דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז נאך היינט א מחלוקה ווי אזוי מען זאגט עס אויף ענגליש.

ער זאגט טאקע באאט-עדזש-עדזש אבער נישט יעדער איז מסכים.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

צל עובר האט געשריבן:עס איז נאך היינט א מחלוקה ווי אזוי מען זאגט עס אויף ענגליש.

ער זאגט טאקע באאט-עדזש-עדזש אבער נישט יעדער איז מסכים.

וואס האט מען געשריבן אין די כתובה?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נקדימון האט געשריבן:מען האט נאך אפי' נישט געוואוסט וויאזוי צו ספעלען זיין נאמען :lol:

מען ווייס נאכאלטס נישט וויאזוי עס צו שרייבן, און ספעציעל וויאזוי עס ארויסזאגן..

בעל קול מבשר מוטשעט זיך זייער שטארק דערמיט...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

קול מבשר איז טאטעלי אףף

בוטאטידזש?!? ריעלי?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דאס מיין איך, אינטערעסאנט אז קיינער פון זיין סטעף מערקט אים נישט אויף דערוועגן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עכט היימיש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:עס איז נאך היינט א מחלוקה ווי אזוי מען זאגט עס אויף ענגליש.

ער זאגט טאקע באאט-עדזש-עדזש אבער נישט יעדער איז מסכים.

וואס האט מען געשריבן אין די כתובה?

אויף לאטייניש איז דאך דא א ספעלינג, די מחלוקה איז ווי אזוי מען פערנאנסד עס.

איך מיין אז די אנגענומענע וועג פון רוב רעפארטערס איז בודידזשאדזש, אדער בוטידזשאדזש.

ער קומט פון מאלטא, דאס קליינע אינזל לאנד אין מיטללענדישן ים.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

צל עובר האט געשריבן:

דאס ביסטו גערעכט, אבער בוטאטיש אזויווי קולמע רופט אים קומט עס זיכער נישט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

יעצט געזען א גרויסע טאון האל פון איינער פון די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן, און איינער שטעלט זיך אויף פרעגן א פראגע, און הייבט אן מיט די ווערטער "איך בין געווען א סערוויס מעמבער אין די יוניידעט סטעיט נעווי..." און נאך פאר יענער האט געקענט ממשיך זיין האבן די מאסן פארזאמעלטע איבערגעהאקט מיט הילכיגע אפלאדירונגען וואס האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט.

דאס זעלבע ווען יענער האט גענדיגט רעד און דער קאנדידאט האט צוריק גענומעןדער ווארט, האט ער פאר יענעם ענטפערן נאכאמאל באדאנקט פארן דינען דאס לאנד, און די מאסן אפלאדירן נאכאמאל גאר שטארק, און דער קאנדידאט רומט אויס א לענגערע צייט די וועטעראנען.

איך האב מיר פאר א מינוט גע'חידוש'ט, וואס גייט דא פאר? איז דאס א דעמאקראטן פארזאמלונג? די וואס האסן דעם לאנד / מיליטער?.

עס האט מיר געדויערט א מינוט צו כאפן ווי ווייט די טראמפיסטישע פראפאגאנדע האט א השפעה, אז איך האב באמת געמיינט אינטער די געוויסן אז די דעמאקראטן זענען נישט קיין עכטע 'פאטיראטן' פאר אמעריקע, יאפ, גודל כוחה של פראפאגאנדע, בפרט ווען איך ליין עס דא אויף אייוועלט אין אידיש יעדע 5 מינוט.

נאכן אריינטראכטן זעה איך הערשט ווי פאלטש די טראמפיסטישע פראפאגאנדע איז, ביידען לאזט יעצט לויפן זיין צווייטע עד אינעם זעלבן גאטונג, וואס ברענגט ארויס אז טראמפ פארשעמט אמעריקע איבער דער וועלט און ביידען פארקערט.

אויב די דעמאקראטן האסן דאס לאנד רעדט נישט צו זיי אזאלעכע עד'ס איבער אמעריקע'ס כבוד.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

האסט טאקע געקויפט די שקרים, יויש...

און פארגעס נישט אז טראמפ איז דער וואס האט שטאלצירט אז ער איז נישט געווען קיין נאר צו גיין דינען אין וויעטנאם, און די רעפאבליקאנער האבן א פיצי פראבלעם געהאט.

ווי איך האב שוין געשריבן, גאנצע קאנסערוואטיווע באוועגונג, איז איין שטיק, ליגענט

איך פלעג עס אויך קויפן נעבעך פאר יארן.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:3,979 פלעדזשד דעלעגאטן וועלן קענען שטימען אין די ערשטע רונדע, און צו געווינען וועט מען דארפן א רוב פון זיי וואס איז 1,990.

אויב קיינער האט נישט 1,990 גייט עס פאר א צווייטע רונדע אין וועלכן די 767 סופערדעלעגאטן וועלן אויך קענען שטימען, און צו געווינען וועט מען דארפן א רוב פון פלעדזשד און סופערדעלעגאטן וואס איז 2,374.

לויט 538'ס יעצטיגע שאצונג גייט ביידען - וועלכער גייט האבן ווייט די מערסטע פלעדזשד דעלעגאטן - האבן בלויז 1,484 פלעדזשד דעלעגאטן, דאס הייסט אז ס'גייט אים פעלן 506 דעלעגאטן צו פארכאפן די נאמינאציע אין די ערשטע רונדע, דער צווייטער אין די רייע איז בערני וועלכער גייט האבן 1,018 פלעדזשד דעלעגאטן, און ס'גייט אים פעלן 972 דעלעגאטן צו פארכאפן די נאמינאציע אין די ערשטע רונדע.

ביידען און בוטידזשעדזש וועלן האבן אינאיינעם 2,020 פלעדזשד דעלעגאטן, און מיט 354 (46.15%) פון די סופערדעלעגאטן וועט ביידען האבן א רוב אויב בוטידזשעדזש אינדראסירט אים.

בערני און ווארען וועלן האבן אינאיינעם 1,652 פלעדזשד דעלעגאטן, און מיט 722 (94.13%) פון די סופערדעלעגאטן וועט בערני האבן א רוב אויב ווארען אינדראסירט אים.

פארשטייט זיך אז לויט דעם שאצונג האט ביידען פיל א גרעסערע שאנס ווי בערני, סיי ווייל ער איז פיל נענטער צו האבן א רוב ביי די ערשטע רונדע, און סיי ווייל ער גייט דארפן פיל ווייניגער פון די סופערדעלעגאטן אין א צווייטע רונדע, און ער גייט עס אויך באקומען אסאך גרינגער (אין פאקט גייט בערני קיינמאל נישט באקומען אפילו נאנט צו אזויפיל סופערדעלעגאטן).

מ'דארף ארויפברענגען די שמועות אז אבאמא און אנדערע פארטיי שישקעס פלאנירן אונטערן טיש זיך מעגליך צו שטעלן אונטער ווארען, צוליב זייער פחד אז בערני קען נאך פארכאפן די נאמינאציע.

אויב דאס איז אמת האט זי גאר א גרויסע שאנס, ווייל אין אזא פאל וואלט זי געהאט סיי מער פלעדזשד דעלעגאטן, סיי בערני דעלעגאטן וואס וועלן איר זיכער שטיצן קעגן סיי וועם צו איר רעכטס, און סיי מער סופערדעלעגאטן.

היינט לויט 538:

-ערשטע רונדע

ביידען 1,458 (26-), מיט 532 צו ווייניג
בערני 1,055 (37+), מיט 935 צו ווייניג

-צווייטע רונדע

ביידען/בוטידזשעדזש 1,987 (33-), וועלן דארפן 387 אדער 50.46% פון די סופערדעלעגאטן
בערני/ווארען 1,736 (84+), וועלן דארפן 638 אדער 83.18% פון די סופערדעלעגאטן

היינט לויט 538:

-ערשטע רונדע

ביידען 1,495 (37+), מיט 495 צו ווייניג
בערני 1,007 (48-), מיט 983 צו ווייניג

-צווייטע רונדע

ביידען/בוטידזשעדזש 2,028 (41+), וועלן דארפן 346 אדער 45.11% פון די סופערדעלעגאטן
בערני/ווארען 1,731 (5-), וועלן דארפן 643 אדער 83.83% פון די סופערדעלעגאטן

יעצט לויט 538:

-ערשטע רונדע

ביידען 1,517 (22+), מיט 473 צו ווייניג
בערני 1,034 (+27), מיט 956 צו ווייניג

-צווייטע רונדע

ביידען/בוטידזשעדזש 2,013 (15-), וועלן דארפן 361 אדער 47.07% פון די סופערדעלעגאטן
בערני/ווארען 1,740 (9+), וועלן דארפן 634 אדער 82.66% פון די סופערדעלעגאטן
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

צל עובר האט געשריבן:ווי איך האב שוין געשריבן, גאנצע קאנסערוואטיווע באוועגונג, איז איין שטיק, ליגענט.

אמת, און עס אויך אמת פאר אלע אנדערע באוועגונגען. יעדע גרויסע באוועגונג האט קלוגע מענטשן, גוטע געדאנקען, טיפשים, און שטותים.

צל עובר האט געשריבן:איך פלעג עס אויך קויפן נעבעך פאר יארן.

ווער נישט? יעדע נארמאלע מענטש ווערט איבערגענומען פון געדאנקען דורך זיין לעבן, און ווען מען ווערט עלטער ווערט מען קלוגער. (חוץ בערני, ער האט זיך נאכנישט געטוישט זייט זיין חדר פירן...)
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

NEW poll of the 2020 Democratic primary from The Economist and YouGov:

% support among likely voters (change vs last week)

Biden: 27 (0)
Sanders: 20 (1)
Warren: 19 (-3)
Buttigieg: 7 (0)
Bloomberg: 5 (2)
Yang: 3 (0)
Klobuchar: 3 (0)
Gabbard: 2 (-1)
Steyer: 1 (-1)
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

Florida Democratic Primary:
Biden 42%
Sanders 16%
Warren 10%
Bloomberg 7%
Klobuchar 6%
Yang 5%
Buttigieg 3%
Booker 3%
Steyer 2%
Bennet 1%
Gabbard 1%
Delaney 1%
Patrick 0%

Florida Atlantic University 1/9-12
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איז דא א פאול פון אייאווע און ניו העמפשור פון ״לייקלי וואוטערס״? דאס דארף לכאורה צו זיין די מערסט אקוראטע נאמבערס, אויב ביידען ליעד דארט איז ער די ווארשיינליכע געוואונער קאנסידערינג אז די ליבעראלע בלאק איז צוטיילט אין צוויי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

מטעמים האט געשריבן:איז דא א פאול פון אייאווע און ניו העמפשור פון ״לייקלי וואוטערס״? דאס דארף לכאורה צו זיין די מערסט אקוראטע נאמבערס, אויב ביידען ליעד דארט איז ער די ווארשיינליכע געוואונער קאנסידערינג אז די ליבעראלע בלאק איז צוטיילט אין צוויי.

אלע אנקעטעס וואס זענען ערשינען דעם חודש זענען לייקלי וואוטערס
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

#Wisconsin @MULawPoll (1/8-12):
Biden 23%
Sanders 19%
Buttigieg 15%
Warren 14%
Bloomberg 6%
Yang 6%
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

עס איז לכאורה נישט שייך צו וויסן קלאר, ווייל איין אנקעטע האט געהאט ביידען ביי 15 בשעת א אנדערע האט אים גאר ביי 24%
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

טרענדט נומער 2 אויף טוויטער

0AF46023-27FD-4C6D-9D2E-FBFCCECDD5AC.jpeg
0AF46023-27FD-4C6D-9D2E-FBFCCECDD5AC.jpeg (14.4 KiB) געזען 523 מאל
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עוורעדזש גוגל סוירטש, פארגאנגענע צוועלף חדשים.
ubxlmb0g10b41.png
ubxlmb0g10b41.png (44.02 KiB) געזען 468 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דער ביידען קאמפיין האט ארויסגעגעבן א פרישע גאר לעבעדיגע עד, ווי אזוי מען זעהט ווי אזוי טראמפ דערמאנט ביידען'ס נאמען ביי פולע רעדע'ס און אינטערוויו'ס, און עס פרעגט א קשיא "פארוואס הערט נישט טראמפ אויף צו זיין פארנומען מיט ביידען יעדע פאר מינוט?", און דאן קומט דער תירוץ ווען עס קומט ארויף אויפן סקרין א רייע אנקעטעס פון קריטישע סווינג שטאטן וואו ביידען ליעד איבער טראמפ, און עס צייגט אז טראמפ האט די מערסטע מורא פון א ביידען קאנדידאטורשאפט.

דערנאך זעהט מען עטליכע בילדער ווי אזוי ביידען פארטרערט אמעריקע אויפן וועלטס סטעידזש אין דער פארגאנגעהייט.

לפי זה קען מען צומאל פארשטיין פארוואס טראמפ שטיצער איבערן גאנצן לאנד, און אויך אויף אייוועלט, הערן נישט אויף צו זינגען 'סליפי דזשאו' 'סליפי דזשאו', אפילו ווען ווער עס קוקט נאר איינמאל זיינס א טאון האל, ראלי, צי דעבאטע, זעהט דער פארקערטע, אבער מען וויל דאס זעהן, מיט די האפענונג אז מען וועט עס זיך אליין איינרעדן און גלייבן אז טראמפ וועט לייכט געווינען אקעגן אים.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין סאנדערס »

שלום עליכם.

נו, וואס זאגט דער עולם?

איז נעכטן געווען פיין? אויב יא גיימיר ווייטער מיט א פרישקייט!
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

עכט היימיש האט געשריבן:לפי זה קען מען צומאל פארשטיין פארוואס טראמפ שטיצער איבערן גאנצן לאנד, און אויך אויף אייוועלט, הערן נישט אויף צו זינגען 'סליפי דזשאו' 'סליפי דזשאו', אפילו ווען ווער עס קוקט נאר איינמאל זיינס א טאון האל, ראלי, צי דעבאטע, זעהט דער פארקערטע, אבער מען וויל דאס זעהן, מיט די האפענונג אז מען וועט עס זיך אליין איינרעדן און גלייבן אז טראמפ וועט לייכט געווינען אקעגן אים.

אבער ס'איז נאך שווער פארוואס אסאך נישט טראמפ שטיצער איבערן לאנד, און אויף אייוועלט, האלטן אויך אז ביידן איז נישט קיין גוטע קאנדידאט קעגן טראמפ.
אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין סאנדערס »

ווי די היסטאריע האט אלעמאל געוויזן איז דער שוואונג קאנדידאט אלעמאל אריינגעקומען פיל שטערקער קעגן די פארשלאפענע קאנדידאטן וואס האבן נאר די שטיצע פון מענטשן וואס זענען צופרידן מיט די עסטעבלישמענט, און לויט דעם קען מען ערווארטן אז סאנדערס זאל אריינקומען פיל שטערקער קעגן ביידן ווי די פאולס ווייזן, און לויט ווי זיי ווייזן יעצט איז ער אונטער ביידן מיט נאר זעקס פוינטס!

דאס איז וויאזוי א רעוואלוציע קוקט אויס, א קאנדידאט וואס איז פארהאסט ביי די מידיא, און זיי פרובירן מיט אלע כוחות צו איגנארירן זיינע סוקסעסן (געדענקט נאך איינער אז סאנדערס האט גערעיזד אין Q4 אזויפיל ווי 34.5 מיליאן דאלאר? אדער ווייסט דער עולם אז דאס איז די מערסטע וואס סיי וועלכע קאנדידאט האט נאר גערעיזד אין א קווארטער אין די היסטאריע?) און ער איז אויפ'ן וועג אריינצוקומען מעגליך נומער איינס און א פארמעסט מיט אזויפיל קאנדידאטן וואס די מידיא טרייט צו פאשן מיט אלע כוחות!
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13526
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

בנימין סאנדערס האט געשריבן:שלום עליכם.

נו, וואס זאגט דער עולם?

איז נעכטן געווען פיין? אויב יא גיימיר ווייטער מיט א פרישקייט!

עליכם השלום.
דו ביזט כמעט הונדערט יאר אלט, איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז די קענסט רעכענען ביז דרייסיג...
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
בנימין סאנדערס האט געשריבן:שלום עליכם.

נו, וואס זאגט דער עולם?

איז נעכטן געווען פיין? אויב יא גיימיר ווייטער מיט א פרישקייט!

עליכם השלום.
דו ביזט כמעט הונדערט יאר אלט, איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז די קענסט רעכענען ביז דרייסיג...

איז די רעדע איבער MATH? האב איך אויך וואס אריינצורעדן...
Screenshot_2020-01-15 Andrew Yang.png
Screenshot_2020-01-15 Andrew Yang.png (12.53 KiB) געזען 381 מאל

(און שלום עליכם אויך אייך, ר' שלמה :wink: )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”