נייע דיסקאווערי געזעץ - א ישועה פאר כלל ישראל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דממה דקה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:שוין העכסט צייט אז די עדים זוממין קאנצעפט זאל ווערן ברייט באנוצט אין די יוסטיץ סיסטעם, דהיינו אויב טרעפט מען טאקע אז א פראסיקיוטער האט גענוצט א פאלשע עדות אדער אנדערע נישט אמת'ע מיטלען, זאל ער באקומען כאשר זמם לאחיו!!! זאל ער -- צןזאמען מיט די פאלשע עדות -- גיין זיצן אין חד גדיא פאר 30 יאר!!!!!

די פראסעקיוטער קען זאן ליגענט אין קארט און מען קען אים נישט קלאגן פאר perjury ווייל עס איז נישט געווען under oath.

אבער דער אנגעקלאגטער טאר נישט זאגן ליגענט פארן פראסעקיוטער...

פארקריפלטע דשאסטיס

עדים זוממין באקומען נישט א שטראף פאר "ליגענט זאגען", נאר פארן ברצון ובמזיד אויסטראכטן א באבע מייסע אויף יענעם און צופוצן די עוולות כדי יענעם חרוב צו מאכן דאס לעבן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פערפלוואל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ברויך מען עס טאקע אויך מאכן פעדעראל, פון וועם אחב"י ליידן מער.

פארשטייט זיך אז דאס זאל געשען מוז קודם מעקאנעל ווערן אויס מאיאריטעט פירער.

ישר כח@פומפדותא.

נ'וודאי! די פירסט סטעפ עקט איז פארשטייט זיך נישט דורכגעפירט געווארן ווען מעקאנעל איז געווען מאיאריטעט פירער...

קודם האט מען געדארפט האבן 85 סענעטארן, און ערשט נאכדעם האט מען געדארפט גרויס דרוק פון ווייסן הויז.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:שוין העכסט צייט אז די עדים זוממין קאנצעפט זאל ווערן ברייט באנוצט אין די יוסטיץ סיסטעם, דהיינו אויב טרעפט מען טאקע אז א פראסיקיוטער האט גענוצט א פאלשע עדות אדער אנדערע נישט אמת'ע מיטלען, זאל ער באקומען כאשר זמם לאחיו!!! זאל ער -- צןזאמען מיט די פאלשע עדות -- גיין זיצן אין חד גדיא פאר 30 יאר!!!!!

די פראסעקיוטער קען זאן ליגענט אין קארט און מען קען אים נישט קלאגן פאר perjury ווייל עס איז נישט געווען under oath.

אבער דער אנגעקלאגטער טאר נישט זאגן ליגענט פארן פראסעקיוטער...

פארקריפלטע דשאסטיס

עדים זוממין באקומען נישט א שטראף פאר "ליגענט זאגען", נאר פארן ברצון ובמזיד אויסטראכטן א באבע מייסע אויף יענעם און צופוצן די עוולות כדי יענעם חרוב צו מאכן דאס לעבן.

און הערשט איז עדים זוממין א חידוש. אויב סיז בא הרוג ברגליו גייען די עדים אהיים מיט א שטרענגע בליק פון די דיינים, און קענען לכאורה מער נישט ווערן גענוצט אלס עדות. ניטאמאל מלקות באקומען זיי ווייל פאלש עדות זאגן איז א לאו שאין בו מעשה.

(דאס נעמט נישט אוועק פון די טענה אז פראקורארן און פאליציאנטן וואס באגייען אומרעכטן ברויכן ווערן געהאלטן אקאונטעבל אויפ'ן שארפסטן אופן. איך האב נאר געוואלט אויסקלארן די תורה'דיגע שמועס איבער עדים זוממין.)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

האבן יודן משלנו ג'שתדל'ט פאר דעם געזעץ?
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Think and Thank האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:שוין העכסט צייט אז די עדים זוממין קאנצעפט זאל ווערן ברייט באנוצט אין די יוסטיץ סיסטעם, דהיינו אויב טרעפט מען טאקע אז א פראסיקיוטער האט גענוצט א פאלשע עדות אדער אנדערע נישט אמת'ע מיטלען, זאל ער באקומען כאשר זמם לאחיו!!! זאל ער -- צןזאמען מיט די פאלשע עדות -- גיין זיצן אין חד גדיא פאר 30 יאר!!!!!

די פראסעקיוטער קען זאן ליגענט אין קארט און מען קען אים נישט קלאגן פאר perjury ווייל עס איז נישט געווען under oath.

אבער דער אנגעקלאגטער טאר נישט זאגן ליגענט פארן פראסעקיוטער...

פארקריפלטע דשאסטיס

עדים זוממין באקומען נישט א שטראף פאר "ליגענט זאגען", נאר פארן ברצון ובמזיד אויסטראכטן א באבע מייסע אויף יענעם און צופוצן די עוולות כדי יענעם חרוב צו מאכן דאס לעבן.

און הערשט איז עדים זוממין א חידוש. אויב סיז בא הרוג ברגליו גייען די עדים אהיים מיט א שטרענגע בליק פון די דיינים, און קענען לכאורה מער נישט ווערן גענוצט אלס עדות. ניטאמאל מלקות באקומען זיי ווייל פאלש עדות זאגן איז א לאו שאין בו מעשה.

(דאס נעמט נישט אוועק פון די טענה אז פראקורארן און פאליציאנטן וואס באגייען אומרעכטן ברויכן ווערן געהאלטן אקאונטעבל אויפ'ן שארפסטן אופן. איך האב נאר געוואלט אויסקלארן די תורה'דיגע שמועס איבער עדים זוממין.)



דניאל האט נישט געבעטן מ'זאל נוצן דער תורה פאר געזעצען דא אין אמעריקא, טאמער יא איז א שאד זיין שפייעכטץ.

אבער יא געוואלט אז מ'זאל ניצן א געוויסע מהלך וואס שטימט מיט כאשר זמם (נישט ולא כאשר עשה) :
דניאל אויערבאך האט געשריבן:שוין העכסט צייט אז די עדים זוממין קאנצעפט זאל ווערן ברייט באנוצט אין די יוסטיץ סיסטעם, דהיינו אויב


מיט דעם אז ווען מ'ברענגט א ראי'ה אז איינער האט בידיעה געוואלט אריינשליידערן א צווייטער אין טורמע, זאת ער באקומען דער זעלבע זאך.

עס וועט ראטעווען אסאך אומשולדיג קרבנות.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

Joseph Griffo די רעפאבליקאנער מינארעטי פירער אין סטעיט סענאט האט פארגעשלאגן א ביל אז מען זאל נישט דארפן ארויסגעבן די נעמען פון די עדות, ב"ה עס איז אפגעווארפן געווארן מיט א לענסלייד.
בילד
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ב״ה. כן יעזור ה׳ הלאה
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

האלאו:
עדים זוממין קאנצעפט:?

הרגן אין נהרגים!

כאשר זמם ולא כאשר עשה.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

געווענליך לויפט מיין קאפ רעכט, (אפילו למעשה טוה איך לינק ווייל אזוי לוינט זיך פאר מיר אול פאר אסאך יודן..)
לאגיש איז מיך זייער שווער צו פארנעמען די לינקע,
בפרט ווען מרעדט פון די דשאסטיס און די לינקע נעמען זיך אן פאר דראג עדיקטס, אבער וועלן גיין מיטן שארפסטן ביי ווייט קאלער קריים,

אבער דא האבן זיי אשטארקע פאונט,
די אלע ביוראקראטיע וואס מ'גייט דורך ווען מ'איז חושד איינעם אין עני פראד, אפי' ער איז נישט קיין פארברעכער, מיז זיך אפשטעלן,

און אויך ווען א פראסעקיוטער אדער עני עדות, טוט אומגערעכטע שריט מיטן ציל צו איינזעצן א מענטש, אדער צו באקומען א סערטש ווארענט, מיז ער באקומען א שטראף,

אויך די קאנצעפט (כווייס נישט וויפול אמת ס'ליגט דעראין, אבער כ'האב געהערט אז ס'דא אזא קאנצעפט) פון פריוואטע קאמפעניס וואס פארדינען פון יעדע ארעסטאנט, און זיי וועלן לאביאירן אז ער זאל זיצן וואס לענגער, איז א אנהערדאף זאך (נאכאמאל אויב סדא אזא זאך...)

סוי די עדים זוממין קאנצעפט וואלט געווען א גאר געווינטשענע זאך!
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום זונטאג יאנואר 19, 2020 10:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

און בדוו ביי די פריזן רעפארם, האבן געוויסע רעפאבליקאנער געוואלט צולייגן אז ביי געוויסע וויילענט פארברעכער, אדער דראג עדיקטס, זאל נישט חל זיין די רעפארם, און די פארריקטע ליבעראלן האבן נישט געוואלט שטיצן די רעפארם נאר אויב ס'אינקלאדט אויך די שווארצע פארברעכנס..
סוי ביידע זענען די זעלבע שילדיג, בעסער געזאגט, פאר ביידע קומט זיך די זעלבע קרעדיט, דער האט עס געשטיפט פאר ביזנעסלייט וואס מאכן אפאר דאלער, און דער פאר כוליגיאנעס וואס טערארעזירן דאס מענטשהייט..
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און בדוו ביי די פריזן רעפארם, האבן געוויסע רעפאבליקאנער געוואלט צולייגן אז ביי געוויסע וויילענט פארברעכער, אדער דראג עדיקטס, זאל נישט חל זיין די רעפארם, און די פארריקטע ליבעראלן האבן נישט געוואלט שטיצן די רעפארם נאר אויב ס'אינקלאדט אויך די שווארצע פארברעכנס..
סוי ביידע זענען די זעלבע שילדיג, בעסער געזאגט, פאר ביידע קומט זיך די זעלבע קרעדיט, דער האט עס געשטיפט פאר ביזנעסלייט וואס מאכן אפאר דאלער, און דער פאר כוליגיאנעס וואס טערארעזירן דאס מענטשהייט..

עס איז ליידער אויך דא אידישע דראג עדיקטס. פארוואס טאר נישט רעפארם אנגיין ביי אן עדיקט?

און למשל ר' נחמי' וועבערמאן זיצט נישט פאר קיין ווייט קאלער.

אפילו אן עכטער פארברעכער וואס האט ביי אכצען, זיצענדיג פון אן ארימען צופארענעם שטוב גערויבט א.א.וו., טאר נישט צען, פופצען יאר שפעטער האבן א שאנס ארויסצוגיין פריער אויב ער פירט זיך שוין אויף ארענטליך?
שויתי ה' לנגדי תמיד
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

A New York man willing to testify against MS-13 members who attacked him in 2018 was found dead earlier this week after his identity was disclosed to defendants’ attorneys in pre-trial proceedings, police say.
The bludgeoned body of 36-year-old Wilmer Maldonado Rodriguez was found Sunday outside an abandoned home in New Cassel, the Nassau County Police Department announced Wednesday. Investigators said Rodriguez in October 2018 came to the defense of two boys who were being threatened by the gang — only to be beaten with a bat and stabbed, according to Newsday.
"This courageous man was prepared to testify against his alleged assailants at an upcoming trial, but he was brutally beaten to death before he could," Nassau County District Attorney Madeline Singas said in a statement provided to the newspaper.
"This case underscores the importance of safeguarding the identities of witnesses and victims of crime and our hearts are with Mr. Maldonado’s family and friends as we grieve his loss.”

Wilmer Maldonado Rodriguez was found dead Sunday behind this home in New Cassel, N.Y., police say. (Google Maps)
Singas says prosecutors tried to keep Rodriguez’s identity secret by obtaining a protective order in December 2018.
But last December, ahead of looming changes to New York’s criminal justice system, including reforming the pre-trial discovery phase – during which prosecutors reveal evidence to the defense for preparation – the judge in the case issued a new order.
It allowed “for the disclosure of the protected information to defense counsel,” Newsday reports. The judge’s order, it added, required attorneys for two defendants not to reveal Rodriguez' s name to their clients until the trial’s start date of Jan. 6.
However, Nassau Police Commissioner Patrick Ryder said Wednesday that the trial was delayed.

MS-13 is associated with a spate of brutal and violent killings. How did the gang originate, and how widespread are its members?
“We don’t know if the defense counsel turned that information over to the defendants, but we do know that right after that time period… started this pattern of intimidation,” Ryder said.
He told reporters Wednesday that another witness on the case was shot at in New Cassel on Jan. 30.
“On February 1st, 2020, Wilmer, our now victim, deceased, was also beaten on and he escaped from there,” Ryder said. “Then on February 2nd, we found Mr. Rodriguez’s body.”
“The individuals whoever did this attack, we believe had received that information,” Ryder concluded, referring to Rodriguez’s identity. He noted that the investigation into Rodriguez’s killing is ongoing and no suspects have been identified.

New York prosecutors have announced the arrests of nearly 100 members and associates of MS-13 in what officials say is the largest crackdown against the gang in the state’s history; Suffolk County District Attorney Timothy Sini weighs in.
Both attorneys, though, are denying that they disclosed any names of witnesses or victims to their clients.
“I never gave him the name of those people. And he never asked me for it,” lawyer Greg Madey, who is representing 20-year-old Denis Pineda, told Newsday. “I’m offended by the allegation that Denis Pineda had something to do with orchestrating this murder.”
Justin Feinman, who is representing 19-year-old Elian Ramos Velasquez, told Newsday that “at this point to say that it was a defense attorney that leaked without more information is completely inappropriate.”
“I feel horrible that this happened,” Feinman added. “This should have never happened. I just don’t see how you can blame a particular judge or attorney.”
The trial Rodriguez was supposed to testify in is set to begin sometime this week, Ryder said Wednesday.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

דעם שטיקל נייעס האט גארנישט צו טוהן מיט די דיסקאווערי געזעץ.

לאמיר אויסשמועסן.
1) די נאמען פון די עדות האט מען ארויסגעגעבן נאך פאר די געזעץ איז אריין אין קראפט.
2) מען האט ביז היינט אויך געדארפט ארויסגעבן די נאמען פון די עדות, די חילוק בעפאר אין נאך די געזעץ איז, וויפיל בעפאר די טרייעל מען מוז עס ארויסגעבן די נעמען פון די עדות.
3) אונטער די נייע געזעץ קען מען בעטן א ריכטער נישט ארויסצוגעבן די נאמען פון די עדות ביז'ן געריכט.
4) ביי גענג פארברעכן איז דא א פעדעראלע געזעץ, אז מען קען פארהוילן ווער די עדות זענען אפילו נאכן געריכט.
5) אין דעם ספעציפישען פאל האבן זיי לכאורה געוויסט ווער די עדות איז, ווייל זיי האבן איהם געהאט געשטאכן ביים סצענע.
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”