תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:33 am

דו האסט גענומען די איטער אין איהם געגעבן א צווייטן נאמען

אויב זאגט מען אז די ספעיס איז אנגעפילט מיט א חומר אדער עני זאך ווי אזוי דו ווילסט עס אנרופן קומען מיר צום פוינט אז די לייט לויפט אין יענעם זאך אין מוואלט געדארפט זעהן א חילוק אין די לייט שנעלקייט או דאס האט איינשטיין אוועקגענומען.
די הסבר וואס דו געבסט אויף גרעוויטי איז אבער נישט וואס איינשטיין טענהט און דאס האט צו סאך לעכער
איין פשוטע נקודה: לויט דעם וואלט געדארפט זיין א שטערקערע כח אויף די זייט וואס די וועלט רוקט זיך.

אבער אזוי פון דיין תגובה כאפ איך וואס דא גייט פאר

1 איז געווען קלאר אז סאיז דא א איטער ווייל א וועייוו דארף לויפן אין עפעס
2 אויב אזוי לייט ווערט נישט נשפע פונעם פלאץ ווייל די איטער שלעפט זיך דאך נישט מיט מיטן חומר
3 דארף מען דאך קענען מעסטן די לייט רעלעטיוו צום איטער
4 מקען דאך נישט מעסטן די לייט
5 מוז מען זאגן אז יעדער זעהט לייט די זעלבע שנעל

טראכט איך צו מיר
די איטער האט מען אני וועי אוועק געווארפן
סא ווארף מיט מיט איהם די הנחה אז לייט ווערט נישט נשפע
לאמיר זאגן סווערט יא נשפע און שלום על ישראל
איך זעה נישט וועלכע פראבלעים איז דא מזאל דארפן מאכן א נייע טעאריע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:42 am

טוב לב האט געשריבן:לאמיר פאר א מינוט געבן א טאנץ אריבער צו ספעשיל רעלאטיוויטי און פארשטיין וויאזוי גראוועטי און עקסעלארעשאן.

דו מיינסט אוודאי דזענעראל רעלאטיוויטי, אונז רעדן דא א גאנצע צייט פון ספעשיל רעלאטיוויטי, נאר דזענאעראל רעלאטיוויטי האט מיט גראוויטי און עקסעלערעישן.

לדעתי לוינט זיך נישט אריינצוגיין אין ביידע צוזאמען, מען דארף קודם פארשטיין קלאר ספעשל רעלאטיוויטי און נאכדעם דזענעראל.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:44 am

איינס האט געשריבן:א גוט ווארט פון איינשטיין

אם תורת היחסות שלי תוכח כנכונה, הגרמנים יקראו לי גרמני, השווייצרים יקראו לי שווייצרי והצרפתים יקראו לי מדען גדול.
אם היחסות תוכח כלא נכונה הצרפתים יקראו לי שווייצרי, השווייצרים יקראו לי גרמני והגרמנים יקראו לי יהודי.

ליידער אזוי אמת.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:57 am

איינס האט געשריבן:1) איך זעה נישט פארוואס זאל איין שטראל אנקומען פארן צווייטן, אויפן דזשיף זעה איך אבער נישט אין מציאות, אויב די ערשטע שטראל איז געווארן שנעלער ווערט דאך די צווייטע אויך.

די שטראל וואס קומט ארויס בשעת די שטערן גייט אוועק פון אונז, וועט נישט קומען אזוי שנעל צו אונז ווי די שטראל וואס קומט ארויס שפעטער ווען די שטערן קומט נענטער צו אונז. וויבאלד די שפעטערע גייט שנעלער, וועט עס אנקומען צו אונז נאך פאר די ערשטע.

איינס האט געשריבן:2) נניח אז סגעשהט, ווי אזוי ווילסטו "זעהן" אז סגשעהט ווען די ערשטע קומט פאר די צווייטע, דו וועסט זעהן אנדערש ווי דער מציאות איז אבער ווי אזוי קען מען פראוון אז סגעשהט נישט.

אויב וואלט עס געשען, וואלטן אונז געזען גאר א מאדנע ארביט. טראכט אריין, אונז זעען די שטערן גייט אוועק, פלוצלונג קומט עס שוין נענטער, און נאכדעם איז עס ממשיך אוועקצוגיין. (און דאס איז נישט וואס אונז זעען)

איינס האט געשריבן:אויסער דעם פארשטיי איך בכלל נישט ביים דזשיף ווי אזוי די שטראלן זענען שנעלער געווארן, ווען איך שיס א קויל און סלויפט אריבער אין א פארעדיגע באס וועט די קויל נישט שנעלער ווערן, דאס אז מגייט דורך אין לופט פון א פארעדיגע זאך מאכט עס נאכנישט שנעלער

אין די דזיף איז דא א זון וואס דרייט זיך ארום, די שטראלן גייען שנעלער צו רעכטס ווען די זון גייט רעכטס, און שטייטער צו רעכטס ווען די זון גייט לינקס. נישט דאס האסטו געוואלט? (איך ווייס נישט וואס זיי ווילן מיט די אונטערשטע חלק)

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך ינואר 29, 2020 10:59 am

רואיג! האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן:לאמיר פאר א מינוט געבן א טאנץ אריבער צו ספעשיל רעלאטיוויטי און פארשטיין וויאזוי גראוועטי און עקסעלארעשאן.

דו מיינסט אוודאי דזענעראל רעלאטיוויטי, אונז רעדן דא א גאנצע צייט פון ספעשיל רעלאטיוויטי, נאר דזענאעראל רעלאטיוויטי האט מיט גראוויטי און עקסעלערעישן.

לדעתי לוינט זיך נישט אריינצוגיין אין ביידע צוזאמען, מען דארף קודם פארשטיין קלאר ספעשל רעלאטיוויטי און נאכדעם דזענעראל.

גערעכט.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:06 am

רואיג! האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:2) נניח אז סגעשהט, ווי אזוי ווילסטו "זעהן" אז סגשעהט ווען די ערשטע קומט פאר די צווייטע, דו וועסט זעהן אנדערש ווי דער מציאות איז אבער ווי אזוי קען מען פראוון אז סגעשהט נישט.

אויב וואלט עס געשען, וואלטן אונז געזען גאר א מאדנע ארביט. טראכט אריין, אונז זעען די שטערן גייט אוועק, פלוצלונג קומט עס שוין נענטער, און נאכדעם איז עס ממשיך אוועקצוגיין. (און דאס איז נישט וואס אונז זעען)

פארוואס מאדנע מוואלט געזעהן ווי ער גייט ארויף אראפ און צוריק ארויף און שנעל אראפ
אנשטאט זעהן אז ער דריידט זיך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:11 am

איינס האט געשריבן:דו האסט גענומען די איטער אין איהם געגעבן א צווייטן נאמען

אויב זאגט מען אז די ספעיס איז אנגעפילט מיט א חומר אדער עני זאך ווי אזוי דו ווילסט עס אנרופן קומען מיר צום פוינט אז די לייט לויפט אין יענעם זאך אין מוואלט געדארפט זעהן א חילוק אין די לייט שנעלקייט או דאס האט איינשטיין אוועקגענומע.
פינקטליך ווי אזוי לייט געט זיך א עצה מיט ספעיס טיים וועט מען לאזן פאר שפעטער. אבער קודם פארשטיי אז לייט איז בכלל נישט משועבד צי ספעיס טיים ס'איז א עקסטערע מציאות וואס האט נישט קיין שייכות איינער צום צווייטען. אנדערש ווי איטער וואס איז ספעשל דיזיינט געווארען פאר לייט וועיוו

די הסבר וואס דו געבסט אויף גרעוויטי איז אבער נישט וואס איינשטיין טענהט און דאס האט צו סאך לעכער
איין פשוטע נקודה: לויט דעם וואלט געדארפט זיין א שטערקערע כח אויף די זייט וואס די וועלט רוקט זיך.
ספעיס פאלט אראפ צו די וועלט פון אלע פיר זייטן.


אבער אזוי פון דיין תגובה כאפ איך וואס דא גייט פאר

1 איז געווען קלאר אז סאיז דא א איטער ווייל א וועייוו דארף לויפן אין עפעס
2 אויב אזוי לייט ווערט נישט נשפע פונעם פלאץ ווייל די איטער שלעפט זיך דאך נישט מיט מיטן חומר
3 דארף מען דאך קענען מעסטן די לייט רעלעטיוו צום איטער
4 מקען דאך נישט מעסטן די לייט
זיכער קען מען מעסטן לייט. און מ'האט עס טאקע געמאסטן און מ'האט געזען אז ווען מ'מעסט לייט נישט קיין חילוק ווי שנעל אדער שטאט מ'פארט וועט די ראדאר אלס ווייזן אז די ספיד אף לייט איז סי.

5 מוז מען זאגן אז יעדער זעהט לייט די זעלבע שנעל

טראכט איך צו מיר
די איטער האט מען אני וועי אוועק געווארפן
סא ווארף מיט מיט איהם די הנחה אז לייט ווערט נישט נשפע
לאמיר זאגן סווערט יא נשפע און שלום על ישראל
איך זעה נישט וועלכע פראבלעים איז דא מזאל דארפן מאכן א נייע טעאריע

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:13 am

טוב לב האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:4 מקען דאך נישט מעסטן די לייט
זיכער קען מען מעסטן לייט. און מ'האט עס טאקע געמאסטן און מ'האט געזען אז ווען מ'מעסט לייט נישט קיין חילוק ווי שנעל אדער שטאט מ'פארט וועט די ראדאר אלס ווייזן אז די ספיד אף לייט איז סי.
דאס האב איך געמיינט צו שרייבן
אז די הנחה אז לייט גייט אין א איטער און דערנאך האט מען געזעהן אז ווען ממעסט לייט איז אייביג די זעלבע תוצאה איז געווארן א פראבלעם

פרעג איך פארוואס קען מען נישט אפלאזן די אלטע הנחות און צוריקגיין צו אנהייב
נישטא קיין איטער לייט ווערט יא נשפע און דערפאר זעהט מען נישט קיין חילוק ווען ממעסט די לייט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:14 am

איינס האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:2) נניח אז סגעשהט, ווי אזוי ווילסטו "זעהן" אז סגשעהט ווען די ערשטע קומט פאר די צווייטע, דו וועסט זעהן אנדערש ווי דער מציאות איז אבער ווי אזוי קען מען פראוון אז סגעשהט נישט.

אויב וואלט עס געשען, וואלטן אונז געזען גאר א מאדנע ארביט. טראכט אריין, אונז זעען די שטערן גייט אוועק, פלוצלונג קומט עס שוין נענטער, און נאכדעם איז עס ממשיך אוועקצוגיין. (און דאס איז נישט וואס אונז זעען)

פארוואס מאדנע מוואלט געזעהן ווי ער גייט ארויף אראפ און צוריק ארויף און שנעל אראפ
אנשטאט זעהן אז ער דריידט זיך

קוק אויף די דזיף וויאזוי די ליכטיקייט קומט אן צו די רעכטע זייט, עס וואלט געווען גאר מאדנע, און מען וואלט עס נישט געקענט מסביר זיין מיט קיין שום אסטרענאמישע געזעצן.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:16 am

אדער מוואלט געדארפט טוישן די אסטראנאמישע געזעצן

איך זעה די דזשיף איך פראביר נאר צו טראכטן וואס וואלט איך געזעהן אין מיין קאפ
פראביר דיר פארשטעלן וועסטו זעהן אז סאיז נישט אזוי מאדנע

לאמיר עס זאגן אביסל אנדערש
טויש אויף די שטראלן מיט באליס וואס גייט געשעהן?
די באלי וואס איך ווארף פארדעם וועט אנקומען נאך די וואס איך שיק ארויס נאכדעם?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:21 am

איך האב געמאכט א טעות ביים געבן די משל פון ראובן און שמעון ווען זיי פארען אויף א באן.

לאמיר עס טוישן אז די שטראל טאנצט ארויף און אראפ לויט ראובן וואס זעט די לייט גיין גלאך ארויף און אראפ נעמט יעדע טאנץ א סעקנאנד. אבער לויט שמעון וואס זעט די לייט גיין שיפ ארויף און שיפ אראפ קומט אויס אז יעדע טאנץ נעמט איין און א האלב סעקאנד.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:31 am

וויאזוי זעען אונז די באליס אנקומען? קודם פון אינמיטן, נאכדעם אביסל רעכטס, מער רעכט, מער רעכט, ווייניגער רעכט, ווייניגער רעכט, אינמיטן, אביסל לינקס, מער לינק, מער לינק, ווייניגער לינק, ווייניגער לינק, צוריק צו אינמיטן. דאס איז די סדר וואס אונז זעען עס, און דאס איז די סדר וואס מאכט סענס.

אויב וואלטן אונז געזען קודם פון אינמיטן, נאכדעם אביסל רעכטס, מער רעכט, מער רעכט, ווייניגער רעכט, אביסל לינקס, ווייניגער רעכט, מער לינק, אינמיטן, מער לינק, ווייניגער לינק, ווייניגער לינק, צוריק צו אינמיטן. וואלט זיך יעדער געוואונדערט וואס גייט דא פאר, ביז מען וואלט פארענטפערט אז א שטראל ווערט נשפע פון וואס עס קומט ארויס.

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:41 am

איינס האט געשריבן:אדער מוואלט געדארפט טוישן די אסטראנאמישע געזעצן

איך זעה די דזשיף איך פראביר נאר צו טראכטן וואס וואלט איך געזעהן אין מיין קאפ
פראביר דיר פארשטעלן וועסטו זעהן אז סאיז נישט אזוי מאדנע

לאמיר עס זאגן אביסל אנדערש
טויש אויף די שטראלן מיט באליס וואס גייט געשעהן?
די באלי וואס איך ווארף פארדעם וועט אנקומען נאך די וואס איך שיק ארויס נאכדעם?


מ'וואלט געדארפט זען ווי די פלאנעט בעקט צוריק. ווייל קודם גייט מען זען די שטראלען וואס ווייזט די פלאנעט איז נאנט צי אונז (וויל די שטראלען לויפ דאך שנעלער) און הערשט דערנאך וועט מען זען די פלאנעט צוריק בעקן (ווייל יענע שטראלען לויפן שטאטער)

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:53 am

אונז זענען נישט אויף איין פעידזש ווייל דו קוקסט אויפן דזשיף
דארט איז עפעס א חשבון מיט די אונטערשטע חלק

קענסט זעהן ווי די שטראל אליין ווערט שנעלער ווען ער גייט העכער דעם שטיקל
איך כאפ נישט וואס די דזשיף דארף זאגן (לויט וויפל איך כאפ דארף עס מסביר זיין אויב די איטער ווערט מיטגעשלעפט און שלעפט אויך די לייט)

יעצט צו אונז

אויב די שטערן דריידט זיך און לייט ווערט נשפע
לאמיר זאגן די שטערן פארט האלב סי
קומט אויס אז די שטראל וואס גייט ארויס וווען די שטערן איז אונטן וועט פארן סי +האלב סי
די שטראל וואס גייט ארויס ווען די שטערן איז מערסט צו אונז וועט גיין סי
די שטראל וואס גייט ארויס ווען די שטערן איז אויבן וועט גיין סי - האלב סי = הלאב סי

איך זעה נישט וואס דארף זיין מאדנע נאר אז מוועט זעהן אז סהאט גענומען לענגער ווי סנעמט העכט

Screen Shot 2020-01-29 at 11.51.26 AM.png
Screen Shot 2020-01-29 at 11.51.26 AM.png (39.97 KiB) געזעהן 235 מאל


אין אנדערע ווערטער אויב אונז וועלן זאגן אז ער פארט א גאנצע צייט די זעלבע ספיד וועלן מיר זעהן אז ער גייט נישט רינדעכיג נאר.... (קענסט די שעיפ פון ערגעץ?)

Screen Shot 2020-01-29 at 11.51.55 AM.png
Screen Shot 2020-01-29 at 11.51.55 AM.png (23.5 KiB) געזעהן 235 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:02 pm

דו ביסט גוטע נייעס! דו האסט געמאכט אזא עקסטרעמע משל (די שטערן פארט מער ווי האלב די ספיד אף לייט), אז דו דארפסט נאר צולייגן 2 סעקונדעס און די קומסט אן צום פראבלעם. צוויי סעקונדעס שפעטער וועט די שטערן ארויס שיקן נאך א שטראל פון די ערשטע פלאץ, און דעמאלטס איז די פריעדיגע שטראל נאכנישט אנגעקומען.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:04 pm

איך כאפ נישט

וואס איז אז סאיז נאכנישט אנגעקומען , אבער צו אונזער אויגן וועט עס אנקומען נאך שפעטער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:10 pm

דא האסטו ווען עס קומט צוריק

Screen Shot 2020-01-29 at 12.08.42 PM.png
Screen Shot 2020-01-29 at 12.08.42 PM.png (44.96 KiB) געזעהן 233 מאל


דא וועלן ביידע שטראלן אנקומען צוזאמען 5:00
דאס מיינט איך וועל זאגן סאיז געפלויגן זייער זייער זייער זיייער שנעל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:11 pm

דו האסט א שטראל וואס גייט ארויס 0:02, און קומט אן 0:05. יעצט טראכט פון די שטראל וואס גייט ארויסגיין 0:04, פון די פלאץ וואס דו האסט אנגעפאנגען, דאס וועט אויך אנקומען 0:05. און די שטראל וואס גייט ארויס 0:03 פון אינמיטן, וועט לכאאורה אויך אנקומען 0:05.

דאס וועט זיין א נישט נארמאלע אפטיקל אילוזיע!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:20 pm

אונז לעבן א גאנצע צייט מיטן שקר און אונז מאכן אפ אז די אמת איז וואס מזעהט און וויפל א זייגער מזעהט

בעוד וואס איך קען זאגן אז 6:00 האט ראובן געשריגן און 6:01 האט שמעון געשריגן
וועט א צווייטער זאגן אז שמעון האט געשריגן 6:00 און ראובן 6:01
און ווען מזאל פרעגן זיי צוויי וועט ראובן זאגן אז אויף זיין זייגער איז געווען 5:59 און שמעון וועט זאגן אז זיין זייגער איז געווען 6:00

איך זעה נישט וואס די פרעבלעם איז
אויב זעעהן מיר צוויי שטראלן קומען אן צוזאמען אדער שנעלער מאכן מיר אפ אז זיי זענען געווען נענעטער אדער אויפן זעלבן פלאץ אדער אז סאיז געפלויגן גאר שנעל און איך זעה א שטרייך אויפן הימל

די שטערקסטע פראוו פאר דעם איז טאקע וואס איינשטיין האט געטענהט אז די לייט שטראלן בייגן זיך און מהאט עס געפארווט ביים לקוי חמה אז כאטש די שטערן איז געווען אונטערן זון האבן מיר עס געזעהן און זייט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:33 pm

איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט, ווען איך זאל האבן א קשיא פארוואס שטראלן קומען אן צומישט, קענסטו פראבירן צו ענטפערן וואס דו ווילסט.

איך פרעג דיר אבער פארקערט, אלע שטראלן קומען אן שיין על הסדר, אפילו פון שטערנס וואס זענען 100'טע ליכט יארן אוועק. דאס מיינט אז אויב וואלט די ליכט געווארן נשפע פון ווי עס קומט ארויס, וואלט עס געהאט 100'טע יארן צו זיך אויסשטעלן אנדערש. אבער אלעס קומט אן על הסדר.

איז דאס נישט א קלארע ראי' אז ליכטיקייט גייט די זעלבע שנעל, אומאפהענגיג פון וואו עס איז ארויס?

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:36 pm

ווער זאגט סאיז על הסדר?

דו זאגסט אז סאיז די סדר

אבער אפשר גייט די שטערן יא פונקט א רינדעכיגע סייקל אין די זעהסט א אליפסא טאקע ווייל די שטראלן קומען אן צופארן וכו' וכו'

אין א געוויסע פוינט ביסטו אויך מודה אז מזעהט נישט די סדר ווי ביים שטערן וואס איז געווען אונטערן זון און מהאט איהם געזהן אין זייט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:45 pm

אונז האבן אבער קלארע געזעצן וויאזוי די פלאנעטן און שטערן גייען, עס קען זיין א סירקעל, אדער מער עליפטיק, אבער עס גייט נישט גיין, זיך אפשטעלן פארן צוריק, און פארן ווייטער. עס קען נישט ארבעטן אזוי לויט קיין שום געזעץ אין פיזיקס וואס אונז ווייסן. און אונז זעען אז עס גייט יא אזויווי אונז ווייסן. די נאנטע שטערן, און אויך די גאר ווייטע שטערן.

איינס האט געשריבן:אבער אפשר גייט די שטערן יא פונקט א רינדעכיגע סייקל אין די זעהסט א אליפסא טאקע ווייל די שטראלן קומען אן צופארן וכו' וכו'

ווען עס וואלט געווען א קליינע חילוק, וואלט מען געקענט פארענטפערן. אבער מען רעדט דא, אז די שפעטערע דארף אנקומען פריער פון די פריערדיגע.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:55 pm

נישטא קיין קלארע געזעצן זיי טוישן זיך

ניוטאן האט אוועקגעשטעלט געזעצן און סהאט נישט אלעס געשטומט (כוכב חמה)
איינשטיין האט געפיקסט און איז בעסער צוגעקומען

נעם אויך אין חשבון אז איך רעד לו יצוייר סוואלט געווען א שטערן וואס פליט אזוי שנעל,
יתכן אז סאיז טאקע נישטא אזא זאך און דערפאר זעהסטו עס נישט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך ינואר 29, 2020 1:03 pm

שטארק מעגליך אז עס נישטא א שטערן וואס פארט אזוי שנעל, אבער דיין משל איז געווען איין ליכט סעקונדע ווייט, נאך נענטער ווי די לבנה צום וועלט. אבער א שטערן וואס איז ליכט יארן אוועק דארף נישט פארן אזוי שנעל צו האבן די עפעקט.

עס איז א שאד צו רעדן וועגן די פרטים פון די געזעצן, מאך א בילד און רעכן אויס ווי צומישט עס וואלט געדארפט אנקומען, וועסטו פארשטיין פארוואס מען קען נישט אזוי פארענטפערן.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:06 am

גערעכט

יתכן אז סאיז מעגליך צו טרעפן א פוינט וואו די שטראל זאל אנקומען פונקט נאך ווען די נעקסטע קומט אן אז סזאל אויסזעהן ווי ער פארט געהריג כאטש ער זהט א חלק פון די ערשטע דריי און א חלק פון די צווייטע
אבער סאיז נישט מעגליך צו זאגן אזוי ווייל אונז האבן דאך שטערנס אלל אווער

סא האבן מיר אויסגעלקארט די נקודה

בלייבן מיר מיט די אנדערע צוויי

1) לייט גייט אייביג סי 2
2) לייט ווערט נישט נשפע פון די פלאץ ווי ער גייט ארויס
3) ספעיס (פלאצייט) איז רעלעטיוו

איך וואלט געגאנגען גלייך צו נאמבער 3 ווייל איך האלט אז 1 האט צו טוען ווי אזוי מאיז מסביר 3
דהיינו: לייט גייט אייביג סי רעלעטיוו, אבער די שאלה וואס מיינט רעלעטייו, אז סטוישט זיך צו אז איך זעה עס אנדערש

סא לאמיר גראד גיין צום פוינט:
אונז האבן די שאלה: לייט ווערט זיכער נישט נשפע און מהאט געמאכט א עקספירעמענט וואס זאגט לכאורה אז סווערט יא נשפע ווייל מזעהט נישט קיין חילו קפון די שטראלן.

קומט איינשטיין און פארענטפערט: רעלעטיוויטי!
וואס פשט פון די ווארט און וווי אזוי ווערט למעשה פארענטפערט די סתירה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט