די נייע בעיל רעפארמען אין ליכט פון די לעצטיגע פארמערטע אנטיסעמיטישע אטאקעס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג ינואר 19, 2020 6:11 pm

וואו מאדענע עס הערט זיך, זענען אין ניו יארקער תפיסות געזעצן מער מענטשען פרי-טרייעל וואו פארברעכער וואס זענען געוועהן גע'משפט (sentenced), אין 2019 זענען זעקס פון יעדע צען מענטשען וואס זענען געזעצן אין ניו יארקער תפיסות געוועהן פרי-טרייעל.


דא האט איר טשארט פון ניו יארק סיטי.
Screenshot_2020-01-19-18-02-04-1.png
Screenshot_2020-01-19-18-02-04-1.png (167.44 KiB) געזעהן 834 מאל

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג ינואר 19, 2020 8:53 pm

פומפדותא האט געשריבן:
די טענה אז דער אנגעקלאגטער איז א סכנה פאר די מענטשהייט, איז זייער א קאנטערווערסיאלע זאך, ווייל וואו אזוי שאצט מען אפ אויב א מענטש איז א סכנה, ממנה נפשך אויב איז דער מענטש געקלאגט געווארן מיט א שווערע פארברעכן גייט ער נישט ארויס אויף בעיל, אויב איז ער נישט געקלאגט געווארן אויף א פארברעכן מהיכן דנתנו אז ער איז א סכנה, ווייל דו טראכסט אז ער גייט אויספירן א פארברעכן מעגסטו איהם האלטן אין תפיסה? ער האט דאך גארנישט געטוהן.

מען רעדט דאך נישט פון מענטשן וואס האבן גארנישט געטון, מען רעדט פון מענטשן וואס מען האט אנגעקלאגט אויף פארברעכנס, עס איז נאך טאקע נישט געווען קיין טרייעל, אבער ביי דאס וואס דו רופסט ערנסטע פארברעכנס ביסטו יא מסכים אז מען זאל איינזעצן א מענטש אן א טרייעל.
אויף דעם איז די טענה דא, אז מען קען נישט בלויז קוקן אויף כללים, טיילמאל זענען דא זאכן וואס אויפן געזעץ בוך זענען זיי נאר קליינע עבירות, אבער במציאות זענען זיי זייער ערנסטע פארברעכנס, וממילא זאל מען געבן די רעכט פארן ריכטער דן צו זיין אויף יעדן פאל בפרטיות.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 19, 2020 10:09 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:
די טענה אז דער אנגעקלאגטער איז א סכנה פאר די מענטשהייט, איז זייער א קאנטערווערסיאלע זאך, ווייל וואו אזוי שאצט מען אפ אויב א מענטש איז א סכנה, ממנה נפשך אויב איז דער מענטש געקלאגט געווארן מיט א שווערע פארברעכן גייט ער נישט ארויס אויף בעיל, אויב איז ער נישט געקלאגט געווארן אויף א פארברעכן מהיכן דנתנו אז ער איז א סכנה, ווייל דו טראכסט אז ער גייט אויספירן א פארברעכן מעגסטו איהם האלטן אין תפיסה? ער האט דאך גארנישט געטוהן.

מען רעדט דאך נישט פון מענטשן וואס האבן גארנישט געטון, מען רעדט פון מענטשן וואס מען האט אנגעקלאגט אויף פארברעכנס, עס איז נאך טאקע נישט געווען קיין טרייעל, אבער ביי דאס וואס דו רופסט ערנסטע פארברעכנס ביסטו יא מסכים אז מען זאל איינזעצן א מענטש אן א טרייעל.
אויף דעם איז די טענה דא, אז מען קען נישט בלויז קוקן אויף כללים, טיילמאל זענען דא זאכן וואס אויפן געזעץ בוך זענען זיי נאר קליינע עבירות, אבער במציאות זענען זיי זייער ערנסטע פארברעכנס, וממילא זאל מען געבן די רעכט פארן ריכטער דן צו זיין אויף יעדן פאל בפרטיות.

אויב איז דא א ערנסטע פארברעך וואס לויטן געזעץ איז עס נאר א קליינע עבירה דארף מען פאררעכטן די געזעץ, נישט איינשטעלן צענדליגער טויזענטער מענטשן צו אומזיסטע פיין.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:29 am

ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט, געבן דעם ריכטער דיסקרעשאן האט מען שוין געטון ביז יעצט.לעטס זשאסט סעי, עס האט נישט געטויגט. די יוסטיץ סיסטעם האט עס אויסגענוצט און מאנעוורירט כדרכם.

איין זאך וואס מען וואלט ווען יא געדארפט צולייגן (פילייכט איז עס שוין אזוי?) א איינפיר וואס מען הערט כסדר אין מדינת ישראל, אז די פאליציי קומט צום זשאזש מיט א טענה מען זאל האלטן דעם מענטש אפאר טאג לענגער זיי זאלן קענען צוזאמען שטעלן די קלאגעס. און אויב זיי האבן טאקע גענוג סיבה גיט זיי דער זשאזש נאך. דאס וואלט געהאלפן דא אז אויב האט די רעגירונג טאקע א קעיס קעגן איינעם אז ער איז אזוי געפערליך און טאר נישט ארויסגיין אויף בעיל, זאלן זיי טאקע זיך צופליקן און ארבעטן ארום דעם זייגער פאר אפאר טאג און טאקע אריין געבן קלאגעס וואס לויטן אז דער יעניגער איז טאקע צו געפערליך צו גיין פריי ביזן משפט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12353
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:31 am

קרייסלער האט געשריבן:יעדער איז גערעכט; סאיז נישטא אזא זאך ווי א פערפעקט סיסטעם, להבדיל דת תורתינו הקדושה איז געשריבן געווארן דורכן יחיד קדמון און אלופו של עולם, ער האט מיט איין בליק געקענט זעהן צו א געוויסע הלכה וועט אין די לאנג ראן אויס קומען להצדיק את הרשע וכן להיפך ע״כ האט ער עס געשריבן מיט די גרעסטע מאס חכמה אז סזאל ארויס קומען יושרדיג הונדערט פראצענט

לא עשה כן לכל גוי ומשפטים בל ידעום; דער גוי וואס שרייבט געזעץ קען נישט זעהן צו ווייט און שטעלט עס אויס לפי קט שכלו און ראות עינו, דאס איז יעדער מודה דער ביז יעצטיגער שטרענגע סיסטעם האט באעוול׳ט אומשולדיגע מענטשען איז געקומען קאומא דער צווייטער און אריינגעלייגט שינוים אין די געזעצן, האטצעך אנגעהויבן א פרישע ויצעקו אז הלמאי סאיז לייכטער געווארן פאר קרימינאלן אויכעט וחוזר חלילה, דעיס גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגן

ברוך אלוקינו...ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם!


זייער שטארק ארויסגעברענגט, און אנשטאט שרייען, ברויכן מיטפארן מיט זיי דעם רייד, ביז אונזער טאטע אין הימל וועט אונז ארויסשלעפן פון דעם רייד.

@פומפדותא, שרעקעדיגע טשארט. איך מיין אז דאס איז מבטל אלע טענות קעגן בעיל רעפארם. אפשר בלייבט נאך איבער צו פיקסן לעכער און טעותים.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:34 am

למדן וצדיק האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ווי כאב שוין ארויסגעברענגט איז די פראבלעם מיט די געזעץ נישט נאר פאר וועלכע פארברעכנס עס באפרייט, נאר די פאקט אז עס גיבט נישט דעם ריכטער די מעגליכקייט צו האלטן ארעסטירט איינעם וואס ער זעהט איז איז א געפאר פאר אנדערע, אדער איינער וואס טוט איינמאל און נאכאמאל די זעלבע קריים (א שטייגער ווי די גנבים פון וואס ר' יו"ט רעדט, דער וואס האט בארויבט פינף בענק זינט די געזעץ איז אין קראפט, די פרוי פון קרוינהייטס וכדומה).


למדן וצדיק האט געשריבן:אסאך מענטשן רעדן זיך איין אז מיט די נייע רעפארמען איז אוועקגענומען געווארן די מעגליכקייט פון ריכטער צו נעמען אין באטראכט די סכנה וואס דער באשולדיגטער שטעלט פאר'ן פאבליק. דאס איז אבער אויך בכלל נישט ריכטיג.


למדן וצדיק האט געשריבן:די סיבה פארוואס מ'קען נישט האלטן סתם אזוי א פארברעכער אין טורמע ווייל אפשר וועט ער דורך פירן נאך א פארברעכן האב איך שוין געזאגט איז וויבאלד אין נוא יארק איז דאס אומלעגאל שוין פון אייביג אן און נישט פון יעצט דורך די נייע רעפארמען.


למדן וצדיק האט געשריבן:איר ווילט איך זאל עס איבערזאגן נאך פופציג מאל דאן געבן איך דיר די רשות צו קאפי פעיסטן מיין תגובה און עס פאוסטן וויפיל מאל דו ווילסט.


סארי פאר'ן נישט זיין אזוי קלאר. ווען כהאב אייך געגעבן רשות צו קאפי פעיסטן מיין תגובה האב איך נישט געמיינט יענע תגובה ספעציפיש נאר אלע מיינע תגובות. לכתחילה וואלט איך יא געקענט באשטיין איר זאלט מיר געבן קרעדיט אבער אויב נישט איז אויך גוט. פארשטייט זיך אויב איר ווילט עס נוצן פאר קאמערציאלע צוועקן דעמאלטס רעזערוויר איך יא מיינע קאפי רייט רעכטן.

ווייטער ווארפסטו זאמד אין די אויגן?! וואס הייסט סינישט ריכטיג? ווען איינער גייט ארום און שלאגט מענטשן קען דער ריכטער אים האלטן אין טורמע?! יא אדער ניין?! אלע באריכטן און ארטיקלען וואס איך האב געזען איבער די נייע געזעת זאגן בפירוש אז נישט. דו זאגסט אז דאס איז אלעס ליגנט?! אויב איינער גייט ארום און שלאגט מענטשן קען אים דער ריכטער האלטן איינגעשפארט? און נשיט הייב יעצט אן דרייען מיט די צונג, זאג יא אדער ניין! קען דער ריכטער האלטן אזא איינעם ביז'ן טרייעל אדער נישט?!

למדן וצדיק האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:יעצט לאמיר זען אויב איר זענט גענוג למדן צו כאפן אז איך וויל אז איינער וואס גייט ארום שלאגן רענדאם מענטשן פאר די פאן אוו איט זאל דער דזשאדזש אים קענען האלטן אין טורמע ביז'ן טרייעל.


איינער וואס גייט ארום פאר פאן שלאגן מענטשן איז אדער אן אנדער עידש יונג אדער גייסטיש צורידערט. אין ביידע פון די פעלער קומען נישט אריין די נייע בעיל רעפארמען.

כ'וועל שוין אויך ענטפערן אויף אייער קומענדיגע קשיא: 'וואס טוט זיך אויב סוועט זיך יא מאכן א הונדערט פראצענטיגע נארמאלע מענטש וואס וועט ארום גיין פאר פאן שלאגן מענטשן, הא?' די תירוץ אויף דעם איז אז ווער סוועט קומען זאגן אויף אזא מענטש אז ער איז נארמאל זאל מען אים נעמען צוזאמען מיטן שלעגער און אריינפירן אין משוגעים הויז מיט אן עסקארט עי עס עי פי.

זאג, דו ביזט אדער דו מאכסט זיך? מען האט דא געברענגט א מעשה שהי' מיט א פרוי וואס האט געשלאגן מענטשן און מען האט איר ארעסטירט און ארויסגעלאזט. צומאגנס האט זי נאכאמאל געשלאגן און מען האט איר ווידעראמאל ארעסטירט און ארויסגעלאזט. קומסטו האקן א טשייניק איבער אנדערעידזש אדער משוגע? דו מיינסט באמ אז יעדער אויף אייוועלט האט אזא לאו אייקיו?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:46 am

פומפדותא האט געשריבן:@למדן וצדיק האט שוין אפאר מאל ארויסגעברענגט אז לויט די ביז היינטיגע בעיל געזעצן האט מען נישט געמעגט דינייען בעיל ווייל איינער איז א סכנה, וואס האבן די זשאזשעס געטוהן זיי האבן פארלאנגט א אסטראנאמישע סומע בעיל אז די מענטש זאל עס נישט קענען באצאלן, און אויב דער אנגעקלאגטער האט געהאט א רייכן פעטער וואס האט אראפגעלייגט די בעיל, איז די פארברעכער געוועהן אויף די פריי, איי ער ער א סכנה פאר די מענטשהייט? תיקו.

דאס איז זייער א ריכטיגע טענה, און ס'האט אויך זייער א פשוט'ע סעלושען וואס די אלע סטעיטס וועלכע האבן שוין דורכגעירט בעיל רעפארם - וואס למדן וצדיק האט אזוי אויסגעלויבט - האבן זיכער געמאכט אז זיי האבן די סעלושען אין פלאץ פאר'ן טוישן די בעיל געזעצן, און דאס איז: געבן דעם ריכטער די רעכט צו האלטן מענטשן וועלכע זענען א סכנה אונטער גרטעס ביז'ן פראצעס.

פומפדותא האט געשריבן:די טענה אז דער אנגעקלאגטער איז א סכנה פאר די מענטשהייט, איז זייער א קאנטערווערסיאלע זאך, ווייל וואו אזוי שאצט מען אפ אויב א מענטש איז א סכנה, ממנה נפשך אויב איז דער מענטש געקלאגט געווארן מיט א שווערע פארברעכן גייט ער נישט ארויס אויף בעיל, אויב איז ער נישט געקלאגט געווארן אויף א פארברעכן מהיכן דנתנו אז ער איז א סכנה, ווייל דו טראכסט אז ער גייט אויספירן א פארברעכן מעגסטו איהם האלטן אין תפיסה? ער האט דאך גארנישט געטוהן.

מאך עס נישט אזוי קאמפליצירט ווען דו ווייסט אויך אז קיינער האט נישט גערעדט פון ארעסטירן איינעם ווייל פאר זיין שכן האט זיך געדאכט אז ער וויל טון א פארברעכן. די רעדע איז געווען ווען איינער באגייט נאכ'ן ארויסלאזן די זעלבע פארברעכן נאכאמאל, ווער רעדט ווען ער טוט עס א דריטע און א פערטע, איז ער א זיכערער געפאר עס צו טון א פינפטע און א זעקסטע מאל. ריכטיג? טא פארוואס זאלן מען נישט לאזן דעם ריכטער דאס נעמען אין באטראכט און דעסיידן צו מעם זאל יענעם האלטן ארעסטירט?


פומפדותא האט געשריבן:יעצט לענייני, ביז היינט ווען מען האט ארעסטירט א פארברעכער, לדוגמה א באנק רויבער האט די פראסעקיוטער געקלאגט דעם מענטש מיט א קליינעם פארברעכן און די פראסעקיוטער מיטן זשאזש האבן זיך פארשטאנען אויפן ווינק אז מען האט מען איהם טאקע נישט געקלאגט אויף באנק רויבעריי אבער באמת איז ער א באנק רויבער, דער אויסשטעל איז זייער סכנה'דיג ווייל די זשאזש גלייבט דעם פראסעקיוטער אנדעם וואס ער ברענגט די מינימאלע ראיות וואס א גרענד זשורי פארלאנגט צו ווערן אנגעקלאגט.

פון היינט און ווייטער אויב כאפט מען א באנק רויבער גייט מען איהם מוזן קלאגן מיט באנק רויבעריי אז ער זאל נישט ארויסגיין אויף די פריי, מען וועט מער נישט גלייבן דעם פראסעקיוטער אויפן ווארט.

ווייטער מאכסטעך תמ'עוואטע? קלאגן מיט באנק רויבעריי גיבט נישט דעם ריכטער די מעגליכקייט אים צו האלטן פארשפארט אפילו אויב ס'דא קלארע ווידעאו ווי ער בארויבט פינף בענק, ווי שוין איבערגעוויזן אויבן. נאר אויב ער האט גענוצט א וואפן דורכצופירן די רויבעריי קען מען אים האלטן.


פומפדותא האט געשריבן:אין א זייטיגער נאטיץ: ווער זענען די דאזיגע וואס שטייען אונטער די קאמפיין קעגן בעיל ריפארם? דאס זענען די בעיל באונדערס וואס שטייען אויס צו דערלייגן מיליאנען דאלארן אין צינזען א דאנק די נייע געזעץ. די אמעריקאנער בעיל אינדוסטרי איז ווערט איבער 2 ביליאן דאלער.

די דאזיגע שורה גייט אין איינקלאנג מיט די טיפיקעל דעמאקראטישע מהלך צו פעדלען פאליסי. דו ווייסט ווער ס'שטייט אונטער דיין לאך אין טאש? דו שרעקליכע רויבערישע קארפארעט אמעריקע! דו ווייסט ווער עס איז קעגן אבאמאקעיר? ביג פארמא! דו ווייסט ווער עס שטיצט טראמפ? די ראסיסטן, אנטיסעמיטן און רוסן!אבער צום עצם מדובר גיבט עס שטייצעך גארנישט צו.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:49 am

דממה דקה האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:
די טענה אז דער אנגעקלאגטער איז א סכנה פאר די מענטשהייט, איז זייער א קאנטערווערסיאלע זאך, ווייל וואו אזוי שאצט מען אפ אויב א מענטש איז א סכנה, ממנה נפשך אויב איז דער מענטש געקלאגט געווארן מיט א שווערע פארברעכן גייט ער נישט ארויס אויף בעיל, אויב איז ער נישט געקלאגט געווארן אויף א פארברעכן מהיכן דנתנו אז ער איז א סכנה, ווייל דו טראכסט אז ער גייט אויספירן א פארברעכן מעגסטו איהם האלטן אין תפיסה? ער האט דאך גארנישט געטוהן.

מען רעדט דאך נישט פון מענטשן וואס האבן גארנישט געטון, מען רעדט פון מענטשן וואס מען האט אנגעקלאגט אויף פארברעכנס, עס איז נאך טאקע נישט געווען קיין טרייעל, אבער ביי דאס וואס דו רופסט ערנסטע פארברעכנס ביסטו יא מסכים אז מען זאל איינזעצן א מענטש אן א טרייעל.
אויף דעם איז די טענה דא, אז מען קען נישט בלויז קוקן אויף כללים, טיילמאל זענען דא זאכן וואס אויפן געזעץ בוך זענען זיי נאר קליינע עבירות, אבער במציאות זענען זיי זייער ערנסטע פארברעכנס, וממילא זאל מען געבן די רעכט פארן ריכטער דן צו זיין אויף יעדן פאל בפרטיות.

אויב איז דא א ערנסטע פארברעך וואס לויטן געזעץ איז עס נאר א קליינע עבירה דארף מען פאררעכטן די געזעץ, נישט איינשטעלן צענדליגער טויזענטער מענטשן צו אומזיסטע פיין.

סאו דו האלטסט אז מען דארף געבן צען יאר תפיסה פאר איינער וואס שלאגט מענטשן אין גאס? אדער איינער וואס הרג'עט איינעם בטעות זאל מען געבן טויט שטראף?

עס זעהט אויס אז דו כאפסט בכלל נישט די קאנסעפט אז אסאך מאל קען מען באווייזן אנצוקלאגן (איבערהויפט ווען מען רעדט פון אנקלאגן, נישט קאנוויקטן) איינער וואס איז באגאנגען א טראגישן טעות מיט גאר ערנסטע קלאגעס, וואס די זעלבע קלאגעס קען מען נוצן קעגן אן ערסנטער פארברעכער, אדער די קאנצעפט אז די זעלבע זאך איז אמאל א פארשטענדליכע קליניגקייט און אמאל אן ערנסטע געפאר (א שטייגער ווי שלאגן, וואס קען אמאל פאסירן ווען א היציגע דעבאטע גייט ביז הענט, און סיז נישט די זעלבע ווי ארומגיין טיילן פעטש פאר אומשולדיג דורכגייער).
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מאנטאג ינואר 20, 2020 1:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:53 am

קרייסלער האט געשריבן:יעדער איז גערעכט; סאיז נישטא אזא זאך ווי א פערפעקט סיסטעם, להבדיל דת תורתינו הקדושה איז געשריבן געווארן דורכן יחיד קדמון און אלופו של עולם, ער האט מיט איין בליק געקענט זעהן צו א געוויסע הלכה וועט אין די לאנג ראן אויס קומען להצדיק את הרשע וכן להיפך ע״כ האט ער עס געשריבן מיט די גרעסטע מאס חכמה אז סזאל ארויס קומען יושרדיג הונדערט פראצענט

לא עשה כן לכל גוי ומשפטים בל ידעום; דער גוי וואס שרייבט געזעץ קען נישט זעהן צו ווייט און שטעלט עס אויס לפי קט שכלו און ראות עינו, דאס איז יעדער מודה דער ביז יעצטיגער שטרענגע סיסטעם האט באעוול׳ט אומשולדיגע מענטשען איז געקומען קאומא דער צווייטער און אריינגעלייגט שינוים אין די געזעצן, האטצעך אנגעהויבן א פרישע ויצעקו אז הלמאי סאיז לייכטער געווארן פאר קרימינאלן אויכעט וחוזר חלילה, דעיס גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגן

ברוך אלוקינו...ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם!

הני מילי, ווען ניו יארק איז דער ערשטער דורכצופירן די סארט געזעץ און מ'קען נישט וויסן פאראויס אלעס וואס דאס נעמט אריין. אבער ווען אסאך סטעיטס האבן שוין דורכגעפירט די זעלבע רעפארמען מיט אביסעלע שכל, נאר די ליבעראלע ניו יארקער קאפ וואס זארגט זיך מער פאר חיות (פיר פיסיגע און צוויי פיסיגע) ווי פאר מענטשן האבן דיקטירט אז מען זאל דירעקט אריינברענגען גענצליכע אנארכיע אין די גאסן, דאן הייסט עס שוין געטון אן עולה ביודעים און מען איז בארעכטיגט צו האבן טענות דערקעגן.

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:45 am

הרב טינק טאנק אלע טענות און קשיות וואס איר האט איז שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן דא. ווי נאר איר קומט צו זיך זעצט אייך אראפ אויפן רעקליינער מיט א ווארימע טיי און לייענט עס איבער.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 20, 2020 3:12 am

אייער סטעיטמענט איז פראטאקלירט.

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג ינואר 20, 2020 3:24 am

וואס מיינט פראטאקלירט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:43 am

למדן וצדיק האט געשריבן:הרב טינק טאנק אלע טענות און קשיות וואס איר האט איז שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן דא. ווי נאר איר קומט צו זיך זעצט אייך אראפ אויפן רעקליינער מיט א ווארימע טיי און לייענט עס איבער.


ווי איז אויסגעשמועסט געווארן די פשוט'ע קשיא, פארוואס האט מען דא נישט געקענט טון פונקט ווי אין ניו דזשערזי, לאזן די ריכטער דעסיידן אז א מענטש איז דעינדזשרעס.

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:49 am

גלייך אינעם ערשטן תגובה פונעם אשכול. איר האט בכלל געליינט מיין ארטיקל?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:10 am

דארט איז געשטאנען אז מען קען נישט, ווייל עס איז נישט לעגאל אין ניו יארק, איי, דאס איז טאקע די טענה זאל מען עס מאכן לעגאַל.

ועוד, אין יענעם ארטיקל ברענגט איר א ראי' פון ניו דזשערזי, אז דארט איז גארנישט געשען, אן אויסשמועסן דעם גרויסן חילוק צווישן ניו יארק און ניו דזשערזי.

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:21 am

סאיז פערצופאל יא געשטאנען פארוואס מהאט עס נישט געוואלט מאכן לעגאל, באט וואטעווער.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:01 pm

די נ.י. פאוסט איז שוין לאנג נישט געווען אזוי פרייליך ווי אין די יעצטיגע טעג.
די רעפאבליקאנער פארטיי אין נ.י. ווייזן צייכענעס פון לעבן, טראץ זיי ווייסן נאכנישט גענוי פון ווי די ישועה וועט קומען. קלאר אז זיי זענען אויפן וועג צוריקצוגעווינען חלק פון די פארלארענע סטעיט-סענאט זיצן, טראץ ס'גלייבט זיך שווער זיי זאלן צוריקקומען אמאל צו די מאכט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג ינואר 20, 2020 8:56 pm

איבער גאנץ ניו יארק סטעיט האט מען על פי פשטות זייט דיצעמבער ארויסגעלאזט 20,000 מענטשען אן געלט בעיל, איינס אדער צוויי אנגעקלאגטע האבן געטוהן נאכאמאל די זעלבע פארברעכן, דאס קומט אויס צו 0.01% אין אידיש א צענטל פון א צענטל פון א פראצענט.

וועגן צוויי מענטשען ווילסטו אז 19,898 זאל בלייבן אין תפיסה?...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:59 pm

איך פלעג אמאל לייענען אין די נייעס איבער קרימינאלן וועלכע אינפילטרירן די גאסן אין דריטע וועלט אדער אין געוויסע אייראפע'אישע לענדער וויאזוי זיי זענען סוקסעספול זיך ארויסצודרייען פון גערעכטיגקייט און די פאליציי טוט זיי גארנישט. עפעס ליגט מיר אין קאפ איבער די אידישע רעסטאראן אין אמסטערדאם וועלכע איז עטליכע מאל אטאקירט געווארן דורכן זעלבן פארשוין.

עס פלעגט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי ארעסטירט מען נישט צייטליך דעם פארשוין און אראפ פון מארק. ס'נישט אז ער באהאלט זיך אדער וואס, ער אפערירט אפן לעיני השמש.
היינט טראכט איך אז איך הויב שוין אן אביסל צו פארשטיין.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:05 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך פלעג אמאל לייענען אין די נייעס איבער קרימינאלן וועלכע אינפילטרירן די גאסן אין דריטע וועלט אדער אין געוויסע אייראפע'אישע לענדער וויאזוי זיי זענען סוקסעספול זיך ארויסצודרייען פון גערעכטיגקייט און די פאליציי טוט זיי גארנישט. עפעס ליגט מיר אין קאפ איבער די אידישע רעסטאראן אין אמסטערדאם וועלכע איז עטליכע מאל אטאקירט געווארן דורכן זעלבן פארשוין.

עס פלעגט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי ארעסטירט מען נישט צייטליך דעם פארשוין און אראפ פון מארק. ס'נישט אז ער באהאלט זיך אדער וואס, ער אפערירט אפן לעיני השמש.
היינט טראכט איך אז איך הויב שוין אן אביסל צו פארשטיין.

אין דעם אשכול ארבעט נישט די סארט זאכן, אמאל געליינט, ליגט מיר אין קאפ, וכו' וכו'. ברענג סאורסעס און נומבערס דערנאך וועלן מיר דיסקאסירן.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:06 pm

פומפדותא האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך פלעג אמאל לייענען אין די נייעס איבער קרימינאלן וועלכע אינפילטרירן די גאסן אין דריטע וועלט אדער אין געוויסע אייראפע'אישע לענדער וויאזוי זיי זענען סוקסעספול זיך ארויסצודרייען פון גערעכטיגקייט און די פאליציי טוט זיי גארנישט. עפעס ליגט מיר אין קאפ איבער די אידישע רעסטאראן אין אמסטערדאם וועלכע איז עטליכע מאל אטאקירט געווארן דורכן זעלבן פארשוין.

עס פלעגט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי ארעסטירט מען נישט צייטליך דעם פארשוין און אראפ פון מארק. ס'נישט אז ער באהאלט זיך אדער וואס, ער אפערירט אפן לעיני השמש.
היינט טראכט איך אז איך הויב שוין אן אביסל צו פארשטיין.

אין דעם אשכול ארבעט נישט די סארט זאכן, אמאל געליינט, ליגט מיר אין קאפ, וכו' וכו'. ברענג סאורסעס און נומבערס דערנאך וועלן מיר דיסקאסירן.


עס ארבעט יא אין דעם אשכול

פון וואנעט ווייסטו אז עס ארבעט נישט?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 21, 2020 9:51 am

א פרישע סיענע קאלעדזש אנקעטע צייגט אז בלויז 37% ניו יארקער זענען אין שטיצע פון די נייע בעיל רעפארם בעת וואס 49% זענען דערקעגן. צוריק אין אפריל האט די זעלבע פירמע געוויזן אז ניו יארקער זענען אין שטיצע דערפון 55% צו 38%.
די שטארקסטע טויש איז געקומען פון די דאונסטעיט סובערבען געגנטער, ווי 64% זענען אצינד דערקעגן. אזוי אויך ביי אינדעפענדענס וויילער איז דאס 29% אין שטיצע צו 56% דערקעגן.
אפילו צווישן שווארצע און לאטינא גרופעס איז די שטיצע דערפאר געשרינקען פון צוויי דריטל צו בערך האלב.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 9:58 pm

פומפדותא האט געשריבן:אין דעם אשכול ארבעט נישט די סארט זאכן, אמאל געליינט, ליגט מיר אין קאפ, וכו' וכו'. ברענג סאורסעס און נומבערס דערנאך וועלן מיר דיסקאסירן.

פומפדותא האט געשריבן:איבער גאנץ ניו יארק סטעיט האט מען על פי פשטות זייט דיצעמבער ארויסגעלאזט 20,000 מענטשען אן געלט בעיל,

היאך יתקיימו שתיהן? די תירוץ איז (דא גיבט מען א דריי מיט'ן גראבן פינגער), הא לן והא להו.

צו דיין עצם נקודה:
פומפדותא האט געשריבן:איבער גאנץ ניו יארק סטעיט האט מען על פי פשטות זייט דיצעמבער ארויסגעלאזט 20,000 מענטשען אן געלט בעיל, איינס אדער צוויי אנגעקלאגטע האבן געטוהן נאכאמאל די זעלבע פארברעכן, דאס קומט אויס צו 0.01% אין אידיש א צענטל פון א צענטל פון א פראצענט.

וועגן צוויי מענטשען ווילסטו אז 19,898 זאל בלייבן אין תפיסה?...

כ'פארשטיי פארוואס דו פרובירסט נאכאמאל צו טרייבן די שקר אז מ'קען נישט רעפארמען בעיל אן האלטן איינגעשפארט שעדליכע פארברעכער. סיז שווער מודה צו זיין אז די פארטיי האט געשטעלט אידעאלאגיע פאר שכל, און סיז נאך שווערע מודה צו זיין אז מען האט זיך טועה געווען. די פאקטן טוישן זיך אבער נישט און מען האט געהאט די ברירה צו רעפארמען בעיל אן ארויסלאזן שעדליכע פארברעכער פונקט ווי די אנדערע סטעיטס האבן סוקסעספולי געטון, דורך געבן דעם ריכטער (דער זעלבער ריכטער וועם דו טראסט בלינדערהייט מיט די זיכערהייט פון די עדות) די מאכט צו האלטן אין טורמע מענטשן וועלכע זענען שעדליך אדער וועלכע האבן איבערגעשפילט די פארברעכנס.

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:18 pm

שווער מודה צו זיין ווען די קעגנערישע פארטיי פירט דורך א גוטע זאך.

פאר די אלע וואס מיטשענען זיך מיט די פראבלעם האב איך שוין דא געגעבן חיזוק
viewtopic.php?p=2080899#p2080899
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:20 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:שווער מודה צו זיין ווען די קעגנערישע פארטיי פירט דורך א גוטע זאך.

דערווייל זעהט מען אין דעם אשכול נאר פארקערט, אבער אויב דאס גיבט דיר חיזוק, גוד פאר יו.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי און 15 געסט