אביונה האט געשריבן:שאהן הענניטי האט געשריבן:@אביונה, די גאנצע איידיע פון מיאמי פלארידע איז לכאורה ווייל עס האט שוין אידישע אינסטיטוציעס.
דו ווייסט וויפיל אידישע אינסטוטוציעס עס זענען פארשפרייט און פארזייט אלל אווער די יונייטעד סטעיטס??
גרעסערע און קלענערע...
די אפציעס זענען ריזיג....
נעם למשל פאסטדאם אייאווע, וואו ס'איז געווען רובאשקין פלענט..., כ'ווייס נישט אויב היינט איך נאך עפעס דא דארט, אבער סי'ז בשעתו געווען דארט א תלמוד תורה, סקול, און אלע ציגעהערן....
אדער למשל 'באלטימאר' אין די שכינות'דיגע מערילענד, איז פארהאן א ריזיגע היימישע קהלה, מיט אלע הצטרכיות..
און אזוי ווייטער איבעראל
סאיז דא כמה נקודות איך האף אנצוקומען צו רוב
קודם כל איז נישטא אזויפיל פלעצער ווי סאיז שוין דא אינפאסטרוקטר פאר היימישע יודען (דהיינו מקוואות מנינים כשרות חברה הצלה וכדומה) פון די געציילטע פלעצער וואס איז יא דא, איז דא וואס זענען נישט ביליגער ווי ניו יארק (למשל לאס אנזשעלעס איז גאר טייערער) מילא איז יעדע פלאץ הכל ריוח
יעצט ספעציפיש איבער פלארידע איז אזוי:
איינע פון די וויכטיגסטע זאכען וואס א פלאץ דארף האבען איז א ווערייעטי פון ביזנעסעס ווי דער היימישער אקאונטענט/בוק-קיעפער, אינשורענס בראוקער, היימישע קעיטערער וכו זאל האבען ווי די ברכה זאל חל זיין, אין פאוסטוויל אייאווע למשל איז טאקע דא דארט חב"ד מוסדות וואס פונקציאנירען דארט אבער סאיז נישט קיין פלאץ ווי סאיז דא ביזנעס פאר די פריער דערמאנטע זשאבס, סאיז ממש ווי א מדבר, מקען טוהן אין אגריקולטור אדער שחיטה ותו לא מידי
באלטימאר למשל איז יא א נארמאלע שטאט און סאיז דא דארט היימישע יודען אבער איך ווייס נישט אויב עס האט עני מעלה איבער לינדען אדער לעיקוואוד וכדומה
די הויפט מעלה פון פלארידע אין מיינע אויגען איז אויב די וואוטשערס זענען טאקע אוועיליבעל, לאמיר מאכען א שטיקעל חשבון וויפיל דער היימישער אינגערמאן צאלט במשך די יארען פאר שכר לימוד, איך מיין אז אפילו דער שוואכער פארדינער מוז צאלען אן עוועריזש פון 250 פער חודש (אמאל אביסעל ווייניגער פאר עלעמענטארי און אביסעל מער פאר ישיבה בחורים אבער איך מאך אן עוועריזש) צו דעים קומט צו געווענליך אנדערער טשארזשעס ווי רעגיסטראציע קרן הבנין טראנספארטעישאן [און א שיינע פאר אלפים במשך די יארען פאר ווער עס שיקט אין קעמפ, כלומר תושבי ברוקלין] ממילא 50 אלפים במשך די 15 יאר וואס משיקט אין חדר ישיבה איז ממש די מינימום (רעכען עס אליינס אויס) פער קינד אז איינער האט 8 קינדער איז עס במשך די יארען 400 אלפים מינימום
כדי אויפצוקומען מיט די גרויסע סכומים איז דא א גאנצע אינדוסטרי (אין די סיטי נישט אין אפסטעיט ווי סנישטא אזא פראגראם אפילו) פון וואוטשערס, איז קודם כל:
ניו יארק סיטי וואוטשערס איז נאר ביז די 13, און נאר פאר קינדער וואס זענען שוין געבוירען, קינדער וואס ווערען געבוירען שפעטער גייען נישט למעשה ארויף
צווייטענס איז עס גאר גאר שווער צו באקומען, ווער עס האט פראבירט ווייסט (און איך גיי נישט אריין אויב מדארף זאגען ליגענט עס צו באקומען צו סאיז מותר להלכה, צוויי רבנים הרה"ג מאייזנשטאט והרה"ג רבי אפרים שמעון לייכטאג האבען מיר נישט געוואלט מתיר זיין בשו"א, אבער דאס איז אן עקסטערע שמיעס וואס באלאנגט נישט אהער)
דריטענס והיא העיקר, די גאנצע פראגראמען סיסטעם איז דעזיינט פאר עכטע ארומע מענטשען, ביי אונז ווער סהאט וואוטשערס קען נישט פארדינען נארמאל ווייל ער גייט פארלירען זיינע וואוטשערס, רוב זשאבס זאגט ער תיכף אפ ווייל ער גייט פארלירען זיינע וואוטשערס
משא"כ אין פלארידע איינמאל די האסט וואוטשערס קענסטו שוין פארדינען וויפיל די ווילסט, מען פארלירט עס שוין נישט, און אלע קינדער פון די פאמיליע זענען אטאמאטיש בארעכטיגט
צו דעים קומט צו אז הייזער זענען דארט דא צו טרעפען ביליגער ווי מאנסי לעיקוואוד טעקסעס זענען ביליגער און סנישטא קיין אינקאום טעקס אין פלארידע
לגבי גאונס, אמת סאיז א פראבלעים, אבער סאיז א מכת מדינה ליידער, די רוצחים פון זשורזי סיטי למשל האבען געקויפט זייערע געווער אין אנדערע סטעיטס, ווילאנג סוועט זיין צודרייטע סטעיטס ווי ווירזשיניע זשארזשיע וכו׳ ווי יעדער קען קויפען געווער וועט די גאנצע לאנד ליידען דערפון
למעשה זעה איך נישט דער עולם זאל אוועקשטיין פון פלארידע, דער עולם גייט אהין ווינטער אויף א גרויסע פארנעם