קרית באבוב 45 - יוניאן ניו דזשערזי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג ינואר 24, 2020 12:44 am

בין אין נייגעריג צו א שטעטל געאייגנט פאר איין קהילה וועט זיך אויסארבעטן אין יארע #צוואנציג צוואנציג

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג ינואר 24, 2020 1:00 am

פארוואס דען נישט?
רצונינו לעשות רצוניך.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג ינואר 24, 2020 2:01 am

נו שוין האט געשריבן:בין אין נייגעריג צו א שטעטל געאייגנט פאר איין קהילה וועט זיך אויסארבעטן אין יארע #צוואנציג צוואנציג


געאייגנט? אדער הייבט זיך אהן?

עס קען זיך אנהייבן מיט איין קהילה, און פון דארט פארן ווייטער, טאקע נישט אין איין טאג, אבער עס קען און וועט נאך געשעהן לענ"ד.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג ינואר 24, 2020 8:21 am

קעש האט געשריבן:וואס איך וויל אבער פארשטייו איז פארוואס די אלע נייע ישובים ווי למשל דאס union nj עס איז בכלל נישט ביליג די ריעל עסטעיט דארט .
מהאט שוין געהאט די טענות אויף linden nj וואס עס זענען בכלל נישט אזוי ביליג דארט סא פארוואס זאל מען לויפן אהין און שוויצען?! בויען א יושב קאסט דמים ודמים..
איי וועסטו זאגן אז ברוקלין איז אסאך טייערער אמת אבער דאס איז עס . אלעס איז שוי דא יארן לאנג...
אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו לעיקוואד וואס אי א עיר ואם בישראל וואס דארט איז אלעס דא נאר מען בויט ארויס .. אדער אפילו בלומינגבורג ווי נאך א קרייז וואלט ווען געדארפט אהין קימען עס אויף לעבן..

ווייל לעיקוואוד איז נישט קיין שטאט. סאיז א צזאמענלויפעניש פון דיוועלאפמענטס וואס ווערען פארוואנדעלט אין קליינע דערפלעך. ערוואקסענע משפחות איבער די פינעף און דרייסיג ווילען ענדערשט לעבן אין א געמישטע מעטראפאליטען געגנט אזוי ווי אין נ.י. און נארט דזשערסי, און ענדליך צו די ישיבה עריע פון לייקוואוד.
אויך איז לעיקוואוד גארנישט ביליגער. $575k פאר אן עטטעשט טאון האוז?! פלאס הויכע טעקס. א הויז אין יוניאן איז $350k בערך. מאכט מער סענס. אויך איז עס נישט גענוג חסידיש פאר אסאך פון דעם ציבור. סיידן אויב וואוינט ער אין א טשולענט דעוועלאפמענט.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » פרייטאג ינואר 24, 2020 12:23 pm

איך טראכט אז סאטמאר תשל"ג ווען מען האט אנגעהויבן מיט קרית יואל, איז געווען קלענער ווי באבוב45 כהיום
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

קעש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

תגובהדורך קעש » פרייטאג ינואר 24, 2020 12:32 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:וואס איך וויל אבער פארשטייו איז פארוואס די אלע נייע ישובים ווי למשל דאס union nj עס איז בכלל נישט ביליג די ריעל עסטעיט דארט .
מהאט שוין געהאט די טענות אויף linden nj וואס עס זענען בכלל נישט אזוי ביליג דארט סא פארוואס זאל מען לויפן אהין און שוויצען?! בויען א יושב קאסט דמים ודמים..
איי וועסטו זאגן אז ברוקלין איז אסאך טייערער אמת אבער דאס איז עס . אלעס איז שוי דא יארן לאנג...
אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו לעיקוואד וואס אי א עיר ואם בישראל וואס דארט איז אלעס דא נאר מען בויט ארויס .. אדער אפילו בלומינגבורג ווי נאך א קרייז וואלט ווען געדארפט אהין קימען עס אויף לעבן..

ווייל לעיקוואוד איז נישט קיין שטאט. סאיז א צזאמענלויפעניש פון דיוועלאפמענטס וואס ווערען פארוואנדעלט אין קליינע דערפלעך. ערוואקסענע משפחות איבער די פינעף און דרייסיג ווילען ענדערשט לעבן אין א געמישטע מעטראפאליטען געגנט אזוי ווי אין נ.י. און נארט דזשערסי, און ענדליך צו די ישיבה עריע פון לייקוואוד.
אויך איז לעיקוואוד גארנישט ביליגער. $575k פאר אן עטטעשט טאון האוז?! פלאס הויכע טעקס. א הויז אין יוניאן איז $350k בערך. מאכט מער סענס. אויך איז עס נישט גענוג חסידיש פאר אסאך פון דעם ציבור. סיידן אויב וואוינט ער אין א טשולענט דעוועלאפמענט.

יא! אבער גיין יעצט און אנהייבן שוויצן גיסן טויזענטער דאללערס.. און א נייע פלאץ פארוואס ?!
איך האלט אפילו ענדערש גיי אויף הילסייד hillside nj עס האט שוין מקואות בתי מדרשים וואס אגב דער נייע חסידישער תושב לעבט אריין דארט ..
געב א קיק וואס ר' יואל ראטה שליט"א מברסלב האט געטוהן ער איז אין די מאונטענס ווי הייזער קאסטן פעניס ... אינגעלייט צאלן דארט מארגידש 1100$ אויף הערליכע ריזיגע הייזער דאס הייסט אויף טוהן עס לוינט זיך ..
איי אוודאי עס גייט ווערן טייערער אמת אבער מען בויט א יושב מיט א חשבון ..
אדער מאנטיסעלא עס איז א מחי דארט ווייל טין די זיממער איז עס פיל מיט אלע קעמפס און קאנטריס מענטשן זענען ממש stupid פארן פארלאזן די בערג נאך זיממער..

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג ינואר 24, 2020 1:22 pm

באבאוו 45 האט קרוב צו 1000 משפחות אין בפ. אז ס'מופן אהין 200, קען מען שאפן סימפל אינפרעסטרוקטור פון א שול מקווה אין מוסדות אין נאו טיים. ס'וועט איינפאקן לינדען און די לינקע קעשענע.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג ינואר 24, 2020 1:44 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:באבאוו 45 האט קרוב צו 1000 משפחות אין בפ. אז ס'מופן אהין 200, קען מען שאפן סימפל אינפרעסטרוקטור פון א שול מקווה אין מוסדות אין נאו טיים. ס'וועט איינפאקן לינדען און די לינקע קעשענע.

200 פון 1000 מופן נישט אזוי שנעל.

סאטמאר מהרי"י האט אין ברוקלין ארום 5000 פאמיליעס. צווישן בלומינגבורג, לעיקוואוד און דזשערזי סיטי איז נישט פארהאן קיין 500 משפחות אינאיינעם.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

great
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » פרייטאג ינואר 24, 2020 2:06 pm

איך האלט אז עס איז כדאי פאר באבוב זיך אויך ארויס ציען קיין בלומינגבערג געגענט ווי דארט קען מען האבן נייע גרויסע הייזער פאר 300k וואס דאס קומט אויס א חודש בערך $1700 און עס איז שוין דא אלע אידישע געברויכן דארט סאטמאר מהרי"י קען גערן באשטיין אז נאך קהילות זאלן זיך אהינצוען

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » פרייטאג ינואר 24, 2020 2:10 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:באבאוו 45 האט קרוב צו 1000 משפחות אין בפ. אז ס'מופן אהין 200, קען מען שאפן סימפל אינפרעסטרוקטור פון א שול מקווה אין מוסדות אין נאו טיים. ס'וועט איינפאקן לינדען און די לינקע קעשענע.

200 פון 1000 מופן נישט אזוי שנעל.

סאטמאר מהרי"י האט אין ברוקלין ארום 5000 פאמיליעס. צווישן בלומינגבורג, לעיקוואוד און דזשערזי סיטי איז נישט פארהאן קיין 500 משפחות אינאיינעם.

דארפסט צולייגן משפחות חסידי מהר"יי וואס האבן אויך געמופט קיין קרית יואל והגלילות און מאנסי והגלילות אין די מאסן און אויך עטליכע קיין סטעטען איילענד און לינדען , זשערסי סיטי האט נישט אפיציעל מיט די קהלה

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג ינואר 24, 2020 3:20 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:באבאוו 45 האט קרוב צו 1000 משפחות אין בפ. אז ס'מופן אהין 200, קען מען שאפן סימפל אינפרעסטרוקטור פון א שול מקווה אין מוסדות אין נאו טיים. ס'וועט איינפאקן לינדען און די לינקע קעשענע.

מענשטען מישען לרחצה צווישען דעוועלעפמענטס און א אפענע מארקעט אז ס׳גייט א רויעך... די תגובה איז איינע פון זיי.. ס׳גארנישט.. ס׳נישט קיין מצוה אין די תורה אז מען מיז וויסן...

יעצט למען האמת, אויב באבוב וועט אוועק שטעלן א געגענט אין יוניאן, וועלן זיי לכאורה פראבירן ארבייטן האנט ביי האנט מיט לינדען אויף מוסדות.


פארוואס?

ווייל...

..למען האמת, א אפענע מארקעט ווי לינדען אדער יוניאן האט נישט קיין הינדרעטע הייזער עוועליבעל אין א יאר.

..למען האמת, לויט מיין ידועה ווערן אלע נארמאלע לייטישע הייזער וואס ווערן עוועליעבעל אין לינדען שנעל פארכאפט, און איצטערט על פי רוב דורך אידישע קינדער ב״ה.

און די זעלבע וועט זיין אין יוניאן אויב וועט עס באבוב אוועק שטעלן.

ס׳נישט דא מער ווי אפשר 50 נארמאלע הייזער א יאר עוועליבעל צו קויפן אין די ביידע געגענטער אדרבה קוק נאך אין Zillow.

בקיצור אויף מוסדות זעה איך נאר ווי די ביידע געגענטער וועלן מיזן ארבייטן צוזאצען כדי אן צו פוהלן די קלאסן.

נאכאמאל אלעס אויב באבוב גייט בכלל אוועק שטעלן יוניאן...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג ינואר 24, 2020 3:35 pm

בעל דעת האט געשריבן:איך טראכט אז סאטמאר תשל"ג ווען מען האט אנגעהויבן מיט קרית יואל, איז געווען קלענער ווי באבוב45 כהיום

ס'מסתמה געווען דאפלט פון באבוב 45 היינט. וויפול בחורים לערנען אין באבוב ישיבה, 200? איך מיין די ישיבה אין סענז סטריט האט געהאט דאפלט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2590
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש ינואר 25, 2020 6:56 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:באבאוו 45 האט קרוב צו 1000 משפחות אין בפ. אז ס'מופן אהין 200, קען מען שאפן סימפל אינפרעסטרוקטור פון א שול מקווה אין מוסדות אין נאו טיים. ס'וועט איינפאקן לינדען און די לינקע קעשענע.

200 פון 1000 מופן נישט אזוי שנעל.

סאטמאר מהרי"י האט אין ברוקלין ארום 5000 פאמיליעס. צווישן בלומינגבורג, לעיקוואוד און דזשערזי סיטי איז נישט פארהאן קיין 500 משפחות אינאיינעם.

פארגעס נישט אז אין באבוב איז, דא א שטערקערע מאס אמונת צדיקים...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:28 pm

דריידל האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:איך טראכט אז סאטמאר תשל"ג ווען מען האט אנגעהויבן מיט קרית יואל, איז געווען קלענער ווי באבוב45 כהיום

ס'מסתמה געווען דאפלט פון באבוב 45 היינט. וויפול בחורים לערנען אין באבוב ישיבה, 200? איך מיין די ישיבה אין סענז סטריט האט געהאט דאפלט


בחורים איז נישט די פוינט.
משפחות איז וואס מאכט עס.
באבוב 45 באשטייט פון העכער 1700 משפחות אין די טריי סטעיט עריע

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:42 pm

די מספר פון בחורים צייגט אויף די מספר משפחות, והוא פשוא.
רצונינו לעשות רצוניך.

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:44 pm

בוידעם האט געשריבן:די מספר פון בחורים צייגט אויף די מספר משפחות, והוא פשוא.


נישט בשנת תשל''ג

בן ישי
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

קען איינער באשטעטיגען אויב עס האט עפעס אמת

תגובהדורך בן ישי » מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:57 pm

דער גאנצער אשכול דא איז געבויט אויף א שמועה פון אונזער קאלעגא "עושר וכבוד" וואס האט דאס געהערט פון "אונטער דע קוליסען", קען אײנער ביטע שײן באשטעטיגען פון "העכער" אדער פון "פארענט" פון דע קוליסען אויב דע שמועה איז וואר און עס האט עפעס ממשות?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש ינואר 25, 2020 9:47 pm

שנלר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:די מספר פון בחורים צייגט אויף די מספר משפחות, והוא פשוא.


נישט בשנת תשל''ג

זיי מסביר.
רצונינו לעשות רצוניך.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » זונטאג ינואר 26, 2020 12:31 am

סאטמאר אין ל"ג האט געהאט (מסתמא היפש) מער ווי 1700 משפחות אין טאטאל. פארגעסט נישט אז פון כ"ו און ווייטער האט שוין דער נייער דור חתונה געהאט אין גרויסן

אפגערעדט אז ס'איז פארהאנען מסתמא שווערע צענדליגער צי גאר הונדערטער תלמידים וואס האבן זיך דורכגעדרייט די סאטמארער ווענט (מער אזוי אין אנדערע שטעט ווי אין וויליאמסבורג) אבער זענען נישט געבליבן שפעטער ממש סאטמארע חסידים בכל לב ונפש נאר זה פונה לכרמו וזה פונה לזיתו. הגם לכאורה די בחורים וואס זענען שוין אנגעקומען קיין בעדפארד און סענס סט זענען שוין יא מער פארבליבן שפעטער אויך

עס וואלט געווען סתם אזוי זייער אינטערעסאנט א אשכול איבער דעם דור מלחמה איבערלעבער, די צאל משפחות וואס האבן געקליבן זיך צו דרייען אין די אולטרא היימישע צירקלען און וויאזוי זיי זענען געווען צוטיילט צווישן די פארשידענע חסידות'ער און קהילות. עס איז דא ליסטעס פון מעמבערס פון פארשידענע קהילות, ברויך מען דאס ווען צונויף ברענגען לפונדק אחד, און עקסטער דארף מען דן זיין אויף די ריכטיגקייט און צי עס פעלט נישט אסאך פון דארטן (מענטשן וואס האבן נישט געצאלט קיין מעמבערשיפ אדער האבן געהאט טעלעוויזיע צי וואס)

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג ינואר 26, 2020 1:10 am

שנלר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:איך טראכט אז סאטמאר תשל"ג ווען מען האט אנגעהויבן מיט קרית יואל, איז געווען קלענער ווי באבוב45 כהיום

ס'מסתמה געווען דאפלט פון באבוב 45 היינט. וויפול בחורים לערנען אין באבוב ישיבה, 200? איך מיין די ישיבה אין סענז סטריט האט געהאט דאפלט


בחורים איז נישט די פוינט.
משפחות איז וואס מאכט עס.
באבוב 45 באשטייט פון העכער 1700 משפחות אין די טריי סטעיט עריע

1700 איז אביסל אונטערגעשאצט :roll:

סיריעסלי וויפיל זיצן פארקויפן זיי אין די הייליגע טעג?

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג ינואר 26, 2020 1:26 am


קעש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

תגובהדורך קעש » זונטאג ינואר 26, 2020 2:50 pm

great האט געשריבן:איך האלט אז עס איז כדאי פאר באבוב זיך אויך ארויס ציען קיין בלומינגבערג געגענט ווי דארט קען מען האבן נייע גרויסע הייזער פאר 300k וואס דאס קומט אויס א חודש בערך $1700 און עס איז שוין דא אלע אידישע געברויכן דארט סאטמאר מהרי"י קען גערן באשטיין אז נאך קהילות זאלן זיך אהינצוען

יא דאס איז אלעמאל זיכער אז בלומינגבערג דארף האבן נאך קהילות .. עס איז דא דארט אסאך פלאץ פאר אלעס

קעש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

תגובהדורך קעש » זונטאג ינואר 26, 2020 2:58 pm

סאטמאר מהר"י איז נישט גענוג שטארק אויף דעם צו בויען דעם יושב דארט און בלומינגבערג מחמת כמה טעמים :
קודם זיי בויען און די זעלבע צייט נאך צווי אנדערער ישובים לעיקוואד - דשערסי סיטי מען קען נישט גענוג ארבייטן אויף קיין איינס עקסטער ( א חוץ די ארבעט וואס יחודים עסקנים חשובים בעלי מסירנ"פ כפשוטו לייגן אריין )
אויכעט אפילו יא איז און בלומינגבערג דא גענוג פלאץ פאר פארשידענע קהילות עס איז שוין דא מקואות אדג. גראסערי מוסדות
עס וואלט גיווען די טובה פאר סאטמאר אויכעט אז נאך א קהילה קומט אהין ווייל עס וועט זיי שטארק בענעפטירן מוועט ארבייטן צוזאמען ..

אינטערשטע שורה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 01, 2020 11:44 pm

תגובהדורך אינטערשטע שורה » זונטאג ינואר 26, 2020 7:50 pm

איינער האט מברר געווען צו דאס איז בכלל אמת.?

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובהדורך צדיק'ל » זונטאג ינואר 26, 2020 11:44 pm

קעש האט געשריבן:וואס איך וויל אבער פארשטייו איז פארוואס די אלע נייע ישובים ווי למשל דאס union nj עס איז בכלל נישט ביליג די ריעל עסטעיט דארט .
מהאט שוין געהאט די טענות אויף linden nj וואס עס זענען בכלל נישט אזוי ביליג דארט סא פארוואס זאל מען לויפן אהין און שוויצען?! בויען א יושב קאסט דמים ודמים..
איי וועסטו זאגן אז ברוקלין איז אסאך טייערער אמת אבער דאס איז עס . אלעס איז שוי דא יארן לאנג...
אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו לעיקוואד וואס אי א עיר ואם בישראל וואס דארט איז אלעס דא נאר מען בויט ארויס .. אדער אפילו בלומינגבורג ווי נאך א קרייז וואלט ווען געדארפט אהין קימען עס אויף לעבן..

קודם כל איז יוניאן גארנישט אזוי טייער והשנית וואס קאסט שוין אזויפיל ממון ודמים צו בויען א שטעטל יעדער קויפט א הייזקע פאר זיך און די מוסדות קען זיין א חלק פון די בארא פארקער מוסדות, ווידער לעיקוואוד פאר א פרומע חסידות איז דאס נישט קיין אפשין


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים און 23 געסט