נייעס איבער די ענגלישע קעניגליכע (ראיעל) פאמיליע

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זיי גייען מופן צו קאנאדא לכאורה
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

לעגאלע עקספערטן אין קאנאדא זענען דן, צו מ'וועט מעגליך זאפארט קרוינען פרינץ הערי אלס קעניג פון קאנאדא.

בעצם שטייט בלויז אין די קאנאדישע קאנסטיטוציע אז מ'דארף האבן א מאנארכיע, און ס'שטייט נישט דארט ווער ס'זאל עס זיין, אבער זינט קאנאדא איז זעלבסטשטענדיג פאר איבער 150 יאר האבן זיי געהאט די זעלבע קעניג אדער קעניגן פון ענגלאנד צו וועמען זי האט געהערט פאר זי איז געווארן זעלבסטשטענדיג.

שוין יארן אבער וואס ס'הערשט אין קאנאדא א מורא'דיגע פראסטורירונג צו דעם געדאנק אז זייער קעניגן זיצט מיט טויזענטער מיילן ווייט, און האלט אפ וויזיטן גאר זעלטן, אין די צייט וואס זי איז די הויפט פון לאנד (העד אוו סטעיט בלע"ז) וואס דארף צושטימען צו יעדע געזעץ.

איינע פון די געדאנקען וואס פלעגן זיין אויפ'ן טיש איז געווען אז פרינץ הערי - וואס האט שוין פון לאנג ארויסגעוויזן א רצון זיך צו ציען צו די נייע וועלט פון וואו זיין ווייב שטאמט - זאל ווערן אויפגענומען אלס קעניג פון קאנאדא, און אזוי וועט קאנאדא ווייטער אנהאלטן א מאנארכיע וואס איז מיט א קשר צו די אלטע, אבער ווייט באזירט לאקאל אין קאנאדא.

יעצט ווען פרינץ הערי האט אפיציעל געמאלדן אז ער ציהט זיך אריבער קיין "צפון אמעריקע, אבער נישט צו די פאראייניגטע שטאטן", ווערט נאכאמאל ארויפגעברענגט צו מ'וועט מעגליך פאראויס גיין מיט אזא פלאן.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

והיתם נקיים האט געשריבן:לעגאלע עקספערטן אין קאנאדא זענען דן, צו מ'וועט מעגליך זאפארט קרוינען פרינץ הערי אלס קעניג פון קאנאדא.

בעצם שטייט בלויז אין די קאנאדישע קאנסטיטוציע אז מ'דארף האבן א מאנארכיע, און ס'שטייט נישט דארט ווער ס'זאל עס זיין, אבער זינט קאנאדא איז זעלבסטשטענדיג פאר איבער 150 יאר האבן זיי געהאט די זעלבע קעניג אדער קעניגן פון ענגלאנד צו וועמען זי האט געהערט פאר זי איז געווארן זעלבסטשטענדיג.

שוין יארן אבער וואס ס'הערשט אין קאנאדא א מורא'דיגע פראסטורירונג צו דעם געדאנק אז זייער קעניגן זיצט מיט טויזענטער מיילן ווייט, און האלט אפ וויזיטן גאר זעלטן, אין די צייט וואס זי איז די הויפט פון לאנד (העד אוו סטעיט בלע"ז) וואס דארף צושטימען צו יעדע געזעץ.

איינע פון די געדאנקען וואס פלעגן זיין אויפ'ן טיש איז געווען אז פרינץ הערי - וואס האט שוין פון לאנג ארויסגעוויזן א רצון זיך צו ציען צו די נייע וועלט פון וואו זיין ווייב שטאמט - זאל ווערן אויפגענומען אלס קעניג פון קאנאדא, און אזוי וועט קאנאדא ווייטער אנהאלטן א מאנארכיע וואס איז מיט א קשר צו די אלטע, אבער ווייט באזירט לאקאל אין קאנאדא.

יעצט ווען פרינץ הערי האט אפיציעל געמאלדן אז ער ציהט זיך אריבער קיין "צפון אמעריקע, אבער נישט צו די פאראייניגטע שטאטן", ווערט נאכאמאל ארויפגעברענגט צו מ'וועט מעגליך פאראויס גיין מיט אזא פלאן.

דאכט זיך אז מ'האט געשריבן אויבן אז איינער וואס האט חתונה מיט א גרושה (ווי ביי די יעצטיגע פאל..) קען נישט זיין קיין קעניג.
קען זיין פארדעם האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין פון די ראיעל משפחה....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

eller האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:לעגאלע עקספערטן אין קאנאדא זענען דן, צו מ'וועט מעגליך זאפארט קרוינען פרינץ הערי אלס קעניג פון קאנאדא.

בעצם שטייט בלויז אין די קאנאדישע קאנסטיטוציע אז מ'דארף האבן א מאנארכיע, און ס'שטייט נישט דארט ווער ס'זאל עס זיין, אבער זינט קאנאדא איז זעלבסטשטענדיג פאר איבער 150 יאר האבן זיי געהאט די זעלבע קעניג אדער קעניגן פון ענגלאנד צו וועמען זי האט געהערט פאר זי איז געווארן זעלבסטשטענדיג.

שוין יארן אבער וואס ס'הערשט אין קאנאדא א מורא'דיגע פראסטורירונג צו דעם געדאנק אז זייער קעניגן זיצט מיט טויזענטער מיילן ווייט, און האלט אפ וויזיטן גאר זעלטן, אין די צייט וואס זי איז די הויפט פון לאנד (העד אוו סטעיט בלע"ז) וואס דארף צושטימען צו יעדע געזעץ.

איינע פון די געדאנקען וואס פלעגן זיין אויפ'ן טיש איז געווען אז פרינץ הערי - וואס האט שוין פון לאנג ארויסגעוויזן א רצון זיך צו ציען צו די נייע וועלט פון וואו זיין ווייב שטאמט - זאל ווערן אויפגענומען אלס קעניג פון קאנאדא, און אזוי וועט קאנאדא ווייטער אנהאלטן א מאנארכיע וואס איז מיט א קשר צו די אלטע, אבער ווייט באזירט לאקאל אין קאנאדא.

יעצט ווען פרינץ הערי האט אפיציעל געמאלדן אז ער ציהט זיך אריבער קיין "צפון אמעריקע, אבער נישט צו די פאראייניגטע שטאטן", ווערט נאכאמאל ארויפגעברענגט צו מ'וועט מעגליך פאראויס גיין מיט אזא פלאן.

דאכט זיך אז מ'האט געשריבן אויבן אז איינער וואס האט חתונה מיט א גרושה (ווי ביי די יעצטיגע פאל..) קען נישט זיין קיין קעניג.
קען זיין פארדעם האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין פון די ראיעל משפחה....

ערשטנס, די געזעץ איז נאר געווען אין ענגלאנד וואו די קאטוילישע קירכע האט די לעצטע ווארט איבער די מאנארכיע פארשריפטן, קאנאדע איז מן הסתם אנדערש.

צווייטנס, די געזעצן האבן זיך שוין לאנג געטוישט.

די יעצטיגע קרוין פרינץ טשארלס האט אויך אפגעלאזט זיין ערשטע ווייב פאר א גרושה, אבער ער וועט זיין די קומענדיגע מאנארך בלי חולק.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

זויבער האט געשריבן:די יעצטיגע קעניגן איז די עלטסטע פון איהר טאטן, געהאט איין יונגערע שוועסטער.

איהר טאטע דער פריערדיגער קעניג איז געווען דער צווייטער זוהן און איז נישט געווען ערווארטעט איבערצונעמען דעם טראן,
אבער דער עלטערער ברודער האט אויסגעוועלט ליבערשט צו הייראטן א גרושה וואס איז פסולה למלכות און מיט דעם געמוזט אויפגעבן זיין רייע פארן טראן אזוי איז די מלוכה געגאנגען צום יונגערן ברודער.

א צייט צוריק האבעך געשריבן איבער די פרשה

אל תמנע טוב
viewtopic.php?p=1853348#p1853348
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יש״כ
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:דאכט זיך אז מ'האט געשריבן אויבן אז איינער וואס האט חתונה מיט א גרושה (ווי ביי די יעצטיגע פאל..) קען נישט זיין קיין קעניג.

ערשטנס, די געזעץ איז נאר געווען אין ענגלאנד וואו די קאטוילישע קירכע האט די לעצטע ווארט איבער די מאנארכיע פארשריפטן, קאנאדע איז מן הסתם אנדערש.

צווייטנס, די געזעצן האבן זיך שוין לאנג געטוישט, די יעצטיגע קרוין פרינץ טשארלס האט אויך אפגעלאזט זיין ערשטע ווייב פאר א גרושה, אבער ער וועט זיין די קומענדיגע מאנארך בלי חולק.


איך מיין אז איר האט א טעות, די נעקסט אין די רייע צו ווערן קעניג איז הערי'ס עלטערע ברידער.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וויליאם איז די 2 איבערצונעמען און זיין זוהן איז די 3 און הערי איז די 4
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשארלס איז דער קרוין פרינץ דער עלטסטער זון פון די קעניגן.

נאך אים קומט זיין עלטסטער זון וויליאם.

וויליאם'ס יונגערער ברודער איז פרינץ הערי.

הערי קומט ערשט נאך וויליאם'ס קינדער.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

דער עולם מישט ארום דא.

הערטס אויס @צל וועט איר וויסן וואס טוט זיך....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וואס מישט מען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

עליזעבעט'ס זון טשארלס איז 1

זיין זון וויליאם איז 2

זיינע דריי קינדער זענען 3,4,5

טשארלס צווייטע זון הערי איז 6
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יא, אבער הערי גייט על פי דרך הטבע נישט זיין קעניג.
ווייל וויליאמ'ס קינדער גייען אויך האבן קינדער....

(אדער ארבעט עס אז הערי בלייבט נאכאלס די זעקסטע?)
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום זונטאג יאנואר 12, 2020 8:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

טשארלעס האט קיין אויסזיכטן. ווילהעם איז נעקסטער קעניג.

פון זיינע דריי קינדער זענען נאר איינס אדער צוויי אינגלעך.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

קאנסילמאן האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די יעצטיגע קרוין פרינץ טשארלס האט אויך אפגעלאזט זיין ערשטע ווייב פאר א גרושה, אבער ער וועט זיין די קומענדיגע מאנארך בלי חולק.

איך מיין אז איר האט א טעות, די נעקסט אין די רייע צו ווערן קעניג איז הערי'ס עלטערע ברידער.

קאנסילמאן איז גערעכט. טשארלעס איז קרוין פרינץ, אבער ער וועט נישט איבערנעמען.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פארוואס זאגסטו אזוי?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

עושר וכבוד האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די יעצטיגע קרוין פרינץ טשארלס האט אויך אפגעלאזט זיין ערשטע ווייב פאר א גרושה, אבער ער וועט זיין די קומענדיגע מאנארך בלי חולק.

איך מיין אז איר האט א טעות, די נעקסט אין די רייע צו ווערן קעניג איז הערי'ס עלטערע ברידער.

קאנסילמאן איז גערעכט. טשארלעס איז קרוין פרינץ, אבער ער וועט נישט איבערנעמען.

נישט אמת.

Queen Elizabeth II is the sovereign, and her heir apparent is her eldest son, Charles, Prince of Wales. Next in line after him is Prince William, Duke of Cambridge, the Prince of Wales's elder son. Third in line is Prince George, the eldest child of the Duke of Cambridge, followed by his sister, Princess Charlotte, and younger brother, Prince Louis. Sixth in line is Prince Harry, Duke of Sussex,
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

יא יא, אבער די פארלאמענט קען עס טוישן, זיי גייען דאס נישט צולאזן.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פונקט פארקערט, די פארלימענ"ט האט געטוישט דאס געזעץ, אז אפילו א גרושה קען זיי קעניג.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

די פארלאמענט האט גארנישט געטוישט. נאר מאנכע טענה'ן אז וויבאלד די קעניגן האט אים געגעבן רשות חתונה צו האבן מיט א גרושה, מעג ער.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

עושר וכבוד האט געשריבן:די פארלאמענט האט גארנישט געטוישט. נאר מאנכע טענה'ן אז וויבאלד די קעניגן האט אים געגעבן רשות חתונה צו האבן מיט א גרושה, מעג ער.

מהאט יא געטוישט די רולס, איינע פין רולס וואס מהאט געטוישט איז אז נישט נאר א מאן מעג זיין קעניג
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א פרוי האט ביז יעצט אויך געקענט זיין קעניגין, צבש די יעצטיגע קעניגין, נאר אויב זי האט געהאט ברודערס -אפילו אינגער- וואלטן זיי געקומען פארדעם אין רייע, דאס האט מען געטוישט געציילטע יאר צוריק אז מען גייט לויט די עלטער סיי ווען.

עס איז קיינמאל נישט געווען קיין אפיציעלע געזעץ קעגן א קעניג וואס הייראט א גרושה, נאר די קאטוילישע קירכע האט דאס פארבאטן, און אזויווי די ענגלישע מאנארך שטייט אין שפיץ פון די קירכע זענען זיי געבינדן (אין א געוויסן זין) צו די פארשריפטן, אבער די קירכע'ס פאזיציע איבער דעם האט זיך שוין לאאנג געטוישט.

פרינץ טשארלס גייט זיין די נעקסטע קעניג, פינטל.
עס איז נישטא קיין עלעקשאנס אויף דעם.... די געזעץ זאגט עס איז זיינס.

אלע שפעקולאציעס אז נישט קומען פון זיין אומפאפולאריטעט ביים פאלק, אין קעגנזאץ צו זיין זון וויליאם וועלכע איז יא שטארק באליבט, די השערות האט נישט קיין שום גרונד אין רעאליטעט. (אחוץ אויב ער גיבט עס אויף מיטן אייגענעם ווילן)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי נאך פונדערהיים זאגט.

און דער קעניג איז בעה"ב אויפן פארלאמענט, נישט פארקערט.

פרינץ טשארלס נעמט צוביסלעך איבער מער און מער פונקציעס פון זיין רעטייערטן טאטן, און גייט מיט זיין מאמע צו מעמדים במקומו, און וועט מיט די צייט איבערנעמען אלע פונקציעס וואס די קעניגן וועט שוין נישט קענען טון.

דער פאלאץ האלט אין איין ארויסשטעלן בילדער וכדומה וואס מאכט קלאר ווער עס וועט זיין קעניג. מען זעהט אינאיינעם, די קעניגן עליזאבעט, איר בכור פרינץ טשארלס, פרינץ וויליאם זיין בכור, און פרינץ דזשארדזש וועלכער איז נאך א יונגל, זיין בכור.

לויט אנקעטעס איז טשארלס נישט אזוי אומפאפעלער ביים פאלק ווי מען מאכט אים, ער האט מער שטיצער ווי דזשאנסאן און קארבין אינאיינעם.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

דער פרינץ (די קעניגן'ס מאן) האט אויך באקומען א ברכה?...

ער איז שוין 98.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איך וויל פארשטיין איין זאך פארוואס זענען די אנדערע צוויי קינדער פון וויליאם פאר הערי ער איז פונקט אזוי א ברודער מיטן יורש ווי די איבריגע קינדער פון וויליאם צו זיין בכור
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”