פלא'דיגע סיפור איבער בבא סאלי און איראן - התעוררות והתחזקות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

פלא'דיגע סיפור איבער בבא סאלי און איראן - התעוררות והתחזקות

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך ינואר 15, 2020 6:11 pm

אז מען רעדט שוין פון איראן, וויל איך אראפברענגן א פלא'דיגע סיפור מיט א שיינע מוסר השכל:

א פלא'דיגע סיפור איבער איראן און טערקיי פונעם הייליגן בבא סאלי, וואס זיין איידעם ר' דוד יהודיוף, אויך א גרויסע מענטש פאר זיך, האט דערציילט און אראפגעשריבן בעד ראיה:
אין יאר תשכ''ו איז בבא סאלי געקומען קיין ירושלים צו וויילן עטליכע טעג אין די שטוב פון זיין איידעם. איין טאג זיצענדיג ביים טיש מיט נאך עטליכע חשובע אידן, האט ער פלוצלינג זיך געגעבן א שטעל אויף און אריינגעלאפן אין זיין צימער און זיך דארט פארשפארט פאר לאנגע לאנגע שעות. אינצווישן זענען געקומען חשובע אידן אים באזוכן, מען האט געקלאפט אויף זיין טיר, אבער ער האט גארנישט גענטפערט.
נאך א לענגערע צייט פון כמה שעות האט זיך געפענט די טיר און בבא סאלי איז ארויסגעקומען מיט א פייערדיגע צורה און צוגערופן זיין איידעם הנ''ל און אים דערציילט אזוי:

פאר זעכציג יאר צוריק ווען די ציונים האבן אנגעהויבן ארויפצוקומען קיין ארץ ישראל, און זיי האבן אנגעהויבן צו גיין נישט צניעות'דיג אנגעטון און עס איז געווען שרעקליכע פגמים אין צניעות, איז ארויפגעקומען די שר פון ישמעאל אין הימל און מקטרג געווען א גרויסע קטרוג פארן אייבערשטן זאגנדיג אזוי:
דיינע קינדער קומען קיין ארץ ישראל און זענען עס מטמא מיט זייערע מעשים מיט די אלע בגדי פריצות וכו', משא''כ די אראבער וואס האבן דארט געוואוינט אלע יארן זענען מקפיד אויף א הפרדה צווישן מענער און ווייבער, און די אלע נשים גייען אנגעטון באדעקט מכף רגל ועד ראש, איז אויב אזוי קומט אז דו זאלטס מעניש זיין דיינע קינדער און געבן גוטע שכר פאר די אראבער! ח''ו.
האבן די צדיקי הדור אנגעהויבן צו מפציר זיין בתפלה פארן אייבערשטן צו מבטל זיין די גזירה, און מען האט באשלאסן אין הימל אז מען גייט אויספרובירן די ישמעאלים מיט אזא נסיון און זען צו זיי וועלן קענען עס ביישטיין. אויב וועלן זיי עס ביישטיין וועט זיין גאר א שווערע גזירה אויף כלל ישראל ח''ו, און אויב נישט וועט די קטרוג ווערן בטל.

האט מען געשטעלט א נסיון פאר די צוויי חשובע צענטראלע מוסלעמענע לענדער 'איראן' און 'טערקיי' וואס זיי האלטן זיך פאר די פאן טרעגער פונעם איסלאמישן רעליגיע (טערקיי האט געמאלטס געהערשט אויף רוב אראבישע וועלט, און איראן איז די צענטער פון די שייאיטן).
פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע ווייסט וואס דארט איז למעשה געשען: אין טערקיי איז פארגעקומען א גרויסע מהפיכה און עס איז ארויפגעקומען דער 'טוראק', וואס האט איינגעשטעלט נייע געזעצן אין לאנד עס זאל זיי אזויווי אלע אייראפעישע לענדער אין אלע ענינים, און ער האט אפילו גוזר געווען אן איסור אז א אשה מעג נישט ארויסגיין מיט א צוגעדעקטע פנים, און נאך און נאך, אלעס צו מאכן אז מען זאל זיין אזויווי אלע פרייע לענדער.
אין איראן איז דאן ארויפגעקומען דער נייער שעך 'פאהאלווי', און ער האט אויך געטון דאס זעלביגע דארט, און נאך אסאך ואכמ''ל.
בקיצור, זיי זענען גאר נישט גוט בייגעשטאנען זייער נסיון. נו, אויב אזוי איז די גזירה גענצליך בטל געווארן ב''ה.

פירט אויס די בבא סאלי, היינט צוטאגס האלט מען ביים איינפירן און אריינברענגן אין לאנד נייע פריצות'דיגע בגדים רח''ל, קורצע בגדים וואס לאזן רוב פיס אויפגעדעקט און זענען היבש העכער די קניען, און עס איז פארהאן א גרויסע קטרוג אויף כלל ישראל, און ממש א גזירת כליה רח''ל ח''ו.
האבן די צדיקי הדור יעצט נאכאמאל איינגעריסן צו מבטל זיין די גזירה, ביז עס איז געלונגען עס צו אויפטוישן אויף דעם אז עלטערע אידן זאלן פאלן און זייער פיס זאל זיך צוברעכן, אין א בחינה פון 'רגל תחת רגל'.

וכך הוה, דאן זענען גאר אסאך חשובע אידן געפאלן און זיך צובראכן די פיס נעבעך, און ער ברענגט דארט א ליסטע פון עטליכע חשובע אידן וואס ער האט געקענט און מיט זיי איז דאס געשען.
און די בבא סאלי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו זיין איידעם אז ער זאל זען צו מפרסם זיין דאס ברבים, אז מען זאל זיך היטן פון די נישט צניעות'דיגע בגדים ווייל דאס ברענגט אן גאר אסאך צרות ווי מען זעט דא, ואלקינו שונא זימה הוא!


***


וואס מען זעט פון דער סיפור איז עטליכע נקודות:
א) אז אלעס וואס טוט זיך אפ אין אלע לענדער איבער די וועלט איז דא אין דעם גאר גרויסע סודות, און מען ווייסט נישט וואס עס טוט זיך דא אלץ אפ אינטער די קוליסן, פארוואס יעדע זאך געשעט וכו' וכו'.
גיי ווייס די גאנצע מעשה יעצט אין סאדי אראביע וואס האלט אינמיטן זיך מאדערנעזירן, און די זיבן עמיראטן וואס זענען שוין לאנג אפגעפארן גאר ווייט, און נאך און נאך, יעדע זאך איז סודות נוראים וואס מען וועט נאר וויסן ווען משיח וועט קומען וואס דא האט זיך אפגעטון.
און אגב, קען יעדער וויסן אויך ביי זיך אין זיי אייגענע לעבן, אין זיין עולם מלא, אז יעדע זאך וואס טוט זיך אפ מיט אים איז דא אין דעם סודות נוראים, וואס נאר ווען משיח וועט קומען וועט מען וויסן וואס דא האט זיך אפגעטון מיט אונז אויף יעדע טריט און שריט, גלגולים און תיקונים וכו'.


ב) אז מיר דארפן טון אין דער ענין וואס מיר קענען, און יעדער פארמאגט א גרויסע אחריות ביי זיך אינדערהיים צו זיכער אז זיינע בני בית און משפחה זאלן גיין טאקע אנגעטון צניעות'דיג, נישט קיין קורצע קליידער וואס קומען ארויף כמעט העכער די קני רח''ל (וואס ווי די חזון איש פסקנ'ט איז עס מחויב צו זיין כאטש דריי אינטשעס אינטער די קני, און אז נישט איז עס א בגד פון פריצות, געוויסע האלטן אז עס דארף זיין כאטש פיר אינטשעס אבער ווייניגער ווי דריי זיכער נישט).
און נישט קיין שרייעדיגע קליידער וואס מען זעט שוין פון א גאס אוועק, און בכלל 'כל כבודה בת מלך פנימה', און א אשה האט נישט וואס זיך ארומצודרייען איבריג אויף די גאסן פון שטאט, און אז מען גייט יא אויפן גאס, נישט רעדן הויעך און זיכער נישט לאכן אויפן קול, און די אלע מעיק אפ וואס ווערן נאר ערגער און ערגער ה''י.
און ווער רעדט שוין פון די קלאפעדיגע שיך וואס עד היום הזה פארשטיי איך דאס נישט, וואס ווילסטו? וואס איז דיין פלאן? אז יעדער זאל וויסן אז דו קומסט צו גיין פון א גאס אוועק און זיך אויסדרייען קוקן אויף דיך? אפשר זאלסטו אויך שרייען הויעך זיכער מאכן אז מען זאל וויסן אז דו קומסט?... יענע געלעכטער, איינער האט א נארמאלע הסבר וואס איז פשט דערפון? יא, די יצר הרע האט א שיינע ענטפער דערויף. איך ווייס נישט פארוואס מען רעדט נישט דערפון, מען איז נאר פארנומען מיט סנוד''ס וואס שטערן קיינעם נישט, און אדרבה, בעסער ווי שייטלעך איז עס זיכער, און פון אזא זאך רעדט מען נישט.
און די צולאזטע שייטלעך וואס קומען אריין אויפן פנים, וואס איז קלאר גע'אסר'ט דורך אלע פוסקים, אפילו די וואס זענען מתיר שייטלעך, וויבאלד דאס איז ריכטיג פריצות, און הרב וואזנער און הרב אלישיב האבן ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן דעם אפאר יאר צוריק. ה' ירחם.
און איך וויל נישט דא אריינגיין בכלל אין די נושא פון שייטלעך וויבאלד מען וויל אוודאי נישט הערן, נו, וועל איך נישט עובר זיין אויף תוכחה שאינו ראויה, אבער ווער עס וויל באמת די אמת, זאל מעיין זיין דערין און זען עס איז גארנישט אזוי פשוט. אגב, אז מען רעדט פון בבא סאלי, בבא סאלי האט עס גע'אסר'ט בכל תוקף, אפילו במשהו.

שוין אמטשולדיגס פארן פארפארן, אבער יא, מען דארף זיך דערמאנען אז די אחריות ליגט אויף אונז, און מיר וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע מכשול וואס אונזער בני בית האבן מכשיל געווען א צווייטן ווען אונז האבן געקענט עס אפהאלטן, און ווער ווייסט וויפיל צרות אין כלל ישראל דאס ברענגט אלעס אויף אונזער קאנטע, והוא רחום יכפר עון ולא ישחית.
ליגט אויף אונז א פליכט צו קוקן און האלטן אן אויג וויאזוי אונזער בני בית גייט אנגעטון און וויאזוי זיי פירן זיך אויף, עכ''פ וויפיל מען קען און פארשטייט זיך בדרכי נועם און מיט שמחה און יישוב הדעת, און וויפיל עס איז מעגליך, וויבאלד אין אלע ענינים גייט מען בעיקר פארהאלטן די מענטש נאר אויף וואס ער האט געקענט און געווען ביכולת, צומאל נאר א קלייניגקייט, אבער דער קלייניגקייט פארלאנגט מען.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך ינואר 15, 2020 6:36 pm

טאקע א מוראדיגע מעשה
געוואלדיג!

פישל דער פישער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

תגובהדורך פישל דער פישער » מיטוואך ינואר 15, 2020 7:06 pm

ישר כח פאר די הערליכע און אויפריכטיגע רייד
זאל עס זיין נכנסים אל הלב
און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ומלאה הארץ דעה בבגואצ"א

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך ינואר 15, 2020 8:52 pm

א מעשה מרגש.
מקור פון די מעשה?

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:34 pm

א מוראדיגע מעשה אבער כמיין אז די שר פון ישמעאל וכו׳ איז אביסל איבער געטריבן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:47 pm

פ' לך לך האט געשריבן:א מעשה מרגש.
מקור פון די מעשה?


Rt

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:17 pm

דברים כדרבונות, יישר כח.

כ'וואלט אויך געקענט ביישטיין צו וויסן די מקור פון די מעשה פלא, הגם איך דארף נישט די מעשה צו וויסן אז יעדע ריר וואס געשעהט אויף די וועלט איז אויסג'חשבונ'ט מיט א הימלישע פונקטליכקייט.

והוא לבדו עשה עושה ויעשה.

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:31 pm

מאך מיר נישט די אראבער פאר אזוינע צדיקים, זייערע פרויען מעגן זיין איינגעבינדן טויזנט מאל, כידועה זענען די אראבער די געמיינסטע שבגעמיינסטע, גילוי עריות מיט שפיכות דמים איז דארט מעשים בכל יום ממש, פאר ווער ס'ווייסט וד''ל

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:46 pm

פייערקרעקערס האט געשריבן:מאך מיר נישט די אראבער פאר אזוינע צדיקים, זייערע פרויען מעגן זיין איינגעבינדן טויזנט מאל, כידועה זענען די אראבער די געמיינסטע שבגעמיינסטע, גילוי עריות מיט שפיכות דמים איז דארט מעשים בכל יום ממש, פאר ווער ס'ווייסט וד''ל

ס'ווענדט נישט אפ די מעשה.

א מקור פאר די מעשה?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:08 pm

אזוינע אפענע אויגן, הפלא'דיג!
זי"ע
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 6:00 pm

די מקור איז אין די ספר ישראל סבא וואס זיין איידעם הנ''ל ר' דוד יהודיוף האט אליין געשריבן און ארויסגעגעבן. אין די צווייטע באנד איך געדענק נישט יעצט די פונקטליכע דף.

יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט. ה' יזכינו עס צו מקיים זיין.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 6:05 pm

אגב, איך וואלט מייעץ געווען אראפצונעמען און ליינען די אלע גליונות וואס זענען דא אויף דעם דף 'עקבתא דמשיחא', עס איז גאר תוכנ'דיג, און האט גאר אסאך דברים לתועלת, סיי אין צניעות און סיי אין נאך ענינים.
די שרייבער דערפון איז א באגלייבטער און א גאר אן ערליכער, ביודעי ומכירא קאמינא.

https://yofi-yehudi.net/?p=12197

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

בבא סאלי און סאטמאר

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג ינואר 19, 2020 6:20 pm

אגב, א אינטערעסאנטע אנעקדאט פון בבא סאלי, געברענגט אין די אויבנדערמאנטע ספר, וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר סאטמערע חסידים:

ווען די בבא סאלי איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל די לעצטע מאל ווען ער איז שוין פארבליבן, האט ער געבעטן זיין איידעם הנ''ל צו קויפן פאר אים די ספר 'ויואל משה'!!
ווען ער האט עס באקומען האט ער אלעס אפגעלאזט און זיך איינגעשפארט אין א צימער (אזוי עס געווען זיין דרך מערערע מאל) און דארט עס אדורכגעלערנט מרישא לסיפא בעיון נמרץ.
ווען ער האט גענדיגט עס אדורכלערנען איז ער ארויסגעקומען און געזאגט פאר זיין איידעם: מיר האבן נישט אזא בעל סברא ועיון און משיב תשובה כראוי ווי ר' יואל, ער האט אזוי שיין אלעס פארענטפערט און מסביר געווען און גארנישט אויסגעלאזט דבר דבור על אפניו.
דערנאך האט ער געבעטן זיין איידעם אז ער וויל מאכן א סעודת מצוה איבערן עס ענדיגן, אזוי ווי א סיום מסכת, ווייל דער ספר איז זייער וויכטיג אין דער דור וואס איז זייער צומישט און אומקלאר אין די אלע ענינים און ר' יואל איז א לייכט טורעם ולאורו נלך עד ביאת משיחינו! עכלה''ק.
און די גאנצע צייט ביי די סעודה האט בבא סאלי איבערגעחזר'ט די ווערטער פונעם ויואל משה און עס משבח געווען און געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אראפגעשיקט אזא צדיק אין דער דור!!

עד כאן די ווערטער פון זיין איידעם וואס האט אלעס אליינס מיטגעהאלטן.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 19, 2020 7:02 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:אגב, א אינטערעסאנטע אנעקדאט פון בבא סאלי, געברענגט אין די אויבנדערמאנטע ספר, וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר סאטמערע חסידים:

ווען די בבא סאלי איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל די לעצטע מאל ווען ער איז שוין פארבליבן, האט ער געבעטן זיין איידעם הנ''ל צו קויפן פאר אים די ספר 'ויואל משה'!!
ווען ער האט עס באקומען האט ער אלעס אפגעלאזט און זיך איינגעשפארט אין א צימער (אזוי עס געווען זיין דרך מערערע מאל) און דארט עס אדורכגעלערנט מרישא לסיפא בעיון נמרץ.
ווען ער האט גענדיגט עס אדורכלערנען איז ער ארויסגעקומען און געזאגט פאר זיין איידעם: מיר האבן נישט אזא בעל סברא ועיון און משיב תשובה כראוי ווי ר' יואל, ער האט אזוי שיין אלעס פארענטפערט און מסביר געווען און גארנישט אויסגעלאזט דבר דבור על אפניו.
דערנאך האט ער געבעטן זיין איידעם אז ער וויל מאכן א סעודת מצוה איבערן עס ענדיגן, אזוי ווי א סיום מסכת, ווייל דער ספר איז זייער וויכטיג אין דער דור וואס איז זייער צומישט און אומקלאר אין די אלע ענינים און ר' יואל איז א לייכט טורעם ולאורו נלך עד ביאת משיחינו! עכלה''ק.
און די גאנצע צייט ביי די סעודה האט בבא סאלי איבערגעחזר'ט די ווערטער פונעם ויואל משה און עס משבח געווען און געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אראפגעשיקט אזא צדיק אין דער דור!!

עד כאן די ווערטער פון זיין איידעם וואס האט אלעס אליינס מיטגעהאלטן.



אבער אויכעט
צוגעלייגטע
DwoSdObWoAAZLb2.jpg
DwoSdObWoAAZLb2.jpg (98.78 KiB) געזעהן 592 מאל

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג ינואר 19, 2020 7:58 pm

כשהחלו להגיע לארץ ישראל בנות ה"חלוצים" שלא היו לבושות בצניעות, אמר מישהו להרה"ק רבי דוד צבי שלמה בידערמאן בעת לכתו ברחוב, כי גרועות הן יותר מהישמעאליות המעוטפות בצניעות.
רבינו ביטל מיד את דבריו, ואמר: "א פארדעקטע מיסט שטינקט אסאך מעהר".
(מפי הראב"ד הגה"צ ר"ד יונגרייז זצ"ל)
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 23 געסט