ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:נאך וואס 55 טעג זענען פארביי אן קיין איין קוואליפייאינג אנקעטע, (כאטש וואס צוויי דעבאטעס זענען פארגעקומען און מעידזשאר קאנדידאטן האבן זיך ארויסגעצויגן), נאך וואס קיין איין קוואליפייאינג נעשאנאל אנקעטע איז נישט ארויסגעקומען נאכן מעלדן די רעקווייערמענטס, און נאר זעקס קוואליפייאינג אנקעטעס זענען ארויסגעקומען אנשטאט די געווענליכע דרייסיג, איז דער דעדליין פארביי.

דאס איז א דערמאנונג אז ווען די ליסטע פון קוואליפייאינג פאולסטערס וואלט געווען באזירט אויף סיי וועלכע געהעריגע קריטעריע, וואלט יענג קוואליפיצירט בריווח.

דאס איז א דערמאנונג אז ווען מאנמאוט וואלט גענוצט נארמאלע וועיטינגס, באזירט אויף די פאקטן פון 2016, אזויווי יעדע אנדערע פאולסטער, וואלט יענג קוואליפייד. און אויך א דערמאנונג אז ווען יוגאוו וואלט נישט ארויסגעשניטן מער ווי האלב פון זייער דאטא, (זיי שניידן למשל ארויס אלע אונטער 22 יאר! אן קיין פארוואס), וואלט יענג קוואליפיצירט בריווח.

קומט יעצט ארויס אז נאך וואס די דנס האט געמאלדן אז זיי גייען נישט שטופן אז מער אנקעטעס זאלן ארויסקומען, האט די יענג קאמפיין געדינגען קוואליפייאינג פאולסטערס דורכצופירן אנקעטעס אין נעוואדע און ניו העמפשיר, און ער איז געווען 5% ביי ביידע.

פארשטייט זיך אז צוליב דעם וואס זיי זענען געספאנסערט דורכן קאמפיין זענען זיי נישט קוואליפייאינג (כאטש עס איז אפגעראכטן געווארן אויפן געווענליכן וועג), אבער דאס ווייזט וואו ווייט די אומגעווענליכע און אומ'יושר'דיגע אומשטענדן זענען די איינציגסטע סיבה פארוואס יענג האט נישט קוואליפייד.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

איך זעה אז יענג איז יעצט אין קווינס פאר א קאמפיין איווענט, אויב איינער געפינט זיך דארט לאזט איהם וויסן אז ער האט דא א שטארקע אמבאסאדער, אפשר וועט ער איהם אפיציעל אויפנעמען אלץ א קאמפיין באאמטער.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

באמת פארשטיי איך נישט יענג'ס טענות איבער די דיבאטע, די רולס זענען געווען קלאר. די רולס זענען געמאכט געווארען א לאנגע צייט צוריק. די רולס זענען נישט געמאכט געווארען אויסצושפילן יענג. די האסט טענות אז דאס האט עם געלאזט אויסגעשפילט? too bad. די DNC האט נישט צוריקגעהאלטען קיין אנקעטע פירמעס פון נעמען אנקעטעס. איך זעה נישט בלומבערג ארומלויפען קאמפלעינען וועגן די דאנער threshold.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

וואו זעסטו יענג ארומלויפן קאמפלעינען? חוץ אויב מיינסטו ניק יענג, אבער אפילו איך באקלאג זיך נישט, איך דערמאן נאר די פאקטן...

די רולס זענען געמאכט געווארן א לאנגע צייט צוריק? דו מיינסט די רול אז די קוואליפייאינג פעריאד רעכנט פונקט אריין קלאבוטשער'ס אנקעטעס אבער פונקט נישט יענג'ס? אדער מיינסטו די רול אז דאונער קאונט גייט כמעט נישט ארויף, אנדערש ווי יעדעס מאל ביז אהער, אבער נויטיגע פראצענטן אין אנקעטעס גייען יא ארויף, הגם אויף דעם זענען שוין געווען אפאר מאל וואס עס איז נישט ארויף? און אזוי ווייטער.
די אלע רולס זענען געמאכט געווארן נאך די לעצטע דעבאטע, און איך האב שוין טאקע גלייך געשריבן אז זיי מאכן נישט קיין סענס, קוק מיין היסטאריע.

ווען בלומבערג לויפט ווען ארום קאמפלעינען וועגן דאונערס, וואלט מען אים געזאגט "ווער לאזט דיר נישט נעמען דאונעישאנס?"
ווען יענג לויפט ווען ארום קאמפלעינען אז קיינע אנקעטעס קומען נישט ארויס, וואס וואלט מען אים געזאגט? וואס וואלט ער געקענט טון וואס ער האט נישט געטון?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

Yang2020 האט געשריבן:וואו זעסטו יענג ארומלויפן קאמפלעינען? חוץ אויב מיינסטו ניק יענג, אבער אפילו איך באקלאג זיך נישט, איך דערמאן נאר די פאקטן...

די רולס זענען געמאכט געווארן א לאנגע צייט צוריק? דו מיינסט די רול אז די קוואליפייאינג פעריאד רעכנט פונקט אריין קלאבוטשער'ס אנקעטעס אבער פונקט נישט יענג'ס? אדער מיינסטו די רול אז דאונער קאונט גייט כמעט נישט ארויף, אנדערש ווי יעדעס מאל ביז אהער, אבער נויטיגע פראצענטן אין אנקעטעס גייען יא ארויף, הגם אויף דעם זענען שוין געווען אפאר מאל וואס עס איז נישט ארויף? און אזוי ווייטער.
די אלע רולס זענען געמאכט געווארן נאך די לעצטע דעבאטע, און איך האב שוין טאקע גלייך געשריבן אז זיי מאכן נישט קיין סענס, קוק מיין היסטאריע.

ווען בלומבערג לויפט ווען ארום קאמפלעינען וועגן דאונערס, וואלט מען אים געזאגט "ווער לאזט דיר נישט נעמען דאונעישאנס?"
ווען יענג לויפט ווען ארום קאמפלעינען אז קיינע אנקעטעס קומען נישט ארויס, וואס וואלט מען אים געזאגט? וואס וואלט ער געקענט טון וואס ער האט נישט געטון?

איך פארשטיי דיר זייער גוט, אבער צו האבן בלויז 2 פון 23 קוואליפיצירטע אנקעטעס ווייזט אויף א שטיקל שוואכקייט
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

מיינסט צו זאגן אז עס איז דא א וועג (וואס די דנס האט אנגענומען) וויאזוי צו שניידן דעם פאזל אז ער זאל נאר האבן צוויי פון 23. דו האלטסט אז איך וואלט נישט געקענט שניידן דעם פאזל אויף א וועג וואס קלאבוטשער זאל נאר האבן אזויפיל?

כמעט אלע פון די 23 אנקעטעס זענען ארויסגעקומען בעפאר די רעקווייערמענטס זענען באשטימט געווארן, בעפאר די לעצטע דעבאטע, בעפאר היי-פראופיל קאנדידאטן האבן זיך ארויסגעצויגן, בעפאר יענג האט אנגעהויבן ערנסט לייגן די גראונד ווארק. דאס איז דאך דער גאנצער פוינט.
איך האב גלייך אנהייב געשריבן אז מיין עיקר פראבלעם איז נישט מיט די הויכע רעקווייערמענטס, נאר מיט ווי שפעט זיי האבן עס געמאלדן. און אז קיינע אנקעטעס זענען כמעט נישט ארויסגעקומען דערנאך ווערט די טענה פילפאכיג שטערקער. וויאזוי קען מען געווינען די געים אויב איז מען נאר מודיע די כללים ביים ענדע פונעם שפיל, און מער לאזט מען נישט שפילן?

עניוועי, מען וועט נאך באלד מיינען אז איך בין פארביטערט :smile:
איך מאך נישט דא קיין פראטעסטן קעגן דעם דנס, כאטש איך האלט אז איך וואלט געקענט אויפקומען מיט רולס וואס זענען מער לאגיש און יושר'דיג צו אלע אינוואלווד. יהי להם אשר להם.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אבער וואס איז טאקע די סיבה אז די DNC זאל אזוי ארויסגיין פון וועג קעגן יענג?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך זאג נישט אז זיי זענען אזוי ארויס פון וועג קעגן יענג דווקא, קען זיין אז עס קומט פשוט פון זייער אומפלעקסיביליטי און נישט קענען צופאסן רולס צו אומשטענדן.

אבער אויב פרעגסטו מיר גלייב איך אז סטייער'ס קוואליפייען איז טאקע אויך על אפם ועל חמתם. זיי האבן עפעס געהאט א אומראציאנאלע געברויך צו פארקלענערן דעם סטעידזש, און זיי האבן עס אויסגעשטעלט אזוי אז די צוויי אוטסיידער קאנדידאטן זאלן ארויספאלן. סטייער האט אבער געהאט אן עושר'ס מזל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

רעדנדיג איבער רייכקייט, דאס האב איך געשריבן אמאל.

Yang2020 האט געשריבן:יענג האט נעכטן ארויסגעלייגט זיינע טעקס ריטוירנס פון די יארן 2011-2018 למספרם.
https://www.yang2020.com/tax-returns

אסאך מענטשן האבן א בליק אויף אים פון א קוריאזער נגיד וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין געלט, מסתמא ווייל די מידיא דערמאנט אים אסאך בנשימה אחת מיט סטייער. אבער די פאקטן זענען זייער אנדערש.

זיין אינקאם אין 2018 איז געווען $121,418. דאס זענען די אנדערע קאנדידאטן לויט די ניו יארק טיימס:
jhju8fickc141.jpg

דעטס רייט, יענג'ס איז געווען ווייניגער ווי יעדער איינער אויף די ליסטע.

קוקנדיג אויף אלע יארן, האט ער געווענליך פארדינט צווישן 100K און 300K א יאר.

אין 2011 האט ער אוועקגעגעבן $126,404 פאר טשאריטי, אין 2013 איז עס געווען $62,362. (אל יבזבז יותר מחומש גייט לכאורה נישט אן ביי בני נח...)

אין 2012 האט ער צווישן אנדערע אפגעקויפט קליידונג און שיך פאר 50K, און עס דאונעיטעד פאר היימלאזע. אבער באריכטעט האט ער עס פאר א דאונעישאן פון בלויז 5K, צוליב די depreciated value אריבערגייענדיג זיין האנט.

צוויי פראגעס וואס איך וואלט געוואלט די מידיא זאל זיך יעצט שטעלן: ערשטענס, פון וואו האט בכלל געשטאמט די איינרעדעניש אז יענג איז א אנגעשטאפטער גביר? האט דאס אפשר שייכות מיט דעם אז צו לויפן פאר פרעזידענט דארף מען זיין א פאליטישען, א טיווי פערסאנאליטי, אדער א ביליאנער? יענג איז פשוט א נארמאלער בירגער (העכערע מיטל קלאס) וואס נוצט פשוט אויס זיינע דעמאקראטישע רעכטן און טאלאנטן, אזאנס איז שוין לאנג נישט געווען און די מידיא ווייסט נישט וויאזוי עס צו עסן.
צווייטנס, וואס איז טאקע פשט אז פאליטיקאנטן פארדינען מער ווי געלונגענע ביזנעסלייט? איז דאס ריכטיג, אדער ווייזט עס אויף טיפערע פראבלעמען?

דער אמת איז אז יענג וואלט געקענט זיין רייכער ווי רוב פון זיי, בדרך הטבע, לויט ווי שנעל ער האט געמאכט זיינע ערשטע מיליאנען אנגעהויבן מיט גארנישט, אבער ער האט באשלאסן אז פאר אים איז גענוג צו לעבן באקוועם און נוצן די איבריגע געלט צו העלפן מענטשן.
ווען ער האט פארקויפט זיין ביזנעס האט ער גענוצט א פינפטל פונעם געלט צו געבן מתנות פון צענדליגע און הונדערטער טויזנטערס פאר זיינע ארבעטער, זאגנדיג אז זיי האבן עס געהאלפן בויען. דאס איז געווען א טאטאלע סורפרייז, נאך וואס ער האט זיי שוין געצאלט געהאלט אסאך העכער ווי נארמאל, פיר מאל אזויפיל ווי די קאמפעטישאן.
א גרויס חלק פונעם פראפיט וואס ער האט גענומען פאר זיך האט ער אריינגעשטעלט אין זיין נאן-פראפיט, ווענטשור פאר אמעריקע, שלא על מנת להחזיר. דארט האט ער געווידמעט זיין געלט און צייט פון די קומענדיגע זיבן יאר, אנשטאט אנצופילן זיין באנק אקאונט.
יעצט האט ער קוים איין מיליאן.
אה, און ער האט אויך אויסגעצאלט עטליכע "פרידאם דיווידענדס" פון זיין אייגענע טאש.

אבער קוקט אויס אז אזא לעבנס געשיכטע איז אזוי באורינג און ביזנעס עז יוזשועל אז די מידיא קען זיך נישט ברענגען עס צו דערציילן. איז נישט.

קוקט אויס ווי געוויסע האבן אבער אלטערנאטיווע פאקטן...
2npe1tc26fa41.jpg
2npe1tc26fa41.jpg (90.43 KiB) געזען 674 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

נאך אין די סעריע פון אינטערנעל סטאטיסטיקס:
61% פון אייאווענס האלטן אז UBI איז א גוטע געדאנק, ארויף ארום 20% אין די לעצטע חודש.
ביי די ראליס און איווענטס אין ניו העמפשיר זענען אין עוורעדזש ארום 20% פון די באטייליגטע יענג שטיצער און 80% זענען דרויסנדיגע וואס זענען נייגעריג צו לערנען מער. דריי חדשים צוריק איז עס געווען 20% און 80% אויף די פארקערטע זייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Yang2020 האט געשריבן:רעדנדיג איבער רייכקייט, דאס האב איך געשריבן אמאל.

Yang2020 האט געשריבן:יענג האט נעכטן ארויסגעלייגט זיינע טעקס ריטוירנס פון די יארן 2011-2018 למספרם.
https://www.yang2020.com/tax-returns

אסאך מענטשן האבן א בליק אויף אים פון א קוריאזער נגיד וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין געלט, מסתמא ווייל די מידיא דערמאנט אים אסאך בנשימה אחת מיט סטייער. אבער די פאקטן זענען זייער אנדערש.

זיין אינקאם אין 2018 איז געווען $121,418. דאס זענען די אנדערע קאנדידאטן לויט די ניו יארק טיימס:
jhju8fickc141.jpg

דעטס רייט, יענג'ס איז געווען ווייניגער ווי יעדער איינער אויף די ליסטע.

קוקנדיג אויף אלע יארן, האט ער געווענליך פארדינט צווישן 100K און 300K א יאר.

אין 2011 האט ער אוועקגעגעבן $126,404 פאר טשאריטי, אין 2013 איז עס געווען $62,362. (אל יבזבז יותר מחומש גייט לכאורה נישט אן ביי בני נח...)

אין 2012 האט ער צווישן אנדערע אפגעקויפט קליידונג און שיך פאר 50K, און עס דאונעיטעד פאר היימלאזע. אבער באריכטעט האט ער עס פאר א דאונעישאן פון בלויז 5K, צוליב די depreciated value אריבערגייענדיג זיין האנט.

צוויי פראגעס וואס איך וואלט געוואלט די מידיא זאל זיך יעצט שטעלן: ערשטענס, פון וואו האט בכלל געשטאמט די איינרעדעניש אז יענג איז א אנגעשטאפטער גביר? האט דאס אפשר שייכות מיט דעם אז צו לויפן פאר פרעזידענט דארף מען זיין א פאליטישען, א טיווי פערסאנאליטי, אדער א ביליאנער? יענג איז פשוט א נארמאלער בירגער (העכערע מיטל קלאס) וואס נוצט פשוט אויס זיינע דעמאקראטישע רעכטן און טאלאנטן, אזאנס איז שוין לאנג נישט געווען און די מידיא ווייסט נישט וויאזוי עס צו עסן.
צווייטנס, וואס איז טאקע פשט אז פאליטיקאנטן פארדינען מער ווי געלונגענע ביזנעסלייט? איז דאס ריכטיג, אדער ווייזט עס אויף טיפערע פראבלעמען?

דער אמת איז אז יענג וואלט געקענט זיין רייכער ווי רוב פון זיי, בדרך הטבע, לויט ווי שנעל ער האט געמאכט זיינע ערשטע מיליאנען אנגעהויבן מיט גארנישט, אבער ער האט באשלאסן אז פאר אים איז גענוג צו לעבן באקוועם און נוצן די איבריגע געלט צו העלפן מענטשן.
ווען ער האט פארקויפט זיין ביזנעס האט ער גענוצט א פינפטל פונעם געלט צו געבן מתנות פון צענדליגע און הונדערטער טויזנטערס פאר זיינע ארבעטער, זאגנדיג אז זיי האבן עס געהאלפן בויען. דאס איז געווען א טאטאלע סורפרייז, נאך וואס ער האט זיי שוין געצאלט געהאלט אסאך העכער ווי נארמאל, פיר מאל אזויפיל ווי די קאמפעטישאן.
א גרויס חלק פונעם פראפיט וואס ער האט גענומען פאר זיך האט ער אריינגעשטעלט אין זיין נאן-פראפיט, ווענטשור פאר אמעריקע, שלא על מנת להחזיר. דארט האט ער געווידמעט זיין געלט און צייט פון די קומענדיגע זיבן יאר, אנשטאט אנצופילן זיין באנק אקאונט.
יעצט האט ער קוים איין מיליאן.
אה, און ער האט אויך אויסגעצאלט עטליכע "פרידאם דיווידענדס" פון זיין אייגענע טאש.

אבער קוקט אויס אז אזא לעבנס געשיכטע איז אזוי באורינג און ביזנעס עז יוזשועל אז די מידיא קען זיך נישט ברענגען עס צו דערציילן. איז נישט.

קוקט אויס ווי געוויסע האבן אבער אלטערנאטיווע פאקטן...
2npe1tc26fa41.jpg

ווער איז דער עכטע מענטש אויפ'ן בילד?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

Yang2020 האט געשריבן:איך האב גלייך אנהייב געשריבן אז מיין עיקר פראבלעם איז נישט מיט די הויכע רעקווייערמענטס, נאר מיט ווי שפעט זיי האבן עס געמאלדן.

און יעצט אז די ניו העמפשער דעבאטע רעקווייערמענטס ווערן אויך געמאלדן שפעט (אפשר וועט דאס אפילו געמאלדן ווערן נאך שפעטער ווי יעצט) האלטסטו אויך אז זיי טוען דאס ארויס צושניידן די אוטסיידערס?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ליבלעך האט געשריבן:

איך ווייס נישט צי זיי טוען עס כדי ארויסצושניידן די אוטסיידערס. אויב, ווען זיי וועלן עס מעלדן, וועט עס זיין אויסגעשטעלט אויף א מערקווירדיגע וועג וואס שטעלט אריין די פיר העכסטע פלאס קלאבוטשער און נישט די אנדערע, וועט עס זיי זיכער געבן אזא בליק. כאטש קיין יודע מחשבות בין איך נישט.

אזוי צי אזוי, איז זיכער נישט ריכטיג צו לאזן הענגען און נישט מודיע זיין, ווען עס קאסט זיי גארנישט. אל תאמר לרעך לך ושוב ומחר אתן ויש אתך.

--

כולל, איך מיין אז דאס בילד איז פשוט פונעם מענטש וואס רעדט אויפן פראגראם. עס איז נאר די קעפשאן (ביליאנער יענג) וואס איז די פראבלעם.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מ'דארף זיין עכט נאאיוו, אדער נישט האבן מיטגעהאלטן די נייעס פון די לעצטע צוויי חדשים צו האלטן אז די DNC איז האט גארנישט געמיינט קעגן יענג.

1) די רעקווייערמענטס, זיי האבן זייער גוט געוואוסט אז ס'גייט יעצט קומען אסאך ווייניגער אנקעטעס ווי נארמאל, און דאך ארויפגערוקט. און דאונערס רעקוייערמענט וואס זיי קענען נישט פארזיכערן אז קלאובאשאר זאל האבן.. האבן זיי עס טאקע בעסיקלי נישט ארויפגעמאכט.
2) די פאולסטערס, מארנינג קאונסאלט (ווי מען קען זען דא פון הרב יענג), און פאליטיקאו זענען נישט קוואליפייאינג (אוו יענג וואלט קוואליפייט אויב מ'נעמט זיי אריין). ווען פאולסטערס וואס רוב האבן קיינמאל געהערט דערפון, אדער יוגאוו וואס לאזט נישט ארויס ריזאלטס, אדער MSNBC וואס זייער אפענע בייעס איז שוין דערוויזן געווארן פאר יעדע בר דעת, זיי זענען קוואליפייאינג.

און נאך אסאך סיבות, וואס מ'דארף נאר מאכן א קליינע סורטש אין @יענג'ס (יד"נ) תגובות, און מען העט שוין אלעס פונקטליך אנטרעפן...

#דער וואס איז גרייט צו זעען די בייעס זעט עס אפן און גראב..

__________
@יענג PBS איז קוואליפייאינג??
נישט אין דיע ליסטע.

Yang2020 האט געשריבן:

דאס איז די ליסטע פון די יעצטיגע קוואליפייאינג פאולסטערס:
Associated Press
ABC News/Washington Post
CBS News/YouGov
CNN
Des Moines Register
Fox News
Monmouth University
National Public Radio
NBC News/Wall Street Journal
NBC News/Marist
New York Times
Nevada Independent/Mellman Group
Quinnipiac University
University of New Hampshire
USA Today/Suffolk University
Winthrop University
ד
[/quote]

ווי אויך די טשארט וואס דו ברענגסט האט נישט אלע אנקעטעס, פעלט אפאר מארנינג קאונסאלט און נאך אנקעטעס אויב איך געדענק גוט, ניין?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

מיט PBS מיינט מען די מאריסט/PBS/NPR אנקעטע. די קוואליפייאינג חלק שבו איז לכאורה צוליב NPR, די גוטע אנקעטע חלק שבו איז צוליב מאריסט (וואס איז פון די בעסטע פאולסטערס), און די פרעסע חלק שבו איז דורך PBS...

איך מיין טאקע אז דא ווערן נישט געברענגט אלע אנקעטעס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אהה..
א דאנק!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

וואס טוט זיך האט געשריבן:מ'דארף זיין עכט נאאיוו, אדער נישט האבן מיטגעהאלטן די נייעס פון די לעצטע צוויי חדשים צו האלטן אז די DNC איז האט גארנישט געמיינט קעגן יענג.

1) די רעקווייערמענטס, זיי האבן זייער גוט געוואוסט אז ס'גייט יעצט קומען אסאך ווייניגער אנקעטעס ווי נארמאל, און דאך ארויפגערוקט. און דאונערס רעקוייערמענט וואס זיי קענען נישט פארזיכערן אז קלאובאשאר זאל האבן.. האבן זיי עס טאקע בעסיקלי נישט ארויפגעמאכט.
2) די פאולסטערס, מארנינג קאונסאלט (ווי מען קען זען דא פון הרב יענג), און פאליטיקאו זענען נישט קוואליפייאינג (אוו יענג וואלט קוואליפייט אויב מ'נעמט זיי אריין). ווען פאולסטערס וואס רוב האבן קיינמאל געהערט דערפון, אדער יוגאוו וואס לאזט נישט ארויס ריזאלטס, אדער MSNBC וואס זייער אפענע בייעס איז שוין דערוויזן געווארן פאר יעדע בר דעת, זיי זענען קוואליפייאינג.

און נאך אסאך סיבות, וואס מ'דארף נאר מאכן א קליינע סורטש אין @יענג'ס (יד"נ) תגובות, און מען העט שוין אלעס פונקטליך אנטרעפן...

2 קורצע הערות: דאס אז דו שרייבסט אז זיי האבן געוואוסט אז עס גייט דאס מאל ארויסקומען ״אסאך ווייניגער אנקעטעס״ - שטעלט זיך ארויס אז עס איז ארויסגעקומען בלויז 3 אנקעטעס ווייניגער ווי פאריגע מאל.
און אויף דיין טענה פארוואס מארנינג קאנסאלט איז נישט קוואליפייאינג - א קורצע זוך אויף 538 שטעלט מארנינג קאנסאלט אויף גאר א שוואכע רעיטינג, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס זיי זענען נישט קוואליפייאינג.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

בר דעת האט געשריבן:איך זעה אז יענג איז יעצט אין קווינס פאר א קאמפיין איווענט, אויב איינער געפינט זיך דארט לאזט איהם וויסן אז ער האט דא א שטארקע אמבאסאדער, אפשר וועט ער איהם אפיציעל אויפנעמען אלץ א קאמפיין באאמטער.

:smile:
נאך א וועג, איר קענט אים יעצט שיקן א געבורטסטאג קארטל און צושרייבן א נאטיץ. אפשר וועט ער עס ליינען...

---

האקט. אין קורצן: געב א קוק אויף 538 די רעיטינג פון יוגאוו, און די רעיטינג פון עמערסאן. ואידך פירושא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ס'געווען נאר 3 ווייניגער קוואליפייאינג אנקעטעס דאס קוואליפייאינג פעריאד ווי דאס פאריגע??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

צו זאגן אז עס זענען נאר ארויסגעקומען 3 אנקעטעס ווייניגער ווי פאריגע מאל איז זייער פארפירעריש, ווייל פון נאך די לעצטע דעבאטע איז בלויז ארויסגעקומען זעקס אנקעטעס. איז טאקע צווישן די פאריגע דעבאטע און די לעצטע ארויסגעקומען נאר ניין?
אלא מאי, זיי האבן ארטיפישעלי אויסגעשטעלט אנדערש די צייט. וואס איז ווידעראמאל די פוינט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

און אגב איז נישט ריכטיג אז מארנינג קאנסאלט האט "גאר א שוואכע" רעיטינג אויף 538.

Pollsters with a relatively small sample of polling now receive a provisional rating rather than a precise letter grade. (An “A/B” provisional rating means that the pollster has shown strong initial results, a “B/C” rating means it has average initial results, and a “C/D” rating means below-average initial results.)

און פאקטיש זענען זיי די מערסטע קאנסיסטענט מיט די קלענסטע מארדזשין אוו עראר.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:צו זאגן אז עס זענען נאר ארויסגעקומען 3 אנקעטעס ווייניגער ווי פאריגע מאל איז זייער פארפירעריש, ווייל פון נאך די לעצטע דעבאטע איז בלויז ארויסגעקומען זעקס אנקעטעס. איז טאקע צווישן די פאריגע דעבאטע און די לעצטע ארויסגעקומען נאר ניין?
אלא מאי, זיי האבן ארטיפישעלי אויסגעשטעלט אנדערש די צייט. וואס איז ווידעראמאל די פוינט.

און דאס איז שוין נישט רעדנדיג פון דעם אז פאריגע מאל זענען טאקע ארויסגעקומען ווייניגער אנקעטעס ווי נארמאל (זיי האבן זיך בעסיקלי אפגעשטעלט ווען יענג און גאבבארד האבן געהאלטן בעפארן קוואליפייען, פאר גאר א לאנגע צייט), ווי איך האב שוין דעמאלט געשריבן דערוועגן.
two wrongs...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יוגאוו איז B- מיט א 4. בייעס, אוו עמערסאן איז A- מיט א 0. בייעס.

און מעלמאן גרופע (וואס איז קוואליפייאינג) איז די זעלבע נידריג ווי מארנינג קאונסאלט אבער מיט א סאך העכערע בייעס רעינזש.

טאלק אבאוט 538...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

Npr האט ממש די זעלבע רעיטינג ווי מארנינג קאונסאלט און זיי זענען קוואליפייאינג..

טאלק אבאוט 538
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

MassINC האט א A/B און זיי זענען נאכאלץ נישט קוואליפייאינג.
אגב, @יענג, סורוועיUSA איז קוואליפייאינג? נישט אויף דיין ליסטע, און זיי האבן א A אויף 538..

קוקט נישט אויס ווי די DNC רעכנט זיך צופיל מיט 538...

Yang2020 האט געשריבן:און אגב איז נישט ריכטיג אז מארנינג קאנסאלט האט "גאר א שוואכע" רעיטינג אויף 538.

Pollsters with a relatively small sample of polling now receive a provisional rating rather than a precise letter grade. (An “A/B” provisional rating means that the pollster has shown strong initial results, a “B/C” rating means it has average initial results, and a “C/D” rating means below-average initial results.)

און פאקטיש זענען זיי די מערסטע קאנסיסטענט מיט די קלענסטע מארדזשין אוו עראר.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”