"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

פיבער מעסטער האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי אז ער רעדט דארט פון חסידישע רבי'ס? ער רעדט פון אונגארישע רבנים...., ער שרייבט דאך אז די רבנים זענען פון די ערב רב, און ער פירט טאקע אויס "ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת שמוסרים נפשם לה' לא לקבל שום תועלת לעצמם" און אזוי טוען מיר טאקע ב"ה.

(1) ספר דברי חיים על התורה - פרשת ויקהל
וזה י"ל שכוונת הפסוק שאמר אלה הדברים וכו', היינו שד' צוה שלא יתחברו עם הערב רב בשום פעם, ועל ידי זה יהיו ראויים לבנות משכן, כי ישראל בעצמם קדושים, אך הערב רב כל חסדים דעבדי לגרמייהו עבדו (תיקו"ז תי' ו' כב.) כנראה בעליל שהרבנים והחסידים והבעלי בתים שבדור המה בעוה"ר רובן מערב רב ורוצים לשרור על הציבור, וכל מעשיהם רק לגרמייהו לקבל כבוד וממון, ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת, שמוסרים נפשם לד', לא לקבל שום תועלת לעצמם:

די פראבלעם איז נאר ווען מען האלט אלע עובדי ה' פאר גארבעזש, און קלאר נישט דאס האט דער דברי חיים געמיינט, נאר טאקע ווי ער פירט אויס אז מען זאל זיך מחבר זיין צו אמת'ע ערליכע אידן. ער פירט נישט אויס [דאס ווי די היינטיגע חברה פירן אויס] "ולכן אין להתחבר לשום עובד ה' כי אינך יודע מה טמון בלבו" כלל וכלל לא, ער פירט אויס פשוט "ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת".
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובה דורך בטיש בטישין »

איך ווייס נישט ווער פאלט.. יעך האב קיינמאל געמיינט אז מען זאל זיך נישט גיין צו אן ערליכע יוד איך האב געוואלט ווייזן וואס דער דברי חיים אליין שרייבט און ספר וממנו ילמדו כ''א לפי הבנתו היינט מיינט עס אויך דער חסידישע רבי'ס.... ..
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

לב בשר האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי אז ער רעדט דארט פון חסידישע רבי'ס? ער רעדט פון אונגארישע רבנים...., ער שרייבט דאך אז די רבנים זענען פון די ערב רב, און ער פירט טאקע אויס "ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת שמוסרים נפשם לה' לא לקבל שום תועלת לעצמם" און אזוי טוען מיר טאקע ב"ה.

(1) ספר דברי חיים על התורה - פרשת ויקהל
וזה י"ל שכוונת הפסוק שאמר אלה הדברים וכו', היינו שד' צוה שלא יתחברו עם הערב רב בשום פעם, ועל ידי זה יהיו ראויים לבנות משכן, כי ישראל בעצמם קדושים, אך הערב רב כל חסדים דעבדי לגרמייהו עבדו (תיקו"ז תי' ו' כב.) כנראה בעליל שהרבנים והחסידים והבעלי בתים שבדור המה בעוה"ר רובן מערב רב ורוצים לשרור על הציבור, וכל מעשיהם רק לגרמייהו לקבל כבוד וממון, ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת, שמוסרים נפשם לד', לא לקבל שום תועלת לעצמם:

די פראבלעם איז נאר ווען מען האלט אלע עובדי ה' פאר גארבעזש, און קלאר נישט דאס האט דער דברי חיים געמיינט, נאר טאקע ווי ער פירט אויס אז מען זאל זיך מחבר זיין צו אמת'ע ערליכע אידן. ער פירט נישט אויס [דאס ווי די היינטיגע חברה פירן אויס] "ולכן אין להתחבר לשום עובד ה' כי אינך יודע מה טמון בלבו" כלל וכלל לא, ער פירט אויס פשוט "ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת".


נו, ער שרייבט חסידים, ווי שטייט דא רבי'ס? חסידים מיינט די המון עם וואס זיי זענען געווארן אנגערופן בשם חסידים... פשוט מאוד... ער שרייבט קלאר רבנים, מיינט דאס על כל פנים אינקלודעד די אונגארישע רבנים. ממילא טאנץ נישט אזוי אויף מיט די שטיקל דברי חיים כאילו ער מיינט דא חסידישע רבי'ס... בכלל נישט...

ולכן אין להתחבר רק עם עובדים באמת!!!! כהוראת הדברי חיים!!!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

בטיש בטישין האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער פאלט.. יעך האב קיינמאל געמיינט אז מען זאל זיך נישט גיין צו אן ערליכע יוד איך האב געוואלט ווייזן וואס דער דברי חיים אליין שרייבט און ספר וממנו ילמדו כ''א לפי הבנתו היינט מיינט עס אויך דער חסידישע רבי'ס.... ..

איך האב בכלל נישט פארשטאנען פון דיין תגובה צו פוינטן פינגערס אויף געוויסע קרייזן.
כ׳האב פארשטאנען דיין נקודה (פיבער האט נישט פארשטאנען)

נאר הרב פיבער האט געשריבן כאילו דער ד״ח האט געמיינט געוויסע מער ווי אנדערע, האב איך אונטערגעשטרייכט די ווארט חסידים... ער מיינט יעדעם אייניג..
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובה דורך בטיש בטישין »

סארי. דו האסט אריינגעכאפט א תגובה בשעת איך האב געשריבן צו פיבער מעסטער

בדרך אגב זעה איך פון פיבער'ס ווערטער אז ער מיינט טאקע ערסנט אז דער דברי חיים האט נאר געמיינט די אונגערישע ר'בנים.....
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

בטיש בטישין האט געשריבן:סארי. דו האסט אריינגעכאפט א תגובה בשעת איך האב געשריבן צו פיבער מעסטער

בדרך אגב זעה איך פון פיבער'ס ווערטער אז ער מיינט טאקע ערסנט אז דער דברי חיים האט נאר געמיינט די אונגערישע ר'בנים.....


עס זעהט מער אויס פון אייערע תגובות אז איר מיינט טאקע ערנסט אז דער דברי חיים האט נאר געמיינט די חסידישע רבי'ס....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

וואס איז די חידוש דא? דער קאמארנער שרייבט דען נישט ענדליך?

נאר זיין אויספיר איז אז "מיר" ברויכן "זיך" בודק זיין וכו'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

אויך אמת.
דאכט זיך אבער אז דאס איז נישט די אויספיר פון דער ד״ח און פונעם קאמארנער.
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

קלאר אז דאס איז וואס דער קאמארנער פירט אויס מיט קלארע ווערטער, אז מיר ברויכן "זיך" בודק זיין, און ער זאגט קלאר אז נאר לגבי דאס איז דאס נוגע צו וויסן ולא זולת!!! איך האב נישט יעצט אויף די מינוט געטראפן די ווערטער, אבער זיך עס אויף וועסטו טרעפן זיינע ווערטער.

אבער אויף די מינוט האב איך געטראפן די ווערטער אין היכל הברכה פ' בראשית ווי ער שרייבט ווי פאלענד, ואחר כל הנ"ל בניי ואחיי תראו והוא העיקר שתידבק נפשיכם לאיזה צדיק הדור אמיתי וזה העיקר מכל וכבר הארכתי בזה לעיל ודי בזה כי אין דור יתום חליל' ולפי ערך הדור הקב"ה שולח חכמים עדיפים מנביאים וזהו הוא העיקר מכל שלא תתטפש וד' יראה ללבב בודאי.

שלא תתטפש...
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובה דורך איישישאק »

דער רמ"א אין שו"ע, און דער ש"ך איז אים מסביר, פסקנ'ט אז ענייני קבלה וסוד מעג מען נישט לערנן ביז מען איז א תלמיד חכם מופלג מיט פארשידענע מעלות. ווען דער בעל התניא האט אנגעהויבען אויסצולערנען זיין חסידים נסתרות שבתורה, ווען אסאך פון זיי זענען נישט געווען אויף די מדרגה, האט ער זיך מסביר געווען מיט א משל.

מעשה בבן מלך וואס איז שטארק קראנק געווארען און מ'האט גערופן די בעסטע דאקטוירים, און אלע האבען נישט געהאט וואס צו זאגען. עד שבא דאקטאר אחד, און ער האט געזאגט אז ער האט אן עצה. עס איז דא א שטיין א דיאמאנט, וואס מ'דארף עס צומאלן און מישען מיט וואסער און געבן פאר'ן חולה צו טרינקען. די פראבלעם איז צווייפאכיג, אז דער דיאמאנט געפונט זיך נאר אין איין פלאטץ, אויף די כתר מלכות, און אז די חולה נעמט גארנישט אין מויל אריין, אלסדינג שפייט ער אויס.
דער קעניג וויל נישט וויסען פון גארנישט, ער הייסט ארויס נעמן די בריליאנט פון די קרוין און דאס אפמאלן און מישען מיט וואסער. מ'שטייט בים חולה'ס בעט און מ'פראבירט דאס אריין צו גיסען אין מויל פון חולה. אלס האט גערינען אוף ד זייט פון מויל, און די קעניג'ס קנעכט זענען נערוועז געווארען אז די טייערע דאמאנט פון די קעניגליכע קרוין רינט דא אראפ ווי מי שופכים. און דער קעניג הייסט ווייטער, "גיס גיס גיס, אפשר וועט עפעס אריין גיין".

דארף מען דא צולייגען אז אין מיטן גיסען האט דער דאקטאר זיך אנגערופען, "עס טויג שוין נישט. נישט נאר אז עס גייט נישט אריין, נאר דער חולה הייבט אן זיך צו שטיקען דערפון. מ'דארף שוין אויפהערן".

און דאס איז נשתכחה תורת הבעל שם טוב.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובה דורך פארווייטאגט »

בטיש בטישין האט געשריבן: היינט מיינט עס אויך דער חסידישע רבי'ס....]


קוק זיך גוט ארום, אידן וואס דרייען זיך ביי רבי'ס אשר אין בהן לא תורה ולא יראה ולא שום שמץ חסידות, וועלן זיין פארנומען בארעדן די היינטיגע רבי'ס.

אידן וואס דרייען זיך ביי ערליכער רבי'ס, גדולים בתורה וביראה ובעבודת החסידות, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די אלע וואס רעדן אזוי מיאוס אקעגען רבי'ס, פארוואס ביי געוויסע, איז יעדע צווייטע ווערטעל דוקא אויפן חשבון פון רבי'ס בכללות. וכו'

וביותר ממה שכתבתי, איז עס ביי די מענטשען (פון ביידע סארט) וואס האבן מיטגעהאלטן זייערע רבי'ס עבודת הקודש מקרוב. ודי בזה.


איישישאק האט געשריבן:
דארף מען דא צולייגען ........

.


פון אייערע צוגעלייגטע, הייסט עס אז דער דאקטאר האט מלכתחילה נישט געוואוסט וואס ער רעדט. וכדי בזיון וקצף.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

פארווייטאגט האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן: היינט מיינט עס אויך דער חסידישע רבי'ס....]


קוק זיך גוט ארום, אידן וואס דרייען זיך ביי רבי'ס אשר אין בהן לא תורה ולא יראה ולא שום שמץ חסידות, וועלן זיין פארנומען בארעדן די היינטיגע רבי'ס.

אידן וואס דרייען זיך ביי ערליכער רבי'ס, גדולים בתורה וביראה ובעבודת החסידות, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די אלע וואס רעדן אזוי מיאוס אקעגען רבי'ס, פארוואס ביי געוויסע, איז יעדע צווייטע ווערטעל דוקא אויפן חשבון פון רבי'ס בכללות. וכו'

וביותר ממה שכתבתי, איז עס ביי די מענטשען (פון ביידע סארט) וואס האבן מיטגעהאלטן זייערע רבי'ס עבודת הקודש מקרוב. ודי בזה.
.


מ׳איז דא דן די ענין פון נשתכח דרך בעש״ט, אז מ׳קען נישט ארויסנעמען פון יעדע חסידיש ספר הלכה למעשה, לדוגמה: התקשרות לצדיקים.
מיר לערנען חסידישע ספרים להלהיב לבבנו לאבינו שבשמים, און א בחינה פון אורייתא מודעת לי׳ חובי׳...

מ׳האט בכלל נישט דן געווען רבי׳ס.
מ׳דארף דן זיין יעדע יחיד בפנ״ע. אויב ער איז א ת״ח ויר״ש, מידות טובות וכו׳... דעס אז ער איז מתנהג באדמורו״ת איז בכלל נישט מגרע. (און גארנישט מוסיף).
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

איישישאק האט געשריבן:דער רמ"א אין שו"ע, און דער ש"ך איז אים מסביר, פסקנ'ט אז ענייני קבלה וסוד מעג מען נישט לערנן ביז מען איז א תלמיד חכם מופלג מיט פארשידענע מעלות. ווען דער בעל התניא האט אנגעהויבען אויסצולערנען זיין חסידים נסתרות שבתורה, ווען אסאך פון זיי זענען נישט געווען אויף די מדרגה, האט ער זיך מסביר געווען מיט א משל.

מעשה בבן מלך וואס איז שטארק קראנק געווארען און מ'האט גערופן די בעסטע דאקטוירים, און אלע האבען נישט געהאט וואס צו זאגען. עד שבא דאקטאר אחד, און ער האט געזאגט אז ער האט אן עצה. עס איז דא א שטיין א דיאמאנט, וואס מ'דארף עס צומאלן און מישען מיט וואסער און געבן פאר'ן חולה צו טרינקען. די פראבלעם איז צווייפאכיג, אז דער דיאמאנט געפונט זיך נאר אין איין פלאטץ, אויף די כתר מלכות, און אז די חולה נעמט גארנישט אין מויל אריין, אלסדינג שפייט ער אויס.
דער קעניג וויל נישט וויסען פון גארנישט, ער הייסט ארויס נעמן די בריליאנט פון די קרוין און דאס אפמאלן און מישען מיט וואסער. מ'שטייט בים חולה'ס בעט און מ'פראבירט דאס אריין צו גיסען אין מויל פון חולה. אלס האט גערינען אוף ד זייט פון מויל, און די קעניג'ס קנעכט זענען נערוועז געווארען אז די טייערע דאמאנט פון די קעניגליכע קרוין רינט דא אראפ ווי מי שופכים. און דער קעניג הייסט ווייטער, "גיס גיס גיס, אפשר וועט עפעס אריין גיין".

דארף מען דא צולייגען אז אין מיטן גיסען האט דער דאקטאר זיך אנגערופען, "עס טויג שוין נישט. נישט נאר אז עס גייט נישט אריין, נאר דער חולה הייבט אן זיך צו שטיקען דערפון. מ'דארף שוין אויפהערן".

און דאס איז נשתכחה תורת הבעל שם טוב.


חסידות איז נסתרות? אדער א דרך אין עבודת השם פאר יעדן איד? [א דרך וואס איז געבויעט אויף נסתרות]
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

פארווייטאגט האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן: היינט מיינט עס אויך דער חסידישע רבי'ס....]


קוק זיך גוט ארום, אידן וואס דרייען זיך ביי רבי'ס אשר אין בהן לא תורה ולא יראה ולא שום שמץ חסידות, וועלן זיין פארנומען בארעדן די היינטיגע רבי'ס.

אידן וואס דרייען זיך ביי ערליכער רבי'ס, גדולים בתורה וביראה ובעבודת החסידות, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די אלע וואס רעדן אזוי מיאוס אקעגען רבי'ס, פארוואס ביי געוויסע, איז יעדע צווייטע ווערטעל דוקא אויפן חשבון פון רבי'ס בכללות. וכו'

.

סא דיין צווייטע פאראגראף שטעלט קלאר דיין ערשטע, איא :roll:
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

פארווייטאגט האט געשריבן:
אידן וואס דרייען זיך ביי ערליכער רבי'ס, גדולים בתורה וביראה ובעבודת החסידות, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די אלע וואס רעדן אזוי מיאוס אקעגען רבי'ס, פארוואס ביי געוויסע, איז יעדע צווייטע ווערטעל דוקא אויפן חשבון פון רבי'ס בכללות. וכו'


ביי די משכילים פאר איבער 100 יאר צוריק, איז אויך יעדע צווייטע ווערטל פון זיי געווען אויפ'ן חשבון פון רבי'ס, עס האט זיך נישט אנגעפאנגען היינט.... נאר היינט האט מען דאס אנגעטוהן מיט א היייייליגע לבוש....
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
אידן וואס דרייען זיך ביי ערליכער רבי'ס, גדולים בתורה וביראה ובעבודת החסידות, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די אלע וואס רעדן אזוי מיאוס אקעגען רבי'ס, פארוואס ביי געוויסע, איז יעדע צווייטע ווערטעל דוקא אויפן חשבון פון רבי'ס בכללות. וכו'


ביי די משכילים פאר איבער 100 יאר צוריק, איז אויך יעדע צווייטע ווערטל פון זיי געווען אויפ'ן חשבון פון רבי'ס, עס האט זיך נישט אנגעפאנגען היינט.... נאר היינט האט מען דאס אנגעטוהן מיט א היייייליגע לבוש....

יא די אלע ליצנות פון אמאליגע משכילים האט מען אנגעטוהן היינט א הייליגע לבוש.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובה דורך איישישאק »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:דער רמ"א אין שו"ע, און דער ש"ך איז אים מסביר, פסקנ'ט אז ענייני קבלה וסוד מעג מען נישט לערנן ביז מען איז א תלמיד חכם מופלג מיט פארשידענע מעלות. ווען דער בעל התניא האט אנגעהויבען אויסצולערנען זיין חסידים נסתרות שבתורה, ווען אסאך פון זיי זענען נישט געווען אויף די מדרגה, האט ער זיך מסביר געווען מיט א משל.

מעשה בבן מלך וואס איז שטארק קראנק געווארען און מ'האט גערופן די בעסטע דאקטוירים, און אלע האבען נישט געהאט וואס צו זאגען. עד שבא דאקטאר אחד, און ער האט געזאגט אז ער האט אן עצה. עס איז דא א שטיין א דיאמאנט, וואס מ'דארף עס צומאלן און מישען מיט וואסער און געבן פאר'ן חולה צו טרינקען. די פראבלעם איז צווייפאכיג, אז דער דיאמאנט געפונט זיך נאר אין איין פלאטץ, אויף די כתר מלכות, און אז די חולה נעמט גארנישט אין מויל אריין, אלסדינג שפייט ער אויס.
דער קעניג וויל נישט וויסען פון גארנישט, ער הייסט ארויס נעמן די בריליאנט פון די קרוין און דאס אפמאלן און מישען מיט וואסער. מ'שטייט בים חולה'ס בעט און מ'פראבירט דאס אריין צו גיסען אין מויל פון חולה. אלס האט גערינען אוף ד זייט פון מויל, און די קעניג'ס קנעכט זענען נערוועז געווארען אז די טייערע דאמאנט פון די קעניגליכע קרוין רינט דא אראפ ווי מי שופכים. און דער קעניג הייסט ווייטער, "גיס גיס גיס, אפשר וועט עפעס אריין גיין".

דארף מען דא צולייגען אז אין מיטן גיסען האט דער דאקטאר זיך אנגערופען, "עס טויג שוין נישט. נישט נאר אז עס גייט נישט אריין, נאר דער חולה הייבט אן זיך צו שטיקען דערפון. מ'דארף שוין אויפהערן".

און דאס איז נשתכחה תורת הבעל שם טוב.


חסידות איז נסתרות? אדער א דרך אין עבודת השם פאר יעדן איד? [א דרך וואס איז געבויעט אויף נסתרות]


די מימרא פון דער בעל התניא איז אז עס איז נסתרות, און וואלט געדארפט זיין אסור, נאר היינט איז א שעת חירום און מ'דארף עס טון אזוי אויך. נאר מיט די צייט איז עס פארזשאווערט געווארען, אזוי ווי אונזער רביס האבען אונז איבערגעגעבען. באמת, איז עס א קלארער זאך. עס האלט איינער אז דער דרך הבעל שם טוב איז גרינדען א פארטיי און יעדער זאל פאלגען די תקנות און זיין א גוד ליטעל בוי? איך זאג נישט אז די קהלות זענען שלעכט, אבער פון אלס וואס מ'ליינט און לערנט איבער די צדיקי הדורות, האט עס נישט די מידנעסטע שייכות.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, דער רבי זאגט זייער קלאר אינעם ויואל משה וואס ער מיינט צו זאגן, א שאד די אלע פילפולים של הבל.

מ'קען אסאך מפלפל זיין וואס די תורת הבעש"ט איז, און צו ער האט בכלל מחדש געווען עפעס א "תורה חדשה", אבער מיט'ן מימרא פון נשתכחה האט עס קיין שייכות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

דער נתיבות שלום האט געהאט א אנדערע צוגאנג דערצו, ווי ער איז מסביר האט דאס גארנישט צו טוען מיט די מעלות און מדריגות פונעם רבי'ן, נאר דאס אליין אז דער באשעפער האט צוגעפירט אז ער זאל זיין דער מנהיג פונעם עולם איז דער סיבה מ'זאל זיך צו אים מבטל זיין. עי' בדבריו.

ס'איז דא תירוצים אויף אלעס...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובה דורך טראק דרייווער »

עס האט אויך לכאורה צו טוהן מיט דעם אז א זוהן פון אן אמת'ע צדיק איז בדרך כלל נתחנך געווארן מיט די אויר פונעם צדיק און האט קולט געווען פון זיין פנימיות, טאמער טאקע נישט וועלן די חסידים געווענליך נישט אויפנעמען די זוהן פאר א רבי, עס איז טאקע דא פעלער וואס יא, אבער בדרך כלל איז די וועלט נישט משוגע ממש, אויב מען נעמט אויף א זוהן פון א צדיק פאר א רבי איז דאס ווייל ער איז טאקע ראוי לאותו איצטלא.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

א קליינע שאלה'לע:
נשתכחה טאקע, אבער איז דא מציאות פון "שכחום וחזרו ויסדום"?
קענען מיר טרעפן אונזער פארלוירענע אבידה, אדער איינמאל עס איז פארלוירן מוזן מיר באקומען נאך א בעש"ט זי"ע עס צוריקצובאקומען?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

כי לא תשכח

תגובה דורך אוהב חסידים »

דאמר רב עתידה תורה שתשתכח מישראל שנאמר והפלא ה' את מכותך הפלאה זו איני יודע מהו כשהוא אומר לכן הנני יוסף להפליא את העם הזה הפלא ופלא הוי אומר הפלאה זו תורה.
ת''ר כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה אמרו עתידה תורה שתשתכח מישראל שנאמר הנה ימים באים נאם ה' אלהים והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה' וכתיב ונעו מים עד ים ומצפון ועד מזרח ישוטטו לבקש את דבר ה' ולא ימצאו.
שבת קלח:

ר' שמעון האט נישט געקענט זיין מער ווי פערצן יאר ווייל ער איז געבוירן נאכן חרבן, אין עס איז געזיצען דארט אלע חכמים פין די דור אריינרגערעכנט זיין רבי ר' עקיבא אין זיין אויך זיין רבי'ס רבי ר' גמליאל, און זיי האבן אויך געהאט רוח הקודש און זיי האבען אלע בפה אחד געזאגט אז עס גייט נשתכח ווערן.
און זיי האבן געהאט נישט נאר א מגן אבות, נאר דריי פסוקים ווי עס שטייט קלאר, אין ר' שמעון שטעלט זיך אויף כי לא תשכח מפי זרעו, נישט קיין חילק וויאזוי די מצב קיקט אויס, תורה ווערט נישט פארגעסן אלעס וואס הייסט תורה ווערט נישט נשתכח.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

תגובה דורך אוהב חסידים »

יידישע קהילות האט געשריבן:א קליינע שאלה'לע:
נשתכחה טאקע, אבער איז דא מציאות פון "שכחום וחזרו ויסדום"?
קענען מיר טרעפן אונזער פארלוירענע אבידה, אדער איינמאל עס איז פארלוירן מוזן מיר באקומען נאך א בעש"ט זי"ע עס צוריקצובאקומען?


נועם אלימלך פרשת ויקרא ד''ה ונפש
הנשמה קודם יציאתה לעולם מוליכין אותה בכל עולמות ומלמדין אותה כל התורה ואחר כך בא מלאך וסטרו על פיו כדאיתא בגמרא, וכל זאת למה אמרתי כבר באריכות השורש הוא לסיבה הזאת שמראין לו כל עולמות הוא למען שיוכל אחר כך להשיג העולמות ולעבוד בהם להשם יתברך ברוך הוא ולהשיג התורה שלמד ואילולי זאת שמראין לו כנ"ל לא היה יכול להשיג כלל וכלל לא התורה ולא העולמות העליונים רק על ידי הרשימה הנרשם בו קודם יציאתו לעולם על ידי זה יכול אחר כך להשיג ואם לא היה נשכח ממנו כל מה שראה ולמד לא היה לו שום שכר בעבודתו.

(אין מען לערנט אים אויס כל התורה איז אריינגערעכנט אין דעם אויך תורת החסידות אין מען קען זיך אלעס אויסלערנען אויף די וועלט, אפילו מען האט עס שוין אמאל פארגעסן)
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”