האט געשריבן:.....בדרך אגב, די ווארט חדר שרייבט מען אן יוד״ן, מעגליך אז ביי אידיש האסטו אן ענליכע מעשה?

ער האט זיך פשוט צוגעלערנט איווריט... דארט שרייבן זיי חיידר כדי סזאל זיך נישט הערן ווי כעדער, און ברוב גאונם שרייבן זיי אויף א אדמו"ר "הרב'ה אמר", כדי ס'זאל זיך הערן ווי 'רעבע' און נישט ווי 'ראבי'.
שוין, פארקראכן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 3:42 pm

ווי זאגט נאר לאנגזאם.
ווער סהאט געמאכט דעם שפראך קען נישט קיין ענגליש

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 5:40 pm

וואגעבליבן האסט שוין אן עצה????
אויב יא וואלט איך געגקענט באשטיין צו וויסן......
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 5:54 pm

ענגליש האט נישט קיין כללים ווייל רוב ווערטער קומען טאקע נישט פון ענגליש, די אזויגערופענע "ענגליש" וואס מ'רעדט היינט קומט ניטאמאל האלב דערפון פון ענגליש, ס'רוב איז א געמויזאכץ פון פראנצויזיש, לאטייניש, און אן אנלויפעניש פון נאך פארשידענארטיגע שפראכן.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 5:59 pm

חלב ישראל האט געשריבן:ענגליש האט נישט קיין כללים ווייל רוב ווערטער קומען טאקע נישט פון ענגליש, די אזויגערופענע "ענגליש" וואס מ'רעדט היינט קומט ניטאמאל האלב דערפון פון ענגליש, ס'רוב איז א געמויזאכץ פון פראנצויזיש, לאטייניש, און אן אנלויפעניש פון נאך פארשידענארטיגע שפראכן.

דאס ווייסן מיר גוט. אבער בשעת מ'ענגליש'יזירט א ווארט, וואלט מען געמוזט תיכף צופאסן די אויסלייג דערפון צו די אנגענומענע ענגלישע כללים.
ס'גייט מיר גאר ווייניג אן ביים שרייבן ענגליש, אז במקורו פון official איז דאס ווארט 'אפיציעל'. ממילא ווילן איך און דו און יעדער צווישן אונז, אז מען עס אויסלייגן ufishel.

און אוודאי איז העכסט צייט צו ערפינדן א אות ש' אינעם פארגעשריטענעם ענגליש, ווי אויך א אות פאר th (ווי math) און פארן צווייטן סארט th (ווי the) און פאר ch וכיו"ב.

געב עס איבער בשמי פאר די נויטיגע אינסטאנצן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט