שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

קאמענטאטאר האט געשריבן:באריכטן אין די פרעסע איבער א שטארקע שוואונג אין פיסטאל פערמיט אפליקאציעס פון חסידישע זיפ קאודס זינט די מאנסי אטאקע

פון די נ. י. פאוסט
The Jews of Monsey are fighting back.

In the days after a machete-wielding madman allegedly stormed a rabbi’s home and attacked five people during a Hanukkah celebration, dozens of Orthodox and Hasidic Jews in the Rockland County hamlet filed paperwork for gun permits.

Erik Melanson, owner of Precision Gunsmiths in nearby Valley Cottage, says business has been booming, with the Monsey violence and other anti-Semitic attacks a constant topic of discussion as Glocks and SIG Sauers fly off the shelf.

“A lot of people are worried, especially the large Hasidic and Jewish community in Rockland County,” said Melanson, who is Jewish. “I have had rabbis come in. Some of the rabbis already have concealed carry” permits.

The tattooed gun-shop owner proudly sports his own pistol engraved with a Star of David and the words, “The Hebrew Hammer,” on the slide.

In his shop is a framed vintage Sears ad featuring a happy — and heavily armed — family with the message “Liberals would lose their friggin’ minds over this today.”

Accused Monsey machete slasher indicted on federal hate crimes charges
The Rockland County Clerk’s office reported a sharp increase in gun permit seekers in the week immediately following the Dec. 28 Monsey stabbings, with 65 new applications countywide and 23 from Monsey. All but five of the new applications came from the within the town of Ramapo, which includes Monsey as well as other heavily Jewish enclaves like Spring Valley.

In the eight weeks prior to the attack, the clerk office’s took in an average of only six applications a week countywide, and only two in the entire two months came from Monsey, officials told The Post.

Shlomo Reichberg, a Monsey resident who raised eyebrows online after a photo of him holding a long rifle went viral, said members of his community have had enough.

“I spoke to some people. They just want to have a firearm to protect themselves. They feel like that’s the only way,” Reichberg, 28, a firearms instructor and former Israeli soldier, told The Post. “If we need to go there, we’re ready.”


Speechless!!
ה''י וואס די באריכט אליין קען אנברענגן ר''ל,
דער שומר ישראל זאל אונז ראטעווען פון די בעלי בחירה
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

אוואו קען דאס אונז ברענגען? איך זעה נישט גארנישט נעגעטיוו אין דעם, א טעראריסט וואס ווייס אז יודען זענען גע'ארמט וועט טראכטען דריי מאהל ביפאר טוהן עפעס, זייער א גוטע זאך!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך ווייס אז די ווייסע נאציס פארשטעלט ווי אידן אויף טוויטער האבן געהעצט די אידן זיך צו באוואפענען קעגן די שווארצע. זעט אויס אז זיי פארשטייען יא אז סאיז נישט גוט פאר אונז
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

די וואס קומען אטאקירן טראכטן נישט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Goodmorning האט געשריבן:איך ווייס אז די ווייסע נאציס פארשטעלט ווי אידן אויף טוויטער האבן געהעצט די אידן זיך צו באוואפענען קעגן די שווארצע. זעט אויס אז זיי פארשטייען יא אז סאיז נישט גוט פאר אונז

איך זעה נישט דא איבער באוואפענען אבער אזוי האט די איד באריכטעט, מיין איך


https://www.haaretz.com/us-news/.premiu ... -1.8349810
שויתי ה' לנגדי תמיד
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:די וואס קומען אטאקירן טראכטן נישט

די שכל זאגט אז זיי טראכטן יא. די האסט דעקונג פאר דיין טעאריע?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

ביי זיין דרשה ביי די עצרת אין וומסב"ג האט די פארשעי רבי נאך געזאגט אן איטערעסאנטער חת"ם סופר וואס רעדט וועגן אנטיסימיטיזעם, קען אפשר איינער אנווייזען ווי די חת"ם סופר איז?
גרינגער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

רבי אביגדור מיללער ז"ל צו אונזער מצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

טאקע א דבר בעתו מעתיק צו זיין א שמועס וואס איז געזאגט געווארן דורך הרה"ג רבי אביגדור מיללער ז"ל איבער די טעמע, מיט פערזענליכע זכרונות פון אייראפע בעפאר די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה. ר' אביגדור פארציילט ווי פאלגענד:

"איך וויל אייך זאגן עפעס, נישט יעדער גלייכט דאס צו הערן, איך בין געווען אין אייראפע הארט איידער היטלער איז אריינגעקומען צו רוסלאנד, ליטא און פוילן, איך בין דארט געווען. אין די ישיבות איז מען געווען דערשראקן צום טויט ל"ע, אין די ישיבות האט מען מתפלל געווען, מען האט געשריגן צו השי"ת, אבער ווי גרויס זענען געווען די ישיבות קעגן דעם אלגעמיינעם ציבור ? גארנישט, א טראפ וואסער אין ים. דער אלגעמיינער ציבור איז זיך נישט צוזאמענגעקומען שרייען צו השי"ת. דאס איז דער פאקט.

"פארוואס נישט ? ווייל יעדער האט געליינט די 'ניוז פעיפערס', און די צייטונגען זענען אלע געפירט געווארן דורך כופרים, רשעים גמורים, אלע צייטונגען. ס'איז געווען זייער אסאך צייטונגען, איך בין דארט געווען, ס'איז געווען איין פרומע צייטונג: 'די ווארשעווע טאג בלאט', פון די גערער חסידים. אבער אויסער דעם איז געווען אזויפיל שלעכטע צייטונגען. דער חפץ חיים האט געזאגט אז וועגן די צייטונגען אין בית אשר אין שם מת, מענטשן זענען קאליע געגאנגען. די פובליק איז געווארן געפירט דורך די צייטונגען, און ס'איז נישט געווען קיין געשריי אויף זיך צוזאמקומען, אדער מאכן א תענית ציבור. די צייטונגען זענען געווען אין 'טשארדזש'. ס'איז נישט איינגעפאלן פאר די כופרים צו שרייען צו השי"ת.

"זיי האבן אלע געשריבן קעגן היטלער, זיי האבן אים געמאכט נאך מער אויפגערעגט, די צייטונגען, זיי האבן געשריבן עדיטאריעלס און ארטיקלען קעגן היטלער אבער האסט נישט געהערט קיין איין ווארט איבער בעטן צו השי"ת. דער אויבערשטער האט געזאגט "קוקט איך פרוביר אייך צו אויפוועקן!"... וואלטן זיי געבעטן און געשריגן צו השי"ת וואלט עס נישט פאסירט. דער ציל איז געווען צו בעטן דעם אויבערשטן, דאס איז די תכלית פון צרות, איך בין דארט געווען, ווער האט געדאווענט צו השי"ת ?

"אין די צייטן פון המן וואלט געווען די זעלבע זאך, אבער זיי האבן יא געבעטן און געשריגן מיט א צעקה גדולה עד לשמים, במשך א לאנגע צייט, זיי האבן געפאסט, און השי"ת האט געהערט און האט געזאגט: "ערלעדיגט איך האב אויפגעטון מיין תכלית, יעצט דארף מען שוין נישט קיין צרות, פון יעצט וועל איך זיי געבן א שיינע גרויסע שמחה פאר א באלוינונג, א שיינע פורים סעודה וועל איך זיי געבן אלס א באלוינונג. זאכן האבן אנגעהויבן געשען אלס רעזולטאט פון זייערע תפלות".

ביז אהער פון די טרעפליכע ווערטער וואס זענען מעורר דעם חובת השעה, ובעד עמך רחמים שאלו, צו מקיים זיין דעם חובת התפלה בשעת צרה, פאר אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם צו ניצול ווערן מכל צרה וצוקה, און שוין זוכה זיין צו די אמת'ע ישועת ישראל ושמחתן בב"א.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גרינגער האט געשריבן:טאקע א דבר בעתו מעתיק צו זיין א שמועס וואס איז געזאגט געווארן דורך הרה"ג רבי אביגדור מיללער ז"ל איבער די טעמע, מיט פערזענליכע זכרונות פון אייראפע בעפאר די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה. ר' אביגדור פארציילט ווי פאלגענד:

"איך וויל אייך זאגן עפעס, נישט יעדער גלייכט דאס צו הערן, איך בין געווען אין אייראפע הארט איידער היטלער איז אריינגעקומען צו רוסלאנד, ליטא און פוילן, איך בין דארט געווען. אין די ישיבות איז מען געווען דערשראקן צום טויט ל"ע, אין די ישיבות האט מען מתפלל געווען, מען האט געשריגן צו השי"ת, אבער ווי גרויס זענען געווען די ישיבות קעגן דעם אלגעמיינעם ציבור ? גארנישט, א טראפ וואסער אין ים. דער אלגעמיינער ציבור איז זיך נישט צוזאמענגעקומען שרייען צו השי"ת. דאס איז דער פאקט.

"פארוואס נישט ? ווייל יעדער האט געליינט די 'ניוז פעיפערס', און די צייטונגען זענען אלע געפירט געווארן דורך כופרים, רשעים גמורים, אלע צייטונגען. ס'איז געווען זייער אסאך צייטונגען, איך בין דארט געווען, ס'איז געווען איין פרומע צייטונג: 'די ווארשעווע טאג בלאט', פון די גערער חסידים. אבער אויסער דעם איז געווען אזויפיל שלעכטע צייטונגען. דער חפץ חיים האט געזאגט אז וועגן די צייטונגען אין בית אשר אין שם מת, מענטשן זענען קאליע געגאנגען. די פובליק איז געווארן געפירט דורך די צייטונגען, און ס'איז נישט געווען קיין געשריי אויף זיך צוזאמקומען, אדער מאכן א תענית ציבור. די צייטונגען זענען געווען אין 'טשארדזש'. ס'איז נישט איינגעפאלן פאר די כופרים צו שרייען צו השי"ת.

"זיי האבן אלע געשריבן קעגן היטלער, זיי האבן אים געמאכט נאך מער אויפגערעגט, די צייטונגען, זיי האבן געשריבן עדיטאריעלס און ארטיקלען קעגן היטלער אבער האסט נישט געהערט קיין איין ווארט איבער בעטן צו השי"ת. דער אויבערשטער האט געזאגט "קוקט איך פרוביר אייך צו אויפוועקן!"... וואלטן זיי געבעטן און געשריגן צו השי"ת וואלט עס נישט פאסירט. דער ציל איז געווען צו בעטן דעם אויבערשטן, דאס איז די תכלית פון צרות, איך בין דארט געווען, ווער האט געדאווענט צו השי"ת ?

"אין די צייטן פון המן וואלט געווען די זעלבע זאך, אבער זיי האבן יא געבעטן און געשריגן מיט א צעקה גדולה עד לשמים, במשך א לאנגע צייט, זיי האבן געפאסט, און השי"ת האט געהערט און האט געזאגט: "ערלעדיגט איך האב אויפגעטון מיין תכלית, יעצט דארף מען שוין נישט קיין צרות, פון יעצט וועל איך זיי געבן א שיינע גרויסע שמחה פאר א באלוינונג, א שיינע פורים סעודה וועל איך זיי געבן אלס א באלוינונג. זאכן האבן אנגעהויבן געשען אלס רעזולטאט פון זייערע תפלות".

ביז אהער פון די טרעפליכע ווערטער וואס זענען מעורר דעם חובת השעה, ובעד עמך רחמים שאלו, צו מקיים זיין דעם חובת התפלה בשעת צרה, פאר אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם צו ניצול ווערן מכל צרה וצוקה, און שוין זוכה זיין צו די אמת'ע ישועת ישראל ושמחתן בב"א.


https://torasavigdor.org/wp-content/upl ... tism-1.mp4
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

ציגעלע האט געשריבן:ביי זיין דרשה ביי די עצרת אין וומסב"ג האט די פארשעי רבי נאך געזאגט אן איטערעסאנטער חת"ם סופר וואס רעדט וועגן אנטיסימיטיזעם, קען אפשר איינער אנווייזען ווי די חת"ם סופר איז?

אין די באנד פון תקצ״ה - פרשת ויגש

מען אויך הערן דעם חתם סופר אויף די פארשעי ליין 845-286-1021 ביי דרשות וואס די רבי האט געזאגט נאכן אטאקא.

(ווי אויך אסאך אנדערע שיינע שטארקע יסודותדיגע שיעורים.)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

גרינגער, להודיע - א שיינעם דאנק!

מורא'דיג טרעפליך צו אונזער מצב...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

ברוך השם פאר דעם - השי״ת זאל ווייטער העלפן - זייטס מתפלל פאר יהוסף בן פערל לרפו״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

@FORSHAYNEWS:
Tomorrow after Shachris will b L'chaim l'kuved Nachmen Indorsky that was released from Hospital
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

תענית חלום האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:ביי זיין דרשה ביי די עצרת אין וומסב"ג האט די פארשעי רבי נאך געזאגט אן איטערעסאנטער חת"ם סופר וואס רעדט וועגן אנטיסימיטיזעם, קען אפשר איינער אנווייזען ווי די חת"ם סופר איז?

אין די באנד פון תקצ״ה - פרשת ויגש

מען אויך הערן דעם חתם סופר אויף די פארשעי ליין 845-286-1021 ביי דרשות וואס די רבי האט געזאגט נאכן אטאקא.

(ווי אויך אסאך אנדערע שיינע שטארקע יסודותדיגע שיעורים.)

וואס מיינט אין די באנג פין תקצה עס איז נישט געדריקט אין די געהעריגע חתם סופר? איך מיין ער האט געזאגט אין פרשת ואתחנן אבער איך האב עס נישט געטראפען דארט
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

ציגעלע האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:ביי זיין דרשה ביי די עצרת אין וומסב"ג האט די פארשעי רבי נאך געזאגט אן איטערעסאנטער חת"ם סופר וואס רעדט וועגן אנטיסימיטיזעם, קען אפשר איינער אנווייזען ווי די חת"ם סופר איז?

אין די באנד פון תקצ״ה - פרשת ויגש

מען אויך הערן דעם חתם סופר אויף די פארשעי ליין 845-286-1021 ביי דרשות וואס די רבי האט געזאגט נאכן אטאקא.

(ווי אויך אסאך אנדערע שיינע שטארקע יסודותדיגע שיעורים.)

וואס מיינט אין די באנג פין תקצה עס איז נישט געדריקט אין די געהעריגע חתם סופר? איך מיין ער האט געזאגט אין פרשת ואתחנן אבער איך האב עס נישט געטראפען דארט

הער אויס אויף די האטליין די שמועס פון זונטאג ויחי - די רבי איז מסביר די געשיכטע פון די תורות פון די יאר תקצ״ה.
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

מען טענה'ט זיך דא ארום איבער וואס מ'דארף יא טוהן אדער נישט, לגבי די עסקנים, און לגבי די גוים, און אלעס ארויף אויף דעם וואס די פארשעי'ע רבי האט געזאגט ביין זיין דרשה דעם פארגאנגענעם זונטאג אין וומ"ס

ער האט געזאגט ביים דרשה אז די תורה ווייזט אונז די וועג אויף אלעם וויאזוי צו טוהן, און די תורה דארף זיין דער וואס באשטימט וואס/וויאזוי יא/נישט צו טוהן אין יעדע אומזיכט ביי יעדע פאל און צייט.

האט ער געזאגט אז וויאזוי צו רעדן צו גוים איז אויך דא א תורה'דיגע וועג, און דאס איז אז ווען מען בעט זאכן וואס האט מיט די רעגירונג, גשמיות'דיגע זאכן, דארף מען בעטן מיט הכנעה, און געדענקן אז אונז זעמיר משועבד און דארפן זיך צושטעלן צו זיי, ווייל אונז זעמיר אין גלות.
אבער ווען מ'רעדט וועגן אידישקייט זאכן, דארף מען גיין מיטן גאנצן שטארקייט (פארשטייט זיך אויך אפגעבן די ריכטיגע כבוד און דרך ארץ) אבער גארנישט נאכגעבן ח"ו, און מסביר זיין אז אונזער תורה הייסט אזוי און אזוי, אדער אונז תורה לאזט נישט דאס יענס וכו'.

אויך האט ער געזאגט אז עס פלעגט זיין און עס דארף זיין אז רבנים -'דעת תורה' זאגט וואס מען זאל טוהן (און וואס נישט) און עסקנים, גוט אידן, פירן אויס...
נישט אז (אזוי ווי אסאך היינט) די עסקנים טוען וואס זיי ווילן... און אפילו אויב מ'גייט יא צו א רב, גייט מען לאחר המעשה, און טאמער די רב זאגט עפעס, איז מען מסביר אז מ'קען נישט וכו' וכו', וא"א לפורטם כי רבים הם ואכמ"ל... וואס דאס איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן.

עס איז אבער וויכטיג צו ערווענען, אז ער האט אויך צוגעלייגט, אז יעדער (אדער כמעט יעדער) וויל גוט מיינט גוט און טוט גוט, נאר דעי מהלך איז א טעות...
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

תענית חלום האט געשריבן:@FORSHAYNEWS:
Tomorrow after Shachris will b L'chaim l'kuved Nachmen Indorsky that was released from Hospital

ער איז שוין אינגאנצן געזונט?!

מען האט דאך געזאגט ער איז געווען ערנסט קריטיש, ניין?
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

תענית חלום האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:ביי זיין דרשה ביי די עצרת אין וומסב"ג האט די פארשעי רבי נאך געזאגט אן איטערעסאנטער חת"ם סופר וואס רעדט וועגן אנטיסימיטיזעם, קען אפשר איינער אנווייזען ווי די חת"ם סופר איז?

אין די באנד פון תקצ״ה - פרשת ויגש

מען אויך הערן דעם חתם סופר אויף די פארשעי ליין 845-286-1021 ביי דרשות וואס די רבי האט געזאגט נאכן אטאקא.

(ווי אויך אסאך אנדערע שיינע שטארקע יסודותדיגע שיעורים.)

מ'קען אויך הערן די גאנצע מעמד אויף קול דודי דופק און אויף כה תאמר
איך מיין אז עס איז אויך דא נאך האטליין'ס וואו מ'קען עס הערן, אבער איך געדענק נישט זיכער וואו פונקטליך
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,

די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.


משל למה הדבר דומה, ווען דיין קינד וועט גיין שפאצירן אין א נידריגע פארברעכערישע געגנט אינמיטן די נאכט, וועסטו שרייען אויף די פארברעכערס , אדער אויף דיין קינד?

הייסט עס דו באשולדיגסט גאר דיין קינד אויף דעם וואס עס זענען דא דארט פארברעכערס?
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

וואס איז געווארן מיט די די ען עי?
צעקה בקול דממה דקה
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

מי לה' אלי האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:@FORSHAYNEWS:
Tomorrow after Shachris will b L'chaim l'kuved Nachmen Indorsky that was released from Hospital

ער איז שוין אינגאנצן געזונט?!
מען האט דאך געזאגט ער איז געווען ערנסט קריטיש, ניין?

כמיין די מישט אויס צוויי אנדערע מענטשן
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

אור האט געשריבן:
מי לה' אלי האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:@FORSHAYNEWS:
Tomorrow after Shachris will b L'chaim l'kuved Nachmen Indorsky that was released from Hospital

ער איז שוין אינגאנצן געזונט?!
מען האט דאך געזאגט ער איז געווען ערנסט קריטיש, ניין?

כמיין די מישט אויס צוויי אנדערע מענטשן

ניין, איך מיין אין אנפאנג האט מען געהאט געזאגט אויף איהם אויך אז ער איז געווען גאר קריטיש
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

פון בחצרות אימעיל:
פארשעי: אין ביהמ"ד 'נצח ישראל פארשעי' איז היינט צופרי נאכ'ן דאווענען פארגעקומען א גרויסארטיגע 'מסיבת לחיים', נאכדעם וואס הב' נחמן אינדארסקי הי"ו - איינע פון די שווער-פארוואונדערטע אין די שוידערליכע שטעכעריי, איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאהל מיט גרויסע נסים.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

וואס מאכט ר' יהוסף בן פערל ניימאן. עפעס נייעס?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

וואס איז פשט אז מען הערט נישט גארנישט אפעציעל בנוגע די DNA אויפן מעסער וואס מען האט געטראפן.
יא אדער ניין?
@צדיקים האט דא פארציילט שוין א שטיק צייט צוריק אז די FBI האט באשטעטיגט פארן פארשעי רבי׳ן אז די DNA ווייזט אז עס איז די זעלבע רוצח ווי טאשנאד
די אפיציעלע נייעס קוועלער האבן אויך געמאלדן וועגן טרעפן נאך א מעסער אין די קאר פארשמירט מיט בלוט און האר. איז פארוואס האט מען איינגענומען א שטילקייט דערוועגן? ווילאנג געדויערט שוין צו טעסטן DNA?
אויב איז עס נישט די זעלבע, דארף מען דאס אויך מעלדן. מען קען נישט לאזן דעם עולם מיט די צינג אינדרויסן אזוי לאנג. נישט יושר.
bony
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 8:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bony »

פארוואס איז רעמעפא פאליס דידעקטיווס געווען היינט אין בארא פארק?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”